"ELON MACHT FREI"

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Capture.JPG
Capture.JPG (35.15 KiB) געזען 2437 מאל
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

ער זעט אויך איין,
ב”ה מען דערלעבט!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

ביטע טוישן קעפל צו "אינטערעסאנטע קאצן שפרינג (ELON MACHT FREI)"
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פעיק ניוז האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ווי קומט דא אריין פרידאם אף ספיטש, און ווי קומט דא אריין צענזור?

סיי די וועלקאם מעסעדזש פון מאסק און סיי די טאקער קארלסאן אינטערוויו זענען געמאכט און געשיקט געווארן איידער די אנטיסעמיטישע טוויט איז געשיקט געווארן. אלזא וואס ווילסטו פון זייער לעבן האבן?
סיי ווייל די נייע פשט אין די ערשטע אמענדמענט האלט אז טוויטער זאל און דארף לאזן קאניע (און די מיליאנען אנדערע אנטיסעמיטן און ראסיסטן) פריי אויפן פלאטפארמע.
נייע פשט אין דעם ערשטן אמענדמענט? די ערשטע אמענדמענט האט פון אלעמאל באשיצט העיט ספיטש. ווער האט זיך אמאל געדונגען דערמיט אפילו?
ווער נישט? טוויטער, פעיסבוק וכדומה, און אייוועלט. די ערשטע אמענדמענט געט מיר נישט קיין רעכט ארויפצושטעלן נישט אויסגעהאלטע מיינונגען אויף אייוועלט. און די ערשטע אמענדמענט געט נישט פאר קיינעם קיין רעכט צו העצן און רודפ'ן מינאריטעטן.
וואס האט פעיסבוק, טוויטער און אייוועלט'ס תקנות מיט'ן ערשטן אמענדמענט איינגעשטויסן? די ערשטע אמענדמענט געבט רעכט פאר העיט ספיטש, פאקט. דאס מיינט אבער נישט אז אינדיווידואלן מעגן נישט מאכן קיין אייגענע רעגולאציעס אויף פראפערטי וועלכע געהערט צו זיי.

Well, טעקסאס און פלארידע געזעץ זאגן אנדערש, און דאס איז באשטעטיגט געווארן דורכן פינפטן קרייז געריכט, ווי געברענגט אויבן. און דאס איז פון וואס איך רעד. א נייע פשט אין די ערשטע אמענדמענט אז סאציאלע מידיע פלאטפארמעס און אנליין פארומס האבן נישט קיין לעגאלע רעכט צו פארמעקן פאוסטס וואס זענען אין קעגנזאץ צו זייערע רעגולאציעס אדער אז עס איז אומעטיש פאר די פלאטפארמעס איינצושטעלן רעגולאציעס וואס זיי האלטן וועט געבן די מעגליכקייט פאר די גרעסטע אויסוואל באנוצער זיך צו באנוצן און זיך שפירן באקוועם אויף זייערע פלאטפארמעס.
מאסק איז אויך א פרייהייט פון אויסדרוק עקסטרעמיסט און די ראסיסטישע און אנטיסעמיטישע עלעמענט וואס טוויטער האט פארטריבן דורכאויס די יארן האט אנגעהויבן צוריקצוקריכן צום פלאטפארמע נאכן מעלדונג פון די מאסק-טוויטער געשעפט. און דאס איז נאך איידער מאסק האט פאקטיש איבערגענומען אייגנטומערשאפט און איינגעשטעלט זיין laissez-faire צוגאנג.

'אנטיסעמיטן' האבן אלעמאל געהאט א פלאץ אויף טוויטער, 'אנטיסעמיטיזם' נישט.
ריכטיג. ווילאנג דו רוהסט איין ביזטו פריי צו פארברענגען אויפן פלאטפארמע. עס ארבעט אויף א באזיס פון 'באשר הוא שם.' ופשוט.
דאס איז נישט קיין ארגומענט אהער אדער אהין אין אונזער שמועס.
זיכער איז עס. מיין פוינט איז, אז דו האסט זעראו פרוף אז אילאן מאסק פלאנט צו לאזן 'אנטיסעמטיזם' ווערן פארשפרייט אויף טוויטער.

דאס אז אנטיסעמיטן קענען פארברענגען אויף טוויטער זאגט נישט גארנישט איבער די פלאטפארמע'ס טאלעראנץ פון אנטיסעמיטיזם און ראסיזם. אבער דאס א אילאן האט אין פובליק שיין אויפגענומען קאניע נאכן ווערן אראפגעשטויסן פון אינסטעגרעם פארן פאוסטן אנטיסעמיטישע מעסידזשעס, וואס איז געקומען נאכדעם וואס ער איז ערשינען אויפן פאפולערסטע טעלעוויזיע טאוק שאו פראגראם אין אמעריקע וואו ער האט באקומען די מעגליכקייט צו פארשפרייטן א קליינע פריוויו פון זיינע אנטיסעמיטישע קאנספיראציעס, זאגט אסאך איבער מאסק'ס פלענער איבער content moderation אויף טוויטער אונטער זיין פירערשאפט.

און סיי ווייל קאניע'ס אנטיסעמיטיזם איז נישט ניי,
קום אריין מיט דאטא.
דא

אקעי, דאס איז נאך אזא עבירה ווי אבאמא'ס בילדער מיט פאראקאן.

עס קומט נישט ממש אריין דא, ווייל איינס וואלט נישט בארעכטיגט די צווייטע, אבער אבאמא האט נישט געצעגערט ביים פארדאמען פאראקאן אלס אנטיסעמיט און דירעקט אפגעווארפן זיין אינדארסירונג אין 2008. די בילד איז געווען פון 2005, ווען אבאמא אלס פרישער סענאטאר פון אילינוי, האט זיך באטייליגט ביי א קאנגרעסיאנאלע בלעק קאוקוס אין שיקאגאו וואו פאראקאן, וואס וואוינט אין די סיטי, האט אויך אנטייל גענומען.

אה, דאס איז גאר אלט, מוז בכלל נישט זיין אז איינער געדענקט נאך דערוועגן.
ס'איז שווער צו זוכן אלטע זאכן ווייל די נייעס דאמינירט די רעזולטאטן. אבער די ערשטע צייכענעס זענען איבער צען יאר אלט. פארשטייט זיך אז ער נישט געווען אזוי אפן ווי יעצט, ווען ער באשולדיגט "זיי" אין אים צווינגען צו האלטן פארמאכט זיין מויל.
נישט קיין פראבלעם, אבער מאסק'ס וועלקאם איז געטוויט געווארן איידער דעם.
נאר איז יעצט ארויסגעקומען מער אפן, אריינגערעכנט אינעם טאקער אינטערוויו זעלבסט.
וואס האט ער געזאגט דארט אנטיסעמיטיש.
Screenshot_20221009-114238.jpg
Screenshot_20221009-115318.jpg
Screenshot_20221009-115013.jpg
קאם אן.

בקיצור, קאניע וועסט האט געטוויט עפעס אנטיסעמיטיש און דערפאר זענען מאסק און קארלסאן, וועלכע האבן אמאל גערעדט מיט אים, אין דעם זעלבן זעקל, אזש ELON MACHT FREI גאר.
נישט פונקטליך.
קאניע, וואס האט א היסטאריע פון אנטיסעמיטיש מיינונגען און נויגונגען, איז ערשינען אויף טאקער וואו ער האט געגעבן אנצוהערן איבער עטליכע אנטיסעמיטישע קאנספיראציעס וואס וועבן זיך ביי אים אין קאפ. א טאג צוויי דערויף איז ער ארויף אויף אינסטעגרעם און ארויסגעלייגט פריוואטע מעסידזשעס וואו ער נוצט דירעקט אנטיסעמיטישע טערמינען אפצוענטפערן א צווייטער שווארצער סעלעבריטי וואס האט פראבירט אים איבערצוצייגן איינצורוען און האלטן זיינע אנטיסעמיטישע בויכוויי אין געהיים.
אויף דעם ארויף האט אים אינסטעגרעם אפגעשפארט/באגרעניצט זיין אקאונט נאכן פארמעקן די פאוסט.
נאכדעם איז קאניע ארויף אויף טוויטער צו טאדלען דער (אידישער) אנפירער פון אינסטעגרעם פארן אים אויסשפארן און אויף דעם פאוסט איז געקומען די מאסק טוויט וואו ער האט אים שיין מקבל פנים געווען.

דאס צייגט אז מאָסק האט א בלינד-פונקט (בליינדספאט) פאר, אדער א זייער ברייטהארציגע און טאלערירנדע צוגאנג צו, אנטיסעמיטיזם.

מען רעדט נישט דא פון אבי ווער, נאר א זייער פאפולערן שווארצע סעלעבריטי און איינער פון די רייכסטע און פילייכט פאפולערסטע ביליאנער אויף דער וועלט וואס זאגט אז ער פלאנט אפצוקויפן טוויטער און איינשטעלן לויזע content moderation אויפן פלאטפארמע.
פעיק ניוז האט געשריבן:
Capture.JPG
ס'איז נישט זייער reassuring אז דער האט גענומען צוויי טעג נאך די קאנטראווערסיע האט אויפגעריסן אין זיין פנים אויפצוקומען מיט א פארעווע און טאמעוואטע סטעיטמענט אז 'קאניע גייט שוין זיין א וואוילע אינגעלע און וועט נאמאר פלאטשקענען אין טוילעט,' נאכן קומען אונטער שטארקע דרוק פון אלע זייטן.
א מיליאן נאציס קענען פאוסטן א מיליאן אויווענעס אויף טוויטער אין צוויי טעג. די סארט צענזור גייט פשוט נישט קלעקן.
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

האבעך מעך דערשראקען זעהענדיג די שרעקעדיגע קעפל....

אבער נאכן זעהן די שרייבער האבעך אלעס פארשטאנען....

שמעו נא רבותי.

דער מאסק'אוויטש איז לכאורה פון די איינציגסטע ביליאנערן ביים שפיץ, וואס גלאבאלע אנווארעמונג, און הינגער אין אפריקע זענען נישט פון זיינע שטארקע פאיאריטעיטן, און 'פרידאם אוף ספיטש' איז דייקא יא, דערפאר האסן איהם די לינקע געפערליך.

נישט אז זיינע 'ווילדע טוויטער אויסברוכן' (דער אויסדרוק דערמאנט ענק פון איינעם?) ברענגט איהם גרויס כבוד, אבער אז איהר גלייכט נישט וואס ער האט צו זאגען איז דא א ספעציעלע קנעפל דערפאר... ס'הייסט Unfollow....

ווען ערעב אילאן זאל זיין געזינט האט געמאלדן אז ער וויל אפשר אפקויפן טוויטער, זענען די לינקע געווארן דערשראקען מיט א שרעקעניש.... 'וויי געוואלד! אפשר וועט אינזער ליבלינג פלאטפארמע ווערן מער רעכט גענויגט, און אנשטאט אראפווארפן רעכט גענויגטע מויל-מאכער וועלן זיי אפשר גאר פארשליסן די אקאונט פון דער מאסן מערדער אייטאלא כומעיני וואס שחט זיינע אינטערטאנען אין איראן און ער קען נאך ''איצטער'' שרייבן אויף דער 'בעסט צענזערירטע פלאטפארמע' כל מה שלבו חפץ....' 'דאס טאר מען חלילה נישט צולאזן!'
שוין, העמיר בעל כרחינו ארויסנעמען אינזערע טאקטיקען וואס מיר האבן געלערנט ביים טאטען אליין אזוי ווי ביי אינז איז שיין.... און פארשמירען דעם חברה'מאן'ס נאמען.

סעניואר מאסק גיסט אויל צום פייער מיט זיינע 'שלום בויך-תורעס' וכו' וכו', און די לינקע פאמאסקעווען זיך דערמיט ווי דער בחור מוצאי יום כיפור מיטן ראגעלע....

לאשכולינו, דער 'שלום עליכם טוויט' איז געשיקט געווארן נאך פאר די ווילדע אויסברוך פון מיסטער קאניע וועסט.
וואס? ס'נישט געשטאנען אין די ערשטע תגובה פון דעם אשכול?? אה... פעלט נישט אויס... דאס איז נאר א 'מינדערוויכטיגע דעטאל'. דער עיקר איז, אז אילאן מאסק אין אן אנטעסעמיט.

ודי.
דזשאסט Zיי פריילעך!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אז דו ווילסט מיר אטאקירן פערזענליך, איז דאס מינדסטע וואס דו קענסט טון איז ליינען וואס איך שרייב, ווייניגסטנס מיין ערשטע תגובה, אנשטאט אויפמאכן פאלשע באשולדיגונגען וואס איך האב נישט געשריבן.

(אגב, די ווערטער "ווילדע" און "אויסברוך" אדער "אויסברוכן" זענען דערמאנט געווארן צוויי מאל אין דעם אשכול. איינמאל אין די דאזיגע תגובה און איינמאל אין די תגובה פאר מיינס.)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

ווייס איך נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען, אייאטאלא אלי כומעיני און וולאדימיר פוטין צוזאמען מיט אלע דיקטאטורן און טעראריסטן איבער די וועלט זיצן אויף טוויטער און שיקן באקוועם ארויס זייערע טעראריסטישע און אנטיסעמיטישע מעסעדזשעס אונטער די היינטיגע "שטרענג צענזורירנדע" טוויטער אייגנטום.

אבער די פראבלעם ווערט נאר ווען יענער איז א רעכטער אדער א טראמפ אנהענגער.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רעגענדיג האט געשריבן:

קיינער פון די אלע רוצחים וועם דו רעכנסט אויס, שרייבן נישט זייערע צודרייטע אנשויאונגען אויף טוויטער, ווייל זיי וואלטן געפלויגן אויפן פלאץ. אדרבה, ברענג איין טוויט צי בעקן דיינע רייד.

משאכ די רעכטע און טראמפ אנהענגער, ווילן נישט פארשטיין אז אייוועלט האט אלע רעכטן צו האבן תקנות.

פרי ספיעטש, קומט לגמרי נישט אריין באמת אין דעם שמועס.

(פון רוסן טאלערירט מען יא עטוואס מער אויף טוויטער ווי מען וואלט געדארפט, יתכן טאקע אז ווייל זיי זענען רעכטע און טראמפ שטיצער. גלען גרינוואלד מיט טאקער זאלן נאר נישט מוחה זיין.)
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

ס'איז מיר אינטערעסאנט דער כסדר'דיגע צושטעל פון אייוועלט צו טוויטער...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

צל עובר האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
ווייס איך נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען, אייאטאלא אלי כומעיני און וולאדימיר פוטין צוזאמען מיט אלע דיקטאטורן און טעראריסטן איבער די וועלט זיצן אויף טוויטער און שיקן באקוועם ארויס זייערע טעראריסטישע און אנטיסעמיטישע מעסעדזשעס אונטער די היינטיגע "שטרענג צענזורירנדע" טוויטער אייגנטום.

אבער די פראבלעם ווערט נאר ווען יענער איז א רעכטער אדער א טראמפ אנהענגער.
קיינער פון די אלע רוצחים וועם דו רעכנסט אויס, שרייבן נישט זייערע צודרייטע אנשויאונגען אויף טוויטער, ווייל זיי וואלטן געפלויגן אויפן פלאץ. אדרבה, ברענג איין טוויט צי בעקן דיינע רייד.

משאכ די רעכטע און טראמפ אנהענגער, ווילן נישט פארשטיין אז אייוועלט האט אלע רעכטן צו האבן תקנות.

פרי ספיעטש, קומט לגמרי נישט אריין באמת אין דעם שמועס.

(פון רוסן טאלערירט מען יא עטוואס מער אויף טוויטער ווי מען וואלט געדארפט, יתכן טאקע אז ווייל זיי זענען רעכטע און טראמפ שטיצער. גלען גרינוואלד מיט טאקער זאלן נאר נישט מוחה זיין.)
אינטערעסאנט אז ווען מאסק האט אפגעקויפט טוויטער האט מען נישט געהערט פון די לינקע די געוואלדיגע טענה "ס'דאך א פרייוועט קאמפעני" אדער ווי אנדערע וואלטן געזאגט פינקט ווי ביי אייוועלט פארשטייסטו...
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז נישט קיין סתירה אז עס טוט וויי אז מאסק וועט פירן די שטערקסטע פלאטפארמע לפי שיטתו, ווי אז ער און די יעצטיגע בעלי בתים זענען בארעכטיגט דאס צו טאן.

------
איל משולש האט געשריבן:
ס'איז מיר אינטערעסאנט דער כסדר'דיגע צושטעל פון אייוועלט צו טוויטער...
מיר שרייבן אויף אייוועלט, און מיר שרייבן איבער טוויטער, ממילא נוצט מען כסדר דעם אבוויעס משל.
אוועטאר
שומר ישראל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 3:30 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומר ישראל »

איל משולש האט געשריבן:
ס'איז מיר אינטערעסאנט דער כסדר'דיגע צושטעל פון אייוועלט צו טוויטער...
און מיר געפעלט @צל'ס אינטערעסאנטער צושטעל פון כומעני'ס און פוטין'ס אנשויאונגען און רעכטטע אנשויאונגען.

אזוי גייט עס, די "קענסל באקס" האט אסאך פלאץ.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

ווערט באריכטעט אז טוויטער האט געלאקט די אקאונט פון קאניע וועסט, און אז ער גייט יעצט פראבירן צו אפקויפן די "פארלער פלאטפארמע"
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קאניע וועסט אנטשולדיגט זיך פאר די וועלכע זענען געווארן וויי געטון דורך זיינע אנטיסעמיטישע קאמענטארן אבער האבן נישט געהאט קיין שייכות צו די וועלכע האבן אים געטשעפעט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זייט ווען?
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2022 7:38 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייט ווען? »

אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

Adidas א וועלט בארימטע אינטערנאציאנאלע קליידונג קאמפאני האט אפגעהאקט זייער א ביזנעס קאנטראקט מיט וועסט צוליב זיינע אנטיסעמיטישע באמערקונגען,
וועסט האט געהאט א ברענד פון אנגעטואכטס וואס ער האט פראדוצירט צוזאמען מיט זיי, און יעצט האבן זיי נאך גרויס פרעשור אפגעהאקט מיט אים.
אוועטאר
שומר ישראל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 3:30 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומר ישראל »

איז וועסט א רעכטער אדער א לינקער?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

שומר ישראל האט געשריבן:
איז וועסט א רעכטער אדער א לינקער?
רעכטער
אטעטשמענטס
IMG-20221025-WA0029.jpg
IMG-20221025-WA0029.jpg (76.93 KiB) געזען 1282 מאל
#בשיטה נישט
אוועטאר
שומר ישראל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 3:30 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומר ישראל »

נו שוין האט געשריבן:
שומר ישראל האט געשריבן:
איז וועסט א רעכטער אדער א לינקער?
רעכטער
אהא...
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פעיק ניוז האט געשריבן:
קאניע וועסט אנטשולדיגט זיך פאר די וועלכע זענען געווארן וויי געטון דורך זיינע אנטיסעמיטישע קאמענטארן אבער האבן נישט געהאט קיין שייכות צו די וועלכע האבן אים געטשעפעט.
ער טענה׳ט אז ס׳איז געקומען צוליב קנאה..
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

רעגענדיג האט געשריבן:
ברעיקינג: קאניע וועסט'ס טוויטער אקאונט צוריק אפן.
-----

אפדעיט: ס'איז געווען א טעות פון א רעפארטער.
לעצט פארראכטן דורך רעגנדיג אום פרייטאג אקטאבער 28, 2022 2:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

עס האט נישט אויסגעזען פארשפארט נעכטן בייטאג אויך נישט
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

דאס איז געווארן אויפגעשפילט אויפן סטאדיום און עטליכע אנדערע גרויסע געביידעס אין דזשעקסאנוויל, פלארידע, היינט נאכט דורכאויס א גרויסע ספארטס פארמעסט אין די שטאט.
IMG_20221030_013106.jpg
IMG_20221030_013106.jpg (43.78 KiB) געזען 881 מאל
IMG_20221030_013124.jpg
IMG_20221030_013124.jpg (44.12 KiB) געזען 881 מאל
IMG_20221030_013138.jpg
IMG_20221030_013138.jpg (43.65 KiB) געזען 881 מאל
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פארשטייט זיך אז דאס טוען די נעא נאצי'ס, מען שיינט מיט א פראזשעקטאר אויף א בילדינג וואס מען וויל.

אין אנדערע נייעס איז היינט באריכטעט געווארן אז נאכן פארלירן רוב פון זיין געלט איז קאניע ענדליך ארויסגעקומען מיט א אנטשולדיגונג צו אידן

צ.ק., דער גרויסער "פרייהייט קעמפער" מאסק האט בעיסיקלי געמאכט א 180, ער איז שוין מסכים (זארגנדיג די אינוועסטירער זאלן נישט "קאניע'ן" טוויטער) אז מען קען נישט צולאזן קיין הפקירות אויף די פלאטפארמע, יעצט זינגט ער וועגן אויפנעמען א אומפארטייאישע קאמיסיע צו מאכן די החלטות וועגן פארשפארן אקאונטס און צענזור. "גארנישט טוישט זיך נישט ביז די קאמיסיע וועט זיך צוזאמען זעצן". בלייבט נאר איבער צו זעהן ווי לאנג דאס גייט נעמען
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
שומר ישראל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 3:30 am

Re: "ELON MACHT FREI"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומר ישראל »

זיי מיינען צו זאגן אז וועסט איז רייט אבאוט דע דזשוס - אז זיי זענען טאקע נישט קיין קרימינאלן און פירן זיך זייער מענטשליך און מיט דיגניטי און פירן א העכערע מאראלישע און פאמיליע לעבן, און אונז זעמיר זיי אלע מקנא צוליב דעם...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”