"ELON MACHT FREI"

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

"ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

א צענט האט נאכנישט געטוישט הענט אין די קאמפליצירטע סיכסוך צווישן טוויטער און אילאן מאָסק, און דער פריש דערקלערטער באלעבאס פון טוויטער, איינער פון די רייכסטע מענטשן אויף דער וועלט מיט נאנט צו הונדערט צען מיליאן נאכפאלגער אויף טוויטער, נעמט אויף מיט אפענע ארעמעס א פאפולערע שווארצער ארטיסט וואס איז געווארן אראפגעשטויסן פון אינסטעגרעם פארן פארשפרייטן אנטיסעמיטיזם אויפן פלאטפארמע.
IMG_20221009_013931.jpg
IMG_20221009_013931.jpg (149.86 KiB) געזען 3316 מאל
באמערק אז מאָסק רעאגירט צו א טוויט וואו וועסט טאדלט מארק צוקערבערג (דער אידישער ביליאנער וואס פירט אן מעטא/פעיסבוק צו וועלכע אינסטעגרעם געהערט) פארן אים אראפשטויסן פונעם פלאטפארמע. מאָסק ווייסט, אדער דארף וויסן, פארוואס אינסטעגרעם האט אים פארשיקט.

קאַניע וועסט איז א גאר באקאנטער שווארצער ארטיסט וואס איז לעצטנס אריינגעפאלן אין נידריגע גייסטישן מצב, נאכן זיך צעקריגן מיט נאנטע פאמיליע און פריינט און זיך אראפגעגליטשט אין א טיפע קאנספיראציאנאלע לאך.

נישט אריבער קיין פיר און צוואנציג שעה, און וועסט סטראשעט זיך ארויסצולאזן אויף אויפן יארכע קען "JEWISH PEOPLE" וועלכע האלטן אים פארשטימט. אבער זארגט ענק נישט, ער קען נישט זיין אנטיסעמיטיש, ווייל עכט זענען די שווארצע די עכטע, אריגינעלע אידן. עניוועי, פאר צו לאנג האבן "יו גאיס" זיך ארומגעשפילט מיט אים און אים אונטערדרוקט פארן זיך קעגנשטעלן זייער אגענדע. נאר קודם גייט ער זיך צולייגן פאר עטליכע שעה צו זיין אויסגעריהט אז ער זאל קענען טון די וויכטיגע ארבעט מיט א קלארע קאפ.
IMG_20221009_013938.jpg
IMG_20221009_013938.jpg (314.87 KiB) געזען 3316 מאל
ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און געלאזט פאלן א קליינע 'הינט' איבער די גרויסארטיגע געהיימניסן וואס ער פלאנט אויפצודעקן פארן וועלט.

הערשט לעצטע וואך איז קאַניע וועסט ערשינען אויפן טאָקער קארלסאָן שאו, די גרעסטע 'טאָלק שאו' אויף אמעריקאנער טעלעוויזיע, וואו ער האט באקומען די געלעגנהייט צו פארשפרייטן זיינע בויכווייען צו די מיליאנען צוהערער און געלאזט פאלן א קליינע פריוויו איבער זיינע אנטיסעמיטישע מיינונגען.

פונקט אין צייט פאר יום טוב הבעל"ט, איז יעצט "JEWISH PEOPLE" טרענדינג אויף טוויטער מיט מחנות פון נאציס און אנטיסעמיטן וואס נוצן אויס זייער בין הזמנים צו פארשפרייטן און פייערן די בעפארשטייענדע קולטור קריג וואס קאניע און זיינע וויסט רעכטע שטיצער האפן וועט זיך אפשפילן אין די אמעריקאנער פאליטישע וועלט אין די קומענדיגע פאר וואכן.
IMG_20221009_031210.jpg
IMG_20221009_031210.jpg (25.01 KiB) געזען 3316 מאל
טוויטער אין אלגעמיין איז צוריק צו די גוטע צייטן פון צירקע 2016, ווען נאצי טראלס און ווייסע סופרעמאסיסטן האבן פארפלייצט די סאציאלע מידיע פלאטפארמע און יעדע אידישע באנוצער האט רעגלמעסיג געהאט בילדער פון אויווענעס אין זיינע ריפלייס.

ס'איז צום האפן אז דער קלוגסטער ביליאנער טיפש אין אמעריקע וועט אויסנוצן זיינע כשרונות, טאלאנטן און ענדלאזע געלט צו פארוואנדלען טוויטער, די וויכטיגסטע פאליטישע און קולטורעלע מידיע פלאטפארמע אויף דער וועלט, אלס א נייע און בעסערע 4chan, 8chan, kiwi farms און דאס גלייכן וואו די נידריגסטע און פיינטליכסטע אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע עלעמענט וועט זיך שפירן באקוועם, וועלקאם גאר, אויסצודרוקן זיין ערשטע אמענדמענט רעכט צו פייניגן און דערקוטשען יעדע מינאריטעט און פארטרייבן די הונדערטער מיליאנען געווענליכע באנוצער וועלכע האבן נישט קיינמאל געהאט די געלעגנהייט צו פארזוכן די פרוכט פון די עץ הדעת.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום זונטאג אקטאבער 09, 2022 3:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

מאסק איז שוין אפעציעל בעה''ב?
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

שרעקעדיגע קעפל
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

בוקר האט געשריבן:
מאסק איז שוין אפעציעל בעה''ב?
ניין, אבער ער שפילט שוין סעמי-באלעבאס זינט אנהייב יאר למספרם ווען ער האט ערשט באקאנט געמאכט זיינע פלענער איבער טוויטער.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

מיין קאפ פארט אין רינגען
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

;l;p- ;l;p- די פאסט איז שוין אראפגענומען געווארן פארן וייאלעיטן טוויטער פאליסיס .ַ
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

טוויטער האט פארמעקט קאניע'ס טוויט פארן פארלעצן טוויטער רעגולאציעס.
Screenshot_20221009-031829.jpg
Screenshot_20221009-031829.jpg (76.67 KiB) געזען 3176 מאל
צום באדויערן, טוען די משטלתים על הציבור, די בריונים וואס שטייען יעצט צייטווייליגע אין שפיץ פון טוויטער נישט מיטטיילן די לעצטע אויסטייטש פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, לויטן די טעקסאנער און פלארידיאנער מפרשים און לעצטנס באשטעטיגט דורכן פינפטן קרייז געריכט אין לואיזיענע.


------
האקט
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

דער בחור האט געלאפן פאר פרעזידענט?
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

״שלמה הילדעסהיימער אין דירעקטן קאמפ מיט אילן מאסק״
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מאסק איז גראדע נישט קיין טיפש
ער האט נישט לאנג צוריק געזאגט ערגעץ א סטעיטמענט אז ער האלט אז קיין איינער אויף דער וועלט וואלט זיך געוואלט טוישן מיט אים
ליין א בייאגריפי פון אים און וועסט ליטערלי ברעכן פון געלט
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ווער זאגט אז ער האלט אז מען דארף נישט אראפ נעמען אזאנע טוויטס אז די אשכול קעפל באשולדיגט אים שוין אין נאציזאם, די ארגינעלע פאסט אויף אינסטעגרעם וואס מען האט אים געשיקט ליפטערן דערפאר ביז זיין וואנדער שטעקן האט זיך אנגעשטויסן איז נישט געווען אזוי גראב..
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

שמייכל אייביג!
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 13, 2022 7:41 pm
פארבינד זיך:

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל אייביג! »

ליבי ובשרי האט געשריבן:
דער בחור האט געלאפן פאר פרעזידענט?
יעפ קעגן טראמפ
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

בלייב געזונט האט געשריבן:
שרעקעדיגע קעפל
שלמה'ס תגובה איז נאכמער שרעקעדיג
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אבזערווירער האט געשריבן:
ווער זאגט אז ער האלט אז מען דארף נישט אראפ נעמען אזאנע טוויטס אז די אשכול קעפל באשולדיגט אים שוין אין נאציזאם, די ארגינעלע פאסט אויף אינסטעגרעם וואס מען האט אים געשיקט ליפטערן דערפאר ביז זיין וואנדער שטעקן האט זיך אנגעשטויסן איז נישט געווען אזוי גראב..
די קעפל טייטלט אויף זיין פארקרימטע, און שעדליכע, אויסטייטש פון פרייהייט פון ווארט און אויסדרוק, נישט אז מאָסק איז א נאצי.

אילאן קען זיין א טיפש און א "walking talking Dunning-Kruger syndrome" ווי איינער האט זיך אויסגעדרוקט לעצטנס. אבער ער איז נישט משוגע.

דאס פארמינערט נישט די שעדליכקייט פון זיין פאלשע אויסטייטש פון די ערשטע אמענדמענט. און מקבל פנים זיין א סעלעבריטי וואס איז באשטראפט געווארן פארן פארשפרייטן אנטיסעמיטיזם איז דירעקט אן אומרעכט.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
אבזערווירער האט געשריבן:
ווער זאגט אז ער האלט אז מען דארף נישט אראפ נעמען אזאנע טוויטס אז די אשכול קעפל באשולדיגט אים שוין אין נאציזאם, די ארגינעלע פאסט אויף אינסטעגרעם וואס מען האט אים געשיקט ליפטערן דערפאר ביז זיין וואנדער שטעקן האט זיך אנגעשטויסן איז נישט געווען אזוי גראב..
די קעפל טייטלט אויף זיין פארקרימטע, און שעדליכע, אויסטייטש פון פרייהייט פון ווארט און אויסדרוק, נישט אז מאָסק איז א נאצי.

אילאן קען זיין א טיפש און א "walking talking Dunning-Kruger syndrome" ווי איינער האט זיך אויסגעדרוקט לעצטנס. אבער ער איז נישט משוגע.

דאס פארמינערט נישט די שעדליכקייט פון זיין פאלשע אויסטייטש פון די ערשטע אמענדמענט. און מקבל פנים זיין א סעלעבריטי וואס איז באשטראפט געווארן פארן פארשפרייטן אנטיסעמיטיזם איז דירעקט אן אומרעכט.
קענסט האלטן (?) אז די ערשטע אמנדמענט לאזט נאציס רעדן זייערע מיינונגען פריי. אבער דאס באדייט נאכנישט אז די דארפסט זיי ענטפאנגן מיט אפענע ארעמעס און מיט זיי זיין אין גוטן
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

עס איז בכלל נישט געווען זיכער וואס זיין א.ג. אנטיסעמיטישע פאסט אויף אינסטעגרעם האט געמיינט(רובֿ ארטיקלען וואס איך האב נאך געזיכט האבן געשריבן אז זיי זענען נישט זיכער וואס עס דארף מיינען) ס"ה איז די ADL (וואס האט א לאנג היסטאריע פון זיך אפמאכן ווען צו שווייגן און ווען צו אויפטאנצען) גלייך ארויפגעשפרינגען דערויף און געזאגט אז עס איז זיכער אנטיסעמיטיש און מען האט אים אראפ געשטויסן ממילא איז פארשטענדליך פארוואס איינער זאל האלטן אז מען דארף אים נישט ווארפן דערפאר,
אבער פארשטייט זיך אז אזא טוויט ווי זייַן יעצטיגע באלאנגט נישט אויף די אינטערנעט.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

קיינער האט נישט קיין השגה פארוואס ער איז געפלויגן פון אינסטעגראם,אבער מאסק מעג אים נישט באגריסן. נו נו.

האקט ענליך
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

סתם אז מרעדט שוין איז אילן נישט קיין איזרעלי נאמען?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אגב טוויטער איז טאקע א פאערפול קאנטראל און סאיז נישט געזונט פאר די וועלט
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די עיקר איז אבער אז מ'האט זיך נוקם געווען אין דער אילאנ'ען און פארן וועלקאמען איינעם וואס האט שפעטער געמאכט אז Jewish people זאל טרענדען אויף טוויטער האט מען געמאכט אז "אילאן מאכט פריי" זאל טרענדען אויף איי וועלט אקטיווע אשכולות.
קלאטש קלאטש...
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

די געפאר פון האבן אן איינזאמער אספערגערס ווי אילן מאסק ביים רודער פון די פרייע וועלט איז א גרויסע.

די פאקט אז א גאר קוריאזער מאן וואס האט ערנסטע שוועריקייטן אין געזעלשאפטליכע סקיללס און זיין טראכטן גאנג איז גענצליך נישט אין ליניע מיט געזעלשאפטליכע נארמעס (נישט ווייל ער איז שלעכט, נאר ווייל ער פארשטייט עס נישט) האט די קאנטראל פון אמעריקאנע מוחות צווישן זיינע פינגער איז שרעקעדיג.

רעדע פרייהייט איז א רעכט אבער נישט ווען עס שטעלט אין געפאר די רעדע פרייהייט פון אנדערע, דאן איז עס שוין נישט פרייהייט נאר באצווינגנדע מאכט וועלכע איז א סכנה.

מאסק׳ס רעדע פרייהייט רעכטן איז ארויס פון יעדן פראפארץ און האט פארלוירן דעם באלאנץ. סיי אנבאלאנגט זיין וויזיע פאר שלום אין אוקריינע און סיי מיט דעם באשלוס צו ווילקאמען א וויסטער אנטיסעמיט אויף טוויטער.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

און די אלע וואס האבן געשימפט קעגן די מאסיווע צענזור מאשין פון טוויטער בשעתו פון טראמפ (ובכן אזכיר את חטאתי אז אויך איך בין דעמאלטס געווען פארכאפט אינעם כישוף פון טראמפ אבער כ׳האב זיך ב״ה אויסקורירט דערפון) און האבן גערופן פאר רעדע פרייהייט רעכטן זאלן וויסן אז די זעלבע מאכט נוצט מאסק
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קאני וועסט איז א לעגאלער משוגענער וועלכער פארוויילט יעדע פאר חדשים אין משוגעים הויז, ער האט אפיציעל די בייפאולער דיאגנאוז און ער איז א געלעכטער אין גאנץ אמעריקע.

הה”ד א שטורעם אין א גלעזל וואסער
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

שרעק אנווארפענדע סטראשעס טוישט נישט מיין מיינונג אויף סענסערשיפ און דיקטאטוריזם.

פאניק און שרעק איז די פלעי בוק פון די ליבעראלן, און סארי, כפאל נישט פאר דעם.

די ציל פון די דאזיגע אשכול אויב ווילסט עס רופן ביים נאמען איז צו אדוואקאטירן פאר, סענסערשיפ.
זוכט מען אן אויפשטורעמענדע קעפל.. אבער חלילה נוצן די דאזיגע שפראך קעגן ליבעראלע פאליסיס וואס האט נאך א מיליאן מאל א גרעסערע אפעקט אויף אונז ווי דער קראנקער קאני וועסט.. געוואלד וועסט דאך פאראורטיילט ווערן אלץ א ראדיקאל..
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

דו שרייבסט אויף א וועבזייטל מיט שטרענגע צענזור. עס ארבעט נישט אן דעם (חוץ אויב 4chan אד"ג איז וואס דו זוכסט).
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”