סטאק מארקעט אנאליזן

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט די פערזאנען וואס טרעידן סטאקס באזירט אויף טעכנישע מאוומענט אינדיקעיטערס.
וואס מיינען זיי, אז ס'וועט קומען א טאג וואס אלעס גייט זיין דאון מיט 5% גייען זיי ווערן אפגעשוינט?
איך האב א חודש צוריק אריינגעלייגט אסאך אין א etf וואס לויט אלע אינדיקעיטערס איז דאס געווען א סעל. יעצט האלטן מיר 10% העכער.

----

"דאונט טריי טו טיים די מארקעט". קענסט נישט פאראויס וויסן ווען ס'וועט פאלן און ווען ס'וועט זיך הייבן. אפילו ווען די מארקעט איז סטרעטשד, און ס'זעט אויס ווי ס'קען שוין נישט גיין צופיל העכער, קען עס אבער נאך שטייגן אזא 20% ביז די נעקסטע טראסק. דעריבער אויב ווילסטו אינוועסטירן לאנג טוירם, טריי נישט צו כאפן א ביליגע פונקט, נאר אדער קויף צוביסלעך, אדער אפילו אויף איינמאל. ס'וועט גארנישט פאסירן אז דו וועסט אין ערגסטן פאל נאר מאכן 395% משך דיין לאנגן טערמין אנשטאט 400%.

די חברה ביים שפיץ, די גרויסע העדזש פאנד'ס, זיי האבן די מידיא מיט זיך, און זיי באשליסן וויאזוי די מארקעט גייט גיין. למשל די וואך האבן זיי סאדענלי באשלאסן אז מ'שטייט שוין גענוג הויעך, און ס'איז צייט פאר א בעיר טרעפ. ד.ה. זיי נעמען פלוצלינג ארויס א חלק פון זייער געלט, די מידיא שפעקולירט מיט זארג וואס ס'קומט נעקסט, ריטעיל אינוועסטארס דערשרעקן זיך און פארקויפן, אלעס טראסקעט, און דערנאך קויפן עס די אינסטיטושענס צוריק אפ פאר א דיסקאונט, און עס הייבט זיך צוריק, וחוזר חלילה.

טריי אפילו נישט צו "מאכן געלט". די איינציגע זאך וואס דו דארפסט צילן איז, צו ביעטן די מארקעט יעדע חודש. און אויב דו קענסט ביעטן די סעקטאר, דאס איז נאך די בעסטע.

די פערזאנען וואס טרעידן מיט טעכנישע אינדיקעיטערס האלטן אז זיי קענען פאראויסזאגן פאר די קראך קומט און ארויסגיין בעפאר אדער גיין שארט צו פראפיטן פונעם דיפ.

עס איז מיר אינטערעסאנט וואס איר שרייבט אז מען דארף ביעטן די מארקעט יעדן איינציגן חודש, לאמיר זאגן אז די מארקעט אינדעקס איז זייער קאנצעטרירט אין טעק און איך שטעל אויס א מער באלאנצירטע פארטפאליא, דאן קומט א ריזיגע אפ מאוו אין טעק און איך אנדערפערפארם דעם חודש, איז די סטראטעגיע אפגעפרעגט?
עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

וואס אזאנס האט מיט IHI פאסירט אין די after hours?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עילוי נפלא האט געשריבן:וואס אזאנס האט מיט IHI פאסירט אין די after hours?

גארנישט.
עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

ר' יום טוב האט געשריבן:
עילוי נפלא האט געשריבן:וואס אזאנס האט מיט IHI פאסירט אין די after hours?

גארנישט.

אראפ מיט 6.5% איז ביי דיר גארנישט?
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

עילוי נפלא האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
עילוי נפלא האט געשריבן:וואס אזאנס האט מיט IHI פאסירט אין די after hours?

גארנישט.

אראפ מיט 6.5% איז ביי דיר גארנישט?

געספליט יעדע איינס צו 6 זעהט מיר אויס.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס איז דא פון iShares סמאל קעפ etfs פון כמעט יעדע סעקטאר באזונדער. איינע פון די איז די שטארקע psch - סמאל קעפ העלט קעיר. עס איז די שטערקסטע small cap אינדעקס פון וואס איך ווייס.

וואס האט מיר לאנג געוואונדערט פארוואס עפעס דאס קומט אריין אזוי מאסיוו שטארק יאר נאך יאר? נאך סאך שטערקער פון small cap tech. עס איז דאך נישט קיין biotech אדער אנדערע שטארקע זאכן, עס איז נאר העלט קעיר בכלליות, און עס איז פיל שטארקער ווי די אנדערע העלט קעיר אינדעקסן ווי vht, וואס איז בעיקר large cap.
און אין די מארקעט אוועראל איז דאך large cap שטערקער.

די תירוץ דערויף איז, אז דאס איז א רעזולטאט פון די טעגליכע מארקעט ראטעישאן שפיל פון די אינסטיטושענעל אינוועסטער'ס. ווער עס פאלגט נאך מארקעט און סעקטאר ראטעישאן טעגליך וועט זען א אינטערעסאנטע זאך. די אינסטיטושענעל אינוועסטערס שפילן זיך ארום, און זיי רוקן ארום געלטער איין וועג אדער די אנדערע. עס איז נישט יעדן טאג ממש, אבער עס איז אין א גרויס חלק טעג.

עס איז דא צוויי סארטן גרופעס סטאקס, וואס כשזה קם זה נופל. איין גרופע איז cyclical סטאקס ווי ענערדזשי, פיינענשעל, מאטריאל, און אויך סמאל קעפס, און צומאל וועליו סטאקס.
די צווייטע גרופע איז די defense סעקטאר, ווי העלט קעיר, קאנסומער סטעיפלס, large cap, און צומאל אויך טעק און גראוט סטאקס.

וואס געשענט, ווען ס'קומט א טאג וואס זיי באשליסן צו פאמפן געלט אין די ערשטע גרופע, כאפן זיי זיך נישט, און זיי נעמען ארויס די געלט פון העלט קעיר, אבער לייגן עס צוריק אין small caps...! אין אנדערע ווערטער, האסט ארויסגענומען געלט פון איין טאש און אריינגעלייגט אין די צווייטע. אוודאי וועט עס דאן עטוואס פאלן, אבער ווען עס גייט קומען די טאג פאר די צווייטע גרופע, און זיי גייען צוריקלייגן די געלט אין העלט קעיר, גייט דאס פיל מער שטייגן ווי דאס וואס עס געפאלן בעפאר.

(די חשבון איז אביסל מער קאמפליצירט, דא קומט אריין די פאקטאר אז small caps איז מער וואלאטייל)

אינטערעסאנט?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יא. ש'כח!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איינער האט זיך צוגעדאכט אז די סטאק מארקעט שטייט זייער הויעך און איז די לעצטע פאר יאר געשטיגן אסטראנאמיש? און דעריבער דארף מען מורא האבן אז ס'קומט א קראך? ס'מוז נישט זיין. לאמיר א בליק טון.

די נעסדעק, דאו, עס ענד פי, זענען טאקע אלע געשטיגן זייער שטארק. דאס קומט אבער בעיקר צוליב די שטארקייט פון ביג טעק וואס מאכט אויס די גרעסטע חלק פונעם מארקעט קעפ צוזאמען מיט איר אפיאליאירטע קאמיוניקאציע סעקטאר. און אויך צוליב די אומסטאבילע הייב אין די מאטריאל סעקטאר.

אויב קוקסטו אבער אויף אנדערע אינדעקסן ווי סמאל און מיד קעפ, העלט קעיר, פיינענשל, אינדוסטריעל, ענערגיע, קאנסומער סטעיפל'ס, פארמאסיוטיקל'ס און ביאטעק, שטייט די מארקעט בכלל נישט אזוי הויעך קעגן 3 יאר צוריק.

למשל די ראסעל 2000 IWM האט געהאלטן גענוי מיט 3 יאר צוריק ביי $165 א שעיר, אצינד האלט דאס ביי $219 - א וואוקס פון 10% א יאר, נישט מער ווי די עווערידזש.

פיינענשל'ס: VFH שטייט ביי א וואוקס פון 8% יערליך די לעצטע 3 יאר, נישט עפעס מורא'דיג. די PE רעישיא איז ביי א גאר נידריגע 14.

בייאטעק אינדעקסן זענען ביי ארום 9% וואוקס ראטע יערליך די לעצטע 3 יאר, פיל נידריגער ווי די 15% עווערידזש.

פארמאסיוטיקל ביי א נישטיגע 2%.

ענערגיע איז גאר נידריגער מיט 35% אין פארגלייך צו דריי יאר צוריק, שוין מיט די הויב די לעצטע צייט.

העלט קעיר איז יא געשטיגן 15% יערליך די לעצטע דריי יאר, אבער זי איז בעצם א שטארקע אינדעקס, אין די פריערדיגע יארן איז זי נאכמער געשטיגן.

הכלל, די מארקעט איז טאקע סטרעטשד, אבער נישט געפערליך. וואס יא, איך קען זען אז טעק זאל אויפהערן אזוי שטארק צו וואקסן.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

שטארקע נקודה ר' יום טוב.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אט אט, נאך לאנגע וואכן ריסוירטש, האבן מיר מער ווייניגער געענדיגט בויען א אייגענע אינדעקס אויף M1.

איך פיל נישט באקוועם עס צו שעירן, אבער איך וועל זאגן אין קורצן בערך וואס איך האב געטון, און יעדער קען נעמען די היים ארבעט אויף זיין לעוועל.

איך האב גענומען די צוויי אינדעקסן, IHI און XHE און ארויסגענומען פון דארט די large cap growth סטאקס און געמאכט דערפון א אינדעקס. (וויאזוי אפצושאצן צו א סטאק איז א גראוט סטאק איז א שמועס פאר זיך)

עס איז 22 אין צאל - ארויסגענומען פון ארום 30 large cap סטאקס אין די ביידע אינדעקסן. עס רעדט זיך בעיסיקלי פון קאמפעני'ס וואס זייער רעוועניו וואקסט מיט 50%+ יערליך, ווייל זיי גייען גלאבאל.

ס'איז נישט equal weighted און אויך נישט market cap weighted, נאר ערגעץ אינצווישן.

אין מיין מיינונג איז דאס די שטערקסטע סארט אינדעקס וואס איז פאראן. צו האבן אן השגה: אין די לעצטע 5 יאר האט עס געזען א ריטוירן פון 440%!, ביים קארעקשאן אנהויב 2020 האט ער פארלוירן פיל ווייניגער ווי די מארקעט אין אלגעמיין. ס'גייט זיכער נישט האבן אין די קומענדיגע 5 יאר אפילו נאענט צו 400%. אז ס'וועט זיין 200% איז אויך גוט..

פון יעצט און ווייטער איז נאך דא די ארבעט איז צו מאניטערן יעדע שטיק צייט די אויסשטעל פון די פארטפאליא, און אויב די סטאקס בלייבן טאקע large cap growth, און אזוי אויך צו ס'איז נישטא אין די אויבנדערמאנטע אינדעקסן פרישע סטאקס וואס גייען אריין אין די קעטעגאריע.

מיין ציהל איז יעצט בלויז איינע: צו ביעטן די IHI אינדעקס.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ר' יום טוב האט געשריבן:מיין ציהל איז יעצט בלויז איינע: צו ביעטן די IHI אינדעקס.

איך פארשטיי פון דיר אז די IHI איז זיכער שטערקער ווי די S&P 500 יע?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איין פלאץ ווי ס'הערשט א חלל און ס'איז נישטא קיין שום etf,
זענען די קאמפאני'ס פון medical lab & research, וואס נעמט אריין מעדיקעל טעק וועלכע סערווירן די טולס און מעגליכקייטן פאר ביאטעק פירמעס און שפיטעלער.
איך האב צוזאמגענומען די גרעסטע 10 קאמפאני'ס אין דעם הינזיכט, און אט איז דער רעזולטאט:
https://m1.finance/ldnx-_KVbayf
(איין קאמפאני AVTR האב איך אראפגענומען ווייל עס איז נישט קיין 5 יאר אויף די מארקעט, דעריבער שטערט עס פון ווייזן די היסטערי רעזולטאטן)

וזאת למודעי, אז דאס איז פאר אוליסטראציע פארפאסעס אנלי, איך האב נישט געמאכט די נויטיגע ריסוירטש אויף די אלע קאמפאני'ס.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

בעצם איז טעק א גראוט סעקטאר, מן הסתם 80-90% טעק סטאקס זענען גראוט סטאקס.
משא"כ ביי העלט קעיר איז נישט מער ווי ארום 50% גראוט סטאקס.
ווען מ'זאל נאר מאכן א אינדעקס פון העלט קעיר גראוט, וואלט דאס אריינגעקומען פיל שטערקער פון טעק.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך וויל געבן א שטיקל אפדעיט איבער etfs

מ'זעט זייער אסאך equal weighted etfs קומען לעצטנס אריין זייער שוואך. און איך וויל מיך זעלבסט באשולדיגן, אז איך בין נישט געווען צו שארף קעגן small caps, איך האב עס געוואלט געבן א שאנס. איך האב שוין א צייט צוריק פארקויפט xbi -xar און יעצט האלט עס היסטעריש נידריג. עס איז ווי מ'זאגט א מציאה, אבער עס האט א שטארקע small cap אנוועזנהייט.

אביסל צו פארגלעטן וועל איך אצינד ענדגילטיג ארויסשטעלן מיין פריוואטע m1 pie וואס אין די עטליכע וואכן וואס איך האלט עס קוקט אויס די מהלך ווי א שטארקע outperformer מיט שטארקע רווחים ב"ה.

אבער קודם אביסל דעטאלן וואס מ'דארף צו וויסן:
עס איז נישט קיין פערטיגע פראדוקט. איך זעלבסט האלט עס אין איין מענעדזשן און אויסבעסערן צו רעדוצירן ריסק. עס איז אויסדריקליך נישט געמאכט פאר עמיצן וואס פארשטייט נישט צו קיין etf אויסשטעל.

די פארפאליא אנטהאלט אלע large cap GROWTH סטאקס פון די פאלגענדע אינדעסטריען: medical devices - health care tech
עס איז אויסגעשטעלט מיינסטנס ביי מארקעט קעפ.

https://m1.finance/Nv6WaTVzZ8Vb

עני קאמענט?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

פארן וואך:
די dow איז מיינוס ארום איין פראצענט
די s&p איז מיינוס א דריטל פון א פראצענט
די QQQ איז פלאך
די IHI איז געשטיגן 2%
מיין פארטפאליא - איז געשטיגן % 2.2
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די פארגאנגענע וואך איז געווען א גוטע וואך פאר די ווילדע סטאקס און גייציגע שפעקולאנטן, ווען די סייקליקל'ס און סמאל קעפס זענען גאר שיין געשטיגן, און די דעפענסיוו סטאקס ווי העלט קעיר און לארדזש קעפ זענען געווען שוואך.

מיין פארטפאליא איז געווען פלאך אויפן וואך.

---

א נייע m1 פארטפאליא איידיע וואס איך האב געמאכט, איז ווי פאלגענד:
איך האב גענומען IWY וואס איז לדעתי די בעסטע גראוט אינדעקס און ארויסגענומען פון דארט אלע העלט קעיר און טעק סטאקס, עס קומט אויס גענוי 50 אין צאל, און געמאכט דערפון א equal weighted אינדעקס.
https://m1.finance/BaNaRtQoGSw0
דאס איז גאנץ גרינג צו מענעדזשן, ווייל מ'דארף בלויז קוקן דא https://www.ishares.com/us/products/239 ... growth-etf
איינמאל אין יעדע עטליכע חדשים צו איינע פון די האלדינג'ס זענען אראפגעפאלן אדער אויב עפעס איז צוגעקומען.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די וואך איז אונזער פארטפאליא געשטיגן מיט איבער 3%

א באריכט איבער די מארקעט און די מעגליכע ראטעישאן צו דיפענסיוו סעקטאר'ס וועט בל"נ נאכפאלגן.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח ר' יום טוב פאר די פיינע אנאליזן. איך פארשטיי נישט צו די אלע טערמינען, און פארדעם אינוועסט איך נישט. אבער דיין געשמאקע שפראך ברענגט מיך צוביסלעך אריין אין די זאך.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שטומפיג האט געשריבן:שכח ר' יום טוב פאר די פיינע אנאליזן. איך פארשטיי נישט צו די אלע טערמינען, און פארדעם אינוועסט איך נישט. אבער דיין געשמאקע שפראך ברענגט מיך צוביסלעך אריין אין די זאך.

איך פארשטיי יא אביסל, און איך בין זיך אויך מחי' מיט זיינע אנאליזן. איך קען נישט יעדעס מאל באדאנקן. (אפשר יא? #לייק קנעפל) אבער על הכלל כולו יצא.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס איז אינטערעסאנט אז בעת וואס QDEL באקומט די פולסטע אויפמערקזאמקייט פון די עסטאבלישמענט אינוועסטירער איבער איר קאוויד טעסט, און איר סטאק שטייגט מיט אסטראנאמישע פראצענטן טעגליך, קימערטן זיי זיך נישט מיט ABT און איר קאוויד טעסט, און מיר ווייסן שוין אז כך דרכיהם מאז, זיי קוקן נישט אויף קיין גרויסע עטאבלירטע קאמפאניס מיט עכטע פארדינסטן, זיי האבן נישט ליב די מעינסטרים אלט-געזעסענע סטאקס, זיי זוכן בלויז ווי צו כאפן א סמאל קעפ "מציאה". וועלמיר זען וואס די ענדע וועט זיין. ווייל חוץ קאוויד טעסטינג האט QDEL נישט קיין אנדערע ערנסטע פראדוקט, הגם זי קען נוצן די פארדינסטן צו וואקסן.
איך לייג נאר צו נאך און נאך צו ABT, וואס איר סטאק פרייז איז נאך אלץ יעצט באזירט אויף די מיינונג פון דריי חדשים צוריק אז ס'מער נישטא קיין קאוויד .. יעצט פאנגט זיך עס גראדע אן אביסל אויפצווועקן ווען ביידען האט ארויסגעגעבן זיין עקשאן פלען וואס נעמט אריין צו שפענדן ביליאנען אויף קאוויד טעסטינג.
---
עס הויבט אן אויסזען מער און מער אז די מעגליכקייט פון א דעפענס סעקטאר ראלי. א דעפענס סעקטאר ראלי מיינט נישט דוקא אז די דעפענס סטאקס שטייגן הויך, עס מיינט אז ער טוט ביעטן די מארקעט. די לעצטע יאר זענען די דעפענס סטאקס אין אלגעמיין געווען שוואכער ווי די מארקעט. און יעצט זעט מען אין געוויסע טעג אז די קאמפיוטער קעפ פון די העדזש פאנד אינסטיטוציעס טוען ראטעיטן אריין אין העלט קעיר שווערע וואליום הארט 4:00 אזייגער ביים שליסן פונעם מארקעט, דאס איז אנדערש ווי געווענליך ווען די דעפענס סטאקס זענען נידעריגער after hours און עס שטייגט דורכאויסן טאג.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ווילסט קויפן א עכטע גראוט סטאק מיט עכטע פארדינסטן?
DHR
דאס איז מיין צווייט גרעסטע האלדינג און איז א עקזעמפל וויאזוי א אמת'ע גראוט סטאק דארף אויסזען.

עס איז א העלט-קעיר גראוט סטאק מיט שטארקע אוירנינג'ס. א מעגא קעפ. עס האט אונטער זיך א 20 ברענד'ס. א אמעריקאנער פירמע מיט פילאליעס גלאבאל.
אז דו קויפסט עס נעמסטו גאנץ א גרויסע ריסק, ווייל עס איז נאך אלעם א גראוט סטאק. אבער איך האב עס אלס א חלק פון א באלאנסירטע אינדעקס פארטפאליא, וואס דאן גייט עס מיט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די וואך איז געווען זייער אינטערעסאנט, ווען די גרויסע העדזש פאנד'ס זענען געווען זייער וואקלדיג אין וועלכע סעקטאר צו ראטעיטן. זיי זענען געשפרינגען אהין און צוריק, למשל היינט פרייטאג אינמיטן טאג האבן זיי געגעבן אזא סוויטש צוריק פון דיפענס צו סייקליקל ווי גארנישט. וכשזה נופל זה קם. עס דערקענט זיך אז זיי טעסטן וויפיל און ווען אריינצולייגן אין דיפענסיוו סטאקס.
די S&P איז די וואך געפאלן מיט 1.22%
די DOW איז געפאלן מיט 1.65%
די QQQ איז געפאלן מיט 0.95%

אונזער פארטפאליא איז געפאלן מיט 0.45%.

די פאקט אז אונזער פארטפאליא באשטיייט אויסשליסליך פון large cap באשטייערט אז ס'זאל נישט זיין צו וואלאטייל. עס האט א נידריגע beta
עס וועט טאקע בדרך כלל נישט וואקסן מער פון 3-4% אין א גוטע וואך, אבער אין א שוואכע וואך אזויווי יעצט און מיט צוויי וואכן צוריק וועט עס נישט צופיל פאלן קעגן די מארקעט.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

עס איז דא א באקאנטע אויסדריק אין די סטאק מארקעט
Sell rosh hashana and buy yom Kippur
לכאורה קומט דאס ווייל זייער אסאך עקטיוו טרעדערס זענען אידן און א גרויס חלק פין זיי האלטן זיך צוריק פון ארבעטען די הייליגע טעג, איז נישט דא קיין וואליאם, פאלט עס,

די מציאות האט געוויזען אזוי רוב יארן איז עס געפאלען די צייט פון יאר
Dating back to 1971, the Dow has fallen 27 out of 49 Rosh Hashana holiday periods
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די וואך אונזער פארטפאליא געפאלן מיט כמעט א האלבע פראצענט.

די S&P און די QQQ זענען געפאלן מיט כמעט 1.5 פראצענט, בעת וואס די DOW איז געפאלן מיט 1%

איינע פון אונזערע גרעסטע האלדינגס TMO איז היינט געשטיגן מיט שיינע פראצענטן. זי איז געווארן דערמיט די גרעסטע מעדיקעל דיווייס פירמע איבערשטייגנדיג ABT.

די מארקעט אוועראל צייגט צייכענעס פון שוואכקייט, אז מ'קוקט אויף די dow זעט מען ווי אין די לעצטע צייט גייט עס אין ערגעץ, די זעלבע איז מיט די ראסעל שוין די לעצטע האלבע יאר וואס זי שטייט stuck, די qqq וואס איז יא געשטיגן לעצטנס איז אויך בלויז ווייל אנהויב יאר איז געווען א אנגעדרייטע קארעקשאן ביי טעק וואס וואלט נישט געדארפט זיין, און איצט האט זיך דאס אויסגעגליכן. ביי רוב סעקטארס אנפלעקט זיך א געהעריגע pre קארעקשאן. און די שטארקע פון זיי זענען אויך זייער וואלאטייל.

די בעסטע אפציע איז יעצט מער ווי אלעמאל זיך צו האלטן אין די דעפענסיוו סעקטאר'ס, און אויך בלויז אין large cap. אז מ'קוקט אויף היסטאריע ווען די סטאק מארקעט איז געפאלן, אין 2020 און אין 2008, איז העלט קעיר large cap - ארויסגענומען העלט אינשורענס וואס איז נישט עכט קיין העלט קעיר, - געפאלן מיט ווינציגער ווי 20%, קעגן די 35% וואס די מארקעט אין אלגעמיין איז געפאלן.
VHT - איז גוט אבער עס אנהאלט אויך העלט אינשורענס, און קלאציגע פארמא סטאקס. דעריבער וואלט איך געראטן א קאמבינאציע פון IHI 75% און IBB 25% - די צוויי האבן די שטערקערע חלקים פון העלט קעיר.


הגם מען קען נאך טרעפן שטארקע זאכן, בעיקר געוויסע טעק סטאקס, אבער די גאלדענע תקופה פאר די אלע וואס זענען דא צו כאפן א שנעלן דאלער איז קענטליך געקומען צו א ענדע.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

היינט קען מען מיטהאלטן לייוו ווי שטארק יעדע סעקטאר ווערט אפעקטירט פון א קארעקשאן.
https://eresearch.fidelity.com/eresearc ... ding.jhtml
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”