Myrtle Beach South Carolina

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

Ban Mazel האט געשריבן:
באנקיר האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:
אגד האט געשריבן:? Is there in Myrtle Beach kosher meals to buy Restaurant

קוק דא וועגן די כשר'ע רעסטאראנט

זענען די עסן אין די כשרע אייל פון היימישע הכשרים און זענען די טרינקען כשר לפסח?

וועגען כשר לפסח איז בעסער אז מען רופט די חב"ד רבנים
Rabbi Naparstek 843-385-2238
Rabbi Doron Aizenman 843-385-2240

א שיינעם דאנק! און א כשר'ן פסח!
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

למעשה קען איינער אויפקומען מיט א דיטאלער פלאן פאר טשארלעסטאן?
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

למעשה בין איך געפארן צו סאוט קארעליינע און עס איז געווען א געוואלדיגע אויספלוג.
אנגעקומען בין איך צו טשארלעסטאן, די וועטער איז געווען מיט אריבער 20 דיגריס ווארימער פון נוי יארק. איך בין ארום געפארן אביסל אין דאונטאון טשארלעסטאן. דאונטאון איז עפעס אן העליכער קאליפולער אויגפארכאפענדער שטאט. זייער אסאך בנינים זענען איבער 150 יאהר אלט און אפאר פיל מער פון דעם און עס געט די פילינג ווי מען איז ערגעטס ווי אין אירופה.
שפעטער בין איך געגאנגען צום פיינעפל פאונטען פארק, עס איז גאר שיינער פארק צו זיצען אין הנאה האבן פון די יצירה פון הקב״ה. די פארק איז ביי די וואסער און מען האט געקענט זען דאולפינס שפרינגען ארויס פון די וואסער כו״כ פעמים.
ביים פארק זענען אויכט געווען א זעלעכע פעדלער וואס האבן פארקויפט אזעלעכא הערליכע בלומען וואס זענען געמאכט געווארן פון די בלעטער פון די פלאמעטא בוים, א בוים וואס איז ענדליך צום טייטעלבוים און עס איז די בוים פון סאוט קאראליינע, און עס איז אויכט אויף זייער פאָן.
דערנאך בין איך געגאנגען צו פארט סאמטער. פאר מיר איז דער נסיעה צום אינזעל געווען גאר אינטערעסאנט ווייל איך ליין אסאך אויף אמעריקאנער היסטאריע און צו קומען צו א פלאץ וואס דארטן האט זיך אנגעפאנגען די בירגער קריג האט געהאט גאר א שטארקער חשיבות פאר מיר.
די אינזעל האט א קליינער מוזיעם וואס איז גאנץ אינטערעסאנט עס איז אויסגעשטעלט מיט אסאך ארטיפעקטס פון די ציווילער קריג.
דער נאך בין איך געווען ביים פעטריאוט פאוינט מוזיעם. עס איז דא דארט אן עירקרעפט קעריער, א דיסטרויער, א סאבמארין (וואס איז געווען פארשלאסן), און א וויאטנאם מלחמה עקספעריענס איינס אין דער וועלט. באמת וואלט איך געקענט פארברענגן צוויי טעג ביי די פלאץ אבער איך האב נישט געהאט קיין צייט. די שיף איז אייגענארטיג מיט דעם וואס עס איז פרעזאווירט פונקט אזוי ווי די שיף איז געווען, און מען האט עס נישט געמאכט אזוי מאדערן ווי די אינטרעפיד אין נוי יארק. די מוזיעם האט אסאך עקסהיביטס וואס זענען גאר פאכמאניש אויסגעשטעלט און מען קען דארטן באקומען א פילינג ווי אזוי די איבערלעבעניש ביי א מלחמה איז טאקע געווען. אזוי איז עס ביי די וויאטנאם עקספעריענס און נאך פלעצער.
פאר מיר איז דאס געווען גאר א געוואלדיגער נסיעה. שפעטער בין איך געפארן צו מוירטל ביטש, אבער דאס איז שוין געדעקט געווארן אין דעם אשכול.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מרנן ורבנן האט געשריבן:למעשה בין איך געפארן צו סאוט קארעליינע און עס איז געווען א געוואלדיגע אויספלוג.

זייער שיין אראפ געלייגט
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מרנן ורבנן האט געשריבן:שפעטער בין איך געגאנגען צום פיינעפל פאונטען פארק, עס איז גאר שיינער פארק צו זיצען אין הנאה האבן פון די יצירה פון הקב״ה. .
אטעטשמענטס
New Picture (64).png
New Picture (64).png (359.52 KiB) געזען 5165 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מרנן ורבנן האט געשריבן:די פארק איז ביי די וואסער און מען האט געקענט זען דאולפינס שפרינגען ארויס פון די וואסער כו״כ פעמים.
אטעטשמענטס
New Picture (1) (1).png
New Picture (1) (1).png (466.22 KiB) געזען 5147 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מרנן ורבנן האט געשריבן:פעטריאוט פאוינט מוזיעם. עס איז דא דארט אן עירקרעפט קעריער, א דיסטרויער,
אטעטשמענטס
New Picture (2) (1).png
New Picture (2) (1).png (416.5 KiB) געזען 5102 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מרנן ורבנן האט געשריבן: פארט סאמטער. פאר מיר איז דער נסיעה צום אינזעל געווען גאר אינטערעסאנט ווייל איך ליין אסאך אויף אמעריקאנער היסטאריע און צו קומען צו א פלאץ וואס דארטן האט זיך אנגעפאנגען די בירגער קריג האט געהאט גאר א שטארקער חשיבות פאר מיר.
די אינזעל האט א קליינער מוזיעם וואס איז גאנץ אינטערעסאנט עס איז אויסגעשטעלט מיט אסאך ארטיפעקטס פון די ציווילער קריג.
אטעטשמענטס
New Picture (67).png
New Picture (67).png (140.73 KiB) געזען 5077 מאל
New Picture (66).png
New Picture (66).png (232 KiB) געזען 5077 מאל
New Picture (65).png
New Picture (65).png (162.11 KiB) געזען 5077 מאל
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

Ban Mazel האט געשריבן:
מרנן ורבנן האט געשריבן: פארט סאמטער. פאר מיר איז דער נסיעה צום אינזעל געווען גאר אינטערעסאנט ווייל איך ליין אסאך אויף אמעריקאנער היסטאריע און צו קומען צו א פלאץ וואס דארטן האט זיך אנגעפאנגען די בירגער קריג האט געהאט גאר א שטארקער חשיבות פאר מיר.
די אינזעל האט א קליינער מוזיעם וואס איז גאנץ אינטערעסאנט עס איז אויסגעשטעלט מיט אסאך ארטיפעקטס פון די ציווילער קריג.

איך בין נישט אזוי אריין געטוהן מיט בילדער. אבער איך האב שטארק הנאה פון די בילדער וואס די פאוסט דא.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

און אזוי ווי דער עולם האט געבעטן וועל איך אויכט שרייבן אביסל וועגן מיין נסיעה צו מוירטל ביעטש.
אייגעשטאנען בין איך מיט א גרופע אידן אין אן הייזקע אין נארט מוירטל ביעטש א האלבע מינוט פון די ים. די ים איז געווען געשמאק און וויבאלד איך בין געווען אין נארט מוירטל ביעטש איז עס אויכט גאנץ ליידיג. נאך א פונקט, די וועטער איז געווען אין די מיטעלע 60 ממילא איז נישט געווען קיין צניעות פראבלעמען.
איך בין געגאנגען באזוכן ריפליעס אקוואריעם גלייך אינדערפרי. למעשה האט ריפּליעס בעצם נישט אזא ריזיגער אויסוואל פון פישן, איך האב שוין געזען גרעסערס פון דעם, אבער די אקוועאריעם איז זייער הענדס אן, עס איז דא וואס צו טוהן דארטן אחוץ פון קוקן אויף פיש. עס האט א גאר אייגענארטיגע טאנעל וואס מען גייט אריין און ארונטער די שארק פישן, און זיי האבן א פלאץ וואס מען קען פיטערן די סטינגרעי פישן. זיי האבן אויכט א זייער אינטערעסאנטער אויסוואל פון שזעלי פיש . די באשרייבונג ביי אלע פישן זענען אויכט געשריבן מיט אינטערעסאנטע פאקטן מער ווי ביי א געווענליכער אקוועריאם. ביי די פענגווינס קען מען אויכט אריין קריכען און א טונעל און זיין גאר נאנט צום פייגל.
ווען מען גייט ארויס אינדרויסן פון די אקוועריאם איז דא דארטן אזא קליינע וואסער מיט געשעפטן פון ארום און אין די וואסער איז דא אזעלכא גרויסע קארפן פיש וואס מען קען זיי פיטרן און עס איז אויכט דא א ספעציעלער מאשין וואס פארקויפט ספעציעלער עסען צו פיטרן די פיש.
פאר די חובבי היסטאריע איז דא דארטן גאר אן אינטערעסאנטער פארק נעבן די עירפארט עס הייטס Warbird Park. די פארק איז אמאהל געווען א עירפארס בעיס און עס איז דא דארטן היינט אוועק געשטעלט כל מיני מלחמה פליגער וואס מען קען עס אויסטאפן פון דער נאנט.
עס איז דא דארטן א סקיי וויעל וואס איז כמעט 190 פיס הויעך עס איז גאנץ אינטערעסאנט און עס איז נישט שרעקעדיג. מען קען פון דארטן זעען די שיינע פאנעראמע פון די ים.
איך בין נישט געווען ביי נאך אנדערע פלעצער, איך האב געוואלט ענשזויען די נפלאות הבורא פון די כאוואליעס און קענען זען די זריחה מיט די שקיעה ענדערש ווי ארום האצקענען און בורדענען א גאנצע וואקאציע.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אידן זייטס ענק משתתף פאר אינזערע ברידער פון די אנדרע זייט אמעריקע
http://www.jewishmyrtlebeach.com/gala
און שרייב ארויס אז עס קומט פון די חברי איי וועלט
בעסטע בחור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 3:45 pm

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע בחור »

Ban Mazel האט געשריבן:
איך האף בקרוב אי"ה צו מאכען א שטיקעל באשרייבונג פון טשארלסטאון ס.ק.
מ'ווארט מיר
אוועטאר
י גרין
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2020 3:39 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י גרין »

Ban Mazel האט געשריבן:
קען מען האבן א גוטע האטעל נאנט צו חבד אן קיין מאגנאטישע טירן?
אוועטאר
פייף דיך אן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:05 pm

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייף דיך אן »

קען מען דארט דינגען אויך א שיינע ווילא (שיין מיט א פול וכו') אין געגענט פון איינע פון די שוהלן אדער די איינציגסטע אפציע איז צו גיין אין די האטעלן??
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פייף דיך אן האט געשריבן:

איך מיין אז https://floridakoshervillas.com/ האט עפעס דארט

א גרויסען יישר כח
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2767
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

מרנן ורבנן האט געשריבן:
און אזוי ווי דער עולם האט געבעטן וועל איך אויכט שרייבן אביסל וועגן מיין נסיעה צו מוירטל ביעטש.
אייגעשטאנען בין איך מיט א גרופע אידן אין אן הייזקע אין נארט מוירטל ביעטש א האלבע מינוט פון די ים. די ים איז געווען געשמאק און וויבאלד איך בין געווען אין נארט מוירטל ביעטש איז עס אויכט גאנץ ליידיג. נאך א פונקט, די וועטער איז געווען אין די מיטעלע 60 ממילא איז נישט געווען קיין צניעות פראבלעמען.
איך בין געגאנגען באזוכן ריפליעס אקוואריעם גלייך אינדערפרי. למעשה האט ריפּליעס בעצם נישט אזא ריזיגער אויסוואל פון פישן, איך האב שוין געזען גרעסערס פון דעם, אבער די אקוועאריעם איז זייער הענדס אן, עס איז דא וואס צו טוהן דארטן אחוץ פון קוקן אויף פיש. עס האט א גאר אייגענארטיגע טאנעל וואס מען גייט אריין און ארונטער די שארק פישן, און זיי האבן א פלאץ וואס מען קען פיטערן די סטינגרעי פישן. זיי האבן אויכט א זייער אינטערעסאנטער אויסוואל פון שזעלי פיש . די באשרייבונג ביי אלע פישן זענען אויכט געשריבן מיט אינטערעסאנטע פאקטן מער ווי ביי א געווענליכער אקוועריאם. ביי די פענגווינס קען מען אויכט אריין קריכען און א טונעל און זיין גאר נאנט צום פייגל.
ווען מען גייט ארויס אינדרויסן פון די אקוועריאם איז דא דארטן אזא קליינע וואסער מיט געשעפטן פון ארום און אין די וואסער איז דא אזעלכא גרויסע קארפן פיש וואס מען קען זיי פיטרן און עס איז אויכט דא א ספעציעלער מאשין וואס פארקויפט ספעציעלער עסען צו פיטרן די פיש.
פאר די חובבי היסטאריע איז דא דארטן גאר אן אינטערעסאנטער פארק נעבן די עירפארט עס הייטס Warbird Park. די פארק איז אמאהל געווען א עירפארס בעיס און עס איז דא דארטן היינט אוועק געשטעלט כל מיני מלחמה פליגער וואס מען קען עס אויסטאפן פון דער נאנט.
עס איז דא דארטן א סקיי וויעל וואס איז כמעט 190 פיס הויעך עס איז גאנץ אינטערעסאנט און עס איז נישט שרעקעדיג. מען קען פון דארטן זעען די שיינע פאנעראמע פון די ים.
איך בין נישט געווען ביי נאך אנדערע פלעצער, איך האב געוואלט ענשזויען די נפלאות הבורא פון די כאוואליעס און קענען זען די זריחה מיט די שקיעה ענדערש ווי ארום האצקענען און בורדענען א גאנצע וואקאציע.
וואו האט איר געדאווענט
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

געוואלטיג האט געשריבן:
מרנן ורבנן האט געשריבן:
און אזוי ווי דער עולם האט געבעטן וועל איך אויכט שרייבן אביסל וועגן מיין נסיעה צו מוירטל ביעטש.
אייגעשטאנען בין איך מיט א גרופע אידן אין אן הייזקע אין נארט מוירטל ביעטש א האלבע מינוט פון די ים. די ים איז געווען געשמאק און וויבאלד איך בין געווען אין נארט מוירטל ביעטש איז עס אויכט גאנץ ליידיג. נאך א פונקט, די וועטער איז געווען אין די מיטעלע 60 ממילא איז נישט געווען קיין צניעות פראבלעמען.
איך בין געגאנגען באזוכן ריפליעס אקוואריעם גלייך אינדערפרי. למעשה האט ריפּליעס בעצם נישט אזא ריזיגער אויסוואל פון פישן, איך האב שוין געזען גרעסערס פון דעם, אבער די אקוועאריעם איז זייער הענדס אן, עס איז דא וואס צו טוהן דארטן אחוץ פון קוקן אויף פיש. עס האט א גאר אייגענארטיגע טאנעל וואס מען גייט אריין און ארונטער די שארק פישן, און זיי האבן א פלאץ וואס מען קען פיטערן די סטינגרעי פישן. זיי האבן אויכט א זייער אינטערעסאנטער אויסוואל פון שזעלי פיש . די באשרייבונג ביי אלע פישן זענען אויכט געשריבן מיט אינטערעסאנטע פאקטן מער ווי ביי א געווענליכער אקוועריאם. ביי די פענגווינס קען מען אויכט אריין קריכען און א טונעל און זיין גאר נאנט צום פייגל.
ווען מען גייט ארויס אינדרויסן פון די אקוועריאם איז דא דארטן אזא קליינע וואסער מיט געשעפטן פון ארום און אין די וואסער איז דא אזעלכא גרויסע קארפן פיש וואס מען קען זיי פיטרן און עס איז אויכט דא א ספעציעלער מאשין וואס פארקויפט ספעציעלער עסען צו פיטרן די פיש.
פאר די חובבי היסטאריע איז דא דארטן גאר אן אינטערעסאנטער פארק נעבן די עירפארט עס הייטס Warbird Park. די פארק איז אמאהל געווען א עירפארס בעיס און עס איז דא דארטן היינט אוועק געשטעלט כל מיני מלחמה פליגער וואס מען קען עס אויסטאפן פון דער נאנט.
עס איז דא דארטן א סקיי וויעל וואס איז כמעט 190 פיס הויעך עס איז גאנץ אינטערעסאנט און עס איז נישט שרעקעדיג. מען קען פון דארטן זעען די שיינע פאנעראמע פון די ים.
איך בין נישט געווען ביי נאך אנדערע פלעצער, איך האב געוואלט ענשזויען די נפלאות הבורא פון די כאוואליעס און קענען זען די זריחה מיט די שקיעה ענדערש ווי ארום האצקענען און בורדענען א גאנצע וואקאציע.
וואו האט איר געדאווענט
מיר האבן געהאט אייגן מנין
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די רב זאגט מיר אז די שבת איז געווען 6 שטריימלך
נ.ב. ווער עס וויל גיין פאר שבת און וויל נישט מיטשלעפן זיין שטריימל
איך האב דארט געלאזט מיין שטריימל פאר ווער עס דארף (שטריימל גמ"ח)

בקשה אויב דרייווט איר צו מוירטל ביעטש
ביטע מיר אישי'ן
איך דארף עפעס וויכטיג שיקן דארט פאר יו"ט פורים
אוועטאר
נ.ג.ה.ש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 5:03 pm

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ.ג.ה.ש »

Ban Mazel האט געשריבן:
בקשה אויב דרייווט איר צו מוירטל ביעטש
ביטע מיר אישי'ן
איך דארף עפעס וויכטיג שיקן דארט פאר יו"ט פורים
ווילאנג נעמט א וועג אהין מיט א קאר?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

נ.ג.ה.ש האט געשריבן:

בערך 11 שעה
פינעף מינוט
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 20, 2022 10:02 pm

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינעף מינוט »

נ.ג.ה.ש האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:
בקשה אויב דרייווט איר צו מוירטל ביעטש
ביטע מיר אישי'ן
איך דארף עפעס וויכטיג שיקן דארט פאר יו"ט פורים
ווילאנג נעמט א וועג אהין מיט א קאר?
נאן סטאפ נעמט עס ארום צוועלף שעה
מיר האט עס גענומען איבער פופצען שעה מיט די סטאפס
לעצט פארראכטן דורך פינעף מינוט אום דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 1:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

mmmm.JPG
mmmm.JPG (89.87 KiB) געזען 575 מאל
Ban Mazel האט געשריבן:

די רב זאגט מיר אז די שבת איז געווען 6 שטריימלך
נ.ב. ווער עס וויל גיין פאר שבת און וויל נישט מיטשלעפן זיין שטריימל
איך האב דארט געלאזט מיין שטריימל פאר ווער עס דארף (שטריימל גמ"ח)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Myrtle Beach South Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

באנקיר האט געשריבן:
mmmm.JPG
Ban Mazel האט געשריבן:

די רב זאגט מיר אז די שבת איז געווען 6 שטריימלך
נ.ב. ווער עס וויל גיין פאר שבת און וויל נישט מיטשלעפן זיין שטריימל
איך האב דארט געלאזט מיין שטריימל פאר ווער עס דארף (שטריימל גמ"ח)
היינט איז דא דארטן איבער א מנין היימישע אידן
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”