דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נאך אביסל סתם ידיעות'לעך.

וואלעטילעטי: איז דער טערמין אויף דאס כסדר'דיגע ארויף און אראפ טאנצעריי פון די סטאק. ווען מ'זאגט אז ס'איז זייער "וואלעטיל", מיינט עס אז דער פרייז טאנצט זייער ווילד. ס'קען טראסקענען גאר שנעל און שטייגן גאר שנעל. שנעל מיינט מינוטן און שעות. אויך טעג.

*

בעיקר צוויי מיני סטאקס זענען פארהאן. "קאממאן סטאקס" און "פרעפערד סטאקס". קאממאן סטאקס איז די געווענליכע סטאקס פון וואס מ'רעדט. געוויסע קאמפאניעס אפפערן אויך "פרעפפערד סטאקס". די חילוקים זענען: פרעפפערד סטאק קומט געווענליך מיט א גאראנטירטע "דיווידענטס", (דיווידענטס איז א סכום וואס די קאמפאני געט פאר די שעיר האלדער, אין קעש אדער אין סטאק, ווענדט זיך). פרעפפערד סטאק האט נישט קיין 'שטימען' רעכט, אנדערש ווי "קאממאן סטאק" ווי דער שעיר האלדער האט וואטינג רייטס. "פרעפפערד סטאק האלדערס" האבן זכות קדימה ווען ס'קומט צו דיווידענס. נאך איין חילוק איז דא, אז אין פאל דער קאמפאני גייט באנקראט, איז געווענליך דער "קאממאן סטאק" שעירהאלדער דער לעצטער צו באקומען עפעס פון די קאמפאני ווען מ'פארקויפט די 'עססעטס' צום ביישפיל, משא"כ 'פרעפפערד סטאק האלדערס' האבן מער רעכטן עפעס צו באקומען.

*

מארקעט קעפ = מארקעט קעפיטעליעישאן: איז די טאטעל סכום פון אלע סטאקס צוזאמען. לאמיר זאגן אז קאמפאני XYZ האט טויזענט שעירס 'אוטסטענדינג' (ארויסגעלייגט צום קויפן), און יעדע שעיר איז ווערד 10 דאללער, איז די מארקעט קעפ צען טויזענט דאללער.

ס'זענען דא בעיקר 5 דרגות. "מייקראו קעפ": אונטער 300 מיליאן דאללער. "סמאל קעפ": פון 300 מיליאן ביז 2 ביליאן. "מיד קעפ": 2 ביליאן ביז 10 ביליאן. "לארדזש קעפ": 10 ביליאן ביז 200 ביליאן. "אלטרע קעפ/מעגא קעפ": העכער 200 ביליאן.

א העכערע מארקעט קעפ איז ווייניגער ריסק. געווענליך מיינט דאס אז די קאמפאני איז אן עסטעבלישט קאמפאני. אבער האט געווענליך ווייניגער ריווארד. @יום טוב האט שוין אמאל געהאט א גאנצע מערכה דאכצעך וועלכע סארט סטאקס זענען די בעסטע אנגעקומען.

*

"שארט טערם" און "לאנג טערם": "שארט טערם" איז געווענליך בערך א יאר. "לאנג טערם" איז מער פון דעם. שארט טערם איז ריסקי, ווייל אין קורצן טערמין קען אלעמאל עפעס אונטערקומען אז די סטאק זאל אונטערפאנפענען. אסאך זאגן אז 3-5 יאר איז די לכתחילה'דיגע סעטינג.

חוץ מזה איז דא א חילוק לגבי די טעקסעס. אויב די פארקויפסט א סטאק מיט א פראפיט אונטער איין יאר, איז די טעקס רעיט בערך 35%, משא"כ 'לאנג טערם געין' איז ארום 10-15%.

---
איך שרייב דאס פאר מענטשן וואס הערן יעצט די ערשטע מאל וועגן די סטאק מארקעט. אויב איינעם איז עפעס שווער, זאל עס זיך מעלדן. אויב איינער הערט אויס, קען ער זיך אויך מעלדן...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח. מיר הערן אויס.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ממוצע האט געשריבן: @יום טוב האט שוין אמאל געהאט א גאנצע מערכה דאכצעך וועלכע סארט סטאקס זענען די בעסטע אנגעקומען.

מעגא קעפ גראוט איז די בעסטע בכלליות. IWY

אזוי ווי איך זיך שוין א לענגערע צייט א large cap פיינענשל etf, אבער אן ערפאלג, האמיר אליינס אויסגעשטעלט אן אייגענע etf ביי M1
עס האט 30 האלדינגס פון אלע אמעריקאנע mega cap בענק, אלע גרויסע קרעדיט קארד, אינוועסטמענט, העלט אינשורענס, און אויך עטליכע אינשורענס פירמעס.
איך האב לאו דוקא אויסגעוועלט שטארקע, נאר מער ווייניגער די גרויסע און באקאנטע נעמען.
עס איז equal weighted. ארום 3.5% יעדע האלדינג. דיווידענדס איז 1.47%. עקספענס רעישיא 0..
עס קומט אריין דאפלט אזוי שטארק ווי סיי וועלכע פיינענשל etf...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ר' יום טוב האט געשריבן:

קענסט שערן דיין Pie.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

קנאפער ידען האט געשריבן:

https://m1.finance/SJKmRWG40V9G
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קנאפער ידען האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:וועלעכער איז בעסער? פאר 100 יאר האט מען געזען אז וועליו סטאקס, אין עווערידזש, האט געברענגט בעסערע רווחים ווי growth סטאקס האט געברענגט

קענסט געבן מער דעטאלן איבער דעם, וויאזוי דער עווערידזש איז צאמגעשטעלט?

רעדסט אז מען האט אריינגעלייגט פאר 100 יאר צוריק אין א הויפן גראוט סטאקס ווס. וועליו סטאקס און געלאזט ליגן? אדער אפילו אויב מען האט געשפילט מיט גראוט סטאקס אריין אין ארויס (נישט דעי טרעידינג, אבער רישאפעלט די האלדינגס יעדע פאר יאר צו נעמען רווחים פון די וואס זענען אויסגעשטיגן און קויפן אינגע גראוט סטאקס)?

איך האב נישט געמאכט די עוורידזש אבער וויפיל איך האב פארשטאנען רעדט מען פון לאנג טערם אינוועסטינג און ארומגעשאפפעלד די growth סטאקס.

קנאפער ידען האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:מען קויפט סטאקס ביי א brokerage, א טייל פון די מער באקאנטע brokerages זענען robinhood, fidelity, charles schwab, vanguard. יעדער האט זיך זיינע מעלות, אויב דיין פלאן איז צו ניצן די מהלך פון מישן ETFs וואלט איך שטארק גע'עצה'ט צו ניצן א קאמפיני וואס הייסט M1 Finance, ביי זיי קען מען אנשטעלן וועלעכע ETFs מען וויל, אלץ א פערסטענטידזש פון די געלט וואס מען לייגט אריין, און ווען מען לייגט ביי זיי אריין נאך געלט, ווערט דאס אוטאמאטיש צוטיילט לויט דיינע פון פריער באשטימע ETFs, איך וואלט דיר מייעץ געווען צו שטיין ווייט פון robinhood.

M1 Finance זעט אויס צו זיין זייער גוט פאר די סארט אטאמאטישע אינוועסטמענטס אין דייווערסיפייד פערטפאוליאוס, אבער עס איז למעשה נישט אזוי גרינג צו נוצן און אין ווייס נישט צו עס איז גוט פאר א בעגינער.

לגבי Robinhood, וואס איז די סיבה פארוואס דו זאגסט אוועקצושטיין דערפון? איך פארשטיי אז עס איז אזוי אין סטייל... (דזשאסט קידינג, דיר נישט חושד סתם צו נאכזאגן ווייל די מידיע זאגט אזוי...) אבער למעשה איז עס דער מערסט-פשוט'ע פלאטפארמע פאר א קאמפליט ניי-קומער צו קענען אנהויבן צו שפילן (יא, מען מוז שפילן א טראפ פאר מען קען אנהויבן צו עכט אינוועסטירן) און כאפן אביסל וואס דא גייט פאר מיט סטאקס בכלל. אני כשלעצי וואלט מסתם קיינמאל נישט אינוועסטירט אין סטאקס ווען נישט ראבינהאד'ס סימפליסעטי (נישט אז איך בין דער גרויסער אינוועסטירער יעצט יא...)

לגבי M1, איך האב דאס נאר רעקמינידירט פאר איינער וואס וויל ארבייטען מיט די diversified ETF מהלך, פאר דעם זענען זיי די בעסטע.

לגבי ראבינהאד, 3 סיבות, 1. לעצטנעס געהערט אז זיי האבן פארמאכט איינעמ׳ס אקאונט, און ארומגעשלעפט 6 חדשים, און יענער זעהט נאך נישט קיין עק. 2. די וועג וויאזוי זיי האבן געהאנדעלט געימסטאפ, האט מיר געמאכט טראכטען אז זיי זענען נישט קיין באגלייבטע קאמפיני. 3. זיי מאכן עס צו גרינג צו מאכן ריסקי טריקס.

קנאפער ידען האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:ווען מען נעמט ארויס, מוז מען קודם רעדט צו אן אקאונטענט, וויבאלד עס קען היפש פארדרייען די שטייער צאלונגען.

שטייער צאלט מען ווען מען פארקויפט דער פאזישען, נישט ווען מען נעמט עס ארויס פון דער בראוקערידזש. אחוץ אויב דו האסט גערעדט פון ריטייערמענט אקאונטס.

געמיינט צו זאגן ווען מען נעמט ארויס די געלט פון די סטאקס (דהיינו ווען מען פארקויפט די סטאק), נישט ווען מען נעמט ארויס די געלט פון די בראקרעידזש אקאונט. לגבי ריטעיירמענט אקאונטס, דאס איז א נושא פאר זיך.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בבקשה האט געשריבן:לגבי ראבינהאד, 3 סיבות, 1. לעצטנעס געהערט אז זיי האבן פארמאכט איינעמ׳ס אקאונט, און ארומגעשלעפט 6 חדשים, און יענער זעהט נאך נישט קיין עק. 2. די וועג וויאזוי זיי האבן געהאנדעלט געימסטאפ, האט מיר געמאכט טראכטען אז זיי זענען נישט קיין באגלייבטע קאמפיני. 3. זיי מאכן עס צו גרינג צו מאכן ריסקי טריקס.

כ'הער. 1) איין מעשה זאגט נישט אויף אלעס, קען זיין יענער האט טאקע געטון עםעס וואס איז געווען אן אישו/רעד פלעג. 2) וואס ספעציפיש? זיי האבן דאך געטענהט אז עס איז געווען בלית ברירה צוליב זייער ריקווייערד קעש פלאו. 3) דאס איז ריכטיג, אבער די אנדערע (סטאק בראוקערס, ווי שוואב און וויבול) זענען דען שטרענגער דערמיט?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קנאפער ידען האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:לגבי ראבינהאד, 3 סיבות, 1. לעצטנעס געהערט אז זיי האבן פארמאכט איינעמ׳ס אקאונט, און ארומגעשלעפט 6 חדשים, און יענער זעהט נאך נישט קיין עק. 2. די וועג וויאזוי זיי האבן געהאנדעלט געימסטאפ, האט מיר געמאכט טראכטען אז זיי זענען נישט קיין באגלייבטע קאמפיני. 3. זיי מאכן עס צו גרינג צו מאכן ריסקי טריקס.

כ'הער. 1) איין מעשה זאגט נישט אויף אלעס, קען זיין יענער האט טאקע געטון עםעס וואס איז געווען אן אישו/רעד פלעג. 2) וואס ספעציפיש? זיי האבן דאך געטענהט אז עס איז געווען בלית ברירה צוליב זייער ריקווייערד קעש פלאו. 3) דאס איז ריכטיג, אבער די אנדערע (סטאק בראוקערס, ווי שוואב און וויבול) זענען דען שטרענגער דערמיט?

לגבי 2, ווען ער זאגט דאס גלייך ביים אנפאנג, וואלט איך נישט געהאט קיין טענות, אבער קודם האט ער פארפירט מיט שקרים וכזבים, און דערנאך ווען אנדערע זענען ארויסגעקומען אז דאס איז די אמת׳ע סיבה, האט ער מודה געווען.

לגבי 3, איך בין נישט אזוי באקאנט, קען זיין די אנדערע האבן די זעלבע פראבלעם.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

-איך ווייס נישט פון קיין שום שקר וואס ראבינהוד האט פארקויפט ביי די געים סטאפ סואמטאכע, זיי האבן קיינמאל נישט געגעבן קיין צוויי ווערסיעס פון די מעשה און זיי האבן גארנישט געהאט צו באהאלטן, אויב געדענק איך גוט האט זייער CEO געהאט א פאבליק געשפרעך מיט אילאן מאסק נאך אין די צוויי טעג פון די פראבלעם און ער האט עס דארט מסביר געווען.

-איך נוץ שוואב, טשעיס, און ראבינהוד, יא ראבינהוד'ס טיר איז מער אפן פאר ריסק, זיי האבן זיך שוין סאך פארבעסערט אבער זיי זענען נאך אלץ מער לויז ווי די טראדיציאנלע פירמעס, צום ביישפיל ביי ראבינהוד וועט מען דיר גלייך אפערן צו קויפן סטאק'ס מיט מארזשין משא''כ ביי שוואב אדער טשעיס דארפסטו גיין זוכן איבעראל צו זיי האבן אפילו אזא אפציע.
אגב, לעצטע וואך האט ראבינהוד באקומען א קנס פון מיליאנען דאלארן פארן לאזן מענטשן פארפירט ווערן ביים נעמען ריסק.

- טשעיס און שוואב זענען סאך בעסער אויסגעשטעלט מיט קאסטומער סערוויס, קענסט רעדן צו א לעבעדיגע מענטש א מינוט נאכן קאלן, ראבינהוד איז נישט אויסגעשטעלט צו סערווירן די קאסטומערס דורעך לעבעדיגע מענטשן, אויב ווילסטו צום ביישפיל עקסעקיוטן א קאל קענסטו עס לייכט טון ביי טשעיס דורעך אנרופן זייער קאסטומער סערוויס, ביי ראבינהוד קענסטו עס נישט טון, און אויב עס מאכט זיך אמאל אמאל אז ראבינהוד פארמאכט דיין אקאונט וועסטו שווערער קריגן הילף, משא''כ ביי טשעיס אדער די אנדערע טראדיציאנאלע פירמעס וואס זענען נישט געבויט אינגאנצן אלץ א סאפטוועיר בראוקערידזש, דארט וועסטו שנעלער קריגן דיין הילף.

מיט דעם אלעס האט ראבינהוד א סאך מעלות, אזוי ווי יעדע זאך אין די וועלט.

-אגב, ראבינהוד גייט בקרוב גיין פאבליק, זיי האבן שוין געמאלדן זייערע פארדינסטן, זייער סטאק וועט לכאורה זיין א הייסע אייטעם, אגב דאגב, זיי האבן געמאלדן אין זייער פארדינסטן אז זיי האבן פארדינט שווערע מיליאנען פון די דאזשקוין טרעידינג אויף זייער עפפ.
זקן מלא רחמים.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב שוין יארן טשעיס אינוועסט אין מיין טשעיס טשעקינג אקאונט פלאטפארמע, איך האב מיך איינמאל אביסל ארומגעשפילט, אבער קיינמאל נישט אינוועסטירט.
עד שבא ראבינהוד, און דאס רעשט איז היסטאריע. א בעגינער מוז נוצן ראבינהוד זיך צו דערלערנען.
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

מיין אישו מיט ראבינהוד.

איך האב שוין מיטגעהאלטן 3 (!) עפיזאדן ווי מען האט פארמאכט/געלאקט אקאונטס, מען קען רעדן צום דופן.

זיי האבן נישט קיין געהעריגע קאסטומער סערוויס, פאר מיר איז דאס א דיעל ברעיקער, עס קען זיך מאכן אסאך זאכן אין א אקאונט וואס מען דארף הילף צב"ש א מארדשין קאלל, עקסערסייז/אסיינמענט מיט אפשענס וכדו' אויב קענען זיי מיר נישט ארויסהעלפן איז דאס א ביג דיעל.

אזויפיל וועל איך זיי געבן קרעדיט אז זיי האבן געמאכט גרינג פארן בעגינער אנצוהייבן, אויך האבן זיי אראפגעברענגט קאמישנס פאר די גאנצע אידוסטרי.

אויף למעשה מיין איך אז פאר א קאמפליט בעגינער וואס וויל טעסטן די וואסערן איז עס פערפעקט, איינמאל מען הייבט אן רעדן פון ערנסטע געלטער דארף מען זוכן א צווייטע בראוקער.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ביז דערווייל וואס מיינע נערווען ריטשארדזשען זיך אויף צו ממשיך זיין מיט די פונדאמענטעלס, לאמיר רעדן נאך אפאר ידיעות'לעך.

"דייווערסיפיאינג": איז דער טערמין וואס זאגט אז מ'זאל נישט אריינלייגן צופיל געלט אויף איין פלאץ. און איין פלאץ מיינט סיי אין איין קאמפאני. אזוי אויך אין איין סעקטאר און אינדוסטרי. פון די אנדערע זייט דארף מען אויך וויסן נישט צופיל צו דייווערסיפייען. מיט א מאס צו האלטן די רווחים הויעך און די ריסק נידעריג.

*

"בוליש" און "בעריש": דאס איז טערמין וואס מ'נוצט צו אנצייגן צו די מארקעט/סטאק איז אויפן וועג ארויף (בוליש = ווי א שור וואס שטויסט אויף ארויף), אדער איז אויפן וועג אראפ ("בעריש" ווי א בער אויף אראפ).

*

"דיווידענס": איז א 'באצאלונגען' וואס די קאמפאני באצאלט פאר די שעיר האלדערס. ס'גייט געווענליך אויף יעדע קווארטל. דאס הייסט פיר מאל א יאר. נישט יעדע קאמפאני אפפערט דיווידענס. די קאפאני קען עס באצאלן אין 'קעש' אדער אין 'סטאק'. אבער אפילו די קעש קען מען צוריק אינוועסטן אין די סטאק, און אזוי מאכן פראצענטן אויף דעם אויך. אסאך מאל ווען מ'קאמפערט איין סטאק צום צווייטן, דארף מען אריינרעכענען אין חשבון די 'דיווידענס', וואס קען זיך אנזאמלען מיט די צייט צו אסאך געלט.

ווען מ'קוקט אויף די סכום דיווידענס פון א קאמפאני, ווערט דאס גערעכנט אין יערליכע באצאלונג (אניועל דאללער אממאונט/ פערסענטעדזש יעילד), אבער ווי געשמועסט ווערט עס באצאלט צעטיילט אין 4 מאל דורכן יאר. ממילא, ווען דו זעהסט אז א קאמפאני באצאלט 4 דאללער דיווידענטס, מיינט עס אז דו גייסט באקומען 4 מאל א יאר 1 דאללער.

דיווידענטס איז נישט גאראנטירט. די קאמפאני איז בארעכטיגט עס צו הייבן און צו נידערן. און אויך אינגאנצן עלימינירן. אבער למעשה פרובירן קאמפאניס יא צו העכערן. מיין ביכל ווייסט צו פארציילן אז היסטאריש איז דיווידענטס איז אלגעמיין געלאפן גלייך אדער גאר העכער די רעיט פון אינפלעישאן.

מ'קען אויך טרעפן גוטע ETF'ס וואס טרעקן גוטע דיווידענטס קאמפאניעס. למשל HDV וואס האלט 40-50 קאמפאניעס וואס האבן געהויבן זייערע דיווידענטס פאר 10 יאר אין א ציה.

די קאמפאניעס וואס באצאלן די הויכע דיווידענטס זענען געווענליך גרויסע און עסטאבלישטע קאמפאניס. געווענליך זענען זיי אין די 'דעפענסיוו סטאקס' קאטאגאריע. (דעפענסיוו איז קאמפאניס וואס פארקויפן זאכן וואס מענטשן דארפן האבן נישט קיין חילוק ווי גוט די עקאנאמיע איז. א שטייגער ווי עסן, יוטיליטיס. פאר מער אין ר יום טוב'ס סטאק מארקעט אנאליזן אשכול). הויכע דיווידענטס טערפט מען אויך אין ריעל עסטעיט אינוועסטמענט טראסטס סטאקס. (REIT), און אין די ענערגיע סעקטאר.

איין פראבלעם איז דא מיט דיווידענטס, אז דאס ווערט טייערער געטעקסט ווי אינקאם פון לאנג טערם סטאקס. דארף מען דאס אויך נעמען אין חשבון.
--

נאך איבער דיווידענטס, אי"ה מארגן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

קאשוי רב זצ"ל אויב די שיעור האט געזאלט זיין 12:00 איז ער שוין געשטאנען 11:59 ביים שטענדער, און 12:00 האט מען שוין געזאגט. קיין חילוק ווער ס'איז דארט געווען.

ווייטער וועגן דיווידענטס.

די וועג צו רעכענען די דיווידענטס רעטורן איז דורך "דיווידענד יעילד". דאס איז די פראצענט וואס דו מאכסט צוריק אויף דיין ארגינעלע אינוועסטמענט. אויב דו האסט אינוועסטירט 20 דאללער, און די דיווידענט איז 1 דאללער, האסטו א 5 פראצענט יעילד.

דיווידענט יעילד ווער געשאצט לויט די "קלאסינג פרייס" פון א טאג בעפאר. דאס הייסט די פרייז מיט וואס די סטאק האט זיך געענדיגט א טאג פריער. פארשטייט זיך אז אויב די פרייז פון די סטאק גייט ארויפגיין צו למשל 30 דאללער, וועט אויסקומען אז די יעילד וועט פאלן צו בלויז 3.333 פראצענט. ווייל נאר די סטאק איז געווארן טייערער, אבער די דיווידענטס איז געבליבן די זעלבע.

ווען מ'קויפט א סטאק מיטן חשבון פון די דיווידענטס, דארף מען קוקן צו די קאמפאני איז גענוג געזונט, צו קענען טאקע צאלן דעם דיווידענד. אפשר איז די דיווידענט צו הויעך פאר די קאמפאני? קען מען קוקן אויף די "פעיאוט רעשיאו". דאס איז ווי פאלגענד. מ'פארגלייכט די P/E צו די דיווידענטס. די PE ווייסן מיר דאך שוין וואס דאס איז. דאס איז די עירונונגס (נעט אינקאם) פער שעיר. לאמיר זאגן א קאמפאני האט א מיליאן שעירס, און 100,000 דאללער נעט אינקאם, קומט עס אויס 10 סענט פער שעיר. יעצט אויב לאמיר זאגן אז די דיווידענטס איז 5 סענט פער שעיר, קומט אויס אז ס'איז א 50 פראצענט פעיאוט רעשיאו. 50 פראצענט פון די עירנינגס איז דיווידענט.

דאס מיינט צו זאגן אז אפילו אויב די קאמפאני וועט פארלירן א גרויס חלק פון די עירנונגס. לאמיר זאגן ס'וועט פאלן די עירנינגס קומענדיגע יאר מיט 30 פראצענט, וועט די קאמפאני נאך אלץ קענען צאלן דיווידענטס.

וויפיל איז א גוטע ראטע? צווישן 50 און זיבעציג איז גוט. מער פון אכציג איז ריזיקאליש. לויט דעם ביכל.

א גוטע וועג צו אפשאצן אויף דיווידענט פעיאינג סטאקס איז צו קוקן אויף די קאמפאניס "באנד רעיטינג". א באנד איז עפעס וואס מ'קויפט פאר א געוויסע סכום פון יארן, און מ'באקומט צוריק א באשטימטע גאראנטירטע סכום. און ס'איז דא רעיטינגס אויף קאמפאניס ווי גוט זיי שטייען לגבי באנדס. S&P (די קאמפאני נישט די אינדעקס פון די קאמפאני) איז איינע פון די קאמפאניס וואס געבן רעטינגס. כ'מיין אז מאָאָדיס אויך. אזוי געדענק איך פון די צייטונג. AAA איז די בעסטע. אלע A'ס ווערט באטראכט ווי אן אינוועסטמענט גרעיד, B און C איז מידיום. אונטער דעם איז ריזיקאליש.
לעצט פארראכטן דורך ממוצע אום דאנערשטאג יולי 08, 2021 12:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

ממוצע האט געשריבן:קאשוי רב זצ"ל אויב די שיעור האט געזאלט זיין 12:00 איז ער שוין געשטאנען 11:59 ביים שטענדער, און 12:00 האט מען שוין געזאגט. קיין חילוק ווער ס'איז דארט געווען.

דאס שטייט אויך אין די ביכל?...

דזשאסט קידינג... יישר כח פאר די קלארע באשרייבונגען.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

@ממוצע יישר כח פאר דיינע תגובות, איך האף זונטאג צוצולייגן א מפתח אין די ערשטע תגובה פון דעם אשכול.

דרך אגב האסט געשריבן וועגן דיווערסיפייענג, דייוועסריפיענג איז שוין דערמאנט אין די גמרא

גמ' מס' ב"מ דף מב. האט געשריבן:וא"ר יצחק לעולם ישליש אדם את מעותיו שליש בקרקע ושליש בפרקמטיא ושליש תחת ידו
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח בבקשה און בעל מדריגה!

---

צוריק צו די פונדאמענטעלס.

לאמיר צולייגן נאך אפאר מעסטונגען צו דאס וואס אונז האמיר געשמועסט, וויאזוי צו אפשאצן צו א קאמפאני מאכט "גענוג" געלט.

"רעטורן אן אינוועסטעד קעפיטאל" (ROIC): ס'איז אביסל א קאמפלעצירטע חשבון, און ס'איז דא אסאך וועגן וויאזוי עס צו רעכענען. לאמיר נאר זאגן די געדאנק. ROIC מיינט וויפיל די קאמפאני מאכט צוריק יערליך אויף די אינוועסטירטע געלטער. די אינוועסטירטע געלטער וועט אריינעמען געלט אריינגעקומען פון די סטאק פארקויפונג, אזוי אויך געוויסע חובות ווערן פאררעכנט אלץ אינוועסטירטע געלטער. און נאך. און ווי געזאגט איז דא עטליכע וועגן וויאזוי דאס צו רעכענען.

די רעטורן קען מען אויך רעכענען אויף פארשידענע וועגן, איינס איז NOPAT. דאס מיינט 'נעט אפערעיטינג פראפיט עפטער טעקס'. (פאר אינטרעסט).

לאמיר פאר יעצט נישט פאקוסן אויף וויאזוי פונקטליך מ'רעכנט עס. סיי ווי קען מען טרעפן דעם ROIC רעיט אויף יעדע קאמפאני וואס אנדערע מענטשן האבן שוין אויסגערעכנט פאר דיר. אפשר אין אן אנדערע געלעגנהייט וועט מען אריינגגיין מער באריכות.

וואס איז א גוטע נומבער? כ'האב נישט געזעהן קלאר. איך האב געזעהן אז אונטער 2% איז דעי קאמפאני נישט קיין גוטע קאמפאני. ס'ווייסט נישט וויאזו מ'נוצט געלט. אבער וויפיל טאקע דארף עס יא זיין? אפשר קאמפערד צו די אינדוסטרי. למשל עפל מיינעך האט ארום 30 פראצענט ROIC, מעסטער קארד האט 44%!! אסאך מיינעך. איך פארשטיי אז דעי זענען גאר הויעך.

*

פאריגע פונדאמענטעלס תגובה האמיר געשריבן וועגן 'נעט פראפיט מארדזשין'. בעצם איז דא נאך אפאר מארדזשינס צו קוקן אויף. 'נעט פראפיט מארדזשין' קוקט אויף די סך הכל פיקטשער וויפיל געלט איז געבליבן נאך אלע הוצאות אין פארגלייך צו די געלט וואס איז מתחילה אריינגעקומען (רעוועניו).

נאכדעם איז דא EBITDA Margin. דאס איז די ראשי תיבות פון ע'רנינגס ב'עפאר א'ינטרעסט ט'עקסעס ד'עפרישיעשאן א'מאריזעישאן. א לאנגע נאמען... סך הכל נעמט עס אראפ פארשידענע זייטיגע הוצאות. און רעכענט די געלט וואס ס'איז איבערגעבליבן (אינקאם) גלייך נאך די רעוועניו, פאר די הוצאות.

אויך איז דא "אפערעיטינג מארדזשין", דאס איז אן ענליכע וועג פון רעכענען, וואס רעכענט געוויסע הוצאות יא, און געוויסע הוצאות נישט.

און נאכאמאל, למעשה וואס מ'דארף קוקן, איז עס צו פארגלייכן צו ענליכע קאמפאניס. ענליך מיינט אין אינדוסטרי און אין סייז, וכדו'.

--

נעקסט קומט אי"ה נאך וויאזוי אפצושאצן א קאמפאניס אלגעמיינע שטארקייט, חוץ די אינקאם.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נאך אפאר ידיעות'לעך. (ס'פארלירט אביסל די המשך, ווען כ'טאנץ צווישן סתם באגריפן און ידיעות, און די פונדאמענטעלס. אפשר ווען מ'וועט פערטיגן וועט מען דארפן עס צוזאמנעמען עקסטער).

REIT = ריעל עסטעיט אינוועסטמענט טראסט: REIT איז בעסיקלי א ריעל עסטעיט קאמפאני וואס מ'קען קויפן אירע סטאקס.

די נאמען 'טראסט' איז על שם די "ריעל עסטעיט אינוועסטמעט טראסט עקט" געזעץ פון 1960. דער געזעץ האט גע'פטר'ט די ריעל עסטעיט קאמפאניס פון פארשידענע טעקסעס, אויב זיי געבן 90 פראצענט פון זייער אינקאם פאר שעירהאלדערס.

דערפאר וועט REIT האבן גרויסע "דיווידענטס".

REIT האט אבער די ריסק פון ריעל עסטעיט, כאטש ס'איז געווענליך א קלערנע ריסק פון קויפן ריעל עסטעיט אליין, פשוט ווייל ס'איז מער דיווערסיפייד. אבער פארט ווען מ'קויפט REIT'ס, דארף מען קוקן וועלכע סארט פראפערטי די קאמפאני קויפט, אין וועלכע געגנט, און צי ס'איז דא א ספעציפישע ריסק אין די סארט ריעל עסטעיט.

*

"קאווערד קאל"

אפשענס איז קאמפליקעיטעד, ס'איז אבער דא צוויי סארט אפשענס וואס האבן נישט גיין גרויסע ריסק און זענען גאנץ פשוט. די ערשטע. איז "קאווערד קאל". קאווערד קאל מיינט צו זאגן אז ווען דו האסט א סטאק וואס איז ווערד לאמיר זאגן 45 דאללער, קענסטו פארקויפן א "קאווערד קאל". דער קויפער וועט צאלן א געוויסע פרייז (אפשען פרימיום) פארן זכות אז אויב ביז א געוויסע צייט אפשניט - לאמיר זאגן דריי חדשים - וועט דער סטאק אנקומען צו 50 דאללער א שטיקל (סטרייק פרייז), באקומט ער די רעכט עס אפצוקויפן פאר 50 דאללער א שטיק אפילו ווען עס וועט ארויפגיין נאך העכער, לאמיר זאגן צו 52 דאללער, ביז דריי חדשים, ווען די 'קאל' עקספייערט. (ווען ער קויפט אפ די סטאק, מיינט אז ער 'עקסערסייזד' די 'קאל')

אויב אבער וועט די פרייז נישט אנקומען צו 50 דאללער אין די דריי חדשים, דאן וועט די 'קאל' עקספייערן, און דער בעל הסטאק וועט בלייבן מיט די פרימיום וואס דער קונה האט אים געגעבן, פלאס די סטאק אליין.

די איינציגסטע שאדן וואס דער מוכר קען האבן איז, אז ער וועט נישט קענען פארדינען די פראפיט פון די סטאק, אויב ס'גייט זייער שטארק שטייגן.

יעצט, די ריכטיגע פלאץ צו שרייבן א 'קאל' איז ביי צוויי פעלער. 1) אויב דער בעל הסטאק האלט אז די סטאק גייט נישט טאנצן אזוי הויעך אין די נאנטע צוקונפט, דאס הייסט ביז די 'קאל' גייט עקספייערן. 2) אויב דער בעל הסטאק איז מתחילה אריין מיטן חשבון ארויסצוגיין פונעם סטאק ביי 50 דאללער, דעמאלטס קען ער שרייבן דער 'קאל', און נאך פארדינען דעם פרימיום אויך.

*

שרייבן א 'פוט':

לאמיר זאגן דו לייגסט אן אויג אויף א געוויסע סטאק, אז דו ווילסט עס קויפן.די פרייז איז 50 דאללער א שעיר. דו האלטס אבער אז די פרייז איז אביסל צו טייער, דו ווילסט עס קויפן נאר אויב ס'גייט פאלן צו 45 דאללער, דעמאלטס האלטסטו אז ס'לוינט זיך צו אריינגיין.

דעמאלטס שרייב א 'פוט', דאס הייסט אז די גייסט צו איינער וואס האט דעם ספעציפישן סטאק, וואס לויפט יעצט פאר 50 דאללער, און דו מאכסט מיט אים א דיעל. דו זאגסט אים אז ער זאל דיר באצאלן א 'פרימיום', לאמיר זאגן אז פאר 100 שעירס וועט עס זיין 200 דאללער. און פאר דעם פרייז זאגסטו אים צי אז אויב ס'גייט אנקומען צו 45 דאללער ביז א געוויסע צייט, וועסטו אפקויפן די סטאקס פאר 45 דאללער (די סטרייק פרייז). (זעט אויס אז דער בעל הסטאק האט מורא אז ס'גייט פאלן די סטאק צו שטארק, און קיינער גייט עס נישט ווילן אפקויפן פון אים, ממילא איז אים ווערד צו צאלן די פאר דאללער צו זיין פארזיכערט, אדער אפשר האט ער אנדערע חשבונות.. ווער ווייסט...)

יעצט וואס געשעהט אז די פרייז קומט נישט אן צו 45 דאללער? דו בלייבסט מיט די פרימיום, און דו קענסט גיין קויפן א גוטן וויין לכבוד שבת. טאממער אבער ס'קומט יא אן צו 45 דאללער, קויפטו דעם סטאק פאר א ביליגן פרייז, די פרייז וואס דו האסט ארגינעל געוואלט. פלאס דו בלייבסט מיט די פרימיום, און דו קענסט גיין קויפן א גוטן וויין לכבוד שבת...
רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רכבת הקלה »

איינער ווייסט אויף וועלכע stock brokerage firm איז די גרינגסטע אין די שנעלסטע צי עפענען אן אקאונט פאר א corporation?
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

פרוביר schwab
מברויך אויספילן א אפליקאציע, דארף צו זיין א גרינגע פראסעס.
יואלי פערל
רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רכבת הקלה »

א גרויסע יישר כח. נאך איין שאלה, וויאזוי איז charles schwab ווען עס קימט צי ווערן אפראווד פאר options trading ווייל למשל ביי chase און TD ameritrade איז גאנץ שווער צי ווערן approved משאכ ביי robinhood
רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רכבת הקלה »

אין אויך בין איך נייגעריג וויפיל זיי טשארזשען פאר יעדע trade
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

רכבת הקלה האט געשריבן:א גרויסע יישר כח. נאך איין שאלה, וויאזוי איז charles schwab ווען עס קימט צי ווערן אפראווד פאר options trading ווייל למשל ביי chase און TD ameritrade איז גאנץ שווער צי ווערן approved משאכ ביי robinhood

מקען נוצן ראבינהוד פאר אפשענס און שוואב פאר רעגולער טרעידס.
יואלי פערל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Please leave this eshkoil for its purpose

Thanks
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

ממוצע האט געשריבן:Please leave this eshkoil for its purpose

Thanks

וואס אידער פורפאס?
דער קעפל זאגט דאך" דעפיניציעס און פראגן"?
יואלי פערל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: דער א-ב, דעפעניציעס, און פראגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

I think it's questions about the definitions... And alef bies... I don't want this should be the eshkoil where all types of questions related to stocks should be asked...

I want that people who are coming here to understand how stocks work should be able to read smoothly
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”