פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

צוריק צו רעאליטעט איז זייער לאכעדיג פאר איינעם וואס האלט מיט די נייעס אפילו נאר אביסעלע, צו באשולדיגן די "דעמאקראטן" גאר, אוו אלל פיפל, אין אריין לייגן ארבעט צו פארזיכערן זייער מאכט...

ווען מען רעדט פון די דעמאקראטן ספעציפיש און וואס זיי האבן געטון צו טארגעטן טראמפ, מיינט מען דאך בעיקר די אימפיטשמענט'ס און אנדערע קאנגרעסיאנאלע שריט, ברויך מען בלויז צוריק קוקן וויאזוי די רעפובליקאנער האבן געצאפט דאס בלוט פון די קלינטאן'ס אויף א פיל ערגערן פארנעם, און פרובירט צו זוכן מיט ליכט עפעס שמוץ אויף אבאמא.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פארוואס מ'טארגעט אים אזוי שטארק?
קען זיין אפאר סיבות,

אולי אפשר איז מעגליך פשוט צוליב דעם וואס אויף טראמפ איז דא די מערסטע שמוץ צו טארגעטן, אבער ח"ו, כ'צוע צוריק.. קען נישט זיין...

ווי אויך קען זיין ווייל ער האט אסאך פערזענליכע שונאים, וואס ער האט זיך פיין דיזערווט.

-----------------------------

@מי חכם, גוט געזאגט.
דיע גאנצע נעראטיוו איז באשאפן געווארן 2016, צו שטופן די טראמפ וואגאן, נישט נעמענדיג אין באטראכט בכלל די מציאות פון די יארן פריער.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
איצעלע
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2022 11:30 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצעלע »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
unit 13 האט געשריבן:
מיין עפיניען.

די לינקע טארגעטן טראמפ ווייל זיי זען אז ער איז זייער שטערקסטע קעגנער...

''וועגן דעם'' באקימט טראמפ נאך וואוט נעקסט מאל פון מיר!
כ'האב עס שוין געשריבן ערגעץ, אז לדעתי איז פונקט פארקערט.

אויב טראמפ לויפט האט ביידן א גרעסערע שאנס צו געווינען ווי קעגן עני אנדערע מעינסטרים רעפובליקען, ווי קרוז, דעסענטיס און אפילו פענס?. קיין איין רעפובליקען האט נישט אזויפיל שונאים אין זיין אייגענע פארטיי און צווישן אינדעפענדענטס ווי טראמפ.

אויב אזוי פארוואס טארגעט מען פונקט אים? אפשר ווייל זיי ווילן טאקע דאס אז ער זאל לויפן, אזוי וועט ביידן האבן א גרעסערע שאנס צו געווינען....
קענטס ליינען וואס ס'שטייט דא?
1660872155765.jpg
1660872155765.jpg (64.47 KiB) געזען 1408 מאל
מיין פייעס האלט זיך נישט, איינער האט אפשר אביסל פיש זאפט?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איצעלע האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
unit 13 האט געשריבן:
מיין עפיניען.

די לינקע טארגעטן טראמפ ווייל זיי זען אז ער איז זייער שטערקסטע קעגנער...

''וועגן דעם'' באקימט טראמפ נאך וואוט נעקסט מאל פון מיר!
כ'האב עס שוין געשריבן ערגעץ, אז לדעתי איז פונקט פארקערט.

אויב טראמפ לויפט האט ביידן א גרעסערע שאנס צו געווינען ווי קעגן עני אנדערע מעינסטרים רעפובליקען, ווי קרוז, דעסענטיס און אפילו פענס. קיין איין רעפובליקען האט נישט אזויפיל שונאים אין זיין אייגענע פארטיי און צווישן אינדעפענדענטס ווי טראמפ.

אויב אזוי פארוואס טארגעט מען פונקט אים? אפשר ווייל זיי ווילן טאקע דאס אז ער זאל לויפן, אזוי וועט ביידן האבן א גרעסערע שאנס צו געווינען....
קענטס ליינען וואס ס'שטייט דא?
1660872155765.jpg
דאס מיינט אז טראמפ גייט באקומען מער שטימען ווי דעסענטעס אדער קרוז? דאס מיינט אז 83 פראצענט אמעריקע גייט שטימען פאר טראמפ? איך כאפ נישט וואס דא שטייט בכלל.

מיך האט די FBI רעיד אויך געמאכט שטימען קעגן די דעמאקראטן, אבער נישט פאר טראמפ...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
איצעלע
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2022 11:30 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצעלע »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
איצעלע האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
unit 13 האט געשריבן:
מיין עפיניען.

די לינקע טארגעטן טראמפ ווייל זיי זען אז ער איז זייער שטערקסטע קעגנער...

''וועגן דעם'' באקימט טראמפ נאך וואוט נעקסט מאל פון מיר!
כ'האב עס שוין געשריבן ערגעץ, אז לדעתי איז פונקט פארקערט.

אויב טראמפ לויפט האט ביידן א גרעסערע שאנס צו געווינען ווי קעגן עני אנדערע מעינסטרים רעפובליקען, ווי קרוז, דעסענטיס און אפילו פענס. קיין איין רעפובליקען האט נישט אזויפיל שונאים אין זיין אייגענע פארטיי און צווישן אינדעפענדענטס ווי טראמפ.

אויב אזוי פארוואס טארגעט מען פונקט אים? אפשר ווייל זיי ווילן טאקע דאס אז ער זאל לויפן, אזוי וועט ביידן האבן א גרעסערע שאנס צו געווינען....
קענטס ליינען וואס ס'שטייט דא?
1660872155765.jpg
דאס מיינט אז טראמפ גייט באקומען מער שטימען ווי דעסענטעס אדער קרוז? דאס מיינט אז 83 פראצענט אמעריקע גייט שטימען פאר טראמפ? איך כאפ נישט וואס דא שטייט בכלל.

מיך האט די FBI רעיד אויך געמאכט שטימען קעגן די דעמאקראטן, אבער נישט פאר טראמפ...
זיינע פאל'ס צו געווינען אין די רעפובליקנער פארטיי איז העכער אלע אנדערע, ס'ווערט נאר העכער
מיין פייעס האלט זיך נישט, איינער האט אפשר אביסל פיש זאפט?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איצעלע האט געשריבן:

זיינע פאל'ס צו געווינען אין די רעפובליקנער פארטיי איז העכער אלע אנדערע, ס'ווערט נאר העכער
נאכאלץ נישט קיין סתירה צו וואס איך האב געזאגט, אז אויב א צווייטער איז דער רעפובליקאנער נאמעני האט ער מער אויסזיכטן צו ווערן פרעזידענט.

די אלע וואס שטיצן טראמפ גייען אויך שטיצען סיי וועלכער רעפובליקאנער אויב יענער וועט למעשה לויפן קעגן ביידן, אבער פארקערט נישט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

אה''ו האט געשריבן:
למשל וועלכע קלאפ האבן די דעמאקראטן געכאפט אין טראמפס פיר יאר אזש אז א אכט יאריגע פרעזידענטשאפט וואלט געווען פאטאל?
טוצעך דעבאטעס אינגרויסן, קען מיר ביטע איינער לייגן די גרונדשטיינער אז איך זאל אויך האבן וואס אריינצורעדן? ווייל אדערווייז זעה איך נישט וואס די דעמאקראטן האבן אדער גייען עפעס פארלוירן/פארלירן פון א טראמפ פרעזידענטשאפט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אה''ו האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
למשל וועלכע קלאפ האבן די דעמאקראטן געכאפט אין טראמפס פיר יאר אזש אז א אכט יאריגע פרעזידענטשאפט וואלט געווען פאטאל?
טוצעך דעבאטעס אינגרויסן, קען מיר ביטע איינער לייגן די גרונדשטיינער אז איך זאל אויך האבן וואס אריינצורעדן? ווייל אדערווייז זעה איך נישט וואס די דעמאקראטן האבן אדער גייען עפעס פארלוירן/פארלירן פון א טראמפ פרעזידענטשאפט.
מענטשן פארגעסן אינגאנצן אז נאך 2018 האבן א שיינע פאר דעמאקראטישע עלעקשן מבינים זיך מייאש געווען פון דעם סענאט אויף אייביג..

נאך 2012 האבן אסאך דעמאקראטישע מבינים זיך מייאש געווען פון דעם הויז.

יעצט האט זײ טראמפ געגעבן די טרייפעקטע..

טייל פארמעסטן קומט אים ווייניגער קרעדיט פארן דעליווערן, אנדערע מער, צום ביישפיל אריזאנע, און אנדערע נאך מער, צום ביישפיל בײדע זיצן אין דזשארדזשיע... (שטייצעך אז טראמפ האט אויך צוגענומען סטעיטס פון די דעמאקראטן, אבער סענאטארן האט ער צוגענומען פון זיי נאר איינס אין א סווינג סטעיט, פלארידע.)

------

שטייצעך אז די גאנצע הנחה פון דעם קעפל ברויך פרוף, אלע פרעזידענטן מקלינטאן ואילך זענען געווען געפיינינגט דורך די אפאזיציע, נאך וואס ניוט גינגריטש האט איינגעפירט דעם מנהג. (בוש אביסעלע ווייניגער מיינעך.) ווער רעדט נאך טראמפ, וואס זיינע ווילדע מעשים שרייען "שלאג מיר".


די עף בי איי האט אויסגעפארשט ביל קלינטאן נאכן ארויסגיין פון אפיס פאר די סקווירא פארדאנס, אז עס איז אפשר געווען א קוויד פרא קווא - לויט די היינטיגע רעכטע קאנסטיטוציאנאלע מומחים וואלט ער אודאי און אודאי געמעגט, על או על.. - איז באמת א ספק אויב די עף בי איי וואלט אים צורי געלאזט אויב ער וואלט אוועקגענומען די צנצנת המן מיט די שמן המשחה צו זיך אין בעיסמענט און רעפיוזט נאכאנאנדע בקשות, שפעטער פארלאנגן, שפעטער א סובפינע, עס צוריקצוגעבן? אר יו קידינג מי? וואט אר יו טאקינג אבאוט בכלל?
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

הערליכע ארבעט @עפעס!

ווארט מיר אויפן המשך.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

1) מידיע:
איך ווייס אז די דעמאקראטן פרובירן עס -אומסוקסעספול- צו אפווארפן אלס אומריכטיג, אבער עס איז נישט קיין סוד אז פאר די לעצטערע צענדליגע יארן דאמינירן די דעמאקראטן די נאציאנאלע מידיע אין די פאראייניגטע שטאטן. מער ווייניגער אלע נייעס סטאנציעס אויסער פאקס ניוז זענען גענויגט צו די דעמאקראטן, און מען קען זיי רואיג אנרופן די קאמיוניקאציע דירעקטערס פון די דעמאקראטישע פארטיי.

וואוסנדיג דאס, האבן די דעמאקראטן גוט אריינגעפאטשט מיט אלע מעין סטרים מידיע נעצן, און פארשטייט זיך אז פון זיי איז עס געקומען אויף צוריק. אלע שלעכטע נייעס פון דעמאקראטן, יעדע סקאנדאל פון א דעמאקראט איז אלעמאל צוערשט געווארן איגנארירט, און ווען עס שוין געווארן א אפענע סוד, און נישט אראפ פון די נייעס, האבן זיי עס פארשטיפט אויף די שפעטסטע בלעטער אינ'ם צייטונג, די פארעווסטע וועג ארויסגעברענגט, און געווארן געוויזן ביי די ווייניגסטע ביזי שעה ווען קיינער קוקט נישט וואס זיי זאגן, און די מידיע האט זיך געהאלטן פעסט אז זיי דעקן יעדעם איינעם צוגלייך. קענסט מיך ווייזן וואס איך האב נישט געדעקט?.
לעומת זה, ווען עס איז געקומען צו רעפאבליקענס, איז יעדע מינדסטע נייעס וואס האט געקענט ווערן אויסגעטייטשט צו שלעכט, איז געווארן אויסגעשמירט אויף די ערשטע בלאט פון די צייטונגען מיט די שווארצסטע פארבן און די גרעסטע בוכשטאבן, און געווארן איבערגעזאגט מערערע מאל דורכן טאג, ווי צו זאגן אז דאס איז דער גרעסטע נייעס פונ'ם טאג.

צוליב דעם איז טעכניש אלעמאל זייער שווער געווען פאר א רעפאבליקען אנצוקומען צו א זיג, און ווען יא איז דאס געווען פארבינדן מיט אומגעהויערע קאפ וויי. ווייל ווען א רעפאבליקען האט געוואלט איבערנעמען א זיץ פון א דעמאקראט, וואס נארמאל וואלט דאס געדארפט זיין זייער גרינג, ווייל די דעמאקראטן האבן דאך נישט קיין עכטע סאלושענס לטובת דעם לאנד, און זיי זוכן עס אפילו נישט, דער עיקר וואס זיי זוכן איז -ווי געזאגט- מאכט, און א רעפאבליקען וואלט פשוט געזאגט קאממאן סענס איידיעס, וואס יעדער געזעצטער מענטש וואלט פארשטאנען אז דאס איז טאקע דער ריכטיגע מהלך וואס וועט זיי מאכן דאס לעבן בעסער, האט ער אבער נישט געהאט דאס מעגליכקייט געהעריג איבערצוגעבן זיין מעסידזש צו די וויילער, ווייל די מידיע האט אים נישט געזוכט צו דעקן, ווייל ער איז דאך נישט פון זייער טיעם, נאר גאר קעגן זיי. איז דער מערסט עפעקטיווע וועג געווען נאר דורך קאמפיינען העפטיג, און גיין דירעקט צו די וויילער, מאכן טאון האללס און קלאפן אין טירן, און דאס -פארשטייט זיך- נעמט אסאך ענערגיע און צייט, און כולי האי ואולי איז זייער שווער אנצוקומען צו יעדעם איינעם.

דאס אלעס האט ער געדארפט דורכגיין אין די צייט וואס די קעגנער באקומט כסדר'דיגע גינסטיגע דעקונג אין די מידיע, וואס קומט אן צו יעדן איינעם, און אדאנק דעם דארף ער נישט זיין אזוי ביזי אנצוקומען צו אלע וויילער, האט ער צייט צו מאכן פאנדרעיזונגס, ווי ער שארט אריין גרויסע סכומים פאר זיין קאמפיין, וואס פארשטייט זיך אז דער מידיע באקומט דערפון א שיינע חתיכה הראויה להתכבד, זיי שטעלן דאך צו די שיינע דעקונג, און יעדער איז צופרידן. איז אויסגעקומען אז די דעמאקראטן האבן זיך באקוועם געמאכט איבעראל, געניסנדיג אייביג פון גינסטיגע דעקונג און געוואוסט אז זיי האבן זיך נישט וואס צו זארגן עכט.

אזוי אויך האט דער מידיע אייביג ארויסגעלייגט גינסטיגע אנקעטעס לטובת די דעמאקראטן. פארשטייט זיך אז אינמיטן דעם קאמפיין סעזאן האבן זיי דא דארט אריינגעווארפן אפאר אנקעטעס וואס ווייזט שמאלער פארן דעמאקראט, אז ער זאל שנעל קומען באשטעלן נאך עדס, און באצאלן נאך שיינע סכומים. זיי זענען דאך דא פאר ביזנעס. אבער פארשטייט זיך נישט צו נאנט צו די וואלן, נאר גענוג ווייט אז זיי זאלן נאך קענען ווייזן, אה, די עדס האבן זיך אויסגעצאלט. עטץ זעהטס? עס איז ווערד געווען די אינוועסטמענט. גלייך נאכדעם זענטס עטץ צוריק ארויף אין די אנקעטעס, און אזוי אנגעהאלטן זייער אנקעטעס אויף ארויף ביז ממש א צוויי דריי וואכן פאר די אקטועלע וואלן, ווי דאן וועט מען דאך זען דעם אמת, האבן זיי שנעל געבויגן די אנקעטעס נענטער צום די עכטע אויסקום, פארשטייט זיך מיט א גענוג גרויסע מארדזשען אוו ערראר, אז זיי זאלן קענען אנווייזן: מיר האבן דאך געזאגט אז מיר קענען זיין אפף מיט א פאר פראצענטן, און אזוי איז געפארן א באן, און דער עולם גולם וואס נעמט זייער אינפארמאציע פון דעם "הייליגען" מידיע, און וואס מען האט געזען אדער געהערט אויף די מידיע האבן זיי אנגענומען כתורה מסיני, איז הערנדיג אייביג ווי גוט די דעמאקראטן זענען און ווי שלעכט און בארבאריש די רעפאבליקענס זענען, און ווי אויך זעענדיג אז דער דעמאקראט שטייט הויעך אין די אנקעטעס, האבן נאטורליך אנגענומען וואס זיי הערן, און געשטימט אין די מאסן פאר די דעמאקראטן, וואס זארגן זיך אזוי פאר זייער וואוילזיין. און ווי אויך שטייט ער דאך פאראויס אין די אנקעטעס, מוז דאך זיין אז ער איז טאקע דער בעסטער אויסוואל, נישט אומזיסט האלטן מער מענטשן פון אים. איי ווער זאגט אז דאס איז די מציאות? וואס הייסט ווער זאגט, די מידיע זאגט. און עס איז נישט געווען מיט וועמען זיך אפילו צו טענה'ן. וואס הייסט דער נייעס האט דאך בפירוש געזאגט אזוי, וואס ווילסטו מיר פארקויפן?.

און די רעפאבליקאנע וואס האבן געזען אז זייער קאנדידאט טרעילט אין די אנקעטעס, זענען געווארן דעמאליזירט אז זייער קאנדידאט גייט סייווי פארלירן, האבן פארלוירן זייער אינטערעסע אין די וואלן און געבליבן אינדערהיים, ווי דאס האט ווייטער געהאלפן דעם מידיע מיט זייער נערעטיוו, ווייל זייער קאנדידאט טאקע געהאט מער שאנסן צו געווינען, און זיי האבן פארשטייט זיך געפייערט זיג, אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן. אזוי איז עס געגאנגען א טשעין ריעקשען אלס לטובת דעם דעמאקראט.

היוצא לנו מזה, אז די דעמאקראטן און זייער אפיליעטס, די מידיע האבן זיך געפילט ווי די מושלים בכיפה, און זיי זענען געווען די ממליכי מלכים, און וועם זיי האבן געפילט וועט זיין צו שלעכט פאר זייער אגענדע, און האט א מעגליכקייט פון שאפן פאטענציאלע קאפ וויי פאר זיי, האבן זיי גלייך אפיר געזוכט שמוץ אויף יענעם ארויס פון קינדערגארטן, און גלייך צושמירט אויף אלע בלעטער, אז עס איז געווארן א גאנצע סקאנדאל, אזוי אז יענער האט שנעל אפגעטרעטן בבושת פנים אדער אפגעווארפן דורך די פארטיי פירער, און אזוי באוויזן אפצושטעלן דאס געפאר באצייטנס.

דערפאר, וואוסנדיג דערפון און נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה, האבן די רעפאבליקאנע ערוויילטע אריינרעכענענדיג די פרעזידענטן, וואס איז זיי על דרך לא דרך יא געלונגען צו געווינען, האבן זיי אלץ אכטונג געגעבן אויף זייער שריט נישט אויפצורעגן ח"ו די מידיע, און נישט געטון קיינמאל קיין צו געוואגטע שריט, אודאי נישט קיין דעמעדזשינג שריט פאר די דעמאקראטישע פארטיי, ווייל דער מידיע וועט זיי אזוי באוואשן אז זיי וועלן נישט וויסן וואו זיך אהינצוטון. און דערפאר האבן די רעפאבליקענס טאקע נישט געטון קיינמאל קיין צו טאטשי זאכן וואס קען אויפרעגן די דעמאקראטישע פארטיי און זייער אפיליעטס, דער מעין סטרים מידיע. דאס פעלט זיי נאך אויס?. דערפאר איז אייביג אויסגעקומען אז דער רעפאבליקען האט זיך אלס געדארפט לעקן צו די מידיע אז זיי זאלן מיט זייער גרויס גענאדע זיי באוויליגן ארויפצוברענגן אויף זייערע נעצן, צו קענען ארויסברענגען זייערע געדאנקן. און דער וואס האט נישט געוואוסט זיך אכטונג צו געבן, איז פארפאלן געווארן, ווערנדיג געלייגט אויף די שווארצע ליסטע, וואס דער מידיע וועט מער נישט געבן קיין דעקונג. און אזוי אויך מיט די פארטיי פירער האבן געפאלגט ווי טאטעלעך, יעדע מאל איינער פון די פארטיי איז ארויס פון שפאן, און דער מידיע האט געמאכט א שטורעם דערוועגן, האבן שנעל די פירער יענעם קלאר געמאכט אז מען קען דאס נישט טון, דו רעגסט אויף די דעמאקראטן, טראג שנעל אפ פון דא. און ביי יעדע כמו סקאנדאל פון איינער פון די רעפאבליקאנע פארטיי, האבן די פירער שנעל מיט געזונגען מיט די מידיע דעם גרויסן עוולה און יענעם פארשריגן און פארווארפן, בעת וואס ווען דער זעלבע אדער ענליכע עוולה איז געזאגט געווארן אויף א דעמאקראט איז נישט געהערט געווארן קיין פיפס פון זיי. א פארטיי אן ביינער קאנטראלירט דורך די אפאזיציע.

אזוי אויך ביי די דעבאטעס, איז אלס די דעמאקראט וואס זיי האבן געוואלט האבן פאר די פאזיציע געפרעגט געווארן סאפט פראגעס, און ווען אן ענטפער האט נישט אזוי גוט אויסגענומען פון דעם דעמאקראט, האט דער מאדערעיטער -וואס דארף כלומר'שט זיין אומפארטייאיש- מיט גרויס חוצפה און אן קיין שום בושה געקענט דערנאך פרובירן אפילו צו פארבעסערן דעם ענטפער, ווי כאילו דאס האט יענער געמיינט צו זאגן. ביי א רעפאבליקען אבער, איז יענער אלס געפרעגט געווארן בייסיגע פראגעס, אויף זאכן שלא מן הענין וואס די וויילער דארפן כלומר'שט גאר וויכטיג וויסן, און זאכן וואס ער האט באמת געוואלט ארויסברענגען איז ער נישט געפרעגט געווארן, און נישט געהאט קיין שאנס צו אהערשטעלן זיינע געדאנקן, און יענער האט געמוזט זיין גאר פיפיג דאס צו קענען דורכשוויצן אן קיין דורכפאל. און אזוי האט דער מידיע געהאט נאך א וועג וויאזוי צו דאמינירן דעם אויסוואל פון די קאנדידאטן.

אזוי איז עס אנגעגאנגען יאר נאך יאר. די רעפאבליקאנע ערוויילטע האבן זיך שוין צוגעוואוינט אז דאס איז דער מהלך וואס זיי דארפן נעמען. פארפאלן, די דעמאקראטן פירן די נייעס אינ'ם לאנד, איך גיי מיך נישט באשמוצען פאר דעם. אונז זעמיר איידעלע באזעסענע אדעללייט, מיר פארשמירן זיך נישט פאר פאליטיק. מיין פאזיציע און מיין דזשאב איז מיר וויכטיגער פון דעם. איי דער פארטיי קען פארלירן פון איר ווערט? נו, וואס קען מען טון, איט איז וואט איט איז. כל גל וגל שבא עלי נעניתי לו ראשי, אזוי איז עס און אונז קענען מיר גארנישט טון. די רעפאבליקאנע וויילער האבן זיך געביסן די ליפן און זיך געגעסן דאס הארץ שטילערהייט, צוזעענדיג ווי די דעמאקראטן נעמען זיי אויף א רייד, און זייער פארטיי פירער זענען אזעלכע טשיקענס און שוואכיטשקעס, און קניען צו יעדע קאפריז פון די דעמאקראטן, פארן מיט מיט די טאלקינג פוינטס וואס דער הויעכגעשעצטע מידיע האט אהערגעשטעלט, כאטשיג עס קען זיי קאליע מאכן פאר זייער פארטיי, אבער וואוסנדיג אז זיי האבן סייווי נישט קיין צווייטע ברירה, ווייל דאס איז דאך דער פאקט און זיי זעען נישט וויאזוי דאס צו טוישן. און די דעמאקראטן האבן זיך געפאטשט די בייכער. זיי קענען טון וואס אומער עס לאזט זיך אן קיין עכטע קאמפעטישן, און זיי האבן די מאכט אינ'ם לאנד אן דארפן ארבעטן צו שווער, און זענען שוין געווען זיכער אז אזוי פארבלייבט עס שוין לאורך ימים, ביז די רעפאבליקאנע פארטיי וועט ווערן שוואכער און שוואכער ביז עס וועט ווערן אינגאנצן דיזאלווד, און דעמאלס וועלן זיי קענען טון אלעס וואס זייער הארץ באגערט נאר. זיי האבן שוין גע'חלומ'ט פון וועלכע געזעצן זיי וועלן מאכן נאך שטערקער צו מאכן זייער דאמינאנץ און מאכט, און פארזיכערן אז זיי זענען די איינציגסטע פארטיי וואס קען געווינען.

עד שבא טראמפ.

איז געקומען דאנעלד טראמפ און דערלאנגט א מעכטיגע זעץ אינ'ם קאפ פון די מידיע און זייער אפיליעטס, די דעמאקראטן, און געשיקט שאק כוואליעס פון איין עק לאנד צום צווייטן, אז עס האט זיי אויפגעשאקעלט און דערציטערט איבער זייער צוקונפט. ער איז פשוט צוגעגאנגען צו די מידיע און אראפגענומען דעם קרוין פון זייער קאפ.

דאנעלד טראמפ, ווי שטארק איר מעגט אים האסן און ווי סאך איר ווילט חוזק מאכן פון זיינע כלומר'שטע דורכפעלער דורכאויס זיינע ביזנעס יארן, איז א לאנגיעריגע דזשיניעס אין פאבליק רילעישענס, און ער האט אלעמאל דורכאויס זיין קאריערע געוואוסט וויאזוי אויסצונוצן פיפיג די מידיע לטובתו, און נאך פאר קליין געלט, ווי מען האט זיך דאס געקענט איבערצייגן אין מערערע פלעצער.

ווען ער האט זיך אנגעשלאסן אין די געלויף אויף די רעפאבליקאנע טיקעט, האט דער מידיע געמיינט אז עס קומט פאן, און זיי גייען האבן סחורה און עס וועט זיין א מחי'. טראמפ גייט מאכן העדליינס, און אזוי וועט די רעיטינגס פון די מידיע ארויפגיין ווייל דער עולם וועט וועלן הערן וואס אינטערסאנטס איז דא פון טראמפ, זיי זענען געווען זיכער ביי זיך אז ער וועט זיין אביסל אינ'ם רעיס, אבער האט נישט קיינע שאנסן אנצוקומען אין ערגעץ, נישט זייענדיג קיין טייל פון די פארטיי'ס עליטע, און איז קיינמאל נישט געלאפן פאר קיין פאזיציע בעפאר, ממילא לוינט זיך זיי אים צו האלטן ווי לענגער אין די נייעס, אזוי וועט די רעפאבליקאנע פארטיי ווערן צושמירט ווי לאנג עס לאזט זיך, און ביי די ענדע ווען ער וועט ארויספאלן, וועט הילערי קלינטאן קענען מארשירן צו איר זיג זיכערערהייט. עס איז זיי אין די ווייטסטע מעגליכקייט נישט איינגעפאלן אז טראמפ וועט אמאל אנקומען צו זיין דער נאמיני, און אודאי נישט דער פרעזידענט.

אבער ווי איר ווייסט שוין מסתמא יעצט, האט טראמפ, זייענדיג -ווי דערמאנט- א דזשיניעס אין פי אר, גענומען זיין סטאטוס אלס א קאנדידאט, און זיך גענומען זאגן זאכן וואס דער עולם וויל הערן, און אראפגעלייגט פלענער וויאזוי מען קען פאררעכטן געוויסע פראבלעמען וואס פלאגט דעם לאנד, און האבנדיג דעם פלאטפארמע וואס דער מידיע האט אים פרייוויליג געגעבן, צוליב זייערע אינטערעסן, ווי דערמאנט פריער, האט ער אנגעהויבן אריינצושמייסן אין די מידיע רעכטס און לינקס, און חוזק געמאכט פון זיי אין די לענג און די ברייט, זיי צושמעטערט אויף פיץ פיצלעך אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר מיט זיי. ער האט מיטאמאל אוועק גענומען דאס לאנג יעריגע אנגענומענע מיינונג ווי אלעס וואס דער מידיע זאגט איז הייליג, ואין לך רשות להרהר אחריה, און געווען דער אשר קרך וואס האט זיך געוואגט ארונטער צו רייסן די מידיע, און געזאגט פאר די פשוט'ע בירגער: איר נארט זיך! דער מידיע פארקויפט אייך לאקשן. לאזט אייך נישט פארנארן. און ער האט זיי געמאכט צו דאס גענאר פונ'ם לאנד. ער האט אויפגעקלערט זיינע באטייליגטע אז די מידיע איז גארנישט מיט נישט, און זיי באטיטלט מיט זייער ערליך פארדינטע טיטל "פעיק ניוז", וואס דער עולם האט זייער געגליכן צו הערן און אפלאדירט הילכיג און געשפיגן אין זייער ריכטונג. ער האט זיי געוויזן אפען און גראד וויאזוי די מידיע נעמט דעם עולם אויף א רייד און אז זיי לייגן ארויס פעיק פאולס, אלעס צו שטיפן זייער נערעטיוו. די ראליס זענען געווארן גרעסער און גרעסער, אזוי אז זיין מעסידזש איז אנגעקומען צו מער און מער מענטשן, וואס האבן אנגעהויבן צו טראכטן אז עפעס זאגט ער, ער רעדט אונזער שפראך, ער פארשטייט וואס ער וויל. איי די מידיע מאכט חוזק פון אים, סאו, ווער איז די מידיע. אזוי האט ער אויפגעהייטערט דעם ציבור, און זיי געמאכט ענטוזיאסטיש אים צו שטיצן. און ווען דער מידיע האט זיך געכאפט אז אופס, עפעס טויג נישט דא, זיינע שטיצער מערן זיך מער און מער, און וויפיל פאולס זיי טרייען ארויסצולייגן אז ער קומט נישט אן אין ערגעץ, קויפט עס קיינער נישט אפ, ווייל טראמפ האט זיי שוין אויסגעלערנט זיך אויסצולאכן דערפון, האט נישט געארבעט זייער לאנג יעריגע טאקטיק אראפצוברענגן וועמען זיי גלייכן נישט, האבן זיי זיך פלוצלינג געטראפן אין א טרעפ.

דערצו, האט צו זיין מזל צוגעשפילט דאס פארמערטע באנוץ פון סאציאלע מידיע, וואס האט אים געגעבן די מעגליכקייט צו שיקן זיינע מעסידזשעס דיירעקט צו די וויילער, אויסקרויזנדיג די מידיע, און אויף דעם וועג נאכמער צושמעטערט זייער לאנג יעריגע דאמינאנץ, און ער האט זיך אפילו געטרויעט צו טון א זאך וואס קיינער פאר אים האט נישט געטון, ער האט זיך פשוט און גראד אפגעזאגט פון אנטייל נעמען ביי איינע פון די דעבאטעס, צוליב וואס דער מידיע האט לשיטתו אים נישט ריכטיג באהאנדלט ביי א פריערדיגע דעבאטע, און בשעת יענע דעבאטע האט ער זיך געמאכט זיין אייגענע ראלי, ווי ער האט אנגעצויגן שיינע מאסן, צו דער סורפרייז פון די מידיע, וואס האט שוין אנגעהויבן אויסצוגעפונען, אז עפעס גייט נישט ווי געפלאנט, זעענדיג ווי עס איז דא איינער וואס גייט נישט מיטן שטראם און נאך דערצו ווישט ער אוועק דעם לאנג יעריגן אנגענומענעם מהלך, ווי דער מידיע איז דער וואס דאמינירט די גאנצע פאליטיק אינ'ם לאנד.

אה אוי! דאס איז צרות. דאס איז שוין צו פיל געווען פאר די דעמאקראטן. ער טאטשט דעם קרוין. דאס קען מען נישט צו לאזן. דאס איז קאטאסטראפיש. ער נעמט אונז צו א צו וויכטיגע באשטאנדטייל פון אונזער באזע. דו ווילסט פאמפען דיינע געדאנקן, נו שוין, אונז וועלן זיך שוין אן עצה געבן דערמיט, אונז האבן שוין געהערט אזוינס, אבער פשוט און גראד קומען און אריינבייסן אין "אונזער" פארטיי'ס מעגליכקייטן, צושמעטערן אונזער לאנג יעריגע פרייע האנט צו דאמינירן דאס לאנד, דאס איז שוין א נאו נאו. און דערפאר האבן זיי זיך גענומען אויף אים מיט אלע מיטלען פון די בוך.

(פארשטייט זיך אז אלעס וואס איך זאג דא איז בכללות. עס האט זיך געקענט מאכן פרטית'דיע מציאות'ן אנדערש)

המשך יבוא אי"ה

המשך
לעצט פארראכטן דורך עפעס אנדערש אום זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
WOW, זייער קלאר און זייער מסתבר.
ווארטן מיר אויפן המשך פון די איבעריגע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אזעלכע גראבע שטותים נגד המציאות.

אפשר זאגסטו מיר ווער האט געבראכן דעם קלינטאן אימעיל סקאנדאל? וואס איז ווארשיינליך פון די סאמע גרעסטע סקאנדאלן אין פאליטישע אפעקט אין די היסטאריע פון אמעריקע.

מיט וועלכע פארטיי'ס צד איז דאס פאלק בדרך כלל אויף די דיווייסיוו אישוס, אישו ביי אישו, הא? דער אמעריקאנער פאלק שעירט פשוט נישט דיין "קאמען" סענס.

און ביטע זאג מיר איין רעפאבליקאנער סאלושען לטובת דעם פאלק?

דעמאקראטישע איז דא מאסן, על כל פנים לשיטתם, די רעפאבליקאנער האבן נישט קיין שיטה בכלל וואס יא.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

WOW, הערליכע ארבעט, זייער קלאר! ווארט מיר מיט שפאנונג אויפן המשך.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

@עפעס שניידט אריין מיט א מורא’דיגע שטארקייט.

סאו בעיסיקלי די שטארקייט פון די דעמאקראטן איז די מידיע און דאס האט טראמפ אפגעשוואכט.

פארוואס פעלט אויס זיך צו ’שלאגן’ מיט די עקזעסטירענדע מידיע? פארוואס נישט קאנטערן און עפענען אייגענע סטאנציעס אזויווי די דעמאקראטן? עס פעלט דען געלט אין די רעפובליקאנער פארטיי?

עפעס פארשטיי איך נישט וויאזוי איז פאסיבעל אז ביז טראמפ איז אנגעקומען זענען די רעפובליקאנער געווען וויקטעמס צו א ריזיגע מאכטפולע מאשין אן דעם וואס זיי זאלן עפעס קענען טוהן. גייט מיר נישט אריין אין קעפל.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אה''ו האט געשריבן:
@עפעס שניידט אריין מיט א מורא’דיגע שטארקייט.

סאו בעיסיקלי די שטארקייט פון די דעמאקראטן איז די מידיע און דאס האט טראמפ אפגעשוואכט.

פארוואס פעלט אויס זיך צו ’שלאגן’ מיט די עקזעסטירענדע מידיע? פארוואס נישט קאנטערן און עפענען אייגענע סטאנציעס אזויווי די דעמאקראטן? עס פעלט דען געלט אין די רעפובליקאנער פארטיי?

עפעס פארשטיי איך נישט וויאזוי איז פאסיבעל אז ביז טראמפ איז אנגעקומען זענען די רעפובליקאנער געווען וויקטעמס צו א ריזיגע מאכטפולע מאשין אן דעם וואס זיי זאלן עפעס קענען טוהן. גייט מיר נישט אריין אין קעפל.
דא האט מען גערעדט דערוועגן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

2) אימיגראציע

ווי דערמאנט פריער, ווייסן די דעמאקראטן אז אין אמת'ן האבן זיי נישט קיין לאנג טערמיניגע סטראטעגיע צו קענען אנהאלטן זייער מאכט, ווייל קלוגע מענטשן זעען עווענטואל איין אז זיי דעליווערן באמת גארנישט זאכליך, וואס זאל האבן אן אמת'ן קיום לטובת דעם לאנד. און זייערע שיטות און פאלעסיס זענען א רעצעפט פאר דורכפאל און דיזעסטער. איז וואס טוט מען? וויאזוי קען מען זיך פארזיכערן מיט א לאנג טערמיניגען געדאנק צו קענען אנהאלטן דאס בענקל און די מאכט? אה, זייער פשוט! מען קויפט וויילער.

ווען און וואו די דעמאקראטן זענען אין טשארדזש, טיילן זיי גרויסע מוצא'ס פאר אלע -אזוי גערופענע- ארעמע מענטשן, וואס האלטן נישט ביים ארבעטן. און שלאגן פאר גרויסע ספענדינג פעקלעך. נו, פרעג דיין קליין קינד: ווער איז דער בעסטער מענטש פון דיין גאנצע בית מדרש, וועט ער דיר גלייך אנווייזן אויף דעם קענדי מענטש וואס טיילט די גוטע זאכן. נישט אזוי?!.
שוין, אז מען טיילט גוטע זאכן, טראכטן די פלאכע קעפ נישט קיין סאך, ווער עס טיילט, אים דארף מען שטיצען. און אזוי ברייטערן זיי אויס זייער מאכט מער און מער. און ווער באצאלט פאר די אלע גוטע זאכן? אה, פאר דעם איז דאך דא די מיליאנערן און די ביליאנערן, וואס ארבעטן ביטער שווער צו פארגרעסערן זייער פארמעגן, און פארשטייט זיך אודאי אז טאקע נאר פאר דעם איינעם ציל, צו קענען אויסהאלטן די מענטשן וואס ווילן פארברענגן געשמאק מיט ביר און צוגארעטלעך. ניין?

גייט דורך א שטיק צייט און עס קומט אן צו א פונקט וואס די אלע גאסט געבער זענען מחליט אז גענוג איז גענוג, וויפיל איז דער שיעור אז מיר זאלן ארבעטן שווער, נאר אז אונזערע טעקסעס זאלן זיך העכערן צוליב דעם, און זיי גייען זיך זוכן בעסערע שטאטן און לענדער ווי צו וואוינען און אינוועסטירן, אנע דארפן מיטטיילן פון זייער שווער געהארוועטע פארמעגן פאר ליידיג גייער, ווערט די טיילעראציע אן אנזעץ און אלעס ווערט א חורבן, עס הייבט זיך אן אנצוזען אויף דעם לאנד'ס עקאנאמיע. זייער פשוט, אז די ביזענסער פארלאזן דעם לאנד, בלייבט נישט גענוג פון וועם איינצומאנען פאר אלע טיילעכצער, ווערט א לאך אינ'ם טאש פונ'ם רעגירונג.

אזוי אויך מיט די צייט ווערן מענטשן אויפגעקלערט, אז עס איז נישט קיין תכלית אזוי. מען קען טאקע טיילן און טיילן, אבער אויב דערפאר גייען אלע פרייזן ארויף, גאזאלין פרייזן ווערט סקיי ראקעטונג, און אויב דערפאר איז נישטא צו טרעפן אסאך וויכטיגע זאכן וואס מען זוכט, וואס האב איך דערפון אז איך באקום שטיצע, ווען דערמיט הייבט זיך די פרייזן, און איך דארף אויסגעבן מער, און איך קען נישט טרעפן וואס איך זוך. וואס האב איך דערפון, אויב איך דארף ציטערן פאר מיין לעבן, ווען איך גיי ארויס אין גאס, צוליב וואס מיינע גאסט געבער, די דעמאקראטן, האבן מער רחמנות אויף די קרימינאלן ווי די פשוט'ע איינוואוינער. און די המון עם הייבט אן איינצוזען אז עס איז גארנישט אזוי בריליאנטיג, וויאזוי די דעמאקראטן לייגן זיך אראפ, און זיי שאקלען זיך צוביסלעך אפ פון זיי, און טוישן זייער פארטיי אפיליאציע.

נו, וואס טוט מען יעצט? דער באזע שרינקט דאך איין, און אנע וויילער האבן מיר נישט קיין פארטיי. [אמת, מען קען מאכן מעיל אין בעללאטס, אבער דאס וועלן מיר נוצן נאר בשעת הדחק, ווען מיר קענען נישט בשום אופן דורכלאזן די עלעקשן'ס אויף א געוויסע וועג, אבער פאר די טאג טעגליכע עלעקשענס, דארף מען האבן עפעס א וועג צו פארברייטערן די באזע].

אה! מען גייט אימפארטירן וויילער. מען גייט פריטענדן אז מען האט זייער רחמנות אויף די אלע מענטשן פון די ארומיגע לענדער וואס ווילן מאכן א גוד טיים אויף פעטער שמואל'ס חשבון, און למשל זיי זענען ממש אין א לעבנס געפאר, (פארוואס נישט?).
[בכלל זענען דאך די דעמאקראטן שטארק באקאנט צו זיין גרויסע בעלי רחמנות אויף מענטשן. נישט די היגע, פרעמדע -פארשטייט זיך-, און ווי אויך נישט פון עטליכע וואכן אדער חדשים אלט].

שוין. פון מחשבה ביז למעשה האט נישט גענומען קיין סאך. די דעמאקראטן האבן אנגעהויבן צו שפילן דעם רחמנות שפיל, אז מען דארף לאזן די בארדער'ס אפען, ווייל די מענטשן וואס לויפן אוועק פון זייערע לענדער זענען למשל אין געפאר, און זיי האבן למעשה טאקע נאכגעלאזט פון די באוואכונג פון די גרעניצן, און עס האט אנגעהויבן אריינצושטראמען הונדערטע טויזענטע אימיגראנטן פון איבעראל. איי צווישן זיי געפונט זיך רוצחים און קרימינאלן? איי זיי נעמען צו ארבעטס פלעצער פון אמעריקאנער? איי זיי וועלן קאסטן פארן לאנד זיי אויסצוהאלטן? וועמען גייט עס אן. דער ציל הייליגט די מיטלן, זאגט מען. אונז דארפן וויילער.

נו, עס קומט אן אין די מאסן הונדערטע טויזענטע כלומר'שטע נעבאכדיגע פארפלאגטע צום טויט-דערשראקענע פרישע איינוואוינער וואס ווילן זיך מאכן א לעבן אויף יענעם'ס חשבון און מאכן זיך באקוועם דא, מאכן משפחות און פארברייטערן זיך, און זיי דיסאפוינטן נישט. אלע ווייסן גלייך ווער עס האט זיי געמאכט דא באקוועם, און פארשטייט זיך אז זיי אלע וועלן שטיצען דעם דעמאקראט. קומען ארויס און מאכן ראלי'ס לטובת די דעמאקראטן. און מאכן זיכער אז זייערע קינדער וואס זענען שוין דא געבוירן געווארן און זענען לעגאלע אמעריקאנער, זאלן אויך געדענקן צו שטימען פאר די דעמאקראטן. און זיי אליינס קוקט מען אויך נישט נאך צופיל, מען האט דאך די אייגענע מענטשן ביי די שטים בודקעס און זיי מאכן נישט צופיל אומזיסטע פראבלעמען.

נו, אז די דעמאקראטן באקומען מער שטיצער קענען זיי אויסברייטען זייער מאכט, און אז זיי האבן ברייטע מאכט פרובירן זיי צו מאכן געזעצן וואס זאל לעגאליזירן די אלע 'נעבאכדיגע' אימיגראנטן, צו קענען האבן אויטאמאטיש נאך פרישע טויזענטע וויילער, און אזוי פארט א באן, ווי איינס שלעפט דאס צווייטע, און עס איז א מחיה. דערצו האבן זיי נאך –ווי געזאגט- די גאנצע מידיע צו זיך, וואס שפילט ווייטער אויף די סטרינעס פון די אמעריקאנער הערצער, אז די דעמאקראטן, (וואס די פירער האבן שיינע גרויסע הערמעטיש פארמאכטע צוימען ארום זייערע מענשענס ווי זיי וואוינען, און מאנכע האבן אפילו סעקיוריטי פירמעס וואס גיבן אכטונג קיינער זאל נישט אריינקומען אין זייער פראפערטי), האבן גרויס רחמנות אויף די אימיגראנטן, און לאזן ח"ו נישט פארשפארן די גרעניצן פונ'ם לאנד.

שוין, דער סטראטעגיע האט געארבעט. די אימיגראציע האט זיך פארברייטערט פילפאכיג, יאר נאך יאר אלעס ווי לויטן פלאן. די דעמאקראטישע באזע האט זיך אנגעפילט. יעצט איז מען גרייט פאר די קומענדיגע שטאפל ביז צו די ענדגילטיגע פלאן, וואס דאס וועט עמטליך געבן די קאנטראל פונ'ם לאנד פאר די דעמאקראטן. וואס איז דער פלאן? הערטס נאר.

איר ווייסט דאך אז דער סיסטעם פון ערוועלן א פרעזידענט אין די פאראייניגטע שטאטן גייט דורך אן עלעקטארעל קאלעדזש. וואס בעסיקלי זאגט דאס אז מען גייט נישט נאך רוב וויילער, נאר לויט די שטאטן מיט די עלעקטארס. דער סיסטעם איז שוין לאנג א דארן אין אויג פון די דעמאקראטן, און מאכט נאר פראבלעמען פאר זיי, ווייל אפילו אז זיי פילן אן די לאנד מיט זייערע מענטשן, סאך מער ווי די רעפאבליקענס, האבן זיי נאכאלס נישט דאס לעצטע ווארט ווען עס קומט צו ערוועלן פרעזידענטן, ווייל -ווי געזאגט- גייט מען דאך נישט נאך רוב וויילער, נאר רוב עלעקטארס פון די שטאטן, און דארט קענען נאך די רעפאבליקענס האבן מער, וויבאלד עס איז דא סווינג שטאטן, וואס קומען צומאל ארויס פארן רעפאבליקאנער.

האבן זיך די דעמאקראטן געמאכט א פלאן אנצוהייבן צו פארטיילן זייערע שטיצער צו די סווינג שטאטן, וואס האט –ווי דערמאנט- געגעבן די מעגליכקייט פאר די רעפאבליקענס צו געווינען די פרעזידענטשאפט ביז היינט, און יעצט אז די סווינג שטאטן וועלן אויך ווערן אויסשטאפירט מיט זייערע שטיצער וועט עס ווערן בלוי און אויס סווינג. און ווען דער פלאן ארבעט זיך אויס, קען מען פארגעסן פון האבן א רעפאבליקען פרעזידענט אין די ניער פיוטשער.
און פון די פלאן ביז למעשה. זיי האבן טאקע אזוי געטון, און דער ארבעט האט זיך שוין אנגעהויבן אנצוזען, ווי איר קענט זיך אליינס איבערצייגן אויף אריזאנע, דזשארדזשיע און נאך. יאפ, דער סטראטעגיע ארבעט. נאך אביסל, און מיר קענען פייערן זיג. געענדיגט מיט אלע רעקלאמעס און איבריגע געלט אויסגעבעריי, מיר וועלן האבן אונזערע מענטשן איבעראל, און באלד איז די רעפאבליקאנע פארטיי א פארגאנגענהייט.

און די רעפאבליקאנע פארטיי פירער? אה, זיי שלאפן א טיפע שלאף. פאר זיי איז אלעס גוט. זיי זעען נישט דעם קאטאסטראפע וואס ערווארטעט זיי אין דער נאנטער צוקונפט. זיי כאפן נישט פונקטליך צו וואו די דעמאקראטן צילן מיט זייער כלומר'שטע רחמנות אויף די אימיגראנטן. זיי האבן דאך עכט מורא צו זאגן א הויעך ווארט קעגן די אימיגראנטן, זיי זענען דאך א רחמנות, וויאזוי וועט עס די אמעריקאנער אנקוקן אז דער רעפאבליקען נעמט זיך נישט אן פאר דעם אומשולדיגן אימיגראנט. אביסל דא אביסל דארט האבן זיי יא ארויסגערעדט איבער די גרעניצן, אבער גארנישט ספעציעל איז געטון געווארן פון זייער זייט דאס אפצושטעלן. זיי האבן ניטאמאל באמערקט דעם מאד סלייד וואס קומט צו גיסן אין זייער ריכטונג, דראענדיג זיי צו פארדעקן אינגאנצן און דערלאנגן דעם ענטגילטיגן טויט קלאפ. און די דעמאקראטן לייגן שוין די שאמפאניע אין די פריזערס, אנגרייטנדיג פארן טאג וואס זיי וועלן דערקלערן זיג, זיי פאטשען זיך שוין די בייכער. טרוימען שוין אויף די געזעצן וואס זיי גייען איינפירן צו פארשטערקערן זייער מאכט, האבנדיג אלע אפטיילונגען פון די גאווערמענט אונטער זייער באזיס.

עד שבא טראמפ.

איז געקומען דאנעלד טראמפ און זיי געגעבן א וועק אויף פון זייער חלום, און זיי דערלאנגט אזא טויט קלאפ אויף דעם אישו, אז עס האט זיי געבראטן ביז זייער נשמה אריין. אזוי ווי דער קאץ וואס ריקט זיך שטייטעלעך און צוביסלעך נענטער און נענטער שטילערהייט צו דעם פייגל וואס באמערקט אים נישט, פרובירנדיג אים צו כאפן פאר זיין מיטאג, און ממש פאר ער קען אים געבן א כאפ, גייט איינער דורט דארך און מאכט דעם פייגל אוועקפליען.

טראמפ האט אנגעהויבן צו רעדן ביי זיינע ראלי'ס איבער דעם פראבלעם פון די אומלעגאלע אימיגראנטן, און ווי קאטאסטראפיש עס איז פארן לאנד צו האבן אפענע גרעניצן און אריינלאזן יעדעם איינעם אן קיין חשבון, ווי עס קומען אריין מערדער און גענגסטערס, און קיינער ווייסט נישט.

ווי פארשטייט זיך האבן די דעמאקראטן זיך גלייך גענומען צו זייער אלטע מיטל, צו נוצן דעם מידיע וואס שטייט זיי צו דער האנט ווען זיי נויטיגן זיך, און טאקע אנגעהויבן צו פרובירן צו שפילן אויף די סטרונעס פון די אמעריקאנער, אז טראמפ איז א ראסיסט, אז ער האלט אימיגראנטן פאר צווייטע קלאס בירגער, אבער טראמפ האט זיך נישט דערשראקן און זיך נישט געלאזט פון זיי, און צוריק געשמיסן אין פנים, און קלאר געמאכט אז ער רעדט פון אומלעגאלע אימיגראנטן, און אז דאס לאנד האט געזעצן וואס מען דארף אויספאלגן. און ווי אויך אז דאס אריינלאזן אימיגראנטן אן קיין חשבון האט קאנסעקווענצן פאר אלע אמעריקאנער, ווי למשל אז זייער זיכערהייט איז אין געפאר פון די אלע גענגסטער און קארטעלס, וואס האבן זיך געמאכט דא באקוועם.

און נישט נאר האט ער ארויפגעברענגט דעם פראבלעם צו ארענע, נאר גאר פארגעשלאגן זיין פלאן אז מען גייט בויען א וואנט פונאנדערצוטיילן צווישן אונזער לאנד און די שכינות'דיגער לאנד, אזוי אז ווער עס וויל אריינקומען, זאל מוחל זיין זיך שטעלן אין די שורה, און אויספאלגן דעם געזעץ וויאזוי עס פארלאנגט זיך די פראצעדור, און זיך נישט אריינגנב'נען. און צו די דעמאקראטן'ס שלעכט מזל, האט דאס אויך זייער גוט אויסגענומען ביים המון, ווי די מאסן שטיצער האבן ביי יעדע ראלי געשריגן: "בוי דעם וואנט", "בוי דעם וואנט", אז דאס איז געווארן א שטארקע ציל פון זיין קאמפיין, און א סלאגאן וואס די גאנצע לאנד האט געהערט און געגליכן, אפצושטעלן די געזעצלאזע אימיגראציע, אזוי אז די דעמאקראטן האבן פארשטאנען אז דאס איז עס, זייער חלום האט זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם. זיי קענען פארגעסן פון זיך פארזיכערן דעם פרעזידענטשאפט, דורך פשוט אימפארטירן וויילער, נאר וועלן זיך מוזן ארויפקאטשען די ארבעל און אזוי ווי אמאל זיך צוריקנעמען צו די ארבעט.

און דאס נאר צוליב דעם טראמפ'ן וואס האט אויפגעוואכט דעם רעפאבליקאנער פון זייער שלאף. אודאי קענען זיי אים נישט מוחל זיין פאר דעם. אזא איינעם איז א סכנה פאר זייער פארטיי'ס עקזיסטענס. ווער ווייסט וואס נאך ער קען זיי אנווערטשאפן מיט זיין אנוועזנהייט. מען מוז פטור ווערן פון אים פאר יעדן פרייז.

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

איך מעג פרעגן איין קליינע שאלה?
וויאזוי שטייט אמעריקא שוין 250 יאר מיט די סעקאנד אמענדמענט, ווי יעדע בירגער קען האבן אין זיין באזיס א גאן, און פלוצלינג אין יאר 2022 דארף פלוצלינג ווערן געמאכט גאן קאנטראל געזעצן?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

נישט קיין שקרים - עס איז אמת ויציב.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:26 am

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביש »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
איך מעג פרעגן איין קליינע שאלה?
וויאזוי שטייט אמעריקא שוין 250 יאר מיט די סעקאנד אמענדמענט, ווי יעדע בירגער קען האבן אין זיין באזיס א גאן, און פלוצלינג אין יאר 2022 דארף פלוצלינג ווערן געמאכט גאן קאנטראל געזעצן?
איך ווייס נישט נא פארוואס טאקע?
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
איך מעג פרעגן איין קליינע שאלה?
וויאזוי שטייט אמעריקא שוין 250 יאר מיט די סעקאנד אמענדמענט, ווי יעדע בירגער קען האבן אין זיין באזיס א גאן, און פלוצלינג אין יאר 2022 דארף פלוצלינג ווערן געמאכט גאן קאנטראל געזעצן?
א גוטע שאלה
אבער אויב העסטו געבן א בליק וויפל טויטע עס איז דא פון מאסן שיסערייען די לעצטערע יארן און עס ווערט נאר מער און מער בעל כרחך יענה אז סאיז נישט היינט ווי 250 יאר צוריק
ופשוט הוא
אפשר קענסטו זאגן די זעלבע לגבי טראמפ אבער סאיז זיכער נישט קיין נאנטע דמיון
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
?
צען ;l;p- פאר דיין אנאליז
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געוואלדיג קלאר!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

פארט @עפעס אנדערש!
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

מיליטאנט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
איך מעג פרעגן איין קליינע שאלה?
וויאזוי שטייט אמעריקא שוין 250 יאר מיט די סעקאנד אמענדמענט, ווי יעדע בירגער קען האבן אין זיין באזיס א גאן, און פלוצלינג אין יאר 2022 דארף פלוצלינג ווערן געמאכט גאן קאנטראל געזעצן?
א גוטע שאלה.

אבער אויב העסטו געבן א בליק וויפל טויטע עס איז דא פון מאסן שיסערייען די לעצטערע יארן און עס ווערט נאר מער און מער בעל כרחך יענה אז סאיז נישט היינט ווי 250 יאר צוריק.
דאס איז א חלק פון די שאלה, פארוואס איז עס אזוי אנדערש געווארן.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פארוואס טארגעט מען טראמפ מער ווי אלע אנדערע פרעזידענטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

איך וויל פרעגן אן אנדערע שאלה, אויב 1) זענען אלע אימיגראנטן דראג דילער און מערדער, און זיי נעמען צו דיינע זשאבס, איז מיט וואס ביסטו באשעפטיגט רח"ל?
:shock:

נאך א שאלה, אויב די היספאניקער און קובאנער וואוטן ע"פ רוב מער רעכט גענויגט, צופאלט דיין גאנצע געביידע ווי שמשון הגיבור ביים אך הפעם ניגון.

מיין קאפ טוט וויי פון די הוילע פראפאגאנדע וואס דו האסט דא צוזאם גערעדט, נעם ארויס דאס ווארט "אימגראנטן" און שטעל אריין דאס ווארט "אידן" און קענסט אריין שטעלן די ארטיקל אינעם שטורמער, ווי האט נאר דער בריסקער ראש ישיבה געשריגן אויף זיין תלמיד, אפילו שטותים איז עס נישט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”