פליישמאנס ניו יארק

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

די אדרעסס פון פליישמאן'ס קאנטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

די אדרעסס פון פליישמאן'ס קאנטרי (אריינצולייגן אין א דזשי פי עס). ווי קען איך דאס פארשאפן?

יש"כ למפרע
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יגר, פליישמאנס איז א שטעטל אין ניו יארק, אויב דו ווילסט ערגעץ אנקומען דארט דארפסטו האבן דעם אדרעס פון דיין האטעל - מאטעל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

you could put main street corner Wagner Ave if you don't have an address its right in front of mendlowitz motel
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

א זיפ קאוד וכדו'קענסטו געבן? יש"כ
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

1169MAIN STREET FLEISCHMANNS, NY 12430
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יש"כ. (זאגט'ס נאר, עטס קענטס מיך אויך אנפילן דעם געז טאנק?... מיט ענקער חסד קען קיינער קאמפיטן.

אפס דאס באלאנגט שוין אין אויטא אשכול..)

ישר כחכם
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

גראדע אויפן 28 ממש אנהויב נאכן טראוועי איז דא גאנץ א ביליגע העס געז סטעישן פאר נוא יארק מיט א 20 סענט ביליגער ווי אין פליישמאנס, אבער נאך אלס טייערער ווי אין נוא דזשערסי
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

ביי די וועג.. געב אובאכט אויפן 28 סיז פיל מיט פאליס זיי האבן מיר צוויי מאל אפגעשטעלט די זימער ביידע מאל צווישן 10 אין 12:15 ביינאכט
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קאר; א ריזן יש"כ
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

(יגר'ל, איך קענעס דיר אנפילן, געמער דיין קרעדיט קארד. :wink: )
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קאר אינשורענס האט געשריבן:ביי די וועג.. געב אובאכט אויפן 28 סיז פיל מיט פאליס זיי האבן מיר צוויי מאל אפגעשטעלט די זימער ביידע מאל צווישן 10 אין 12:15 ביינאכט


איך קען בלויז באשטעטיגן דיינע רייד. כ'אב שוין אויך באקומען דארט א געשוואלענעם טיקעט.
די 28 איז פול מיט פאליס!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

און איך קען באשטעטיגן, אז איך האב נאכקיינמאל דארט קיין טיקעט נישט געקראגן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געפארן דארט ביסטו שוין יא?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

יעצט אין די זומער סיזאן זענען דא אסאך וואס פארן ארויף קיין פליישמאנס, גם אני האב איך אויך אזוי געטוהן און ב"ה שטארק הנאה געהאט, זייענדיג דארט האב איך אביסעל גענישטערט איבער די יודישע היסטאריע פון פליישמאנס, העמיר מיטטיילן פארן עולם וואס איך האב און די עולם וועט צולייגן זייערס.

אין יאר תרמ"ג איז פליישמאן א יודיש קינד (נישט קיין פרומער) א געבוירענער לעבן בודאפעסט, געקומען קיין Griffin Corners און זיך געוואלט בעזעצן דארט, אבער די פלאץ איז געווען שטארק באוואונט מיט אנטיסעמיטן האבן זיי נישט אריין געלאזט קיין שום יוד זיך דארט בעזעצן, איז פליישמאן געגאנגן און געקויפט אסאך ריעל עסטעיט דארטן אין געגענט און אזוי האט ער אויסגעקויפט דאס פלאץ אין געטוישט די נאמען צו פליישמאן און שפעטער בערך אין יאר תרע"ג האט זיך צוזאמן געשטעלט צוויי פלעצער דארט האט מען מוסיף געווען דעם "ס" און סהאט באקומען א נייער נאמען פליישמאנס.

אין יאר תר"פ האבן די יודען דארט געקויפט א פלאץ אויף וואגנער עוועניו פאר א ביהמ"ד קאנגרעישאן חברה בני ישראל אף פליישמאנס נ.י., סאיז געווען א ארטאדאקסישער ביהמ"ד אבער היינט איז ליידער א קאנסערוועטיוו שול.
(בייגילייגט איז צוויי בילדער פונעם שול כהיום)
אטעטשמענטס
800px-Congregation_Bnai_Israel_Synagogue_Apr_09.jpg
674px-Congregation_B'Nai_Israel,_Fleischmanns,_NY.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

אויך איז דא דארט א ביה"ח פונעם קאנגרעישאן, רוב מציבות זענען געשריבן אויף ענגליש, די פאר וואס זענען יא געשריבן אויף יודיש איז נעבעך זייער עם הארץ'יש געשריבן.

א בילד פונעם שער.
אטעטשמענטס
IMG_0148.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

אביסעל א קלארער בילד פונעם אויבירשטען חלק פונעם שער.
אטעטשמענטס
IMG_0150.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

אפאר פון די מציבות, טאקע געשריבן אויף יודיש אבער דארף נאך האבן א ספעל טשעק.
אטעטשמענטס
IMG_0155.jpg
IMG_0153.jpg
IMG_0154.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

דא איז נאך איינס.
אטעטשמענטס
IMG_0157.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

דער מציבה איז אינגאנצן יודיש געשריבן א חוץ אויבן ווי סשטייט זיין נאמען אין ענגליש HARRY GELLER אבער לויט ווי סזעהט אויס פונעם נוסח המציבה איז ער געווען .........
אטעטשמענטס
IMG_0159.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

איך האב געטראפן אין מיוזיעם א קאנטראקט פונעם קאנגרעישאן מיט א שוחט ר' מאיר דלאזנאוו שו"ב וואס איז געשריבן געווארן אין יאר תרע"ג.
איך וועל עס באלד ארויף לייגן בעז"ה.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

די האסט נישט קיין פיקטשערס פון ר' יונתן שטייף'ס מקוה?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

ניין, איך ווייס נישט קיין פרטים איבער די מקוה, איינער ווייסט צו ער האט דאס געבויט אדער נאר געגאנגען און די מקוה? און בכלל וועלכע יאר איז ר' יונתן געווען אין פליישמאנס?
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט »

פאר בערך פינף און צוואנציג יאהר צוריק האט מען זיך נאך גע'טובל'ט אין ר' יונתן'ס מקוה
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

פאריאר איז געווען זייער א שיינע באשרייבונג פון פליישמאנס אין "דער איד" (קעטסקיל אפטיילונג) מיט זייער אסאך אינהאלטסרייכע אינפארמאציע אויב איינער קען עס פארשאפן וואלט עס געווען א געוואלדיגע זאך
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

שלום עליכם .............
פארוואס שרייבט איהר נישט וועגען דאס לעבעדיקע פליישמאן למשל סאטמאר-בארא פארק . אדער ספינקא
ר' יונתן האט נישט געבויט א מקוה ס'איז געווען א יוד מיט דעם נאמען לעדערער א קופיטשניצער וואס האט געהאט א גאסט הויז אויף א בארג
א קעגען פליישמאן אויף דיא אנדערע זייט פין 28 אין אויף זיינע גראנדס ביים עק האט עהר געבויט א מקוה מיט דיא השגחה פין ר' יונתן שטייף
אין נאך דעם פין דומ''ץ ר' יוסף שטיינער . אין דיא ערשטע יאהרען פין ביג אינדיען וואס דער באוואסטער ר' נפתלי שלזינגער השי''ת יוצאיהו מאפילה
לאורה האט מען נאך געניצט דיא מקוה .ציא לעדערער האטעל פלעגען ציא פאהרען א לע גדולי ישראל . דער קופיטשניצער אין דער באיאנער רעבי'ס
אין נאך רעבי'ס. הרה''ג ר' אהרן קוטלער ר' משה דער מאטעסדארפער רב ר' יונתן שטייף ר' משה ביק אין נאך ר' פינחס הירשפרונג .ממ''ש ס'איז געווען א קליינע כנסי' הגדולה .''אלע '' האבען געדאווענט מיט איין מנין בשלום ושלוה קיינער האט נישט געוואלט ווייזען אז עהר איז מעהר תלמיד חכם מעהר גאון .פרימער פין צוויטען עהר דאווינט א לענגערע שמונה עשרה כדי מעהן זאל ווארטען אויף איהם עהר עסט נישט וואס דער צווייטער עסט יא . ס'איז שוועהר מסביר זיין פאהרשטעלען פאר דעם יונגען דור . מיר דאכט זעך אז ביז משיח טאג וועט שוין אזוינ'ס נישט זיין .
הלואי בין איך מיך טועה
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”