דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח פאר אלע אנאליזירער. איך האלט מיט יעדעס ווארט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איך גיי שרייבן א שטיקל אנאליז, לויט מיין יעצטיגע פארשטאנד פון די קאמפיני.

חלק א׳

וואס וועלט געווען, ווען די בעלי בתים פון OKTA, זענען מחליט, אז ס׳איז גענוג געווען מיט וואוקס, ס׳איז געקומען די צייט אז מען זאל מאכן געלט, וואס וואלט געווען אין אזא פאל?

די קאמפיני האט געאכט אין גראס פראפיט (דהיינו הכנסות נאך באצאלען די קאסטען דערפון) בערך $675 מיליאן דאללער, אין די לעצטע 12 חדשים, זיי האבן געספענדט בערך $200 מיליאן דאללער אויף אדמינסטרעיטעוו, בערך $475 מיליאן דאללער אויף מארקעטינג און בערך $235 מילאן אויף ריסערטש און דעוולעפמענט.

יעצט, אויב זענען זיי מחליט אז זיי וויל אויפהערען וואקסען, קענען זיי שניידען רוב פון די מארקעטינג, רוב פון די ריסעטרש און דעוועלפמענט, און א גרויסע חלק פון די אדמינסטרעטיוו, ווי אויך, קענען זיי לכאורה ארויפטרייבן די גראס פראפיט, דורכדעם וואס זיי קאנצרירען זיך מער אויף שניידען הוצאות, און צוגאב, זענען זיי שוין געוואקסען זייט יענער רעפארט, ס׳איז שוין דורך 2 א האלב חדשים זייט זייער לעצטע קווארטעל האט זיך גע׳ענדיגט.

הכלל, אויב ווילן זיי יעצט אויפהערען וואקסען, קענען זיי לדעתי בלייבן מיט א פראפיט פון $500 מיליאן דאללער יערליך, א וועליו קאמפיני וואס מאכט $500 מיליאן יערליך וואלט ווערט געווען בערך $7.5 ביליאן דאללער, לייג צו בערך $700 מיליאן דאללער וואס זייערע נכסים זענען יעצט ווערט, און די קאמפיני איז ווערט בערך $8.25 ביליאן דאללער.

לויט דעם חשבון, איז די גאנצע סיבה פארוואס די קאמפיני מארקעט קעפ איז יעצט אין די $35 ביליאן דאללער רעינדזש, בלויז צוליב דעם אז די אינוועסטירער האלטען אז די קאמפיני גייט וואקסען, און ווערען 5 מאל אזוי גרויס.

נאך׳ן אנאלזיריען די קאמפיני, איז די השערה אז די קאמפיני גייט וואקסען 5-פאכיג, בכלל נישט אזא ווייטע השערה, די שאלה איז נאר, אויב די פרייז זאגט מיר יעצט אז די קאמפיני גייט וואקסען 5-פאכיג, כדי אז די פרייז זאל ארויפגיין, מוז די מארקעט האלטען אז די קאמפיני גייט שטייגן מער פון 5 מאל (די יעצטיגע וועליו), דא פאנגט זיך שוין אן, איך בין נישט זיכער אז די קאמפיני גייט טאקע שטייגן מער פון 5-פאכיג.

די עקסטרעמע וואוקס וואס עס גייט יעצט דורך, מוז זיך ערגעץ ווי אפשטעלען, די שאלה איז נאר, ווי און ווען. באמת איז דאס א זאך וואס מען קען נישט וויסן, אבער OKTA האט שוין געמאלדען פאראיאר אז זיי האבן 100 מיליאן באנוצער, כדי צו וואקסען 5-פאכיג, מוזן זיי אדער באקומען מער געלט פון יעדער באנוצער, אדער צובאקומען באנוצערס, OKTA האט געוויזן אז אין ביידע געביטען קענען זיי זיך שיין פארמעסטען.

די פראבלעם וואס איך זעה איז, אז ביי עפעס א פונקט, וועלען זיי האבן אלע באנוצער וואס זענען אינטרעסירט אין זייער פראדוקט, און מיט אלע מיין איך נישט אלע, בלויז אלע וואס מען קען גרינג איבעררעדן, ווען יענס גייט געשען, גייט זייער וואוקס זיך פארשטאטערען. איך קען זיי זען גרינגערהייט אנקומען צו 500 מיליאן באנוצער, און אפשר אפילו מער פון דעם, אבער ווען זיי דענעטערען זיך צו די ביליאן באנוצער מארק, קלער איך אז די וואוקס גייט זיך פארשטאטערען, בלויז צוליב דעם וואס יעדער וואס וויל זייער פראדוקט, האט עס שוין.

אין די צווייטע זאך, זייער וואוקס אין אינקאם פון עקזיסטירענע קאסטומערס, וואס קומט אריין ביי גאר א שטארקע 20% (וויבאלד זייער דאללער ריטענטשען רעיט איז בערך 120%), זעה איך אויך אז דאס גייט מיט די צייט זיך פארשטאטערען, ווייל ווי איך פארשטיי עס איז אזוי, זיי ברענגען אריין קאסטומערס אויף זייער ביליגסטע פלען, דערנאך ווען די קאסטומער איז צופרידן טוהט די קאסטומער אפגערעידען זייער פלען, כדי צוצובאקומען נאך פיעטשערס, און וויבאלד זיי באקומען צו יעדער יאר נאך קאסטומערס, איז די נעקסטע יאר טוהן די קאסטומערס פון פאראיאר אפגרעידען, און אזוי ארום מאכן זיי א שטארקע דאללער ריטענטשיען רעיט, אבער ביי עפעס א פונקט, וועלען שוין אלע קאסטומערס זיין אויף די טייערסטע פלען וואס זיי דארפען, וואס דאן וועט אויך די וואוקס פון עקזיסטירענע קאסטומערס אפשוואכען. איך שאץ אז דאס גייט געשען בערך א יאר נאכדעם וואס די וואוקס פון נייע קאסטומערס פארשטאטערט זיך.

לסיכום, לדעתי איז OKTA גאר א שטארקע קאמפיני, און די שאצונג פון די מארקעט אז ער גייט וואקסען 5-פאכיג בערך ריכטיג, און צוליב דעם האלט איך אז OKTA איז גאר א שטארקע HOLD סטאק, איך גלייב שווער אז דאס גייט איבערשטייגן די דאזיגע עקספעקטעישענס פון וואקסען 5-פאכיג. מילא גלייב איך נישט אז דאס איז א סטאק צו קויפן, מאידך גיסא, גלייב איך נישט אז די מארקעט׳ס שאצונג איז אףף.

חלק ב׳

די וועל איך שרייבן זאכן, וואס טאמער זיי גייען געשען, וועל איך טוישן מיין אנאליז.

טאמער קען OKTA ארויסגעבן א נייע פראדוקט, וואס דאס וועט מאכן אז זיי זאלן קענען בעטען מער געלט פון זייער קאסטומערס, אדער וועלען זיי קענען מיט דעם צוציען אנדערע סארט באנוצער, האט OKTA גאר א שטארקע מעגליכקייט צו ווערען שטארק אין דעם, די סיבה איז וויבאלד OKTA איז גאר שטארק מיט זייערע פראדוקט און זיי האבן צוליב דעם א שטארקע צוטרוי אז זיי מאכן גוטע פראדוקטען, מילא אפגערעדט פון די עקזיסטירענע קאסטמוערס וועלן זיי גרינג קענען פארקויפן זייער נייער פראדוקט, נאר אפילו נייע קאסטומערס, וואס מאיזה סיבה שהוא ניצן זיי נישט, ווייסן אבער אז זייער פראדוקטען זענען גוט. פארשטייט זיך אז די פראדוקט מוז זיין א געלונגענע, טאמער נישט איז דאס נישט אינטרעסאנט, טאמער דאס פאסירט, האלט איך אז דאן איז OKTA א BUY.

טאמער וועט OKTA וואקסען מיט א שנעלקייט, אויך נאכדעם וואס זיי קומען אן נענטער צו די ביליאן דאללער מארק, דאן וועל איך מיר דארפען איבערקלערען וואס גייט פאר און פארוואס די חלק וואס איך האב געקלערט אז עס גייט זיך דאן אפשטעלן איז נישט ריכטיג. אויב אבער לאידך גיסא די קאמפיני וואוקס פארשטייטערט זיך היפש בעפאר ער וואקסט 5-פאכיג, דאן אין אזא פאל וועל איך טוישן מיין מיינונג פון OKTA צו SELL.

טאמער וועט OKTA ליידען פון א שטארקע העק, דאן איז דאס נאך א סיבה צו טוישן מיין אנאליז צו SELL, וויבאלד נאך א העק, איז גאר שווער פאר אזא קאמפיני צוריק צובאקומען צוטרוי נאך דעם וואס זיי פארלירין דאס

טאמער וועט זיך ארויסשטעלען א נייער קאנקורענץ צו OKTA, אין דעם פעלד, דאן טויש אויך מיין אנאליז צו SELL, וויבאלד דאס וועט פארשווערען פאר OKTA צו וואקסען 5-פאכיג.

לסיכום, איך האב געשריבן 5 זאכן וואס קענען טוישן מיין אנאליז, 2 צו בעסער, און 3 צו ערגער, אבער לויט מיין עדיוקעטעד געס, איז די ערשטע זאך די מערסטע מסתבר אז עס גייט געשען, וויבאלד די בעלי בתים פון OKTA, מאכן זיכער די זעלבע אנאליז ווי איך, און דאס איז באמת די איינציגסטע זאך וואס איז בידם, בלייבט בלויז איבער צו זען אויב זיי וועלן האבן די מעגליכקייט טאקע צו ברענגען א נייע פראדוקט צום מארקעט, און צו זיי וועלן טאקע מצליח זיין דאס ארויסצוגעבן. סוף סוף, בלייבט מיין אנאליז ביי HOLD.

וויכטיג נקודה: איך בעט די עולם דא זאל צופליקן מיין אנאליז מכל וכל, ס׳איז די ערשטע מאל איך מאך אן אנאליז איבער א קאמפיני, און די אנאליז איז זיכער מלא טעותים, מילא דארף איך מען זאל עס צופליקן, און בלויז אזוי וועל איך מיך לערנען צו מאכן ריכטיגערע אנאליזען.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער קלאר און גרינטליך. שכח.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

זייער קלאר.

אפאר נקודות.
The growth from current customers could be from clients adding more users. Doesn't necessarily mean upselling.

As time goes by, they can charge more for the same services. Saas in the security industry went up a lot since there are more (and more publicized) hacks.

They already have competition and still stand out in the crowd.

אנטשולדיגט פאר די ענגליש.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

זייער אינטערעסאנט

ייש"כ אלע שרייבער/מגיבים
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Iphone האט געשריבן:זייער קלאר.

אפאר נקודות.
The growth from current customers could be from clients adding more users. Doesn't necessarily mean upselling.

As time goes by, they can charge more for the same services. Saas in the security industry went up a lot since there are more (and more publicized) hacks.

They already have competition and still stand out in the crowd.

אנטשולדיגט פאר די ענגליש.


ביסט גערעכט אז זיי קענען וואקסען אן אפסעללינג, און אז זיי קענען בעטען מער געלט, אבער די ביידע זאכן מאכן נישט קיין 120% דאללער ריטענטשיען רעיט, און זייער וואוקס גייט ווערען פארשטאטערט

בנוגע קאמפטיטשען, יעצט אויף די מארקעט זענען זיי די בעסטע, דאס מיינט נישט אז מארגן גייען זיי אויך זיין די בעסטע, אינטערנט עקספלארער איז אמאל געווען די בעסטע אויף די מארקעט, ביז ס׳איז געקומען קראום און זיי צושטמעטערעט. איך האב געמיינט צו זאגן א גוטע קאנקורענץ, נישט סתם א קאנקורענץ. (ווי לאנג אלע אנדערע קאמפיניס עדווערטייזן אז זיי זענען בעסער אדער די זעלבע פון OKTA, אזוי לאנג וועל איך וויסן אז זיי זענען די בעסטע אויף די מארקעט)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח בבקשה!

(איך האב מיר נישט אזוי אריינגעלייגט אין די קאמפאני, איך קען שווער דזשאדזשען. ביי די קומענדיג סטאק וועל איך מער טרייען. איך זעה אבער אז דו רעדסט דברים של טעם, אויבנאויף.)
פשטות
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 2:31 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטות »

אוטש... okta האט געליטען פון א העק.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בשעת איך האב געשריבן די אנאליז אנהויב יולי 2021, איז די סטאק געווען $240-250, אלע עקספערטען האבן געשריבן קויף! למעשה האלט יעצט די סטאק ביי $85.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”