אויף קלאר צו מאכן די מעשיות דא
ערב ל"ג בעומר, האט פאליציי געוואלט אריין גיין אין די מערה איבערדרייען (קרי= מאכן סדר, דורך לייגן געיט'ס אינדערמיט, כדי דער עולם זאל שנעלער סטאק ווערן, פאר ווער ס'קען זיך דארט אויס) און דער ברסלב'ער איד, איז געקומען מאכן קולות אויף זיי, וואס צוליב דעם חטא, האט מען אים אנגעשפריצט מיט פעפער ספרעי, און זייענדיג א איד וואס ליידט אויפן אטעם, איז עם אומגעפאלן, און ביז הצלה איז געקומען (מאנכע האבן געזאגט, אז פאליציי האט אפגעהאלטן הצלה פון קומען גלייך - ווייס איך נישט זיכער) איז ער שוין געווען לאנג פאר'חלש'ט, וואס דעריבער איז ער אנגעקומען אין שפיטאל, אויף גאר א שווערן מצב.
ווען זיי וואלטן געוואלט, וואלטן צוויי פאליצאנטן, אים געקענט רואיגערהייט ארויס טראגן, זיי זענען פול שטארקער ווי דער שוואכער ערליכער איד, נאר זיי זענען נישט דא פאר סדר, נאר פאר מהומות.
די לעצטע קליפ, איז פון נאך ל"ג בעומר, ווען פאליציי האט געוואלט ערגעץ שטעלן באריגעיט'ס, און דער איד האט מוחה געווען, (נאכדעם וואס יעדער ערליכער איד, ווען ער זעהט א פאליציי ווערט ער אויף הויעך אלערט - און זעהענדיג ווי זיי ווילן באלעבאטעווען אויף דעם מקום קדוש, האט ער זיך צושריגן), און פון אלע מוחים, האבן זיי אים געכאפט אלץ א קרבן, און סאדיסטיש, צוגעדריקט צום וואנט, ביז ער איז אראפ געפאלן מאכטלאז, און דאן האט מען אים אראפגעהאלטן אויף א רשעות'דיגע אויפן, שפריצנדיג דערווייל א שיינע פאר מאל פעפער גאז אויף אלע מוחים, ווען דער אראפגעהאלטענער, ליידט דערפון דאס מערסטע, באקומענדיג איין דאזע נאכן צווייטן, און הצלה האט אויך נישט געקענט צוקומען צוליב דאס שטיקעניש פון די ספרעי, נאר א ספרד'ישער איד וואס קען אביסל עזרה ראשונה, איז צוגעגאנגען אים ראטעווען.
אבער די איידעלע משטרה, וואס זענען נעבעך חילונים, אבער מיינען באמת גארנישט (והא ראיה, אנשטאט רופן הצלה, רופן זיי נאך פאליצאנטן פאר הילף) זיי מיינען נאר אונזער טובה.
ימח שמם וזכרם!!!