דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8842
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
דו האסט טאקע צוגעזאגט פאר די בחירות.
אבער איצט האסטו איין איינמאל-אין-לעבן געלעגנהייט צו ווערן ראש הממשלה.
ווי אויך מיינט עס קענען ארלעדיגן זאכן פאר מיין באזע, וואס אנדערש וואלט איך נישט געקענט.
אויך איז דאס לטובת המדינה נישט צו דארפן גיין צו 5טע בחירות. און ווער ווייסט דען ווי שטארק די לינקע + אראבער וועלן זיין ביי די 5טע בחירות
וואס וואלסטו געטוהן?

לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום פרייטאג יוני 04, 2021 3:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו ג'טוהן אנדערש?
לאמיר פארשטייציך כאפן א משל פון א אנדערע לאנד, אבער איך וואלט געטיען פונקט ווי עם, דארפסט אבער צולייגן א וויכטיגע פוינט, אז ער האט פיינט ביבי און איך אויך פארשטייציך.
וידגו לרב בקרב הארץ.
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו ג'טוהן אנדערש?
וואס מיינט דאס:
ג'טוהן?
ג'קענט?
איינער קען אידיש?
ג'טוהן?
ג'קענט?
איינער קען אידיש?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
- עכט נארמאל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 398
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: אין כולל
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו ג'טוהן אנדערש?
ווערעצקי האט געשריבן:וואס מיינט דאס:
ג'טוהן?
ג'קענט?
איינער קען אידיש?
געטוהן געקענט
איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט?
וואס מיינט? וואס מיינט!
פלעגט מען ביי אונז פרעגן.
[וואס מיינט "ביי אונז"??]
\
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
כקען נישט אזוי גוט די פאליטיק דארט, האט ער עס געטוהן פשוט צוצופיקסן ביבי אדער אלס אייגענע תאוות השררה?
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
ביידע צוזאמען איז נישט קיין אפציע?
וידגו לרב בקרב הארץ.
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
יידישע קהילות האט געשריבן:דו האסט טאקע צוגעזאגט פאר די בחירות.
אבער איצט האסטו איין איינמאל-אין-לעבן געלעגנהייט צו ווערן ראש הממשלה.
ווי אויך מיינט עס קענען ארלעדיגן זאכן פאר מיין באזע, וואס אנדערש וואלט איך נישט געקענט. ער האט נישט קיין באזע און די וואס האבן געוועלט פאר אים א ריזיגע רוב ווילן דאס נישט
אויך איז דאס לטובת המדינה נישט צו דארפן גיין צו 5טע בחירות. ווער האט מחליט געווען אז עס איז א טובה און וואס איז די טובה און ווער ווייסט דען ווי שטארק די לינקע + אראבער וועלן זיין ביי די 5טע בחירות בכלל נישטא אזא דאגה
וואס וואלסטו געטוהן?
בקיצור איז געבליבן נאר די ערשטע טעם און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס ער האט עס געטון
וואס איך וואלט געטון ווענד זיך וואס זיין שיך מיינט אויב מיינט עס אין זיין פאזישען אבער מיט מיין נאטורן וואלט איך עס נישט געטון
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
- יש לו מנה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3998
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אונטערן מאטראץ
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
צ/ק
איך וואלט ארויסגענומען מיין פיס ווי אומשנעלסטן, כ’מיין... כ’גלייב ער האט נישט מיין סייז שיך.
ערענסט גערעדט, קיינער וויל נישט ענדיגן זיין קאריערע אזוי פרי, סאו אדער איז זיין באשלוס געקומען ווייל ער איז א שטאקיגע פערד, און איך בין נישט.
אדער ווייסט ער עפעס וואס איך ווייס נישט, קענעך נישט ענטפערן פאר איך ווייס.

איך גיי מיט שלייקעס...
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
יידישע קהילות האט געשריבן:דו האסט טאקע צוגעזאגט פאר די בחירות.
אבער איצט האסטו איין איינמאל-אין-לעבן געלעגנהייט צו ווערן ראש הממשלה.
ווי אויך מיינט עס קענען ארלעדיגן זאכן פאר מיין באזע, וואס אנדערש וואלט איך נישט געקענט.
אויך איז דאס לטובת המדינה נישט צו דארפן גיין צו 5טע בחירות. און ווער ווייסט דען ווי שטארק די לינקע + אראבער וועלן זיין ביי די 5טע בחירות
וואס וואלסטו געטוהן?
יעצט איז געווען זיין איינציגסטע מאל אין לעבן וואס ער קען זיין ראש הממשלה?
ס׳האט געדארפט צוהייסן אז ער איז די קומענדיגע אויפגייענדע שטעקן נאך ביבי ביי די רעכטע, ער איז נאך יונג. און מיין אפיניאן האט ער געכאפט הייסע לאקשן און געווארפן זיינע וויילער אונטערן באס.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר

-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
מיך גייט גאנץ ווייניג אן ווער ס'איז די רה"מ דארטן, ביידע זענען די זעלבע שגצים, און ביידע נעמען א פאזיציע וואס זיי מעגן ע"פ תוה"ק נישט נעמען.
באט איך זעה נישט פארוואס בנט זאל לויט ווי ער קוקט עס אן, טוען אנדערש.
קודם כל, דארף מען געדענקען וואס ביבי האט געטוען מיט אים ווען ער האט געמאכט א דיעל מיט גנץ. ער איז ביבי'ן גארנישט שולדיג, און אדרבה, ער האט זיכער א אינטערעס זיך נוקם צו זיין אין ביבי.
אויך דארף מען געדענקען, אז קיין רעכטע קאליציע וואלט דאך סייווי נישט געווען, סמוטריץ האט נישט געהאלטן ביים גייען מיט רע"ם, און סער האט נישט געוואלט גייען מיט ביבי אויף קיין שום אופן (און ניין, איך גלייב נישט גפני וואס זאגט אנדערש). און אחוץ פון דעם אז פיפטע בחירות וואלט (לכאו') גארנישט געברענגט ניי צום טיש, און פאר דאס לאנד איז זיכער בעסער אזא ממשלה ווי פיפטע בחירות, איז עס אויך נישט גוט פאר זיינע אייגענע אינטערעסן, ער וואלט געווארן נאך שוואכער, ממילא איז עס אדער פיפטע בחירות אדער א ממשלה מיט לפיד, וואס די אויסוואל פאר אים איז נישט קיין שווערע.
יעצט לאמיר אריינגייען אין די פרטים פון די ממשלה, בנט, א פירער פון א פארטיי פון 6 ח"כ, פון די 4 קלענסטע פארטייען (אט אוו 11) קען ווערן רה"מ. און פאר 12 רעכטע ח"כ, קען ער באקומען א כמעט האלבע רעכטע קאבינעט, אין מיינע אויגן איז דאס די בעסטע אפציע פאר אים.
סמוטריץ האט זיך אפגעטיילט פון אים. הליכוד האט שוין א גאנצע רייע וואס שארפן זיך פאר ווען ביבי גייט, זיינע האפענונגען פאר די טאפ זענען היבש קליינע, פארוואס זאל ער נישט אננעמען אזא געלעגנהייט?
דאס יא, ער איז א ביליגע פאלטישאן אן קיין שום ווירדן (נישט אז די יעצטיגע איז צופיל בעסער), אבער פאר זיינע אינטערעסן לוינט זיך עס זיכער.
קען זיין איים מיסינג סאמטינג, איך בין קיין גרויסע מבין אין איזרעאלישע פאליטיק, אבער דאס איז מיין אטסיידער בליק.

אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3875
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
- לאקאציע: ביים גמרא
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
געטון די זעלבע.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
- לפי עניות דעתי
- שר האלף
- תגובות: 1080
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
- לאקאציע: במקום שאין איש
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
מסתמא געטוהן דו זעלבע וואו בנט.
א פיש אין האנד איז פיל מער ווערד וואו טויזענט אין וואסער, בפרט אז טאמער וועט דו ממשלה אנהאלטן לענגער וואו פון תענית אסתר ביז פורים און ער וועט עפעס קענען דעליווערן פארן רעכטן לאגער, וועלן טייל פון זיינע שטיצער פארגעסן
איך וואלט געוואלט וויסען צו איינער האלט אז ביבי וואלט נישט איינגעגאגען אויף אזא געשעפט?

כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
והחולק יחלוק
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2050
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
דער שאלה הייבט זיך נישט אהן, ווען עס קומט ווען אונטער א גרויסע ניסיון דווקא.
ביי יעדער קליינער נקודה, וואלסטו און טוסטו באגראבן די אלע וואס האבן דיר געהאלפן אהנקומען ווי דו ביסט אהנגעקומען, אדער, האסט נאך א ביסל ערליכקייט אין דיר. (אדער דו קוקסט אויך וואס עס קען געשעהן מארגען, אדער דיין בליק ענדיגט זיך היינט אווענט).
א בוגד איז אלעמאהל א בוגד.
און רוב פאליטיקאנטען זענען טאקע אלעמאהל בוגד , ממילא וואלט איך קיינמאל נישט אהנגעקומען צו דער נסיון.

- יעקל אלטמאן
- שר מאה
- תגובות: 147
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:01 pm
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
יש לו מנה האט געשריבן:צ/ק
איך וואלט ארויסגענומען מיין פיס ווי אומשנעלסטן, כ’מיין... כ’גלייב ער האט נישט מיין סייז שיך.
ערענסט גערעדט, קיינער וויל נישט ענדיגן זיין קאריערע אזוי פרי, סאו אדער איז זיין באשלוס געקומען ווייל ער איז א שטאקיגע פערד, און איך בין נישט.
אדער ווייסט ער עפעס וואס איך ווייס נישט, קענעך נישט ענטפערן פאר איך ווייס.
ער האט אפשר מורא אז משיח קומט שוין בקרוב און ער פארלירט זיין שאנס.
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
אבאמא האט אויך געענדיגט זיין קאריער פרי קוים ביי די 55, משא'כ איז וואס ער איז צוגעקומען צי זיין שפיץ, בנט וואס איך בין נאך ווייט פון זיכער אז ער ענדיגט מיט דעם זיין קאריער, פארוואס אויף דער וועלט זאל ער אויסלאזען א שאנס צו געדענקט ווערן אין די היסטאריע פון די ממשלת הכופרים אלס ראש ממשלת ישראל.
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
כוואלט ווען געטון די זעלבע ווען איך האלט אז סהאט שאנסן זיך צו האלטן פאר איין יאר מינימום.
אויב ענדיגט זיך די ממשלה אונטער א יאר איז בענעט א פארגאנגענהייט, אויב האלט עס אן מער קען ער נעמען אין די קומענדע וואלן שטיצער פון אלע פראקציעס, רעכטע, לינקע, אראבער. ער וועט זיין גרעסער פון וואס ימינה האט נאר געחלומט.

אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
Re: דו אין בנט'ס שיך, וואלטסטו געטוהן אנדערש?
איך וואלט עס זיכער געטון וועגן די אלע טעמים וואס @וואס טוט זיך און @ר' זעקל האבן געשריבן