דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פופציגער »

מיר זענען אלע סארקאסטיש.


לחיים אידן!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פעיק ניוז »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פעיק, סארקאסטיש, איא?

ניין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פנימחדשות »

איך טו מוחה זיין אויף די שארפע ביליגע און פערזענליכע לשונות וואס @סטאוו יא פיטא שיסט דא ווי פון ארבל ארויס, אויף א ניק וואס זיין איינציגע עבירה איז אז ער האט רח"ל פראבירט צו פארענטפערען א אומפארשטענדליכע טאהט פון א פארטייאישע עסקן, און אפשר גענוצט געוויסע טענה'ריי טאקטיקען, אבער נישט גענוצט קיין שארפע פערזענליכע אנגריפען.

גענוג איז גענוג!

און דאס טוט אנדייטען אז פון יעצט און ווייטער זאל מען זיך נישט רעכענען מיט קיין איין פון @סטאוו'ס שארפע אנגריפען, אויף קיינעם נישט, אויב ס'האט נישט א הסכמה פון אנדערע, נישט צוווילדעוויטע, ניק'ס.

נ. ב. איך האב געווענטליך שטארק הנאה פון רוב פון @סטאוו'ס תגובות, און ווי אויך האב איך נישט די מינדעסטע שייכות צו @פופציגער אדער זיין חסידות, אבער די עקעל וואס איך שפיר דא איז שוין געקומען ביז איבערן קאפ. דאס איז א קינדערגארטען דא?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re:

תגובה דורך צל עובר »

ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן:די ווייסט איינמאל און די לעצטע 70 יאר, וואס מען האט געבעקט א קאנדידאט וואס איז געווען שוואך און די פאולס?

על דעמאטא סעניט

למעשה האט דעמאטא געוואונען? איא?!

מיאוס פארלוירן, (קאנגרעסמאן) שומער האט אים איבערגענומען
תשנ"ו

פארוואס האבן זיי איהם אינדארסט?

ווייל אזוי דארפן קלוגע עסקנים אלעמאל טון ווען א אינקאמבענט וואס איז גוט צו אידן לויפט.

א שטייגער ווי מען האט געשטימט אין קרית יואל פאר מאריא קאמא טראץ וואס ער איז געלאפן קעגן דעם אידן פריינט פאטאקי וועלכער האט אויך געהאט גאר גוטע קשרים מיט קרית יואל, און מען האט געוואלט אז פאטאקי זאל געווינען!

מען "מוז" שטימען פאר א אינקאמבענט אוהב ישראל.

דא אבער איז נישט דא קיין אינקאמבענט, ממילא איז עס נישט קיין גזירה שוה עניוועי.

--------

@פנים חדשות, איך בין פון די פארטיי וואס הרב אינדיג פירט אן ביי אונז די אינדארסמענטס, אבער נישט פון ווילי.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך יוני 09, 2021 7:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פארשיקט »

ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:בד"וו, א גרויסן ישר כח פאר פופציג, סטאוו, עכט היימיש, אורח הכבוד און אלע אנדערע וואס האבן זיך דא משתתף געווען און צוגעשטעלט פארן ציבור א געשמאקע כשר'ע אינטעטעימענט אין אזא פארוואלקענדע נאכמיטאג!
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הוהא וואס דא גייט נישט פאר.., @פנים אפשר ביזטו אזוי גוט און ברענגסט א ביישפיל צוויי פון א "שארפע ביליגע פערזענליכע לשון" וואס כ'האב דא געניצט? אלנפאלס בין איך מצדי שוין געווען פערטיג, כ'האב אפילו געהאלטן אז מיין פריינט פופצי דיזערווד דעם לעצטן ווארט, האסטו זיך כדרכך בקודש אנגעריקט מיט פרישע ברען שטאף צי פריש אויפפלאמען דעם כמעט אויסגעלאשענעם נושא.. ביטע ברענג די שארפע אויסגעשפראכענע לשונות וואס האט דיר געפירט צי דעם מחאה אדירה. יישר כח פון פאראויס
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך צל עובר »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:פון Yiddish 24
די ביזנעס גאס אין ניו יארק איז באזארגט איבער די מאמענטום וואס מען זעט ביי מעיאר קאנדידאט פרוי ווילי

ווילי איז נישט די איינציגסטע ליביראלע קאנדידאט צווישן די לאנגע ליסטע קאנדידאטן, אבער די לעצטע וואך צייט האט די ליביראלע לאגער זיך אנגעפאנגן פאראייניגן ארום איר אין צייט וואס די הויפט קאנדידאטן עריק עדעמס און ענדרו יענג זענען פון די מעסיגע לאגער. ביזנעס פירער זאגן אז אויב זיי ווילן זיין זיכער אז א ליביראלע קאנדידאט געוואונט נישט, דאן מוזן זיי זיך זען צו פאראייניגן ארום איינס פון די מעסיגע קאנדידאטן עדעמס, יענג אדער פרוי גארסיע.

דא קומט אריין די מעלה פון רענקד טשויס.

אויב אלע מעסיגע פאראייניגן זיך צו שטימען פאר די דריי קאנדידאטן אויף אפציע 1, 2, אדער 3, נישט קיין חילוק אויף וועלכן אויסשטעל, גייט דיין שטימע זיכער גיין פאר איינער פון זיי. ווייל איינער פון זיי וועט זיכער אנקומען צו די העכסטע צוויי.

יא, אפילו לויט די נייע עמערסאן אנקעטע - וואס איך טראסט זײ נישט, ובפרט ביי פריימעריס - ווי ווילי איז ריזיג, ווערט זי באזיגט אין די לעצטע רונדע דורך עדעמס מיט 17%!.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך צל עובר »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:האמיר יעצט געמאכט אביסל ריסוירטש איבער די סומאטוכע דא, און עס שיילט זיך ארויס א שטיקל קלארערע בילד.

א שטיק צייט צוריק איז געווען אן אסיפה צווישן די עסקנים פון אלע וויליאמסבורגע קהילות, ווי מען האט דעבאטירט וועם פון די קאנדידאטן צו אינדארסירן, און דארט איז נפתלי משה אינדיג בכלל נישט געווען אזוי ענטוזיאסטיש פאר יענג צוליב כמה סיבות, ער האט גראדע מער געצויגן צו סטרינגער, אבער אזויווי אלע אנדערע קהילות האבן זיך פאראייניגט אינטער יענג'ן האט ער זיך אויך צוגעשטעלט.

למעשה האט לעצטנס אברהם בראך - דער אומאפיציעלע בעה''ב פון קהילת מהר''א אין וומ''ס - באשלאסן צוליב פערזענליכע חשבונות, יא צו אינדארסירן עדעמס, וכל מה שאומר לך בעה''ב עשה, האט זיך נפתלי משה צוגעשטעלט.

איז אויב עפעס איז נפתלי משה'ס טעות געווען, דאס זיך צושטעלן צו יענג אנעם אנפרעגן ביים בעה''ב....

אקעי, האלב א נארמאלע תירוץ, בעסער ווי גארנישט, פון די אנדערע זייט מיינט דאס אז אנשטאט דער בלאקוואויט זאל ארבעטן פאר דעם ציבור, וועט עס ארבעטן פאר ר' אברהם, וועם איך האלט גראדע שטארק אז מען קומט אים א הכרת הטוב, און מען איז אים נישט גענוג מחשיב ווי סאך ער טוט און געבט.

איך האף אבער אז ר' אברהם פארדינט פון דעם כאטש פערזענליך וויפיל מען דערלייגט פון דעם וואס עס זעהט אויס פאר די פאליטיקאנטן אז מען לויפט סתם נאך די אנקעטעס, אויך האף איך אז עדעמס ווייסט כאטש אז דאס איז די סיבה, וכנ"ל.

ישר כח פארן מיטטיילן.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פאראויס »

וואס האט אנ''ש (מהר''א) באקומען בעבר פון עדעמס (ווי זיי שרייבן אין די נייע אינדארסמענט היינט)? וואס האט ר' אברהם בראך באקומען אדער וועלכע הבטחות האט מען עם פארשפראכן ?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט און איך בין נייגעריג צו ס'דא עפעס אנצוווייזן.

אויב איז נישט דא וואס צו אנצייגן, קען זיין לויט
די טעאריע אז ר 'נמ'א איז געווארן באפוילן ביי ר' אברהם בראך איז עס מעגליך אויך ס''ה נאר זיין ווייל ר' אברהם גלייכט זיך ארויפצוכאפן מיט די געווינער'ס וואגן. (טראמפ און להבדיל אני הקטן האבן אויך ליב צו געווינען. מיר גלייכן צו 'ווערן מיד' פון געווינען).
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פנימחדשות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:הוהא וואס דא גייט נישט פאר.., @פנים אפשר ביזטו אזוי גוט און ברענגסט א ביישפיל צוויי פון א "שארפע ביליגע פערזענליכע לשון" וואס כ'האב דא געניצט? אלנפאלס בין איך מצדי שוין געווען פערטיג, כ'האב אפילו געהאלטן אז מיין פריינט פופצי דיזערווד דעם לעצטן ווארט, האסטו זיך כדרכך בקודש אנגעריקט מיט פרישע ברען שטאף צי פריש אויפפלאמען דעם כמעט אויסגעלאשענעם נושא.. ביטע ברענג די שארפע אויסגעשפראכענע לשונות וואס האט דיר געפירט צי דעם מחאה אדירה. יישר כח פון פאראויס

אז דו בעטסט זיך אזוי שיין, וועל איך דיר צוליב טאן..
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ביזט א גאון, כ'מיז דיר עס געבן. נעמסט אפיר די סאמע שפיציגסטע דעבאטע מעטאדן צי אוועקמאכן די טענות

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די סיבה פארוואס כ'האב גארנישט געענטפערט אויף דיין לעצטע שפיציגע תגובה און ווייטער איז פשוט ווייל האסט גארנישט מוסיף געווען אדער מחדש געווען לעצם הענין נאר אפירגעברענגט פרישע דעבאטע טאקטיקן און ויכוח מיטלען וואס אין אזא פאל בין איך זיך נוהג צי גיין ווייטער. מיין קעיס איז געזאגט געווארן געניג קלאר פאר איינער וואס האט אין זיך די מעגליכקייט צי טוישן זיין מיינונג ווען ער הערט דברים של טעם וואס ער האט נישט געטראכט פון פארדעם. לא כן איינער וואס איז פארקנאקט און פארמאכט און האט בכלל נישט די יכולת צי טוישן זיין מיינונג ווייל ס'איז קאנטראלירט ביי אנדערע פאקטארן ווי שכל הישר און שיקול הדעת.

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די מעין פוינט איז אז האסט געשריבן א ליידיגע תגובה, דער עיקר אז האסט איבערגע'חזר'ט אז דו ביזט א עקשן און גייסט יעדע תגובה צוריקענטפערן אפגעזעהן צי ס'איז צים זאך צי נישט.

נעם עס נישט פערזענליך, כ'פראביר נאר צי אנאלעזירן דעם ויכוח און עס פארשטיין געבן פאר די צימישטע ליינער וואס זעהען דא אזעלעכע טאלאנטפולע תגובות שטראמען אן אויפהער, קיין שום אינהאלט אין זיך, אבער סאמהאו געט עס א רושם ווי ס'ענטפערט עפעס אפ.

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מיט יעדן פארבייגייענדן תגובה צייגסטו מער און מער שוואכקייט און יונגע פארשטאנד, ווילדע אנפאלן אויף יעדן, און דו נארסט זיך אז ווען מ'שרייבט א ענטפער צי איינעם מיינט עס אויטאמאטיש אז יענעם'ס טענה איז פארענטפערט. דאס איז א דירעקטע נבהל להשיב אפעקט, און נעמט זייער שלעכט אויס. דיין מטרה איז קלאר דא, אפילו דו שרייבסט פינקט פארקערט איז עס אבער צי מערקבאר אין דיין הלוך ילך.

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:לא די דו דערהערסט נישט וואס כ'האב דיר אנגעמערקט, ווערט דאס גאר א פרישע דעבאטע טאקטיק און נאך א גוטע תגובה אפגעענטפערט מיט א תגובה ריק מכל?

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אנאליז: די נייע דעבאטע טאקטיק דא פון אינזער מייסטער איז צי שרייבן די ווארט "עקזעקטלי" נאכדעם שרייבן כל מה שלבו חפץ און ס'איז זאגאר מעניפילירט אין די ווארט עקעקטלי. ביים ליינען וואס ער שרייבט נאכדעם געדענקט מען שוין נישט וואס איז געשטאנען אין די ציטירטע תגובה. דאס איז טאלאנט

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פיפציגער, באמת א שאד אז האסט צוליב דעם געדארפט זיך אזוי ביליג מאכן. כ'האב געשריבן דעם רושם וואס האסט אויסגענימען ביי די ליינער דא פון די מינוט וואס האסט אריינגעטראטן דא און אנגעהויבן אנגרייפן (נישט פערזענליך) יעדן וואס האט געשריבן קעגן דיין (און מיין) פארטיי פארטרעטער. זהו זה, אין לנו אלא מה שעיננו רואות צי האסט געהאט אנדערע כוונות צו נישט, דאס איז וואס מיר האבן געזעהן, דיין טאן, דיין שפראך, דיין טעמפער, אלעס האט געטייטלט צי יענעם ריכטונג. ובכן איז דיין לעצטע אטאקע אויף מיר אומפארשטענדליך. אז דו ווילסט דוקא קענסטו אויסקלארן און פליעדן א קעיס וואס וועט טוישן דעם אימעדש וואס האסט זיך בידים איינגעקויפט. אולי יחוס.


איך פארשטיי אז אויף עטליכע פון די געברענגטע תגובות קען מען זיך דינגען טאמער זיי הייסען פערזענליך אד"ג, אבער אז איך האב מצליח געווען צו ברענגען א שארפע/פערזענליכע ציטאט פון כמעט אלע דיינע תגובות אין דער אשכול, ווייזט עס אויף ווי די באקאנטער בריסקער רב, אז ווען סיז דא עטליכע קשיות זוכט מען פאר איין תירוץ אויף אלע קשיות.

און בכלל, איך האב דא נישט קיין שום נגיעות, איך האב זיך פשוט געשפירט שלעכט פאר @פופציגער, וואס האט זיך געדארפט טרעפען א קרבן צו דיינע אטאקעס, אן א פארוואס און אן א פארווען, בין איך געקומען לעזרתו, און אז דו זעהסט אז איינער אן נגיעות האט געשפירט אז דיינע תגובות זענען צו שארף און פערזענליך, מעגסטו אננעמען אז ס'איז טאקע אזוי.

נ. ב. פון ווי האב איך געדארפט וויסען אז דו האסט שוין געענדיגט די פייט?
איך האב דען רוח הקודש?
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פאראויס »

למעשה איז קלאר אז ס'קען אסאך פארמערן די שטימען. ס'קען גיין אן פערזענליכע אטאקעס. ס''ה א פארמעסט.

אזויווי די קינדער פארמעסטן אין קעמפ טוען 'צוויי טיעמס' זאכן עקסיידע''ד און יעדער פרובירט צו ווייזן די בעסטע און מערסטע וואס ער קען.


די הע''ד קאונסלערס זאלן טאקע אנזאגן נישט צו נעמען פערזענליך.. און דערמאנען אז די אנדערע טעגלאש טיעם זענען נאך אלס אונזערע חברים. זיי זענען 'דאך' שומרי שבת אפילו זיי וואויטן פאר דעם עוכר ישראל(!) עדעמס/יענג...
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
מנחה גדולה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 4:36 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך מנחה גדולה »

פאראויס האט געשריבן:וואס האט אנ''ש (מהר''א) באקומען בעבר פון עדעמס (ווי זיי שרייבן אין די נייע אינדארסמענט היינט)?

איר האט דורכגעליינט די אינדארסמענט פון היינט? שטייט דארט אויסגערעכנט עטליכע צווישן פילע אנדערע
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פאראויס האט געשריבן:למעשה איז קלאר אז ס'קען אסאך פארמערן די שטימען. ס'קען גיין אן פערזענליכע אטאקעס. ס''ה א פארמעסט.

אזויווי די קינדער פארמעסטן אין קעמפ טוען 'צוויי טיעמס' זאכן עקסיידע''ד און יעדער פרובירט צו ווייזן די בעסטע און מערסטע וואס ער קען.


די הע''ד קאונסלערס זאלן טאקע אנזאגן נישט צו נעמען פערזענליך.. און דערמאנען אז די אנדערע טעגלאש טיעם זענען נאך אלס אונזערע חברים. זיי זענען 'דאך' שומרי שבת אפילו זיי וואויטן פאר דעם עוכר ישראל(!) עדעמס/יענג...

100 פראצענט. ס'איז סייווי גוט אז כלל ישראל איז צוטיילט אזוי קען קיין איין קאנדידאט נישט ברויזן אויף אונז, אין קעיס ער געווינט.

אבער... עדעמס ווייסט אויך גאר גוט פארוואס ער באקומט יעצט די אינדארסירונג און נישט א חודש צוריק... אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פנים, שקויעך. כ׳האב נישט געבעטן זאלסט מיר ברענגען אלע מיינע תגובות פון דעם אשכול. ביטע, האסט מיר אטאקירט, זיי מוחל און ברענג ״שארפע ביליגע פערזענליכע לשונות״ דוגמת דאס וואס כ׳ניץ בלית ברירה קעגן השכלה׳דיגע תגובות. אויפדעקן איינעמס טאקטיקן וויאזוי ער מעניפילירט א נושא מיט זיין טאלאנטפולע שריפט איז נישט ביליג, ס׳איז אפשר פערזענליך אבער דיין מחאה איז נאכאלץ אומפארשטענדליך. חוץ אויב דו האסט אלטע חשבונות וואס האבן דיר געפירט דערצי, וכן דעתי נוטה.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סטאוו דו לויפסט פאר ראש הקהל, נישט פאר מעיאר.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פאראויס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:למעשה איז קלאר אז ס'קען אסאך פארמערן די שטימען. ס'קען גיין אן פערזענליכע אטאקעס. ס''ה א פארמעסט.

אזויווי די קינדער פארמעסטן אין קעמפ טוען 'צוויי טיעמס' זאכן עקסיידע''ד און יעדער פרובירט צו ווייזן די בעסטע און מערסטע וואס ער קען.


די הע''ד קאונסלערס זאלן טאקע אנזאגן נישט צו נעמען פערזענליך.. און דערמאנען אז די אנדערע טעגלאש טיעם זענען נאך אלס אונזערע חברים. זיי זענען 'דאך' שומרי שבת אפילו זיי וואויטן פאר דעם עוכר ישראל(!) עדעמס/יענג...

100 פראצענט. ס'איז סייווי גוט אז כלל ישראל איז צוטיילט אזוי קען קיין איין קאנדידאט נישט ברויזן אויף אונז, אין קעיס ער געווינט.

אבער... עדעמס ווייסט אויך גאר גוט פארוואס ער באקומט יעצט די אינדארסירונג און נישט א חודש צוריק... אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.

אויב ווייסט ער גוט איז עס בכלל נישט 'בעסער ווי קיינמאל'.
ער קוקט דיך אן ווי א ------- כאטש ער פרייט זיך אוודאי צו די שטימען וואס דו זאגסט עם צו, נאכן זיך מיטכאפן מיט עם ווען ער איז געווארן די קלארע פראנט ראננער..
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פאראויס »

און לגבי ברויזען. א קאנדידאט וואס געווינט 'ברויזט' נישט אויף א בלאק וואויט וואס האט אינדארסירט א צווייטען. ער פרובירט זיין צו חנפענען כדי זאלן ארויסקומען פאר עם נעקסטע מאל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך קרייסלער »

עפילאג: די שטערסקטע זאך וואס יעדער איינער קען טוהן אפגעזעהן פון וועלכע פארטיי איז: ארויסקומען שטומען

די מציאות איז אז אויב די אידישע געגענטער ברענגען ביינעזאם ארויס עטליעסט דרייסיג-פערציג טויזענט שטומען גייט יעדע קאנדידאט נאכלויפן די אידישע וואוטס, אפגעזעהן פאר וועלכע קאנדידאט זיי האבן געשטומט

בנוגע די עדעמס אינדארסמענט; איך פרעזענליך האלט אז עס זייער נישט עטיש אבער למעשה אפילו אויב יענג געווינט גייט ער נישט ווארפן קיינעם אינטערן באס, און די זעלבע איז פארקערט, עדעמס גייט נישט ווארפן צענדליגע טויזענטער שטומען אין מיסט, ובעל כרחו יענה

#ברוקלין באחדות

@אורח הכבוד
גוט ארויסגעברענגט די צד פון די סיניאר עסקנים, און שארף פארהאלטן פאליטישע ספינס פון יונגערע עסקנים

@סטאוו
האט אראפגעריסן די עדעמס אינדארסמענט אלץ בעביש און געפארפול, צו וואס איך שטום טיילווייז צו

זיין שפראך איז שארף אין הסברה אבער לאו דוקא פרעזענליך (אחוץ ווען סהאט זיך אויסגעפעלט), נישט יעדער גלייכט א שארפע ענטפער אין פנים (חדשות) אריין אבער פארט האט ער געמאכט זייער וואלידע און שטאנדהאפטע פוינטס

@פופציגער
סיז דא אין עסקנות פעלער וואס השתיקה יפה להם און דאס איז טיילמאל א שווערע ארבעט פון די עסקנים צו אריינעמען פיילן אבער קענען עס נישט פארטיידיגען אין פובליק
אבער אן אינדארסמענט איז נישט עפעס א געהיימע סוד, עס איז סימפעל שמור לי ואשמור לך
איך גלייב נישט אז עדעמס האט פארשפראכן עפעס אויסטערליש וואס מדארף האלטן פארהוילען פון די מידיא

אוודאי קען זיין אז סקען זיין אז סיז דא עפעס וואס מיר ווייסן נישט, אבער שכל זאגט אז סיז נישט דא עפעס מוראדיג טיפערס

און ווי די אליינס זאגסט אויך אז סיז עפעס מאדנע און ברויך א נארמאלע תירוץ אבער האסט ווידערהאלט אז אולי איז דא עפעס וואס מיר פיצי מענטשען ווייסן נישט און אפשר אפשר איז עס יא אויסגעהאלטן

דאס צייגט אויף בלינדע שטיצע אין א מענטש, פארטיי, חסידות וכו' אדער א בלינדע טראסט אין רנ"מ

האסט געמאכט דיין ארגומענט, אבער פון די נאכנאנדע תגובות על תגובות שבתגובות האט געגעבן דעם רושם אזוי

ברוקלין באחדות
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פנימחדשות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פנים, שקויעך. כ׳האב נישט געבעטן זאלסט מיר ברענגען אלע מיינע תגובות פון דעם אשכול. ביטע, האסט מיר אטאקירט, זיי מוחל און ברענג ״שארפע ביליגע פערזענליכע לשונות״ דוגמת דאס וואס כ׳ניץ בלית ברירה קעגן השכלה׳דיגע תגובות. אויפדעקן איינעמס טאקטיקן וויאזוי ער מעניפילירט א נושא מיט זיין טאלאנטפולע שריפט איז נישט ביליג, ס׳איז אפשר פערזענליך אבער דיין מחאה איז נאכאלץ אומפארשטענדליך. חוץ אויב דו האסט אלטע חשבונות וואס האבן דיר געפירט דערצי, וכן דעתי נוטה.

ערשטענס וועל איך זיין פותח מעין החתימה, און קלארשטעלען אז דא ליגט נישט קיין שום אלטע חשבונות, נאך וואס מיר האבען זיך שוין אויסגעגליכען לאנג צוריק, און איך האב ב"ה נישט דער טבע פון פירען אלטע חשבונות (נאר א ת"ח דארף זיין א נוקם ונוטר כנחש..), און אדרבה פון רוב פון דיינע תגובות האב איך שטארק הנאה, אויך פון דיינע שארפערע תגובות, וואס געבן צו לעבהאפט צום ארט, און איך האב זיך גאנץ לאנג איינגעהאלטען פון שרייבען מיין מחאה (נאך וואס שוין אין מיין ערשטע תגובה אין דער אשכול האב איך מרמז געווען אז דו מעגסט זיך בארואיגן), ביז איך האב געשפירט אז באו מים עד נפש..

יעצט איך האב פארשטייט זיך נישט געברענגט דיינע גאנצע תגובות פונעם אשכול, נאר ארויסגעשניטען די שארפע חלקים פון דעם, און אז דו ווילסט דוקא "פערזענליכע" לשונות, אט האסטו עטליכע "ביזט א גאון, כ'מיז דיר עס געבן", "איינער וואס איז פארקנאקט און פארמאכט און האט בכלל נישט די יכולת צי טוישן זיין מיינונג", "צייגסטו מער און מער שוואכקייט און יונגע פארשטאנד", "האסט צוליב דעם געדארפט זיך אזוי ביליג מאכן", און בכלל דיין גאנצע טאון אף וואויס איז געווען זייער שארף, (די הגדרה פון "ביליגע לשונות" ווייס איך נישט פונקטליך, נאר לכאו' מיינט עס נישט בכבוד'יגע לשונות, וואס דאס איז דא גאנץ בשפע אין דיינע תגובות דאהי).

און צום סוף בין איך מודה אז איך האב דא געטאהן נישט ריכטיג, נאר איך וואלט געדארפט דיר אישי'ען איידערן שרייבען א מחאה אין פאבליק, און ווי אויך וואלט מיין מחאה געדארפט זיין איידעלער, נאר איך בין פשוט געווארען מער און מער אויפגעברויזט מיט יעדער פארבייגייענדער תגובה, זעענדיג ווי א ניק ווערט באוואשען פון קאפ ביז פיס (און ס'זעהט אויס אז @פופציגער אליינס האט עס אויך אזוי אנגענומען, ווי מ'זעהט אין זיינע תגובות ווי ער שרייבט אז ער וואלט דיר נישט געדארפט ציטירן אא"וו), פארן בלויזן חטא פון פארענטפערן א תמוה'דיגע מאוו פון א עסקן, אפשר מיט געוויסע טענה'ריי טאקטיטען, ביז ס'האט געפלאצט (און אפילו דו וועסט פארענטפערן אלע דיינע לשונות, איז דאס געווען מיין פערזענליכע הרגשה ביים ליינען דיינע תגובות, און דערפאר האב איך "געפלאצט").

און איך טו זיך דא אנטשולדיגען ברבים פאר @סטאוו יא פיטא פארן שרייבען צו שארף קעגען אים (איך צי אבער נישט צוריק פון מיין עצם מחאה קעגען דאס שרייבען צו שארף).

נ. ב. פארוואס זעהט מען נישט פון דיר א אנטשולדיגונג צו @פופציגער? איז עס ווייל דו האלטסט באמת אז דיין וועג פון שרייבען איז הונדערט פראצענט נארמאל?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אט אזוי קרייסלער, צים פונקט ;l;p-

נאר די לעצטע שורה איז נישט מוכרח, מ'טענה'ט דא אז ס'איז גאר מיין קרעדיט, כ'האב באוויזן (מיט מיינע וואס?) צי מאכן ס'זאל אזוי אויסקוקן אבער עכט האו ער דאס נישט געמיינט...

--
האקט מיט א לאנגס
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פנימחדשות האט געשריבן:נ. ב. פארוואס זעהט מען נישט פון דיר א אנטשולדיגונג צו @פופציגער? איז עס ווייל דו האלטסט באמת אז דיין וועג פון שרייבען איז הונדערט פראצענט נארמאל?

יא, אזוי ווי כ'האב געשריבן פריער, כ'האלט אז ווען איינער ניצט אויס זיינע שרייבערישע טאלאנטן צי פארדרייען יענעמ'ס טענות און צי שטים מאכן ווער ס'זאגט אנדערש ווי איהם, ענטפערט שלא מן הענין מיט א געפעפערטע שפראך איז נישט מער ווי גערעכט עס צי אויפדעקן און ארויסשרייבן גראב. כ'האב איבערגעליינט יעצט דעם גאנצן אשכול ולא מצאתי ווי כ'האב איהם פערזענליך אראפגעריסן. גערעכט אז כ'וואלט געקענט ארויסברענגען די פוינטס אביסל מער בכבוד'יג אבער ממש נאר אביסל. לדוגמא אנשטאט שרייבן 'ביזט א גאון' וואלט געקענט שטיין 'דאס איז גאונות' וכדו' אבער כך הוא דרכו של ויכוח - ספעציעל מיט א מענטש וועם כ'קען זיך - אז ס'גייט אביסל פערזענליך. איז זעה איך נישט וואס ס'איז דא דא זיך צי אנטשולדיגן.

ועוד זאת אז ס'איז נישט ממש כאילו איך האב אנגעהויבן דעם קאשע. דעם טאן האב איך אנגעהויבן ניצן ווען ער האט גענימען מיינע רייד און עס פארדרייט כאילו איך זאג עפעס אנדערש... למשל ''כ'האלט נאך אלץ אז די עסקנים זענען נישט דא אינז צי אויס'שמד'ען" ... יעצט דארף איך זיך פארענטפערן אז כ'האלט אויכט נישט אזוי? ארבעט נישט אזוי, כ'וועל אנשטאט דעם אויפווייזן אז ער האט דא געניצט א דעבאטע טאקטיק מיר צי פארשטימען שלא מן הענין... דאס איז בערך די נושא
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך ממוצע »

איך האלט אז ווי לאנג ס'איז פופציגער און סטאו צווישן זיך, איז נישט קיין פראבלעם. @פופציגער האט זיך אויך נישט דא באנומען מיט זיידענע הענטשיקעס. זיינע תגובות זענען פיל מיט גרינגשעצונג צו זיינע אפאנענטן. און סטאו איז דאך סטאו... (משום מה קומט מיר אויף דעם פסוק וכסכסתי וכו'...). ס'געפעלט מיר נאר נישט ווי מיטאמאל האט פופציגער א פראבלעם צו גיין שארף... כ'בין מודה אבער אז @סטאו איז דער געווינער ווען ס'קומט צו שארפקייט...

לחיים!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך מסתמא »

לחיים אלע אידן!!

מיט וואס קענען מיר זיך אלע פארגלייכן?

1 ארויס קומען שטימען רעגארדלעס פאר וועם

2 לאמיר אלע שטימען פאר יענג..
ממה נפשך, אויב האבן די פרידמאן ברודער אדער רא"ב פערזענליכע אינטערעסן.. פארוואס זאל איך מיך מיט זיי רעכענען
און אויב טוען זיי עס מחמת הכרח ווייל עדעמס שטייגט אין די אנקעטעס.. דארפן זיי טון דאס זייעריגע.. אבער מיר דארפן ווייטער טון דאס אונזעריגע..

3 לכל הדיעות שטייט יענג פאר אלע אונזערע געברויכן

--------

נ.ב. אויב ווערט געזוכט א פראפאגאנדיסט פאר די בני יואל-טעגלאש צד קען מען מיך קאנטעקטן אין אישי, דערווייל בינעך נאך עוועילעבל
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך הײמישער זײגער »

געפעלט מיר נאר די זיך ארומהארגענען און די אינדארסירונגען וכו נאכן צוזאגן און איבערחזרן אז די עיקר מען זאל וואוטן צו ווייזן אז אידן האבן א כח פאר נעקסטע מאל, ווער האט שוין עפעס געטוהן? צוזאגען קאסט נישט קיין געלט, מען וואלט אסאך מער אויפגעטוהן ווען עס קומען אריין 30 טויזענט בלענק בעלאטס צו ווייזן א פאראייניגטע כח פאר נעקסט טיים.
#מיינונג פון איין משוגענער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פעיק ניוז »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:למעשה איז קלאר אז ס'קען אסאך פארמערן די שטימען. ס'קען גיין אן פערזענליכע אטאקעס. ס''ה א פארמעסט.

אזויווי די קינדער פארמעסטן אין קעמפ טוען 'צוויי טיעמס' זאכן עקסיידע''ד און יעדער פרובירט צו ווייזן די בעסטע און מערסטע וואס ער קען.


די הע''ד קאונסלערס זאלן טאקע אנזאגן נישט צו נעמען פערזענליך.. און דערמאנען אז די אנדערע טעגלאש טיעם זענען נאך אלס אונזערע חברים. זיי זענען 'דאך' שומרי שבת אפילו זיי וואויטן פאר דעם עוכר ישראל(!) עדעמס/יענג...

100 פראצענט. ס'איז סייווי גוט אז כלל ישראל איז צוטיילט אזוי קען קיין איין קאנדידאט נישט ברויזן אויף אונז, אין קעיס ער געווינט.

אבער... עדעמס ווייסט אויך גאר גוט פארוואס ער באקומט יעצט די אינדארסירונג און נישט א חודש צוריק... אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.

בקיצור, יעדער קאנדידאט קען זאגן וואס ער וויל, איך קען אינדארסירן וועם איך וויל. דער אישו, יענער אישו, מען העט שוין ניצן וועט מען העט עס געברויכן. דער עיקר איז אז קיינער איז נישט ברוגז אויף אונז.

און נישט פארגעסן, דער עיקר אז מיר האבן א בלאק וואטעווער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”