פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יש ברירה האט געשריבן:א טאג נאך די מעלדונג פון אמעריקע

Australia joins diplomatic boycott of Beijing Winter Olympics

ליסטע געוואקסן

אמעריקע
אויסטראליע
ענגלאנד
ניו זילאנד
קאנאדא

אמעריקע איז ליעדינג עגען.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יש ברירה האט געשריבן:ליסטע געוואקסן

אמעריקע
אויסטראליע
ענגלאנד
ניו זילאנד
קאנאדא

אמעריקע איז ליעדינג עגען.

אויף די לעצטע פיר איז נישט קיין חידוש ווייל אויב איינער גייען שוין אלע מיט, זיי זענען א נייע סופער פאוער וואס האלט אינמיטן ארויסוואקסן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כ'גלייב נישט אפילו איינער פון זיי וואלטן מיטגעטאנצן מיט א טראמפ.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

לענ'ד זיכער אז יא.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאפצעם האט געשריבן:כ'גלייב נישט אפילו איינער פון זיי וואלטן מיטגעטאנצן מיט א טראמפ.

פארוואס נישט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פעיק ניוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:כ'גלייב נישט אפילו איינער פון זיי וואלטן מיטגעטאנצן מיט א טראמפ.

פארוואס נישט?

דאסי די מציאות געווען די 4 יאר.

ער פלעגט גיין מיט אלעם ווילד, מענטשן, ספעציעל די מערב וועלט האט געזיכט אוועקצושטיין פון זיין אפילאירט

אמעריקא'ס ברענד איז געווען חרוב
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 3:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

שטייצעך איבערגעטריבן א מיליאן מאל, ווי ער פלעגט גיין אביסל ווילד איז געווען מיט זאכן וואס איז נוגע געווען אמעריקע, נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז די לענדער וואלטן זיך נישט צוגעשטעלט מיט אים אויף אזא זאך ווי שטראפן כינע פאר יומען רייטס פארלעצונגען.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ר' זעקל האט געשריבן:נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז די לענדער וואלטן זיך נישט צוגעשטעלט מיט אים אויף אזא זאך ווי שטראפן כינע פאר יומען רייטס פארלעצונגען.

די מערב לענדער האבן זיך קיינמאל צוגעשטעלט צו אים, דאס איז די טריקענע מציאות.

דאס יא, נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז ער וואלט אפילו אמאל געטוהן אזא שריט קעגן טשיינע ווייל ער האט קיינמאל נישט פארדאמט טשיינע'ס יומען רייטס פארברעכן. ס'האט אים ווי באקאנט קיינמאל אינטערסירט די זאכן.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

כאפצעם האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז די לענדער וואלטן זיך נישט צוגעשטעלט מיט אים אויף אזא זאך ווי שטראפן כינע פאר יומען רייטס פארלעצונגען.

די מערב לענדער האבן זיך קיינמאל צוגעשטעלט צו אים, דאס איז די טריקענע מציאות.

דאס יא, נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז ער וואלט אפילו אמאל געטוהן אזא שריט קעגן טשיינע ווייל ער האט קיינמאל נישט פארדאמט טשיינע'ס יומען רייטס פארברעכן. ס'האט אים ווי באקאנט קיינמאל אינטערסירט די זאכן.

אים איז וויכטיגער געוועהן די האנדל דעפיציט און זיך טשעפען מיט טשיינע דארט ווי עס בענעפעטירט אמיראקאנע בירגער ווי איידער זיין ביזי צו בעסער מאכן טשיינע.

ער האט נישט פארדאמט טשיינע, ער האט זיך געטשעפעט מיט אייראפע אין קאנאדע, און פוטין איז געזיצן איינגעפאקט בעת געז האט געקאסט $1.75.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יאפ צוויי אנדערע וויזיעס פאר אמעריקא.

איינס איז אמעריקא אלס וועלט פירער און פאן טרעגער פון יומען רייטס, און פארדאמען אונזערע שונאים.

די צווייטע איז פארדאמען און זיך צושלאגן מיט אונזערע פריינט בכדאי צו רוקן א סימבאלישע נאטא נומער פון 2.003334 צו 2.0034467.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

כאפצעם האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז די לענדער וואלטן זיך נישט צוגעשטעלט מיט אים אויף אזא זאך ווי שטראפן כינע פאר יומען רייטס פארלעצונגען.

די מערב לענדער האבן זיך קיינמאל צוגעשטעלט צו אים, דאס איז די טריקענע מציאות.

דאס יא, נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז ער וואלט אפילו אמאל געטוהן אזא שריט קעגן טשיינע ווייל ער האט קיינמאל נישט פארדאמט טשיינע'ס יומען רייטס פארברעכן. ס'האט אים ווי באקאנט קיינמאל אינטערסירט די זאכן.

קאן זיין אז טראמפ וואלט נישט געטוהן אזא זאך פאר טשיינע וועגן זייער יומען רייטס נאך וואס פאר טראמפ איז וויכטיגער געווען צו שטראפן טשיינע פאר זייער אנפעיר דיעלס מיט אמעריקע ווי פאר זייער יומען רייטס, אבער ווען ער זאל ווען יא לייגן סאנקציעס וועגן יומען רייטס זעה איך נישט פארוואס די מערב וועלט לענדער זאלן זיך ווען נישט צושטעלן.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

כאפצעם האט געשריבן:יאפ צוויי אנדערע וויזיעס פאר אמעריקא.

איינס איז אמעריקא אלס וועלט פירער און פאן טרעגער פון יומען רייטס, און פארדאמען אונזערע שונאים.

די צווייטע איז פארדאמען און זיך צושלאגן מיט אונזערע פריינט בכדאי צו רוקן א סימבאלישע נאטא נומער פון 2.003334 צו 2.0034467.

איינס ווערט אנגערופן אמעריקע פירסט און ס'צווייטע קענסטו נאך טשאזן, און פאר א סייד נאוט טראמפ האט באוויזן צו ריקן די נאטא נומער אביסל און ביידען טוט גארנישט אויף מיט די אלימפיק מעשה חוץ שיקן מעסעדזשעס וואס טשיינע פייפט אריין.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דאס איבערשרייבן היסטאריע וואס דא גייט פאר איז מיינד באגלינג.

טראמפ האט אונטערגעשריבן סאנקאציעס אויף כינע איבער זייערע מענטשן רעכט פארלעצונג קעגן וויגערס.

טראמפ האט פארדאמט כינע מענטשן רעכט פארלעצונגען.

טראמפ האט פארבאטן גרויסע כינעזער פירמעס פון טון ביזנעס אין אמעריקע. ער באוואויגן ענגלאנד זיך אנצושליסן מיט אין זיין פארבאט קעגן דער פירמע וואוועי.

טראמפ האט געלייגט סאנקציעס אויף כינעזער פירמעס.

טראמפ האט געלייגט טאריפס אויף כינעזער ביזנעסער, צוויגנדיג כינע זיך אראפצוזען פארהאנדלען מיט אים איבער האנדל.

זאת ועוד ועוד.

אבער ביידען וואס האט האלבוועגס באיקאטירט די אלימפיק שפילן, ער איז דער העלד, ער איז דער ווארלד לידער...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פעיק ;l;p-
געליגן אין קאפ א חלק פון די זאכן וואס די שרייבסט, אבער איך האב נישט געהאט די נערווען יעצט צו מאכן די ריסערטש.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פעיק ניוז האט געשריבן:דאס איבערשרייבן היסטאריע וואס דא גייט פאר איז מיינד באגלינג.

טראמפ האט אונטערגעשריבן סאנקאציעס אויף כינע איבער זייערע מענטשן רעכט פארלעצונג קעגן וויגערס.

טראמפ האט פארדאמט כינע מענטשן רעכט פארלעצונגען.

טראמפ האט פארבאטן גרויסע כינעזער פירמעס פון טון ביזנעס אין אמעריקע. ער באוואויגן ענגלאנד זיך אנצושליסן מיט אין זיין פארבאט קעגן דער פירמע וואוועי.

טראמפ האט געלייגט סאנקציעס אויף כינעזער פירמעס.

טראמפ האט געלייגט טאריפס אויף כינעזער ביזנעסער, צוויגנדיג כינע זיך אראפצוזען פארהאנדלען מיט אים איבער האנדל.

זאת ועוד ועוד.

אבער ביידען וואס האט האלבוועגס באיקאטירט די אלימפיק שפילן, ער איז דער העלד, ער איז דער ווארלד לידער...

טראמפ האט געטון די אלע זאכן נישט ווייל עס איז אים אנגעגאנגען מענטשן רעכט פארלעצונגען, ווייט דערפון. יעדע שריט וואס טראמפ האט איינגעשטעלט קעגן כינע איז געווען צו באשטראפן א קאנקורענט אין טראמפ'ס האפענונגלאזע האנדלס קריג מיט כינע. באלטאן שרייבט אז טראמפ האט גאר אויסגעדריקט שטיצע איבער די לאגערן אין מערב כינע אין א מיטינג מיט שי ווען דער כינעזער פירער האט פארטיידיגט די כינעזער פאליסי.

איך בין גראדע נישט געפערליך באאיינדרוקט פון ביידענ'ס שריט –נישט ווען אמעריקע פארקויפט הונדערטער מיליאנען אין וואפן פארן סאודיע רעזשים אין די זעלבע צייט– אבער די פונקט איז ריכטיג אז ביידען האט געמאלדן דיפלאמאטישע שריט קעגן כינע און לאנד נאך לאנד שטעלט זיך צו און פאלגט נאך אמעריקע'ס ביישפיל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס דו זאגסט איבער זיינע כוונות, איז ווי פארשטענדליך נישט צופיל ווערד. און וואס באלטאן זאגט אז טראמפ האט געזאגט ווייס איך נישט. איך דארף נישט גלייבן יעדן טראמפ שונא. איך וועל אויס צו קוקן אויף זיינע מעשים וואס איך קען זען.

עס קען זיין אז ביי טראמפ איז געווען מער פריאריטעט די אמעריקאנער אינטערעסן ווי די מענטשן רעכט פארלעצונגען אינערהאלב כינע. אבער זאגן אז ער האט פארמאכט זיינע אויגן און גארנישט געטון דערצו, איז אבסורד און פאקטן דענייעל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:– אבער די פונקט איז ריכטיג אז ביידען האט געמאלדן דיפלאמאטישע שריט קעגן כינע און לאנד נאך לאנד שטעלט זיך צו און פאלגט נאך אמעריקע'ס ביישפיל.

שריט וואס איז טאלק אנלי אן קיין קאנסעקווענצ'ן איז נישט שווער מיט צוגיין....

א טרעיד וואר ווען טשיינע האט צוריק געשלאגן, דאס לאמיר זען מיטגיין...

מ'האט אזעלכע נידריגע ערווארטונגען פון ביידן, אז יעדע פיצילע זאך ווערט אויפגעבלאזן ווי א ריזיגע דערגרייכונג.

לאמיר זען ווי ער דיעלט מיט רוסלאנד און אוקריינע....
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:– אבער די פונקט איז ריכטיג אז ביידען האט געמאלדן דיפלאמאטישע שריט קעגן כינע און לאנד נאך לאנד שטעלט זיך צו און פאלגט נאך אמעריקע'ס ביישפיל.

שריט וואס איז טאלק אנלי אן קיין קאנסעקווענצ'ן איז נישט שווער מיט צוגיין....

א טרעיד וואר ווען טשיינע האט צוריק געשלאגן, דאס לאמיר זען מיטגיין...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:– אבער די פונקט איז ריכטיג אז ביידען האט געמאלדן דיפלאמאטישע שריט קעגן כינע און לאנד נאך לאנד שטעלט זיך צו און פאלגט נאך אמעריקע'ס ביישפיל.

שריט וואס איז טאלק אנלי אן קיין קאנסעקווענצ'ן איז נישט שווער מיט צוגיין....

א טרעיד וואר ווען טשיינע האט צוריק געשלאגן, דאס לאמיר זען מיטגיין...

מ'האט אזעלכע נידריגע ערווארטונגען פון ביידן, אז יעדע פיצילע זאך ווערט אויפגעבלאזן ווי א ריזיגע דערגרייכונג.

לאמיר זען ווי ער דיעלט מיט רוסלאנד און אוקריינע....

שניידן פון מיין תגובה און שרייען אז "מ'בלאזט אויף יעדע פיצי זאך" איז אן אינטערעסאנטער סטראטעגיע פון דיין זייט. דאס טוישט נישט די בילד אז אמעריקע האט געמאלדן א דיפלאמאטישע שריט קעגן די כינעזער רעגירונג וואס די מערב וועלט פאלגט נאך אויף א גרויסן פארנעם. אלס אמעריקאנער איז דאס עפעס וואס איז ווערד צו באגריסן.

פעיק ניוז האט געשריבן:וואס דו זאגסט איבער זיינע כוונות, איז ווי פארשטענדליך נישט צופיל ווערד. און וואס באלטאן זאגט אז טראמפ האט געזאגט ווייס איך נישט. איך דארף נישט גלייבן יעדן טראמפ שונא. איך וועל אויס צו קוקן אויף זיינע מעשים וואס איך קען זען.

ווען איך האב דאס מינדסטע צווייפל אז דו גלייבסט וואס דו שרייבסט איבער טראמפ געבן א פליענדע הויקער איבער מענטשן רעכט פארלעצונגען וואלט איך ניטאמאל אנגעהויבן דעם שמועס.

אינטערעסאנט פארוואס טאקע דו האסט אזא צווייפל נישט געהאט. איך גלייב נישט אז דו קאנסידערסט מיין וועג פון טראכטן אייניג מיט דיין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:– אבער די פונקט איז ריכטיג אז ביידען האט געמאלדן דיפלאמאטישע שריט קעגן כינע און לאנד נאך לאנד שטעלט זיך צו און פאלגט נאך אמעריקע'ס ביישפיל.

שריט וואס איז טאלק אנלי אן קיין קאנסעקווענצ'ן איז נישט שווער מיט צוגיין....

א טרעיד וואר ווען טשיינע האט צוריק געשלאגן, דאס לאמיר זען מיטגיין...

מ'האט אזעלכע נידריגע ערווארטונגען פון ביידן, אז יעדע פיצילע זאך ווערט אויפגעבלאזן ווי א ריזיגע דערגרייכונג.

לאמיר זען ווי ער דיעלט מיט רוסלאנד און אוקריינע....

שניידן פון מיין תגובה און שרייען אז "מ'בלאזט אויף יעדע פיצי זאך" איז אן אינטערעסאנטער סטראטעגיע פון דיין זייט. דאס טוישט נישט די בילד אז אמעריקע האט געמאלדן א דיפלאמאטישע שריט קעגן די כינעזער רעגירונג וואס די מערב וועלט פאלגט נאך אויף א גרויסן פארנעם. אלס אמעריקאנער איז דאס עפעס וואס איז ווערד צו באגריסן.

פעיק ניוז האט געשריבן:וואס דו זאגסט איבער זיינע כוונות, איז ווי פארשטענדליך נישט צופיל ווערד. און וואס באלטאן זאגט אז טראמפ האט געזאגט ווייס איך נישט. איך דארף נישט גלייבן יעדן טראמפ שונא. איך וועל אויס צו קוקן אויף זיינע מעשים וואס איך קען זען.

עס קען זיין אז ביי טראמפ איז געווען מער פריאריטעט די אמעריקאנער אינטערעסן ווי די מענטשן רעכט פארלעצונגען אינערהאלב כינע. אבער זאגן אז ער האט פארמאכט זיינע אויגן און גארנישט געטון דערצו, איז אבסורד און פאקטן דענייעל.

ווען איך האב דאס מינדסטע צווייפל אז דו גלייבסט וואס דו שרייבסט איבער טראמפ געבן א פליענדע הויקער איבער מענטשן רעכט פארלעצונגען וואלט איך ניטאמאל אנגעהויבן דעם שמועס.

דאס איז בכלל נישט געווען קיין סטראטעגיע, כ'האב מיך באצויגן אויף די נקודה אז מ'הייבט ארויס די פאקט אז אנדערע לענדער שטעלן זיך יעצט צו VS אמאל ווען זיי האבן זיך נישט צו געשטעלט. און די שורה האב איך געשטעלט.

די איבריגע פון דיין תגובה האט נישט געהאט קיין שייכות צו מיין תגובה האבעך עס ארויסגעשניטן.....
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פעיק ניוז האט געשריבן:אינטערעסאנט פארוואס טאקע דו האסט אזא צווייפל נישט געהאט. איך גלייב נישט אז דו קאנסידערסט מיין וועג פון טראכטן אייניג מיט דיין.

איי וואס רעדסטו.
געדענק מיר נאך די גוטע צייטן ווען טראמפ האט זיך געווייקט ביי די סאודיער און עמיראטער הויפן בימי בחרותו. ווי קען מען דען פארגעסן די חיבה יתירה וואס רבינו האט כסדר ארויסגעוויזן צום פעשליכן עילוי פון קארעא און די פילע בריוו וואס די צוויי פלעגן אויסטוישן יעדע יומא דפגרא? און די ערן באזוך פון די דערהויבענע דעלעגאציע פונעם טאליבאנער הויף אין אמעריקע איז דען אוועקצומאכן?

קאם אן, מען. צייט צו שניידן די קרעפלעך. דו מוזט נישט קעירן איבער מענטשן רעכט פארלעצער אין אויסלאנד, אדער קענסטו האלטן אז דאס איז נישט וויכטיגער ווי אנדערע פאקטארן אין אמעריקע'ס אויסערן פאליטיק. אבער פארוואנדל נישט דעם מטורפ'דיגן יונגאטש אין א קדוש. דו ווייסט בעסער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שלמה, ביטע הער אויף. מיר קענען פירן נארמאלע געשפרעכן ווי עדאלטס, סטאפ מיט די ליידיגע רעטאריק ביטע.

קיינער האט נישט געמאכט טראמפ אלס קדוש. איך האב די זעלבע רעכט צו זאגן אז טראמפ קעירט פאר מענטשן רעכטן ווי דו אויף ביידען.

הצלחה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ריפרעשינג
אטעטשמענטס
20211208_195323.jpg
20211208_195323.jpg (106.92 KiB) געזען 155 מאל
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

Maybe China could cancel the Olympics and pretend that it's due to Covid...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”