אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2506
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
- לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל
Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
די גאנצע שמועס דערמאנט מיך פון חדר, איך האב געהאט א שטרענגע מלמד פון וועמען אונז האבן געציטערט און די הויזן, נישט נאר פרשת משפטים, נאר א גאנץ יאר, איין טאג זאגט אונז די מלמד, אז ער דארף אוועקפארן אויף אויסלאנד צוליב א שמחה און ער וועט נישט קומען און חדר פאר כמעט צוויי וואכן, און ער האט געזאגט אז עס וועט זיין א ממלא מקום, און יעדער זאל זיין וואויל , וכו, שוין , די נעקסטע טאג שפאצירט זיך אריין און כיתה אונזער ממלא מקום, א עלטערע מענטש שוין, און מיט א שטילע און רוהיגע שטימע, האט ער אונז באגריסט, און צווישן אנדערע געווארנט זייער רוהיג , אז ווער עס וועט נישט זיין וואויל, וועט געוואר ווערן... פארשטייט זיך אז די נעקסטע צוויי וואכן איז די גאנצע קלאס געפארן אויף רעדער.....
די נמשל זאל יעדער אליינס אויספירן.....
די נמשל זאל יעדער אליינס אויספירן.....
Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
hoipt1 האט געשריבן:סך הכל פון די בייעס אשכול אז ביידען קען בעסער שמייכלען!!!
לאמיר זעהן דורכאויס די יארן:
Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
המשך
לעצט פארראכטן דורך היכי תמצא אום מאנטאג יוני 21, 2021 5:52 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
שיינע בילדער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
נו, ווי אזוי שמייכעלט ירום הודו?
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
כאפצעם האט שוין געברענגט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
פעיק ניוז האט געשריבן:כאפצעם האט שוין געברענגט.
וועגן דעם טאקע האב איך געברענגט בילדער פון די יונגע יארן ביז יעצט אז מיר זאלן קענען מאכן א קלארע הסכם אהן קיין העדליינס
Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
אלבום טראמפ:
Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
פעיק ניוז האט געשריבן:שיינע בילדער.
ישר כח הרב @היכי תמצא פאר די בילדער.
Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען
די סיבה פארוואס איך האב דאס אלס אהער געברענגט (חוץ מזה אז ס'איז שיינע בילדער) איז צו ווייזן אז זיי זענען ביידע אדם בשר ודם, ביידע קענען שמייכלען, ביידע האבן געהאט א לאנגע לעבן און ערפארונג, אפילו אז זייער פערסאנאליטיס זענען הימל און ערד.
פערזענליך האלט איך אז ביידען'ס יעצטיגע רייזע איז געווען שיין און עס גוט געשמעקט דו וועלט. אויב ס'איז געווען א סוקסעס פאר אונז אמעריקאנער, ימים ידברו. אויבערפלעכליך זעהט דאס נישט אויס ווי א דורכפאל, און האפנטליך וועט דאס זיין א סוקסעס. אבער צוגלייכן די בילדער און העדליינס פון די מידיא פון ביידען צו טראמפ איז נישט גלייך. די מידיא האט אויסדרוקליך אלס געריסן שטיקער פון טראמפ, נעגאטיווע העדליינס, נעגאטיווע בילדער. דעריבער קען מען זיך נישט פארלאזן אויף זיי ווען מען וויל אפשאצן די חילוק צווישן ביידע פרעזידענטן.

צל עובר האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:שיינע בילדער.
ישר כח הרב @היכי תמצא פאר די בילדער.
יאשר