עפעס אנדערש האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:פון אמעריקע האט געשריבן:הרב צל, האו עבאוט די קומסט איינמאל פאר אלעמאל ארויס מיט א קלארע הסבר, וואס איז פראוד, וואס איז טשידען, און וואס איז קאלוזשען?
פראוד מיינט אז מען האט געפעלטשט די וואלן. ממילא זענען די וואלן נישט גילטיג.
טשיעדן מיינט אז מען טוט אומדערהערטע מעשים אשר לא יעשו. א שטייגער פון ווינקן און שמייכלן פאר רוסלאנד, טוה וואס דו האסט צו טאן, און איך בין דיין חבר. אדער צו לייגן דרוק אויף אוקריינע מיט טשיינע אז אין אויסטויש פאר גוטע זאכן זאלן זײ באשמיצן זיינע קעגנער.
קאלוזשען מיינט ממש בפירוש אפשמועסן מיט רוסלאַנד אז זיי זאלן אים העלפן געווינען, וואס הגם איך ווייס נישט אויב דאס איז בכלל א בפירוש'ע קריים, אדער וויפיל ערגער דאס איז פון ראשע איף יו ליסענינג, פארט איז אבער געלונגען פאר טראמפ צו מאכן דעם שמועס ארום דעם.
פראוד מיינט אז אז מען האט געפעלשט די וואלן. דאס הייסט אז מען זעט אז עס איז דא מער בעללאטס ווי רעגיסטרירטע וויילער. אז עס איז אריינגעקומען בעללאטס אויף א דאטום פאר עס איז געווארן ארויסגעשיקט. אז מען לייגט אריין בעללאטס פון נישט אמעריקאנע סיטיזענס, פון טויטע מענטשן, פון מענטשן פון אנדערע סטעיטס. אריינסקענען בעללאטס עטליכע מאל. אריינסקענען בעללאטס אן וועריפייען די חתימה. ממילא זענען די וואלן נישט גילטיג.
טשיעדן מיינט אז מען טוט אומדערהערטע מעשים אשר לא יעשו. א שטייגער ווי זאגן אז מען האט שוין געענדיגט ציילן פאר היינט און יעדער זאל אהיימגיין, און דערנאך ווען קיינער איז נישט דארט נעמט מען ארויס די קעסטלעך פון אונטערן טיש און מען ציילט ווייטער. אז מען זאגט אז מען שפארט צו די ציילונג צענטער ווייל עס איז דא א וואסער ליעק, בשעת עס הייבט זיך נישט אן. אז מען פארשטעלט די ציילונג צענטער מיט קארדבארדס אז מען זאל נישט קענען זען וואס מען טוט. אזוי אויך אויב מען לאזט ארויס א שמועה אז דער אנדערע קאנידאט האט געהיימע פארבינדונגען מיט רוסלאנד בעת עס הייבט זיך נישט אן.
קאלוזשען מיינט ממש בפירוש אפשמועסן מיט טשיינע אז זיי זאלן נישט ארויסגעבן וואסערע קיקבעקס די קאנדידאט האט באקומען פון זיי. אדער אפשמועסן מיט אלע סאציאלע מידיע נעצן אז ווער אומער עס דערמאנט נאר די נאמען האנטער ביידען ווערט פארקנאקט.
איך עגרי אויף אלע דריי!
די ערשטע איז נאר שטייצעך קיינמאל פארגעקומען, נאר איינער, א 70+ יעריגער בעיבי, איז זיך נוגע צו טענטראמפן ווען ער פארלירט וואלן, אנגעהויבן מיט אייאווע צו קרוז, און זיינע מיליאנען פאנאטישע אדער "אומוויסנדיג אין די ענינים" שטיצער, שרייען נאך זיינע שטותים והבלים.
די צווייטע, איך רעד פון די דזשארדזשיע מעשה, די אנדערע איז סתם דאמירן בעלמא, איז א אומדערהערטע מעשה וואס האט נישט געטארט פארקומען, אבער דא עקא אז עס איז דא פוטעדזש פון די גאנצע מעשה, וואס מען האט געוויזן פאר דעם טראמפ קאמפיין בשעתו, ווי מען ציילט למעשה נאר כשר'ע בעלאטס.
די דריטע איז פשוט לעכערליך צו מיינען נאך די לעצטע פאר וואכן אז ביידן האט אונטערן טיש דיעל'ס מיט כינע אדער די מידיע, ווער רעדט נאך סאציאלע מידיע, איר זענט לכאורה געווען אינגאנצן פארנומען מיט תשובה און תיקון המעשים, און אריינכאפן צו טאן השתדלות פאר פרנסה אין די פאר טעג בין יום טוב ליום טוב, אבער אויב איר וואלט מיטגעהאלטן נייעס, וואלט איר נישט נאכגעזאגט אפילו אזאלעכע זאכן.