אנקעטע פאר בעלי משפחות ברוכות בלי עין הרע

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וויאזוי קומט איר זיך אויס פינאנציעל

איך דעק ברוך השם דעם חודש מיט הרחווה.
22
40%
איך דעק ב"ה דעם חודש, אבער זייער מצומצם, איך מוז טראכטן טויזענט מאל פאר איך קויף עפעס צו איך קען זיך עס ערלויבן.
25
45%
ליידער דעק איך נישט, איך דריי מיט חובות צו קענען דעקן די חודש.
8
15%
 
סך הכל שטימען: 55

פינאנציעלע סטאבליטעט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 8:26 am

אנקעטע פאר בעלי משפחות ברוכות בלי עין הרע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנציעלע סטאבליטעט »

מיטהאלטענדיג פון די נאנט עטליכע חבירים וואס האבן שוין גרעסערע משפחות (4-6 קינדער אינטער בר מצוה) וואס מוטשענען זיך זייער דורך צו קומען דעם טאג פינאנציעל, בין איך נייגעריג ווי פיל פראצענט פון די היימישע אינגעלייט געבן זיך א עצה ווען מען האלט ביי די סטעידזש.

די אנקעטע איז נישט פאר שנה ראשונה אינגעלייט און אויך נישט פאר עלטערע וואס מאכן שוין חתונה, ביטע נאר שטימען אויב איר האט כאטש פיר קינדער וואס זענען שוין אין א מוסד און איר מאכט נאך נישט חתונה.
פינאנציעלע סטאבליטעט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 8:26 am

Re: אנקעטע פאר בעלי משפחות ברוכות בלי עין הרע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנציעלע סטאבליטעט »

שיין צו זען אז רוב רובם געבן זיך ב''ה א עצה, כאטש וואס א חלק ניכר מוטשענען זיך אבער סוף כל סוף מאכן זיי עס ארבעטן.

די שאלה איז, וויפיל די אלע וואס דעקן פארדינען א וואך.

זאל מען מאכן אן עקסטערע אנקעטע?
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”