דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Fiverr איז א קאמפיני וואס איז א פלאץ פאר freelancers צו טרעפן ארבייט, און פאר ארבייטסגעבער צו טרעפען freelancers. וואס איז דאס א פרילענסער? לאמיר זאגן אז ס׳איז דא א קאמפיני וואס וויל מאכן א לאגא, זיי האבן נישט קיין אייגענע גרעפיק דיזיינער, מילא מוזן זיי טרעפען א גרעפיק דיזיינער וואס זאל דאס טוהן פאר זיי, זוכט ער אויף א פרילענסער, צאלט עם אפאר דאללער (וויפיל יענער בעט פאר די לאגא), און ער באקומט זיין לאגא. די זעלבע איז מיט א שרייבער, א פרארעממער, און נאך.

וויאזוי טרעפט מען אזא פרילענסער? נאך מער וויאזוי ווייסט מען צו יענער טויג? ביז היינט, האט א פרילענסער זיך עדווערטייזעד, די ארבייסטגעבער האט עם אנגערופן, די פרילענסער האט צוגעשטעלט ריפרענסעס, די בעה״ב האט פרעגט זיך נאך, מען פארהאנדלט א פרייז וכו׳ וכו׳. דא קומט פייווער אריין אין די בילד, פייווער שטעלט צו א סייט, די פרילענסער פאוסט אז ער איז גרייט צו ארבייטען, די בעה״ב טרעפט עם דארט, די בעה״ב לאזט א review, און ס׳איז מסודר.

זייער גרעסטע קאמפיטישען איז Upwork. אפווארק ארבייט בערך אזוי, די בעה״ב לייגט ארויס זיין ארבייט (איך וויל א לאגא. איך וויל צאלן כך וכך), דערנאך דארף די פרילענסער ״קאננעקטען״ מיט די בעה״ב (וואס דאס קאסט געלט, הגם יעדער חודש באקומט מען בחינם׳דיג׳ע קאננעקטס), דערנאך פארהאנדעלט מען, ביז מען סעטטעלט אויף א פרייז. א צווייטע מהלך אויף אפווארק, איז א פרילענסער לייגט ארויס, איך (למשל גרעפיק דייזענער) ארבייט פאר $50 א שעה (למשל), די ווילסט איך זאל מאכן א לאגא? וויפיל שעה איך וועל ספענדען דאס צו מאכן לויט דעם וועל איך דיר בעטן געלט.

פון די אנדערע זייט, פייווער ארבייט פונקט פארקערט, זיי ארבייט דאס אז די פרילענסער זאגט וואס ער מאכט (איך מאך א לאגא), ער שרייבט וויפיל ער בעט דערפאר (למשל $25), דערנאך קומט די בעה״ב און ער זיכט אויף לאגא, ער לייגט עס אריין אין זיין קארט, דער באקומט זיין לאגא, דער באקומט באצאלט, און פטור אן עסק. פייווער רופט די זאכן אן א ״גיג״, לכתחילה האבן אלע גיגס געמעגט קאסטן בלויז $5, (פארדעם הייסט די סייט פייווער), אבער מיט די צייט האבן זיי געלאזט העכערען די פרייז פון די גיגס. יעדער גיג, קען האבן עדד-אנס, אדער קען זיין מערערע ווערסיעס פון די גיג.

Screen Shot 2021-07-15 at 11.40.52 AM.png
Screen Shot 2021-07-15 at 11.40.52 AM.png (95.22 KiB) געזען 41968 מאל


אין דעם סקרין שאט קען מען זען א לאגא גיג (ס׳איז אן אמת׳ער גיג, וואס איך נוץ אלץ א דוגמא). ווי מען קען זען, דער גרעפיק דיזיינער האט ארויסגעלייגט דריי סארטען גיגס, פאר יעדער גיג שרייבט ער קלאר וואס מען באקומט, די גיג דויערט 3 טעג, אויב דארף מען די לאגא שוין היינט, האט ער די Rush אפציע, ווי מען קען צוצאלן צו באקומען די לאגא אין איין טאג.

סוף אקטאבער האט אפווארק נאכגעמאכט פייווער אין דער פרט, זיי האבן ארויסגעלייגט ״פראדזשעקטס״, פראדזשעקטס זענען ענדליך צו גיגס, אבער פייווער איז אסאך לענגער אין די געים ווי אפווארק אין דער ספציפישע וועג פון פרילענסינג. פייווער איז סימפל און גרינג צו ניצן, אפווארק איז קאמפליצירט.

פייווער איז געגרינדערט געווארען דורך מיכה קאופמאן, און שי וויניגער, 2 איזרעלי ביזנעסלייט אין 2010. זיי האבן אנגעפאנגען מיט אן אינוועסטמענט פון $1 מיליאן דאללער. און שפעטער באקומען נאך אינוועסטמענטס, זיי זענען געגאנגען פובליק אין יוני 2019, פאר $26, זיי זענען גלייך געשפרינגען צו כמעט $40, דערנאך געטראסקעט צו בערך $18-19 ביי אקטובער 2019, אפריל 2020 האט זיין סטאק פרייז גענומען ארויפשיסן ביז אין פעבורער 2021 האט ער געהאלטען ביי א שטוינענעדע $324 און דערנאך, טראסק! די סטאק האט געטראסקעט ביז מאי 2021 האט ער געהלטען ביי $170, א כמעט 50% טראסק, זינט דאן האט זיך די סטאק איבסל צוריקגעכאפט, די סטאק האלט שוין היינט ביי בערך $212 א 25% שפרינג.

יעצט דארף מען דורכטוהן די זאך, וואס האט גורם געווען די שפרינג אין אפריל 2020? וואס האט גורם געווען די טראסק אנפאנג מארטש? ועל כולם, וועלעכע איז די ריכטיגע פרייז? די $324 פון פאר די קראך? די $170 פון נאך די קראך? אדער די $212 וואס ס׳איז יעצט ווערט? אפשר גאר עפעס אנדערש?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח @בבקשה! מ'דארף האבן צייט און נערווען צו טוען אין דעם... :wink:

פייווער לענ"ד האט א גוטע פראדוקט, ס'מאכט אסאך סענס פאר היינטיגע צייטן אז מענטשן זאלן זיך נישט ווילן משעבד זיין צו א קאמפאני, וואו זיי דארפן אריינקומען פון 9 טו 5. ענדערש זיין זעלבסשטענדיג. און פאר דעם איז פייווער דא.

זיי זאגן אז זיי טארגעטן א 100 ביליאן דאללער מארקעט. די אלגעמיינע פרילענסער מארקעט איז ריזיג. איך גלייב דאס גייט נאר שטייגן.

זיי טרייען זיך צו אויסברייטערן אין אויסלענדישע פלעצער אויך. דאס איז א גרויסע אפארטוניטי פאר זיי.

כ'זעה אז זיי פאוקסן שטארק צו מאכן מער פערמענאנטע זשאבס. מיט די פרימיום ביזנעס אקאונטס. ווי מ'קען זיך אויפסעטן אויף א מער סטעדי אופן. כ'האב טאקע געזען אין זייער רעפארט, אז דער עווערעדזש קאסטומער ספענט אסאך מער ווי א יאר פריער.

ס'גייט מסתמא נישט נעמען לאנג און זיי גייען זיין פראפיטעבל. זיי זענען שוין יעצט פראפיטעבל אן די טעקסעס וכדו', און די עיקר הוצאות זענען עקספענסעס אויף צו פארברייטערן. וואס איז א גוטע זאך.

זייער רעוועניו איז כסדר געשטיגן הערליך שיין. הערליכע פראצענטן יאר איבער יאר.

איינס פון די פראבלעמען זענען גאווערמענט רעגיולעישאנס. אין קאליפארניע איז ארויס א געזעץ אז א פרילענסער הייסט אן עמפלויאי. און ער דארף נאכקומען די געזעצן דערוועגן.

דאס איז מיין פירסט אימפרעשאן... כ'דארף נאך געהעריג מעיין זיין.

די פרייז? דא ווער איך עניוועי אלעמאל סטאק. ס'איז יעצט איבער 30 פער סעיל רעשיאו. נישט געפערליך אדער יא געפערליך? אפשר קען איך טרעפן בעסערע קאמפאניס פאר א ביליגערע פרייז? פארוואס זאל איך גיין דא? אפשר זאל איך פאוקוסען אויף א אנדערע גוטע קאמפאני וואס איז ביליגער, און אויטאמאטיש די רעטורען גרעסער.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח בבקשה און ממוצע פאר אייער אנאליז.

וואסי טאקע פשט פון די ראולערקאסטער אין די סטאק פרייזן די לעצטע יאר?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך האב א פראבלעם מיט פייווער.

עס פארקויפט נישט קיין שום יוניק פראדוקט. יא, זיי האבן איינגענומען די זאך מיט א שטורעם. אבער קען נישט עני דעי אויפשטיין א צווייטער און עס איבערנעמען? ספעציעל אויב א גרויס חלק פון זייערע קאסטומערס זענען איינמאליגע.

נאך א פראבלעם איז דא, אז זיי זענען זייער טייער. זייער 'טעיק רעיט' וויפיל זיי נעמען אריין, איז א ריזיגע 27 פראצענט. בשעת די אנדערע קאמפעטישען דארט אפווארק איז 'אסאך' ביליגער. מ'קען עס אנקוקן אז די מענעדזשמענט איז גוט, אבער פארוואס זאלן נישט מענטשן גיין צו א אנדערע קאמפאני וואס גייט איין טאג אויפשטיין, און גייט זיין ביליגער?

עפעס האב איך געזעהן גערעכעכצער אז לינקדאין וויל אויך עפענען אזא פלאטפארמע. נו, ווער זאגט אז זיי גייען נישט צוכאפן א גרויס חלק פון פייווער? אז אויב פייווער וועט דארפן אראפרוקן די פרייזן, וועט עס אויפעסן זייער פראפיט.

פייווער בעט היינט צוטאגב א 5% פון דער קויפער, און 20% פון די סעללער. דאס הייסט פאר א הונדערט דאללער ארדער, וועט דער בייער, דער וואס געט ארויס די ארדער, דארפן צאלן 105$, און דער וואס מאכט די ארבעט וועט באקומען 80$. זעט מיר אויס זייער טייער.
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

roller coaster..
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (6.79 KiB) געזען 23173 מאל
פשטות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 2:31 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטות »

אברהם אבינו האט געשריבן:roller coaster..



זיי האבן שטארק אראפגערוקט זייער גיידענס פאר Q3
פשטות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 2:31 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטות »

בבקשה מיר וווארטן שטארק אויף אייער אנאליז....
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שכח פאר אלע מבינים וואס געבן אראפ פון זייער צייט
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

האט איינער אן השגה אויב יעצט נאכן טראסק איז עס וועדט צו קויפן?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הר גריזים האט געשריבן:שכח בבקשה און ממוצע פאר אייער אנאליז.

וואסי טאקע פשט פון די ראולערקאסטער אין די סטאק פרייזן די לעצטע יאר?

איך ווייס נישט ספעציפיש וועגן פייווער, אבער אסאך פון די גרויסע גראוט סטאקס זענען געפערליך וואלעטיל.

איך בין נישט קיין גרויסער מומחה. אבער אויבן אויף זעה איך א גרויסע פארגלייך פון פייווער צו א סטאק ווי LMND לעמאנעיד. דאס איז אן אינשורענס קאמפאני וואס דארף צו ארבעטן מיט AI ארטיפישעל אינטעלעדזשענס. דארט איז אויך דא א גרויסע דעבאטע צו זיי האבן למעשה עפעס באמת יוניק וואס א צווייטער האט נישט, און צו די עקזיסטירענדע ריזיגע אינשורענס קאמפאניס קענען דאס נישט נאכמאכן שנעל.

ס'איז אויך געפערליך וואלעטיל. ס'שיסט און פאלט צענדליגע פראצענטן אין טעג. ס'שרעקליך מיטצוהאלטן... (זאג איך אייך...). דארטן האלטן איך מער מיט די נייעס. מיר זעט אויס אז די עיקר סיבה פון די גרויסע ריק אין פרייז איז וועגן די וואס זענען דא פאר שארט טערם. אסאך מענטשן האלטן אז די קאמפאני האט נישט קיין עכטע ווערד.. ס'איז פלעין מצב. און דערפאר גייען זיי אריין אויף א קורצע טערמין כאפן א שנעלע פראפיט. און דערנאך פארקויפן זיי און ס'פאלט.

אבער איך קוק יעצט זעה איך אז ס'איז נישט קיין פארגלייך. LMND האט ריזיגע פראצענטן פון סטאקס שארט. ס'מיינט אז מענטשן בארגן סטאק מיטן חשבון אז ס'גייט פאלן. פייווער האט ווייט נישט אזויפיל שעירס 'שארט'. אבער ס'קען נאך אלץ זיין אז די סיבה איז די שארט טערם אינוועסטערס.

--
איך טראכט פלעין הויעך.

---

@בבקשה, אפשר קומסטו טאקע אריין מיט דיין אנאליז? דער אשכול ווערט געקוקט דורך גאר אסאך אידן.. נישט גע'חלומ'ט וואס פאר א אינטערעסע דער אשכול וועט ציען...
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ממוצע האט געשריבן:@בבקשה, אפשר קומסטו טאקע אריין מיט דיין אנאליז? דער אשכול ווערט געקוקט דורך גאר אסאך אידן.. נישט גע'חלומ'ט וואס פאר א אינטערעסע דער אשכול וועט ציען...


נעה, עס ווערט גאר אסאך געקוקט אסאך דורך די קראום עקסטענשין.

לגופו של ענין, איך בין געווען אביסל פארנומען מיט די אייוועלט עפפ, יעצט בין איך אביסל פארנומען מיט א פרעזענליכע זאך, איך האף צוריקצוקומען צו דעם ביז א וואך-צוויי.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אינטערעסאנט צו צוריקקוקען...

יעצט פאר 39$... און נישט לאנג צוריק געווען 30... איכה ישבה....
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4848
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דארפסט נאך אפאר?

NET
SKLZ
TDOC
PLTN
AMWL

יעדער פאר זיין סיבה, אבער אלעס מיט'ן קאפ אראפ...
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

נו, איז דא פון דע פריעדיגע וואס לוינט'זיך יעצט אריינצוגיין?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

ממה נפשך האט געשריבן:דארפסט נאך אפאר?

NET
SKLZ
TDOC
PLTN
AMWL

יעדער פאר זיין סיבה, אבער אלעס מיט'ן קאפ אראפ...

The only business I like from this list is $NET
Like I said before here, it has to go down a lot more for me to add to my watch list, still way too expensive for me
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4848
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:דארפסט נאך אפאר?

NET
SKLZ
TDOC
PLTN
AMWL

יעדער פאר זיין סיבה, אבער אלעס מיט'ן קאפ אראפ...

The only business I like from this list is $NET
Like I said before here, it has to go down a lot more for me to add to my watch list, still way too expensive for me


NET איז נאכאלץ עקספענסיוו? אפשר לויט זייער יעצטיגע ווערד, זיי האבן אבער אגרעסיוו פאטענשאל. דו האלסט ס'וועט נאך זיין בעסערע אפארטוניטיס ווי 53? אלעס איז מעגליך אבער כ'גיב עס נישט צופיל שאנסן..
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

ממה נפשך האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:דארפסט נאך אפאר?

NET
SKLZ
TDOC
PLTN
AMWL

יעדער פאר זיין סיבה, אבער אלעס מיט'ן קאפ אראפ...

The only business I like from this list is $NET
Like I said before here, it has to go down a lot more for me to add to my watch list, still way too expensive for me


NET איז נאכאלץ עקספענסיוו?

(Yes very expensive (relatively speaking

אפשר לויט זייער יעצטיגע ווערד, זיי האבן אבער אגרעסיוו פאטענשאל. דו האלסט ס'וועט נאך זיין בעסערע אפארטוניטיס ווי 53? אלעס איז מעגליך אבער כ'גיב עס נישט צופיל שאנסן..


I don't know, I will consider it more deeply ones it gets sub 10x sales and becomes FCF positive
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #2 FVRR (Fiverr)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:
דארפסט נאך אפאר?

NET
SKLZ
TDOC
PLTN
AMWL

יעדער פאר זיין סיבה, אבער אלעס מיט'ן קאפ אראפ...
The only business I like from this list is $NET
Like I said before here, it has to go down a lot more for me to add to my watch list, still way too expensive for me
NET starting to look interesting here, will likely start a position
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”