פריוואטע וואקציע אשכול

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שרייב ניו העמפשיר!
מיין פעיוואריט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נישט פשוט האט געשריבן:שוין מזמער אויבן אויפן בארג, מ

מיר האבן זיך געשטעלט אין ליין צו אראפ פארן, די ליין איז שוין געווען פיל, און נאך א האלבע מניט איז די טירן געגעפענט געווארן און כבין אריין.
אויב אויפן וועג ארויף האט גערעט עפעס א שוטה, האט יעצט גערעט א שוטה באקס חי' פעמים.
עפעס א אלטע ערל'טע האט פארציילט מיין רעבצין אז אויף די טשער ליפט דערנעבען, איז אלץ דא בערן, (טערסאנט אז פונקט יעצט נישט, אפשר איז דעמעלטס נישט אלץ, מיר האט עס אויסגעזהן ווי די כיתה ח' יונגעל וואס אזי די נעב, פארציילט באבקע מעשיות פאר א גאסט יונגל) שוין ווי נאר מיר זענען אנגעקומען אונטען זענען מיר געגאנגען צום קארלע צו פארן קיין מאונט וואשינגטון.

המשך יבא


גראדע האב איך יא באגעגענט משפחת בערן און כאב אפילו געכאפט בילדער פון זיי
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

אקיי איך פאר ארויף די בארג ברויך זיך אביסל באקנט מאכן מיט די פאקטארן ארום דער בארג, ווי אלט איז ער ווייס מיר דאך! אבער ווען האט ער די ערשטע מאל געכאפט א שמוס מיט איינעם? לאזט ער מזאל ארויף קריכן אויף אים ?! איז ער ווילד? הארגט ער מענטשן? איז ער קאלט? וואסע מיט לעקטער דארט?.
אקיי, די אמת איז איך גיי נישט אויספראבירן לאמיר זעהן אביסל .

דער בארג איז הויך א זעקס טויזענט צוויי הונדערט און 88 פיס!! די העכטע אויף די נארדאיסט אין די US
דע ערשטער צו אנדעקען און זעהן די בארג איז געווען א איטליענט מיטן נאמען גאבני גי ווערזנאוי Giovanni da Verrazzano
דע גובאני אדער דזבאני האט דערזען דעם בארג אין 1524 למספרם. אקעי סאוי ווער איז געווען די ערשטע צוויי פיסיגער וואס אונז ווייסן וואס האבן געלייגט זייער פיסט אויבן אויפן בארג? א מענטש מיטן נאמען דארבי פיעלד Darby Field איז אפציעל ארויף אין 1642 מיט אנווייזונגען.

די בארג איז געווארן אויפגעכאפט צוליב טראנספארט וואס מלעגט ברענעגן פון קאנדא און איז דורך דארט ביי די זייט, און מיטן געבוי פונעם טרעין ארויף איז עס געווארן א טוריסט ארט.
די בארג איז באוויסט מיט די ערגסטע וועטער'ס, די עוורידטש פאר די יאר איז דארט ווינטן פון 35 מיילס פער שטונדע, מיט טעמפרורן פון 27 פערנהייט אן די ווינט, די צאל שניי איז 281 אינטש פער יאר, 97 אינטש רעגן פאכטקייט, רוב יאר איז די בארג פארוולאקענט בערך 220 טעג וואס קומט אויס 60 פראצענט.

די שטערקסטע ווינד איז וואס מעווייסט איז 231 MPH אפגעכאפט אין 1934 אין א נארישע האלצערנע געביידע ווי אפאר מענטשן האבן זיך אויפגעהאלטן.
די מערסטע שניי אין איין יאר איז 566 אינטש אין 1969.

ערגעץ אויפן בארג איז דא א פלאץ וואס הייסט די אלפיין גארדען מיט שיינע בלומען זע איך אבער איך האב עס נישט געוויסט פארדעם.
סאיז דא פאקסן דארט מיט רעביט'ס מיט סוקערליס מייזלעך און נאך.

די וועטער אבסעווערטרי צענטער האלט אויף דארט מעשטן דורך אויס די גאנצע יאר צו האלטן אויג אויף די וועטער'ס און איך ווייס נישט וואס ווי אויך האבן זיי דארט א קעצעלע שוין פון 1932.

די בארג האט גאר א הויכע צאל מענטשן וואס זענען געשטארבן אזול סך ווי 135! אבער כמעט אלע זענען געווען הייקערס וואס האבן זיך געשלעפט נישט מיט די ראוד, די ראוד אליינס האט געהאט דריי פאטאלע עקסידענטן זינט די מהאט געמאכט די ראוד 1861 .

איך בין נישט געפארן מיט די קאג רעיל וועי (די באן ארויף) נאר געפארן ארויף מיט די קאר מיט די אוטא ראוד, העליך אויסלאזן אלעס וועגן די באן.

די אטוי ראוד האט זיך געפענט אין August 8th, 1861 און די ערשטע הויז צו געבויט ווערן אויפן בארג איז געווען 1852 און די טיפ טאפ הויז ווי מי וועלן זעהן שפעטער איז געבויט געווארן אין 1853 און סשטייט נאך דארט.

איז די בארג ארויף צופארן מיט די קאר ווען זיך ווי שנעל מדרייוועט און וויפיל מאל משטעלט זיך אפ,גוגל זאגט סנעמעט ארויף צו פארן א האלבע שעה, די ראוד איז לאנג 7.6 מייל ארויף און די שנעלסטע וואס איינער האט עס געמאכט איז געווען 5 מניט און 44 סוקענדעס.

איך האלט ס'איז נישט וואס צו פחדנען ארויף צו דרייווען די קאר אויב איז עס נישט א אלטע קאר און די ברעיק ארבטען, אפי' פאר די פאסאנדזיר איז עס פיין אפי' זיי זענען נעטער צו די עק פון די ראוד, אויב איינער וויל מיר מיט נעמען נעקסטע מאל איך וויל עס פילען אלץ א פאסאנדזיר.

די קענסט זיך אייביג אפשטעלן און צוריק דרייען.
די פרייז איז כדענק נישט כמיין כהאב באצאלט 55 פאר מיר און אין די רעבצין.
דא פארט מען אריין צו די ראוד.
IMG_6904-640x480.jpg
IMG_6904-640x480.jpg (65.59 KiB) געזען 1917 מאל

א קליינע ווידאוי פון אויבן די בארג דורך די זין אויפגאנג און אינטערגאנג

קליק דא


המשך יבא
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שרייבטס דאך אזוי גוט

כמיין מדארף עס אריבערפירן צו היימישע קרעטשמע מער מענטשן וועלן קענען הנאה האבן פון דיין באשרייבונג און אינפארמאציע
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

נארמאליזעם האט געשריבן:שרייבטס דאך אזוי גוט

כמיין מדארף עס אריבערפירן צו היימישע קרעטשמע מער מענטשן וועלן קענען הנאה האבן פון דיין באשרייבונג און אינפארמאציע


שכח.

איך האב מערערע טעמים פארוואס איך שרייב עס דא.

ביי די וועי דיין שכח פאר דיין פלארידע עקספריענס
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פרישע נייעס! ווארטן מיר אויף די המשך
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

אקעי, מגיימער ארויף פארן דעם בארג און לאמיר זעהן וואס טוט זיך ביים וועג ארויף, אויבן אויפן בארג און אויפן וועג אראפ.

שוין איך פאר אריין דארט צום אריין גאנג, געווען איין קאר אין פראנט פון מיר, ארבטען דארט צוויי חברה, בערך אין די 60 יארן, איך געבען דארט צויי פלאכע פופיציגער'ס, און פרעגט מיר וויפיל חברה האסטו, איך זאג, שוין ער גייט צוריק אריין אין זין בוטקע ער ברענגט ארויס די רעשט צוויי סטיקער'ס פאר די מוזעם אויבן אויפן אברעזעוועשן בילדינג, און די באויסטע באמפער סטיקער "דיס קאר קליימעט מנ. וואשטינגטאן". און ער געט קורצע אינסטארקשענס, ווי פאר ארויף די בארג מיט די שיפטער אין דרייוו, און אויפן וועג אראפ אין לאוי גיר, יעדע קאר האט אנדערע אפציעס ווי שטארק מקען טוישן די גיר, די בעסטע איז אין די קלענסטע.
אויך זאגט ער זיך אפ-צושטעלן אויף די וועג אראפ צו אפ קילן אביסל די ברעקס.

אויב ווינדערסטו זיך וואס דאס מיינט און וואס די אויפטהו פון לאוי-גיר, איז אזוי, די קאר האט צוויי הויפט חלקים די ענדזן אדער די מאטער וואס דרייט א אייזן, יעצט ווער זאגט אים צו פארן אדער בעקען? פאר דעם איז דא א טרענסמישען, די טראנסמישן האט אזוי ווי רעדער ביי א בייק, וואס האט גרעסערע און קלענערע רינגן, ווי א גרעסערע רינג אלץ גרינגער איז פאר די ענדזשן ווי קלענער אלץ שווערע ארבעט די ענדזשן סאוי די ענדזישן העלפט ארויס צו אראפ סלאוין די קאר, אזוי שטערנגסט עס נישט אזוי אן די ברעקס.
אויך איז א גיטע עצה צו פארן מיט די העד לייטס אנגעצינדן.

שוין זעמיר רעדי ארויף צו פארן, איך קוק איך זעה כהאב נאך כמעט א פערטעל טאנק מיט געז המממממ..
שוין די וועג הייבט זיך גאנץ ברייט נישטא קיין צוויי לענס, סאזי א טע וועי ראוד, דיינע נייע פעוומענט, שיינע ביימער פון ביידע זייטן, איך עפן אויף אלע פענטעסטערס די מערסטע, איך פאר, און פאר בערך אויף דרייסיג, איך הער ווי די ווינט בלאזט די ביימער סווערט אביסל לופטיגער, סהייבט זיך אן אביסל דרייען, און איך זעה א קאר אינטער מיר, סמיר נישט גוט געווארן די גייסט מיר נישט אוועק נעמען מיין ראיג'ע דרייוו ארויף איך צינד אים אן די העזערדס און איך רוק זיך אינדערזייט , ער האט מיר געפעסט פיין יעצט קעמען וווייטער פארן.

נאך 1000 פיסט איז דא שא שטאנג וואס זאגט ווי הויך מהאלט, בערך נאך 3 מניט אזי אלע ביימער געבליבן אינטען די בארג האט זיך באוויזן, און די ראוד איז דעווארן שמאל און קראצעדיג, די קאר האט אנגהויבן זיך שלעפן, כבין געפארן בערך אויף צוונמיג מיל פער שטונדע.

סהאט אנגהויבן ווער מער אנטוואריסטיש און געשמאק, די צענע'ס אינדערזיידט מיט די תהום אראפ איז ממש א מחי' צו זעהן, די זעסט אסאך מאל נישט גארנישט חוץ הימל מיט א אביסלע ראוד אין פראנט, און אינדערזייט א טאל אראפ! וואף!

אזוי ביי כמעט 4000 טויזענט פיסט קומט די נעקסטע לעוועל! די ראוד טראנספאמירט זיך פון פעוומענט צו ערד-זאמדיגע שטיינער אביסל, נישטא קיין סימינים פון לענס די בארג דרייט זיך, ס'איז עפעס וואס די נשמה מיט די גוף כאפן א שמעוס..... שוין איך פא רמיר אזוי געשמאק ארויף די וועטער'ס האבן זיך געהאלטן און איין טוישן פון וואקעלעקניג צו זוניג געוואנדן ווי אין די בארג מהאט געהאלטן, ס'האט אנגהויבן צו ווער טשילי האב איך אביסל פארמאכט די פענטסטער.

נאכן אביסלע האבט מען אנגהויבן זעהן די גרינשע שטיינער, און די Sherman Adams בילדינג.
א בליק אויף די גרינע שטיינער
בילד

א קליינע קליפ פון מיין דעש קעם ווען מזעט שוין די ענדע.
קליפטש'קער

שוין דא קענט איר זעהן ווי איך קום אן און דארט איז דא דריי פארקאינג לאטס, איינס העכער די אנדערע און איינס אויף די אנדערע זייט

ביים זיך פארקן

שוין נאכן פארקירן די קאר האבן מיר זיך ווארעם געמאכט מיט וואס מהאב מיר געהאט, די וועטער איז געווען גארדזעס! נישט געווען קיין וואלקענס גארנישט, טאקע נישט קיין זין אויך נישט אבער סגעווען עפעס נישט נאמאל די וויא!

שוין איך גלייך געכאפט אראפ בילדער דארט ווי כהאב געפארקט מיין קאר.

בילד
נאכן גיין ארויף די סטעפעס דארט ווי די טרעין קומט אן, האבן מיר קודם אביסל באטראכט די צענע נאדיר א בילד ווי די וואלקען שוועבט הארט פון אויבן.

בילד

אנשטאץ ארויף גיין דארט געהעריג האבן מיר געזהן אז עפעס גייט פאר מיט די באן! די באן איז סטאק! און די עולם זיצט שיעף אויפן וועג אראפ..... איך וואלט מיר אראפ געזעצט דא אבער סאזי פשוט נישט זייער בעטעמט אנע קויט און שאל

בילד
איך האב אביסל ארום געטאנצען דארט אין די שטיינער, ביי די וועג צו די טרעיל אלל דעי וועי אין בעק ביז ארויף צו די טיפ טיפ הויז
בילד
די בערג אין די בעק
בילד
די טיפ טאטפ הויז איז אלט און היסטאריש, סאזי א קליין שטיינערנע בוטקע אלט פון 1853 און געדינט פארשידנע פונקציעס, געבויט פאר א האטעל

נאכן כאפן עטליכע בילדער און ארויף דארט אויף די דעק פון די Sherman Adams בילדינג זענען מיר אריין אינטען צו זיך דערווארמען.
זעמיר נישט געוון דארט לאנג, און אויך איז די פאסט אפיס שוין געוווען פארמאכט, זענען מיר געגאנען זיך גרייטן אויף וועג אראפ, ארויסקומענדיג האב איך געטראפן דארט א פרייע איד וואס האט געכאפט א שמעוס מיט מיר, און זיך באזעצט אריין אין קאר.

יעצט די וועג אראפ איז אסאך לענעגער ווי די וועג ארויף! איך מאך בערך פינעף סטאפס.
די ערשטע סטאפ איז געווען צופיל און נאך נישט בעטעמט די וועטער זענען מיר געפארן אראפ נאך אביסל, דארט האט מען געפארקט די קאר ארויס געשלעפט אפאר חפצים און געגאנגען קריכן צווישן די שטיינער.
האבן מיר זיך ארןיף געשטעלט דארט אויף עפעס א שיפע הויכע שטיין אין גענומען אפאר אויג-פארכאפענדע בילדער, אבער נאך צוויי מניט האט זיך ווידער אנגערוקט א מחנה מיסקיטאס און בלית ברירה פארלאזט דאס פלאץ און אנגהויבן אראפ פארן נאך אביסל.

בים דריטען סטאפ אויף גאר א פריווטע שיינע גארדזעס שטח, האט מען ארויסגעצויגן מאטריעל זיך צו קענען געהעריג אויסציען די ביינער דארט,איך האב זיך געזעצט עסן, און געבענטש און דענאך ארויס געצויגן מיין קליינע ספיקערל און מיזוק און אנגצינדן גאר שיינע נגיני רגש! די וויא דארט אזי כמעט 360 ארום גענומען מיט ריזגיע פעלזן בערג
די אטמספערע און די הויכקייט האט געמאכט שפירן ווי מ'אזי מיט 1000טענר מדרגיות העכער און נאכן זינגן געפילט רעדי צו צוריק פארן צו מיין אכסניא.


די זין האט אנגהויבן אראפ גייען און איך האלט כמעט אזוי סוף בארג צינד זיך מיין געז לעמפעלע, אז איך בין ליידיג, מיט א האלב נערוועזע און כמעט 100 פראצענט אז איך וועל האבן די והותר ביז די נעקסטע געז סטאנציעת זעה איך אינטען פונעם בארג אזי דא א אלטע פאמפ אנע אפציע פאר א קרעדיט קארד, און די אינסטאנצען זענען שוין נישט דארט געווען האב איך מיר ארויסגעלאזט, איך געזהן אז מקען בלייבן ביז ווען מוויל דארט :wink: זיי שפארן נאר אפ די וועג ארויף.

א שיינעם בילד דארט ביים פארן אהיים

בילד

המשך יבא
(סשווער צו ברענעגן שיינע בילדער, סאיז עפעס וואס מדארף אליין זעהן און פילען)
!!THANK YOU BANAA#
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

יוש טראגסט מיר ממש צוריק דארטן...עטליכע הערות: זיי געבן א סי די צו הערן אויפן וועג ארויף וועלכע איז ווי א טור גייד מיט אינפארמאציע און היסטאריע איבער די בארג

אויבן ביים וויזיטינג סענטער איז דא פארשידענע אויסשטעלונגען ווי א שטיקל מוזיעאם איבער דעם בארג, גאנץ אינטערסאנטליך

מנהג מקדמת דנא ארויס צו שיקן א פאסט קארד פון דעם פאוסט אפיס צו נאנטע פריינד
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

I love new Hampshire, from my favorites places.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

נישט פשוט האט געשריבן:


Is it ez'er to drive up the mountain with a small car or bigger suv?
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח ש'פשוט !!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:


Is it ez'er to drive up the mountain with a small car or bigger suv?

סאיז נישט אנדערש די דריייו ווי ווען די דרייווסט מיט עני קאר, אויפן ראוד, עני קאר וויל דא דע דזאשב.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

שטעל דיך נישט אפ,
גיי ווייטער,
כהאב מורא ביסט אריין אין לאו גיער,,,
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

זאגטס, איך האב איבער געליינט מיינע געשרייבאטכטס דא, איך זע ס'איז פיל מיט ספעלינג מיסטעקס און גראבע טייפאס, די עולם איז אקעי מיט דעם ?
איך וואלט געוארן נערוועז, אויב די עולם איז נישט מקפיד וואלט איך ווייטער אזוי געשריבן, ווייל סנעמעט נאך צייט, אבער אויב ווערט מען נערוועז וואלט איך יא איבערגעקוקט.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

נישט פשוט האט געשריבן:זאגטס, איך האב איבער געליינט מיינע געשרייבאטכטס דא, איך זע ס'איז פיל מיט ספעלינג מיסטעקס און גראבע טייפאס, די עולם איז אקעי מיט דעם ?
איך וואלט געוארן נערוועז, אויב די עולם איז נישט מקפיד וואלט איך ווייטער אזוי געשריבן, ווייל סנעמעט נאך צייט, אבער אויב ווערט מען נערוועז וואלט איך יא איבערגעקוקט.

געליינט אין איין אטעם, גארנישט באמערקט,
מיר ווארטען פאר נאך
אז יענער קען קענסטו אויך
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

גראדע יא באמערקט און מאכט טאקע היבש נערוועז, אבער אז א איד איז זיך מטריח מיך מהנה צו זיין, ווער בין איך זיך אפצורעדן...
אודאי איז אסאך ב׳טעמ׳טער צו ליינען אנע גרייזן, אבער אויב דאס וועט דיך מאכן שרייבן איין ווארט ווייניגער, פארגערעבאוריט.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

נישט פשוט האט געשריבן:זאגטס, איך האב איבער געליינט מיינע געשרייבאטכטס דא, איך זע ס'איז פיל מיט ספעלינג מיסטעקס און גראבע טייפאס, די עולם איז אקעי מיט דעם ?
איך וואלט געוארן נערוועז, אויב די עולם איז נישט מקפיד וואלט איך ווייטער אזוי געשריבן, ווייל סנעמעט נאך צייט, אבער אויב ווערט מען נערוועז וואלט איך יא איבערגעקוקט.


Keep on going! Don't stop or write less cuz of the spelling...



KEEP IT UP!!
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

נישט פשוט האט געשריבן:זאגטס, איך האב איבער געליינט מיינע געשרייבאטכטס דא, איך זע ס'איז פיל מיט ספעלינג מיסטעקס און גראבע טייפאס, די עולם איז אקעי מיט דעם ?
איך וואלט געוארן נערוועז, אויב די עולם איז נישט מקפיד וואלט איך ווייטער אזוי געשריבן, ווייל סנעמעט נאך צייט, אבער אויב ווערט מען נערוועז וואלט איך יא איבערגעקוקט.

בחלל ניטש בעמארקט דיינא מיסטעיקטס, שריבסט זעייר גשמאק, אין מאאמיר מוראדעג הנעה פון דיינע שרייבעכטץ.. זא ממשעך
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

די טאג האט זיך מער ווייניגער געשלאסן ביים אהיים קומען פון מנ. וואשינגטאן, אבער קודם זיך אריבער געכאפט צו די באוויסטע דאלער טשען געשעפט הארט קעגען די הארד סייט ווילידזש קאטשעס.

מיר זענען אריין אין געשעפט, פאר ווער סנאך נישט דארט געווען, די סטאר האט אלעס אבער האט גארנישט, נישט קיין זאכן און אזוי אויך נישט קיין קאסטמער'ס... ווען סווען נישט קיין טשען-סטאר וואלט עס שוין לאנג געווען פארמאכט, ווארום סמאכט נישט קיין געלט לדעתי.

שוין איך האב דארט געקויפט אראפ פלעשער וואסער, צוויי דיספאזעביל בעקעלעך א פעקלע קוילן און די לקיוויד מיט די ציפער, און אזא דיספזעבעל גריד צו ארויף לייגען פון אויבן, שוין איך שלעפ מיר צו קעשער, שטייט דארט א זרש און קויפט א גיפט קארד צו קענען געמבלען אנ-ליין, די שיקערטע האט ניטמאל געקענט רעכענען, און געפרעקט די קעשער וויפיל איז 103 מיט נאך צוואנציק, בקיצער ווען די קעשער זאגט איר די דארפסט ברענעגן נאך 5 טאלער, איז עפעס א נערוועזע נא העמפשער גוי געווארן אום-געדולדיג און געזאגט אז ער וועט אויסלייגן ביז ברענגט און ענדיג איר רעכנען, שוין צו מאכן די מעשה נאך לענעגער איך שטיי דארט און ענדליך רומט אן מיין רייע איך סווייפ אראפ די קארד, און באמערק אז נישטא קיין טעקס! נאך א גיטע זאך. זיי פארן מיר איין מיינע זאכן אין בעג!!!! איך גיי צוריק צום קאר און לייג אריין מיינע זאכן.

איך האב דיסיידעד צו כאפן א שפאציער ארום די קאטשעס אין די הארד סייד ווילעדזש, איך וואק אזוי ארום, מערע אויגן האבן זיך געוואנדן אין מיין ריכטונג, איך האב צו יעדעם געשמייכעלט און ווער סהאט זיך געלאזט האב איך באגריסט.
די ווילעדזש האט בערך 20 אדער 30 געצעלטן, סבאשטייט פון א גרויסע בוילער רום מיט א שטיבלע, יעדער באקומט צוויי בענעקלעך פארנט אינדרויסן מיט א טיש אינדערבעק די פרייז מיינעך איז 150 טאלער א נאכט, סאיז זייער קלין און באשטייט מיינעך פון חזקה סטייל ווי די פלאץ אין געוויסע שולן.

שוין נאך די קורצע שפאציר זענען מיר אהיים געפארן, געגעסן א ביינאכט מאלצייט, די מאלצייט איז געווען גאר געשמאק מיט איין קליינע פאנטשער, ווארם די דאבעל בעג וואס פעלט זיך אויס פאר די מייקראוו איז פון די היץ האט זיך אויפגעפראלט די דעקעל פון די קאנטענער, און סהאט נישט מער געהאט די צוויי כיסום האט מען עס נישט געקענט עסן, אבער אדער ווייז איז אלעס געווען געוואלדיג.

צו מנחה האט מיין געזאגט זי וויל מיטקומען, זענען מיר געפארן ביידע צום בית המדרש, איך בין געבלין דארט אביסל לערנערן און זי איז געגאנגען שמוסען אין ארלינגטען.
נאכן ענדיגן מעריב האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאציר דארט אויף מעין סט.
פעיסט פארוועט די זין שיינט און משטייט אויף צו א פרישע טאג, מהאט אריין געשלאפן כדבעי אלס לא להנאת גופי ווייסטעך די אידישע טאטע....
די קאפי דארט איז געווען א קאפי, נישטא קיין טעלעפאן גארנישט, ביימער ווינטל גראז און הימל...
נאכן פערטיגן זעמיר געפארן דאווען אין PMR, אנקומענדיג דארט די מנין דארף זיך אויפציעל שטעלן 9 פון ניינע ווערט צענע און פון צענע ווערט צען דרייסיג, שוין בקציער מיר האבן געדאווענט שפאצירט דארט אויף די פארדזש וואס מ'בויט דארט, ביי די וועי די גויס דארט האט OCD אין גרעסטע דאזע מעגליך נישט גענונג וואס ער מאכט עס שלעכט הערט ער נישט אויף צו איבער מאכן, עני וועי די ווייבער שיל דארט איז הייס און אינטערסאנט אויך די ספרים דארט, בקציער איך אלעס אנלעזירט פון די עמוד די ארון קודש און בלעמער, די הלאצערנע ווענט און אלעס ארום, נישט געווען עכט מיט וועם צו כאפן עפעס א געשמאקע שמועס.

שוין איך פאר מיר אהיים, און דארט האט שוין די אשת חיל אנגעגרייט א געשמאקע פרישטאג אין פארטש, סוויכטיג צו וויסן אז יעדע מיל דארף זיין אויסגעפלאנט פון פארויס, דאס הייסט ווען די קויפסט איין קענסטו נישט פלעין אריין טראסקענען 7 טונא'ס און אייער און וכו' און מוועט שוין דארט זעהן וואס מ'עסט, נא נא סארבעט נישט אזוי! יעדן טאג האט זיך זיין מעניא פאר פרישטיג לאנטש און סאפיר, און נאכדעם קענסטו צו ווארפן נאך זאכן בקיצער איך געב נישט דא יעצט קיין לעסענעס וויאזוי צו פלאנען, וואס יא מלייגט אריין די ראולס און פריזער און אויב מטאסט די בייגעל מה טוב אדער קענסטו אריין לייגן די בייגל אין מייקראעוו פאר 20 סקונדעס און סווערט ווייך און ס'מחי'.

דערנאך זענען מיר געפארן דארט פון איינע גאלף פלעצער מיר האבן געטראפ איינס מיט א שיינע וויא און א באקוומע פלאץ זיך אראפ צו זעצען, נאכן זיצן דארט אביסל זעמיר צוריק אהיים, איך האב מיר מסדר געוון מיט עפעס און די משפחה האט זיך אראפ געלייגט.
שפעטער אין טאג בערך דריי האבן מיר זיך פריש געטראפן עסן און נאשן, און דיסיידעד צו גיין זעהן אביסל די באשעפער'ס וועלט'ל, איך לייג א דגוש צו זיצן און הויערן אביסל אפי' איך בין שטארק די טייפ וואס האט ליב צו גיין און עקספלארן און נישט רוהן.
שוין מיר האבן איינגעפאקט אביסל עסן און די אנדערע חפצים אריין אין קאר, מזעמיר געפארן צו די בארג לאפיעט איך האב געמיינט מקען ארויף פארן, אנקומענדיג דארט זעה איך ברויך וואקן, שוין מיר האבן זיך צוריק אריין געדרייט אינעם היייוועי און צוגעפארן צו די בעסין! The Basin

דארט האבן מיר זיך באקוועם געמאכט און ערגעץ אין א ווינקל געטראפן ווי צו זיך זעצען עסן, נאכן עסן זעמיר געווען גרייט צו עקספלארען די בעסין.
די בעיסן טיישט א וואנע, די נאמען האט עס באקומען צוליב די מאדנע אויסגעהוילטע שטיין ווי א רינדיכיגע וואנע און ספליסט אריין וואסער.
גלייך אין די וועג אריין איז דא צוויי וועגען אדער א טרעיל סטייל אויף ערד אדער מער א פעוומענט סטייל, איך האב אויסגעקליבן די פעוומענט צוליב די פלעצער ווי כהאב געוואלט אנקומען.
גלייך ווען מגייט אריין איז געווען א שטראקע מיס"ט פון וואסער ווייל סהאט גאר שטארק גערענעגט פארדעם, און סהאט געפלאסן, נאכן באטראכטן די וואסער איז דא דארט א ברידזש איך בין אראפ ביז אינטן צום וואסער אנגעפילט א קאנטענער און געמאכט א שהכל, די וואסער איז געווען פיין קאלט באט נישט זיס, סטאפ פיינע שפרענג וואסער.
א בילד פון די ערשטע פאלס ביים בריקל.

בילד

אקעי דאס איז א האלבע בילד פון די בעיסן פון אויבן
בילד
די בעיסן איז זייער אינטערסאנט וויאזוי סאיז געווארן אדער אייביג געווען אזא שיינע רינדיכגע לאך די שיינע ווענט און וויאזוי סרינט, איך האב אבער געהאט א צוייטע מסיע, ערגץ דארט אינצווישן בין איך אריין געקראכן און זיך אנידער געזעצט אין א שטלע פלאץ נישטא קיין באזוכער גארט אדער וועג צו וואקן, איך האב געזוגט א שיינע פאלס און זיך אראפ געזעצט באטראכטן די וואסער, און די גערויש וויאזוי ספליסט, נאכן זיך אנזעטיגען אביסל האב איך מיר גענומן שפילן דארט מיט די שטיינער און וואסער געלויף

דא אויף די שטיין פון אונטען אנקעגען די פאלס האב איך זיך אראפ געזעצט

בילד

א קליין קליפקעל פון די פאלס דארט
די ממש פריווטע ליידיגע פאלס

דערנאך זענען מיר אהיים געפארן

המשך יבא.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

מנהלים אויב מעגליך ביטע צוריק פירן קיין פארברענעגן.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@נישט פשוט
הערליך !!!
לכאורה בעסער צו לייגן אין די ניו העמפשער אשכול
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

נאכן עסן א געשמאקע סאפיר, איי וואס איז די געשמאקייט? ווארום סאיז שוין געליגן דריי טאג אין פריזער? אבער יאפ סגוט געווען! שוין געגעסן געבענטשט און מגייט אין שולכל, היינט זעמיר געגאנגאן צו די שול נעבען די ארליגטאן האטל, די שול איז איך וויס נישט וועמענס באט סזעט אויס ווי סאטמאר האט איינגענומען, געזהן דארט פנעמיר וועם איך קען, איך האב זיי נישט געגרוסט און זיי האבן נישט צוריק געגריסט, הפנים די שמש אין די שול איז גאר א בחיינט אידל, ער געט זיך ממש אוועק פאר די שול, ער העלפט ארויס מיט זיינע הענט די געבוי פונעם בית המדרש, און ער איז אויך בעל תפלה ,

נאכן דאווענען בינעך געגאנאן אין די האטעל צו רופן מיין רעבצין,פונעם האטעל, זעמיר צו גאגאנען דארט צו די רעספשניסט און געפרעגט צו די פולכעל איז אפען, די ריספאנס איז געווען פאזטיוו, און אויף די אנפראגע צו מקען ארויס דינגן די פול פאר פריוואטע באנוץ איז געוון די אנטווארט נאר פאר די מעבערס און די האטעל געסט, קיין פראבלעם, וויפל קאסט מעבערשיפ? א נישטיגע דרייסיג טאלער! אקעי און מיט די מעבמבערשיפ קענסטו גיין א גאנצע חודש און די קענסט אויך רעזעווירן צווישן צען ביז דריי אזייגער מיינעך, אקעי! און קעניך מיטברענעגן וועם איך וויל? נאפ יענער מוז אויך זיין א מעמבער, האמיר געבעטן די צעטעלך ווי סשטייט די פול הלכות, נאך א קורצע איבערבליק שטייט דארט קלאר אז אדישנעל געסט איז נאר צען טאלעאר, האמיר עס געוויזן דארט פאר די חברה, און באין ברירה אקעי, האמיר קודם רעזעווירט די פול פאר מארגן אינדערפרי, און מהמיר שוין זעהן מארגן.

דערנאך זענען מיר אהיים און זיך געלייגט דרימלען.... ששש משלאפט און משלאפט ביז מהאט זיך ענדליך ארויסגעשלעפט, זיך רעכט געמאכט און געפארן צו פמר קויפן א גרויסע הייבע פרישע קאווע.
איך בין צוריק אין קאר מיט מיין קאווע און אויף אלע דייטשע רשעים די קאפי איז געווען ווייט פון הייס, שוין נא אוודי אונזערע עלטערנס שולד, מהאמיר אפגעפאטרט די קאפי און געדאווענט מיט א פרישע נייע טלית.
נאכן דאווענן האמיר געגעסן פרישטאג און זיך ארויסגעלאזט אין שפאציר הארט אונטער מיין אכסניא לויפט אדורך א טרעיל, האמיר זיך אריין געשלייכט אהין דארט האט זיך אראפ געלאזט א מין ראויגקייט וואס נאר א וואלד קען, מוואקט צווישן ביימער מיט נאך ביימער, די זין פון אויבן טרעפט פיצקלע לעכער צווישן די הויכע געדכעכטע בלעטרישע ביימער אריין צו פיקען, די ערד זאגט טרעט מיך אן כהאב שוין נישט געהאט איינער זאל וואקן פארוואכן אויף מיר, די שמעק פון גראז בלעטער און ערד איז דערפרישענד ביז גאר.
נאך א שטיקל וואק איז צייט פאר שווים, האמיר גערפון מיינסט א באקאנטער וואס איז אויך געוון אין נא העמפשער און געפארן מיט אים צום האטעל, אנקומענדיג דארט האב איך געזאגט איך האב רעזערווירט א סלאט אין די פול, ער קוק און פרעגט איר זענט פישט נאפיש, יא! דאס בין איך ... גרעיט, איך פרעג אים קען מיין חבר מיט קומען? אפי' ער איז א פרעמדער? שוין, האמיר זיך אראפ געלאזט מיט די שמעקגיגע עליוועטר צום פלאר און די פול איז טאקע נידריג אבער שיין זויבער און מיר האבן געהאט א גוד טיים און זיך פיין אויפגעפרישט.
דערנאך בינעם אהיים געפארן און אלעס שלאפט שטיל איך בין זיך געגאנען דרימלען, העמיר אבסיל דרימלן און שפעטער צוריק קומען.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

תתחדש צום פרישן טלית!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

קיפאיטאפ
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פריוואטע וואקציע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

אין נא-העמפשער רעגענט גאנץ אפט, אבער ווען איך גיי זאגן זיי "סיווער- טאנדער-סטארמעס" באט איך האב זיך שוין אויסגעלערנט אז ס'מיינט סך הכל סגייט רעגענען אביסל, איך מאך טאקע אנדערע פלענער לכבוד דעם צו גיין צו פלעמער וואס האט גארנישט מיט א אגונטער ווייל סקען זיין פארשפארט צוליב דעם רעגען.
איז האבן די וועטער חברה פאראויס געזאגט א א מארסיווע שטורעם, איך זאג פארן בני בית פאק איין עפעס צו עסן און מגיימיר ...

איך האב אראפ געפארן צו די באקנטע לאן מאנטעס, אין מיטן די וועג האט זיך אראפ געלאזט א פיינער רעגן, און סאיז טאקע געווען פארשפארט, די אטראקציעס און די וועג ארויף, איך האב נישט געהאט אין פלאן ארויף צו פארן סיי ווי.

איך בין דארט געפארן ווייטער ביז איך האב געטראפן א שיין שטילע פלאץ, פארקירט די קאר, אין צוזאם געפאקט מיינע טולס צו פארברענעגן און זיך טרעפן מיט זיך, און זיך מקשר זיין ארויף, א תהלימל מיין נגיני חפצים און זיך אראפ געלאזט צום וואסער.

נאכן קריכן אהער אהין, די זין איז נאך געווען אביסל פארכמארעט און כהאב געווארט ער זאל אביסל ארויס קומען.
בילד
נאכן זיצן אביסל איז טאקע געווארן די הימל קלארער, אבער כהאב עפעס נישט געהאט די ראוקייט צו זאגן מער תהלים דעמעלס, און נאכן אריין אנטעמען נאך אביסל די שיינע פאנרמע און געלויף פון וואסער אין די ביימער אינדערזייט און שיינע גליטשעקע שטיינער, האב איך זייער געוואלט אנקומען די אנדערע זייט און בויען אזא טורעם פון שטיינער ולא עלתה בידי
בילד

דערנאך בין געגאנען באזוכן דארט אין די געגענעט צוויי פלעצער ווי כהאב געוואלט אויסטשעקן און דערנאך זעמיר צוריק געפארן אהיים די וועטער איז געווען עפעס אינטערסאנט אין נישט זונג און נישט רעגענעדיג אבער סהאט אויסגעזהן אז ער וויל באמת רעגענען נאר ער ווארט איך זאל אהיים גיין, האכן אהיים קומען איז געוען אין פלאן צו מאכן א בארביקיא דארט ביי די אכסניא.

די אמת איז איך האב נאך נישט אליינס געמאכט איינס און דא איז געווען די ערטשע מאל, שוין איך שלעפ ארויס די קוילן, איך פארשטנען אז איך דארף מאכן א טורעם פון די קוילן און עס אונטערהייצן און דערנאך לייגן נאך אויף דעם...
שוין איך שלעפ מיר צו א ציגל און לייג ארויף די בעקעלע, איך גיס אריין בערך 15 שטיקלעך, און גיס ארויף די זאפט, און מצינד אים אינטער, שוין דער ברענט שיין, און נאך אזא 3 אדער 5 מניט זעה איך ווי ער ווערט שטיל נישטא קיין פלאמען מער, קיין אישא! איך שלעפ ארויס נאך פון די זאפט, וואאאם א באגיס! דער האט האט גרויס אויפגעפלאמעט, נו גוט איך ריק מיין בענעקל די זייט דערנאך יענע זייט, ווי איך בין געגאנען דארט האט די ווינט געשיקט די רויך, שוין איך האב אפגעמאכט איך בין שטערעקער פון די רויך, אזוי זיצינדיג און פאטשקע ארום און די פייער איז שוין ווייטער נשיטא, און איך האב גערילייזט אזוי אין מיטן ברענען אז מלייגט גארנישט צו! דאס איז וואס סדארף זיין, ער דארף זיך גוט אריין באקען און ווערן גרעליך און דערנאך לייגט מען ארויף די בשר, איך האב דערזהן מיין בראך, אבער וואס זאל איך טהון כהאב דא זייער וויינג קוילן...
שוין איך האב געמאכט נאך א בעטש און ווען דער איז געווען פיין גרעי האב איך אים אריין געשליידערט אין די ערשטע בעקעלע יעצט האט מען געריקט די קוילן אין די זייט, אין יעצט איז צייט צו לייגן פלייש! האבן מיר געהאט צוויי סארט פלייש, ביידע זענען רעידי פונעם בוטשער, קודם האבן מיר ארויף געלייגט די ווינגס, און די קוילן האבן געמאכט א פיינעם דזשאב איך האב געלייגט די פלייש די אנדער זייט און באדעקעט מיט נאך א בעקעלע, (די היצץ ברויך גיין אזוי ארויף צו די אנדערע זייט)

נאכן דרייען די פלייש פון איין זיט צו די אנדערע זייט, האב איך עס פארזיכט, און יאפ סאיז פיין, אקעי יעצטגייט מען בראטען די געהריגע פלייש, איך ווייס נישט וועלעכע פלייש עפעס א שטיקל בשר רעדי מיט די ספייס. איך האב מיר שוין געפילט ווי א שטיקל פראוי, איך האב אויסגעגאסן די קוילן, און אנגעפילט מיט די גאנצע איבריגע, איך האבן אים באגאסן אין געלאזט זיך הייצן, ס'איז געווען גאר הייסט און סהאט געקאנאקט, איך האב ארויף געלייגט דאס פלייש, סהאט גערינן אריין פעטענס, סהאט געשמעקט סהאט אויסגעזעהן גאר גוט, שוין נאכן זיך בראטען דארט א וויילע האט אנגעהויבן טראפן, כהאב דיסיידעד סאיז מן הסתם שוין גוט איך האב אים אראפ גענומען און געזהן אז ער א סקונגע נאך רוי! איך האב גענשיטן פון די זייט געקאסט יאפ דער איז פיין אבער ער דארף נאך זיך בראטען, אבער סהאט זיך גענומען גיסן, איך האב אויסגעלאשן די קוילן און אנגשמעקט מיין גאצע הויז פון פלייש און שוין.

איך טראכט איך וועל ענדיגן דא, און אפשר איין טאג אנשטאץ שרייבן מיין עקספריענס, וועל איך באשרייבן סתם נא המפשער און ווי מקען אלץ גיין.
!!THANK YOU BANAA#
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”