די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נאך דעם וואס עס איז געווארן "די קאנסערוואטיווע זאך" די לעצטע תקופה, צו קעמפן קעגן קאוויד וואקסין אוטריעטש, באריכט מען אז מען הייבט דאס אן נעמען צום קומענדיגן שטאפל, אריבער צו די אנדערע וואקסינען.

טענעסי הערט אויף פארלאנגן אדער שטופן קינדער צו נעמען עני וואקסינען!

קען זיין א גוטע איידיע פאר די אומשאצבארע בתוכינו אהינצומאפן, אדער קענען זײ ווארטן ביז עס וועט זיך לכאורה בקרוב אריבער כאפן צו נאך רויטע שטאטן.

SCOOP: Tennessee Department of Health halts all vaccine outreach to kids – not just for COVID-19, but all diseases – amid pressure from GOP. Staff ordered to remove the agency logo from any documents providing vaccine info to the public, per internal dox. https://t.co/PX0Rvpc6Ot
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

פארוואס אפאר אשכולות?
לפנות בוקר
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

קודם כל, רוב פון די נייע רעגולאציעס מיינט אז מען גייט נישט "טארגעטען" טינס.
Tennessee abandons vaccine outreach to minors — not just for COVID-19


איך פארשטיי אביסל די געזעצגעבער אין טענעסי. לאז ארויס די קינדער. עס איז דא עלטערן און די עלטערן האבן רעכטען.

אבער לאידך גיסא:
א שאנדע!
מען קען זען קאנסערוועטיוו, אבער נאך אלץ גלייבן אין וואקסינס. מעדעצין טאר נישט ווערן פאליטיסייזט!
שעמען זאלען זיך א חלק פון די געזעץ געבער, ווי אויך א גרויס חלק גייסטליכע (גלחים) אין טענעסי וואס זאגן איבער פאלטשע רומערס און אז די וואקסין ארבייט נישט, וכו'. נאכאמאל, א שאנדע!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

.
לעצט פארראכטן דורך בפשיטות אום דינסטאג יולי 13, 2021 8:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

איך בין נישט אנטי וואקסין, און ביסודו איז זיכער אז וואקסינען זענען א טובה פאר די מענטשהייט, אבער די אומפארשעמטע וועג ווי אזוי העלט אגענטורען מיט סייענטיסטען דרייען ארום מיט פאקטן משום איזה סיבה שיהיה, שפילט גאר שטארק אריין פאר מענטשען וואס זענען אנטי וואקסין.

לאמיר אנכאפן איין דוגמא פון צענדליגער: דער פאקט אז די CDC האט נישט געגעבן קיין וואקסין פארצוג פאר מענטשען וואס האבן נאך נישט געהאט קאוויד אין די צייטן וואס עס איז גווען באגרעניצטע סופליי, איז א קלאסישע דוגמא פון אומקאמפעטענץ און פארנאכלעסיגקייט פון העלט מעינסטרים, וואס איז גווען א דירעקטע גורם צו טויזענטער פאטאליטעטן, און האט נישט קיין הסבר בעולם עפ"י סייענס און רפואה.

נאך אזוינע מיני צודרייטע שטיק קומט פאוטשי מיטן גאנצען תמימות און ווינדערט זיך הלמאי מענטשען טראסטן עם נישט אז מען ברויך זיך וואקסינירען!!, כך עונשו של בדאי.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך וויל פארשטיין, יעצט קומט ארויס אז די דזשאנסאן וואקסין האט סייד עפעקטס. ווער ווייסט וואס ס'גייט ארויסקומען מארגן אויף די פייזער וואקסין?

פארוואס דארף מען גלייבן בלינדערהייט די זעלבע סייענטיסטן וואס האבן געשטיצט סטעיטווייד לאקדאונס, וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט אומעפעקטיוו?

איך בין נישט אנטי וואקסין, אבער איך פארשטיי אז אסאך ווילן זיי נישט גלייבן בלינדערהייט, בפרט אז רוב סייענטיסטן זענען גלאבעל ווארמינג גלויביגער און אלע זענען דעמאקראטן משום איזה סיבה...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

חדשות האט געשריבן:איך בין נישט אנטי וואקסין, און ביסודו איז זיכער אז וואקסינען זענען א טובה פאר די מענטשהייט, אבער די אומפארשעמטע וועג ווי אזוי העלט אגענטורען מיט סייענטיסטען דרייען ארום מיט פאקטן משום איזה סיבה שיהיה, שפילט גאר שטארק אריין פאר מענטשען וואס זענען אנטי וואקסין.

לאמיר אנכאפן איין דוגמא פון צענדליגער: דער פאקט אז די CDC האט נישט געגעבן קיין וואקסין פארצוג פאר מענטשען וואס האבן נאך נישט געהאט קאוויד אין די צייטן וואס עס איז גווען באגרעניצטע סופליי, איז א קלאסישע דוגמא פון אומקאמפעטענץ און פארנאכלעסיגקייט פון העלט מעינסטרים, וואס איז גווען א דירעקטע גורם צו טויזענטער פאטאליטעטן, און האט נישט קיין הסבר בעולם עפ"י סייענס און רפואה.

נאך אזוינע מיני צודרייטע שטיק קומט פאוטשי מיטן גאנצען תמימות און ווינדערט זיך הלמאי מענטשען טראסטן עם נישט אז מען ברויך זיך וואקסינירען!!, כך עונשו של בדאי.

זייער קלאר.

די סייענטיסטן און פאוטשי בראשם, האבן גורם געווען מיליאנען פרישע וואקסין מתנגדים.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

פארוואס אין יעדע וואקסין אשכול קומען פראגרעמינג, און קאושער טרעוועל צו לויפן אויף אלע פיר? viewtopic.php?p=2902319#p2902319

אגב, צל די וויץ איז געלונגען ווי עס שיינט האסטו באזיגט קרייסלער.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

רוב פרישע וואקסין מתנגדים איז צו פארדאנקען פאוטשי וכת דילי', זיי האבן אביוסד זייער פאוער און מענטשען זענען געווארן פעד אפ

@פוילער
ווי זעהסטו דא א וויץ?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

דא שטייט פארקערט


Formerly Anti-Vax Parents Are Turning Pro-Vaccine Because of the Pandemic


https://www.parents.com/health/coronavi ... -pandemic/

די סיבה... :grin:

anti.JPG
anti.JPG (23.11 KiB) געזען 1715 מאל
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

פוילער האט געשריבן:פארוואס אין יעדע וואקסין אשכול קומען פראגרעמינג, און קאושער טרעוועל צו לויפן אויף אלע פיר? viewtopic.php?p=2902319#p2902319

אגב, צל די וויץ איז געלונגען ווי עס שיינט האסטו באזיגט קרייסלער.


איך שטיי גראדע אוועק געווענליך פון די פרא / אנטי וואקסין דעבאטע, ווייל אטו בשופטני עסקינן? איך זוך נישט צו האבן א וויכוח מיט לונאטיקער. אדרבה, אנטי וואקסיניזם און טראמפ('יזם בכלל, אבער בפרט גלייבן אין די) וואוטער פראוד טענות, זענען א גוטע אינדיקעישאן מיט וועמען נישט צו שטיין אין ווארט.

דא איז דא א נייער סארט פענאמענען וואס באדראעט דאס גאנצע לאנד, דאס איז מיין ענגל אין די נושא
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Programming האט געשריבן:איך שטיי גראדע אוועק געווענליך פון די פרא / אנטי וואקסין דעבאטע, ווייל אטו בשופטני עסקינן? איך זוך נישט צו האבן א וויכוח מיט לונאטיקער. אדרבה, אנטי וואקסיניזם און טראמפ('יזם בכלל, אבער בפרט גלייבן אין די) וואוטער פראוד טענות, זענען א גוטע אינדיקעישאן מיט וועמען נישט צו שטיין אין ווארט.

דא איז דא א נייער סארט פענאמענען וואס באדראעט דאס גאנצע לאנד, דאס איז מיין ענגל אין די נושא

רוב אייוועלט ניקס זענען נישט אין די קאטעגאריעס וואס איר דארמאנט. נאר וואס יא? נארמאלע מענטשן, וואס גלייבן נישט אלעס וואס מ'פארקויפט.

סקעפטיש איבער וואקסינען, ווער זאגט ס'האט נישט קיין סייד עפעקטס? וועלכע אני מאמין איז דאס? אין פאקט זענען שוין ארויסגעקומען סייד אפעקטס אויף געוויסע וואקסינען, אויך און די באשטעטיגטע קאראנע דזשאנסאן וואקסין.

סקעפטיש איבער וואוטער פראוד, אפשר איז פארט געווען פרואד, וועמען זאל איך גלייבן אז נישט? די מידיע? ביידן? קען איך זיי טראסטן ווען יעדער ווייסט וואס זייער אגענדע איז?

אויב איז דא איינער וואס פאלט פאר נארישקייטן איז עס איינער וואס קויפט אפ אלעס וואס די מידיע און פאוטשי פארקויפן. זיי זענען די עכטע קאנספיראטיקער און פאנאטיקער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לפנות בוקר האט געשריבן:פארוואס אפאר אשכולות?

איך האב געטוישט קעפל, און זעהט אויס אז דאס איז וואס געשעט ווען מען טוישט קעפל פון א ערשטע תגובה, וועל מיר בעטן די באהערדע אהערצוברענגען יענע צוויי תגובות און מעקן יענעם אשכול.

איך האב פשוט געוואלט טוישן, טראכטנדיג אז יענץ איז צו דעווייסיוו,לייגט א צד אין קעפל וואס איז נישט קיין זאך וואס איך גלייך ווען יענער טוט עס,פלאס וואס עס איז לכאורה נישט אמת אויך נישט...

די רעפאבליקאנער זענען נישט אפיציעל די אנטי וואקס פארטיי, על כל פנים דערווייל, דזשאסט היינט האט מעקאנעל שטארק געשטופט וואקסינען.

-------

וואס דער פארצייטישער רעפאבליקאנער פרעזידענט קאנדידאט, היינטיגער קעסט אוט ריינא, האט צו זאגן:
Romney calls the politicization of COVID vaccines “moronic.”

“After all, President Trump and his supporters take credit for developing the vaccine, why the heck won’t they take advantage of taking the vaccine they received plaudits for having developed?”
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

צל עובר האט געשריבן:וואס דער פארצייטישער רעפאבליקאנער פרעזידענט קאנדידאט, היינטיגער קעסט אוט ריינא, האט צו זאגן:
Romney calls the politicization of COVID vaccines “moronic.”

“After all, President Trump and his supporters take credit for developing the vaccine, why the heck won’t they take advantage of taking the vaccine they received plaudits for having developed?”

נעמט ער דען נישט עדווענטיזש דערפון?

טראמפ זעלבסט האט דאך שוין באקומען א וואקסין (ווי באריכטעט דורך די מידיע אז ער האט עס גענומען אין די לעצטע טעג פון זיין פרעזידענטשאפט).

ער האט זאָגאַר גערופן זיינע שטיצער, ביי א רעדע אין פלארידא, אז זיי (זאלן)[מעגן] זיך גיין וואקסינירן
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:איך בין נישט אנטי וואקסין, און ביסודו איז זיכער אז וואקסינען זענען א טובה פאר די מענטשהייט, אבער די אומפארשעמטע וועג ווי אזוי העלט אגענטורען מיט סייענטיסטען דרייען ארום מיט פאקטן משום איזה סיבה שיהיה, שפילט גאר שטארק אריין פאר מענטשען וואס זענען אנטי וואקסין.

לאמיר אנכאפן איין דוגמא פון צענדליגער: דער פאקט אז די CDC האט נישט געגעבן קיין וואקסין פארצוג פאר מענטשען וואס האבן נאך נישט געהאט קאוויד אין די צייטן וואס עס איז גווען באגרעניצטע סופליי, איז א קלאסישע דוגמא פון אומקאמפעטענץ און פארנאכלעסיגקייט פון העלט מעינסטרים, וואס איז גווען א דירעקטע גורם צו טויזענטער פאטאליטעטן, און האט נישט קיין הסבר בעולם עפ"י סייענס און רפואה.

נאך אזוינע מיני צודרייטע שטיק קומט פאוטשי מיטן גאנצען תמימות און ווינדערט זיך הלמאי מענטשען טראסטן עם נישט אז מען ברויך זיך וואקסינירען!!, כך עונשו של בדאי.

זייער קלאר.

די סייענטיסטן און פאוטשי בראשם, האבן גורם געווען מיליאנען פרישע וואקסין מתנגדים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין, יעצט קומט ארויס אז די דזשאנסאן וואקסין האט סייד עפעקטס. ווער ווייסט וואס ס'גייט ארויסקומען מארגן אויף די פייזער וואקסין?

פארוואס דארף מען גלייבן בלינדערהייט די זעלבע סייענטיסטן וואס האבן געשטיצט סטעיטווייד לאקדאונס, וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט אומעפעקטיוו?

איך בין נישט אנטי וואקסין, אבער איך פארשטיי אז אסאך ווילן זיי נישט גלייבן בלינדערהייט, בפרט אז רוב סייענטיסטן זענען גלאבעל ווארמינג גלויביגער און אלע זענען דעמאקראטן משום איזה סיבה...

משום הא לא אריא.

עס איז אפיציעל 1 פאר יעדע 120 טויזענט מענטשן. זייער א קליינע נומער, וואס ס'איז נישט מעגליך אויפצוכאפן אין א סטאדי. דאס ווייזט נישט אויף אומקאמפעטענץ, אויב עפעס אויף קאמפעטענץ פון עס אויפכאפן, און אויפריכטיגקייט פון עס באריכטן.

מ'קען טאקע נישט וויסן וואס ס'גייט מארגן ארויסקומען. ס'איז אוממעגליך צו וויסן. אבער הסברא נותנת, אז אויב גייט עפעס ארויסקומען גייט עס זיין גאר זעלטען, אז מ'האט עס נאכנישט אויפגעכאפט ביז יעצט.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פוילער האט געשריבן:פארוואס אין יעדע וואקסין אשכול קומען פראגרעמינג, און קאושער טרעוועל צו לויפן אויף אלע פיר? viewtopic.php?p=2902319#p2902319

אגב, צל די וויץ איז געלונגען ווי עס שיינט האסטו באזיגט קרייסלער.

אויף אלע פיר? איך האב געמיינט אז איך האב זעקס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

נאכן לייענען ווער עס וויל זיך נישט וואקסינירן מיין איך אז דאס זענען מער מעינסטריעם דעמאקרעטס

https://www.kff.org/coronavirus-covid-1 ... ethnicity/

און בד''וו די קאנסערוועטיווס זענען בעיקר ביזי אז עס איז נישט די גאווערמענטס ביזנעס נישט מיטן קריטיקירן די עצם וואקסין.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איינער געדענקט נאך ווען עפעס א גאווערנאר פון א רויטע סטעיט האט געזאגט אז ער גייט נישט טיילן די וואקסין אין זיין סטעיט גראד, נאר נאכן טון זיין אייגענע ריסערטש דערויף?

זיין לעצטע נאמען הייבט זיך אן מיט א ק...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

Vaccinations in Republican controlled states are much lower than in dem states so it's it anti vaccine not just anti gov controlling you especially that the vaccine has been produced under Trump
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין, יעצט קומט ארויס אז די דזשאנסאן וואקסין האט סייד עפעקטס. ווער ווייסט וואס ס'גייט ארויסקומען מארגן אויף די פייזער וואקסין?

פארוואס דארף מען גלייבן בלינדערהייט די זעלבע סייענטיסטן וואס האבן געשטיצט סטעיטווייד לאקדאונס, וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט אומעפעקטיוו?

איך בין נישט אנטי וואקסין, אבער איך פארשטיי אז אסאך ווילן זיי נישט גלייבן בלינדערהייט, בפרט אז רוב סייענטיסטן זענען גלאבעל ווארמינג גלויביגער און אלע זענען דעמאקראטן משום איזה סיבה...

גא''מ
אויב ממין דאקטאר וועט הייסן נעמען די וואקסין וועל איך גלייך גיין נעמען, עס מיינט אבער נאכנישט אז גלייבן בלינדערהייט איז עפעס ראנג, אנלעס אז די זעלבע מענטש איז ביי אנדערע זאכן אויך א אויבער חכם
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

האלצשטיין האט געשריבן:Vaccinations in Republican controlled states are much lower than in dem states so it's it anti vaccine not just anti gov controlling you especially that the vaccine has been produced under Trump

די איינוואוינער אין בלויע שטעט האבן געליטן פון לאקדאונס, מאסקעס, נורסינג האום קיללערס, דיזעסטער אין שפיטעלער, בל"מ ראיאטן, פארמאכטע שולעס, עקאנאמישע שוועריגקייטן, ביזנעסער פארמאכט ועוד. דאס שטופט יעדן איינוואוינער צו לויפן כאפן א וואקסין און זיך צוריקזען צום נארמאלן לעבן.

משא"כ די רויטע שטאטן וואס האבן דאס אלעס נישט געהאט, זיי ווייסן נישט ווי שלעכט קאראנע קען זיין אויב טראמפ לויפט פאר פרעזידענט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איינער געדענקט נאך ווען עפעס א גאווערנאר פון א רויטע סטעיט האט געזאגט אז ער גייט נישט טיילן די וואקסין אין זיין סטעיט גראד, נאר נאכן טון זיין אייגענע ריסערטש דערויף?

זיין לעצטע נאמען הייבט זיך אן מיט א ק...


גענאגעלט, איטס פאליטיקס עס יוזשעל

היידראקסי איז געווען חזיר טרייף בו בזמן וואס הצלה האט עס גענוצט אין די מאסן און געראטעוועט צענדליגע אויב נישט הונדערטער אידן אלץ ווייל דער רויטער האט עס פראמאטעד

ווי שוין דערמאנט דורך אסדר האט גאווענאר ק. אין קאארדענאציע מיט רוב דעמאקראטישע פאטליקאנטן געפירט א מיסטראסט קאמפיין אקעגן די וואקסינס ווייל דער רויטער קען חס ושלום באקומען קרעדיט דערפאר

די צוויי עקזעמפלארן זענען פונקט גענוג פארוואס מענטעשן ווי למשל איך וואס האבן געהאט טראסט אינעם סיסטעם האבן אנגעהויבן צווייפלען דערין

נישט אז איך בין אנטי וועקסער פונקט להיפך אבער וועט איינער קויפט נישט אלעס אפ פעיס וועליו איז ער נישט קיין קאנספיראט, און די דעמאקראטען זענען דא היבש עט פאולט

דאס איז בל"נ מיין לעצטיגע תגובה איבער דעם סובזשעקט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

נישט ריכטיג. די זארג איז געווען צי דער פרעזידענט וואס מישט זיך אריין אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם אין זאכן וואס אלע זיינע פארגייער האבן פארשטאנען צו לאזן פאר די זעלבסטשטענדיגע עקספערטן און מומחים, ער בולי'ט ארום די רעגירונגס איינגעשטעלטע צו זאגן וואס דער פרעזידענט וויל הערן און נישט וואס די פאקטן זענען, זאל נישט פרובירן דא אויך צו לייגן דרוק ארויסצוקומען מיט א וואקסין בעפאר עס איז באשטעטיגט דורך אומפארטייאישע מומחים.

די זעלבע מיט היידראקסי, עס האט קיינעם נישט געשטערט אין די מעדיצינישע וועלט עס צו נעמען ווייל טראמפ האט עס פראמאוטעד, נאר פשוט צוליב די שוואכע אויפטו און הויכע ריזיקע דערפון. דער גרויסער מויל מאכער טראמפ אליין האט דאך עס אויך נישט גענומען. עס איז דא א גאנצע וועלט מיט 8 ביליאן מענטשן צי מער, און נישט ממש אלעס האט זיך געדרייט ארום א צו'חוש'טע בריאה וועלכער איז ביי מיסטעיק אנגעקומען אין ווייסן הויז.

ווי איך וואלט דיר יא געגעבן גערעכט איז מיט די בליטש, דאס האט טאקע נישט געהאט קיין נארמאלע סיבה זיך קעגנצושטעלן, נאר וויבאלד טראמפ האט עס רעקאמענדירט האט די הארטנעקיגע מעדיצינישע וועלט אפגעלאכט דערפון....
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: די אנטי וואקס מאוומענט ווערט מעינסטרים קאנסערוואטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

קרייסלער האט געשריבן:רוב פרישע וואקסין מתנגדים איז צו פארדאנקען פאוטשי וכת דילי', זיי האבן אביוסד זייער פאוער און מענטשען זענען געווארן פעד אפ

@פוילער
ווי זעהסטו דא א וויץ?

איך האב געזעהן ווי די מיט צל עפענען אפאר אשכולות אויפן זעלבען נוסח, איך זעה יעצט אז צל האט שוין מסביר געווען.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”