די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

די אלע זאכן וואס דו זאגסט קען מען לייגן אויף די מזרחי פונקט אזוי, זיי ווילן א לאנד און אויך אפווישן אלע אראבער, פארוואס באקומען זיי נישט דעם טיטל אייסיס?

כאמאס הרג'ט נישט די 'כופרים' וואס וואוינען אין עזה, זיי זענען דא צו צוריקכאפן דעם הייליג לאנד פון מדנ"י וואס לפי טענתם איז דאס זייער, און דאס איז וואס זיי זאגן.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

שמואל בארג האט געשריבן:די אלע זאכן וואס דו זאגסט קען מען לייגן אויף די מזרחי פונקט אזוי, זיי ווילן א לאנד און אויך אפווישן אלע אראבער, פארוואס באקומען זיי נישט דעם טיטל אייסיס?

פעקט טשעק אלערט.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

נעלסאן מאנדעלע האט אויך טערארזירט די ווייסע איינוואוינער אין אפריקע, ער איז אפגעזיצן אין טורמע לאנגע יארן, ווען ס'איז אים געלונגען צו דורכפירן וואס ער האט געוואלט איז ער געקרוינט געווארן אלס דער גרויסער העלד.

טעראר איז א מיטל אין מלחמה, כאמאס קען נישט טון עפעס אנדערש צוליב זייערע שוואכע מעגליכקייטן, ירדן זענען גלויביגע גענוי ווי כאמאס, אבער זיי האבן די מלוכה ברויכן זיי נישט נוצן טעראר.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:כאמאס הרג'ט נישט די 'כופרים'

פעקט טשעק אלערט.

איך קען נישט ליינען די אלערט, לערן עס פאר הויעך.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שמואל בארג האט געשריבן:נעלסאן מאנדעלע האט אויך טערארזירט די ווייסע איינוואוינער אין אפריקע, ער איז אפגעזיצן אין טורמע לאנגע יארן, ווען ס'איז אים געלונגען צו דורכפירן וואס ער האט געוואלט איז ער געקרוינט געווארן אלס דער גרויסער העלד.

און ער איז טאקע געווען א טעראריסט, און מעגליך מיט רעכט. דאס זעלבע מיט פאלעסטינע. זיי זענען טעראריסטן, אבער מיט א טענה.

אבער מישט נישט אויס מיט כאמאס ביטע. שטודירט זייער היסטאריע איידער איר דרייט פאקטן כרצונכם הטוב.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שמואל בארג האט געשריבן:טעראר איז א מיטל אין מלחמה, כאמאס קען נישט טון עפעס אנדערש צוליב זייערע שוואכע מעגליכקייטן, ירדן זענען גלויביגע גענוי ווי כאמאס, אבער זיי האבן די מלוכה ברויכן זיי נישט נוצן טעראר.

וואס איז מיט כיזבאלא? זיי זענען אויך נישט קיין טעראריסטן בכלל, והא ראיה זיי זענען שטיל...

איר דארף בלויז אביסל עדוקאציע איבער די היסטאריע פון די גרופעס וזהו.

שמואל בארג האט געשריבן:די אלע זאכן וואס דו זאגסט קען מען לייגן אויף די מזרחי פונקט אזוי, זיי ווילן א לאנד און אויך אפווישן אלע אראבער, פארוואס באקומען זיי נישט דעם טיטל אייסיס?.

געוויסע מזרחיסטן (ממש איינצלנע) באנוצן זיך טאקע צומאל מיט טעראר טאקטיקן.

וויפיל מזרחיסטן ווילן פאקטיש הרג'נען אראבער? איך וויל אויך אלע אראבערס זאלן שטארבן, איך בין א טעראריסט?? ניין. ווייל איך פלאן עס נישט צו טון. א טעראריסט מיינט איינער וואס פירט אויס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

שמואל בארג האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:כאמאס הרג'ט נישט די 'כופרים'

פעקט טשעק אלערט.

איך קען נישט ליינען די אלערט, לערן עס פאר הויעך.

זיי מברר וויאזוי חאמאס פירט זיך אויף צו זייערע אונטערטאנען?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:טעראר איז א מיטל אין מלחמה, כאמאס קען נישט טון עפעס אנדערש צוליב זייערע שוואכע מעגליכקייטן, ירדן זענען גלויביגע גענוי ווי כאמאס, אבער זיי האבן די מלוכה ברויכן זיי נישט נוצן טעראר.

וואס איז מיט כיזבאלא? זיי זענען אויך נישט קיין טעראריסטן בכלל, והא ראיה זיי זענען שטיל...

איר דארף בלויז אביסל עדוקאציע איבער די היסטאריע פון די גרופעס וזהו.

אויב די גייסט מיט היסטאריע דאן קוק אויך אויף די היסטאריע פון די ציוניסטישע טעראר גרופעס
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:כאמאס וויל זיין בעה"ב אויף עזה פולשטענדיג, נישט א מצה צווישן מדנ"י און עגיפטן, ווען עזה וועט ווערן א געהעריג אנערקענטע לאנד פארוואס זאל כאמאס דארפן צוקומען צו טעראר?

פאר 20 יאר צוריק וואלסטו געשריבן אזוי: ווען עזה וועט זיין אונטער זייער אייגענעם אויטאריטעט וועלן זיי זיין צופרידן. יעצט אז זיי האבן דאס שוין, זאגסטו אז זיי ווילן א גאנצע לאנד נישט א מצה.

ווען זיי וועלן האבן א לאנד, וועלן זיי סך הכל ווילן אן אייגענעם קאנטינענט, און נאכדעם אן אייגענעם פלאנעט... יא, דאס גענוי ווילן זיי.

דיין חשבון שטימט אפשר מיט די אראבער פון 60 יאר צוריק, נישט מיט די היינטיגע טעראריסטן וואס זענען שונאי ישראל פונקט ווי אייסיס און אל קאידא.

נו אפשר שיקט מען די גאנצע פעקל קיין מארס, ושלום על ישראל, וחסל ווי מזאגט.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

געוואלטיג האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:ביבי האט דעליווערט דאס זייניגע
אז די לינקע קענען נישט צוזאמשטעלן א רעגירונג

עס האט תיכף אזוי געשמעקט אז בו ביום ווען די לינקע האבן זיך געגרייט פאר 2 וואכן צוריק אויף די מאנטאגדיגע טאג אז די לינקע גייען זיצן אויף א רעגירונג פונקט יענע נאכט האט אנגעהויבן פליען ראקעטן... יש אומרים נאך מער אז עס האט מיט דעם אז די לינקע רעגורינג וואלט געווען געווען מיט אבאס וואס מיינט איראן און חאמאס האט אינאיינעם מיט ביבי עס געוואלט זעהן אין דער ערד
אזוי צי אזוי צי סאיז א אמת צי נאר א טעאריע איז אבער קלאר אז ער וואלט געקענט בארואיגן די זאך בעוד מועד ווען ער וויל באמת און אוודאי נישט אנרייצן די מצב וואס פאליציי האט על לא דבר זיך געהאמפערט מיט זיי אין ירושלים
ליידער אינטערסירט אים נישט קיין אידיש בלוט בכלל נאר זיין בענקל

ליידער אמת
אבער כ'זעה נאכנישט אז די לינקע זאלן נישט קענען האבן א קוגירונג דאכט זיך אז זיי האבן נאך 61 אפילו אן באנעט..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:שטודירט זייער היסטאריע איידער איר דרייט פאקטן כרצונכם הטוב.

מיר שטודירן עס יעצט דא אינאיינעם בנוסף צו מיין אינפארמאציע ביז יעצט, דערווייל האט קיינער נישט געברענגט קיין פאקטן איבער זייערע טעראריזעם בלויז לשם טעראר.

אסדר לסעודתא האט געשריבן:געוויסע מזרחיסטן (ממש איינצלנע) באנוצן זיך טאקע צומאל מיט טעראר טאקטיקן.

וויפיל מזרחיסטן ווילן פאקטיש הרג'נען אראבער? איך וויל אויך אלע אראבערס זאלן שטארבן, איך בין א טעראריסט?? ניין. ווייל איך פלאן עס נישט צו טון. א טעראריסט מיינט איינער וואס פירט אויס.

די איזראעליס דארפן נישט צוקומען צו טערער, זיי האבן א מיליטער וואס קען צומאלן יעדן וואס טראכט אנדערש ווי זיי, די אראבער האבן איין מיטל וויאזוי צוריקצושלאגן: טעראר.

מ'קען עס נישט בארעכטיגן ח"ו, אונזערע אידישע ברודער ווערן גע'הרג'ט הי"ד, אבער ס'איז א געהעריגע מיטל וואס ווערט גענוצט אין א מלחמה, איך וויל דיר נישט זאגן וואס מיין קרוב פלעגט פארציילן וואס ער האט אפגעטון אין די אצ"ל און לח"י.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

eller האט געשריבן:אבער כ'זעה נאכנישט אז די לינקע זאלן נישט קענען האבן א קוגירונג דאכט זיך אז זיי האבן נאך 61 אפילו אן באנעט..

די לינקע קענען נישט אן בענט. די 61 ציילסטו מיט די המשותפת פארטיי וואס קיינער גייט נישט מיט זיי.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:כאמאס הרג'ט נישט די 'כופרים'

פעקט טשעק אלערט.

איך קען נישט ליינען די אלערט, לערן עס פאר הויעך.

זיי מברר וויאזוי חאמאס פירט זיך אויף צו זייערע אונטערטאנען?

און איראן? סאודיע אראביע? רוסלאנד? כינע? סי איי עי?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שמואל בארג האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:שטודירט זייער היסטאריע איידער איר דרייט פאקטן כרצונכם הטוב.

מיר שטודירן עס יעצט דא אינאיינעם בנוסף צו מיין אינפארמאציע ביז יעצט, דערווייל האט קיינער נישט געברענגט קיין פאקטן איבער זייערע טעראריזעם בלויז לשם טעראר.

יעדע טעראר איז לויט דיר נישט לשם טעראר נאר לשם א לאנד. אויב דאס איז אמת גייט מען זיך קיינמאל קענען איבערצייגן ווייל אלעס איז פאר גערעכטע סיבות, ווייל זיי האבן נישט קיין מיליטער...

די חילוק צווישן כאמאס און פאלעסטינע אין קורצן איז, פאלעסטינע לאזט די מדינה עקזיסטירן, מיט א שלום פלאן און א 2 סטעיט סאלוציע. עכ"פ דאס זאגן זיי. וויפיל ס'אמת ווייס איך נישט (איך ווייס גראדע יא אבער אכמ"ל...) אבער זיי געבן כאטש אן אז זיי זוכן סעלושענס.

כאמאס וויל נישט אז אזא מדינה זאל עקזיסטירן בכלל, אפי' אויב זיי באקומען אלעס וואס זיי דארפן. נישטא קיין שלום פארהאנדלונגען, קיין שטחים, אויטאריטעט, געלט, גארנישט. די מדינה זאל אונטערגיין פאר יעדן פרייז.

ווילאנג דאס גייט נישט פאסירן גייען זיי טעראריזירן און דורכפירן זעלבסמארד אטאקעס. זיי ווייסן אז דאס גייט קיינמאל פאסירן ביז משיח קומט, ממילא האבן זיי די רעכט צו טעראריזירן פאר 'גערעכטע סיבות' עד כי יבוא שילה.

טעראריזירן און נישט פארהאנדלן אויף גארנישט, הייסט אין מיינע אויגן טעראר לשם טעראר.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אבער כ'זעה נאכנישט אז די לינקע זאלן נישט קענען האבן א רעגירונג דאכט זיך אז זיי האבן נאך 61 אפילו אן באנעט..

די לינקע קענען נישט אן בענט. די 61 ציילסטו מיט די המשותפת פארטיי וואס קיינער גייט נישט מיט זיי.

און מיט רע"ם איז שוין אויך נישט פשוט. סער וועט אויך נישט מיטגיין אן בענעט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נאך אן אינדיקעיטאר אין מיינע אויגן וואס טעראר מיינט, זעלבסמארד אטאקעס.

איינער וואס לאזט זיך הרג'נען אבי יענער זאל שטארבן איז א טעראריסט במלוא מובן המילה. ווייל ער וויל נישט קיין שטחים, לענדער, געלט, גארנישט. נאר שטארבן. דאס קען נאר קומען פון רעליגיע און לשם טעראר.

נעלסאן מאנדעלע האט טאקע געווארפן באמבעס, אבער זיך נישט געלאזט אליינס הרג'ענען...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שמואל בארג האט געשריבן:די אלע זאכן וואס דו זאגסט קען מען לייגן אויף די מזרחי פונקט אזוי, זיי ווילן א לאנד און אויך אפווישן אלע אראבער, פארוואס באקומען זיי נישט דעם טיטל אייסיס?

כאמאס הרג'ט נישט די 'כופרים' וואס וואוינען אין עזה, זיי זענען דא צו צוריקכאפן דעם הייליג לאנד פון מדנ"י וואס לפי טענתם איז דאס זייער, און דאס איז וואס זיי זאגן.

דא האסטו עטליכע פאקטן
כאמאס זיכט אפציווישן מדנ״י פונקט וואו איראן זיכט צו ברענגען מלחמה מיט א האלבע וועלט

די מזרחיסטן וואלטן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די אראבער ווען זיי אנערקענען אים מדנ״י אין פאקט ווען נישט רע״ם האט א גאר נעגעטיווע עבר מיט שטיצען טערור וואלט די מזרחיסטן מסכים געווען צו זיצן מיט זיי

הרב חיים דרוקמאן איז לעצטענס געזעצן מיט מנסור עבאס
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דו רעדסט פון די מזרחי'סטן וואס זענען היינט בעה"ב, אודאי דארף ער נישט הרג'ענען די אראבער. ווען דער אראבער וועט זיצן אויפן בענקל, וועט ער זיך אויך אנדערש אויפפירן און די מזרחי'סט אנדערש.

מדנ"י איז נאר צושטאנד געקומען דורך טעראר.

אגב, וואס איז מאיר כהנא געווען?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:כאמאס הרג'ט נישט די 'כופרים'

פעקט טשעק אלערט.

איך קען נישט ליינען די אלערט, לערן עס פאר הויעך.

זיי מברר וויאזוי חאמאס פירט זיך אויף צו זייערע אונטערטאנען?

מער ווי איין 'קריסטליכע' טומאה פונקציאנירט אין עזה פאס, ואין פוצה פה ומצפצף.
ניין, זיי זענען לאו דוקא דא צו הרג'ענען די 'כופרים'.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שמואל בארג האט געשריבן:דו רעדסט פון די מזרחי'סטן וואס זענען היינט בעה"ב, אודאי דארף ער נישט הרג'ענען די אראבער. ווען דער אראבער וועט זיצן אויפן בענקל, וועט ער זיך אויך אנדערש אויפפירן און די מזרחי'סט אנדערש.

מדנ"י איז נאר צושטאנד געקומען דורך טעראר.

אגב, וואס איז מאיר כהנא געווען?

ווי פריער ערווענט, געוויסע מזרחיסטן זענען געווען ראדיקאל און גענוצט טעראר מיטלען. אבער פון וויפיל רעדט מען? ווערסעס כאמאס וואס באשטייט פון טעראר און כאמאס באזיצט די פירערשאפט פון עזה.

לגבי די גרינדונג פון מדנ"י איז דא אסאך צו רעדן, אבער א שאד צו פארגאזן אזא רואיגע אשכול מיט אזעלכע האקעלע טעמעס...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:כאמאס הרג'ט נישט די 'כופרים'

פעקט טשעק אלערט.

איך קען נישט ליינען די אלערט, לערן עס פאר הויעך.

זיי מברר וויאזוי חאמאס פירט זיך אויף צו זייערע אונטערטאנען?

מער ווי איין 'קריסטליכע' טומאה פונקציאנירט אין עזה פאס, ואין פוצה פה ומצפצף.
ניין, זיי זענען לאו דוקא דא צו הרג'ענען די 'כופרים'.

מקור?

וויפיל כאמאס טונעלן זענען דא אונטער דעם?...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ס'איז דייקא דא אין פלאץ צו רעדן פון מדנ"י גרינדונג, אויב מ'וויל פארשטיין וואס טעראר מיינט און פארוואס רעלאטיוו נארמאלע אראבער זענען מסכים מיט די טעראר פון כאמאס.

כאמאס זאגט נישט אז זיי ווילן אויס'הרג'ענען אלע אידן און כופרים בכל מקומות מושבותיהם רח"ל, זיי זאגן אז זיי דארפן ארצינו הקדושה אין זייער קאנטראל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:מער ווי איין 'קריסטליכע' טומאה פונקציאנירט אין עזה פאס, ואין פוצה פה ומצפצף.
ניין, זיי זענען לאו דוקא דא צו הרג'ענען די 'כופרים'.

נע, בכלל נישט... מ'פייניגט נאר מדינת ישראל דארט. און דאס איז וואס האט שוין יא ארויסגעליעקט, ווער ווייסט וויפיל נאך אזעלכע מעשיות בלייבן פארשוויגן.
In October 2007, Rami Khader Ayyad, owner of Gaza's only Christian bookstore, was abducted, beaten and murdered, after his bookstore was firebombed by an unidentified group attacking targets associated with Western influence.

https://en.m.wikipedia.org/wiki/The_Tea ... s_Bookshop
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”