פרישע אינטערוויא, מיטן סטאטשינער פרעסס סעקרעטאר, ר' אוראייניקל!

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרישע אינטערוויא, מיטן סטאטשינער פרעסס סעקרעטאר, ר' אוראייניקל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין ליכט פון א קורצע ווערטער אויסטויש (קרעדיט: ר' שמעי' ראש הקהל) מיט'ן סטאטשינער ‏קאמפיין ווארט זאגער, ווי ווייטער ערווענט, בן איך געצוואונגען אליינס ארויסצו שטעלן דעם ‏אונטערוויא



א גוטן ר' אוראייניקל

עהההמ... זאלעך מיר צוטוהן מאכן פון דעם צוציקל?... ווער מיינטער עריז?... עראטזעך קוים ‏באזעצט דא, און ער הייבט אהן צו פירן קאמפיינען..... שוין סוכ"ס איז ער אויף אונזער זייט, וואס ‏טוט מען נישט צו געוואונען די וואלן...‏

יא צדיק'ל וואס ווילסטו?‏

כ'וואלט אייך געוואלט פרעגן, צו איר קענט אראפ נעמען אפאר מינוט פון אייער טייערע צייט צו ‏מאכן א שטיקל איטערוויא איבער די בעפארשטייענדע וואלן.‏

וואס הייסט די האסט געוואלט, יעצט ווילסטו שוינישט? און אז דו ווילסט נאך אלץ פרעגן, פארוואס ‏פרעגסטו נישט?‏
זאג נאר צדיק'ל וויזוי הייסטו?‏

ניע זשריצי כלאפצי

וואאאאאס??‏‎ ‎כראפצי קלאפצי? וויסטע וואס איך העדיר רופן ניע ניע נעקאווא, ס'איז סאך א ‏שענערע נאמען.‏

לאמיר גיין גלייך צום פוינט, קענסטו אפשר מיר מסביר זיין על רגל אחת, וואס גייט דא פאר מיט די ‏וואלן, איז עס א מיטל אהן א טיטל, אדער טיטל אהן א מיטל, אדער גאר אן א היטל און אן א יוטל.‏
און אויך וואס איז דאס די געלויפעריי, וואו לויפט מען, וואס טיילט מען דארט?‏


ווילסט הערן על רגל אחת? אקעי הייב אויף די לינקע פוס, און כ'העדער מסביר זיין, ‏

האסט שוין אמאהל געזען א קאר רעיס?‏

א קאר רעיס? עהההההה... יא

די שייגעץ איינער, ווי האסטעס געזעהן, אויפן טעלעוויזן?? פוי

שוין, לאמיר נישט פארקריכן, למעשה קוקט עס אויס אזוי, ס'איז דא א לאנגע געדרייטע וועג, מיט ‏אפאהר לעינס, און יעדע קאר פארט אויף זיין לעין, און פרובירט אנצוקומען די שנעלסטע צום גאול.‏
די זעלבע זאך קוקט עס אויס דא, ס'איז דא אזעלכע לעינס, ווי יעדער לויפט, און ווער ס'קומט אהן ‏די ווייטסטע ווערט ראשאקאל!‏

נו און, וויאזוי קוקט טאקע אויס דער געלויף?‏

די מעשה איז אזוי, נאכ'ן זיין פוסט פאר די לעצטע צען יאהר, פאר אפאר חדשים צוריק, האט זיך ‏אונזער ר' סטיטשי אריינגעכאפט דא, און אנגעהויבן צו קלינען אלע שטויב וואס האט זיך ‏אנגעזאמלט אויפ'ן רעכטן לעין, אנצייגנדיג מיט דעם אז ער פלאנט צו לויפ'ן אויף דעם.‏

למעשה האט ער זיך גענומען שפאצירן אויף דעם לעין פאר אפאר מינוט, און מרוב שטילקייט איז ‏ער מיד געווארן און איינגעשלאפן, אינמיטן די לעין.‏

א שטיק צייט שפעטער, האט דער כאניש'ל אויך באוואוזן זיך אריינצושמוגלען דארט, און ‏פראקלאמירט אז ער פארכאפט פאר זיך די לינקע לעין.‏

מיטאמאהל הערט זיך די קול פון שליסלעך דרייען זיך, מיט ציטערדיגע בליקו דרייען זיך די צוויי ‏אריינדרינגערס אויס, צו זעהן ווי דער קרעטשמער פראלט אפן ביידע שווערע אייזערנע טירן, אויס ‏שרייענדיג, פתיחת שערים!‏

אויפאיינמאהל האבן זיך גענומען אריינשטראמען ניקלעך מיט א געלויף, ווען יעדע פרובירט זיך צו ‏כאפן א זייטיגע לעין, ווי ס'דא אביסל שאטן, אזוי אז ווען אסדר לסעודתא מיט פעיק נוז זענען ‏אנגעקומען, איז נאר געבליבן פאר זיי די צוויי מיטעלסטע שורות

פעיק ניוז הייסט ער!‏

ווער האט דיר געפרעגט? וואס געדענקסטו? יעמאלט האטער נאך געהייסן פעיק נוז אהן די יוד, ‏ער'ט זיך געמאכט א שינוי השם נאך די בושות ווואס זיין דארכגעפאלענע קאמפיין האט איהם ‏אנגעברענגט.‏

לאמיר צוריק גיין צום ענין, פון די אלע ניקלעך וואס האבן זיך אנגערוקט, האט מיר די מערסטע ‏געצויגן איין יונגע ניקל, א ביצה שלא נולדה, מיט א צושויבערטע בארד, און א פארקנייטשטע הוטל, ‏מיט א ציגרעטל אין מויל.... אה ער ענדלט אין דיר גאנץ שטארק..... איז ער נישט אפשר דיין ‏ברודער?‏

עניוועי, זעה איך ווי דער ניקל נעמט זיך לויפן, ווי די רוחות וואלטן איהם נאכגעלאפן, ער לויפט און ‏ער לויפט מיט ריזיגע רויטע בוכשטאבן, ווען פלוצלינג בום!!!‏

איינער האט אראפגעשטעלט א פעקל שטאטוטן פונקט אינמיטן וועג! אאוטש!! דער סטאוויא האט ‏זיך געגעבן א זעץ אריין, אז זיין צוגרעטל האט זיך צובראכן אין דריי!!‏

עההם, מיין...‏

האלללאו! זעהסט נישט אז איך רעד?! איך האב דיר געלאזט פרעגן וואס דו ווילסט, יעצט לאמיר ‏רעדן
יא, אבער....‏

זאג נאר פארשטייסט נישט קיין אידיש, כזאל דיר זאגן אויף רוסיש?‏

אבער מיין רעכטע פוס טוט שוין וויי פון שטיין אזוי לאנג על רגל אחת

איז לייג עס אראפ, און הייב אויף די רעכטע!‏

אההה.... און וואס איז דערנאך געשעהן?‏

יוי, האסט געמוזט זעהן די פנים פון דעם פיטא ווען ער האט געזען וואס מ'האט איהם דא ‏אפגעטוהן!‏

אבער וואס מיינסטו, ער האט זיך נישט געלאזט! ער האט זיך געגבן א ריק אריבער צום לעין ‏דערנעבן, יא יא די לעין אינגאנצן ביי די רעכטע זייט, און ער'ט זיך גענומען פון פריש לויפן!‏
האסט עס געמוזט זעהן! דער סטיטשי האט נאך געהאלטן אינמיטן אויסצוען זיינע ביינער פונעם ‏לאנגן שלאף, ווען פלוצלונג זעהט ער דאס צושויבערטע געזוכט פליען אין זיין ריכטונג, ער'ט זיך ‏געגעבן א הייב אויף, און אנגעהויבן צו אנטלויפן, כל עוד נשמתו בו!‏

און אזוי גייט עס ביז יעצט, סטיטשי לויפט, און סטאווי לויפט איהם נאך!‏

און וואס שפילט זיך אפ אויף די אנדערע לעינס, דארט איז נישט געווען קייין אנדרייענישן?‏

פרעג גאר נישט, די געיט, צווישן די צוויי מיטעלסטע לעינס, האט מען פארגעסן צו פיקסן, און ס'איז ‏פרוץ מרובה על העומד, אזוי אז די צוויי ניקלעך וואס זענען דארט געלאפן, האבן געהאלטן אין איין ‏אריינלויפן אין דעם צווייטנ'ס לעין, אז ביידע זענען גוט צומישט געווארן, ביז פעיק נוז איז ארויס פון ‏דארט אינגאנצן צודרייט, און דער אסדר איז געבליבן לויפן ווי א מטורף!‏

נאך עפעס?‏

יא זיכער, ווי האביך געקענט פארגעסן? האסט געמוזט זעהן דער בלאבלא, ער איז אנגעקומען ‏שפעט, קיין לעין איז שוינישט געבליבן פאר עיהם, האט ער זיך גענומען לויפן זיג זאג, אריין פון איין ‏לעין צום אנדערען, איבער שפרינגענדיג געיטס, אזש די גאנצע עולם איז דערציטערט געווארן!‏

און ווער רעדט נאך פון דעם כאניש, אינמיטן דאס געליוף, פלוצלינג געט ער זיך א לייג אויס ווי ‏געפייגערט! בפיששוט ידים ורגלים. אזוי אז יעדער איז זיכער געווען אז דאס איזעס מיט זיין געויף!‏

גייט נישט אירבער אפאר טאג, און ער הייבט זיך אויף אויסגערוהטערהייט, און ער נעמט זיך לויפן

העי העי! די טיר איז די אנדערע זייט, שרייט דערוילעם!‏

אזוי מיט א תמימות'דיגע בליק, קוקט דער כאניש צוריק, ווער האטענק געזאגט אז איך לויף מער ‏נישט? כ'האב פשוט געדארפט שעפן כוחות!‏

באכאטאשעם אלוקימעלעכוילם שעהאקעניעדוארוי
אההההההה!‏ פיינע וואדקע!

פון ווי האסטו יעצט פארשאפט א פלעשל?... העי געב מיר צוריק דאס פלעשל וואדקע וואס דו האסט ארויסגעכאפט פון מיין טאש!‏

די עם הארץ וואס דו ביסט, ס'איז א בפירושע פסוק! כאפ אריין א וואדקע!‏

ס'שטייט כאפאריין, ניטש כאפ ארויס

יע יע, מ'זעהט אז די קומסט נישט צום רב'ס שיעור! די רב האט דעיע וואך געזאגט, אז ס'קומט ‏אריין, קענעס אויך ארויסגיין! אלף נכנסין, ואחד יוצא...‏

געבעס שוין צוריק, אויב נישט דרוק איך נישט דעם אונטערווייא

הע! ס'שוין נישטא וואס צוריק געגעבן, סאיז שוין א בחינה פון גזל הנאכל, כ'מיין צוזאגן הנשתה

איז דרוקעך נישט דעם אינטערוויא, נעם דיר די צעטלעך און טוה מיט דעם וואס דו ווילסט!‏

עד כאן לשוני הק'‏

זאגט'ס מיר ווי אזוי ס'איז געווען און האטץ מיר א גוט שבת!‏
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ניע זשריצי כלאפצי
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 5:38 pm

Re: פרישע אינטערוויא, מיטן סטאטשינער פרעסס סעקרעטאר, ר' אוראייניקל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניע זשריצי כלאפצי »

יויש! כ'האב געהאט א בייזן חלום ווי איך אינטערוויא עפעס א רעדיא בראדקעסטער... כ'וועק זיך אויף צי אזאנס.!.....
ווי האסטו עס דערווישט אורי?
כאפט א גלעזל משקה ווילאנג איר וועט נאך לעבן ווייל אויף יענע וועלט וועט מען מער נישט געבן!

הכו"ח
ניע זשריצי כאלאפצי
קאמפיין ווארטזאגער פאר די סטאטשטשטשי ראש הקהל קאמפיין
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

איי עם סטיטשינער ענד איי עפראוו דיס מעסעדש.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: פרישע אינטערוויא, מיטן סטאטשינער פרעסס סעקרעטאר, ר' אוראייניקל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח פארען דערמאנען. תגובה נאך שבת אי"ה.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פרישע אינטערוויא, מיטן סטאטשינער פרעסס סעקרעטאר, ר' אוראייניקל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

פיינע נייעס דעס! ס'איז מיר א כבוד צו זיין אונטער אזא ווערדשאפט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: פרישע אינטערוויא, מיטן סטאטשינער פרעסס סעקרעטאר, ר' אוראייניקל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

@אור אייניקל, A1, שוין לאנג נישט געלייענט אזא גוטס ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

די איינפאל פון די לעינס איז א גאונות! עס לייגט אלעס אריין אין פלאץ ווי א פידל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: פרישע אינטערוויא, מיטן סטאטשינער פרעסס סעקרעטאר, ר' אוראייניקל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אורייניקל, יוש איז דעס זיס! עי וואן בי טו! אז מען קען קען מען.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פרישע אינטערוויא, מיטן סטאטשינער פרעסס סעקרעטאר, ר' אוראייניקל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יו האב איך אויסגעפלאצט; אלע הכנות שטיבעלעך נעבן מיר האקן און זעצן...
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: פרישע אינטערוויא, מיטן סטאטשינער פרעסס סעקרעטאר, ר' אוראייניקל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

אן אייזערנער סעקרעטאר.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: פרישע אינטערוויא, מיטן סטאטשינער פרעסס סעקרעטאר, ר' אוראייניקל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

איינער לויפט אויף די בייק לעין וואטש אייט
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איינער לויפט אויף די בייק לעין וואטש אייט

דאכטצעך הרב טייטלבוים פאר די רבנות. אפשר גאר צל פאר די ריכטער פאזיציע.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

סטיטשינער האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איינער לויפט אויף די בייק לעין וואטש אייט

דאכטצעך הרב טייטלבוים פאר די רבנות. אפשר גאר צל פאר די ריכטער פאזיציע.

מומחה לויפט נישט?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איינער לויפט אויף די בייק לעין וואטש אייט

דאכטצעך הרב טייטלבוים פאר די רבנות. אפשר גאר צל פאר די ריכטער פאזיציע.

מומחה לויפט נישט?

קען טאקע זיין אז דאס איז אים, איך האב געזען ווי עפעס א מיוחס מיט א ווייסע בארד לויפט, האב איך מיך פארגעשטעלט אז דאס איז דיר, אבער עס שטומט. קען טאקע זיין מומחה. אבער אויף זיכער קען איך נישט זאגן ווייל וויפיל איך שטרענג אהן מיין אויגן ווען איך דריי מיך אויס קען איך זיי שוין נישט זעהן.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”