צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רויט און טויט - וויאזוי רעכטס מארדעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

אבנר בן-נר האט געשריבן:
לאמיך זעען ברענג מיר וויפיל קאוויד טויט פעלער ס'איז געווען אין רויטע סטעיטס VSבלויע סטעיטס, און נאכדעם קעמען אריינטראכטן אין דיינע דברי בדחנות,
זייט געזונט!!
אין רויטע סטעיטס זענען געווען 361 טויזענט קאוויד טויטפעלער צווישן 2020-2021 (לויט די אפיציעלע ציילונג), און אין בלויע סטעיטס זענען געווען 290 טויזענט קאוויד טויטפעלער אין די זעלבע צייט אפשניט (די בלויע סטעיטס האבן א גרעסערע באפעלקערונג).

צופרידן?
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

רעגענדיג האט געשריבן:
@והייתם, איך בין נישט קיין דאטא אנאליסט, און כ'גיי אפילו נישט פרובירן זיך צו פארמעסטן מיט דיר אין די ענינים. אבער - און דאס איז א גרויסע אבער - ווי מיין ארימע שכל פארשטייט, איז יעדע אנאליז איבער קאוויד טויטע פשוט אומרעלעוואנט אויב מ'קוקט נישט אויף איינע פון די הויפט פאקטארן ווען ס'קומט צו שטארבן פון קאוויד, דהיינו די פאקטאר פון עידזש. ס'איז נישט קיין סוד אז א איבערוויגנדע מערהייט פון קאוויד טויטע (דאכט זיך ערגעץ צווישן 80 און 90 פראצענט) זענען העכער 65. ממילא וויאזוי איז אפילו מעגליך צו מאכן חשבונות און אנאליזן אויף די דאטא אן אין אכט נעמען אזא קריטישן פאקטאר?

לאמיר מאכן א משל מיט צוויי פון אונזערע היימישע געגנטער. לדוגמא מאנסי און מאנרא. לאמיר זאגן אז אין מאנסי זענען 50 פראצענט פון די פאפולאציע העכער 65 (נישט אמת, נאר א דוגמא). און אין מאנרא זענען בלויז 20 פראצענט פון די פאפולאציע העכער 65. דהיינו אז אין מאנסי איז דא איבער דאפלט עלטערע מענטשן. יעצט, אויב אין מאנסי שטארבן פון קאוויד מיט 10% מער מענטשן ווי אין מאנסי, ווייזט דאס לכאורה אז אין מאנסי איז מען מער אויסגעשטעלט צו שטארבן פון קאוויד, און אויב איינער האט סיי וועלכע אגענדע אויפצוווייזן אז אין מאנסי שטארבט מען ענדערש פון קאוויד האט ער א גוטן קעיס, ער איז א בא בטענה, והראי' די טויט ראטע אין מאנסי איז מיט גאנצע 10% העכער ווי אין מאנסי.

פארשטייט אבער יעדע בר דעת אז דאס איז שרעקליך פארפירעריש, וויבאלד די מאנסי עלטערע פאפולאציע איז מער ווי צוויי מאל די סייז פון מאנרא, וואס באדייט אז מאנסי וואלט בדרך הטבע געדארפט האבן דאפלט קאוויד טויטע פון מאנרא. און אז זיי האבן מיט נאר 10% העכער, לא די אז ס'איז נישט ערגער ווי מאנרא, פונקט קאפויער, ס'איז סאך סאך בעסער, ווייל אויב נעמט מען אין חשבון די עידזש פון די מענטשן אין די צוויי געגנטער שטעלט זיך ארויס אז מאנסי וואלט בדרך הטבע געדארפט זיין סאך ערגער ווי ס'איז.

לענינו, זעסטו פון דעם ווי די פאקטאר קען טוישן דעם גאנצן בילד. און באמת ווען מ'קוקט אויף פלארידע ווס. ניו יארק זעט מען טאקע די זעלבע זאך. פלארידע'ס טויט ראטע מיין איך שטייט מיט בלויז א גאר קליינע פראצענט העכער ווי נ"י, בלויז עטליכע פעלער מער פער 100,000. אבער די עלטערע פאפולאציע אין פלארידע איז מיט ארום 20% העכער ווי אין נ"י. ממילא קומט אויס אז באמת שטייען זיי בעסער ווי נ"י, און בדרך הטבע וואלטן זיי געדארפט האבן פיל מער טויטע. (די נומערן זענען בלויז פון זכרון, כ'האב עס נישט יעצט עקסטער נאכגעקוקט, און אויב עפעס איז נישט ריכטיג לאז מיך וויסן)

יעצט, כ'ווייס אז מ'קען פון דעם נישט ברענגען א ראי' אויף אנדערע סטעיטס זינט פלארידע האט כמעט די העכסטע פאפולאציע פון עלטערע מענטשן איבער'ן גאנצן לאנד. און באמת קען זיין אז אפילו נאכן נעמען אין חשבון די עידזש פאקטאר וועט זיך נאך אלץ ארויסשטעלן אז אין די רעכטע סטעיטס איז דא פיל מער טויטע, כ'ווייס נישט, כ'האב נישט געמאכט די חשבונות. בסה"כ וויל איך ארויסברענגען אז א חשבון אויף קאוויד טויטפעלער וואס רעכנט זיך נישט מיט די עידזש איז אומרעלעוואנט.
ביסט הייליג גערעכט אז עידזש איז גאר א וויכטיגע פאקטאר, און כ'האב עס אבוויעסלי גערעכנט, הגם כ'האב עס נישט קלאר אויסגעשמועסט.

כ'וועל געבן א משל צוויי סטעיטס ועל הכלל כולו יצא, מיסיסיפי האט געהאט אין די יארן 2020-2021 א באפעלקערונג פון ארום 2.95 מיליאן, אין די צייט וואס ניו יארק האט געהאט אין די זעלבע צייט א באפעלקערונג פון ארום צוואנציג מיליאן.

ניו יארק האט געהאט אין די יארן 2020-2021 מיט 62 טויזענט מער טויטפעלער ווי אין 2018-2019, וואס איז ווי ניין טויזענט טויטפעלער צווישן א באפעלקערונג פון 2.95 מיליאן, ווען מיסיסיפי האט למעשה געהאט אין די יארן 2020-2021 מיט איבער זעכצן טויזנט טויטפעלער מער ווי אין 2018-2019, סאו אויב מ'וואלט נישט געקוקט אויף קיין שום אנדערע פאקטאר וואלט מען געקענט זאגן אז אין מיסיסיפי אליינס (א סטעיט מיט ווייניגער ווי א הונדערט צוועלפטל פון אמעריקע'ס סך הכל באפעלקערונג) זענען געווען זיבן טויזנט טויטפעלער צוליב וואס זיי האבן נישט נאכגעמאכט ניו יארק.

אבער - ווי דו האסט ריכטיג ארויסגעברענגט - קען מען נישט קוקן אויף די זאך גלאט אזוי, ווייל יעדע סטעיט קען האבן אן אנדערע דעמאגראפיק, סאו איך האב געקוקט מיט וויפיל פראצענט טויטפעלער זענען געשטיגן קעגן בעפאר, אז אין ניו יארק זענען טויטפעלער געשטיגן מיט 19% און אין מיסיסיפי זענען טויטפעלער געשטיגן מיט 26%, וואס דאס רעכנט שוין יא אריין דאס אז מיסיסיפי קען זיין אנדערש ווי ניו יארק מיט אסאך זאכן, ווייל די אלע זאכן מיט וואס די צוויי סטעיטס זענען אנדערש איז דאך שוין געווען פריער אויך.

דאס הייסט אז ווען איך וויל פארגלייכן די צוויי סטעיטס זאג איך "אויב ניו יארק האט געקענט אראפהאלטן די וואוקס אין טויטפעלער צו בלויז 19%, וואלט מיסיסיפי לכאורה אויך געקענט מיט די זעלבע פאליסיס און אפגעהיטנקייט פון מענטשן ווי אין ניו יארק, וואס אין אזא פאל וואלטן זיי געשטאנען בעסער ווי שטייען יעצט ווען זייערע טויטפעלער זענען ארויף מיט 26% - הגם זיי וואלטן דעמאלס אויך געהאט פיל מער איבריגע טויטן פער קעפיטע ווי ניו יארק אבער דאס וואלט שוין געווען א תוצאה פון זייער אלגעמיינע העכערע טויט ראטע" (ביטע פרעג מיך נישט אפ אז א גרעסערע טייל פון קאוויד אומגעקומענע זענען געווען עלטערע אין פארגלייך צו טויטן בכלל, ווייל ס'איז נישט אמת).
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רויט און טויט - וויאזוי רעכטס מארדעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
לויט די אויבנדערמאנטע קומט אויס (שוין נאכדעם וואס מ'רעכנט אריין דאס אז אין רויטע סטעיטס שטארבן סתם אזוי מער מענטשן ווי אין בלויע סטעיטס) - אן זיך צו וואוסענדיג מאכן פונעם פאקט אז נאטורליך וואלט געדארפט זיין מער טויטפעלער אין בלויע סטעיטס ווייל מ'וואוינט מער צושטופט און די וויירוס האט זיך געקענט שנעלער פארשפרייטן - אז ווען רויטע סטעיטס וואלטן געהאט בלויע סטעיטס פאליסיס און ווען רויטע סטעיט איינוואוינער זאלן זיין אזוי אפגעהיטן ווי בלויע סטעיט איינוואוינער, וואלט דאס בדרך הטבע געראטעוועט כאטש 70 טויזענט לעבנס!
צוויי זאכן וואס די האסט פארגעסן אריין צורעכענען.

איינס, אז אין ניו יארק האט מען זיך געשפילט מיט די נומבערס.
קום אריין קלאר, דו נעמסט נישט אן נישט די אפיציעלע CDC דאטא פון טויטפעלער אין אמעריקע?

ס'איז גראדע א מהלך, און איך האב שוין פון לאנג אזא טעאריע אז וועגן דעם זענען רעכטע לעצטנס פארנומען מיט קאנספיראציע טעאריעס - ווייל זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה.

אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרי בדחנא »

פארגעס נישט אז מהאט געכאפט א שיינע פאר לינקע פאלאטישענס עובר זיין אויף זייער אייגענע קאוויד רולס דעס ווייזט פונקטליך מיט וועלכע כוונות די רולס זענען געמאכט געווארן די זעלבע כוונה פארוואס מהאט געבענט היידראקסיקלארקווין אין חוזק געמאכט פין מענטשן וואס נעמען וויטימען d אין נאך אסאך טריטמענט וואס מען האט געקענסלט אלעס ווייל?
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

תרי בדחנא האט געשריבן:
פארגעס נישט אז מהאט געכאפט א שיינע פאר לינקע פאלאטישענס עובר זיין אויף זייער אייגענע קאוויד רולס דעס ווייזט פונקטליך מיט וועלכע כוונות די רולס זענען געמאכט געווארן
די אשכול איז דא צו דעפענדן די לינקע מהלך, און נישט יעדע פאליטיקאנט וועלכער רופט זיך - אדער וועמען מ'רופט - לינק.

ס'איז מובן מאליו אז אויף גוטע און פאפולערע פאליסיס וועט לויפן סיי וועלכע אפערטוניסט ס'איז גענוג קלוג צו כאפן אז דאס איז א מהלך צו געווינען, און דערפאר איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז אסאך פון די וואס לויפן דערויף מיינען עס נישט ערנסט.

עכ"פ דאס אז א לינקע 'פאליטיקאנט' איז אן היפאקריט איז זיכער נישט קיין ארגומענט קעגן לינקע 'פאליסי'.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
בּאַגאַבּונד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:42 am

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּאַגאַבּונד »

והיתם נקיים האט געשריבן:

עכ"פ דאס אז א לינקע 'פאליטיקאנט' איז אן היפאקריט איז זיכער נישט קיין ארגומענט קעגן לינקע 'פאליסי'.
;l;p- צום פּינטעל
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: רויט און טויט - וויאזוי רעכטס מארדעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

והיתם נקיים האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
לויט די אויבנדערמאנטע קומט אויס (שוין נאכדעם וואס מ'רעכנט אריין דאס אז אין רויטע סטעיטס שטארבן סתם אזוי מער מענטשן ווי אין בלויע סטעיטס) - אן זיך צו וואוסענדיג מאכן פונעם פאקט אז נאטורליך וואלט געדארפט זיין מער טויטפעלער אין בלויע סטעיטס ווייל מ'וואוינט מער צושטופט און די וויירוס האט זיך געקענט שנעלער פארשפרייטן - אז ווען רויטע סטעיטס וואלטן געהאט בלויע סטעיטס פאליסיס און ווען רויטע סטעיט איינוואוינער זאלן זיין אזוי אפגעהיטן ווי בלויע סטעיט איינוואוינער, וואלט דאס בדרך הטבע געראטעוועט כאטש 70 טויזענט לעבנס!
צוויי זאכן וואס די האסט פארגעסן אריין צורעכענען.

איינס, אז אין ניו יארק האט מען זיך געשפילט מיט די נומבערס.
קום אריין קלאר, דו נעמסט נישט אן נישט די אפיציעלע CDC דאטא פון טויטפעלער אין אמעריקע?

ס'איז גראדע א מהלך, און איך האב שוין פון לאנג אזא טעאריע אז וועגן דעם זענען רעכטע לעצטנס פארנומען מיט קאנספיראציע טעאריעס - ווייל זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה.
דאס האט גארנישט מיט מיר, ס'איז פשוט געווען אין די נייעס א צייט צוריק - איך ווייס נישט ווי אזוי מ'זוכט אויף אויף אייוועלט - אז קאומא האט ארום געשפילט מיט די נומבערס צו מאכן ניו יארק אויסזען בעסער.
דא האסטו אן ארטיקל פון ניו יארק טיימס וואס איך קען נישט עפענען. https://www.nytimes.com/2021/03/04/nyre ... eaths.html

Cuomo Aides Rewrote Nursing Home Report to Hide Higher
The intervention was the earliest action yet known in an effort by Gov. Andrew M. Cuomo that concealed how many nursing home residents died ...

עניוועי, אויף מיין צווייטע טענה - וואס איז אגב אסאך שטערקער - אז די לינקע האבן בידים גע'הרג'ט מענטשן, סיי מיט זייערע פאלעסיס אין די שפיטעלער, און סיי מיט דערשטיקן עני אינפאו וואס איז געגאנגען קעגן זייער נערעטיוו... האסטו באשלאסן צו איגנארירן...

דא האסטו א פיינעם ארטיקל - נאך נישט דורך געליינט, נאר אזוי אויבערפלעכליך איבער געקוקט - וואס לייגט אראפ ווי אזוי דיינע הייליגע לינקע האבן געראטעוועט די וועלט ביי קאוויד...
https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC9062939/

שמעו ותחי נפשכם...
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...

איך קען אויך נישט עפענען די ניו יארק טיימס ארטיקל, און איך ווייס נישט וואס דארט שטייט, אבער ווי איך פארשטיי טענה'ט קיינער נישט אז ס'איז געווען אין ניו יארק מער טויטפעלער ווי אפיציעל באריכטעט.

דיין צווייטע טענה האב איך איגנארירט ווייל איך האב נישט געהאט וואס צו ענטפערן.

אויב דער ארטיקל וואס דו האסט אויבערפלעכליך איבער געקוקט איז פיין, דאן שרייב אראפ אין קורצן (אדער באריכות) וואס זיי ארגומענטירן, און איך וועל עס אפענטפערן - אויב ס'קומט אריין און איך וועל קענען.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: רויט און טויט - וויאזוי רעכטס מארדעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

והיתם נקיים האט געשריבן:
אבנר בן-נר האט געשריבן:
לאמיך זעען ברענג מיר וויפיל קאוויד טויט פעלער ס'איז געווען אין רויטע סטעיטס VSבלויע סטעיטס, און נאכדעם קעמען אריינטראכטן אין דיינע דברי בדחנות,
זייט געזונט!!
אין רויטע סטעיטס זענען געווען 361 טויזענט קאוויד טויטפעלער צווישן 2020-2021 (לויט די אפיציעלע ציילונג), און אין בלויע סטעיטס זענען געווען 290 טויזענט קאוויד טויטפעלער אין די זעלבע צייט אפשניט (די בלויע סטעיטס האבן א גרעסערע באפעלקערונג).

צופרידן?
קודם א שכ''ח פארן ענפערן!
דעי קעפל וואס דו שרייבסט אז רעכט מארדעט, איז פשוט און פראסט שקר ווייל אפי' אז דיין ארגומענט איז אמת, איז קאוויד דער וואס מארדעט און נישט רויטע סטעיטס,

כ'וועל מסביר זיין וואס כ'מיין ארויס צו ברענגן, איך האב נישט קיין כח אריבער צו גיין אלע רויטע און בלויע סטעיטס, האב איך אונגעכאפט די פיר גרעסטע סטעיטס,
קאליפארניע. טעקסעס. פלארידע. און ניו יארק.
יעצט לאמיר קוקן אויף ניו יארק און קאליפארניע, וואס ביידע האבן געהאט בערך די זעלבע קאוויד געזעצן, קאליפארניע האט 39 מיליאן איינוואוינער און האט געהאט 98 טויזענט קאוויד טויט פעלער, יעצט קוק אויף ניו יארק וואס האט 19 מיליאן איינוואוינער און האט געהאט 74 טויזענט קאוויד טויט פעלער,
קומט אויס, ניו יארק וואס האט האלב אזא פאפולאציע ווי קאליפארניע, האט געהאט צוויי דריטל אזויפיל טויט פעלער ווי קאליפארניע,
גיימיר ווייטער צו טעקסעס און פלארידע, וואס ביידע האבן געהאט לויזע קאוויד געזעצן, טעקסעס האט א פאפולאציע פון 30 מיליאן מענטשן, און פלארידע האט 22 מיליאן איינוואוינער, קומט אויס פלארידע האט צוויי דריטן אזויפיל איינוואוינער ווי טעקסעס, און ווען מקוקט אויף קאוויד טויט פעלער האט טעקסעס געהאט 91 טויזענט, און פלארידע 83 טויזענט,

סאו עפעס מאכט נישט קיין סענס דא! ווייל לויטן חשבון וואלט ניו יארק געדארפט האבן האלב אזויפיל טויט פעלער ווי קאליפארניע, און פלארידע צוויי דריטל, און למעשה זעהט מען אז ס'איז נישט אזוי,
יעצט לאמיר קוקן ניו יארק טעקסעס, וואס טעקסעס האט איבער צען מיליאן מער איינוואוינער ווי ניו יארק, און האט נאר געהאט פיפצן טויזענט טויט פעלער ווי ניו יארק,
וואס איך וויל ארויסברענגן איז, אז קאוויד פאלעסיס האבן גארנישט אבער גארנישט אויפגעטוהן, נישט לטב און נישט למוטב, ווייל אויב קוקט מען אויף פראצענט איינוואוינער שטימט נישט דעם חשבון,
אלא מאי וואס יא?? ס'איז געווען א מגיפה וואס האט געהארגעט א סך קרבנות ליידער, און ס'איז נישט געווען גארנישט וואס מקען טוהן אקעגן דעם, במילא האבן די רויטע סטעיטס געזאגט אויב אזוי, כאטש לאז לעבן זאלן ביזנעסער ווייטער אונגיין, זאלן קינדער ווייטער לערנען אין סקול און אויפוואקסן ווי נארמאלע מענטשן, אא''וו משא''כ די בלויע סטעיטס האבן געפייניגט מענטשן על לא דבר בעת וואס זיי האבן ווייטער געטוהן וואס זיי האבן געוואלט, און ווי ס'קוקט אויס האבן זיי גארנישט אויפגעטוהן,

און דעיס איז אלעס אן אריינרעכענען די אלע וואס זענען געשטארבן פון דראגס, און אנדערע זאכן, וואס אין ניו יארק זענען געשטארבן 3 טויזענט פון אווער דאוז און 2018 און אין 2021 זענען געשטאבן איבער 5 טויזענט פון אווער דאוז, אין קאליפראניע איז עס געפרינגן פון פיר טויזענט צו כמעט זיבן טויזענט,

סאו ביטע זיי מוחל און נעם אראפ דעם בולבול פון די רויטע

ס'איז גאר דערפרישנד צו זען ווי נאך די מאסיווע הויכע געשרייען פאר אזא לאנגע צייט אז ניו יארקער באאמטע זענען דירעקט פאראנטווארטליך פאר די הויכע צאל קאוויד טויטפעלער וואס איז מער ווי אין סיי וועלכע אנדערע סטעיט, און אז מ'זעט בחוש ווי פלארידע שטייט פיל בעסער טראצדעם וואס זיי האבן נישט געמאכט די שארפע איינצוימונגען ווי ניו יארק (איגנארירנדיג דערביי דאס פשוט'ע אז אין ניו יארק איז עס אנגעקומען פריער ווי אין אנדערע סטעיטס איבערהויפט פלארידע, און אז די נאטור פון די וויירוס איז אז עס פארשפרייט זיך גאר ווילד אין גרויסע צושטופטע שטעט וואס זענען אינגאנצן אפן -- וואס איז געווען דער פאל מיט ניו יארק אום מערץ 2020), האלט מען שוין ביים קומענדיגן שטאפל ווי מ'איז אזוי שיין מסביר אז די טויט צאל האט נישט מיט די קאליר פון די סטעיט -- פארשטייט זיך ווי נאר מ'געפונט אויס אז למעשה האבן רויטע סטעיטס געטוהן ערגער ווי בלויע סטעיטס.

און איך פרוביר נישט דא צו זאגן אז ווייל ענק האבן דאן געשריגן נאנסענס מעג איך יעצט בבחינת "וואטאבאוט ענק", ווייל איך טו דאס נישט יעצט, ווי דו קענסט זען אז איך האב טאקע נישט געקוקט אויף איינס אדער בלויז עטליכע סטעיטס, נאר טאקע אויף אלע סטעיטס, טאקע צוליב די פראבלעם וואס דו ברענגסט אזוי שיין ארויס.

רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

תגובה דורך רעגנדיג »

והיתם נקיים האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:
דאס האט גארנישט מיט מיר, ס'איז פשוט געווען אין די נייעס א צייט צוריק - איך ווייס נישט ווי אזוי מ'זוכט אויף אויף אייוועלט - אז קאומא האט ארום געשפילט מיט די נומבערס צו מאכן ניו יארק אויסזען בעסער.
דא האסטו אן ארטיקל פון ניו יארק טיימס וואס איך קען נישט עפענען. https://www.nytimes.com/2021/03/04/nyre ... eaths.html

Cuomo Aides Rewrote Nursing Home Report to Hide Higher
The intervention was the earliest action yet known in an effort by Gov. Andrew M. Cuomo that concealed how many nursing home residents died
איך קען אויך נישט עפענען די ניו יארק טיימס ארטיקל, און איך ווייס נישט וואס דארט שטייט, אבער ווי איך פארשטיי טענה'ט קיינער נישט אז ס'איז געווען אין ניו יארק מער טויטפעלער ווי אפיציעל באריכטעט.
אוודאי אזוי! געדענקסטו דען נישט די סקאנדאל? אוודאי יעצט ווייסט מען שוין די ריכטיגע ציפערן, אבער אריגינעל האט גאווערנאר קאומא במזיד ארויסגעגעבן פאלשע קלענערע נומערן פון די צאל נורסינג היים טויטע. וועסטו זאגן אז למעשה יעצט האט מען שוין די ריכטיגע נומערן, אמת, אבער וואס מ'זעט פון דעם איז אז "מ'קען" ארויסגעבן פאלשע נומערן, ס'איז בכדי שיעשו און איז פאקטיש געטון געווארן. קענסט שרייען קאנספיראציע טעאריקער אבער דאס איז די פשוט'ע מציאות.

דא האסטו דעם ני"ט ארטיקל
◄ ווייז ספוילער
-----

אז @איפכא האט שוין דערמאנט די מעשים טובים פון די לינקע דערמאן איך מיך יעצט אז כ'האב געהערט אמאל א אינטערוויו אויף ק"מ מיט א איד וואס האט בשעת קאוויד האט געבוזשעוועט עוסק געווען אין ארויסהעלפן אידן וואס האבן זיך שטארק געמוטשעט דערמיט מיט כל מיני רפואות און מהלכים. אינמיטן האט אים דער אינטערוויוער געפרעגט אויב היידראקסיקלאראקווין האט געהאלפן, האט ער געענטפערט (כ'געדענק נישט פונקטליך, אבער בערך) אז ביים ערשטן וועיוו האט עס מורא'דיג גוט געהאלפן און רוב מענטשן וואס האבן עס גענומען זענען שנעל ארויסגעקראכן, ווידעראום ביים צווייטן וועיוו האט עס גאר שוואך געהאלפן. געדענק איך נאך ווי שאקירט איך בין געווען הערנדיג די ווערטער, נאך חדשים ווערן געשווענקט מיט מאסיווע פראפאגאנדע קעגן היידראקסיקלאראקווין האב איך פשוט געהערט ערשטהאנטיג פון איינער וואס האט עס פערזענליך פרובירט אויף פילע מענטשן און זאגט אז דאס האט געהאלפן און געראטעוועט לעבנס! איך בין באמת געווען אין שאק.

צוליב נארישע פאליטישע חשבונות האבן די לינקע - מיט זייער געוואלדיגע זארג אויף יעדע איינציגע מענטשליכע לעבן - בזדון דערשטיקט און אוועקגענומען א רפואה וואס האט פאקטיש געראטעוועט פילע לעבנס און וואלט ווען געקענט ראטעווען סאאאך מער.

און דאס איז באמת אויך די תירוץ אויף דיינע ווערטער אז "דאס אז א לינקע פאליטיקאנט איז א היפאקריט איז נישט קיין ארגומענט קעגן די לינקע פאליסי". וואס הגם די נקודה פאר זיך איז גראדע א גוטע נקודה, דארט ווי ס'קומט אריין. איז דאס איז אפשר ווען מ'רעדט פון בלויז עטליכע נידריגראנגיגע לינקע פאליטיקאנטן וואס האבן דאס געטון. דא רעדט מען אבער פון די העכסטע שישקעס און טאקע די זעלבע וואס זענען געשטאנען בראש פונעם אימפלעמענטירן די צודרייטע פאליסיס, אלעס בלויז כדי צו "ראטעווען מענטשליכע לעבנס", טאקע זיי, האבן סיי פארלעצט זייערע אייגענע רולס - וואס איז שוין גענוג צו פארשטיין וויפיל זיי האבן באמת געהאלטן דערפון. און סיי האבן זיי איינגעפירט פארשידענע פאליסיס וואס האבן דירעקט צוגעברענגט דאס טויט פון טויזנטער מענטשן, און בפועל ובזדון צוריקגעהאלטן וואונדערליכע רפואות וואס האבן געברענגט וואונדערליכע רעזולטאטן און האבן פאקטיש געראטעוועט לעבנס - בלויז צוליב פאליטיק. סאו טאלק טו מי אבאוט מערדער. די זאכן זענען פונקט גענוג צו פארשטיין אז די וואס האבן איינגעפירט די שטרענגע קאוויד פאליסיס - אנגעבליך צו ראטעווען לעבנס, אינטערעסירט זיי נישט צו שטארק דאס לעבן פון זייערע בירגער.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…

אלעס פיין און וואויל, למעשה קיין תירוץ האסטו נישט!! ס'האט גארנישט מיט פאליסיס און מיט לאקדאונס, אזוי ווי כהאב פריער געשריבן,
ווילסט זאגן אז בלויע הארגענען נישט. מסכים, אבער זאגט נישט אז רויטע הארגעט!

און דאס וואס דו זאגסט אז ניו יארק איז מער געדעכטערע געגענטער ווי פלארידע, איז מצד שני פלארידע פיל מיט עלטערע מענטשן, סאו ס'איז נישט מעגליך צו מאכן אלע חשבונות,
הצד השווה שבהן אז איבעראל איז געווען טויטע איין סטעיט מער און איינס ווייניגער, און מיטן מאכן לויזע קאוויד געזעצן איז נישט געווען מער טויטע!

יעצט דאס וואס מ'זאגט אז בלויע סטעיטס האבן געהארגעט איז ווייל זיי האבן געמאכט געזעצן וואס אויף דעם איז יא דא פראוף אז ס'האט געהארגעט, (אנדערש ווי לויזע קאוויד געזעצן, וואס אויף דעם איז נישט דא קיין פראוף,)
ווי למשל שיקן קאוויד אפעקטירטע פאציענטן אין נירסינג האום'ס, און נישט צולאזן קיינעם באזוכן עלטערע, וואס דעי אלע געזעצן האבן במציאות אומגעברענגט מענטשן, דאס איז די סיבה אז משרייט אז בלויע זענען מערדער,
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: רויט און טויט - וויאזוי רעכטס מארדעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

רעגענדיג האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:
דאס האט גארנישט מיט מיר, ס'איז פשוט געווען אין די נייעס א צייט צוריק - איך ווייס נישט ווי אזוי מ'זוכט אויף אויף אייוועלט - אז קאומא האט ארום געשפילט מיט די נומבערס צו מאכן ניו יארק אויסזען בעסער.
דא האסטו אן ארטיקל פון ניו יארק טיימס וואס איך קען נישט עפענען. https://www.nytimes.com/2021/03/04/nyre ... eaths.html

Cuomo Aides Rewrote Nursing Home Report to Hide Higher
The intervention was the earliest action yet known in an effort by Gov. Andrew M. Cuomo that concealed how many nursing home residents died
איך קען אויך נישט עפענען די ניו יארק טיימס ארטיקל, און איך ווייס נישט וואס דארט שטייט, אבער ווי איך פארשטיי טענה'ט קיינער נישט אז ס'איז געווען אין ניו יארק מער טויטפעלער ווי אפיציעל באריכטעט.
אוודאי אזוי! געדענקסטו דען נישט די סקאנדאל? אוודאי יעצט ווייסט מען שוין די ריכטיגע ציפערן, אבער אריגינעל האט גאווערנאר קאומא במזיד ארויסגעגעבן פאלשע קלענערע נומערן פון די צאל נורסינג היים טויטע. וועסטו זאגן אז למעשה יעצט האט מען שוין די ריכטיגע נומערן, אמת, אבער וואס מ'זעט פון דעם איז אז "מ'קען" ארויסגעבן פאלשע נומערן, ס'איז בכדי שיעשו און איז פאקטיש געטון געווארן. קענסט שרייען קאנספיראציע טעאריקער אבער דאס איז די פשוט'ע מציאות.

דא האסטו דעם ני"ט ארטיקל
◄ ווייז ספוילער
-----

אז @איפכא האט שוין דערמאנט די מעשים טובים פון די לינקע דערמאן איך מיך יעצט אז כ'האב געהערט אמאל א אינטערוויו אויף ק"מ מיט א איד וואס האט בשעת קאוויד האט געבוזשעוועט עוסק געווען אין ארויסהעלפן אידן וואס האבן זיך שטארק געמוטשעט דערמיט מיט כל מיני רפואות און מהלכים. אינמיטן האט אים דער אינטערוויוער געפרעגט אויב היידראקסיקלאראקווין האט געהאלפן, האט ער געענטפערט (כ'געדענק נישט פונקטליך, אבער בערך) אז ביים ערשטן וועיוו האט עס מורא'דיג גוט געהאלפן און רוב מענטשן וואס האבן עס גענומען זענען שנעל ארויסגעקראכן, ווידעראום ביים צווייטן וועיוו האט עס גאר שוואך געהאלפן. געדענק איך נאך ווי שאקירט איך בין געווען הערנדיג די ווערטער, נאך חדשים ווערן געשווענקט מיט מאסיווע פראפאגאנדע קעגן היידראקסיקלאראקווין האב איך פשוט געהערט ערשטהאנטיג פון איינער וואס האט עס פערזענליך פרובירט אויף פילע מענטשן און זאגט אז דאס האט געהאלפן און געראטעוועט לעבנס! איך בין באמת געווען אין שאק.

צוליב נארישע פאליטישע חשבונות האבן די לינקע - מיט זייער געוואלדיגע זארג אויף יעדע איינציגע מענטשליכע לעבן - בזדון דערשטיקט און אוועקגענומען א רפואה וואס האט פאקטיש געראטעוועט פילע לעבנס און וואלט ווען געקענט ראטעווען סאאאך מער.

און דאס איז באמת אויך די תירוץ אויף דיינע ווערטער אז "דאס אז א לינקע פאליטיקאנט איז א היפאקריט איז נישט קיין ארגומענט קעגן די לינקע פאליסי". וואס הגם די נקודה פאר זיך איז גראדע א גוטע נקודה, דארט ווי ס'קומט אריין. איז דאס איז אפשר ווען מ'רעדט פון בלויז עטליכע נידריגראנגיגע לינקע פאליטיקאנטן וואס האבן דאס געטון. דא רעדט מען אבער פון די העכסטע שישקעס און טאקע די זעלבע וואס זענען געשטאנען בראש פונעם אימפלעמענטירן די צודרייטע פאליסיס, אלעס בלויז כדי צו "ראטעווען מענטשליכע לעבנס", טאקע זיי, האבן סיי פארלעצט זייערע אייגענע רולס - וואס איז שוין גענוג צו פארשטיין וויפיל זיי האבן באמת געהאלטן דערפון. און סיי האבן זיי איינגעפירט פארשידענע פאליסיס וואס האבן דירעקט צוגעברענגט דאס טויט פון טויזנטער מענטשן, און בפועל ובזדון צוריקגעהאלטן וואונדערליכע רפואות וואס האבן געברענגט וואונדערליכע רעזולטאטן און האבן פאקטיש געראטעוועט לעבנס - בלויז צוליב פאליטיק. סאו טאלק טו מי אבאוט מערדער. די זאכן זענען פונקט גענוג צו פארשטיין אז די וואס האבן איינגעפירט די שטרענגע קאוויד פאליסיס - אנגעבליך צו ראטעווען לעבנס, אינטערעסירט זיי נישט צו שטארק דאס לעבן פון זייערע בירגער.
אז דו זיכסט נאך, קענסטו צולייגן די שיף וואס טראמפ האט געשיקט און מען האט עס נישט גענוצט, כדי טראמפ זאל ח''ו נישט באקומען קיין קרעדיט אויף דעם,

אבער זיי זארגן זיך פאר לעבנס.....

דא האסטו נאך פון דא viewtopic.php?f=6&t=42863&p=3721623&hil ... 0#p3721623

קושנער פארציילט אז 10 טאג בעפאר דאן ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא האט פארארדנט נורסינג היימען אריינצונעמען ווירוס אנגעשטעקטע האט קאומא אין א טעלעפאן געשפרעך גאר געווארנט אז דאס אריינשטעלן אנגעשטעקטע אין נורסינג היימען קען פירן צו א שנעל לויפנדע פייער (פון פאטאליטעטן) ווי פלאמען וואס לויפן אויף טרוקענע גראז

אין אלגעמיין באצייכנט ער קואמא אלץ א גוטע מיטארבעטער ווען עס איז געקומען צו מיטארבעטן איבער די רעאקציע צום ווירוס וועלכע קושנער האט אנגעפירט ארויס פון ווייסן הויז

ער דערמאנט אויך אז קאומא האט מחזק געווען זיין פאטער נאך זיין ארעסט זאגנדיג אז ער זעלבסט האט אויך געהאט תקופות פון רום און נידערלאגעס און אז עווענטועל וועט ער ארויסקריכן פון זיינע פראבלעמען

שרייבנדיג איבער קאומא פארציילט קושנער אז טייל פון זיינע פארבינדונגען צום גובערנאטאר האט אריינגענומען דאס פארמיטלען צווישן אים און דאן ניו יארק סיטי בירגערמייסטער ביל דעבלאזיא זינט די צוויי האבן זיך נישט געזעהן אויג צו אויג

ער ברענגט א ביישפיל פון אפריל 2020 למספרם ווען די סיטי איז געשטאנען בלויז 6 טאג אוועק פון אויסלויפן פון ווענטילאטארס בלויז איין וואך נאך וואס די פעדעראלע רעגירונג האט אפגעשיקט 4400 ווענטילאטארס קיין ניו יארק

קושנער איז געוואויר געוואןר אז קאומא האט אראפגעציפט 2000 דערפון צו א סטעיט געפירטע ווערהויז וואו זיי זענען געשטאנען אומבאנוצט אנשטאט זיי צו שיקן צו די סיטי ווי די צענטער פון די אויסברוך האט געבוזשעוועט

קושנער שרייבט אז ער האט געדארפט קאנפראטירן און ממש זיך בעהטן צו קאומא אז ער זאל אזוי גוט זיין און עס אפשיקן צו די סיטי
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: רויט און טויט - וויאזוי רעכטס מארדעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
אבער ווי מ'שטעלט די גרעניץ פון דא און ווייטער צווישן האלטן מענטשן סעיף און האלטן מענטשנ'ס פרייהייט על אף די ריזיקע דערמיט, איבער דעם שלאגט מען זיך.
לייק.

און פונקט ווי ס'איז דא א קנה מידה אין וואספארא געזעצן צו מאכן, איז אויך דא אויף ווי לאנג די געזעצן זאלן זיין. מ'קען נישט משוגע מאכן די מענטשהייט לעולם ועד. אלעס האט א מעסטער.

נאך א נקודה, אפילו אויב מ'וועט מסכים זיין אין אלגעמיין אז מ'דארף איינצוימען די זאכן וואס ברענגען א קאוויד-פארשפרייטונג, זאל דאס זיין ספעציפיש אויף אזעלכע זאכן וואס ס'איז קלאר (על פי שכל און על פי סייענס) אז ס'ברענגט די פארשפרייטונג, לדוגמא גרויסע פארזאמלונגען. בפרט ביי זאכן וואס זענען ווייניגער וויכטיג, למשל טעאטערס און ספארט שפילן. אבער נעמט אזא ביישפיל ווי מאסקעס, וואס די דאטא דערויף איז גאר שוואך אז ס'העלפט בכלל, און די מענטשהייט איז פשוט געווארן אויסגעפייניגט דערמיט.

אנהייב פון דער קאוויד מגיפה בין איך טאקע געווען פרא דאס פארשפארן און מאכן צוימונגען, אבער מיין מיינונג האט זיך היבש געטוישט מיט דער צייט. ביי אונז אין קוועבעק איז געווען סאך ערגער ווי אין ניו יארק, ווען פאראיאר ווינטער איז נאך געווען א קורפיו יעדע נאכט! אמאל האב איך געקענט דאס ווארט קורפיו נאר פון מלחמה געשיכטעס, און פלוצלינג בין איך געוואויר געווארן אז איך קען ווערן א קרימינאל בלויז פאר'ן ארויסגיין פון רשות היחיד צו א כרמלית. האט דען איינער געהאט אינפארמאציע אז די מיקראבן קומען ארויס פון זייערע נארעס גענוי יעדע נאכט א שעה פאר חצות? האט די זעלבע אינפארמאציע אויך געוויזן אז מיט א כלב הנפשל לאחוריו ציטערן די ווירוס מאלעקולן צו קומען נאנט?

און ווען האבן אונזערע באהערדע מחליט געווען צו טוישן פאליסי? ווען דאס פאלק האט אפן געזאגט אז זיי האבן מער נישט קיין כח צו די אלע צוימונגען. ליין: ווען די פאליטיקאנטן האבן פארשטאנען אז פאר זייער פאליטיק לוינט יעצט צו טוישן אגענדע. יא, ס'איז אלעס געווען איין שטיק פארפוילטע פאליטיק וואס האט געפירט די פינגערס פון פאליטיקאנטן צו חתמ'ען געזעצן חדשים לבקרים, און ווען דער ווינט האט געטוישט ריכטונג האבן די געזעצן אויך.

די רויטע סטעיטס זענען אפשר געווען ביים אנדערן עקסטרעם אז זיי זענען מתחילה ארויסגעטראטן קעגן די צוימונגען, אריינגערעכנט אזעלכע וואס וואלטן יא וויכטיג געווען, אבער דאס האט פארזיכערט אז ס'זאלן נישט זיין די איבריגע צוימונגען. ווען דער טאן איז אז פרייהייט איז פאר אלעם, באקומט נישט דער פאליטיקאנט פון אנפאנג אן דעם כח צו באגרעניצן די מענטשן. שוין אפגערעדט אז פאר זייער פאליטיק האט געלוינט נישט צו מאכן צוימונגען.

און לאמיר נישט פארגעסן אז אלטע לייט, קראנקע מענטשן, אדער סתם פּאַראַנויאיקער האבן אלץ געהאט די ברירה זיך איינצושפארן אין שטוב און נישט אריינלאזן דעם משחית. זיי האבן נישט געדארפט קיין ליידיגגייער אינעם קאפיטאל צו מאכן פאר זיי די סארט באשלוסן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: רויט און טויט - וויאזוי רעכטס מארדעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

גרשון האט געשריבן:
זיי האבן נישט געדארפט קיין ליידיגגייער אינעם קאפיטאל צו מאכן פאר זיי די סארט באשלוסן.
דאס איז איינע פון די עיקר גרונדן פון די ליבעראלן, און דו קענסט נישט דא קומען עס אוועקמאכן במחי יד.
ניין און ניין! די מאסן זענען ליידער נישט באשאנקן געווארן מיט גענוג שכל, און זיי דארפן אז דער גאווערמענט זאל זיי אריינגעבן דאס לעפל אין מויל. זאגן ווען אויפצושטיין און ווען זיך צו לייגן. די צייטונגן זאלן זיי פארציילן ווען עס איז טאג און ווען עס איז נאכט. און אזוי ווייטער.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: רויט און טויט - וויאזוי רעכטס מארדעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

רעגענדיג האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:
דאס האט גארנישט מיט מיר, ס'איז פשוט געווען אין די נייעס א צייט צוריק - איך ווייס נישט ווי אזוי מ'זוכט אויף אויף אייוועלט - אז קאומא האט ארום געשפילט מיט די נומבערס צו מאכן ניו יארק אויסזען בעסער.
דא האסטו אן ארטיקל פון ניו יארק טיימס וואס איך קען נישט עפענען. https://www.nytimes.com/2021/03/04/nyre ... eaths.html

Cuomo Aides Rewrote Nursing Home Report to Hide Higher
The intervention was the earliest action yet known in an effort by Gov. Andrew M. Cuomo that concealed how many nursing home residents died
איך קען אויך נישט עפענען די ניו יארק טיימס ארטיקל, און איך ווייס נישט וואס דארט שטייט, אבער ווי איך פארשטיי טענה'ט קיינער נישט אז ס'איז געווען אין ניו יארק מער טויטפעלער ווי אפיציעל באריכטעט.
אוודאי אזוי! געדענקסטו דען נישט די סקאנדאל? אוודאי יעצט ווייסט מען שוין די ריכטיגע ציפערן, אבער אריגינעל האט גאווערנאר קאומא במזיד ארויסגעגעבן פאלשע קלענערע נומערן פון די צאל נורסינג היים טויטע. וועסטו זאגן אז למעשה יעצט האט מען שוין די ריכטיגע נומערן, אמת, אבער וואס מ'זעט פון דעם איז אז "מ'קען" ארויסגעבן פאלשע נומערן, ס'איז בכדי שיעשו און איז פאקטיש געטון געווארן. קענסט שרייען קאנספיראציע טעאריקער אבער דאס איז די פשוט'ע מציאות.

דא האסטו דעם ני"ט ארטיקל
◄ ווייז ספוילער
-----

אז @איפכא האט שוין דערמאנט די מעשים טובים פון די לינקע דערמאן איך מיך יעצט אז כ'האב געהערט אמאל א אינטערוויו אויף ק"מ מיט א איד וואס האט בשעת קאוויד האט געבוזשעוועט עוסק געווען אין ארויסהעלפן אידן וואס האבן זיך שטארק געמוטשעט דערמיט מיט כל מיני רפואות און מהלכים. אינמיטן האט אים דער אינטערוויוער געפרעגט אויב היידראקסיקלאראקווין האט געהאלפן, האט ער געענטפערט (כ'געדענק נישט פונקטליך, אבער בערך) אז ביים ערשטן וועיוו האט עס מורא'דיג גוט געהאלפן און רוב מענטשן וואס האבן עס גענומען זענען שנעל ארויסגעקראכן, ווידעראום ביים צווייטן וועיוו האט עס גאר שוואך געהאלפן. געדענק איך נאך ווי שאקירט איך בין געווען הערנדיג די ווערטער, נאך חדשים ווערן געשווענקט מיט מאסיווע פראפאגאנדע קעגן היידראקסיקלאראקווין האב איך פשוט געהערט ערשטהאנטיג פון איינער וואס האט עס פערזענליך פרובירט אויף פילע מענטשן און זאגט אז דאס האט געהאלפן און געראטעוועט לעבנס! איך בין באמת געווען אין שאק.

צוליב נארישע פאליטישע חשבונות האבן די לינקע - מיט זייער געוואלדיגע זארג אויף יעדע איינציגע מענטשליכע לעבן - בזדון דערשטיקט און אוועקגענומען א רפואה וואס האט פאקטיש געראטעוועט פילע לעבנס און וואלט ווען געקענט ראטעווען סאאאך מער.

און דאס איז באמת אויך די תירוץ אויף דיינע ווערטער אז "דאס אז א לינקע פאליטיקאנט איז א היפאקריט איז נישט קיין ארגומענט קעגן די לינקע פאליסי". וואס הגם די נקודה פאר זיך איז גראדע א גוטע נקודה, דארט ווי ס'קומט אריין. איז דאס איז אפשר ווען מ'רעדט פון בלויז עטליכע נידריגראנגיגע לינקע פאליטיקאנטן וואס האבן דאס געטון. דא רעדט מען אבער פון די העכסטע שישקעס און טאקע די זעלבע וואס זענען געשטאנען בראש פונעם אימפלעמענטירן די צודרייטע פאליסיס, אלעס בלויז כדי צו "ראטעווען מענטשליכע לעבנס", טאקע זיי, האבן סיי פארלעצט זייערע אייגענע רולס - וואס איז שוין גענוג צו פארשטיין וויפיל זיי האבן באמת געהאלטן דערפון. און סיי האבן זיי איינגעפירט פארשידענע פאליסיס וואס האבן דירעקט צוגעברענגט דאס טויט פון טויזנטער מענטשן, און בפועל ובזדון צוריקגעהאלטן וואונדערליכע רפואות וואס האבן געברענגט וואונדערליכע רעזולטאטן און האבן פאקטיש געראטעוועט לעבנס - בלויז צוליב פאליטיק. סאו טאלק טו מי אבאוט מערדער. די זאכן זענען פונקט גענוג צו פארשטיין אז די וואס האבן איינגעפירט די שטרענגע קאוויד פאליסיס - אנגעבליך צו ראטעווען לעבנס, אינטערעסירט זיי נישט צו שטארק דאס לעבן פון זייערע בירגער.
רבש"ע דו כאפסט טאקע נישט אז די אלע טעאריעס איבער "וואונדערליכע רפואות" וואס האט דיר אזוי שאקירט האלט שוין נאך איר פאטאלע קלאפ מיט די עכטע נומערן אינדרויסן???

נאכאמאל מיין גאנצע פוינט:

'למעשה' האט זיך ארויגעשטעלט אז מענטשן זענען 'נישט' געשטארבן ווייניגער דארט וואו מ'האט גענוצט די "וואונדערליכע רפואות".
'למעשה' האט זיך ארויגעשטעלט אז מענטשן זענען 'יא' געשטארבן ווייניגער דארט וואו מ'האט זיך וואקסינירט ווי צודרייט.

'למעשה' האט זיך ארויגעשטעלט אז מענטשן זענען 'יא' געשטארבן ווייניגער פון קאוויד דארט וואו מ'האט געמאכט שארפע לאקדאונ'ס.
'למעשה' האט זיך ארויגעשטעלט אז מענטשן זענען 'נישט' געשטארבן ווייניגער פון אווערדאזעס און סוסיידס דארט וואו מ'האט געלאזט אפן.

'למעשה' האט זיך ארויגעשטעלט אז מענטשן זענען 'יא' געשטארבן ווייניגער פון קאוויד דארט וואו מ'איז געאנגען מיט מאסקעס.
'למעשה' האט זיך ארויגעשטעלט אז מענטשן זענען 'נישט' געשטארבן פון סייד עפעקטס וואס מאסקעס האט געזאלט ברענגען.

'למעשה' האט זיך ארויגעשטעלט אז מענטשן זענען 'יא' געשטארבן ווייניגער אונטער די ניו יארקער שפיטעלער/נוירסינג האומ'ס פאליסיס.
'למעשה' האט זיך ארויגעשטעלט אז מענטשן זענען 'נישט' געשטארבן ווייניגער אין סטעיטס וואו די שפיטעלער האבן נישט געמארדעט.

איז וואיזוי פרעגסטו מיר אפ דורכ'ן איבערקייען אט די ארגומענטן וואס דו שרייסט שוין פאר די לעצטע 33 חדשים און איך האב דיר אקארשט אויפגעוויזן אז 'למעשה' איז שוין פעסטגעשטעלט אז זיי זענען הבלי הבלים?

דו כאפסט טאקע נישט אז ס'קומט נישט אריין זיך צו אייסערן וועגן "פאליסיס וואס האבן דירעקט צוגעברענגט דאס טויט פון טויזנטער מענטשן" ווען איך האב דיר אקארשט אויפגעוויזן אז זיי האבן נישט צוגעברענגט צו טויט נאר אדרבא?..
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

וואס ער זאגט אין איין ווארט, איז ווי פאלגענד:

אז די שרייסט אז די רויטע סטעיטס זענען "רוצחים" ווייל זיי האבן נישט געצווינגען - א שב ועל תעשה - אנציטוען מאסקעס אדער מאכן לאקדאנס.

זאגט ער אז די לינקע זענען "רוצחים" ווייל זיי האבן "בקום ועשה" גע'הרג'ט מענטשען מיט זייערע פאלעסיס אין די שפיטעלער און דורך בענד'ן רפואות וואס האבן עקטשאלי געראטעוועט מענטשן.

און אפי' ס'איז טאקע געשטארבן ווייניגער מענטשן פון אווער דאוז ווי פון קאוויד, איז דאס געווען א דירעקטע תוצאה פון די צודרייטע קאוויד פאלעסיס, ווערסוס די רויטע סטעיטס ווי מ'האט קיינעם נישט געצווינגען צו גיין אן א מאסקע אדער צו א קאוויד פארטי...

פארשטאנען?
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: רויט און טויט - וויאזוי רעכטס מארדעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

גרשון האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

(ס'קען זיין אז ס'קומט זיך אויך פאר אנדערע ניק('ס) גרינע, איך האב פשוט נישט די צייט און געדולד פאר די לאנגע מגילות, ווען ס'איז נישט נוגע אויף למעשה, און ממילא האב איך אויפגעהערט ליינען די לאנגע תגובות אינעם אשכול, און נאר ווען איך האב געזעהן א פרישע ניק, ובפרט אז ס'איז די ידען און טיפע דענקער @גרשון, האב איך געליינט זיין תגובה)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
וואס ער זאגט אין איין ווארט, איז ווי פאלגענד:

אז די שרייסט אז די רויטע סטעיטס זענען "רוצחים" ווייל זיי האבן נישט געצווינגען - א שב ועל תעשה - אנציטוען מאסקעס אדער מאכן לאקדאנס.

זאגט ער אז די לינקע זענען "רוצחים" ווייל זיי האבן "בקום ועשה" גע'הרג'ט מענטשען מיט זייערע פאלעסיס אין די שפיטעלער און דורך בענד'ן רפואות וואס האבן עקטשאלי געראטעוועט מענטשן.

און אפי' ס'איז טאקע געשטארבן ווייניגער מענטשן פון אווער דאוז ווי פון קאוויד, איז דאס געווען א דירעקטע תוצאה פון די צודרייטע קאוויד פאלעסיס, ווערסוס די רויטע סטעיטס ווי מ'האט קיינעם נישט געצווינגען צו גיין אן א מאסקע אדער צו א קאוויד פארטי...

פארשטאנען?
;l;p- אט אזוי!

קום מיר נישט יעצט פארדרייען א קאפ מיט דיין דאטא, די נושא דא איז וואס איז געווען די "כוונה" פון די וואס האבן איינגעפירט די פאליסיס, פארצייל איך דיר פון א היימישע איד - וואס איז ביי מיר באגלייבט מער ווי אלע דיינע דאטא - וואס האט עס עקטשועלי פרובירט אויף די אייגענע האנט, און זאגט אז ער האט געזען וואונדערליכע זאכן, דאס טייטש אז די לינקע וואס האבן דאס צוריקגעהאלטן זענען פשוט'ע רוצחים, קומסטו מיר זאגן אז וואס? אז די רעכטע וואס האבן נישט געמאכט קיין לאקדאונס וויבאלד דאס איז א אומרעכט קעגן די מענטשהייט - "אפילו" אויב דאס גייט קאסטן מער לעבנס, זענען ענדערש מערדער ווי די וואס האבן געשיקט נורסינג היים פאציענטן גראד צו זייער טויט. קארעקט?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

רעגענדיג האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:
וואס ער זאגט אין איין ווארט, איז ווי פאלגענד:

אז די שרייסט אז די רויטע סטעיטס זענען "רוצחים" ווייל זיי האבן נישט געצווינגען - א שב ועל תעשה - אנציטוען מאסקעס אדער מאכן לאקדאנס.

זאגט ער אז די לינקע זענען "רוצחים" ווייל זיי האבן "בקום ועשה" גע'הרג'ט מענטשען מיט זייערע פאלעסיס אין די שפיטעלער און דורך בענד'ן רפואות וואס האבן עקטשאלי געראטעוועט מענטשן.

און אפי' ס'איז טאקע געשטארבן ווייניגער מענטשן פון אווער דאוז ווי פון קאוויד, איז דאס געווען א דירעקטע תוצאה פון די צודרייטע קאוויד פאלעסיס, ווערסוס די רויטע סטעיטס ווי מ'האט קיינעם נישט געצווינגען צו גיין אן א מאסקע אדער צו א קאוויד פארטי...

פארשטאנען?
;l;p- אט אזוי!

קום מיר נישט יעצט פארדרייען א קאפ מיט דיין דאטא, די נושא דא איז וואס איז געווען די "כוונה" פון די וואס האבן איינגעפירט די פאליסיס, פארצייל איך דיר פון א היימישע איד - וואס איז ביי מיר באגלייבט מער ווי אלע דיינע דאטא - וואס האט עס עקטשועלי פרובירט אויף די אייגענע האנט, און זאגט אז ער האט געזען וואונדערליכע זאכן, דאס טייטש אז די לינקע וואס האבן דאס צוריקגעהאלטן זענען פשוט'ע רוצחים, קומסטו מיר זאגן אז וואס? אז די רעכטע וואס האבן נישט געמאכט קיין לאקדאונס וויבאלד דאס איז א אומרעכט קעגן די מענטשהייט - "אפילו" אויב דאס גייט קאסטן מער לעבנס, זענען ענדערש מערדער ווי די וואס האבן געשיקט נורסינג היים פאציענטן גראד צו זייער טויט. קארעקט?
פאר יור אינפאו, איך האב אויכעט גענומען היידראקסי.

הצלה אין ק"י האט געהאלטן אז עס העלפט און סיי האבן ארויס געהאלפן ווער עס האט עס געוואלט האבן, זאל עס קענען באקומען.
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

געהעריג פארדרייט די נושא דא, אריין אין וואקסין אשכול...
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

nodeJS האט געשריבן:
געהעריג פארדרייט די נושא דא, אריין אין וואקסין אשכול...
ווער רעדט דא פון וואקסינען? מען רעדט דא פון אמת'ע רפואות וואס האבן ארויסגעהאלפן הונדערטע מענטשן אין יענע צייט, און נישט עפעס וואס מען דארף האלטן אין איין געבן בוסטערס נאך בוסטערס, וכולי האי ואולי. און איך רעד שוין נישט פון די פאקט פון די אוסטראנאמישע אויפשטייג פון מיסקעריעדזשעס ביי די וואס האבן עס גענומען, אבער האט לגמרי נישט קיין שום צל ושמץ שייכות דערמיט.
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

עס באלאנגט אבער נאכאלץ נישט אין דעם אשכול (איך רעד בכלל נישט אריין אין עצם טענה'ריי)
Clever code does not necessarily create clever Software
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@גרשון, מאסקעס איז געשטיצט דורך מאסן הארטע דאטע, אלע מערב וועלט העלט דעפארטמענטס, פלאס קאמען וויסדאם פון טויזנטער יאר. און דער שאדן איז בסך הכל א ברעקל אומבאקוועמליכקייט. (פאר א גוי אנע גלעזער, להבדיל א איד מיט בארד און פיאות און גלעזער איז א קאמפלעט אנדערע מעשה, און דאס איז לפי עניית דעתי דער עיקר סיבה פארוואס אונזער עולם האסט מאסקעס.)

ביטע פארגלייך עס נישט מיט לאקדאונס, וואס אויך די מערסט ליבעראלע סטעיטס, האבן קיינמאל געהאט נאנט צו וואס הייסט ביי אייך א לאקדאון.

ממילא קומט קאנאדע בכלל נישט אריין אין דעם שמועס דא פון קאסט/בענעפיט רויטע/בלויע סטעיטס.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”