סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
ניע זשריצי כלאפצי
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 5:38 pm

סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניע זשריצי כלאפצי »

אן אינטערוויא מיט סטאוו יא פיטא, אינזער קאנדידאט פאר הויפט פארזיצער אינעם סטאטשטשי ראש הקהל קאמפיין



****************



א גוטן רבי סטאוו יא פיטא,

א בעסערן פעטער זשריצי,

צים אלעם ערשט איידער מיר גייען אריין אין די שווערע שאלות וויל זיך דער עולם באקענען מיט אייער נאמען,
קענט איר ביטע שיינע ערקלערן פשט אז איר טראגט אזא מאדנעם נאמען?


פרעגסט מיר? דער נאמען האט מען מיר געגעבן אין טאג פון מיין געבורט, קנאפע 2 חדשים צוריק. פרעג דעם סנדק

וואס טייטשט סטאוו יא פיטא אויב איך מעג פרעגן?

זאגזשע כאלאפצי, וועלעכע מדינה האט איר לעצט באזיכט?

קאזאכסטאן, למאי נפק״מ?

אה סבלנות געב עס א מינוט און וועסט אלעס פארשטיין. און בעפאר קאזאכסטאן ווי האט איר באזוכט?

הממממממ... שוין א לאנגע צייט צוריק... אה איך דערמאן זיך, זימבאבוועי!

זייער אינטערסאנט, איך האב סתם געפרעגט ווייל איך האב געוואלט וויסן, און ס׳איז מיר א עהרע און כבוד אז מיין געטרייע ווארט זאגער האט שוין באזוכט אין די אלע קאנטינענטן! דאס ווייזט אז מיר האבן געמאכט א גוטן באשלוס מיטן אייך אויפנעמען אלס ווארט זאגער. איר זענט דער געאייגנטער צי דינען אלס ווארטזאגער פאר אלע אייוועלטער ארום דער גאנצער וועלט!

דשאלאפי קוויאסיא! אבער וואס האט דאס מיט סטאוו יא פיטא?

טיטיק ניו אדאניא וועזשארא?! (בלויז א וויץ...) שוין, זאגסט קאזאכסטאן? סטאוו יא פיטא אויף קאזאכסטאניש באדייט "אייער וועלטליכע פירער" (נדנ)

נדנ?

כ'מיין ציזאגן נישט דער נאמבער פיר, מ'זאגט דאך איך בין א זיבענער

אה! נישט געכאפט. אז מ'רעדט שוין וואס מאכט אייך פאר א זיבענער?

ס'הייסט וואס? כ'בין א זיבעלע. קיינמאל נישט געזעהן ווי איך וויין?

אקעי לאמיר ציגיין צים ענין, מיר האלטן אינמיטן א מאסיוון קאמפיין פארן העכסטן פאזיציע אין אייוועלט, געט אינז א שטיקל דורכבליק וויאזוי אייער קאנדידאטור האט זיך געשאפן און פארוואס איר האט איבערגעגבן אייער קאנדידאטורשאפט פאר ידידנו מר סטיטשינער המכונה סטיטשי בלשון חיבה?

מיין קאנדידאטור האט זיך געשאפן אום מאי 7 (ידנ) יארע צוואנציג צוואנציג, אקוראט דעם טאג וואס כ'האב געלאנדעט אויף אייוועלט. ס'איז יענעם טאג געבוירן געווארן א ניק וואס די שטערן זעהער האבן שוין יארן פריער פאראויסגעזאגט אז אין עפעס אן אומקלארן טאג אויף א אומבאשטימטן אינזל מיט א אומבאקאנטן נאמען גייט געבוירן ווערן דער ניק וואס גייט ראטעווען דעם עתיד פון אייוועלט... דער טאג איז אנגעקומען....!

האט זיך געמאכט א פראבלעם וואס די שטערן זעהער האבן נישט פאראויסגעזעהן און דאס איז די ווידערהאלט פון די שטאטאטען וואס ערלויבן נישט קיין בהמה פחות משלשה צי טראגן דעם טיטל ראשאקאאל... וואס טוט מען? מיר ווייסן דאך דעם אמת אז איך בין באשאפן געווארן פאר דעם ציל און כ'טראג אויף מיר א אומגעהויערע אחריות צי ראטעווען דעם וועלט פון א נוקלערע חורבן וואס דרויעט אויפן שוועל...! נו וואזשע טוט מען... איז דער לעזונג געקומען טאקע פון דעם חכם מכל אדם מר סטיטשי אז מיר וועלן לויפן אויף איין בילעט און ווען מיין ניק וועט באקומען פאות וועט ער מיר איבערגעבן דעם בענקל..

זייער אינטערסאנט. און ביז דעמאלטס?

ביז דעמאלטס גיי איך נאר ניצן מיין סטיטשי ניק

וואאאאאס?

ס׳שטייסטע נישט? זשימבאנאדא ווינדרא כעלעפע ניו קארזשא טא עטשעקאדי סטיטשי! מאנגאליאיש פארשטייסטו יא?

אהא איך הער. לאמיר הערן וואס איז די גרעסטע פראבלעם וואס פלאגט אייוועלט היינטיגע טעג?

היינטיגע טעג איז די דריי וואכן און די גרעסטע פראבלעם איז וויאזוי געוויסע ניקס דא טרעטן אויף א גראבע הלכה אין שלחן ערוך וואס פארבאט חתונוה צי האבן בימי בין הצרים, גייען די מענטשן בשאט נפש האבן זיי חתונה מיט זייערע ניקס .... שומו שמים א חורבן עולם!!! מען איז זיך מדבק אינעם ניק א שטייגער ווי אישטוי קעגיפוי פוי! א חתונה כדת וכדין און מען קען שוין נישט כאפן א קיצל נאכדעם, אלעס איז פערזענליך אלעס איז פליקעס נאדא וואדאא... ראכאמאנא לשייזוואנא!

איז דאס אלעס וואס פלאגט אייוועלט? און וואס איז נאך די דריי וואכן?

על ראשון כישען, אייוועלט פלאגט זיך נישט וואטסאעווער, ווען איך נעם איבער דעם שטיל גיי איך זיך פלאגן. ועל שייניס איז קיינמאל נישט ערלויבט אזא גאנג ווייל א ניק איז סתם אזוי א טריפה'ענע בעל חי טאקע מעלה גרה אבער ס'איז נישט מפרסת פרסה.. ווי אויך אפילו די וואס האבן דעם סנפיר האבן אבער נישט קיין קשקשת... איז במילא די סארט חיבור מיטן ניק שטרענג פארבאטן און אי"ה אינטער מיין ראשאקאקאל שאפט גייט מען עס שטרענג אינפארסירן געהעריג מיט סנהדרין של ע"א

וואס איז אייער ציל מיטן לויפן?

ווי שוין געזאגט בעפאר, אייער איז סטאוו אויף קאזאכסטאניש. און ווען אייער לויפט גייט דער איי פון אייוועלט קראכן און ס׳גייט ווערן א שפיגל איי וועלט. דאס נעמט אריין אייער שפייז, שקשוקה, לויזע אייער, אייער צוויבל, לאקשן קיגל און וואדקע!

וואדקע?! ווי קומט וואדקע אן צי אייער?


כאפסט נישט אויפן ווינק? האלטסט דארט דעם פלאש וואדקע שוין אזא 10 מינוט, שטעכסט מיר אויס די אויגן, און די גיסט מיר נישט אן קיין גלעזל. נאדא וואסיא!

אוי אנטשולדיגט, נאדיר דריי גלעזלעך...

לחיים לחיים. יעצט קענסטו אנהייבן פרעגן וואס דיין הארץ באגערט נאר!

רעב סטאווי מיר האלטן שוין לאנג נאכן פרעגן. אבער אז דו בעטסט שאלות לאמיר דיר פרעגן וואס איז אייער בליק אויף די קעגנער אייערע?


אויף אזאנס האב איך מיר נישט געראכטן! גיסזשע אן נאך א צוויי דריי גלעלעך אפשר דעמאלטס...

נאדיר דאס גאנצע פלאש!..

אה ווא ווא!
נעום פיטא בנו יא סטאוו!...
צים ערשט מיין שטיף פעטער דער לוי טשאדי, שטעלט אהער א קאמפיין ווי ס'פאסט פאר מיין באדי.
מיט סאדי ציגלייך א שמייכל גלייך.
כאניש וואס צי טוהן קאמפיינט ווי מיין ליבער האן
און דער מומחה יוחס מיט זיינע אלטע כוחות
איי בלא בלא בלא א קנאק איינס צוויי דריי לא לא לא..
האמיר זיי אלע באזינגען ווי ס'וועלט זיך ציקלינגען.
הצלחה רבה פאר אלע ראשי קהלה פון טשאבא.
דער עיקר מען איז פריילאך און מען עסט זיסע קניידלאך...

אנטשולדיגט אבער כ'האב א הענגאווער....

האוווא ייש"כ סטאווי אסאך הצלחה!

כ'בין שוין נישט דא....
כאפט א גלעזל משקה ווילאנג איר וועט נאך לעבן ווייל אויף יענע וועלט וועט מען מער נישט געבן!

הכו"ח
ניע זשריצי כאלאפצי
קאמפיין ווארטזאגער פאר די סטאטשטשטשי ראש הקהל קאמפיין
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

אזאנס געלאכט האב איך שוין לאנג נישט.
קיפ איט אפ ניע זשריצי יא פיטא!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איך כאפ נישט וואס דא גייט פאר
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

חחחחחחחחחחחחחחח
סטאווי כהאב שוין געהאט געפלאנט צן שטימען בלא בלא, אבער נאך אזאנס איז שוין נישט מעגליך
אוי ביסטו גוט.
שיק אהער דעם פלאש ווען דו ענדיגסט. לאז עפעס איבער!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

שוין האמיר דעם שטיצע פונעם דאיען. וועם נאך דארפן מיר?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

דאס איז מיר נישט איינגעפאלען, אנשטאט טוישן דעם אוועטער פארן ניק האט מען געטוישט ניק פארן אוועטער.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

איך האב אזאנס ציימגעלאכט... אזש מיין בארדע איז פיל געווארן מיט פליסיקייט.. קיפ איט אפ!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פיינע נייעס די רוסישע.

געהעריג קאלאוזשען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

משוגע מאטארע תדשן עצמות יבשות ולחות לאחלוכי עד שתצא עלות השחר.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

:lol: :lol: :lol:

אזאנס געלאכט!....


אזא ראש הקהל דארף מיר!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דאס איז אייזען גוט! פיין האמיר הנאה געהאט און גוט געלאכט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

פיין געלאכט
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איינער ווייסט וואו די מילצן געפונען זיך? כ'רעד פון די ספעיר
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

:lol: :lol: :lol:

די ראשעקלאשאפט אין א זייט געלייגט... דו ביסט שיכור'ע נייעס!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ווי אזוי שרייבט מען אראפ א גלעכטער?
חא.... חא.... חא.....

ניין סאיז געווען סאך מער


אפשר
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אויך נישט! איך האב מיר אזאנס געווארפן אז אויב ווילסטו פארשטיין וואס איך מיין ליין אויך דעם שיכערניו...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

געוואלדיג!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

Re: סטאוו יא פיטא פארציילט סודות! וואן אן וואן אינטערוויא מיטן דשאדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

איך ווער שיכור נאר פון ליינען דא...
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

איי עם סטיטשינער ענד איי אפראוו דיס מעסעדש.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”