דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ס'שטימט מיט די יארגענג? דאכט זיך מיר אז איבערוואגיגקייט איז אין גרעסערע פראצענטן ביים אינגערן דור, און שפיטאליזאציעס איז בעיקר געווען עלטערע. שטימט ס'חשבון?

די שטעלסט צירוק מיין קשיא, איא?
ואני בתומי אלך.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

יש ברירה האט געשריבן:אויפן ערשטן בליק וואלט איך געזאגט אז די טשארט צוטיילט עס. אויב מען רעכנט צוזאם די פראצענט פון איבערוואגיג און אביסיטי באקומט מען דעם ס"ה ציפער.

שטימט.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:קען טאקע זיין א גוטע ביישפיל פון א שטודיע וואס קוקט אויס צו די זאך אבער איז באמת נארישקייטן

74% פון אמעריקע זענען אווערוועיט.... אוודאי זענען אומגעפער די זעלבע צאל מענטשן אין שפיטאל געווען אווערוועיט
https://www.google.com/amp/s/www.washin ... utType=amp

ס'שטימט מיט די יארגענג? דאכט זיך מיר אז איבערוואגיגקייט איז אין גרעסערע פראצענטן ביים אינגערן דור, און שפיטאליזאציעס איז בעיקר געווען עלטערע. שטימט ס'חשבון?

גוטע פראגע... כ'האב נישט דורכגעטאן די נושא נאר געמאכט אן אבזערוואציע.

אינפארמאציע איבער איבערוואגיגקייט טרעף איך נישט דארט צוטיילט לויט די יארגאנג, אבער אביסיטי האבן זיי יא און עס צייגט נישט קיין עכטע חילוק צווישן די יארגאנג. אין פאקט, עס איז עטוואס ערגער ביי די עלטערע ווי ביי די יונגערע.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210912-101735_Chrome.jpg
Screenshot_20210912-101735_Chrome.jpg (661.3 KiB) געזען 741 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: ברעיקינג: ביידן מאכט קאוויד וואקסין מאנדאט א געזעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

הײמישער זײגער האט געשריבן:


45.JPG


גערעכט איך האב פארזעהן דעם חלק.

קענסט מיר ביטע שאפן Exhibit D וואס דארט איז איר פולע סטעיטמענט? איך האב עס פרובירט צו זוכן און איך קען עס נישט טרעפן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג: ביידן מאכט קאוויד וואקסין מאנדאט א געזעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

;
קאמפאט האט געשריבן:
בליץ האט געשריבן:איינער קען מיר עקספלעינן די טשארט?
איבער צוויי פראצענט מענטשן וואס האבן גענומען די שאט שטארבן? אלזא עס איז שוין געשטארבן א האלב מיליאן מענטשן אין אמעריקע פון די וואקסין?

נאך אסאך מער.

א שטודיע האט געוויזן אז בלויז איין פראצענט ווערט באריכטעט, אין די אפיציעלע באריכטן זאגן שוין איבער זיבן טויזענט טויטפעלער.

;l;p- :lol:
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קאנסאלטענט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ס'שטימט מיט די יארגענג? דאכט זיך מיר אז איבערוואגיגקייט איז אין גרעסערע פראצענטן ביים אינגערן דור, און שפיטאליזאציעס איז בעיקר געווען עלטערע. שטימט ס'חשבון?

די שטעלסט צירוק מיין קשיא, איא?

דאס האב איך אומסוקסעספול פראבירט צו טון
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אוודאי איז אביסיטי ערגער ווי עלטער מען ווערט, פוק חזי
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

א נקודה למחשבה, מעין פון וואס אנדערע האבן שוין געשריבן

די טענה אז די וואקסינירטע שטעקן אן די אומוואקסינירטע איז יעצט כמעט ווי ארויסגעווארפן פון פענסטער, ווייל מ'זעהט נישט אזא גרויסע חילוק אין די צאל קעיסעס צווישן וואקסינירטע און אומוואקסינירטע, די טענה גייט נאר אז די אומוואקסינירטע ווערן ענדערש קראנק און קומען אן אין שפיטאל און מאכן אז די שפיטעלער זאלן ווערן איבערגעפולט און נישט קענען באהאנדלען קיין פאציענטן, ממילא טאר מען זיי נישט אריינלאזן אין רעסטוראנטען וכדו' זיי זאלן נישט קראנק ווערן און איבערפילן די שפיטעלער, איי דיסקרימינאציע? ער האט אלע ברירות זיך צו וואקסינירן, און אויב מחמת א מעדעצינישע סיבה קען ער עס נישט נעמען זאל ער נעמען א מעדיקעל עקזעמפשאן

די CDC זאגט (https://www.cdc.gov/obesity/data/obesit ... id-19.html) אז מענטשן וואס זענען איבערוואג זענען אויף א העכערע ריזיקע צו באקומען אן ערענסטע פאל פון קאוויד-19 און אנקומען אין שפיטאל, א"כ דארף מען אסר'ן מענטשן וואס זענען איבערוואג אריינצוגיין אין רעסטוראנטס וכדו' אז זיי זאלן נישט קראנק ווערן און איבערפילן די שפיטעלער, איי דיסקרימינאציע? ער האט אלע ברירות צו גיין אויף דייעט און אויפהערן אריינצוריקן מכל הבא ליד, און אויב האט ער א געוויסע קרענק וואס מאכט אים זיין איבערוואג זאל ער נעמען א מעדיקעל עקזעמפשאן אז ער קען נישט גיין אויף דייעט
איך מיין אז די צווייטע פארשטייט יעדער אז דאס איז נישט נארמאל, דארף מען נאר פארשטיין מאי שנא?
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4044
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: ברעיקינג: ביידן מאכט קאוויד וואקסין מאנדאט א געזעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

אינטרעסאנט צו מאכן א שטיקל חזרה אויף חלקים פונעם אשקול:

בעריש'ל האט געשריבן:ווען דו זאגסט אז דער וואקסין האט א פראגע צייכן נישט קיין חילוק וועלכע, מזל טוב! ביסט א אנטי וואקסער. 1+1 = 2


די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:האט נישט קיין שום קשיות, מען זיכט פון אונטער די ערד קשיות, זיי זענען געווען אנטי נאך פאר עס איז ארויסגעקומען.


מטעמים האט געשריבן:איך חלש אריינצורעדן אין די נושא אבער וואס זאל איך טוהן אז די דעבאטע צימער איז שוין פוהל מיט ליבעראלע קאנאנען וואס האלטען שוין טיף אינמיטען די עבודת הקודש פון באשולדיגען יעדער וואס איז נישט מסכום צו זייער אגענדע מיט ראסיזעם, האלאקאוסט דענייערס און אלס קליימעט טשעינדזש ברענגערס ווס די פרישע און גאר געשמאקע פעיווארט נייע גרופע: די אנטי וועקסערס.


Mezofzef האט געשריבן:פאר דו באשולדיגסט מיט באשולדיגן, אפשר זיי אזוי גוט און ווייז מיר אן וי איינער איז באשולדיגט געווארן אין עפעס.


בעריש'ל האט געשריבן:בלא בלא בלא, א גאנצן טאג היינט האב איך געהערט אינגעלייט וואס האבן נישט גענומען דעם וואקסין, און נאך לעצטע וואך געהאמערט קעגן דאקטעריי, און פאראיאר געשלינגען היידראקסי ווי קאווע, אבער היינט:

״איך בין פרא וואקסין אבער קעגן דאס געזעץ״.
בלא בלא בלא
א פשוטע ליגנט.


מ'דארף ארויסברענגען לשבח די ניקס וואס האבן פראבירט ענפערן און רעדן צו די זאך, צוויי תירוצים וואס איך נעם ארויס איז 1) מיזעלס פארטיס (איך פארשטיי נישט די תירוץ, אבער פארט איז עס א ענפער), און 2) נאטירלעך + וואקסין איז סך שטערקער.

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:דר. פאוטשי איז געפרעגט געווארן אויף CNN איבער די שטודיע וואס איך האב דא געברענגט, וואס זאגט אז נאטירלעכע אימיונעטי איז גאר שטערקער פון די וואקסין, און פארוואס מענטשן וועלכע האבן שוין געהאט קאוויד ברויכן נעמען דעם וואקסין, אט איז די טראנסקריפט פונעם שמועס:

GUPTA: And just real quickly, there was a study that came out of Israel about natural immunity, and basically, the headline was that natural immunity provides a lot of protection, even better than the vaccines alone.

What do people make of that? So as we talk about vaccine mandates, I get calls all the time, people say, I've already had COVID, I'm protected. And now the study says maybe even more protected than the vaccine alone. Should they also get the vaccine? How do you make the case to them?

FAUCI: You know, that's a really good point, Sanjay. I don't have a really firm answer for you on that.. That's something that we're going to have to discuss regarding the durability of the response.

The one thing that paper from Israel didn't tell you is whether or not as high as the protection is with natural infection, what's the durability compared to the durability of a vaccine? So it is conceivable that you got infected, you're protected, but you may not be protected for an indefinite period of time.

So, I think that is something that we need to sit down and discuss seriously, because you very appropriately pointed out, it is an issue, and there could be an argument for saying what you said.



סאו, סך הכל, פארוואס זאל איך נעמען דעם וואקסין אויב איך האב געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד, און פאזיטיוו פאר אנטי באדיס?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Who knows האט געשריבן:א נקודה למחשבה, מעין פון וואס אנדערע האבן שוין געשריבן

די טענה אז די וואקסינירטע שטעקן אן די אומוואקסינירטע איז יעצט כמעט ווי ארויסגעווארפן פון פענסטער, ווייל מ'זעהט נישט אזא גרויסע חילוק אין די צאל קעיסעס צווישן וואקסינירטע און אומוואקסינירטע, די טענה גייט נאר אז די אומוואקסינירטע ווערן ענדערש קראנק און קומען אן אין שפיטאל און מאכן אז די שפיטעלער זאלן ווערן איבערגעפולט און נישט קענען באהאנדלען קיין פאציענטן, ממילא טאר מען זיי נישט אריינלאזן אין רעסטוראנטען וכדו' זיי זאלן נישט קראנק ווערן און איבערפילן די שפיטעלער, איי דיסקרימינאציע? ער האט אלע ברירות זיך צו וואקסינירן, און אויב מחמת א מעדעצינישע סיבה קען ער עס נישט נעמען זאל ער נעמען א מעדיקעל עקזעמפשאן

ערגעץ וואו אין לויף פון דעם אשכול, אדער איינע פון די אנדערע אשכולות איבערן נושא האב איך געזען דאטא וואס צייגט אז וואקסינירטע שטעקן אן מיט א היבשע פראצענט ווייניגער, כ'געדענק נישט וואו
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג: ביידן מאכט קאוויד וואקסין מאנדאט א געזעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פון אמעריקע האט געשריבן:סאו, סך הכל, פארוואס זאל איך נעמען דעם וואקסין אויב איך האב געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד, און פאזיטיוו פאר אנטי באדיס?

מטעם די רעגירונג? פאוטשי גייט האבן א מיטינג דערוועגן. מטעם דיין דאקטאר? טו וואס ער ראט דיר
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

פראפיילינג איז קיינמאל נישט קיין גוטע איידיע. אפגערעדט אז די טענה אז "ער האט אלע ברירות צו גיין אויף דייעט" איז זינלאז בכלל, אויב דו האסט שוין אמאל פרובירט צו גיין אויף דייעט אדער מיטגעהאלטן ביי א נאנטן.

בכלל איז דער טערמין "איבערוואגיג" מיסליעדינג, דאס איז בכלל נישט דער גורם פאר קאוויד, נאר די פארשידענע מחלות פון וואס טייל איבערוואגיגע ליידן (פארשטייט זיך רוב יונגע און געזונטע איבערוואגיגע מענטשן האבן נישט די אישו).
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4044
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: ברעיקינג: ביידן מאכט קאוויד וואקסין מאנדאט א געזעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:סאו, סך הכל, פארוואס זאל איך נעמען דעם וואקסין אויב איך האב געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד, און פאזיטיוו פאר אנטי באדיס?

מטעם די רעגירונג? פאוטשי גייט האבן א מיטינג דערוועגן. מטעם דיין דאקטאר? טו וואס ער ראט דיר


מיין שאלה איניש וואס איך זאל טהון, מיין שאלה איז פארוואס די רעגירונג פארלאנגט עס פון מיר, ווייל פאוטשי גייט האבן א מיטינג? וואס ענפערסטו דא?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג: ביידן מאכט קאוויד וואקסין מאנדאט א געזעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:סאו, סך הכל, פארוואס זאל איך נעמען דעם וואקסין אויב איך האב געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד, און פאזיטיוו פאר אנטי באדיס?

מטעם די רעגירונג? פאוטשי גייט האבן א מיטינג דערוועגן. מטעם דיין דאקטאר? טו וואס ער ראט דיר


מיין שאלה איניש וואס איך זאל טהון, מיין שאלה איז פארוואס די רעגירונג פארלאנגט עס פון מיר, ווייל פאוטשי גייט האבן א מיטינג? וואס ענפערסטו דא?

אז פאוטשי האט נאכנישט באשטעטיגט די דאטא.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אזויווי פון אמעריקע זאגט, איך האב א צעטל אז איך האב אנטי באדיס אבער צוליב א גזירה און א חשש דארף איך מיר לאזן שטעכן, ווייל האבן א פראגע אויף די וואקסין איז דאך אסור במילא איז נישט דא קיין סיבה נישט צו נעמען, גייט מען גוזר זיין א גזירה משום מיזעלס פארטי
:roll: :roll:

האקט מיט אן אנדערע הסבר, אז די בירוקראטיוע דארף באשטעטיגן די דעטע, פאר דערווייל דארפסטו זיך שטעכן
בעיביסיטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

Re: ברעיקינג: ביידן מאכט קאוויד וואקסין מאנדאט א געזעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעיביסיטער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:סאו, סך הכל, פארוואס זאל איך נעמען דעם וואקסין אויב איך האב געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד, און פאזיטיוו פאר אנטי באדיס?

מטעם די רעגירונג? פאוטשי גייט האבן א מיטינג דערוועגן. מטעם דיין דאקטאר? טו וואס ער ראט דיר


מיין שאלה איניש וואס איך זאל טהון, מיין שאלה איז פארוואס די רעגירונג פארלאנגט עס פון מיר, ווייל פאוטשי גייט האבן א מיטינג? וואס ענפערסטו דא?

אז פאוטשי האט נאכנישט באשטעטיגט די דאטא.

אכצן חדשים נאך די וויירוס און צען חדשים נאך די וואקסין גייט ער אריין קוקן דערין אבער ביז דערווייל זאל זיך יעדער שטעכן אפילו ווער ס'האט אנטי באדיס ?
מיים חיים האקט ענדליך
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

קאנסאלטענט האט געשריבן:אין דזשענערעל א קשיא וועגן קאוויד, (אויב סאיז נישט די ריכטיגע אשכול דאן זאל מען "שוין" פארמעקן)

זלמן ווידער באריכטעט דא אז פיציענטן וואס האבן געהאט שרעק (געטריבן פון די מידיא) האט די שרעק געשפילט א ראלע אין זייער טויט, ביי מיר מיינט עס אז בעצם וואלטן זיי עס געקענט אדורך מאכן נאר די דמיון און שרעק פארמאגט כידוע א גרויסן כח.

רעטאריש.

אפשר קען מען זאגן די זעלבע אויף אלע געשטארבענע פון די וואקסין? אסאך מענטשן וואס האבן עס גענומען האבן ממש געציטערט דערפון. לכבוד...

--
איך בין אגב מודה, אז פאניק פארערגערט. אויף וויפיל, ווייס איך נישט. איך האלט אבער אז פאניק איז געווען אומפארמיידבאר. ווען מענטשן שטארבן רעכטס און לינקס ווערט א פאניק. און איך גיי נישט אננעמען אז 'דאס גאנצע געשטארבערכץ' איז געווען וועגן פאניק. דאס שוין נישט.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4044
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: ברעיקינג: ביידן מאכט קאוויד וואקסין מאנדאט א געזעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:סאו, סך הכל, פארוואס זאל איך נעמען דעם וואקסין אויב איך האב געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד, און פאזיטיוו פאר אנטי באדיס?

מטעם די רעגירונג? פאוטשי גייט האבן א מיטינג דערוועגן. מטעם דיין דאקטאר? טו וואס ער ראט דיר


מיין שאלה איניש וואס איך זאל טהון, מיין שאלה איז פארוואס די רעגירונג פארלאנגט עס פון מיר, ווייל פאוטשי גייט האבן א מיטינג? וואס ענפערסטו דא?

אז פאוטשי האט נאכנישט באשטעטיגט די דאטא.


פיין, זאל ער שווייגן ביז ער איז קלאר, און ביידען זאל נישט מאכן קיין גזירות ווילאנג פאוטשי שווייגט.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

Programming האט געשריבן:אוודאי איז אביסיטי ערגער ווי עלטער מען ווערט, פוק חזי

זינט ווען איז פוק חזי א ראי'?

אמער... מ'דארף דאך ברענגען די אפיציעלע סטאטיסטיקס און שטודיעס און קוקן וואס זיי זאגן... פוק חזי איז נישט קיין באווייז אויף די שטודיעס קאנטקייט... אויב עפעס איז די שטודיע א באווייז אז דו זעהסט טאקע דאס וואס דו טענה'סט אז דו זעהסט....

אלזא וואספארא מין גערעדאכץ אידאס "אוודאי איז אביסיטי ערגער ווי עלטער מען ווערט, פוק חזי" ווייל אזוי ציגן די שטודיעס...
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברעיקינג: ביידן מאכט קאוויד וואקסין מאנדאט א געזעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון אמעריקע האט געשריבן:
סאו, סך הכל, פארוואס זאל איך נעמען דעם וואקסין אויב איך האב געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד, און פאזיטיוו פאר אנטי באדיס?


אויב דו ביזט ממש לעצטענס געווען פאזיטיוו פאר אנטי באדיס, און איר זענט נישט אונטער דעם מאנדאט, ברויכט איר דאס לכאורה נישט נעמען.

אבער אויב איר האט עס שוין געהאט לאנג צוריק, איז שטארק יתכן אז איר האט מער נישט קיין אנטי באדיס, ממילא אויב דרייט איר זיך מיט נאנטע וואס קענען זיין וואלנערבל, קען זיין א תועלת אז איר זאלט דאס נעמען. (אדער קענט איר נאכאמאל טעסטן פאר אנטי באדיס און זעהן נאכדעם, אויב האט איר מורא פון די סייד אפעקטס פון דעם וואקסין. (צום ביישפיל אז עס איז אפיציעל אז טייל מענטשן פילן זיך נישט גוט א טאג צוויי נאכן נעמען דעם וואקסין.)

--------

מענין לענין, פאוטשי רעדט מסתמא פון דעם אז זיי וואלטן געדארפט אויסארבעטן א סיסטעם פון געבן בוסטער שאטס פאר די וואס האבן געהאט קאוויד לאנג צוריק, אויף דעם זעלבן אדער ענליכן אופן ווי מענטשן וואס האבן געהאט דעם שאט לאנג צוריק.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

ממוצע האט געשריבן:
קאנסאלטענט האט געשריבן:אין דזשענערעל א קשיא וועגן קאוויד, (אויב סאיז נישט די ריכטיגע אשכול דאן זאל מען "שוין" פארמעקן)

זלמן ווידער באריכטעט דא אז פיציענטן וואס האבן געהאט שרעק (געטריבן פון די מידיא) האט די שרעק געשפילט א ראלע אין זייער טויט, ביי מיר מיינט עס אז בעצם וואלטן זיי עס געקענט אדורך מאכן נאר די דמיון און שרעק פארמאגט כידוע א גרויסן כח.

רעטאריש.

אפשר קען מען זאגן די זעלבע אויף אלע געשטארבענע פון די וואקסין? אסאך מענטשן וואס האבן עס גענומען האבן ממש געציטערט דערפון. לכבוד...

--
איך בין אגב מודה, אז פאניק פארערגערט. אויף וויפיל, ווייס איך נישט. איך האלט אבער אז פאניק איז געווען אומפארמיידבאר. ווען מענטשן שטארבן רעכטס און לינקס ווערט א פאניק. און איך גיי נישט אננעמען אז 'דאס גאנצע געשטארבערכץ' איז געווען וועגן פאניק. דאס שוין נישט.

איך זע נישט אז אין די מידידא זאל זיין די זעלבע פאניק לגבי די וואקסין.

אין דזשענערעל בין איך נישט אנטי וואקסין און איך גלייב ממש נישט די אלע האר אויפשטעלענדע געשיכטעס, איך פערזענליך קען א קעיס וואס האט זיך אנטוויקלט מיט א פרוי א וואך נאכדעם וואס זי האט געטרינקען עפל דזשוס.. סאיז באקאנט די גאנצע משפחה האט עס מיטגעהאלטן... אבער למעשה מיט די היינטיגע קאמאן קאור בילדונג דארף זיך יעדער מסביר זיין זייער קלאר אויף קינדער שפראך אריינגערעכענט די גאווערמענט און ביזדערווייל האבן זי גע פעילד
ואני בתומי אלך.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
קאנסאלטענט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ס'שטימט מיט די יארגענג? דאכט זיך מיר אז איבערוואגיגקייט איז אין גרעסערע פראצענטן ביים אינגערן דור, און שפיטאליזאציעס איז בעיקר געווען עלטערע. שטימט ס'חשבון?

די שטעלסט צירוק מיין קשיא, איא?

דאס האב איך אומסוקסעספול פראבירט צו טון

דאן האסטו אדער נישט פארשטאנען מיין קשיא אדער האסטו נישט פארשטאנען וואס די האסט געשריבן.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:א נקודה למחשבה, מעין פון וואס אנדערע האבן שוין געשריבן

די טענה אז די וואקסינירטע שטעקן אן די אומוואקסינירטע איז יעצט כמעט ווי ארויסגעווארפן פון פענסטער, ווייל מ'זעהט נישט אזא גרויסע חילוק אין די צאל קעיסעס צווישן וואקסינירטע און אומוואקסינירטע, די טענה גייט נאר אז די אומוואקסינירטע ווערן ענדערש קראנק און קומען אן אין שפיטאל און מאכן אז די שפיטעלער זאלן ווערן איבערגעפולט און נישט קענען באהאנדלען קיין פאציענטן, ממילא טאר מען זיי נישט אריינלאזן אין רעסטוראנטען וכדו' זיי זאלן נישט קראנק ווערן און איבערפילן די שפיטעלער, איי דיסקרימינאציע? ער האט אלע ברירות זיך צו וואקסינירן, און אויב מחמת א מעדעצינישע סיבה קען ער עס נישט נעמען זאל ער נעמען א מעדיקעל עקזעמפשאן

ערגעץ וואו אין לויף פון דעם אשכול, אדער איינע פון די אנדערע אשכולות איבערן נושא האב איך געזען דאטא וואס צייגט אז וואקסינירטע שטעקן אן מיט א היבשע פראצענט ווייניגער, כ'געדענק נישט וואו

נניח, אבער מיין פוינט איז נאכאלץ אז די ספעציפישע טענה אז די אומוואקסינירטע פילן איבער די שפיטעלער קען מען פונקט אזוי האבן אויף איבערוואגיגע, מסכים?
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

Programming האט געשריבן:בכלל איז דער טערמין "איבערוואגיג" מיסליעדינג, דאס איז בכלל נישט דער גורם פאר קאוויד, נאר די פארשידענע מחלות פון וואס טייל איבערוואגיגע ליידן (פארשטייט זיך רוב יונגע און געזונטע איבערוואגיגע מענטשן האבן נישט די אישו).

וואס א חילוק צו א איז די גורם פון ג, אדער א איז די גורם פון ב וואס ב איז די גורם פון ג?
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ברעיקינג: קאוויד וואקסין מענדעיט ווערט נארמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
רבונו דעלמא כולא, אז איך דארף נאך אפילו ענטפערן אויף די קלוגע צושטעל.

אבער איך וועל דאך ענטפערן, האלאקאוסט איז א זאך וואס האט איינגענומען די וועלט, מיליאנען משפחות זענען אפגעווישט געווארן, מיליאנען מענטשן זענען עדות דערצו, די גאנצע וועלט איז געווען עדות דערצו.

די וואקסין דא, האט ערנסטע קשיות, און ווען איינער ברענגט ארויף זאכליכע פראגעס, פראגעס וואס די הויכע שישקעס האבן קלאר נישט קיין ענטפער, זיי האבן נאך קיינמאל נישט געענטפערט קיין נערמאלע ענטפערס אויף די גרויסע קשיות וואס מען האט זיי געשטעלט, און ווען גרויסע ריזיגע דאקטוירים און לאנג יעריגע עקספערטן ברענגען ארויף צווייפלען דערויף, האקט מען זיי אפ פון יוטוב צו איך ווייס נישט ווי, און מען ווארפט זיי ארויס פון זייערע פאזיציעס. און דאס דארף זיין א באווייז אז וואס?

איך רעג מיך אויף מיר אליין, אז איך ענטפער דא אויף די פלא'דיגע צושטעל צו די האלאקאוסט לייקענערס, רחמנא ליצלן.

ליבעראליזם מאכט טאקע אזוי פארדרייט????????????

די האלאקאוסט לייקענער שרייען פונקט ווי דיר מיט זודיגע טרערן אז ס'נישטא באווייז און אנשטאט זיי ענטפערן מעקט מען זיי! לאנגיעריגע עקספערטן וואס דרוקן אויס צווייפלען צי בוש האט אפשר אראפ געווארפן די צווילינג טומעמעס פליען פון זייערע פאזיציעס


@טראק דרייווער, האסט שוין דיין תשובה?

דער איז דא מסביר אז די קאוויד וואקסין איז פונקט אזא פאקט ווי די האלאקאוסט....

נאו פורדער קוועסטשינס מיי האנער!

שוין פריער געבעטן נישט צו פארדרייען ווערטער, ער האט געזאגט אז ווען מ'מעקט מאכט עס טראכטן אז ס'אמת, האב איך געברענגט א ראי' אז מעקן מיינט געווענליך אז ס'איז שקרים, און שעדליך, און מעקן איז זיכער נישט א סיבה צו מאכן טראכטן אז יש דברים בגוי 'פונקט ווי ביים מעקן האלאקאוסט לייקענער מאכט דיר עס נישט טראכטן אז יש דברים בגוי' יעצט פארדריי מיינע ווערטער ווי דו ווילסט......


ניין, די געדאנק פון האלאקאוסט דינייאינג איז אזוי קוקו אז יעדער פארשטייט אז עס האט נישט קיין שום גרונד, די סיבה וואס מען מעקט עס איז צוליב די זעלבע סיבה פארוואס די חברה דינייען עס, און יעדער פארשטייט דאס, דאס מעקן מאכט טאקע קיינען נישט טראכטן אז עס איז אמת.

אבער זאלסט מיר מוחל זיין, די זאלסט דאס בכלל אהערברענגען איז אויך קוקו, חוץ אויב די גלייבסט טאקע אז וואס מען פארקויפט אונז וועגען די וואקסין איז פונקט אזא פאקט ווי די האלאקאוסט, און עס לייקענען איז פונק אזוי מסוכן, סאו איך פארדריי גארנישט דיינע ווערטער.


איך האב שוין בעצם דא געשריבן עטליכע נקודות פארוואס די האלאקאוסט האט נישט דא אהער קיין שייכות http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p3016542 אבער היות א וויכטיגע נקודה האט איינער פארפעלט צו זעהן וואס לויט דעם איז דאס סתם אזוי א ונוהפך'דיגע צושטעל, ממילא וועל איך איבערשרייבן בקיצור די נקודה.

דא רעדט מען נישט פון א וואקסין וואס איז שוין אויספרובירט געווארן שוין צענדליגער יארן, און יעצט קומט איינער פרעגן קשיות אויף אן אנגענומענע זאך. נאר מען רעדט דא פון א זאך וואס "מען האלט יעצט אינמיטן מברר זיין".

מען האט קוים אנגעפאנגען די טרייעלס, און עס איז דא אסאך קשיות, און אסאך גרויסע דאקטוירים וואס קוקן נאך טיפער, האלטן אז דאס איז גאר שעדליך, אדער מעגליך שעדליך, אדער על כל פנים מידי ספיקא לא נפקו, און די אלע אזעלכע - אפילו געוועזענע רעספעקטירטע - וואס זאגן די סארט ווערטער, ווערן פארשריגן אויפ'ן העכסטן פארנעם, און זייערע זאכן נעמט מען אראפ פון די אינטערנעט און אנדערע פליען פון זייער לאנג יעריגע פאזיציעס, פאר'ן זיך דערוואגן צו זאגן זייער מיינונג.

און דא רעדט זיך פון די זעלבע גרויסע פראפעסארן וואס ווען זיי וואלטן געזאגט די זעלבע זאך ווי פאוטשי וואלט מען געהויבן און גערימט די זעלבע דאקטאר מיט זיין לאנג יעריגע עקספערטיז, און יעצט וויבאלד ער זאגט אנדערש, איז ער אטאמאטיש אויס.

און דאס איז שוין יא א ראי', אז עפעס טויג נישט דא, הלמאי די גאנצע וואקסין און די סארט וואקסין איז דאך א נייע זאך, און דאס אז יעדער זאל פלוצלינג מיזן אננעמען די מיינונג פון עטליכע גרויסע עקספערטן [וואס אויף זיי אליינס איז דא קשיות איבער זייער צווייפלהאפטיגע קאננעקשאנס מיט די וואהאן לאבראטאריע און געלט אינטערעסן דורך זייערע קאננעקשאנס מיט די וואקסין קאמפעניס] און אפילו גרויסע דאקטוירים זאלן נישט האבן קיין רעכט צו זאגן זייער מיינונג אז זיי האלטן אדער זענען שטארק חושש אז דאס איז שעדליך, דאס אליינס הייבט די אויגן ברעמען.

דאס אז יעדער זאל דאס "מיזן" אננעמען, און מען טאר זיך נישט דערוואגן צו ארויפברענגען צווייפלען אויף א זאך וואס איז בכלל נאך נישט אדורך די גאנצע פראצעדור פון אויספרובירן דאס ריכטיג אויף די פארנעם ווי אנדערע וואקסין. עס איז נאך זייער א נייע זאך, דאס אליין איז א קשיא פאר זיך, און עס מאכט טראכטן אז אולי ליגט דא אנדערע אגענדעס מיט'ן ארויפצווינגען אז יעדער איינער זאל דאס "מיזן" נעמען, און מען זאל זיך נישט טארן דערוואגן צו טראכטן אפילו אנדערש.

און דאס אליינס אז עס איז נאך דא אויף דעם גרויסע קשיות, איז ווי איך האב שוין געשריבן דא http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p3016604, גענוג א סיבה אז מען זאל דאס נישט טארן צווינגן צו נעמען.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”