די תגובה איז אביסל א טיפע און זייטיגע ענין. געווידמעט בעיקר פאר די וואס לערנען גרונטלעך די שיעור תניא אינעווייניג.
אפילו די וואס וועלן נישט לערנען די תגובה וועלן קענען געהעריג מיטהאלטען די נעקסטע תגובה בעז"ה.די תגובה איז גענומען פון
ספר דרך מצוותיך דף מו ע"ב ואילךבעצם ווערט דאס נאר דא דערמאנט ברמז אבער היות די ענין ווערט כמה פעמים ארום גערעדט אין תניא טראכט איך עס צו מסביר זיין דא באריכות און אין די קומענדיגע מאל נאר צוצייכענען אויף אהער בעז"ה.
קודם וועל איך אראפ ברענגען די סוגיא באריכות, און נאכדעם וועל איך מסביר זיין די ווערטער אין תניא אינעווייניג.
קושית הראשונים על תוארים על הבורא יתברך
די ראשונים שטעלן זיך וויאזוי פאסט זיך צו זאגן אויפן אייבערשטן מענטשליכע מושגים ווי חכם גבור ועוד. לכאורה זענען דאך די אלע זאכן, מענטשליכע מושגים, ולא ישיגוהו משיגי הגוף?
דהיינו אונז זאגן ביי אני מאמין, הוא יחיד, ואין יחידות כמוהו בשום פנים. דאס מיינט אזוי. יעדע מציאות אין וועלט איז מורכב פון אפאר זאכן, דהיינו יעדע זאך איז מורכב פון די ד' יסודות, אש מים רוח עפר. און אפילו די ד' יסודות אליינס, וואס זיי זענען פשוט כלפי די אנדערע זאכן זענען אבער נישט בתכלית הפשיטות, ווייל זיי זענען למעשה אויך מורכב. און וועגן דעם קען מען מאכן פון וואסער אייז וכדומה. אויך האט יעדע זאך א טעם וואס דאס ווייזט אויך אויף הרכבה, אז ס'איז דא עפעס א אינגרידענ"ס אין די זאך.
אפילו רוחניות'דיגע זאכן זענען אויך מורכב. למשל מחשבה. יעדע מחשבה מוז זיין צוטיילט פון דריי זאכן, 'יודע' איז דער מענטש וואס ווייסט. 'מדע' איז די שכל מיט וואס ער ווייסט. דהיינו דער מענטש האט אין זיך אסאך כחות, נישט ער 'איז' די שכל, נאר ער 'האט אין זיך' שכל . און 'ידוע' איז די זאך וואס ער ווייסט. למשל ער קען די גמרא די גמרא איז א דבר חיצוני פונם מענטש. אן די דריי זאכן, קען נישט זיין א מושג פון וויסן.
אבער ביים אייבערשטן איז נישט שייך צו זאגן אז ער איז מורכב ח"ו. נאר הוא 'יחיד' ואין יחידות כמוהו בשום פנים. (עס איז דא אויף דעם א הסבר אויכעט, אבער מיר וועלן זיך באגענוגענען אין דעם מיט די אמונה פשוטה). אויב אזוי ווי אזוי פאסט צו נוצן לשונות פון הרכבה ביים אייבערשטן, ווי חכמה גבורה רחמים ועוד.
איז דא אויף דעם 3 מהלכים איינס איז דער רמב"ם אין הלכות יסוה"ת פ"א ופ"ב. די צווייטע איז דער מהר"ל אין הקדמה לגבורות ה'. מובא בתוי"ט פ"ה מ"ו ממס' אבות. און די דריטע איז דער חסידישער מהלך געבויעט אויף די מקובלים וואס דער בעל התניא ברענגט עס אסאך מאל אראפ.
מהלך של הרמב"ם
דער רמב"ם זאגט אז צו מסביר זיין די מידות פון אייבערשטן ווי חסד רחמים וכו', וואס דאס זענען נאר הנהגות פון אייבערשטן מיט בריאותיו, אויף דעם קען מען זאגן, אז באמת איז טאקע נישט שייך צו זאגען אויפן אייבערשטן אז ער האט די מידות. איי ס'שטייט דאך וחרה אף ה', אהבתי אתכם אמר ה' וכדומה, אויף דעם ענטפערט דער רמב"ם ,אז ס'נאר א משל, דהיינו היות ווען מיר טוען מצוות קומט גוטס, פאסט זיך צו נוצן די אויסדרוק, אז דער אייבערשטער האט הנאה פון אונזערע מצוות, און היות ווען מיר טוען עבירות, קומט ח"ו אן עונש, פאסט זיך צו נוצן די אויסדרוק אז ס'דא א חרון אף ר"ל, אבער באמת איז נישט דא, נאר ס'איז א משל כלפי וואס מיר באקומען אויף דעם.
אבער דאס איז נאר כלפי מידותיו יתברך, וואס זענען נאר הנהגות כלפי בריאותיו. אבער לגבי חכמתו יתברך, וואס דאס איז שוין יא עצמי, דהיינו די חכמה וואס ליגט אין די וועלט, די זעלבע ידיעותיו פון וואס ס'טוט זיך אין וועלט, דאס קען מען שוין נישט זאגען אז ס'איז א משל, ווייל מ'גייט דאך נישט זאגען, אז בעצם ווייסט נישט דער אייבערשטער וואס טוט זיך, נאר ס'איז א משל וכדומה. אויף דעם -זאגט דער רמב"ם- דארף מען שוין יא צוקומען צו זאגען אז ס'איז דא ביים אייבערשטן חכמה. איי חכמה איז דאך מורכב פון די דריי זאכן, יודע מדע און ידוע, ווי אויבן ערקלערט? אויף דעם זאגט דער רמב"ם אזוי.
למעשה קען מען נישט פארשטיין וואס הייסט חכמתו יתברך, אזוי ווי ס'שטייט החקר אלוק תמצא, כי לא מחשבותי מחשבותיכם וגו, נאר וואס מיר קענען יא פארשטיין איז, ווי אזוי אונזער שכל ארבעט, דהיינו אז ס'איז א מורכב. און אויך קענען מיר פארשטיין די סיבה פארוואס ס'ארבעט אזוי בהרכבה, און אויך קענען מיר פארשטיין אז ביים אייבערשטן איז נישט שייך די סיבה אז ס'זאל זיין מורכב, און ממילא גייט אויסקומען אז דעם אייבערשטנס שכל קען און מוז זיין באופן הפשוט בתכלית הפשיטות, אבער די זאך ווי אזוי שכל זאל קענען זיין פשוט בתכלית, דאס קען מען נישט פארשטיין. און אויף דעם שטייט החקר אלוק תמצא, כי לא מחשבותי כמחשבותיכם. אדער ווי דער לשון אין זוהר 'איהו חכים' דער אייבערשטער איז קלוג, 'אבל לא בחכמה ידיעא' נישט מיט די באוואוסטע חכמה וואס מיר פארשטייען, נאר מיט אן אנדערע סארט חכמה וואס איז פשוט וואס מיר קענען עס נישט משיג זיין.
א מענטשליכער שכל איז מורכב, ווייל מיר ווייסן פון אזאך נאר פון דרויסן. דהיינו עס איז דא א זאך וואס האט נישט קיין שייכות מיט אונז, למשל א שטיקל גמרא, וואס אפילו מיר לערנען עס נישט איז עס דא, און מיר נוצן אונזער שכל, וואס איז א דרויסנדיגע זאך כלפי די גמרא, ווייל די גמרא איז גמרא, אויך אן דעם וואס מיר פארשטייען עס, און ווען מיר שטעלן צוזאם די צוויי זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות, אונזער שכל מיט די גמרא, דאן פארשטייען מיר און מיר קענען די גמרא. וואס מיר זענען נישט די שכל נאר מיר האבן שכל ווי אויבן ערקלערט. און אזוי ווערט אן הרכבה, אז 'מיר' זאלען דורך דעם וואס מיר נוצן די 'שכל' פארשטיין די 'גמרא'.
אבער ביים אייבערשטן איז דאך די זאך וואס ער ווייסט נישט קיין דבר חיצוני ווייל ער האט דאך עס באשאפן, און ער געט דאך חיות יעדע רגע אז ס'זאל זיין קיים, ווייסט ער עס דאך פון אינעווייניג, ווייל ער מאכט עס דאך, אזוי ווי ווען א מענטש רעדט ווייסט ער וואס ער זאגט פון אינעווייניג אפילו פארן זאגן, משא"כ דער חבר ווייסט עס נאר פון דרויסן נאכן זאגן. אויב אזוי ווען דער אייבערשטער ווייסט א זאך איז נישט אז דער אייבערשטער ווייסט א צווייטע זאך ממילא איז עס אן הרכבה. נאר דער אייבערשטער ווייסט די זאך פון אינעווייניג אויב אזוי פעלט זיך נישט אויס קיין הרכבה.
אבער ווי אזוי איז למעשה שייך אזא סתירא'דיגע מושג, ווי וויסן א זאך, און עכ"ז זאל עס נישט זיין קיין הרכבה, דאס קען א נברא נישט פארשטיין, ווייל ס'נישט שייך אזא זאך פאר אים.
אין אנדערע ווערטער: ס'איז שייך צו וויסן אז ס'איז דא אזא זאך, אבער ס'איז נישט שייך צו פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט.
קושיתו של מהר"ל
אבער דער מהר"ל אין די הקדמה צו גבורות, דינגט זיך זייער שארף מיטן רמב"ם, ווייל לויט דעם רמב"ם קומט אויס אז דער אייבערשטער איז א מושג פון שכל, טאקע שכל הפשוט אבער פארט א צורה פון שכל, ווייל עס איז דאך דא דריי זאכן אין די הרכבה פון שכל, יודע מדע און ידוע, יעצט אפילו די ידוע דהיינו די זאך דאס איז איינס מיטן מדע דאס איז די שכל, אבער מ'קען דאך נישט זאגען אז דער אייבערשטער האט אין זיך אן הרכבה ווי שכל, ווייל אויב אזוי איז עס ווייטער הרכבה, אלא מאי וועט מען זאגען אז דער אייבערשטער איז א שכל הפשוט. אויב אזוי האסטו ווייטער מגביל געווען דעם אייבערשטן. און ער זאגט ווי אזוי קענסטו שרייבן אן הגדרה אויפן אייבערשטן?
אז מיר קענען נישט פארשטיין אונזער נשמה, ווי אזוי דאס ארבעט, און מ'קען עס נישט אריין לייגען אונטער קיין שום מושג, קיינער וועט נישט זאגן אז זיין נשמה איז שכל, עס איז דאך למעלה מהשגתינו, די גאנצע וואס מיר פארשטייען איז ס'מוז זיין אז מיר האבן א נשמה, ווייל אויב נישט וואלטן מיר געווען טויט. אבער וואס איז א נשמה, און ווי אזוי ס'ארבעט דאס ווייסען מיר נישט. איז דאך כל שכן וכ"ש אז מיר קענען נישט אנפאנגען צו באגרייפען די גרויסקייט פון הייליגען באשעפער, און זיכער נישט זאגן אויף אים אז ער איז א שכל הפשוט. און וועגן דעם רופן אן חז"ל דעם אייבערשטן הקדוש ב"ה, קדוש מיינט אפגעשיידט דאס מיינט אפגעשיידט פון אונזער פארשטאנד אינגאנצען, מיר קענען אים בכלל נישט פארשטיין, און זיכער קענען מיר אים נישט מגדיר זיין.
איי אויב אזוי ווי אזוי געט מען זיך אן עצה מיט די קשיא וואס דער רמב"ם פרעגט, ווי אזוי פאסט צו זאגן אויפן אייבערשטן חכמה ומידות, וואס דאס איז דאך אן הרכבה, און דער אייבערשטער איז דאך פשוט בתכלית הפשיטות?
מהלך של המהר"ל והתוי"ט
אויף דעם ענטפערט ער דארט, און זיין תלמיד דער תוי"ט, ברענגט עס אראפ בקיצור אין אבות פ"ה מ"ח אזוי.
די מושג חכמה און אויך אלע אנדערע תוארים וואס מיר זאגען אויפן אייבערשטן, איז נישט קיין הגדרה אויפן אייבערשטן, נאר עס איז א בריאה פון אייבערשטן. דהיינו אזוי. אזוי ווי מיר פארשטייען אז ס'איז דא א בריאה וואס דער אייבערשטער האט באשאפן און מיר גייען נישט האבן קיין קשיות וועגן דעם אויפן אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז א כל יכול און אפילו ער איז רוחני בתכלית הרוחני, עכ"ז קען ער באשאפן א גשמיות'דיגע (און רוחניות'דיגע) בריאה.
די זעלבע זאך קענען מיר פארשטיין אז דער אייבערשטער האט באשאפן דרכי הנהגה צו די בריאה אויך. דהיינו דער אייבערשטער וואלט געקענט זיך פירען מיט מענטשן, אין א אופן וואס מיר זאלן נישט פארשטיין זיין דרך ההנהגה בכלל, נאר ער האט געוואלט זיך פירען אין א אופן וואס מיר זאלן פארשטיין זיין דרך ההנהגה, וועגן דעם האט ער באשאפן דרכי הנהגה און ער פירט זיך מיט זיי.
למשל ווען דער איבערשטער וואלט נישט באשאפן און זיך נישט געפירט מיט אזא מושג ווי רצון, וואלט נישט געווען שייך צו זאגן אז דער אייבערשטער וויל מ'זאל זיין ערליך, און ער וויל נישט מיר זאלן זינדיגען, און אויב אזוי וואלטן מיר נישט געוואוסט וואס צו טאן וכו' און עס וואלט געווען א צווייטע דרך הנהגה אינגאנצן. אבער אזוי ווי דער אייבערשטער האט יא געוואלט די דרך הנהגה, האט ער קודם פאר ער האט באשאפן די וועלט באשאפן דרכי הנהגה וואס מיט זיי פירט ער די וועלט. און די מושגים קענען מיר יא פארשטיין אז דער אייבערשטער פירט זיך מיט אזא הנהגה.
ממילא איז נישט קיין קשיא אז מיר זאגן אויפן אייבערשטן אז ער פארשטייט, ער וויל וכדומה. ווייל ס'נישט אז ער איז א פארשטייער, אז מיר זאלן פרעגן אז ס'איז הרכבה, נאר ער האט באשאפן אזא מושג ווי פארשטאנד און רצון, און ער פירט זיך מיט זיי.
די לשון התוי"ט שם איז:
ורבינו בד"ח הפליא עצה, הגדיל תושי', אמר כי הידיעה ויכולת הכל מפעלותיו כמ"ש וידע אלוקים הוא לשון פעולה וכמו ששאר הפעולות אין מחייבין בו שינוי ולא רבוי, כך גם אלו, ונסמך בזה בחכמת הקבלה ע"ש.
אין די לשון המקובלים ווערן די דרכי הנהגה פון אייבערשטן אנגערופן ספירות. און וויבאלד די דרכי הנהגה זענען נבראים פון אייבערשטן, אזוי ווי ערקלערט בשיטת המהר"ל, וועגן דעם רופן זיי אן די דרכי הנהגה "עולם" האצילות.
אבער די מהלך פון דעם מהר"ל איז אביסל שווער, ווייל פשוט פשט אין די פסוקים איז, אז דער אייבערשטער איז קלוג וכדומה, נישט אז דער אייבערשטער פירט זיך מיט אן הנהגה פון קלוגשאפט.
מהלך של הבעל התניא
אויף דעם מאכט דער בעל התניא א פשרה. ער איז מסביר אז ביידע זענען גערעכט סיי דער רמב"ם און סיי דער מהר"ל, דהיינו אזוי:
יעדער ווייסט די רמ"א אין או"ח סימן ו' אויף די ברכה ומפליא לעשות, אז דער אייבערשטער איז מקשר די נשמה וואס איז א רוחני צו א גוף וואס איז א גשמי. דאס מיינט אז אפילו בעצם די נשמה איז נישט שייך צו די חושי האדם, עכ"ז למעשה ווען די נשמה איז אין די גוף איז עס מוגבל צו די חושי האדם, נישט נאר אז עס פירט זיך אזוי, כבחינת המלאכים וואס האבן זיך געמאכט עסן ביי אברהם אבינו, נאר די נשמה איז א חלק פון די מענטש, מוגבל ומצומצם צו די כחות וחושי האדם.
די זעלבע זאך כביכול ביי די דרכי הנהגה פונם אייבערשטן.
אה"נ כלפי דעם אייבערשטן אליינס איז דער מהר"ל גערעכט, אז ס'איז נישט שייך צו זאגן הגדרות ותוארים, נאר אלע תוארים זענען א בריאה וואס דער אייבערשטער האט זיי באשאפן, כדי צו פירען מיט זיי די וועלט, ווי ערקלערט אויבן.
אבער די וועג וויאזוי דער אייבערשטער פירט זיך מיט זיי, איז כביכול אזוי ווי דער אייבערשטער האט געמאכט די נשמה זאל זיך פירען מיט די גוף דהיינו עס ווערט איין מציאות, די זעלבע זאך די מידות און דרכי הנהגה וואס דער אייבערשטער האט געמאכט איז געטליכע כוחות וואס איז למעלה פון די פארשטאנד פון א נברא, און דער אייבערשטער כביכול באנוצט זיך מיט זיי כביכול אזוי ווי די נשמה איז זיך מתלבש מיט די גוף איז גער אייבערשטער כביכול זיך מתלבש אין די כלים די מידות ודרכי ההנהגה, אזוי אז ס'איז שייך באמת די לשון אז דער אייבערשטער וויל, נישט נאר אז ער פירט זיך מיט אן הנהגה פון רצון.
א גשמיות'דיגע משל אויף דעם, ווערט כסדר אראפגעברענגט אין די חסידישע ספרים. פון זוהר הקדוש כהדין קמצא דלבושי מני' ובי' אזוי ווי דער שנעק וואס זיין לבוש איז א חלק פון אים. עס איז דא א חי' א שנעק וואס האט א קלייד אויף זיך, אבער עס איז א חלק פון אים, עס וואקסט מיט אים.
דער דרך מצותיך איז מסביר די ענין מיט א משל. למשל א מלמד פון קליינע קינדער ווען ער פירט די כיתה מוז ער זיך אראפ לאזען צו זייער מדריגה, ער דארף זיין פריילעך ווען זיי פאלגען אים, און זיין צארענדיג ווען זיי פירען זיך נישט אויף שיין, אפילו באמת לויט זיין דרגה איז נישט קיין גרויסע חילוק ווי אזוי זיי פירען זיך אויף, אבער ער דארף זיך פירען מיט אן הנגה אז ס'גייט אים יא אן, פאר זייער חינוך וועגן.
נאר ביי א מענטש וואס איז מוגבל, איז נישט שייך צוויי אמת'דיגע הנהגות. נאר ממ"נ אדער איז ער נישט באמת איבער גענומען פון די קליינע קינדער, אדער איז ער יא באמת איבער גענומען פון די קליינע קינדער, אבער ביים אייבערשטן איז יא שייך באותו זמן צוויי אמת'דיגע הנהגות, מצד אחד איז דער אייבערשטער העכער די אלע דרכי הנהגה וואס ער האט באשאפן, און ער איז פשוט בתכלית הפשיטות, אבער מצד אחר פירט ער זיך מיט אן הנהגה אז ער ווערט באמת איבער גענומען פון די מעשי בני אדם. נאר מיר קענען עס נישט משיג זיין אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט, ווי געברענגט אויבן, אז מיר קענען נישט פארשטיין ווי אזוי, אבער מיר קענען יא פארשטיין, אז די סיבה פארוואס מיר זענען מוגבל, דאס איז נישט שייך ביים אייבערשטן. און דער אייבערשטער וואס איז פשוט בתכלית הפשיטות, און זיינע דרכי הנהגה זענען פשוט בתכלית הפשיטות, ער קען זיך יא פירען אפילו מיט זאכן וואס זענען א סתירה לויט די מושגי הנבראים המוגבלים.
סיכום:
לסיכום. דער מהר"ל איז גערעכט אז כלפי דעם אייבערשטן איז נישט שייך צו זאגען אפילו נישט אז ער איז א שכל הפשוט, נאר די דרכי הנהגה זענען נבראים פון אייבערשטן. אבער דער רמב"ם איז יא גערעכט ווען מ'רעדט פון די דרכי הנהגה אויף דעם פאסט זיך יא די הבנה פונם רמב"ם מסביר צו זיין אז אפילו די הנהגה איז אויף א אופן פון פשיטות והוא היודע הוא הידוע והוא המדע.
(נאר נאך די מהר"ל וההבנת החסידות, קען מען שוין מסביר זיין די זעלבע הסבר אויף אלע מידות ודרכי ההנהגה, און עס פעלט זיך שוין נישט אויס צו זאגן אז די מידות פון אייבערשטן ווי רחמים וחסדים, זענען נאר א משל ווי דער רמב"ם שרייבט).
לשון התניא:
כך עד"מ נשמות ישראל עלו במחשבה, כדכתיב בני בכורי ישראל, בנים אתם לה' אלהיכם. פי' כמו שהבן נמשך ממוח האב, כך כביכול נשמת כל איש ישראל, נמשכה ממחשבתו וחכמתו ית', דאיהו חכים ולא בחכמה ידיעא, אלא הוא וחכמתו א', וכמ"ש הרמב"ם שהוא המדע והוא היודע כו', ודבר זה אין ביכולת האדם להבינו על בוריו כו', כדכתיב החקר אלוה תמצא, וכתיב כי לא מחשבותי מחשבותיכם וגו.
הגהה: והודו לו חכמי הקבלה, כמ"ש בפרדס מהרמ"ק, וגם לפי קבלת האר"י ז"ל יציבא מילתא, בסוד התלבשות אור א"ס ב"ה, -על ידי צמצומים רבים- בכלים דחב"ד דאצילות.
דהיינו אז דער רמב"ם איז גערעכט כלפי די דרכי הנהגה פון אייבערשטן, וואס דאס ווערט אנגערופען אין די ספרי קבלה, אז דער באשעפער כביכול, איז זיך מתלבש אין די דרכי ההנהגה, (כלים דאצילות) אזוי ווי א נשמה (אור) בגוף (כלים) עולם האצילות. (די מקובלים רופן אן דעם אייבערשטן אור א"ס).
אך לא למעלה מהאצילות, וכמ"ש במ"א, שא"ס ב"ה מרומם ומתנשא, רוממות אין קץ, למעלה מעלה, ממהות ובחי' חב"ד.
אבער די מקובלים זענען מודה צו דעם רמב"ם, נאר כלפי די דרכי ההנהגה, וואס ווערט אנגערופן אין זייער שפראך עולם האצילות, אבער כלפי דעם אייבערשטן אליינס, (ובלשונם: אין סוף ב"ה) איז: לו דומי' תהילה,
עד שמהות ובחי' חב"ד, נחשבת כעשייה גופניית אצלו ית', כמ"ש כולם בחכמה עשית.
דער תניא איז מסביר פארוואס שטייט כולם בחמה עשית, עס פאסט דאך נישט א לשון מאכן אויף חכמה? עס וואלט געדארפט שטיין כולם בחכמה השכלת וכדומה?
נאר די פסוק וויל ארויס ברענגען אז חכמה ביים אייבערשטן איז נישט מער ווי א נברא וואס ער האט באשאפן, און כלפי דעם אייבערשטן איז נישט קיין שום חילוק צווישן די דרכי הנהגה אדער א דומם גשמי, ביידע האט ער באשאפן, נאר כלפי די מענטש איז א חילוק, אז די דרכי הנהגה איז געטליכקייט וואס דער אייבערשטער פירט זיך מיט זיי, און א דומם איז א גשמי.