קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נארמאליזעם האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
שוין דא בילדער פון געפאנגענע רוסן אין ליימאן?
וואס איז מיט פרישע עקוויפמענט? האט רוסיא צוגעשטעלט עקוויפמענט פאר אוקריינע?
קודם איז שוין דא א קליפ פון א לאנגע רייע פארברענטע טראקס מיט סאלדאטן, רוסן וואס זענען געווען אויפן וועג ארויס פון ליימאן, אבער זענען געווארן גע'אמבושט.

אין כארקאוו האלט מען נאך אינאיין טרעפן טאנקן...
רבונו דעלמא כולא, אזוינע גראפישע ווידיאוס וואס עס קומען יעצט ארויס פון ליימאן איז שוין אפילו נישט געווען ביי די כארקאוו אפענסיווע.

די ראודס זענען אנגעלייגט מיט טויטע רוסן, אסאך רוסן זענען געשטארבן פון טרעטן אויף זייער אייגענע מינעס בשעת'ן צוריקטרעטן!

ווען די רוסן האבן ענדליך אנגעהויבן מאכן א קליינטשיגע רוקציג זענען שוין די ראודס געווען אונטער אוקריינער פייער קאנטראל. דאס מיינט אז די אוקריינער האבן שוין באוואכט די ראודס מיט ארטילעריע און גאנס אן קיין ווידערשטאנד אין די געגנט. סך הכל וואס זיי האבן געדארפט טון איינמאל די רוסן האבן זיך ארויסגעלאזט אויף יענע ראוד איז שיסן. א בלוטבאד.

ס'איז אויך צום שטוינען אז אסאך האבן זיך ווען פשוט געקענט אונטערגעבן און מיט דעם פארמיידן טויט, אבער ניין זיי האבן זיך אויסגעמאטערט מיט קעמפפן ביז די לעצטע טראפ כוח אז ביים אויפגעבן האבן זיי פשוט אנגעהויבן שפאצירן/פארן אויף די אפענע ראודס און פעלדער אן קיין זארג איבער די אוקריינער וואס שיסן אויף זיי. אסאך זענען ניטאמאל געלאפן, נאר פשוט שפאצירט ווי בלינדע פארבלאנדזשעטע אן באוואוסטזיין. אלעס פאר דעם בלוטדארשטיגן צאר פוטין.

אין די טעג פירנדיג צום עווענטועלע צוזאמענפאל פון ליימאן האבן די אוקריינער אויך געליטן שווערע פארלוסטן. זייער א בלוטיגע שלאכט געווען.

איך האב געזען א טראנסקריפט פון אן אויסלענדישע זעלנער וואס קעמפפט אין ליימאן (הגם וואס די אויטענטישקייט איז נישט מעגליך צו באשטעטיגן הונדערט פראצענט, זעט עס אבער אויס קראנט וויבאלד די טראנסקריפט איז ארויסגעקומען בעפאר די עמטליכע צוזאמענפאל און די ווידיאוס וואס באשטעטיגן וואס ער שרייבט). ער לייגט דארט אראפ ווי ער און זיין יוניט זענען אין די גרויסע צעמישעניש אפגעטיילט געווארן פון די מעין יוניט בשעת די בהלה פון די רוסן האט זיך אנגעהויבן. ער שרייבט אז זיי האבן געשאסן און געשאסן רוסן ביז זיי זענען (כמעט) אויסגעלאפן פון אמוניציע, האבן זיי אריינגעצויגן אין א וועלדל כדי זיך אפצורוען בעפאר'ן צוריקגיין צום צענטראלן קאמאנד צו באקומען פרישע אמוניציע.

ווען זיי זיצן אזוי אינ'ם וועלדל האלב פארשלאפן רוקן זיך אריין 6-7 רוסן וואס פרובירן צו זוכן אביסעלע שיץ פון אוקריינער פייער, אבער בעפאר וואס וואו ווען זענען זיי געווארן אראפגעמאלן דורך דעם אוקריינער יוניט.

ער שרייבט זייער שטארקע ווערטער "איך בין אויסגעמוטשעט.... איך בין קראנק פון הרג'נען אזויפיל מענטשן"

וויפיל מענטשן דארפן נעבעך שטארבן פאר'ן בלוטדארשטיגן פוטין און זיין זינלאזע רציחה?

וועגן איבערגעלאזטע עקוויפמענט און געפאנגענע איז נאכנישט דא קיין דאטא אדער ווידיאו, וועמיר מוזן ווארטן.

די טבע פון די רוסן איז בולט עד הסוף. אין די ווידיאוס זעט מען געוויסע וואס האבן געהאלטן אינמיטן אוועקפארן (בעפאר'ן ווערן אראפגעשאסן) מיט גע'גנב'טע ציווילע ווענס אנגעפאקט מיט פריוואטע נכסים פון ארטיגע איינוואוינער. אפילו זעקלעך פון אשר יצר פאפיר האבן זיי ארויפגעלאדנט.

עס איז מעגליך אז די שרעקליכע דורכפאל און בלוטבאד וועט האבן אן ענליכע אפעקט ווי מיר האבן געזען אין כארקאוו ווען די רוסן האבן אנגעהויבן אנטלויפן נאכפאר די אוקריינער זענען אנגעקומען צו זייערע פאזיציעס. לאמיר האפן.
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

ביים הויפטקווארטיר פון די רוסן אין ליימען קוקטס דעם גרויסן ברייטן שמייכעל.

מען ליידיגט אויס יעדע שמיץ פון רוסלאנד.
אטעטשמענטס
Screenshot_20221002_002950_Twitt.jpg
Screenshot_20221002_002950_Twitt.jpg (22.8 KiB) געזען 2350 מאל
Screenshot_20221002_003351_Twitt.jpg
Screenshot_20221002_003351_Twitt.jpg (21.85 KiB) געזען 2362 מאל
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

היכי תמצא האט געשריבן:
.
ש'כח פאר אלע דיינע באריכטן. ספעציעל דיין היסטארישע איבערזוכט ווען קאלאנעליזם און אימפעריעליזם. א געוואלדיגע ארבעט!
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

ישר כח קרית חנה מיט היכי פארן ברענגן די שיינע באריכטן
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

אוקריינע אין ליימען
אטעטשמענטס
20221001_235358.jpg
20221001_235358.jpg (19.26 KiB) געזען 2312 מאל
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מסתמא האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:

דאן וואס איז די אויפטוה פון ניצן אפילו א פיצי נוקלער באמבעלע? די רעידיאועקטיוו נאכווייען זענען פונקט אזוי פארהאן. עס ווערט א פארבאטענע טשערנאבל זאנע פאר די מענטשהייט.
נישט וואר
אין מיין מיינונג איז די גאנצע געדאנק פון א 'מינימאלע' נוקלעארע וואפן סתם טעארעטיש. יא, מ'קען אנגרייטן א נוקלעארע שפיץ וואס ברויך טעארעטיש נאר אויפרייסן אונטער איין קילאטאן וכדו', אבער וואס עס גייט ווירקליך פאסירן קען קיינער זאגן. אין מיין מיינונג האט עס גרעסערע שאנסן אויפצורייסן שטערקער ווי געשאצט. ספעציעל וויבאלד די ביסעלע טעסטס ווערן אויך נאר דורכגעפירט אין קאנטראלירטע ענווייראמענט, עס איז נישט שייך צו זאגן קלאר וואס עס גייט פאסירן ווען מ'רייסט דאס אויף אין א באוואוינטע געגנט אדער סיי וועלכע אומ-קאנטראלירטע ענווייראמענט.

דאס איז חוץ פון די פאקט אז אלע נוקלעארע שפיצן וואס מ'בויט זינט בערך 1961 איז נאר געבויט אויף מאטעמאטישע טעאריעס (ווען עס קומט צו זייער קראפט) וויבאלד מ'פירט שוין פאקטיש נישט דורך נוקלעארע פראבעס זינט דאן.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

היכי תמצא האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
שוין דא בילדער פון געפאנגענע רוסן אין ליימאן
ער שרייבט זייער שטארקע ווערטער "איך בין אויסגעמוטשעט.... איך בין קראנק פון הרג'נען אזויפיל מענטשן"
יישר כח היכי עס אללוועס
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

לויט ווי ס'קוקט מיר אויס איז געווען א באפעל פון ממש די העכסטע פענסטערס אז קיינער טאר זיך בשום אופן נישט אונטערגעבן וועגן דעם זעהט מען נאכנישט קיין סאך קליפס פון געפאנגענע סאלדאטן.
און טאקע וועגן דעםן איז דא מאסן טויטע זיי האבן מער געציטערט פון די געבערדעלטע קאדיראווס ענדערש זיך לאזן הרגענען.

----
נאך א נקודה יעצט אטאקירט יעדער די גענעראל וואס איז כלומר'שט געשטאנען אין שפיץ פון די ליימאן דיפענסיוו. פון איבעראל הערט מען אטאקעס, אזוי אויך אקעגן די מיניסטערי אף דעפענס, און לויט אלע אינטעלידזשענס און ווארשיינליכקייטן שטייט פוטין אן טאפ פון די מלחמה מיט אלע דעטאלן און בפרטיות ביי די ליימאן פראנט, און יעצט אז איבעראל אטאקירט מען די פירערס פון די ליימאן פראנט איז עס ממש ווי מ'רעדט אקעגן דעם פוטין.... און די מיניסטערי אף דעפענס ווייסט עס אויך און אלע ארומיגע..... מ'קען פשוט נישט יעצט ארויסקומען זאגן אז רעדסט נישט ווייל פוטין האט עס געפירט.

-----

זעה איך באריכטן אז מיט די ליימאן פאל וואס איז מער א העכערע פאזיציע גייט זיין גרינגער איינצונעמען קרימענע, לוסיטשאנסק, סעוןוערדאניעטצק.

און איינמאל לויסיטשאנסק און סעווערדאניעטצק איז צוריק ביי די אוקריינאר קען מען שיינערהייט ענסירקלען די וואגנער טעראריסטען אין באקמוט...

----
אינטערסאנט צו באמערקן די קאנטעראפענסיוו פון אוקריינא אין חערסאן האט זיך אנגעהויבן AUG 29 אין חארקוב SEP 6. און ביז OCT 1 האבן זיי שוין צוריקגעכאפט מאסן שטחים און סטראטעגישע האבס
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

כ’קען נישט פארשטיין פארוואס נעמען נישט דעי רוסישע סאלדאטן א טשענס זיך אינטערצוגעבן?
זיי וועלן דאך עני וועי געהארגעט ווערן אז נישט
ס’קען זיין פוטין האט געוואלט א בלוט בוד, צו באקומען שטיצע פאר א נוקלעארע אטאקע
מ’וועט נעמען א קרבן, און אויך א נוקלעארע אטאקע
ער זיכט בלויז בלוט ווייל ער ווייסט אז געווינען אנדערש קען ער נישט
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

לויט די מיינונג זאגערס דא אויפן וועלטל, ווען בערך גייט סיווערדאניעסק פאלן צו די אוקריינער? טעג? וואכן?

פינג: נקדימון, עולם אמת, נארמי, נאר אויף שמחות, היכי, אושפיזין
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

Stunned reactions keep coming in with respect to Ukraine reclaiming Lyman. Andrey Gurulyov, former deputy commander of Russia's southern military district, said he couldn't explain the defeat. He blamed in on a system of lies, "top to bottom" and was suddenly disconnected.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

איז דא א קלארע הסבר פארוואס די אוקריינאר קענען אזוי גרינג אריבערגיין ריווערס, און די רוסן מוטשענען זיך יעדע מאל און מיט גרויסע לאסעס?
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

מען דארף טוישן קעפל פון די מעין נייעס אשכול צי: "אוקריינא אינוואדירט רוסלאנד בלויז נייעס"
לעב און לאך א גוטס
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

בערגשטיין האט געשריבן:
לויט די מיינונג זאגערס דא אויפן וועלטל, ווען בערך גייט סיווערדאניעסק פאלן צו די אוקריינער? טעג? וואכן?

אושפיזין
ראנג מענטש...

---

ליימאן האט גענומען בערך דריי וואכן.

רוב רעפארטערס און אנאלעזירערס טענעההען אז איינמאל ליימאן איז געפאלן גייט די גאנצע מזרח צפון פראנטליין צופאלן און דאס מיינט אז לוסיטשאנק און סעווערדאניעטצק וועט שנעל פאלן דאס מיינט בערך אין די קומענדיגע צוויי וואכן.

אבער איך פערסאנעל כאפ נישט פונקטליך פארוואס און נאכדערצו די רוסן האבן זיך אנגעהויבן מער באפעסטיגן ארום די גרויסע שטעט אפילו טיפער פון די פראנט ליניעס זייט די חארקוב פאל, און מ'האלט שוין נאך די מאבעלעזעישאן.
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

שעמעדיגער האט געשריבן:
מען דארף טוישן קעפל פון די מעין נייעס אשכול צי: "אוקריינא אינוואדירט רוסלאנד בלויז נייעס"
;l;p-
חינוך האט געזיגט!
אמאל געווען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:47 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמאל געווען »

נישט גוטע פייל
חוט המשולש האט געשריבן:
דאס איז נאך פון פרייטיג צונאכטס,
ער זאגט, אז זיין מיינונג איז אז ליימאן וועט פאלן אין די ענד אויף די וויקענד, שפעטסטענס ביז מאנטיג.

***

robert terkla/speak the truth
די ענד פון די רוסישע מיליטער איז נאנט - cut
Sep 30, 2022
18:52
https://mega.nz/file/5n41jAIJ#aICCZq2ec ... duTb-SqFgc
אוועטאר
חוט המשולש
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט המשולש »

אמאל געווען האט געשריבן:
נישט גוטע פייל
חוט המשולש האט געשריבן:
דאס איז נאך פון פרייטיג צונאכטס,
ער זאגט, אז זיין מיינונג איז אז ליימאן וועט פאלן אין די ענד אויף די וויקענד, שפעטסטענס ביז מאנטיג.

***

robert terkla/speak the truth
די ענד פון די רוסישע מיליטער איז נאנט - cut
Sep 30, 2022
18:52
https://mega.nz/file/5n41jAIJ#aICCZq2ec ... duTb-SqFgc
פראביר דאס:
https://mega.nz/file/xvxiSSKA#aICCZq2ec ... duTb-SqFgc
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד
----------
האסט הנאה? יעצט איז דיין צייט ארויס ציווייזן דיין הכרת הטוב!!
א מהפכה אין די אידישע וועלט ברענגט א רעוואלוציע אויף אייוועלט!
https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יידישע קהילות האט געשריבן:
אנדערע זאגן אז דער געזונט צושטאנד פון איראן'ס סופרים רעליגיעזער פירער קאמעני איז גאר קריטיש און ער גייט נישט דורכמאכן די נעקסטע 48 שעה.
דאס גייט האבן א גרויסער עפעקט אין איראן גופא, ווי אויך גייט דאס אפעקטירן רוסלאנד-כינע.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

נאך די איזיום ריגרופינג......

ממש אזוי האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
איז עס נישט אביסעל צו גוט פאר די אוקריינער? וואס איך מיין ארויס צו ברענגען איז, איז עס נישט קיין רוסישע פאסטקע אויסגעשפרייט?
גא״מ

(מ איז פאר מרגיש)

איך בין אביסל סקעפטיש איבער די געווינסען. איך וואלט זיך זייער געפרייט אויב אלעס איז טאקע אזוי גלאנציג ווי עס קוקט אויס, אבער ליבי אומר לי אז מען איז נאך ווייט פון פארטיג. די רוסן גייען נישט אזוי שנעל אויפגעבן לגמרי. הלוואי בין איך נישט גערעכט.
למעשה......?
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

אושפיזין האט געשריבן:
נאך די איזיום ריגרופינג......

ממש אזוי האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
איז עס נישט אביסעל צו גוט פאר די אוקריינער? וואס איך מיין ארויס צו ברענגען איז, איז עס נישט קיין רוסישע פאסטקע אויסגעשפרייט?
גא״מ

(מ איז פאר מרגיש)

איך בין אביסל סקעפטיש איבער די געווינסען. איך וואלט זיך זייער געפרייט אויב אלעס איז טאקע אזוי גלאנציג ווי עס קוקט אויס, אבער ליבי אומר לי אז מען איז נאך ווייט פון פארטיג. די רוסן גייען נישט אזוי שנעל אויפגעבן לגמרי. הלוואי בין איך נישט גערעכט.
למעשה......?
מאניש וואלט געשריבן... ביפ....
פעטער ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 10:00 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער ברוך »

אושפיזין האט געשריבן:
נאך די איזיום ריגרופינג......

ממש אזוי האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
איז עס נישט אביסעל צו גוט פאר די אוקריינער? וואס איך מיין ארויס צו ברענגען איז, איז עס נישט קיין רוסישע פאסטקע אויסגעשפרייט?
גא״מ

(מ איז פאר מרגיש)

איך בין אביסל סקעפטיש איבער די געווינסען. איך וואלט זיך זייער געפרייט אויב אלעס איז טאקע אזוי גלאנציג ווי עס קוקט אויס, אבער ליבי אומר לי אז מען איז נאך ווייט פון פארטיג. די רוסן גייען נישט אזוי שנעל אויפגעבן לגמרי. הלוואי בין איך נישט גערעכט.
למעשה......?
די פאסטקע ווערט נאך גרעסער און גרעסער
איך קען נישט ספעלן די בעסטע. אבער קענסט מיך פאררעכטן.. שיק מיך א פריוואטע מעסעדזש!! שכח
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

היכי תמצא האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:

דאן וואס איז די אויפטוה פון ניצן אפילו א פיצי נוקלער באמבעלע? די רעידיאועקטיוו נאכווייען זענען פונקט אזוי פארהאן. עס ווערט א פארבאטענע טשערנאבל זאנע פאר די מענטשהייט.
נישט וואר
אין מיין מיינונג איז די גאנצע געדאנק פון א 'מינימאלע' נוקלעארע וואפן סתם טעארעטיש. יא, מ'קען אנגרייטן א נוקלעארע שפיץ וואס ברויך טעארעטיש נאר אויפרייסן אונטער איין קילאטאן וכדו', אבער וואס עס גייט ווירקליך פאסירן קען קיינער זאגן. אין מיין מיינונג האט עס גרעסערע שאנסן אויפצורייסן שטערקער ווי געשאצט. ספעציעל וויבאלד די ביסעלע טעסטס ווערן אויך נאר דורכגעפירט אין קאנטראלירטע ענווייראמענט, עס איז נישט שייך צו זאגן קלאר וואס עס גייט פאסירן ווען מ'רייסט דאס אויף אין א באוואוינטע געגנט אדער סיי וועלכע אומ-קאנטראלירטע ענווייראמענט.

דאס איז חוץ פון די פאקט אז אלע נוקלעארע שפיצן וואס מ'בויט זינט בערך 1961 איז נאר געבויט אויף מאטעמאטישע טעאריעס (ווען עס קומט צו זייער קראפט) וויבאלד מ'פירט שוין פאקטיש נישט דורך נוקלעארע פראבעס זינט דאן.
ביסט אפשר גערעכט, אבער @מסתמא איז אויך גערעכט.
מסתמא האט זיך באצויגן צו די ראדיציע, און פון א נוקלעארע אויפרייס (אפילו א סטראטעגישע און זיכער פון א טאקטיקל) ווערט נאכנישט קיין טשערנאבל זאנע. כמעט די גאנצע ראדיציע ווערט "אויסגענוצט" ביי די אויפרייס, אנדערש ווי א רעאקטער ליעק. קען זיין די אויפרייס און די שטח וואס ווערט חרוב איז טאקע גרעסער ווי גערעכנט, אבער נאר אין יענע שטח ווערט אלעס אפגעווישט אויף די מינוט. פון ארום איז כמעט גארנישט געשען. און אפילו אויף יענע פלאץ קען מען לעבן א שטיקל צייט שפעטער.
היראשימע און נאגאסאקי (ווי די ערשטע אטאם באמבעס האבן אויפגעריסן) זענען נישט קיין טשערנאביל. און א "פיצי נוקלער באמבעלע" וועט זיין נאך בעסער אויסגערעכנט און פארשפרייטן ווייניגער ראדיציע.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

Moscow admits,our troops have withdrawn from #Lyman"Due to the threat of being surrounded, Allied troops have withdrawn from Krasny Lyman to more advantageous positions." This was stated by the #Russian Defense Ministry, quoted by Interfax
:lol: :lol: 8.)
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

נארמאליזעם האט געשריבן:
נעכטן האט געדארפט פארקומען א גרויסע פרא רוסלאנד פראטעסט, אבער ווען סאיז געקומען די צייט פון אנהייבן האבן זיי זיך געטראפן מיט א ציבור וואס זיי האבן זיך נישט געראכטן......
לויט פאליציישע שאצונגן זענען אנגעקומען צום פראטעסט...................איין מענטש!!!
ווער איז עס געווען? טאקער?
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

אושפיזין האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:
מען דארף טוישן קעפל פון די מעין נייעס אשכול צי: "אוקריינא אינוואדירט רוסלאנד בלויז נייעס"
;l;p-
געווען יעצט און ארץ ישראל א רוסישע איד מיט זיין זוהן פאר ראש השנה געקומען צו זיין רבי'ן נאך ראש השנה האט ער געפרעגט זיין רבי צו ער קען צוריק פארען צו רוסיא אדער ער זאל מורא האבן .... זיין רבי האט אים גענפערט ווי לאנג אוקריינע גייט נישט אריין צו מאסקאווא דארף ער נאך נישט מורא האבן :grin:
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”