פליישמאנס ניו יארק

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זעמל רינדערצווייג
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 2:35 pm
לאקאציע: אויפן בוים

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעמל רינדערצווייג »

אייער_קיכל האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:שיינע שילדערונג, לאמיר הערן ווייטער

ווי פירט תו"א רבי טיש? כ'פארשטיי ערגעץ אויף וועגנער, פון אפענהיימער'ס אהין איז א היבשע שפאציר... כ'האף ענק האבן כאטש געמאכט ר שטיקל שארטקאט דורכ'ן בריקל אקעגן די האטעל
ביי די שוהל נעבן "פאלעס" האטעל
Address: 191 Wagner Ave, Fleischmanns, NY 12430

נישט געוואוסט ס'איז פארהאן א ביהמ"ד דארט

א פרישע זאך די יאר.
האסט שוין אריין געווארפען עפעס פאר וויכי? טראסקע שוין אריין!

https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

יצחק ברוך האט געשריבן:אמאל פלעגן זיין פילע גויאישע מאטעלן פון די געגענט פון די ישיבה ביז נאך ספינקא אויף דיפאוט סט. וואו פילע עלטערע יודן פלעגן פארבריינגען דעם זומער, איינער ווייסט אויב זיי שטייען נאך? און אויך אויב דער עולם שטייט נאך איין דארטן (חוץ פון דעלעווער מאטעל וואס כ'ווייס אז עס ווערט נאך באנוצט)

פון וויפיל איך קען געדענקן, די ערשטע איז דאך טאקע די באקאנטע "אפפענהיימערס האטעל", די מעין בילדינג איז אויף לעיק סטריט, דענאך האבן זיי עטליכע קליינע צימערן אקעגן איבער אויפן אנדערע זייט פונעם בריקל, דארט איז אויך די סוויצערלענד גאס ווי אסאך אידן פארמאגן פריוואטע הייזקעלעך און קאטעדזשעס

צוריק אראפ לעיק סטריט. לאמיר אנהויבן אראפשפאצירן מעין סטריט, די ערשטע צוויי, נארטלענד און פלעגסטאון באלאגנט היינט פאר מענדלאוויטש. דעלעווער האסטעך שוין ערווענט

א שארפע רעכטס ארויף די האלקאט בארג איז דא א קליינע קאנטרי המכונה "שווארץ קאנטרי" (אמאל איז עס געווען א קאנטרי פאר עלטערע גאליציאנע אידן) מ'פלעגט נאך קומען דארט ביז ממש לעצטענס, פאריאר איז עס געשטאנען ליידיג, נאך אביסל ארויפציער די בארג איז דא לעצטענס א פלאץ ווי ישיבות דינגן ארויס פאר א חלק זומער

צוריק אראפ צו מעיו סטריט, אביסל ארויפציער אויף די לינקע זייט איז דא "וואלקעריען" דאס איז האלב חרוב געגאנגען ביי האריקעין איירין (דארט ווי די מרת שטערן ע"ה איז ליידער אומגעקומען), די אנדערע חלק פלעגט ער נאך דערנאך פארדינגען, עטליכע יאר צוריק איז דער מר. וואלק געשטארבן, היינט ווייס איך נישט צו מ'גייט נאך דארט

אקעגן איבער וואלקעריען איז געווען א קליינע קאלאני פון עטליכע באנגעלאוס ווי די ק"י מלמדים פלעגן קומען פאר וואקציע (עפעס א גורל פלעגט זיין צו קענען געניסן א וואך פרייע וואקאציע), היינט גייען זיי צו מענדלאוויטש דאכט זיך

אריין אין וועגנער איז דא "די פעלעס" ווי מ'פלעגט אלץ קומען, באלאגנט שוין אויך היינט פאר מענדלאוויטש

יעצט קומט מען אן צו דיפאוט סטריט, דארט איז געווען עטליכע האטעלן ווי היימישע אידן פלעגן קומען, איינס דערפון "עליזאבעט" ווי רבנים ואנשי שם פלעגן וויילן דארט, דאס שטייט שוין נישט היינט כמדומה

אויך איז דא "וועסט ווינד" מאטעל ממש ביים ווינקל פון דיפאוט און די 28, ס'איז נאך היינט אפען, כ'ווייס נישט צו אידן גייען נאך דארט (אז מ'שפרייזט אריבער דעם 28 איז דארט ארויף די בארג דא די בארימטע לעדערער האטעל ווי אסאך גדולים פלעגן קומען אויף דאטשע, אבער דאס איז שוין א מעשה פון גאר לאנג צוריק, היינט גייט מען נישט דארט)

צוריק מיט דיפאוט צו מעין סטריט איז דא א בערגל ארויף "לינדען היל קאטעדזשעס" ווי אידן פלעגן קומען זומער, שוין אויך א פארגאנגענהייט

מסתמא עטליכע אויסגעלאזט
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

זעמל רינדערצווייג האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:שיינע שילדערונג, לאמיר הערן ווייטער

ווי פירט תו"א רבי טיש? כ'פארשטיי ערגעץ אויף וועגנער, פון אפענהיימער'ס אהין איז א היבשע שפאציר... כ'האף ענק האבן כאטש געמאכט ר שטיקל שארטקאט דורכ'ן בריקל אקעגן די האטעל
ביי די שוהל נעבן "פאלעס" האטעל
Address: 191 Wagner Ave, Fleischmanns, NY 12430

נישט געוואוסט ס'איז פארהאן א ביהמ"ד דארט

א פרישע זאך די יאר.

עס איז געווען א גראדזש און די בעק פון די האטעל און מען האט עס איבער געבויט פאר א ביהמ"ד (מיט וויבער שיהל)
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

גיימיר?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

FREEDOM האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:שיינע שילדערונג, לאמיר הערן ווייטער

ווי פירט תו"א רבי טיש? כ'פארשטיי ערגעץ אויף וועגנער, פון אפענהיימער'ס אהין איז א היבשע שפאציר... כ'האף ענק האבן כאטש געמאכט ר שטיקל שארטקאט דורכ'ן בריקל אקעגן די האטעל
ביי די שוהל נעבן "פאלעס" האטעל
Address: 191 Wagner Ave, Fleischmanns, NY 12430

יא עס נעמט בערך 25 מיניט די וועג צום טיש פון תו"א רבי.
און צוריק אביסעל לענגער.
איך האב נישט געוויסט פון די שארטקאט.
איך בין ערשט געוואר געווארען פון דעם מצוש"ק.
אבער איך ווייס נישט צו איך וואלט געגאנגען אויף די שארטקאט ווייל עס האט אויסגעזעהן זייער טינקעל
ערשטע האלבע טיש - ביז נאך די פיש - פרייטאג צו נאכטס פירט ער גלייך נאכ'ן דאווענען, דאן בלייבן רובא דרובא עולם, און איר וועט האבן פיל באגלייטער אהיימצוגיין
א ברעיק פון אנדערטהאלבן שעה
צווייטע האלבע הויבט ער אן 12 אזייגער ביז 2'ע

איך האב געוויסט פון דעם אז די רבי צוטיילט די טיש
איך פארשטיי נאך נישט פאר וואס אלע רבי'ס טוען עס נישט?
עס איז סאך גרינגער פאר די רבי און פאר די עולם
זיי האבען א אויסוואל ווען זיי ווילען מיטהאלטען די רבי'ס טיש
אבער איך האב נאר געהאט כח איינמאהל צו וואקען די לאנגע וועג
עס איז מיר געווען גרינגער מיט צו האלטען די צווייטע האלב פונעם די רבי'ס טיש
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

וועלכע אטרעקשענס זענען דא אין די געגנט פון פליישמאנס פאסיג פאר גרעסערע אינגלעך און בחורים?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

אינעם אויסגאבע יסודות די וואך
איז באשריבן פליישמאנ'ס זייער שיין און ברייט. (אינקלאדעט איבער דעם שווערן פארפלייצונג פון יאר תשע"א).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
מודהאני
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 11:56 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודהאני »

וואס איז די נומבער פון די פאלעס האטעל?
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מודהאני האט געשריבן:וואס איז די נומבער פון די פאלעס האטעל?

דעיס איז מענדאלוויטש.
עס איז די זעלבע נאמבער
דער פאני מענטש האט געשריבן:
קלוג ייד האט געשריבן:עני פאון נאמבער פון מענדלאוויטש?

Fleischmanns Suites LLC
Motel in Fleischmanns, New York
Address: 1169 Main St, Fleischmanns, NY 12430
Phone: (845) 254-4444

אייער_קיכל האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:
אריין אין וועגנער איז דא "די פעלעס" ווי מ'פלעגט אלץ קומען, באלאגנט שוין אויך היינט פאר מענדלאוויטש

חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

הר גריזים האט געשריבן:וועלכע אטרעקשענס זענען דא אין די געגנט פון פליישמאנס פאסיג פאר גרעסערע אינגלעך און בחורים?

Boating
ATV
churlift
Zip lining
Hiking on beautiful trails with lakes in between
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:וועלכע אטרעקשענס זענען דא אין די געגנט פון פליישמאנס פאסיג פאר גרעסערע אינגלעך און בחורים?

Boating
ATV
churlift
Zip lining
Hiking on beautiful trails with lakes in between

Can you please give address for each of these things?

Where's the chairlift? Atv? Zip lining? Boating?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Porfavor האט געשריבן:

ישר כח פאר עולם האמת
עולם האמת האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח פאר די אינפארמאציע.

וואס איז די אדרעס פון די טשעיר ליפט.

181Galli Curci Rd, Highmount, NY 12441
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:ב"ה איך האב געהאט די זכיה מיט צו האלטען א שבת אין פליישמאנ'ס
מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
און מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא שליט"א
און מיט כ"ק הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א
און מיט הגה"צ אב"ד צצשנוב שליט"א
און מיט הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א חבר בד"ץ וומ"ס
און מיט הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאטמאר ק"י

פשיהא געב א שטיקל באריכט

איך האב א גאנצע וואך געוואלט אראפשרייבן א שטיקל באריכט
נאר איך בין געווען שטארק פארנומען
נעכטן ווען איך בין אהיים געקומען זעה ווי מיין זיהן האט אפגעשריבען א גאנצע באשרייבונג פון עטליכע בלעטער
אי"ה נעקסטע וואך וועל איך עס איבערטייפען פאר די חושבע ליינער

Wow

חלק א' וואס מיין זיהן האט זיך פארשריבען פון שבת אין פליישמאנס
אונז זענען ארויס געפארען ערב שבת ראש חודש אב פר' מטו"מ בערך 3 אזייגער נאכמיטאג אויפן לאנגען וועג.
אינמיטן וועג רופט אונז אריין אונזער פעטער חזקי אז ער האט נישט קיין GPS און ער בלאנזשעט, מיין טאטע האט פרובירט אים צו געבן אנווייזונגען, אבער ער האט נאך מער געבלאנזשעט... האט ער זיך אפגעשטעלט ביי א זייט ווארטן אויף אונז, און אינמיטן וועג האבען אונז אים געטראפען נעבען א גאר קליינע טייכעל. אונז האבען גענימען אפאר פון זיינע קינדער, און ער איז אונז נאך געפארן אין בעק פון אונז.
ענדליך, פרייטאג שפעט נאכמיטאג בערך 5:30 זענען אונז אנגעקומען צו גאנץ א אלטע האטעל עס הייסט "אפענהיימער'ס", גלייך ווען מען איז אנגעקומען בין איך גלייך געלאפן קוקען די סווימינג פול, עס איז גאנץ א גרויסע פול.
איך בין אריין אין די האטעל עס איז געווען גאנץ שיין, אבער אויך גאנץ אלט. איך בין זיך געגאנגען אויספאקן צוזאמען מיט מיין ברודער און מיין טאטע, און דערנאך האט מען געגעסן טועמי' לכבוד שבת.
דערנאך איז מען געגאנגען צו די "סווימינג פול" און מען האט אריין געכאפט א גוטע שווים לכבוד ערב שבת קודש, און נאך פאר די 9 טעג... מען האט נישט געקענט צו לאנג שווימען, ווייל עס האט אנגעהויבען צו רעגינען...
דערנאך האט מען זיך ארויס געלאזט באזוכען די געגענט, צו זען און געוואר ווערן וואס עס איז אלץ פארהאנען אין די געגנט, און ווי מען קען גיין שבת הבעל"ט.
קודם זענען מיר געגאנגען צו די בית המדרש פון משפ' מענדלאוויטש, אונז האבען דארט געטראפען הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א, און דערנאך איז מען געגאנגען אין די מקוה ביי ספינקא. עס איז זייער א שיינע מקוה, און פאר נאך א דאלער קען מען האבען א פרישע האנטוך, (וואס אין אנדערע פלעצער דארט קען מען דאס נישט האבן, נאר מען דארף זיך אליינס מיטברענגען), און דערנאך זענען מיר געגאנגען קוקען דאס מקום ווי תולדות אהרן'ער רבי גייט פירן די עבודה דעם שבת קודש, און דאן איז מען צוריק צום האטעל זיך גרייטען פאר שב"ק. און זיך אביסעל צולייגן פאר שבת.
די זמן איז געווען 8:17, און מען האט זיך געשטעלט דאווענען 8:20, דער עולם איז געווען א געמיש פון ליטוויש און חסיד'יש, אבער עס איז געווען אביסעל מער ליטווישע ווי חסידישע.
דערנאך האט מען זיך געגרייט צום סעודת ליל שב"ק. זיי האבען צוגעשטעלט א עקסטערע פלאץ ווי אונז זאלן עסן, און בתוך כך איז אריינגעקומען די משגיח הרב גאלדמאן שליט"א, ער וואוינט אין וומ"ס, פון די חשובי חסידי תו"א, א געהויבענער איד. ער איז געקומען זיכער מאכן אז מען לייגט א פרישע טישטוך דארט ווי מען גייט אראפלייגען די עסן צו פארטיילען, ווייל דאס פלאץ ווי אונז האבען געגעסן איז געווען מילכיג.
עס איז געווען גאר א דערהויבענע שיינע סעודה, איך געדענק נישט אזא געשמאקע סעודה אין דער פרעמד, מען קען עס ממש נישט באשרייבען.
מיין טאטע האט נאכגעזאגט א שיינע ווארט פון סקולענער רבי שליט"א, וואס ער האט עס געזאגט ביים ראש חודש אב טיש תשע"ט לפ"ק: ער האט דאן נאכגעזאגט פון דעם ערוגת הבושם, אז פאר וואס די חודש ווערט אנגערופען חודש "אב", א לשון פון א טאטע.
אויך איז שווער, אז עס שטייט אין מס' פסחים גזירה "על המת" שישתכח מן הלב. לכאורה וואלט געדארפט שטיין פארקערט, אז די גזירה איז "אויף די לעבעדיגע" ווייל זיי דארפן פארגעסען פון די נישט לעעבדיגע.
איז די ערוגת הבשם מסביר, אז פארוואס פארגעסט מען פון א נפטר, ווייל כמים פנים אל פנים, און דער נפטר טראכט שוין נישט פון די לעבעדיגע, וועגען דעם פארגעסן די לעבעדיגע פונם נפטר, אזוי ווי מען זעהט ביי יעקב אבינו, אז ער האט זיך נישט געוואלט טרייסטן נאך יוסף הצדיק, ווייל יוסף האט נאך באמת געלעבט, און ער האט א גאנצען צייט געטראכט פון יעקב, און כמים פנים אל פנים האט יעקב אגאנצן צייט געטראכט פון יוסף.
און טאקע וועגן דעם פארגעסן אונז נישט פון די צדיקים וואס זענען בעלמא דקשוט, ווייל "צדיקים קרויים חיים", און וויבאלד זיי ווערן אנגערופן חיים און זיי פארגעסן נישט פון אונז, וועגן דעם פארגעסן אונז נישט פון די צדיקים.
האט דער סקולענע רבי שליט"א געזאגט, אז וועגן דעם הייסט עס חודש אב, ווייל אין די חודש קלאגט אונזער טאטע אין הימעל מער אויפן בית המקדש. און כמים פנים אל פנים, פילן אונז וואס אונזער טאטע פילט, וועגן דעם ווערט אנגערופן די חודש אב א לשון פון א טאטע.

אונז האבען גענדיגט די סעודה בערך 12:15, האט מען זיך ארויס געלאזט צום טיש פון תו"א רבי. די וועג איז געווען גאר שיין, מען האט א גאנצען וועג געהערט ווי די וואסער פליסט, מיין טאטע האט זיך אנגערופן אז עס דערמאנט אים פון סוכות, ווען מען הערט די קולות פון די "ושאבתם מים בששון" עלעקטריק סיין וואס אונז פלעגן האבען אין אונזער סוכה...
אונז האבען זיך באמת גערישט צו זעהן אפאר בערן דארט, נאכן הערן אז די געגענט איז פיל מיט בערן, אבער, אונז האבן נישט געהאט די זכי' זיי צו זעהן.
אינמוטען האט מען אריבער געגאנגען א רעפארמער שול, וואס פרייטאג נאכמיטאג ווען מען איז אריבער געפארן דארט, האט מען געזעהן אז עס איז פיל מיט קארס, מען האט נישט געוויסט צו עס איז טאקע א רעפארמער שיל. אבער יעצט האט מען נישט געזעהן קיין זכר פון די אלע קארס, האט מען שוין זיכער געוויסט אז דאס איז נישט א היימישע שול.
מען איז אנגעקומען צו די טיש בערך 12:50, מען האט געהאלטן אינמיטן די תורה, עס זענען דארט געווען בערך 50 שטריימלעך און נאך בערך צוואנציג בחורים. עס איז געווען זייער א שיינע און א דערהויבענע טיש. אונז האבען נאך נישט געהאט געגעסן קיין פערפיל. מיין טאטע האט מיר געגעבן אביסעל פערפעל שיריים פון די רבי. מען האט געענדיגט בערך 2:30, איך בין געגאנגען זאגען גוט שבת פארן רבין זז"ג, און אפנעמען די ברכת הקודש.
די וועג צוריק איז געווען שווערער, סיי ווייל עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט און סיי וויייל יעצט איז עס געווען א בארג ארויף. אונז זענען אנגעקומען צום אכסניא בערך 3:00 אזייגער.

חלק ב' וואס מיין זיהן האט זיך פארשריבען פון שבת אין פליישמאנס
ויהי ערב ויהי בוקר מען איז אויפגעשטאנען און זיך ארויס געלאזט אויפן וועג צו דאווענען. אונז האבען געוואלט דאוונען צוזאמען מיט הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א, בעל מכלל יופי, אבער די מקוה דארט איז געווען לוילעך, נישט גוט געהייצט, און עס איז שוין געווען אביסל שפעט, זענען אונז געגאנגען דאווענען ביי די בחורים שיחיו, צוזאמען מיט הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א.
אינטערעסאנט איז אונז געווען, ווי ביי די טיר איז געשטאנען הגה"צ ציעשנוב'ער רב שליט"א, זייער ראש הישיבה, און זיכער געמאכט אז אלע בחורים קומען אן צייטליך... און בדרך אגב, די בחורים שיחיו דארט האבן אויף זייער פלאץ געהאט נאר... א סידור און א חומש! א זעלטענהייט היינט צו טאגס, נישט קיין ספרים, גליונות וכדו'.
ווי אויך איז דער ציעשינובע'ר רב שליט"א צוגעגאנגען צום הלל פארן עמוד און אראפ געלייגט א הערליכע דערהויבענער הלל. גלייך נאך מוסף האבען אונז זיך זייער צוריק געאיילט, ווייל די אדמיניסטראציע פון אונזער האטעל האט אונז פאראויס געזאגט אז זיי קענען נישט לאזן די טשאלענט אויפן פלאם פאר אונז, אויב אונז ווילן ווארימע טשאלענט זאלען אונז זעהן צו זיין צייטליך, צוליב וואס אין די האטעל האט מען זיך געשטעלט דאוונען שוין 9:00 פארטאגס...
עס איז געוווען זייער א שיינע סועדה און נאך די סועדה האבען אונז געטאנצען א דערהויבן ריקוד לכבוד שבת.
נאכען סעודת שב"ק זענען זענען אונז ארויס שפאצירען. אנטקעגן איבער פון די האטעל איז דא זייער א שיינע בריקעל איבער א הערליכע קליינע וואסער פאל, עס האט זיך געלוינט צו קומען צו פארן די לאנגע וועג נאר צו זעהן די הערליכע וואסער פאל פליסט!
אונז זענען געשטאנען א שטיק צייט אויפן בריק און באטראכט די הערליכע נאטור פון באשעפער, און נאכדעם זענען אונז אראפ אינטער די בריק אויף די שטיינער, צו באטראכטען ווי דאס וואסער פליסט פון דער נאנט עס איז געווען אויסטערליש שיין.
נאכן שפאצירען א שטיק צייט בין איך געגאנגען מקיים זיין די "שינה בשבת תענוג".
מנחה האבען אונז געדאווענט אין די האטעל, נאך מנחה בין איך ארויס אין פארטש צו לערנען גמרא, און נאכדעם האבען אונז זיך געזעצט עסן של"ס ביי דעם זעלבן מקום וואו אונז האבען געגעסן ביי די סעודות.
אינמיטן של"ס איז אבער די בעל הבית פון די האטעל אריין געקומען זאגען אז אלע מענטשן גייען זינגעען צוזאמען. זענען אונז אריין זינגען דארט אין די גרויסע עס זאל, מען האט דארט געזינגען די סאטמארע נוסח און איינער האט זייער שיין געזאגט תורה.
בערך די תורה האט ער געזאגט: עס ווערט אויסגערעכנט אין פרקי אבות די מעלות פון די תלמידים ר' יוחנן בן זכאי, ר' יוחנן זאגט, אז די מעלה פון רבי אליעזר בן הורקנוס איז אז ער איז א בור סיד שאינו מאבד טפה, שטעלט זיך די פראגע, די אלע אנדערע מעלות פון די אנדערע תלמידים איז זאכען אויף וואס מען דארף ארבעטען אויף זיך און דאס אז ער פארגעסט גארנישט איז א טאלאנט.
האט ער געענטפערט, אז א זאך וואס עס איז אינטערסאנט פארגעסט מען נישט, אפילו איינער וואס פארגעסט זאכען זייער שנעל איז די תורה איז אים געווען אזוי אינטערסאנט אז ער האט גארנישט פארגעסען, און דאס איז שוין יא א אייגענע עבודה! און ער האט נאך ארום גערעדט פון די חשיבות לימוד התורה.

עס איז געווען צוויי מנינים מעריב, איינס 15 מינוט פארן זמן ר"ת און די צווייטע ביים זמן, האב איך נאך אריינגעכאפט צו לערנען מיט מיין טאטע אינדרויסן אויפן פארטש. עס איז געווען זייער א פיינע וועטער. ביים זמן האט מען דארט געדאווענט מעריב. איינער האט געמאכט הבדלה פאר יעדעם אבער מיין טאטע האט געוואלט עקסטער מאכען הבדלה.
נאך הבדלה איז מיין טאטע מיט מיין פעטער צוגעגאנגען רעדן צו דעם איד וואס האט געזאגט תורה ביי של"ס, ער האט געזאגט אז ער הייסט ר' הערשל מאשקאוויטש שליט"א זיי האבען געשמוסט פון אלט מאנסי, ווי ער האט געלערנט אין בית המדרש עליון.
מען איז אריין אין קאר צו פארן צו סאטמאר'ע בית המדרש ביי משפ' מענדלאוויטש, אונז האבען נאך געוואלט אנקומען צו די תורה פון הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א, אבער מען איז שוין אנגעקומען צו בענטשן, מיין קאזין האט מיר געזאגט אז איך האב פארפאסט ווייל ער האט געזאגט זייער א שיינע ווארימע תורה. מיין קאזין האט מיר געזאגט אז ער האט געמיינט אז ער זאגט א גאנץ יאר שובבי"ם תורה, אבער ער איז אינגאנצען ערשטוינט געווארן צו הערן אזעלכע שיינע ווערטער.
אונז האבן געווארט ביז נאך מעריב, מיין טאטע איז צוגעגאנגען צו הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א זאגען א גיטע וואך, מיין טאטע האט געשמועסט אפאר מינוט מיט אים, און נאך דעם האט מיין טאטע געזאגט אז ער וויל נאך צוגיין צו הגה"צ ר' ארי' ראזעפעלד שליט"א, דומ"ץ קיט"ל בק"י פרעגן עפעס, אונז האבען געווארט און מיין טאטע האט געשמועסט מיט אים.
מיין טאטע זאגט אונז אז דער דיין האט עפעס געזאגט פאר אונז א גוטע זאך, אין די קאר וועט ער אונז זאגען וואס. אונז גייען אריין אין קאר, מיין טאטע זאגט אונז אז ער האט געפרעגט די דיין צו מען מעג גיין צו די טשעיר ליפט אין די 9 טעג, האט דער דיין געזאגט אז עס איז נישט קיין סכנה, און אז מען איז שוין סיי ווי דא אין די געגענט מעג מען גיין.
נ.ב. בן מזל יעדער זאל עקסטער פרעגן זיין דיין ווען ער האט די שאלה.
נאכדעם זענען אונז געגאנגען צו ספינקא, מען האט שוין געהאלטען סוף של"ס, מיין קאזין האט געוואלט בלייבען צו הבדלה צו קענען יוצא זיין פון דעם ספינקא רבי'ן, זענען אונז געבליבען. בדרך אגב, אין ספינקא איז דא זייער א שיינע מנהג, אז מען רעדט נישט אין די שטח וואס מען דאווענט, אפילו נעבען די טיר, אפילו ווען מען האלט נישט ביי קדיש.
ביי הבדלה פון ספינקא רבי שליט"א האב מיך אביסל צוגערוקט צו קענען בעסער זעהן, און נאך די ברכה פון בורא פרי הגפן זעה איך ווי די רבי גיבט א לעק זיינע פינגער, איך האב מיך זייער געווינדערט. נאך הבדלה האב איך געפרעגט מיין טאטע, זאגט ער מיר אז עס זענען דא וואס פירן זיך אזוי, כדי עס זאל נישט זיין אזא לאנגע הפסק פון די ברכה ביז מען טרינקט אויס די וויין.
נאך הבדלה זענען אונז אריבער צו די רבי, און ער האט אביסל געקענט מיין טאטע, ווייל מיין פעטער וואוינט אויף קיעפ סט. אין וומסב"ג, און מיין טאטע איז שוין אפאר מאל געווען דארט. די רבי האט אונז אויסגעפרעגט וועמענס אייניקל מיר זענען, און ער האט אונז אלע אנגעוואונטשן זייער ווארעם.
דערנאך האב איך געוואלט זען די גראסערי, עס איז נאך געווען אפען, און אז איך בין שוין דארט געווען האב איך געקויפט א סענדוויטש אייז קריעם פאר מיר און פאר מיין ברידער און קאזינס.
מיר זענען געגאנגען קוקען ווי מען האלט ביי תו"א, עס איז נאך געווען טינקל ווייל מען האט דארט נאך געהאלטען אונמיטן של"ס תורה, זענען מיר צוריק געפארן צו די האטעל עסן מלוה מלכה. אונז האבען ארויס גענומען די עסן און פארטש.
נאך דעם זענען אונז צוריק געגאנגען צו תולדות אהרן מען האט שוין געהאלטען נאך הבדלה. דער עולם איז אריבער דעם רבי זאגען א גוטע וואך. אונז שטעלן זיך און די שורה, עס האט גענומען א שטיק צייט ווייל די רבי הערט אויס איעדען איינעם מיט אזא רואיגקייט. ענדליך אונז קומען אן צו די רבי, מיין טאטע זאגט פאר דעם רבי'ן וועמענס זון ער איז, די רבי האט אים זייער פריינטלעך אויפגענומען, און זיי האבען געשמועסט פון מאנסי ווען דער רבי האט דארט געוואוינט אלץ רב, ווען מיין טאטע אלץ קינד פלעגט דארט דאווענען צוזאמען מיט מיין זיידע און מיט מיין עלטער זיידע.
מיין טאטע האט גשמועסט מיט די רבי נאך זכרונות פון מאנסי, דערנאך בין איך צוגעגאנגען צו די רבי, און די רבי האט מיר פונקטליך אויסגעפרעגט אין וועלכע ישיבה איך לערן וכדו'. איך האב געבעטען א ברכה אויף התמדת התורה, די רבי האט קודם מיר נישט געוואלט געבען א ברכה, ער האט מיר געזאגט אז איך זאל גיין צו מיין עלטער זיידע און פון אים זאל איך בעטן א ברכה, ווייל זיינע ברכות זענען בעסער פון זיינע ברכות. ווען איך האב אים געזאגט אז איך וויל "אויך" פון די רבי א ברכה, האט ער מיר זייער ווארעם אנגעוואונטשן.
אונז זענען אריין אין די האטעל וואס איז נעבען די פלאץ וואס די רבי פירט. עס איז געווען הערליך שיין, עס זעהט אויס ווי מען האט עס ממש לעצטענס הערליך איבער געבויט, עס איז לכאורה די שענסטע האטעל אין גאנץ פליישמאנס.
עס איז שוין געווען 1:20 ביינאכט. אונז האבען נאך געוואלט געבען א קוק ווי מען האלט ביי ספינקא. דארט אין ספינקא איז געווען ציגעגרייט א ריזיגע מילעכיגע מלוה מלכה, שיינע גרינע טישטכער און פול מיט עסן, און א געפאקטע עולם. זיי האבען מיר געבעטען אז איך זאל זיך אראפ זעצן וויל עס א סעודת מצוה, עס איז א סיום (איך מיין א עס איז געווען א סיום הש"ס פון די רבי'ס זוהן) אבער מיין טאטע האט געווארט אינדרויסען און איך האב אים נישט געוואלט אויפהאלטן, אבער פאר אפאר מיניט האב מיך אראפ געזעצט און גענומען אביסעל עסן. דערנאך זענען אונז צוריק צו די האטעל צו גיין שלאפן.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הערליך, באשריבן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אינעם אויסגאבע יסודות די וואך
איז באשריבן פליישמאנ'ס זייער שיין און ברייט. (אינקלאדעט איבער דעם שווערן פארפלייצונג פון יאר תשע"א).

עס איז זייער א שיין באשריבן
א חלק פון די בילדער פון די עהרליכע אויסגאבע יסודות
אטעטשמענטס
Copy of oo07222021_0001.jpg
Copy of oo07222021_0001.jpg (561.24 KiB) געזען 2452 מאל
Copy of oo07222021.jpg
Copy of oo07222021.jpg (625.92 KiB) געזען 2452 מאל
Copy (3) of oo07222021_0004 (1).jpg
Copy (3) of oo07222021_0004 (1).jpg (742.68 KiB) געזען 2452 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פון יסודות
אטעטשמענטס
oo07222021_0005.jpg
oo07222021_0005.jpg (719.53 KiB) געזען 2447 מאל
oo07222021_0001.jpg
oo07222021_0001.jpg (507.7 KiB) געזען 2447 מאל
oo07222021.jpg
oo07222021.jpg (713.91 KiB) געזען 2447 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

.
אטעטשמענטס
New Picture (3).png
New Picture (3).png (654.21 KiB) געזען 2440 מאל
New Picture (1).png
New Picture (1).png (397.92 KiB) געזען 2440 מאל
New Picture.png
New Picture.png (364.48 KiB) געזען 2440 מאל
hk675
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 6:05 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hk675 »

Ban Mazel האט געשריבן:עס איז שוין געווען 1:20 ביינאכט. אונז האבען נאך געוואלט געבען א קוק ווי מען האלט ביי ספינקא. דארט אין ספינקא איז געווען ציגעגרייט א ריזיגע מילעכיגע מלוה מלכה, שיינע גרינע טישטכער און פול מיט עסן, און א געפאקטע עולם. זיי האבען מיר געבעטען אז איך זאל זיך אראפ זעצן וויל עס א סעודת מצוה, עס איז א סיום (איך מיין א עס איז געווען א סיום הש"ס פון די רבי'ס זוהן) אבער מיין טאטע האט געווארט אינדרויסען און איך האב אים נישט געוואלט אויפהאלטן, אבער פאר אפאר מיניט האב מיך אראפ געזעצט און גענומען אביסעל עסן. דערנאך זענען אונז צוריק צו די האטעל צו גיין שלאפן.

הערליך שיין באשריבן
(די סיום איז געווען פון א אינגערמאן וואס ארבעט א גאנצע וואך אין לערנט א יעדן טאג
די סיום הש''ס פון רבינ'ס זוהן איז נאכנישט געווען)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

hk675 האט געשריבן:

די ביסט עס געווען וואס האט מקרב געווען מינע קינדער?
זיי האבען זיך געפילט זייער אנגענומען דארט,
זיי האבען געוואלט דארט בלייבען,
איך בין נישט אריין.
איך האב נישט געטראפען פארקינג דארט לעבן,
און איך האב מיך אביסעל געהיילט צו גיין.
איך ווייס נישט פאר וואס זיי האבען געמיינט אז עס איז די סיום פון די רבי'ס זוהן,
אפשר האבען זיי געהערט ווי איינער שמוסט דארט פון דעם

(נא גילוי) ניין איך בין נישט דארט געווען
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

Ban Mazel האט געשריבן:איך ווייס נישט פאר וואס זיי האבען געמיינט אז עס איז די סיום פון די רבי'ס זוהן,
אפשר האבען זיי געהערט ווי איינער שמוסט דארט פון דעם

הענגט א צעטל אין ביהמ"ד מז"ט פאר'ן רבי'נס זון פארן מאכן א סיום הש"ס, אבער דער סיום איז נאכנישט פארגעקומען דערווייל.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
ישראל אהרן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:53 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אהרן »

וואס איז די אדרעסס פון די נייע האטעל פון מענדלאוויטש?
אוועטאר
ישראל אהרן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:53 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אהרן »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:איך ווייס נישט פאר וואס זיי האבען געמיינט אז עס איז די סיום פון די רבי'ס זוהן,
אפשר האבען זיי געהערט ווי איינער שמוסט דארט פון דעם

הענגט א צעטל אין ביהמ"ד מז"ט פאר'ן רבי'נס זון פארן מאכן א סיום הש"ס, אבער דער סיום איז נאכנישט פארגעקומען דערווייל.

דאס איז די רבי’נס זוהן הרב נפתלי ש’
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ישראל אהרן האט געשריבן:וואס איז די אדרעסס פון די נייע האטעל פון מענדלאוויטש?

FREEDOM האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:שיינע שילדערונג, לאמיר הערן ווייטער

ביי די שוהל נעבן "פאלעס" האטעל
Address: 191 Wagner Ave, Fleischmanns, NY 12430
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ישראל אהרן האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:איך ווייס נישט פאר וואס זיי האבען געמיינט אז עס איז די סיום פון די רבי'ס זוהן,
אפשר האבען זיי געהערט ווי איינער שמוסט דארט פון דעם

הענגט א צעטל אין ביהמ"ד מז"ט פאר'ן רבי'נס זון פארן מאכן א סיום הש"ס, אבער דער סיום איז נאכנישט פארגעקומען דערווייל.

דאס איז די רבי’נס זוהן הרב נפתלי ש’

לכאורה מאכט ער די סיום ז"ך אב ביים זיידעס יארצייט
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”