אברך האט געשריבן:דער עולם האט זיך צאמגענומען אונטערצוברענגען די גרידי העדש פאנדס וואס דרוקן ארטיפישעלי אראפ די פרייז פון א סטאק דורך שארט סעללינג, מען נעמט זיך צאם, מען קויפט און קויפט, די פרייז גייט אביסל ארויף, די שארטס באקומען מארדשין קאלס, זיי מוזן צוריקקויפן דאס ברענגט פרישע דימענד און די סטאק גייט ווייטער ארויף וואס ברענגט אז נאך שארטס מוזן צוריקקויפן וואס ברענגט נאך דימענד וחוזר חלילה דאס ברענגט אז א סטאק קען פליען צו די לבנה אפגעזעהן פון די פאנדעמענטלס פון די קאמפעני.
מיר האבן אלע געזען וואס איז געווען מיט GME נישט לאנג צוריק, יעצט איז AMC אין פלעי, עס איז היינט ארויף מיט כמעט 100% צו ארום $65, יעדער שטייט און באטראכט וויאזוי די דראמא גייט זיך אויסשפילן.
די שאלה פאר מיר איז אויף למעשה, וואס זאל איך טוען, זאל איך קויפן שערס? דאס איז זייער ריסקי קיינער ווייסט נישט ווער עס גייט געווינען, און אפשר גיי איך אריין ביי די טאפ, זאל איך שארטן? ווער ווייסט ווי הויעך ער קען נאך אנקומען.
עס איז דא עפעס אנדערש וואס איך האב געטוען היינט צו נעמען עדווענטעדש פון די סומאטוכע רעלאטיווילי סעיף.
איך האב פארקויפט די 14 פוטס, עקספייערינג אין 79 טאג, באקומען $220 פער קאנטראקט.
בעיסיקלי איך נעם זיך אונטער אז אויב די סטאק נעמט זיך טראסקענען ביז אונטער 14 גיי איך דאס דארפן קויפן פאר $11.80 א שער.
געווענדליך אויב וויל מען פארקויפן א 14 פוט אין א 65$ סטאק קען מען גארנישט באקומען פאר דעם, אבער דא מיט אימפלייד וואלעטילי פון איבער 400% באקומט מען שיינע פרימיומס.
אין מיין אפיניען איז דאס א רעלאטיווילי סעיף טרעיד, איך האלט נישט אז AMC גייט גיין באנקראט, די סיבה פארוואס עס איז געווען א שטיק צייט ביי 5$ איז געווען א קאמבינאציע פון קאוויד און סטאק מאניפיולעישן פון די שארט סעלערס.
אויב פאלט עס ביז 9/10$ וועל איך באקומען די שערס און פארקויפן קאלס קעגן דעם.
מיין מעקס פראפיט איז $220 פאר $1,180 אין ריסק, ארום 20% אין 2 אהאלב חדשים, נישט שלעכטע פאר אזא קאנסערוועטיוו טרעיד .
די אימפלייד וואלעטילי אין AMC איז שטארק צוריקגעפאלן פון איר הייעך פארגאנגענע וואך, די סיבה איז וויבאלד ער האט זיך מער ווייניגער סטאבילעזירט אין א רעינדש, אלס א רעזולטאט זענען אפשען פרייזן שטארק געפאלן.
די 14 פוטס וואס איך האב פארקויפט פאר 220 האבן היינט געטרעידט פאר 100, איך האב געקלאוזט מיין פאזישן פאר $120 פראפיט פער קאנטראקט, 10% אין א וואך.