אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:משפחה מיט די ווייס פרעזידענט לשעבר?

טאכטער.

געדענק איך ווי די טאטע טשעיני האט געהייסן די מערסט רעכטע ווייס פרעזידענט מעגליך...
צייטן טוישן זיך

איר האט א שטיקל מיסטעיק..
צייטן האבן זיך טאקע געטוישט, אבער נישט לגבי ווי רעכט טשעיני איז..
פשוט היינט מאכט שוין נישט רעכט אדער לינק אויס אין די רעפובליקאנער פארטיי, היינט ווענדט זיך אלעס ווי פראו אדער אנטי טראמפ מ'איז...

כ'וייס נישט וואס מעקארטי וויל, אבער רוב פון די רעפובליקאנער וואטערס, און א גרויס חלק פון זייערע קנאקערס אין וואשינגטאן, ווילן קלאר יא וויטער פאקאוסען איבער "טראמפ", נישט נאר זיינע פאליסיס, ווילן ער זאל רעדן ביי אלע פארזאמלונגען, אינדארסירען די קאנדידאטען, ער זאל זיין די ווארטזאגער פון די פארטיי.
און אויב דאס גייט זיין די רעפערענדום ביי די פריימעריס, גייט די טראמפ זייט (לכאורה) שטארק געואונען, וואס גייט אבער לכבוד דעם זיין ביי די זשענערעל...
די כלל איז, ווי מער טראמפיסטיש די פריימערי רעזולטאטען גייען זיין, אלץ מער אנטי טראמפיסטיש גייעט די זשענערעל עלעקשאן רעזולטאטן זיין...

גערעכט און נישט גערעכט.
ביזט גערעכט אז עס האט נישט צופיל צו טון ווי רעכט מען איז, אבער ביזט נישט גערעכט מיט די טערם פרא אדער אנטי טראמפ.

די אלע וואס שטיצען טראמפ, זענען נישטא פאר די פערזענדליכקייט טראמפ, אודאי וועלן זיי מיטגיין מיט די פערזענדליכקייט טראמפ אויכעט, אבער בעיקר זענען זיי פאר דאס וואס טראמפ שטעלט פאר.
די רעפאבליקאנער זענען אלעמאל געווען באוויסט ווי די איידעלע באזעסענע אדעללייט, וואס פארשמירן זיך נישט פאר פאליטיק, האבן זייער פרינציפעלד פאליסיס, און זיך נישט אוועק גערוקט דערפון, אפילו עס האט זיי געקאסט געווינסען איינס נאך די אנדערע. און די דעמאקראטן האבן געריטן אויף דעם און געמאכט א לעבן. אודאי אזוי. פארוואזשע נישט?. א פרי רייד? עני טיים! און דאס האט אויפגערעגט א גרויסע טייל רעפאבליקאנער, וואס האבן זיך דערזען אין א שוואכיטשקע פארטיי וואס קניהט פאר יעדע קאפריז פון די דעמאקראטן, און ווען טראמפ איז אפיר געקומען און אנגעהויבן צו שרייען די אמת אין פרצוף, האבן זיך די מערהייט רעפאבליקאנער געקלאמערט ארום אים, פילנדיג אז ענדליך איז דא איינער וואס גייט אריינלייגען ביינער אין די רעפאבליקאנע פארטיי. און דאס האט ער טאקע געטון סוקסעספול.

פארשטייט זיך אז אסאך פון די אלט געזעסענע רעפאבליקאנע וואס זענען נישט אינטערעסירט זיך צו נעמען ארבעטן אויף די עלטער, זענען אלע ארויס קעגן די מאדנע אנשיקעניש וואס האט זיך באזעצט אין "זייער" פארטיי, און זיי האבן אונטערגעשטעלט פיסלעך, אים נישט געשטיצט, אלעס אבי אים ארויסצוזען פון זייער פארטיי. זיי וועלן פארלירן? סאו, נישט די ערשטע מאל וואס זיי פארלירן.
און אודאי אזוי די דעמאקראטן מיט זייער קאמיוניקאציע דירעקטערס, אזוי גערופענע מעין סטרים מידיע, האבן אויך גענומען די מיסיע צו פטור ווערן פון דעם אומגערופענע אנשיקעניש. אבער צו זייער דורכפאל, אפילו נאכ'ן נוצען אלע פארשעמונגען און שפעט ווערטער אויף טראמפ'ן, איז ער דאך אנגעקומען 2016 אינ'ם ווייסן הויז, על אפם ועל חמתם, און געוויזען אז זיי האבן טאקע געהאט וואס מורא צו האבן. וכו' ואכמ"ל.

סא בעסיקלי, דער טערם טראמפ פארטרעט א מערהייט פון נארמאלע רעפאבליקאנע מענטשען וואס ווילן אז זייער פארטיי זאל זיין א געהעריגע עסטאבלישט פארטיי, וואס איז דא צו געווינען און אויפטון פאר די באפעלקערונג. אין קורצען: טראמפ=מענטשען, אנטי-טראמפ=עליטע.

ממילא, אודאי אזוי אז די מערהייט רעפאבליקאנע וואס זענען שוין מיד פון די געפאלישטע אלט געזעסענע רעפאבליקאנע טשיקען פאליטישענס, וועלן שטיצען די וואס שטעלן זיך צו צו די טראמפ אגענדע, וואס ווי געזאגט איז דאס זייער אייגענע אגענדע.
און איך זעה נישט פארוואס דאס זאל זיין א פראבלעם פאר די דזשענעראל עלעקשענס. אויב איז דער יעניגער איינער וואס קען איבערצייגען אז ער איז דא פאר די מענטשן, און רעכנט זיך נישט וואס דער אדער יענער וועט זאגן, אזוי ווי טראמפ האט געטון בשעתו, פארוואס זאל ער נישט קענען געווינען? [פארשטייט זיך אויסער אויב עס וועט אפירקומען מעיל-אין בעללאטס, וואס די מעדזשיק קען מען דערווייל נישט קאנטראלירן].

און פארשטייט זיך אז די דעמאקראטן און די מידיע וועלן פרובירן כסדר צו מאכן צימעס פון יעדע זאך וואס טוט זיך אין די רעפאבליקען פארטיי. ליז טשעיני? הא א געבראטענס. קוק נאר ווער האט איר אויסגעלויבט. פעלאסי און די איבריגע. ווייל פאר זיי איז זייער וויכטיג אז אלעס זאל צוריקגיין צום אלטען. צו וואס האבן א קאמפעטישען?

ווארט נאר ווארט אויף די מידטערם'ס, ווי די קעפלעך אין די צייטונגען וועלן שרייען איבער די "כאאס" און "קלעשעס" אין די רעפאבליקען פארטיי. איך קען שוין יעצט דרוקן די קעפלעך, ווייל עס גייט סייווי נישט ווערן אמת, וויבאלד עס שטייט אין די צייטונגען. און ווי געזאגט האבן זיי א מיסיע, און זיי וועלן טון אלעס דאס צו עררייכען.

;l;p- גאר שיין און קלאר ארויסגעברענגט
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: עליטע vs המון עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אין אנדערע נייעס האט א גרופע פון אלט געזעסענע און געוועזענע אפישעלס אין די רעפאבליקאנע פארטיי געמאלדען אז אויב גייט די פארטיי זיך נישט אפשאקלען פון טראמפ, גייען זיי עפענען א נייע פארטיי. גוד לאק פאר ענק אלע.
לדעתי קענען זיי זיך פלעין אנשליסן אין די דעמאקראטישע פארטיי. צו וואס סתם אנפירקלען די שטים צעטליך מיט נאך אומנויטיגע שורות? זיי גייען סייווי נישט אנקומען אין ערגעץ.
די יונגע און ענערגישע רעפאבליקאנע זענען שוין געקומען צום טעם, און וועלן נישט זיכען צוריקצוגיין צום אלטען סיסטעם פון זיין הינטלעך פאר די דעמאקראטן. ווי מען זאגט: די דעמעדזש איז דאן. טראמפ האט געמאכט א גוטע ארבעט אין עפענען די אויגען פאר אסאך רעפאבליקאנע און אפילו סתם נישט אפיליאירטע. ווי מען האט געקענט זען אז ער האט צובאקומען צען מיליאן [עכטע] שטימען מער.
איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי זיי קענען זיין אזוי דאמב? עפענטס די אויגען און קוקטס ארום. זעט אויס אז די חברה האבן א געוויסע בלאקעדזש אין זייער מח, און קענען נישט פטור ווערן דערפון. מעקארטי, גרעהעם און אלע אנדערע האבן זיך פשוט געעפנט די אויגן און געזען וואס עס פעלט זיך אויס צו טון, צו זיין אויף די ווינינג זייט. און די אלע אנדערע? ווער דארף געווינען? מיר דארפן פרינציפעלס. נו, נאט אייך פרינציפעלס.
גוט האט טראמפ געטון ווען ער האט נישט גע'עפנט א נייע פארטיי. זאלן זיי זיך עפענען א נייע, אויב זיי ווילן.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

איך האב גראדע א גוטע נאמען פאר די נייע פארטיי. עס זאל הייסן: The loser Party.
איינער מיט א חוש צו גרעפיק, קען מאכן א שיינע לאגא פאר זיי, און עס אהער ברענגען.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: עליטע vs המון עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

עפעס אנדערש האט געשריבן:טראמפ האט געמאכט א גוטע ארבעט אין עפענען די אויגען פאר אסאך רעפאבליקאנע און אפילו סתם נישט אפיליאירטע. ווי מען האט געקענט זען אז ער האט צובאקומען צען מיליאן [עכטע] שטימען מער.

סתם פאר די רעקארד: ווען בוש איז געלאפן פאר ריעלעקשאן (דאס לעצטע מאל א רעפובליקאנער איז געלאפן פאר ריעלעקשאן פאר טראמפ) האט ער באקומען איבער 62 מיליאן שטימען, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי איבער 70 מיליאן וויילער אין 2020, און דאס איז געווען אין א פארמעסט וואס האט ארויסגעברענגט בלויז 122 מיליאן וויילער, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי 138 מיליאן וויילער אין 2020, ווען 2020 האט פאקטיש ארויסגעברענגט איבער 20 מיליאן וויילער מער!

אין אנדערע ווערטער מיינט עס, אז פון די 20 מיליאן פרישע וויילער אין אמעריקע אין פארגלייך צו 2004 (אויסער פון די באפעלקערונג וואוקס), זענען בלויז 4 מיליאן געגאנגען צו טראמפ, אין די צייט וואס 14-15 מיליאן זענען געגאנגען צו ביידען און 1-2 מיליאן זענען געגאנגען צו אנדערע קאנדידאטן!
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: עליטע vs המון עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

והיתם נקיים האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:טראמפ האט געמאכט א גוטע ארבעט אין עפענען די אויגען פאר אסאך רעפאבליקאנע און אפילו סתם נישט אפיליאירטע. ווי מען האט געקענט זען אז ער האט צובאקומען צען מיליאן [עכטע] שטימען מער.

סתם פאר די רעקארד: ווען בוש איז געלאפן פאר ריעלעקשאן (דאס לעצטע מאל א רעפובליקאנער איז געלאפן פאר ריעלעקשאן פאר טראמפ) האט ער באקומען איבער 62 מיליאן שטימען, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי איבער 70 מיליאן וויילער אין 2020, און דאס איז געווען אין א פארמעסט וואס האט ארויסגעברענגט בלויז 122 מיליאן וויילער, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי 138 מיליאן וויילער אין 2020, ווען 2020 האט פאקטיש ארויסגעברענגט איבער 20 מיליאן וויילער מער!

אין אנדערע ווערטער מיינט עס, אז פון די 20 מיליאן פרישע וויילער אין אמעריקע אין פארגלייך צו 2004 (אויסער פון די באפעלקערונג וואוקס), זענען בלויז 4 מיליאן געגאנגען צו טראמפ, אין די צייט וואס 14-15 מיליאן זענען געגאנגען צו ביידען און 1-2 מיליאן זענען געגאנגען צו אנדערע קאנדידאטן!

די מיינט פערצן פופמן מיליאן בעללאטס זענען געגאנגן צו ביידן איט? ווייל שטימען האטער נישט געהאט.

צי ס׳מעקט אייך צו נישט, האט ביידן בלויז געוואונן צוליב די מאסשטאבליכע פעלשונגן
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

סטעפאניק איז שוין געווארן טשעיר....


Screenshot 2021-05-14 105154.png
Screenshot 2021-05-14 105154.png (51.4 KiB) געזען 1070 מאל
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: עליטע vs המון עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

שטארק זיך האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:טראמפ האט געמאכט א גוטע ארבעט אין עפענען די אויגען פאר אסאך רעפאבליקאנע און אפילו סתם נישט אפיליאירטע. ווי מען האט געקענט זען אז ער האט צובאקומען צען מיליאן [עכטע] שטימען מער.

סתם פאר די רעקארד: ווען בוש איז געלאפן פאר ריעלעקשאן (דאס לעצטע מאל א רעפובליקאנער איז געלאפן פאר ריעלעקשאן פאר טראמפ) האט ער באקומען איבער 62 מיליאן שטימען, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי איבער 70 מיליאן וויילער אין 2020, און דאס איז געווען אין א פארמעסט וואס האט ארויסגעברענגט בלויז 122 מיליאן וויילער, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי 138 מיליאן וויילער אין 2020, ווען 2020 האט פאקטיש ארויסגעברענגט איבער 20 מיליאן וויילער מער!

אין אנדערע ווערטער מיינט עס, אז פון די 20 מיליאן פרישע וויילער אין אמעריקע אין פארגלייך צו 2004 (אויסער פון די באפעלקערונג וואוקס), זענען בלויז 4 מיליאן געגאנגען צו טראמפ, אין די צייט וואס 14-15 מיליאן זענען געגאנגען צו ביידען און 1-2 מיליאן זענען געגאנגען צו אנדערע קאנדידאטן!

די מיינט פערצן פופמן מיליאן בעללאטס זענען געגאנגן צו ביידן איט? ווייל שטימען האטער נישט געהאט.

צי ס׳מעקט אייך צו נישט, האט ביידן בלויז געוואונן צוליב די מאסשטאבליכע פעלשונגן

אקעי, לאמיר נישט רעדן פון ביידען שטימען.

דו כאפסט וואס דאס מיינט אז דריטע פארטייען (וואס ציען געווענליך אן 1-2 פראצענט) האבן צוגעזען 1.5 מיליאן וויילער, און אין דער זעלבע צייט האט דער רעפובליקאנער קאנדידאט (וואס ציט געווענליך אן ארום האלב פון די שטימען) צוגעזען 4 מיליאן וויילער???...

דאס מיינט אז נאנט צו דרייסיג פראצענט פון צוגעקומענע נישט דעמאקראטישע וויילער האבן געשטימט פאר דריטע פארטייען!

אדער קען מען עס אראפלייגן אנדערש, אז אין די צייט וואס טראמפ האט "מחיה מתים" געווען די רעפובליקאנער דורכ'ן העכערן זייער טוירנאוט מיט זעקס פראצענט, איז דער "דריטער פארטייען פירער" געווען פיל מער געלונגען מיט זיין "מאסיווע באוועגונג" אז ער האט געקענט העכערן זייער טוירנאוט מיט גאנצע צען פראצענט...
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: עליטע vs המון עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

והיתם נקיים האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:טראמפ האט געמאכט א גוטע ארבעט אין עפענען די אויגען פאר אסאך רעפאבליקאנע און אפילו סתם נישט אפיליאירטע. ווי מען האט געקענט זען אז ער האט צובאקומען צען מיליאן [עכטע] שטימען מער.

סתם פאר די רעקארד: ווען בוש איז געלאפן פאר ריעלעקשאן (דאס לעצטע מאל א רעפובליקאנער איז געלאפן פאר ריעלעקשאן פאר טראמפ) האט ער באקומען איבער 62 מיליאן שטימען, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי איבער 70 מיליאן וויילער אין 2020, און דאס איז געווען אין א פארמעסט וואס האט ארויסגעברענגט בלויז 122 מיליאן וויילער, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי 138 מיליאן וויילער אין 2020, ווען 2020 האט פאקטיש ארויסגעברענגט איבער 20 מיליאן וויילער מער!

אין אנדערע ווערטער מיינט עס, אז פון די 20 מיליאן פרישע וויילער אין אמעריקע אין פארגלייך צו 2004 (אויסער פון די באפעלקערונג וואוקס), זענען בלויז 4 מיליאן געגאנגען צו טראמפ, אין די צייט וואס 14-15 מיליאן זענען געגאנגען צו ביידען און 1-2 מיליאן זענען געגאנגען צו אנדערע קאנדידאטן!

איך לײן גוט ״בלױז" 4 מיליאן?!
אױב איז ער טאקע אזא ראסיסט און װײסעךװאס װאס מ׳האט געהאלטן אינאײן אראפלײגן װאלט ער געדארפט פארלירן מיט א היסטארישע דורכפאל!! און ער האט גאר ״צובאקימען״ מיליאנען שטיצער!!!,
בכלל די גאנצע חשבון װעגן בוש וכו' איז בלױזע טעאריעס און חשבונות װאס װאלט געדארפט געשען וכו׳ גאנצע בנינים, (מ׳האט געזען אין 2016 אז אסאך האבן געשריגן אז טראמפ קען נישט געװינען וכו׳, ס׳שװער צו שאצן אזאנע זאכן ), כ׳װײס נישט װאס װאלט ״געדארפט״ זײן, כ׳װײס װאס ״ס׳איז״ געװען , די ״מציאות״ איז אז טראמפ איז שױן אױף די פאליטישע מאפע 5 יאר, לכל הדיעות איז ער אױסגעשטאנען ביטערע רדיפות פון די מידיא און אנדערע (כ׳גײ נישט ארײן אױב ס׳געװען א בלױזע פאלשע יאגד, אדער מ׳װאלט אים נאכמער געדארפט אונטערברענגען, כ׳רעד פון די ״מציאות״)
און זײן שטיצע איז נאר געװאקסן זײט דעמאלטס, און די מציאות װערט נישט אפגעפרעגט מיט גאנצע בנינים און טעאריעס פארװאס ״עכט איז ער שװאכער נאר לױט די באפעלקערונג װאוקס איז עס... ,
פונקט דאס איז מײן חתימה, ס׳איז אײנס מיט אײנס, מ׳קען קוקן די טריקענע נומערן, און מ׳קען (אױב מ׳איז געטריבן פון פריער באשטימטע הנחות און אגענדעס) בױען לופטיגע בנינים, ס׳װענדט זיך אלס װיאזױ מ׳גײט צו דערצו אביעקטיװ, אדער סוביעקטיװ
טראמפ איז א געװינער. פינטל. (מיטן צובאקומען שטיצע)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:טראמפ האט געמאכט א גוטע ארבעט אין עפענען די אויגען פאר אסאך רעפאבליקאנע און אפילו סתם נישט אפיליאירטע. ווי מען האט געקענט זען אז ער האט צובאקומען צען מיליאן [עכטע] שטימען מער.

סתם פאר די רעקארד: ווען בוש איז געלאפן פאר ריעלעקשאן (דאס לעצטע מאל א רעפובליקאנער איז געלאפן פאר ריעלעקשאן פאר טראמפ) האט ער באקומען איבער 62 מיליאן שטימען, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי איבער 70 מיליאן וויילער אין 2020, און דאס איז געווען אין א פארמעסט וואס האט ארויסגעברענגט בלויז 122 מיליאן וויילער, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי 138 מיליאן וויילער אין 2020, ווען 2020 האט פאקטיש ארויסגעברענגט איבער 20 מיליאן וויילער מער!

אין אנדערע ווערטער מיינט עס, אז פון די 20 מיליאן פרישע וויילער אין אמעריקע אין פארגלייך צו 2004 (אויסער פון די באפעלקערונג וואוקס), זענען בלויז 4 מיליאן געגאנגען צו טראמפ, אין די צייט וואס 14-15 מיליאן זענען געגאנגען צו ביידען און 1-2 מיליאן זענען געגאנגען צו אנדערע קאנדידאטן!

איך לײן גוט ״בלױז" 4 מיליאן?!
אױב איז ער טאקע אזא ראסיסט און װײסעךװאס װאס מ׳האט געהאלטן אינאײן אראפלײגן װאלט ער געדארפט פארלירן מיט א היסטארישע דורכפאל!! און ער האט גאר ״צובאקימען״ מיליאנען שטיצער!!!

ווען א אינקאמבענט פרעזידענט פון א נאציאנאלע פארטיי וואס פאריגע מאל ווען זייער פרעזידענטליכע קאנדידאט איז געווען א אינקאמבענט פרעזידענט האט ער אנגעצויגן 51% פון די שטימען באקומט פיר מיליאן פון פרישע צוואנציג מיליאן שטימען איז עס נישט קיין "בלויז"?

איך ווייס נישט פארוואס אלס ראסיסט איז עס גדולה פאר אים, ס'זענען דאך דא גענוג ראסיסטן אין אמעריקע, אבער די שמועס דא איז סייווי נישט ווי שטארק ס'איז פאר אים אליין, נאר צו ער האט שטערקער געמאכט אדער שוואכער געמאכט די רעפובליקאנער.

די פאקט איז (ניין, דאס זענען נישט קיין טעאריעס, חשבונת, אדער גאנצע בנינים...) אז אויב א פארטיי האט א באזע וואס באשטייט פון ארום האלב פון די אמעריקאנער באפעלקערונג, און זיי זעען צו פיר מיליאן פרישע וויילער ווען דאס לאנד אין אלגעמיין זעט צו צוואנציג מיליאן פרישע וויילער (וואס אלס תוצאה באקומט ער 47% אנשטאט דעם פאריגן אינקאמבענט וואס האט באקומען 51%) איז דאס טייטש אז ער האט שוואכער געמאכט די פארטיי און נישט פארקערט.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:משפחה מיט די ווייס פרעזידענט לשעבר?

טאכטער.

געדענק איך ווי די טאטע טשעיני האט געהייסן די מערסט רעכטע ווייס פרעזידענט מעגליך...
צייטן טוישן זיך

איר האט א שטיקל מיסטעיק..
צייטן האבן זיך טאקע געטוישט, אבער נישט לגבי ווי רעכט טשעיני איז..
פשוט היינט מאכט שוין נישט רעכט אדער לינק אויס אין די רעפובליקאנער פארטיי, היינט ווענדט זיך אלעס ווי פראו אדער אנטי טראמפ מ'איז...

כ'וייס נישט וואס מעקארטי וויל, אבער רוב פון די רעפובליקאנער וואטערס, און א גרויס חלק פון זייערע קנאקערס אין וואשינגטאן, ווילן קלאר יא וויטער פאקאוסען איבער "טראמפ", נישט נאר זיינע פאליסיס, ווילן ער זאל רעדן ביי אלע פארזאמלונגען, אינדארסירען די קאנדידאטען, ער זאל זיין די ווארטזאגער פון די פארטיי.
און אויב דאס גייט זיין די רעפערענדום ביי די פריימעריס, גייט די טראמפ זייט (לכאורה) שטארק געואונען, וואס גייט אבער לכבוד דעם זיין ביי די זשענערעל...
די כלל איז, ווי מער טראמפיסטיש די פריימערי רעזולטאטען גייען זיין, אלץ מער אנטי טראמפיסטיש גייעט די זשענערעל עלעקשאן רעזולטאטן זיין...

גערעכט און נישט גערעכט.
ביזט גערעכט אז עס האט נישט צופיל צו טון ווי רעכט מען איז, אבער ביזט נישט גערעכט מיט די טערם פרא אדער אנטי טראמפ.

די אלע וואס שטיצען טראמפ, זענען נישטא פאר די פערזענדליכקייט טראמפ, אודאי וועלן זיי מיטגיין מיט די פערזענדליכקייט טראמפ אויכעט, אבער בעיקר זענען זיי פאר דאס וואס טראמפ שטעלט פאר.
די רעפאבליקאנער זענען אלעמאל געווען באוויסט ווי די איידעלע באזעסענע אדעללייט, וואס פארשמירן זיך נישט פאר פאליטיק, האבן זייער פרינציפעלד פאליסיס, און זיך נישט אוועק גערוקט דערפון, אפילו עס האט זיי געקאסט געווינסען איינס נאך די אנדערע. און די דעמאקראטן האבן געריטן אויף דעם און געמאכט א לעבן. אודאי אזוי. פארוואזשע נישט?. א פרי רייד? עני טיים! און דאס האט אויפגערעגט א גרויסע טייל רעפאבליקאנער, וואס האבן זיך דערזען אין א שוואכיטשקע פארטיי וואס קניהט פאר יעדע קאפריז פון די דעמאקראטן, און ווען טראמפ איז אפיר געקומען און אנגעהויבן צו שרייען די אמת אין פרצוף, האבן זיך די מערהייט רעפאבליקאנער געקלאמערט ארום אים, פילנדיג אז ענדליך איז דא איינער וואס גייט אריינלייגען ביינער אין די רעפאבליקאנע פארטיי. און דאס האט ער טאקע געטון סוקסעספול.

פארשטייט זיך אז אסאך פון די אלט געזעסענע רעפאבליקאנע וואס זענען נישט אינטערעסירט זיך צו נעמען ארבעטן אויף די עלטער, זענען אלע ארויס קעגן די מאדנע אנשיקעניש וואס האט זיך באזעצט אין "זייער" פארטיי, און זיי האבן אונטערגעשטעלט פיסלעך, אים נישט געשטיצט, אלעס אבי אים ארויסצוזען פון זייער פארטיי. זיי וועלן פארלירן? סאו, נישט די ערשטע מאל וואס זיי פארלירן.
און אודאי אזוי די דעמאקראטן מיט זייער קאמיוניקאציע דירעקטערס, אזוי גערופענע מעין סטרים מידיע, האבן אויך גענומען די מיסיע צו פטור ווערן פון דעם אומגערופענע אנשיקעניש. אבער צו זייער דורכפאל, אפילו נאכ'ן נוצען אלע פארשעמונגען און שפעט ווערטער אויף טראמפ'ן, איז ער דאך אנגעקומען 2016 אינ'ם ווייסן הויז, על אפם ועל חמתם, און געוויזען אז זיי האבן טאקע געהאט וואס מורא צו האבן. וכו' ואכמ"ל.

סא בעסיקלי, דער טערם טראמפ פארטרעט א מערהייט פון נארמאלע רעפאבליקאנע מענטשען וואס ווילן אז זייער פארטיי זאל זיין א געהעריגע עסטאבלישט פארטיי, וואס איז דא צו געווינען און אויפטון פאר די באפעלקערונג. אין קורצען: טראמפ=מענטשען, אנטי-טראמפ=עליטע.

ממילא, אודאי אזוי אז די מערהייט רעפאבליקאנע וואס זענען שוין מיד פון די געפאלישטע אלט געזעסענע רעפאבליקאנע טשיקען פאליטישענס, וועלן שטיצען די וואס שטעלן זיך צו צו די טראמפ אגענדע, וואס ווי געזאגט איז דאס זייער אייגענע אגענדע.
און איך זעה נישט פארוואס דאס זאל זיין א פראבלעם פאר די דזשענעראל עלעקשענס. אויב איז דער יעניגער איינער וואס קען איבערצייגען אז ער איז דא פאר די מענטשן, און רעכנט זיך נישט וואס דער אדער יענער וועט זאגן, אזוי ווי טראמפ האט געטון בשעתו, פארוואס זאל ער נישט קענען געווינען? [פארשטייט זיך אויסער אויב עס וועט אפירקומען מעיל-אין בעללאטס, וואס די מעדזשיק קען מען דערווייל נישט קאנטראלירן].

און פארשטייט זיך אז די דעמאקראטן און די מידיע וועלן פרובירן כסדר צו מאכן צימעס פון יעדע זאך וואס טוט זיך אין די רעפאבליקען פארטיי. ליז טשעיני? הא א געבראטענס. קוק נאר ווער האט איר אויסגעלויבט. פעלאסי און די איבריגע. ווייל פאר זיי איז זייער וויכטיג אז אלעס זאל צוריקגיין צום אלטען. צו וואס האבן א קאמפעטישען?

ווארט נאר ווארט אויף די מידטערם'ס, ווי די קעפלעך אין די צייטונגען וועלן שרייען איבער די "כאאס" און "קלעשעס" אין די רעפאבליקען פארטיי. איך קען שוין יעצט דרוקן די קעפלעך, ווייל עס גייט סייווי נישט ווערן אמת, וויבאלד עס שטייט אין די צייטונגען. און ווי געזאגט האבן זיי א מיסיע, און זיי וועלן טון אלעס דאס צו עררייכען.

זייער א שיינע תגובה, אבער איך דיסעגרי מיט א רוב חלק דערפון (ספעציעל מיט די געצייכנטע ווערטער).
קודם דיין בליק אויף די אמאליגע רעפובליקאנער פארטיי איז ווראנג לפענ"ד, געווען א פעסטע פארטיי, קאנטראל אין ביידע הייזער, יא אוודאי האבן זיי געהאט געפאלישטע פאליטישענס אזוי ווי יעדע פארטיי האט, אבער "שוואכלינגען" קומט נישט אריין.
איר זאלט מיר אנשטולדיגן, אבער פאול רייען אדער מעקאנעל האבן פיין געפייט פאר די רעפובליקאנער אגענדע, געשאוטדאון די גאווערמענט, נישט ארויפגעברענגט די גארלענד'ס נאמינאציע פאר א וואט, און כ'קען דיך ברענגען נאך הונדערטער משלים.
און איך האלט אויך נישט אז זיי זענען געגאנגען צו טראמפ ווייל זיי זענען געווען "פעד אפ פון די רעפובליקאנער פארטיי", חוץ פון דעם וואס א גרויס חלק פון טראמפ'ס באזע זענען קיין רעפובליקאנער קיינמאל געווען, זיי זענען אריינגעקומען אין פאליטיק צוליב טראמפ, אבער אפילו דיע וואס זענען יא געווען רעפובליקאנער, זענען געגאנגען צו אים פשוט ווייל זיי האבן 'אים' ליב געהאט, גארנישט צו טוען מיט די רעפובליקאנער, טראמפ איז פשוט אן עכט ציענדע מענטשן, ער ציעט מענטשן צו זיך מיט זיין דעמאגאגיע.
און די "אלטגעזעצענע פאליטעשענס" ווי דו רופסט עס, האלטן פשוט נישט ביים זיך מיטשלעפן מיט זיין רעטאריק און דעמאגאגיע.
און די גרויס חלק פון די פארטיי וואס האבן נישט ליב געהאט טראמפ, האבן א רוב פון זיי פארלאזט דאס פארטיי, איז נישטא ווער זאל וואטן פאר און אריינוועלן דיע "אלטגעזעצענע פאלעטישענס"..

פארוואס סגייט שאדן ביים זשענעראל? פשוט ווייל א רוב פון דאס לאנד זענען נאכנישט געפאלן צו טראמפ'ס פוסטע רעטאריק (און זשאסט צו פראוון דאס פוינט, טראמפ און זיין וויזיע האט נאכקיינמאל באקומען א מערהייט פון דאס לאנד), סאו אויב ס'וועט לויפן זשארדען און געטץ סטייל חברה, וואס העלן קאמפיינען אלס טראמפ און זיינע 'נאכפאלגערס', העלן זיי לכאורה פארלירן.

פארשטטייטזיך אז אלעס ווענדט זיך אויך וויזוי די דעמס העלן פירען זייערע קאמפיינס..

----------

כ'וויל ארויסברענגען א נקודה,
דו שרייבסט א גאנצע צייט די "ווינינג זייט", און דו ברענגסט זייער גוט ארויס אז דו קוקסט עס אן "געווינען ווס. פארלירן", דארפסט אבער פארשטיין אז ס'איז (ב"ה) דא מענטשן וואס קוקן עס אן נארמאלקייט ווס. אומנארמאלקייט, זייערע פרינציפן ווס. פרינציפן'לאז, ביי זיי איז נישט 'געווינען' דאס וויכטיגסטע.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: עליטע vs המון עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

שטארק זיך האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:טראמפ האט געמאכט א גוטע ארבעט אין עפענען די אויגען פאר אסאך רעפאבליקאנע און אפילו סתם נישט אפיליאירטע. ווי מען האט געקענט זען אז ער האט צובאקומען צען מיליאן [עכטע] שטימען מער.

סתם פאר די רעקארד: ווען בוש איז געלאפן פאר ריעלעקשאן (דאס לעצטע מאל א רעפובליקאנער איז געלאפן פאר ריעלעקשאן פאר טראמפ) האט ער באקומען איבער 62 מיליאן שטימען, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי איבער 70 מיליאן וויילער אין 2020, און דאס איז געווען אין א פארמעסט וואס האט ארויסגעברענגט בלויז 122 מיליאן וויילער, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי 138 מיליאן וויילער אין 2020, ווען 2020 האט פאקטיש ארויסגעברענגט איבער 20 מיליאן וויילער מער!

אין אנדערע ווערטער מיינט עס, אז פון די 20 מיליאן פרישע וויילער אין אמעריקע אין פארגלייך צו 2004 (אויסער פון די באפעלקערונג וואוקס), זענען בלויז 4 מיליאן געגאנגען צו טראמפ, אין די צייט וואס 14-15 מיליאן זענען געגאנגען צו ביידען און 1-2 מיליאן זענען געגאנגען צו אנדערע קאנדידאטן!

די מיינט פערצן פופמן מיליאן בעללאטס זענען געגאנגן צו ביידן איט? ווייל שטימען האטער נישט געהאט.

צי ס׳מעקט אייך צו נישט, האט ביידן בלויז געוואונן צוליב די מאסשטאבליכע פעלשונגן

און צו ס'שמעקט אייך צו נישט, איז טראמפ'ס גאנצע געוואונס אין 2016 געקומען פון א טויש אין די סיסטעם וואס פוטין'ס סאפיטיקירטע העקערס האבן באוויזען אריינצולייגן..
גיי פרעג מיך אפ...


איר פארשטייט אז אזאלכע מינע טענות מיינט "קאפ אין וואנט אריין", איא?..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון 'דשעי.פי.
קאנגרעספרוי 'אליס סטאפאניק' אריינגעוועלט איבערצונעמען טשעיני'ס פלאץ

רעפאבליקאנער אין קאנגרעס, האבן היינט געשטימט פאר 'אליס סטאפאניק', איבערצונעמען די פירערשאפט פאזיציע פון די ארויסגעווארפענע קאנגרעספרוי 'ליז טשעיני'.

ווי ברייט-באריכטעט אין 'דשעי.פי.' האט 'ליז טשעיני' פארלוירן איר חן ביי פרעזידענט טראמפ, דערנאך וואס זי האט אים זייער שארף אראפגעריסן זינט די יאנואר 6 קעפיטל געביידע איבערפאל.

זינט דאן האט דער געוועזענער פרעזידענט נישט אויפגעהערט צו פארלאנגען איר אנידערשטימונג פון איר פירערשאפט-פאזיציע, און אטאקירן ליז טשעיני איז זאגאר געווארן א מהלך וויאזוי צו צייגן לאיאליטעט צו דעם געוועזענעם פרעזידענט.

כאטש וואס סטאפאניק האט געשטימט אויף טראמפ'ס פאליסיס פיל ווייניגער ווי ליז טשעיני און סטאפאניק, און איז ווייט נישט אזא קאנסערוואטיווע פערזאן ווי ס'איז ליז טשעיני, אבער איר שטארקע און פייערדיגע לאיאליטעט צו טראמפ, האט איר געברענגט צו דעם, אז א ליבעראלער רעפאבליקאנער זאל איבערנעמען א שטארק-קאנסערוואטיווער פון איר פירערשאפט פאזיציע.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:טאכטער.

געדענק איך ווי די טאטע טשעיני האט געהייסן די מערסט רעכטע ווייס פרעזידענט מעגליך...
צייטן טוישן זיך

איר האט א שטיקל מיסטעיק..
צייטן האבן זיך טאקע געטוישט, אבער נישט לגבי ווי רעכט טשעיני איז..
פשוט היינט מאכט שוין נישט רעכט אדער לינק אויס אין די רעפובליקאנער פארטיי, היינט ווענדט זיך אלעס ווי פראו אדער אנטי טראמפ מ'איז...

כ'וייס נישט וואס מעקארטי וויל, אבער רוב פון די רעפובליקאנער וואטערס, און א גרויס חלק פון זייערע קנאקערס אין וואשינגטאן, ווילן קלאר יא וויטער פאקאוסען איבער "טראמפ", נישט נאר זיינע פאליסיס, ווילן ער זאל רעדן ביי אלע פארזאמלונגען, אינדארסירען די קאנדידאטען, ער זאל זיין די ווארטזאגער פון די פארטיי.
און אויב דאס גייט זיין די רעפערענדום ביי די פריימעריס, גייט די טראמפ זייט (לכאורה) שטארק געואונען, וואס גייט אבער לכבוד דעם זיין ביי די זשענערעל...
די כלל איז, ווי מער טראמפיסטיש די פריימערי רעזולטאטען גייען זיין, אלץ מער אנטי טראמפיסטיש גייעט די זשענערעל עלעקשאן רעזולטאטן זיין...

גערעכט און נישט גערעכט.
ביזט גערעכט אז עס האט נישט צופיל צו טון ווי רעכט מען איז, אבער ביזט נישט גערעכט מיט די טערם פרא אדער אנטי טראמפ.

די אלע וואס שטיצען טראמפ, זענען נישטא פאר די פערזענדליכקייט טראמפ, אודאי וועלן זיי מיטגיין מיט די פערזענדליכקייט טראמפ אויכעט, אבער בעיקר זענען זיי פאר דאס וואס טראמפ שטעלט פאר.
די רעפאבליקאנער זענען אלעמאל געווען באוויסט ווי די איידעלע באזעסענע אדעללייט, וואס פארשמירן זיך נישט פאר פאליטיק, האבן זייער פרינציפעלד פאליסיס, און זיך נישט אוועק גערוקט דערפון, אפילו עס האט זיי געקאסט געווינסען איינס נאך די אנדערע. און די דעמאקראטן האבן געריטן אויף דעם און געמאכט א לעבן. אודאי אזוי. פארוואזשע נישט?. א פרי רייד? עני טיים! און דאס האט אויפגערעגט א גרויסע טייל רעפאבליקאנער, וואס האבן זיך דערזען אין א שוואכיטשקע פארטיי וואס קניהט פאר יעדע קאפריז פון די דעמאקראטן, און ווען טראמפ איז אפיר געקומען און אנגעהויבן צו שרייען די אמת אין פרצוף, האבן זיך די מערהייט רעפאבליקאנער געקלאמערט ארום אים, פילנדיג אז ענדליך איז דא איינער וואס גייט אריינלייגען ביינער אין די רעפאבליקאנע פארטיי. און דאס האט ער טאקע געטון סוקסעספול.

פארשטייט זיך אז אסאך פון די אלט געזעסענע רעפאבליקאנע וואס זענען נישט אינטערעסירט זיך צו נעמען ארבעטן אויף די עלטער, זענען אלע ארויס קעגן די מאדנע אנשיקעניש וואס האט זיך באזעצט אין "זייער" פארטיי, און זיי האבן אונטערגעשטעלט פיסלעך, אים נישט געשטיצט, אלעס אבי אים ארויסצוזען פון זייער פארטיי. זיי וועלן פארלירן? סאו, נישט די ערשטע מאל וואס זיי פארלירן.
און אודאי אזוי די דעמאקראטן מיט זייער קאמיוניקאציע דירעקטערס, אזוי גערופענע מעין סטרים מידיע, האבן אויך גענומען די מיסיע צו פטור ווערן פון דעם אומגערופענע אנשיקעניש. אבער צו זייער דורכפאל, אפילו נאכ'ן נוצען אלע פארשעמונגען און שפעט ווערטער אויף טראמפ'ן, איז ער דאך אנגעקומען 2016 אינ'ם ווייסן הויז, על אפם ועל חמתם, און געוויזען אז זיי האבן טאקע געהאט וואס מורא צו האבן. וכו' ואכמ"ל.

סא בעסיקלי, דער טערם טראמפ פארטרעט א מערהייט פון נארמאלע רעפאבליקאנע מענטשען וואס ווילן אז זייער פארטיי זאל זיין א געהעריגע עסטאבלישט פארטיי, וואס איז דא צו געווינען און אויפטון פאר די באפעלקערונג. אין קורצען: טראמפ=מענטשען, אנטי-טראמפ=עליטע.

ממילא, אודאי אזוי אז די מערהייט רעפאבליקאנע וואס זענען שוין מיד פון די געפאלישטע אלט געזעסענע רעפאבליקאנע טשיקען פאליטישענס, וועלן שטיצען די וואס שטעלן זיך צו צו די טראמפ אגענדע, וואס ווי געזאגט איז דאס זייער אייגענע אגענדע.
און איך זעה נישט פארוואס דאס זאל זיין א פראבלעם פאר די דזשענעראל עלעקשענס. אויב איז דער יעניגער איינער וואס קען איבערצייגען אז ער איז דא פאר די מענטשן, און רעכנט זיך נישט וואס דער אדער יענער וועט זאגן, אזוי ווי טראמפ האט געטון בשעתו, פארוואס זאל ער נישט קענען געווינען? [פארשטייט זיך אויסער אויב עס וועט אפירקומען מעיל-אין בעללאטס, וואס די מעדזשיק קען מען דערווייל נישט קאנטראלירן].

און פארשטייט זיך אז די דעמאקראטן און די מידיע וועלן פרובירן כסדר צו מאכן צימעס פון יעדע זאך וואס טוט זיך אין די רעפאבליקען פארטיי. ליז טשעיני? הא א געבראטענס. קוק נאר ווער האט איר אויסגעלויבט. פעלאסי און די איבריגע. ווייל פאר זיי איז זייער וויכטיג אז אלעס זאל צוריקגיין צום אלטען. צו וואס האבן א קאמפעטישען?

ווארט נאר ווארט אויף די מידטערם'ס, ווי די קעפלעך אין די צייטונגען וועלן שרייען איבער די "כאאס" און "קלעשעס" אין די רעפאבליקען פארטיי. איך קען שוין יעצט דרוקן די קעפלעך, ווייל עס גייט סייווי נישט ווערן אמת, וויבאלד עס שטייט אין די צייטונגען. און ווי געזאגט האבן זיי א מיסיע, און זיי וועלן טון אלעס דאס צו עררייכען.

זייער א שיינע תגובה, אבער איך דיסעגרי מיט א רוב חלק דערפון (ספעציעל מיט די געצייכנטע ווערטער).
קודם דיין בליק אויף די אמאליגע רעפובליקאנער פארטיי איז ווראנג לפענ"ד, געווען א פעסטע פארטיי, קאנטראל אין ביידע הייזער, יא אוודאי האבן זיי געהאט געפאלישטע פאליטישענס אזוי ווי יעדע פארטיי האט, אבער "שוואכלינגען" קומט נישט אריין.
איר זאלט מיר אנשטולדיגן, אבער פאול רייען אדער מעקאנעל האבן פיין געפייט פאר די רעפובליקאנער אגענדע, געשאוטדאון די גאווערמענט, נישט ארויפגעברענגט די גארלענד'ס נאמינאציע פאר א וואט, און כ'קען דיך ברענגען נאך הונדערטער משלים.

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט מיר זאגן דא מיט די קאנטראל אויף ביידע הייזער? האבן זיי געטון עפעס פונדאמענטאל דארעך דעם?
ווען די דעמאקראטן האבן ביידע הייזער, אזוי ווי די רעפאבליקאנער האבן געהאט, וועלן זיי טון זאכן וואס וועלן העלפן די פארטיי פונדעמענטאל. למשל זיי וואלטן דורכגעפירט בירגערשאפט פאר אלע אימיגראנטן, ווייל דאס איז א פונדאמענטאלע אויפטוה, אז וויבאלד רוב אימיגראנטן שטימען דעמאקראט, וועלן זיי פארדינען. יעצט האבן זיי ביידע הייזער, ווילן זיי דורכפירן עלעקשען רעפארמען וואס וועט זיי ווייטער העלפן פונדאמענטאל, אז א רעפאבליקאנער זאל שוין קיינמאל קיין פרעזידענטשאפט נישט קענען געווינען. ב"ה אז זיי האבן נישט קיין ברייטע מערהייט, איז נישט ערווארטעט אז זיי זאלן זיין סוקסעספול. ווי זענען געווען די "נישט שוואכלינגען" רעפאבליקאנער ווען זיי האבן געהאט ביידע הייזער? לדוגמא, פארוואס האבן זיי נישט איינגעפירט אז אלע סטעיטס מוזן פארלאנגען וואויטער איי די'ס צו שטימען? עס איז פשוט קאממאן סענס. (אריינצוקומען אין געוויסע בנינים דארף מען האבן איי די'ס, און צו שטימען נישט?), און דאס וואלט אפגעהאלטן 2020 פון געשען, וואלט עס אפילו נישט אנגעקומען צו א יאנוער 6. און דאס וואלט געווען א פונדעמאנטאלע אויפטוה. ווי זענען זיי געווען מיט שטיצען צו בויען די וואנט? אויב די וואנט וואלט געווען פארטיג יעצט, וואלט נישט געווען די יעצטיגע איבערפלוס פון פאטענציאלע דעמאקראטן וויילער. זיי זענען נעבעך געווען זייער ביזי צו אויספארשען א דעמאקראטען איינגעפלאנצטע קאלוזשען האויקס, ווי זייער שוואכקייט האט זיך ווייטער ארויסגעוויזן, פאלנדיג צו די דעמאקראטס טאלקינג פוינטס. און אויב עס איז נישט גענוג געווען, האבן זיי (דער שטארקע פאול רייען) פארהאלטן דעווין נונעס פון זיין פאזיציע, דער איינער וואס וואלט געקענט מאכן אן ענדע צו די גאנצע ראשע קאלוזשען סומאטוכע בעוד מועד, און אזוי ווייטער געפאלן צו די דעמאקראטען געבויטע טרעפ. איז דאס די פרינציפ וואס דו רעדסט פון?.
די אלע אנדערע זאכן מיינט עכט גארנישט לטובת די פארטיי. היינט איז עס אזוי, מארגען קומט א צווייטער און מאכט עס אנדערש. פארשטייט זיך אז עס איז דא געוויסע זאכן דא און דארטען וואס זיי האבן טאקע געטון גוט, אזעלכע מחוצפים זענען זיי נישט געווען צו פארלאנגען צו שטימען פאר זיי, אן דעליווערן גארנישט. אבער מיין מעין פוינט איז אז זיי זענען שוואכלינגען מיט פונדעמאנטאלע אויפטוהונגען בכלל און שוואכלינגען פון דעפענדען זייער פארטיי בפרט.
און איך האלט אויך נישט אז זיי זענען געגאנגען צו טראמפ ווייל זיי זענען געווען "פעד אפ פון די רעפובליקאנער פארטיי", חוץ פון דעם וואס א גרויס חלק פון טראמפ'ס באזע זענען קיין רעפובליקאנער קיינמאל געווען, זיי זענען אריינגעקומען אין פאליטיק צוליב טראמפ, אבער אפילו דיע וואס זענען יא געווען רעפובליקאנער, זענען געגאנגען צו אים פשוט ווייל זיי האבן 'אים' ליב געהאט, גארנישט צו טוען מיט די רעפובליקאנער, טראמפ איז פשוט אן עכט ציענדע מענטשן, ער ציעט מענטשן צו זיך מיט זיין דעמאגאגיע.
און די "אלטגעזעצענע פאליטעשענס" ווי דו רופסט עס, האלטן פשוט נישט ביים זיך מיטשלעפן מיט זיין רעטאריק און דעמאגאגיע.

דו ביזט בארעכטיגט צו האלטן וויאזוי דו ווילסט. אבער איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס עפעס זאלן מענטשן אים ליב האבן? האבן זיי אים געקענט פון ערגעץ? נאר זיי האבן ליב געהאט זיין סטייל רעדן, זיך נישט שרעקן פאר קיינעם, זאגן וואס ער האלט עס דארף געזאגט ווערן, אפילו קיינער האט נישט געהאט די העזה דאס צו טון פארדעם. און דאס האט געוויזן שטארקייט, וואס די אמעריקאנער וואס זענען שוין מיד פון לופטיגע פאליטישענס האבן געגליכן.
און די גרויס חלק פון די פארטיי וואס האבן נישט ליב געהאט טראמפ, האבן א רוב פון זיי פארלאזט דאס פארטיי, איז נישטא ווער זאל וואטן פאר און אריינוועלן דיע "אלטגעזעצענע פאלעטישענס"..

ווי זענען זיי געגאנגען?
פארוואס סגייט שאדן ביים זשענעראל? פשוט ווייל א רוב פון דאס לאנד זענען נאכנישט געפאלן צו טראמפ'ס פוסטע רעטאריק

אזוי? דעמאלס וויאזוי האט ער צובאקומען נאך צען מיליאן שטימען? און פארוואס האבן די דעמאקראטס געדארפט מורא האבן אז ער וועט געווינען, אז זיי האבן געדארפט אנדרייען די מעיל-אין בעללאט טאקטיק, אז מען זאל קענען "טרעפן" באקסעס מיט ביידען בעללאטס?
(און זשאסט צו פראוון דאס פוינט, טראמפ און זיין וויזיע האט נאכקיינמאל באקומען א מערהייט פון דאס לאנד), סאו אויב ס'וועט לויפן זשארדען און געטץ סטייל חברה, וואס העלן קאמפיינען אלס טראמפ און זיינע 'נאכפאלגערס', העלן זיי לכאורה פארלירן.

פארשטטייטזיך אז אלעס ווענדט זיך אויך וויזוי די דעמס העלן פירען זייערע קאמפיינס..

----------

כ'וויל ארויסברענגען א נקודה,
דו שרייבסט א גאנצע צייט די "ווינינג זייט", און דו ברענגסט זייער גוט ארויס אז דו קוקסט עס אן "געווינען ווס. פארלירן", דארפסט אבער פארשטיין אז ס'איז (ב"ה) דא מענטשן וואס קוקן עס אן נארמאלקייט ווס. אומנארמאלקייט, זייערע פרינציפן ווס. פרינציפן'לאז, ביי זיי איז נישט 'געווינען' דאס וויכטיגסטע.

אט אזוי. דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די מהלך המחשבה פון די אלטע רעפאבליקאנער, וואס וועלן שנעלער אטאקירן איינעם פון זייער אייגענע פארטיי, פאר זאכן וואס די מידיע האט דעסיידעט אז מען דארף פארשרייען, ווי איידער ארויסקומען מיט די זעלבע שטארקייט פאר ערגערע זאכן וואס קומט פאר אין די אנדערע פארטיי.
און טאקע פונקט דאס איז וואס איך האב ארויסגעברענגט. פון דעם איז דער המון עם מיד. גענוג מיט די כלומר'שטע פרינציפן, וואס ברענגט אונז נישט אין ערגעץ.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עליטע vs המון עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

והיתם נקיים האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:טראמפ האט געמאכט א גוטע ארבעט אין עפענען די אויגען פאר אסאך רעפאבליקאנע און אפילו סתם נישט אפיליאירטע. ווי מען האט געקענט זען אז ער האט צובאקומען צען מיליאן [עכטע] שטימען מער.

סתם פאר די רעקארד: ווען בוש איז געלאפן פאר ריעלעקשאן (דאס לעצטע מאל א רעפובליקאנער איז געלאפן פאר ריעלעקשאן פאר טראמפ) האט ער באקומען איבער 62 מיליאן שטימען, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי איבער 70 מיליאן וויילער אין 2020, און דאס איז געווען אין א פארמעסט וואס האט ארויסגעברענגט בלויז 122 מיליאן וויילער, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי 138 מיליאן וויילער אין 2020, ווען 2020 האט פאקטיש ארויסגעברענגט איבער 20 מיליאן וויילער מער!

אין אנדערע ווערטער מיינט עס, אז פון די 20 מיליאן פרישע וויילער אין אמעריקע אין פארגלייך צו 2004 (אויסער פון די באפעלקערונג וואוקס), זענען בלויז 4 מיליאן געגאנגען צו טראמפ, אין די צייט וואס 14-15 מיליאן זענען געגאנגען צו ביידען און 1-2 מיליאן זענען געגאנגען צו אנדערע קאנדידאטן!

די מיינט פערצן פופמן מיליאן בעללאטס זענען געגאנגן צו ביידן איט? ווייל שטימען האטער נישט געהאט.

צי ס׳מעקט אייך צו נישט, האט ביידן בלויז געוואונן צוליב די מאסשטאבליכע פעלשונגן

אקעי, לאמיר נישט רעדן פון ביידען שטימען.

דו כאפסט וואס דאס מיינט אז דריטע פארטייען (וואס ציען געווענליך אן 1-2 פראצענט) האבן צוגעזען 1.5 מיליאן וויילער, און אין דער זעלבע צייט האט דער רעפובליקאנער קאנדידאט (וואס ציט געווענליך אן ארום האלב פון די שטימען) צוגעזען 4 מיליאן וויילער???...

דאס מיינט אז נאנט צו דרייסיג פראצענט פון צוגעקומענע נישט דעמאקראטישע וויילער האבן געשטימט פאר דריטע פארטייען!

אדער קען מען עס אראפלייגן אנדערש, אז אין די צייט וואס טראמפ האט "מחיה מתים" געווען די רעפובליקאנער דורכ'ן העכערן זייער טוירנאוט מיט זעקס פראצענט, איז דער "דריטער פארטייען פירער" געווען פיל מער געלונגען מיט זיין "מאסיווע באוועגונג" אז ער האט געקענט העכערן זייער טוירנאוט מיט גאנצע צען פראצענט...

דאס איז גראדע לעניית דעתי פשוט ווייל דער עולם איז מער צוריקט געווארן, ממילא שטימען מער מענטשן פאר די אומרעלעוואנטע קאנדידאטן.

(פאר דעם פלעגן טאקע נאך מער מענטשן שטימען פאר די משוגעים לאמיר זײ רופן, אבער אין דעם היינטיגן פאלערייזד מצב וואלט עס געזאלט זיין ווייניגער.)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עליטע vs המון עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:טראמפ האט געמאכט א גוטע ארבעט אין עפענען די אויגען פאר אסאך רעפאבליקאנע און אפילו סתם נישט אפיליאירטע. ווי מען האט געקענט זען אז ער האט צובאקומען צען מיליאן [עכטע] שטימען מער.

סתם פאר די רעקארד: ווען בוש איז געלאפן פאר ריעלעקשאן (דאס לעצטע מאל א רעפובליקאנער איז געלאפן פאר ריעלעקשאן פאר טראמפ) האט ער באקומען איבער 62 מיליאן שטימען, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי איבער 70 מיליאן וויילער אין 2020, און דאס איז געווען אין א פארמעסט וואס האט ארויסגעברענגט בלויז 122 מיליאן וויילער, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי 138 מיליאן וויילער אין 2020, ווען 2020 האט פאקטיש ארויסגעברענגט איבער 20 מיליאן וויילער מער!

אין אנדערע ווערטער מיינט עס, אז פון די 20 מיליאן פרישע וויילער אין אמעריקע אין פארגלייך צו 2004 (אויסער פון די באפעלקערונג וואוקס), זענען בלויז 4 מיליאן געגאנגען צו טראמפ, אין די צייט וואס 14-15 מיליאן זענען געגאנגען צו ביידען און 1-2 מיליאן זענען געגאנגען צו אנדערע קאנדידאטן!

איך לײן גוט ״בלױז" 4 מיליאן?!
אױב איז ער טאקע אזא ראסיסט און װײסעךװאס װאס מ׳האט געהאלטן אינאײן אראפלײגן װאלט ער געדארפט פארלירן מיט א היסטארישע דורכפאל!! און ער האט גאר ״צובאקימען״ מיליאנען שטיצער!!!,
בכלל די גאנצע חשבון װעגן בוש וכו' איז בלױזע טעאריעס און חשבונות װאס װאלט געדארפט געשען וכו׳ גאנצע בנינים, (מ׳האט געזען אין 2016 אז אסאך האבן געשריגן אז טראמפ קען נישט געװינען וכו׳, ס׳שװער צו שאצן אזאנע זאכן ), כ׳װײס נישט װאס װאלט ״געדארפט״ זײן, כ׳װײס װאס ״ס׳איז״ געװען , די ״מציאות״ איז אז טראמפ איז שױן אױף די פאליטישע מאפע 5 יאר, לכל הדיעות איז ער אױסגעשטאנען ביטערע רדיפות פון די מידיא און אנדערע (כ׳גײ נישט ארײן אױב ס׳געװען א בלױזע פאלשע יאגד, אדער מ׳װאלט אים נאכמער געדארפט אונטערברענגען, כ׳רעד פון די ״מציאות״)
און זײן שטיצע איז נאר געװאקסן זײט דעמאלטס, און די מציאות װערט נישט אפגעפרעגט מיט גאנצע בנינים און טעאריעס פארװאס ״עכט איז ער שװאכער נאר לױט די באפעלקערונג װאוקס איז עס... ,
פונקט דאס איז מײן חתימה, ס׳איז אײנס מיט אײנס, מ׳קען קוקן די טריקענע נומערן, און מ׳קען (אױב מ׳איז געטריבן פון פריער באשטימטע הנחות און אגענדעס) בױען לופטיגע בנינים, ס׳װענדט זיך אלס װיאזױ מ׳גײט צו דערצו אביעקטיװ, אדער סוביעקטיװ
טראמפ איז א געװינער. פינטל. (מיטן צובאקומען שטיצע)

ער האט פארלוירן שטיצע.


נאר וואס דען? א גרעסערע פראצענט פון זיינע שטיצער האבן געשטימט ווי די פראצענט פון בוש שטיצער.

בוש האט געהאט איבער 50%, טראמפ האט געהאט אונטער 47% ביידע מאל..

פארוואס טאקע זענען זיינע שטיצער מער ארויסגעקומען? לכאורה ווייל ער האט זיי בעסער איינגערעדט כי בנפשם הדבר.

האבן אבער די דעמאקראטן געמאכט כמעט אזא גוטן דזשאב אין ארויסברענגן זייער ציבור, איז ער געפלויגן.


בד"וו, א געווינער × = א אינקאמבענט פרעזידענט וואס איז געפלויגן, פונקט ווי קיינער זאגט נישט אז קארטער איז א געווינער, אדער אפילו בוש הראשון.

אויב טראמפ וועט ח"ו געווינען אין 2024, יוי וועט ער זיין א געווינער!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דעמאקראטן האבן ביידע הייזער, און סיטיזענשיפ פאר אלע אימיגראנטן זעה איך נאך נישט...


ווען די רעפאבליקאנער האבן געהאט ביידע הייזער, האבן זיי יא דורכגעפירט זייער גרעסטע ציל, געשניטן טעקס. (פאר די רייכע און גרויסע קארפאראציעס. על כל פנים יעצט קעמפן זיי אנצוהאלטן דעם חלק, ווייל דאס איז דער עיקר העיקרים, ווי ווייניגער טעקס פאר די רייכע און גרויסע.)
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: עליטע vs המון עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

צל עובר האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:טראמפ האט געמאכט א גוטע ארבעט אין עפענען די אויגען פאר אסאך רעפאבליקאנע און אפילו סתם נישט אפיליאירטע. ווי מען האט געקענט זען אז ער האט צובאקומען צען מיליאן [עכטע] שטימען מער.

סתם פאר די רעקארד: ווען בוש איז געלאפן פאר ריעלעקשאן (דאס לעצטע מאל א רעפובליקאנער איז געלאפן פאר ריעלעקשאן פאר טראמפ) האט ער באקומען איבער 62 מיליאן שטימען, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי איבער 70 מיליאן וויילער אין 2020, און דאס איז געווען אין א פארמעסט וואס האט ארויסגעברענגט בלויז 122 מיליאן וויילער, וואס ווען מ'פארגלייכט עס צו די באפעלקערונג איז עס אזויווי 138 מיליאן וויילער אין 2020, ווען 2020 האט פאקטיש ארויסגעברענגט איבער 20 מיליאן וויילער מער!

אין אנדערע ווערטער מיינט עס, אז פון די 20 מיליאן פרישע וויילער אין אמעריקע אין פארגלייך צו 2004 (אויסער פון די באפעלקערונג וואוקס), זענען בלויז 4 מיליאן געגאנגען צו טראמפ, אין די צייט וואס 14-15 מיליאן זענען געגאנגען צו ביידען און 1-2 מיליאן זענען געגאנגען צו אנדערע קאנדידאטן!

די מיינט פערצן פופמן מיליאן בעללאטס זענען געגאנגן צו ביידן איט? ווייל שטימען האטער נישט געהאט.

צי ס׳מעקט אייך צו נישט, האט ביידן בלויז געוואונן צוליב די מאסשטאבליכע פעלשונגן

אקעי, לאמיר נישט רעדן פון ביידען שטימען.

דו כאפסט וואס דאס מיינט אז דריטע פארטייען (וואס ציען געווענליך אן 1-2 פראצענט) האבן צוגעזען 1.5 מיליאן וויילער, און אין דער זעלבע צייט האט דער רעפובליקאנער קאנדידאט (וואס ציט געווענליך אן ארום האלב פון די שטימען) צוגעזען 4 מיליאן וויילער???...

דאס מיינט אז נאנט צו דרייסיג פראצענט פון צוגעקומענע נישט דעמאקראטישע וויילער האבן געשטימט פאר דריטע פארטייען!

אדער קען מען עס אראפלייגן אנדערש, אז אין די צייט וואס טראמפ האט "מחיה מתים" געווען די רעפובליקאנער דורכ'ן העכערן זייער טוירנאוט מיט זעקס פראצענט, איז דער "דריטער פארטייען פירער" געווען פיל מער געלונגען מיט זיין "מאסיווע באוועגונג" אז ער האט געקענט העכערן זייער טוירנאוט מיט גאנצע צען פראצענט...

דאס איז גראדע לעניית דעתי פשוט ווייל דער עולם איז מער צוריקט געווארן, ממילא שטימען מער מענטשן פאר די אומרעלעוואנטע קאנדידאטן.

(פאר דעם פלעגן טאקע נאך מער מענטשן שטימען פאר די משוגעים לאמיר זײ רופן, אבער אין דעם היינטיגן פאלערייזד מצב וואלט עס געזאלט זיין ווייניגער.)

באמת איז עס נישט אזוי פיל מער, ווייל דער דעמאקראט האט צוגעזען 22 פראצענט, איך בין נארגעגאנגען לשיטתו אז די דעמאקראטן האבן "אריינגעווארפן" ווער ווייסט וויפיל פאלשע שטימען פאר ביידען...
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:דעמאקראטן האבן ביידע הייזער, און סיטיזענשיפ פאר אלע אימיגראנטן זעה איך נאך נישט...


ווען די רעפאבליקאנער האבן געהאט ביידע הייזער, האבן זיי יא דורכגעפירט זייער גרעסטע ציל, געשניטן טעקס. (פאר די רייכע און גרויסע קארפאראציעס. על כל פנים יעצט קעמפן זיי אנצוהאלטן דעם חלק, ווייל דאס איז דער עיקר העיקרים, ווי ווייניגער טעקס פאר די רייכע און גרויסע.)

פארדעם האב איך געשריבן: "ב"ה אז זיי האבן נישט קיין ברייטע מערהייט, איז נישט ערווארטעט אז זיי זאלן זיין סוקסעספול".

שניידן טעקס איז נישט קיין פונדעמאנטאלע זאך. היינט שניידט מען, מארגען לייגט מען עס צוריק.
סיטיזענשיפ פאר אלע אימיגראנטן. איז פונדאמענטאל, אפילו מען קען עס ווען צוריקדרייען, וועט די דעמעדזש שוין זיין דאן. די דעמאקראטן באזע וועט זיך ארויפריקן מיט צען מיליאן מענטשן אוטאמאטיש. און ווען זיי האבן דעיס, זעה איך נישט א רעפאבליקען נאכאמאל געווינען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אנקעטעס איבער דאס ווארפן טשעיני..
IMG_20210516_111437.jpg
IMG_20210516_111437.jpg (50.11 KiB) געזען 820 מאל
IMG_20210516_111434.jpg
IMG_20210516_111434.jpg (66.56 KiB) געזען 820 מאל
IMG_20210516_111443.jpg
IMG_20210516_111443.jpg (49.64 KiB) געזען 820 מאל
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: עליטע vs המון עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

האבן מיר נאך א גרויסע חכם וואס פארשטייט נישט וואס די רעפאבליקאנער המון עם וויל.
רעפרעזענטעטיוו אדאם קינזינגער פון אילינוי איז אויך דא צו געבן עצות וויאזוי צו פירן די רעפאבליקען פארטיי אן טראמפ, און זאגט אז ער וועט נישט לאזן טראמפ היידזשעקן די רעפאבליקען פארטיי.
ער איז איינער פון די צען וואס האבן געוואויט צו אימפיטשען טראמפ.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”