אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אייער מיינונג איבער די קאוויד וואקסין

איך בין בכלליות אנטי וואקסין
18
3%
איך בין פראו די קאוויד וואקסין
58
9%
איך בין פראו א קאוויד וואקסין מענדעיט
20
3%
איך בין אנטי א קאוויד וואקסין מענדעיט
111
17%
סאיז נישט געווען קיין געהעריגע סטאדיס אויף די קאוויד וואקסין, סאיז געווען צי געאיילט
43
7%
סאיז יא געווען געהעריגע סטאדיס, מדרייט סתם א קאפ
29
4%
די וואקסין איז נישט זיכער אזוי אפעקטיוו ווי נאטורליכע אימיוניטי
68
10%
די וואקסין איז נאך אזוי אפעקטיוו ווי נאטורליכע אימיוניטי
20
3%
מיך באדערט אז מנעמט נישט אין חשבון די נאטורליכע אימיוניטי
84
13%
מנעמט פיין אין חשבון נטורליכע אימיוניטי
11
2%
פרייהייט פליט נישט פון די פענסטער ווייל דו ווילסט פארזיכערן א לאנד פון קאוויד
81
12%
פרייהייט פליט יא פון פענסטער ווען סקומט צו קאוויד
26
4%
די מענדעיט איז אסאך שארפער און שטרענגער ווי געווענטליכע וואקסין מענדעיטס
61
9%
די מענדעיט דארף זיין שארפער ווי געווענטליך ווייל צופיל מענטשן ווילן נישט נעמען די וואקסין
20
3%
 
סך הכל שטימען: 650

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

לאור ביידענס מענדעיט לאמיר מאכן אקעטעס איבער די קאוויד וואקסין, גאר אסאך וואס זענען בדרך כלל פראו וואקסינען זענען יעצט אנטי די קאוויד וואקסין מעדעיט, לאמיר זעהן וואס דער עולם האלט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

געוואוט
1)פראו קאוויד וואקסין

2)די וואקסין איז נישט זיכער אזוי אפעקטיוו ווי נאטורליכע אימיוניטי (אלע סטודיס זענען דאס מודה די שאילה איז נאר אויב צוזאמען איז עס שטערקער)

3)מיך באדערט אז מנעמט נישט אין חשבון די נאטורליכע אימיוניטי

4)פרייהייט פליט נישט פון די פענסטער ווייל דו ווילסט פארזיכערן א לאנד פון קאוויד
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די לעצטע אפציע האב איך געוועלט, אבער נישט ווייל צופיל מענטשן ווילן עס נישט נעמען נאר ווייל ס'א שטארקע סכנה
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

איך האב איין זאך וואס באדערט מיר. ארץ ישראל איז די שטערקסטע וואקסינירט און עס קאווידעט דארט אין גרויסן וואס איז פשט?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך האב איין זאך וואס באדערט מיר. ארץ ישראל איז די שטערקסטע וואקסינירט און עס קאווידעט דארט אין גרויסן וואס איז פשט?

מען האט שוין געפסקנט אז אזא שאלה לייגט דיר אריין אין די אנטי וואקסער קאטעגאריע, במילא דארף מען דיר שוין נישט ענטפערן...
נישט מיינע ווערטער בערך דאס האט איינער געענטפערט אין די שכנותדיגע אשכול
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

און די USPS ארבייטער וואס זייער יוניאן איז געווען פון די שטערקסטע ביידען וויילער שטיצער, זיי דארפען זיך נישט וואקסינירען...

איך שטעל מיך פאר אז דאס איז צוליב די אורזאך, אז אויב איז די גאנצע לאנד וואקסינירט, דאן האבען זיי נישט פון וועם עס איבערכאפען...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

מים חיים האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך האב איין זאך וואס באדערט מיר. ארץ ישראל איז די שטערקסטע וואקסינירט און עס קאווידעט דארט אין גרויסן וואס איז פשט?

מען האט שוין געפסקנט אז אזא שאלה לייגט דיר אריין אין די אנטי וואקסער קאטעגאריע, במילא דארף מען דיר שוין נישט ענטפערן...
נישט מיינע ווערטער בערך דאס האט איינער געענטפערט אין די שכנותדיגע אשכול


איך בין גאר ווייט פון א אנטי וועקסער, איך וואקסיניר אלע מיינע קינדער, איך האב אסאך שעות זיך געטענהט מיט די אנטי'ס ווייל זיי זענען באמת נישט גערעכט. אבער די קשיא איז גאר א שטארקע. די תירוץ איז לכאורה ווייל די וואקסין לויפט נישט נאך אלע נייע סטרעינ'ס, די קשיא בלייבט נאר פארוואס מען שטיפט עס נאך אזוי שטארק
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איין תירוץ איז אז ארץ ישראל איז נישט אזוי שטארק וואקסינירט ווי מען מיינט, זיי זענען טאקע די שנעלסטע אנגעקומען צו א שיינעם פראצענט, אבער געבליבן דארט סטאק.

והשנית, אין פלארידע שטארבן יעצט מער מענטשן ווי אין ארץ ישראל אויך ווען מען קוקט לויט די באפעלקערונג.

דריטענס ווי געשריבן אין אנדערן אשכול, פארלירט מען מיט די צייט די אנטיבאדיס, וואס מאכט אז מען קען עס שנעלער באקומען. (אבער מען בלייבט מיט אימיוניטי לגבי שווער קראנק ווערן.) און מהאי טעמא געבט מען דארט יעצט א דריטע שאט, וואס ביידן וויל טאקע איינפירן דא אויך.

קען זיין אז עס איז דא נאך הסברים.

-------

איך פארשטיי אז די יו עס פי עס איז נישט אונטערגעווארפן אונטער ביידן אלס רעגירונג ארבעטער, ממילא זענען זיי נישט אין דעם רעגירונג ארבעטער מאנדאט, אבער יא אונטער דעם גרעסערע ביזנעסער מאנדאט, אבער עס איז טאקע נישט אזוי קלאר דערווייל, און אויב נישט, ברויך עס א תיקון גדול.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

פ"וו זאל USPS נישט זיין קיין רעגירונג קאנטראקטער?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

גיי פארשטיי האט געשריבן:פ"וו זאל USPS נישט זיין קיין רעגירונג קאנטראקטער?

זיי זענען אפשר יא, קוקט אויס א אנדערע סיבה.

https://www.dailywire.com/news/biden-ex ... m-objected

biden exempts postal service from vaccine mandate comes after union that endorsed him objected
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך ווייס נישט פונקטליך דעם פארדרייטן סיסטעם.

דאס ווייס איך יא, אז ביידן האט נאכנישט באוויזן צו ווארפן לואיס דעדזשוי, מיט וועם די דעמאקראטן האבן זיך געריסן ביי די וואלן. ער האט נאכנישט גענוג באורד מעמבערס פאר דעם.

עניוועי, יעצט זעה איך, און איך שרייב עס אויך אין אנדערן אשכול, אז זיי זענען יא אונטערגעווארפן אונטער דעם אושע מאנדאט.

דעם דעלי ווייער גלייב איך קיין ווארט.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

צל עובר האט געשריבן:
דעם דעלי ווייער גלייב איך קיין ווארט.

קיין פראבלעם, נאר געברענגט פונעם אנדערן אשכול, נישט קיינאנונג וואס שטייט דארט..
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

איינס פאר די לעצטע אפציע מאכט א חוכא וטלולא פון די גאנצע אנקעטע און ווייזט וויפיל איי קיו ליגט אין די איבעריגע

סיריעסלי? ס'דאך נישטא ניטאמאל א מאנדאט, און ס'איז נאך די שטרענגסטע פון אלע מאנדאטן?..
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער א קאמפלעצירטע אנקעטע

פארוואס נישט א סימפל שאלה

ביזטו אין אלגעמיין פראו וואקסין אבער אנטי קאוויד וואקסין מאנדאט?
ביזטו אין אלגעמיין פראו וואקסין און פראו קאוויד וואקסין מאנדאט
נישט קיין חילק ווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 11:34 am

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין חילק ווער »

איך גלייב מען האט שוין גערט דא אויפן וועלטל וואס איז די תרץ אז מען נעמט נישט אין חשבן נאטורליכע אימיוניטי
די פאקט איז אז מען הערט דא דארט אז מ’באקימט קאוויד נאך די וואקסין נאר עס איז נאך אלץ הילףבאר פין שטארקע קרענק פיין איך בין מאסקים
אבער נאך נאטורליכע אימיוניטי איז כמעט נישט דא ווער עס באקימט עס א צווייטער מאל אין אז יא איז עס הילףבאר פין שטארקע קרענק אויב אזוי היינו הך
איי די אימיאנטי ווערט שוואכער נאך אפאר חדשים אקע דאס איז דאס עכ”פ זיכער ביי די וועקסין.

איך כען נישט ארויס קריכען מיט דעם, קען איינער פין די דעמאקראטען דאס מברור זיין ש’כוח.
איך וואלט שוין לאנג גענימען די וואקסין ווען נישט כל הנ”ל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מצב כללי האט געשריבן:זייער א קאמפלעצירטע אנקעטע

פארוואס נישט א סימפל שאלה

ביזטו אין אלגעמיין פראו וואקסין אבער אנטי קאוויד וואקסין מאנדאט?
ביזטו אין אלגעמיין פראו וואקסין און פראו קאוויד וואקסין מאנדאט

ווער האט געמאכט א מאנדאט?
Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shuli »

און אלגעמיין נעם/געב איך וואקסינען ווייל מיין דוקטאר הייסט

די קאוויד וואקסין וועל איך נישט נעמען ווייל מיין דוקטאר זאגט אויב איך האב נאך אנטי באדיס פעלט עס נישט אויס

———

@צל אויב דיין דוקטאר זאגט אז עס פעלט נישט אויס וואלסטו אים געפאלגט?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

וואס איז פשט פון די אלע אנקעטעס, ווען יעדער ווייסט גאנץ גוט וואס רוב עולם דא האלט?
פוצה פה ומצפצף
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך האב איין זאך וואס באדערט מיר. ארץ ישראל איז די שטערקסטע וואקסינירט און עס קאווידעט דארט אין גרויסן וואס איז פשט?

מען האט שוין געפסקנט אז אזא שאלה לייגט דיר אריין אין די אנטי וואקסער קאטעגאריע, במילא דארף מען דיר שוין נישט ענטפערן...
נישט מיינע ווערטער בערך דאס האט איינער געענטפערט אין די שכנותדיגע אשכול


איך בין גאר ווייט פון א אנטי וועקסער, איך וואקסיניר אלע מיינע קינדער, איך האב אסאך שעות זיך געטענהט מיט די אנטי'ס ווייל זיי זענען באמת נישט גערעכט. אבער די קשיא איז גאר א שטארקע. די תירוץ איז לכאורה ווייל די וואקסין לויפט נישט נאך אלע נייע סטרעינ'ס, די קשיא בלייבט נאר פארוואס מען שטיפט עס נאך אזוי שטארק

די קשיא איז נאך שטערקער ווייל נאטורליכע אימיוניטי באקעמפט יא די נייע סטרעינס (לויט די איזרעילי שטודיעס) אבער סקען נישט זיין וועגן חכם פוטשי (אין אויך די טיפשים דאהי אין קיובעק) האבן נאכנישט אזוי איינגעזען...
ואני בתומי אלך.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

Mezofzef האט געשריבן:וואס איז פשט פון די אלע אנקעטעס, ווען יעדער ווייסט גאנץ גוט וואס רוב עולם דא האלט?

א אשכול מיט אנקעטעס איז מער פאן..
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

1) איך בין אנטי א קאוויד וואקסין מענדעיט
2) פרייהייט פליט נישט פון די פענסטער ווייל דו ווילסט פארזיכערן א לאנד פון קאוויד

איך בין נישט קיין אנטי וואקסער, איך, מיין בני בית, און אלע מיינע קינדער זענען פולי אפ טו דעיט מיט אלע וואקסינען, ווען איך וואלט ווען נישט געהאט קאוויד וואלט איך לכאורה גענומען דעם וואקסין, כ'האב אפי' געשטיפט מיין טאטע עס צו נעמען.

א מענדעיט וואס אינקלוד אפי' מענטשן וואס האבן שוין געהאט קאוויד איז אבער טאטעלי נישט ריכטיג, און די סיבה איז ווייל אמעריקע האט א סיסטעם פון פרייהייט און דאס אנהאלטן איז וויכטיגער ווי פארזיכערן אז קאוויד ווערט נעלם, אזא מענדעיט גייט אנקעגן די אמעריקאנע סיסטעם פון פרייהייט.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

1)איך בין אנטי א קאוויד וואקסין מענדעיט
2) די וואקסין איז נישט זיכער אזוי אפעקטיוו ווי נאטורליכע אימיוניטי
3) מיך באדערט אז מנעמט נישט אין חשבון די נאטורליכע אימיוניטי
4) פרייהייט פליט יא פון פענסטער ווען סקומט צו קאוויד (קען זיין אין ניו יארק נישט)
5) די מענדעיט איז אסאך שארפער און שטרענגער ווי געווענטליכע וואקסין מענדעיטס

איך וויל נאר פארשטיין (מער ווי) איין זאך, אז סאיז דא א ווירקזאמע וואקסין זאל ווער עס שפירט ער איז אין א סכנה גיין נעמען דעם וואקסין, פארוואס דארף איך עס יעצט נעמען??
אי משום דורות הבאים, וועט עניוועי לכאורה גיין אויף די מעניו צוזאמען מיט אלע אנדערע...
(איך האב געטראכט צו שרייבן אן הבהרה אז איך מיט די וויב און קינדער זענען פול וואקסינירט ווייל איך בין נישט אנטי, אבער איך זעה אז עס העלפט סייווי נישט...)
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

Mezofzef האט געשריבן:וואס איז פשט פון די אלע אנקעטעס, ווען יעדער ווייסט גאנץ גוט וואס רוב עולם דא האלט?

מען ווייסט עס טאקע פון די אנקעטעס, נישט יעדער איז גרייט צו שרייבן זיין מיינונג און זיין אויסגעשטעלט צו חיצים ובליסטראות
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

מים חיים האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:וואס איז פשט פון די אלע אנקעטעס, ווען יעדער ווייסט גאנץ גוט וואס רוב עולם דא האלט?

מען ווייסט עס טאקע פון די אנקעטעס, נישט יעדער איז גרייט צו שרייבן זיין מיינונג און זיין אויסגעשטעלט צו חיצים ובליסטראות

איך האב שוין נעכטן געבעטן איינער זאל מיר ווייזן ווער עס האט געכאפט חיצים, און פון וועם.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטעס איבער די קאוויד וואקסין - לאור ביידענס מענדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Mezofzef האט געשריבן:וואס איז פשט פון די אלע אנקעטעס, ווען יעדער ווייסט גאנץ גוט וואס רוב עולם דא האלט?

עס זעט בכלל נישט אויס ווי יעדער ווייסט. ביי פילע, ווער עס האלט עניטינג אנדערש פון וואס די גאווערמענט שטעלט פאר, איז גלייך אפגעסטעמפלט אלס אנטי וועקסער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”