שאקירנד! פאליציי שטיקט א איד אין מירון

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

שאקירנד! פאליציי שטיקט א איד אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=5 ... xpR1b89q61

און די ווידיא זעט מען ווי די פאליציי באהאנדלט א היימישע איד, און זיי דערשטיקן עם אויף אזוי ווייט ווי מען זעט ביים סוף אז מען דארף מאכן אויף עם cpr.

גלייך ביים זען די ווידיא איז מיר ארויף געקימען די בילד פון דזשארש פלויד פאר די אויגן, די פאליציי זענען נאך דא לכאורה אזוי שילדיג ווי ביי די מעשה פון פלויד, אבער ווי יעדער ווייסט איז כמעט נישט דא קיין שאנסן אז די פאליציי זאלן געפינען ווערן שילדיג.

אבער דא זעט מען א חיליק אויך, אז בשעת די פלויד מעשה כאטש וואס עס איז געווען פארזאמלט א שיינע פאר מענטשן און געשריגן אויף די פאליציי, האט קיינער זיי זיך נישט דערוואקט אנצירירן, בשעת דא פראבירט כמעט יעדער נישט קיין חיליק פון וועלעכע קרייז צו ארויס ראטעווען דאס איד.

און די סיבה איז פשוט ווייל א אידישע הארץ קען נישט דאס צוזען און נישט פראבירן עפעס צוטיען.

איך מיין אז דאס איז א קלאסישע משל ווי אזוי עס קיקט אויס ווען מען לאזט די איזרעלי פאליציי קאנטראלירן די היימישע עולם.

מען רעדט דא פון א פאליציי וואס באניצט זיך נאר מיט כוח און נישט מיט מוח, און עס גייט זיי נישט אן אז איינער ווערט דערשטיקט ווייל מען קען זיי כמעט נישט האלטן אקאונטעביל, און די זעלבע צייט רעדט מען דא פון מענטשן וואס זייער אידיש הארץ וועט זיי קיינמאל נישט, נישט לאזן עפעס טיען ווען זיי פילן אז עפעס ווערט געטיען אומריכטיג.

אויב ווילט איר אז די פאליציי זאל האבן פולשטענדיג קאנטראל אויף די בארג , זייט גרייט אויף נאך פול אזאלעכע מעשות ה’’י.
וידגו לרב בקרב הארץ.
נאך איינער

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

נאך א ווידעא פין מיורן היי יאר,

https://drive.google.com/file/d/1AiEaeS ... p=drivesdk
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די וועלט רידערט נישט איבער אזא מעשה רציחה לעיני השמש. שאווין איז א משל קעגן דעים
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוונע »

טראק דרייווער האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די וועלט רידערט נישט איבער אזא מעשה רציחה לעיני השמש. שאווין איז א משל קעגן דעים

גאמ. מקען נישט אזוי גוט זעהן וואס ער טוט מיט אים ליגענדיג אויפן פלאהר קען איינער ארייקומען מיט מער פרטים?
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

ביי 5:11 אריין אין די ווידיאו זעהט מען ווי הצלה קומט און ער גייט גלייך אוועק. אפאר סעקונדעס שפעטער זעהט מען אן עמך איד מאכן CPR וואס איז פשט פון דעם?
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

איך וויל אויף קיין איין מינוט נישט מצדיק זיין די פאליציי. עס איז א קלארע אכזריות און מעשה רציחה.
אבער צו ווייסט איינער וואס דארט האט פאסירט? וויאזוי האט זיך אנגעהויבן די קאנפליקט?

עס איז באקאנט וואס בריסקער רב זי"ע האט געזאגט פאר ר' עמרם בלויא זצ"ל, אז ער איז אויך געכאפט אויף ציונות, ווייל ער גייט מוחה זיין און ער קלערט אז די פאליציי וועלן אים נישט הרג'נען... בעת זיי זענען עלול אויף שפיכות דמים.

חוץ פון דעם וואס די פאליציי - אלס פרייע, האבן א נאטורליכע האס צו די פרומע, איז בכלל די צוגאנג פון די פאליציי דארטן אויף א מיטל-מזרח'דיגע פארנעם, להבדיל ווי אין די אראבישע מדינות, אלעס גייט מיט כח, נישט מיט מוח. און אין א געוויסע זין, איז די צוגאנג פונעם ציבור צו די פאליציי דאס זעלבע, כמים הפנים לפנים.
איך פלעג ציטערן צו גיין ביי מחאות, ווייל כ'האב נישט געזוכט קיין קלעפ. אבער דארטיגע איינוואוינער, מאיזה סיבה שיהיה, האלטן זיך נישט אפ פון זיך צו קריגן מיט די פאליציי, ביז ס'ענדיגט זיך מיט קלעפ, פעפער ספרעי ועוד ועוד.
ביי אונז אין אמעריקע ווייסט מען, אז אפילו ווען די פאליציי איז נישט גערעכט, איז דאס ערגסטע זיך צו קריגן מיט זיי. כאטשיג זיי טוען נישט קיין צענטל וואס די פאליציי טוט דארטן, מיט דעם אלעם שטייט מען ווייט פון זיך קריגן, אדער אפילו זיך רייצן מיט פאליציי.
דארטן איז עס להיפוך, און ליידער ענדיגט זיך עס כמה וכמה פעמים מיט אזעלכעס, אדער פיל ערגערס.

יא, די פאליציי זענען רוצחים, שלעגערס וכו' וכו', ימח שמם וזכרם. אבער פון א רוצח שטייט מען ווייט, מ'אנטלויפט ווי די אויגן טראגן, נישט מען קריגט זיך מיט אים.

איך שרייב נישט דאס ווייל איך ווייס וואס דארט האט פאסירט, אבער על הכלל כולו יצא, עס איז נישט קיין שום מצוה זיך צו גיין קריגן מיט די פאליציי, און זיך אריינלייגן אין א סכנה, אפשר גאר סכנת נפשות.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:ביי 5:11 אריין אין די ווידיאו זעהט מען ווי הצלה קומט און ער גייט גלייך אוועק. אפאר סעקונדעס שפעטער זעהט מען אן עמך איד מאכן CPR וואס איז פשט פון דעם?


פונקט א סעקונדע פאר דעם האט מען געשפריצט פעפערספרעי, דער הצלה מעמבער קען נישט אטעמען, גייט ער אוועק.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איין זאך! ס'איז נישטא קיין שום אחריות דארט! דער משטרה קען טוען וואס ער וויל, ווי לאנג ס'איז חרדים, איז מח"ש כחש אלעס איז גארנישט ווערד. און זיי ווייסן דאס.

שומו שמים!! מיין הארץ באכעט נאך פון קוקן דעם קליפ. נאך בעלים אין מירון זאלן זיי זיין... רח"ל!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גליטשעדיג האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:ביי 5:11 אריין אין די ווידיאו זעהט מען ווי הצלה קומט און ער גייט גלייך אוועק. אפאר סעקונדעס שפעטער זעהט מען אן עמך איד מאכן CPR וואס איז פשט פון דעם?


פונקט א סעקונדע פאר דעם האט מען געשפריצט פעפערספרעי, דער הצלה מעמבער קען נישט אטעמען, גייט ער אוועק.

נע.. דאס איז געווען א מינוט פארדעם.

דער הצלה גייט אוועק לכאורה, ווייל ער וויל זיך נישט אריינמישן אין א קאנפליקט מיט די פאליציי. אפשר טראכט ער אז מ'מאכט סתם א באלאגאן.
אוועטאר
פעשליך
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 06, 2020 10:42 am

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשליך »

אוודאי זענען די ציונים ימ"ש מיט זייער משטרה גרויסע רשעים.

קומט נישט עכט אריין דא נאר זיך פונקט דערמאנט וואס שלמה יענקל פלעגט זאגן. ווילאנג איך זע נישט ר' ליפא שווארץ צווישען די ארעסטירטע קום מיר נישט מיט קיין מעשות וועגן פרידליכע מוחים..
לעצט פארראכטן דורך פעשליך אום דינסטאג מאי 04, 2021 12:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טענקיו. ביי. א גוטן.
A apple a day keeps people away. Just make sure to throw it hard
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פרידליכע מוחים.. זאג מיר שוין פונקטליך וואס הייסט אומפרידליכע מוחים? וואס האט ער שוין אזוינס געקענט טוען. אויב וואלט ער געשאסן א שטיין, וואלט ער שוין געווען ארעסטירט.

דאס איז קלאר געווען א ביליגע בלוט דורשטיגע נקמה אקט. ימ"ש.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

פעשליך האט געשריבן:אוודאי זענען די ציונים ימ"ש מיט זייער משטרה גרויסע רשעים.
נאר ווי פלעגט שלמה יענקל זאגן. ווילאנג איך זע נישט ר' ליפא שווארץ צווישען די ארעסטירטע קום מיר נישט מיט קיין מעשות וועגן פרידליכע מוחים..

מעגסטוך שעמען מיט דיין תגובה, יא פרידלעך נישט פרידלעך, דיין אידיש הארץ האסטו ערגעץ פארלוירן?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
פעשליך
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 06, 2020 10:42 am

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשליך »

חס ושלום. איך רעד בכלל נישט פון די מעשה. זיי זענען רוצחים במלוא מובן המילה.

זיך סתם דערמאנט די מעשה.
טענקיו. ביי. א גוטן.
A apple a day keeps people away. Just make sure to throw it hard
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

ממוצע האט געשריבן:פרידליכע מוחים.. זאג מיר שוין פונקטליך וואס הייסט אומפרידליכע מוחים? וואס האט ער שוין אזוינס געקענט טוען. אויב וואלט ער געשאסן א שטיין, וואלט ער שוין געווען ארעסטירט.

דאס איז קלאר געווען א ביליגע בלוט דורשטיגע נקמה אקט. ימ"ש.

נקמה אין וועמען?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אין דעם מחוצף'דיגן בחור'ל.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: פאליציי דערשטיקט א איד אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

איך וויל עס אנדערש אויסדריקן.

ווען די ווייזט דעם קליפ פאר אן אמעריקאנעם גוי וועט ער לכאורה געבן גערעכט פאר די פאליציי לפי וויאזוי מ'פירט זיך אויף צו זיי, ניין?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פאליציי דערשטיקט א איד אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

סאיז באקאנט אז די קני טאקטיק קומט פון די ארץ ישראלישע משטרה

אמעריקא און ארץ ישראל האבן א פראגרעם ווי משעירט פאליציי
אזויווי זיי האבן מיט קאנאדא ווי זיי שעירן סטודענטן

ביי די פלאוד מעשה איז געווען באריכטעט אז די פאליסמאן איז געווען א משטרה געלערנטער



#סטאם פאר די נאליזש
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פאליציי דערשטיקט א איד אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שוידערליך שוידערליך!!!

דאס דארף אויפטרייסלען די וועלט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
נאך איינער

Re: פאליציי דערשטיקט א איד אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

.
אטעטשמענטס
IMG_20210504_002034_812.jpg
IMG_20210504_002034_812.jpg (100.53 KiB) געזען 3046 מאל
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

נאך איינער האט געשריבן:נאך א ווידעא פין מיורן היי יאר,

https://drive.google.com/file/d/1AiEaeS ... p=drivesdk


געפעלט מיר ווי אזוי עס ענדיגט זיך
די העד קאונסלער רופט אויס אין די מייק אז כיתה ט זאל שוין אוועק גיין און אויפהערן שלאגן כיתה ח׳
אני ישנה ולבי ער
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

ממוצע האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:ביי 5:11 אריין אין די ווידיאו זעהט מען ווי הצלה קומט און ער גייט גלייך אוועק. אפאר סעקונדעס שפעטער זעהט מען אן עמך איד מאכן CPR וואס איז פשט פון דעם?


פונקט א סעקונדע פאר דעם האט מען געשפריצט פעפערספרעי, דער הצלה מעמבער קען נישט אטעמען, גייט ער אוועק.

נע.. דאס איז געווען א מינוט פארדעם.

דער הצלה גייט אוועק לכאורה, ווייל ער וויל זיך נישט אריינמישן אין א קאנפליקט מיט די פאליציי. אפשר טראכט ער אז מ'מאכט סתם א באלאגאן.


קוק גוט וועסטו זען ווען דער הצלה מעמבער קומט אן הערט מען הוסן, און מען זעט וויאזוי מען דעקט צו דעם מויל.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: פאליציי דערשטיקט א איד אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

נאך איינער האט געשריבן:.

פון ווען איז דאס?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פאליציי דערשטיקט א איד אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דא זעהט מען קלאר א געיט...
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

נאך איינער האט געשריבן:.


ווער ווייסט, אפשר איז דער פאליציי מיט דעם שתי וערב גאר אן אמעריקאנער פאליס וואס קומט זיך לערנען קיין איזרעאל אויף די חרדים...
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: ביישפיל ווי אזוי עס וועט אויסקיקן ווען די פאליציי נעמט פולשטענדיגע קאנטראל פון הר מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

ממוצע האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:ביי 5:11 אריין אין די ווידיאו זעהט מען ווי הצלה קומט און ער גייט גלייך אוועק. אפאר סעקונדעס שפעטער זעהט מען אן עמך איד מאכן CPR וואס איז פשט פון דעם?


פונקט א סעקונדע פאר דעם האט מען געשפריצט פעפערספרעי, דער הצלה מעמבער קען נישט אטעמען, גייט ער אוועק.

נע.. דאס איז געווען א מינוט פארדעם.

דער הצלה גייט אוועק לכאורה, ווייל ער וויל זיך נישט אריינמישן אין א קאנפליקט מיט די פאליציי. אפשר טראכט ער אז מ'מאכט סתם א באלאגאן.

דער מענטש ליגט דאך unconscious וואס הייסט ער וויל זיך נישט אריימישן?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”