אברך האט געשריבן:אברך האט געשריבן:זעהט אויס אז עס קומט א רויטער טאג אין די מארקעטס מארגן, די פיוטשערס זענען יעצט דאון ארום 1%.
אויב דער ראססעל 2000 וועט פאלן צו די 215 רעינדש וועל מיר ארויפליייגן א לאנג פאזישן, יעצט האלט ער ביי 220 (IWM).
אומר ועושה...
אינמיטן טאג האט IWM געגרייכט אונטער 215 האב איך געעפנט א בוליש אפשענס פאזישן (אזוי ווי א קאווערד קאל), ער האט זיך געשלאסן ארום 217, דאון איבער 2% פארן טאג.
אפשר נאך יום טוב וועל איך שרייבן מער דיטעילס פון דעם טרעיד אין די אפשענס אשכול.
א גוט יום טוב!
בעסער שפעטער ווי קיינמאל... וועל איך יעצט שרייבן וואס איך האב ארויפגעלייגט פאר יום טוב און וויאזוי עס האט זיך אויסגעארבעט דערווייל.
איך האב געקויפט דעם 170 קאל וואס עקספייערט יאנואר 2024, דאס דארף דינען ווי א סטאק סאבסיטוט, איך האב געצאלט $5,732.
איך האב פארקויפט דעם 224 קאל וואס עקספייערט קומענדיגע וואך פרייטאג, באקומען פאר דעם $257.
עס איז פאריבער עטליכע וואכן IWM איז ארויף מיט ארום $5 ,פון 215 צו 220, איך קען ווען יעצט קלאוזן ביידע קאלס פאר $6,012, דאס איז $546 פראפיט, ארום 10%.
מיין שארט קאל איז אוט אוו די מאני און האט נאך $118 צו מאכן אין 10 טאג, זעה איך נישט קיין סיבה עס צו קלאוזן.
בעסט קעיס סינעריא איז אז IWM זאל זיך ארויפרוקן אביסל ביז נאנט צו 224 און 10 טאג ארום וועט עס עקספייערן ווערטלאז דאן וועל איך קענען פארקויפן א פרישע קאל פאר א זאפטיגן קרעדיט, ונראה מה יהי'