תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

וואס איז דיין מצב אין אידישקייט?

איך בין שוין אינגאנצן מסודר, און איך בין שוין דארט ווי די אייבערשטער וויל איך זאל האלטן
2
3%
איך בין נישט דארט ווי איך דארף זיין, אבער איך שטרעב נאך אנצוקומען דארט און איך פרוביר צו גיין העכער כפי יכולתי
49
72%
איך בין נישט דארט ווי איך דארף זיין, אבער איך האב שוין אויפגעגעבן פון נאך אמאל אנקומען און איך האב זיך באקוועם געמאכט דא
6
9%
איך ווייס אליינס נישט וואו איך האלט און וואס איך וויל
11
16%
 
סך הכל שטימען: 68

אוועטאר
פראש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:45 pm

תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראש »

ווער ס'איז נישט אין די גיסטע פון אידישקייט יעצט, זאל ביטע נישט ארייננקומען

איך וויל פרעגן ערנסט, ווי האלט די עולם אז זיי האלטן? וואס איז די מצב דא?

אונז אלע דא זענען אידישע קינדער, אונז גלייבן און ווייסן אז אונז זענען דא אויף דער וועלט נאר פאר איין תכלית, צו דינען דעם אייבערשטן יעדע רגע, בין איך נייגעריג וואס די מצב אונזערע דא איז,
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שטא מיין אפציע
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ס'איז מיר נישט נוגע וואו איך "דארף" זיין. 'דארף' אין קאנטעקסט פון אראפוועגן דעם צד זכיות, אדער בכלל נישט האבן קיין זינד.

איך ציל און וויל וואס מער. נישטא קיין גבול דערצו. ס'איז בכלל נישטא קיין מעסטער. נישטא קיין פרעים אף רעפרענסעס דערצו. נישט שייך צו זאגן 'נענטער צום ציל' אדער ווייטער. עס איז קיין ציל נישטא. ס'איז נישטא קיין 'דארט' וואו איך וויל אנקומען. איך שטרעב צו ווי ווייניגער זינד, און ווי מער זיין 'עבד ה''. יעדע מצוה א געווינס. יעדע מחשבה טובה א געווינס. יעדע דורכפאל א פארלוסט, און לצורך עליי'.

לית רעותא טבא דמיתאביד. קיין נקודה טובה ווערט נישט פארלוירן. איך דאנק גא-ט אויף וואס ער האט מיר ערמעגליכט צו טוען. איך בעט ער זאל פארצייען אויף דאס נישט ריכטיגע. און איך פריי זיך אז איך בין א איד!
--

ש'כח @פראש!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נישטא מיין אפציע...
איך בין שוין אינגאנצן מסודר, און איך בין שוין דארט ווי די אייבערשטער וויל איך זאל האלטן, אבער איך שטרעב נאך אנצוקומען דארט ווי די אייבערשטער וויל איך זאל האלטן און איך פרוביר צו גיין העכער כפי יכולתי.

והאיך יתקיימו שניהם?
נצחתי! ואנצח! - גמרתי! ואגמור!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

איינס האט געשריבן:נישטא מיין אפציע...
איך בין שוין אינגאנצן מסודר, און איך בין שוין דארט ווי די אייבערשטער וויל איך זאל האלטן, אבער איך שטרעב נאך אנצוקומען דארט ווי די אייבערשטער וויל איך זאל האלטן און איך פרוביר צו גיין העכער כפי יכולתי.

והאיך יתקיימו שניהם?
נצחתי! ואנצח! - גמרתי! ואגמור!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שטא מיין אפציע

וואס איז דיין אפציע?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

סינישטא!...

מיין אפציע וואלט געווען 'דברים שביני לבין קוני, מה לך עסק עמהן?'
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פראש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:45 pm

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראש »

איך האב נישט געגלייבט אז אפילו איינער וועט וועלן, למעשה האבן דרייצן אנדערע אידן געוועלט!,

ס'טוט אביסל וויי אז צוויי אידן האבן געוועלט אויף די דריטע.. מן הסתם מיינען זיי עס נישט צו ערנסט..

און פארקערט, ס'אזוי שיין צו זען אז ניין אידן ווייסן זייער מצב אבער געבן נישט אויף און שטרעבן נאך אויף העכער, און פרובירן נאך צו גיין העכער! אשריכם ישראל!

--
@ממוצע, א הערליכע תגובה,, סהאט זיך געלוינט נאר פאר דעם!
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

אלע פיהר!

בכלל נישט קיין סתירה!
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ממוצע האט געשריבן:ס'איז מיר נישט נוגע וואו איך "דארף" זיין. 'דארף' אין קאנטעקסט פון אראפוועגן דעם צד זכיות, אדער בכלל נישט האבן קיין זינד.

איך ציל און וויל וואס מער. נישטא קיין גבול דערצו. ס'איז בכלל נישטא קיין מעסטער. נישטא קיין פרעים אף רעפרענסעס דערצו. נישט שייך צו זאגן 'נענטער צום ציל' אדער ווייטער. עס איז קיין ציל נישטא. ס'איז נישטא קיין 'דארט' וואו איך וויל אנקומען. איך שטרעב צו ווי ווייניגער זינד, און ווי מער זיין 'עבד ה''. יעדע מצוה א געווינס. יעדע מחשבה טובה א געווינס. יעדע דורכפאל א פארלוסט, און לצורך עליי'.

לית רעותא טבא דמיתאביד. קיין נקודה טובה ווערט נישט פארלוירן. איך דאנק גא-ט אויף וואס ער האט מיר ערמעגליכט צו טוען. איך בעט ער זאל פארצייען אויף דאס נישט ריכטיגע. און איך פריי זיך אז איך בין א איד!
--

ש'כח @פראש!

אה הערליכע תגובה, זייער א גוטע אמת׳ע נקודה.

--------
@פראש, די ווילסט עפעס ארויסברענגען אדער דו מיינסט בלויז די אwערנעס שבו?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
פראש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:45 pm

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראש »

שלמה, בלויז די אווערנעס האב איך געוואלט,

א גוטע זאך צו רעדן פון אידישקייט אלס.. ווי מער אלץ בעסער..

וואס קען שוין זיין שלעכט פון זיך אויפוועקן פלעין אינמיטן טאג אויף אייוועלט אז מען דארף זיין א איד און גיין העכער, און זיך פרייען מיט יעדע ביסל ווי ממוצע האט הערליך ארויסגעברענגט, די שענסטע זאך אין די וועלט דאס. וימלא כבודו את כל הארץ - אפילו דא!..
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

יישר כח פראש פארן אשכול.

ואענה גם את חלקי;

די חלק אז א מענטש געט אויף, דאס קומט געווענטליך ווען מען זעט נישט בדרך הטבע און לויט די אייגענע כוחות וויאזוי מען גייט טאקע אנקומען ווי מען דארף.
נאכדערצו נאכדעם וואס מען האט שוין אזויפיל מאל פרובירט און אנגעהויבן, זעט די מענטש אז ער קען נישט און ער קען אויפגעבן ח''ו.

איז מען קען עס מקשר זיין צו דער וואך אין די פרשה, וואס די מרגלים'ס עיקר טענה איז געווען אז זיי זעהען נישט וויאזוי מען גייט למעשה איינעמען ארץ ישראל בדרך הטבע.
זיי האבן אפארגעלייגט די מצב ווי שטארק יענע פעלקער זענען, און ווי די זוה''ק זאגט גייט עס ארויף אויף די קליפות און יצר הרע'ס מיט וואס יעדע איד דארף זיך שלאגן.
איז יעדע איד ביי זיך האט צומאל אזעלכע מרגלים וואס רעדן אים אפ פון בענקן אויף שלימות, מיט די טענה אז בדרך הטבע איז נישט דא קיין וועג וויאזוי ער וועט קענען אנקומען.

אבער באמת דארף מען געדענקן וואס יהושע וכלב האבן זיי געענטפערט, אם חפץ בנו ה' והביא אותנו אל הארץ הזאת, וה' אתנו אל תיראום!
דו אליינס קענסט טאקע נישט מיט דיין אייגענע כח, אבער די אייבערשטער קען דיך יא ברענגען!

אונז דארפן טון וואס אונז קענען און זיך פרייען מיט יעדע ביסל, אבער למעשה טאקע איז דער אייבערשטער וואס וועט אונז צוברענגען צו אונזער שלימות, און ווי חז''ל זאגן 'בכל יום יצרו של אדם מתגבר עליו ואלמלא הקב''ה בעוזרו אינו יכול לו!
און אויף דעם האבן חז''ל מתקן געווען אזויפיל תפילות אויף רוחניות, ביי שמו''ע, ביי יה''ר צופרי, ביי ובא לציון, און גאנץ תהלים, ווייל איין חלק דארפן אונז טון מיט אונזער כח, און איין חלק איז תלוי אין ישועת ה'.
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

ביציקל האט געשריבן:יישר כח פראש פארן אשכול.

ואענה גם את חלקי;

די חלק אז א מענטש געט אויף, דאס קומט געווענטליך ווען מען זעט נישט בדרך הטבע און לויט די אייגענע כוחות וויאזוי מען גייט טאקע אנקומען ווי מען דארף.
נאכדערצו נאכדעם וואס מען האט שוין אזויפיל מאל פרובירט און אנגעהויבן, זעט די מענטש אז ער קען נישט און ער קען אויפגעבן ח''ו.

איז מען קען עס מקשר זיין צו דער וואך אין די פרשה, וואס די מרגלים'ס עיקר טענה איז געווען אז זיי זעהען נישט וויאזוי מען גייט למעשה איינעמען ארץ ישראל בדרך הטבע.
זיי האבן אפארגעלייגט די מצב ווי שטארק יענע פעלקער זענען, און ווי די זוה''ק זאגט גייט עס ארויף אויף די קליפות און יצר הרע'ס מיט וואס יעדע איד דארף זיך שלאגן.
איז יעדע איד ביי זיך האט צומאל אזעלכע מרגלים וואס רעדן אים אפ פון בענקן אויף שלימות, מיט די טענה אז בדרך הטבע איז נישט דא קיין וועג וויאזוי ער וועט קענען אנקומען.

אבער באמת דארף מען געדענקן וואס יהושע וכלב האבן זיי געענטפערט, אם חפץ בנו ה' והביא אותנו אל הארץ הזאת, וה' אתנו אל תיראום!
דו אליינס קענסט טאקע נישט מיט דיין אייגענע כח, אבער די אייבערשטער קען דיך יא ברענגען!

אונז דארפן טון וואס אונז קענען און זיך פרייען מיט יעדע ביסל, אבער למעשה טאקע איז דער אייבערשטער וואס וועט אונז צוברענגען צו אונזער שלימות, און ווי חז''ל זאגן 'בכל יום יצרו של אדם מתגבר עליו ואלמלא הקב''ה בעוזרו אינו יכול לו!
און אויף דעם האבן חז''ל מתקן געווען אזויפיל תפילות אויף רוחניות, ביי שמו''ע, ביי יה''ר צופרי, ביי ובא לציון, און גאנץ תהלים, ווייל איין חלק דארפן אונז טון מיט אונזער כח, און איין חלק איז תלוי אין ישועת ה'.

;l;p- ;l;p-

יישר כח חבר
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

לכאורה דער וואס האט געשטימט פארן ערשטען אפשאן איז א חי', ווייל ביי אונז איז אנגענומען אז א מענטש ווילאנג ער לעבט האט עס וואס צו פארעכטען. א חוץ אמאל אן אויסנאם (למשל א צדיק) וואס לעבט פארן דור.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דער וואס האט געוועלט אויפן ערשטן אפציע - האט זיכער מכוון געווען צו די איזביצא דרך עבודה..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שטומט נישט מיטן איזיבצער דרך
ווייל דאס איז נאר לגבי עבר אבער לגבי עתיד דארף ער ווייטער אנקומען ערגעץ

ווי געשריבן אויבן
איך בין שוין אינגאנצן מסודר, און איך בין שוין דארט ווי די אייבערשטער וויל איך זאל האלטן, אבער איך שטרעב נאך אנצוקומען דארט ווי די אייבערשטער וויל איך זאל האלטן און איך פרוביר צו גיין העכער כפי יכולתי.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: תורה'דיגע אנקעטע: ווי האלסטו דו האלסט אין אידישקייט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

איינס האט געשריבן:שטימט נישט מיטן איזביצער דרך. ווייל דאס איז נאר לגבי עבר אבער לגבי עתיד דארף ער ווייטער אנקומען ערגעץ.

שטימט פיין, אבל לא ניכנס עתה בזה - ווילעך נישט חלילה נישט אריינברענגען ערענסטקייט דא..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”