מים חיים האט געשריבן:איך דארף שוין נישט צוריק טראמפ אפען בענקל
פון מיין זייט אויב מוועט איינשטעלטן א פארלאנג פאר פאטא איידיס אין די סווינג סטעיטס וועט זיך אלעס האבן געלוינט
(על צד אז סאיז טאקע דא מאסיווע פעלטשערייען, וואס ווי פריער געשריבן גלייב איך נישט אז מוועט אמאל וויסן די אמת)
די רעדע דא איז בכלל נישט צו טראמפ זאל זיין צוריק צו נישט.
דאס איז דאך געווען די פאראויסגעשטעלטע פלאן פון די דעמאקראטן, אזוי ווי אייביג, קודם טוט מען וואס מען האט צו טון. גאווערנמענט נעמט דאך אלעס יארן, דערווייל קען זיין מישען אקאמפלישט. מידיע גייט האקען קעגן איבערקוקן וועלן די קאורטס זיך נישט וואגען ארויסצוקומען דערקעגן. סא זיי האבן גארנישט געהאט וואס צו פארלירן. עס איז ממש געווען א ווין ווין סיטואציע.
און אויב שטעלט זיך ארויס אז טראמפ איז געווען גערעכט, בין איך נישט מקנא 2022, און דעמאלס גלייב איך טאקע אז עס וועט קומען א סוויפינג רעפארם אויף די עלעקשען סיסטעם. נישט די אבאלישינג פון די עלעקטארעל קאלעדזש, און נישט די רעפארם וואס די דעמאקראטס ווילן זייער שטארק. און טאמער דאס איז דער רעזאלטס, האט זיך עס נאך אלס געלוינט.
און בנוגע די מאסיווע פעלטשערייען, וואונדער איך מיר וואס דו רופסט מאסיוו, אויב 200,000 איז פון איין קאונטי אליינ'ס.