סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
3
1%
זייער גוט
14
5%
אויסערגעווענליך
58
20%
נישט נוגע
2
1%
גוט
10
3%
זייער גוט
8
3%
אויסערגעווענליך
28
9%
נישט נוגע
25
8%
גוט
5
2%
זייער גוט
13
4%
אויסערגעווענליך
56
19%
גוט
5
2%
זייער גוט
13
4%
אויסערגעווענליך
57
19%
 
סך הכל שטימען: 297

אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

בילד

סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט!


גוט יאר, איך בין פרייליך ביז גאר
מיין ארטיקל האט געגעבן א פאר, איך דריי מיינע האר
מיט ווערטער אפאר - האפנטליך וועט עס זיין קלאר
א שמייכל האב איך דאס איז שאר!

קודם כל לפני בא, א שבח לקל חי
וואס פאר אים איז נצח והנוי, וואס האט אונז אויסדערוועלט פאר זיין הייליגן גוי
פאר אים איז כל העולם כולו, כל הארץ כבודו מלא!

עס קאכט מיין בלוט, אין א גוטער מינוט
עס דארף זיין א היט, פאעזיע גראמען מיט
וואס אלס נישט מ'טוט, אבער נישט קיין הצלה קיט
נישט קיין געאיילטע שריט, וועגן אויבן די בענק מען ריקט!

עס וועט דאך זיין ביטער, אויב עס וועט זיין בלויז ברויט מיט פיטער
נישט צוליב דעם א פארמעסט טוט-ער
מיינע חלומות ער וועט געבן א צעשפליטער - אפילו איך בין אן איטור
א סאה אדער א ליטער!

א טאג אויף אייוועלט אריינעמען, ווי מ'שרייבט נאר מיט פען-נעמען
אמאל צוקער און אמאל לעמאן, זיך אויסגעבן דא גוט קען-מען
אמאל פלעגן דא זיין יגר יענטאש און שוועמ'ן, אויב מ'שרייבט איבריג קען מען בעננען!

נישט אייביג פאר א יעדן אלעס געפעלט, דא אויף אייוועלט
יעדע שטיק צייט עפעס פריש די הנהלה מעלדט, פון שמחה יעדער קוועלט
דער שטן האלט עס נישט אויס, ער שעלט!


דעם טאג מען הייבט אן ווי נארמאל
פון הכל'ס קאקאש מיין פנים האט א שטראל
דער סופרים קאורט האט געזאגט היינט ווייל
אז רעליגיע באלאנגט נאר פאר השם ממעל
א מענטש אין קענטאקי האט פון וואלמארט גע'גנב'ט א דאל
עפעס א גאווערנאר האט זיך פארקילט, סא ער גייט מיט א שאל
און א געוויסע סענאטארשע האט א באל.

א שמייכל אויף מיין פנים שפרייט זיך אויס
לעצטע תגובה דורך "טשאדעלע" שרייט ארויס
אינעם מידיא בייעס אשכול עפעס א גוטס האט ער קאמפאזט
די ליבעראלע פאלטשקייט ער עקספאזט.

אבער כאפצעם טוט נישט שלאפן אין יענער צייט
ביידנ'ס דערגרייכונגען טוען לויט אים גיין גאר ווייט
גאר ווייניג נייע ארבעטסלאזע לייט
טשעקלעך פארן אריין אויפ'ן העכסטן גראד.

זעקל לאזט זיך נישט, ער קומט גליין צו לויפן
דו ווייסט ווי טייער זאכן זענען צו קויפן
זאגט אן אנדערע אז לויט די ליבעראלן גייט מען זיך דארפן ר"ל טויפן
אונטערגעקויפטע עסקנים ביי די גרויסע הויפן
א וואקסין איז נישט גוט נישט קיין חילוק אויף וואספארא אופן.

אין וויליאמסבורג טוט זיך א בהלה
וואס גייט פאר? פרעגט איינער, איך הער פליען הצלה
חלה לכבוד שבת זאגט גלייך א עקסידענט פארנט פון קראלי
יא יא אויף די גאס די שמאלע
אדער אז חברים געפינט זיך אינדרויסן פון זכרון נפתלי.

אינעם ניינטן דיסטריקט קומט פאר א פריימערי פארמעסט
א קליין שטעטעלע וואס האט קוים עפעס געסט
אבער צל און נקדימון זענען ביי זיי אין נעסט
וואסערמאן מאכט מיר פעין אין מיין טשעסט
אויב טראמפ איז נאך פאפולער איז עס א טעסט.

אוי! ברוך דיין האמת אשכול האט געשריבן איינער
איך לויף שנעל אריין זיין א ליינער
עפעס אן עלטערער איד איז אוועק נעבעך אן קיין ציינער
א בילד האט אפשר איינער? קיינער!
ער פלעגט זיצן אויף זיינע טרעפ פון שטיינער
געוועזן זייער א פיינער
איבערגעלאזט אסאך איידעמער.

א שלאס?! איך גיי שוין אריין!
ווי א שיכור פון וויין
אפשר קען איך נאך עפעס כאפן פאר ס'איז גאַן
אבער עס איז נישט געווען קיין גוטער פלאן
איך האב שוין א גראם אויף טרעין, ממילא זאג איך נישט באן
ווייל פון די געמעקטע איז נישט געבליבן קיין שיין.

איך וועל שוין באלד אין עטליכע מינוט זען
אינעם אפענעם צענזור אשכול וואס איז געשען
סטאוו זאגט אז מען האט געמעקט פאר פלעין,
עס דארף נישט אלעס גיין אין דרעין
שוין, אזוי גייט א טרעין
שוין געווען איז די צייטן פון מקעין
וואט עי שעים!

מזל טוב! א שידוך מיין הארץ עס פרייט
ביז'ן בעל שם טוב ציט זיך די גאלדענע קייט
אבער דאס איז נאר פון דער כלה'ס זייט
דער זיידע פון בני ברק מיט א ווייסן בעקיטשע ער גייט
... ממנו ילמדו וכן יעשו...

דערנאך גיי איך
זייער גיך
צו לכאורה'ס טאג בוך
איבער זיין קישן ציך
אדער פארגעסענע שיך.

ברוכים הבאים א נייע ניק קומט אן
מ'קוקט וואס ער גייט טאן
ווי דער בני אדם מיט דעם האן
אלעס איז גוט ביז ער פלאטערט א ציוניסטישן פאן.

אן אינטערעסאנטער קליפ אור אייניקל ברענגט
א מילתא דבדיחותא נו וואדע שענקט
הרב שלום א גוטער דיעל אויף פעינט
פעיק ניוז זאגט עפעס, און איך שטיי פארשעמט.

אין היכל הנגיגה איך גיי אריין לפנים
א נייע סידי מ'שמועסט אויס אויב עס האט א מום
ווער איז בעסער לאנגזאם אדער דים
מי שאכל שום יחזור ויאכל שום
ארום און ארום און ארום!

צו ישי ריבו מ'דארף פארשטיין טוט מתמודד זאגן
אבער אויף שולי רנד וועל איך מיך נישט פלאגן
אז ער זינגט שיין וועל איך דיר נאכטראגן
שוין! א יעדער האט אן אנדערע מאגן.

יעצט צו נאר מיט שמחה איך גיי אהין
ארבעט אויף עפעס פון יוסי גרין
פאר איינס דארף מען זיך אויך באדאנקן איך וועל נישט זיין מיען,
עוסקים בצרכי ציבור זיי טוען
אויף זייער הויז זיי זאלן קיינמאל האבן א ליען.

א לעבעדיגע חתונה איז אויך דא אויפ'ן פלאץ
איך האב אויך ליב אן ארטיקל פון שאץ
כינור איז מסביר פארוואס עס הערט זיך ווי א קראץ
וויכטיג מאכער פלעגט אמאל זיין דא שטארק אקטיוו היינט איז ער אן איינגעמאכטס
פון טינק אין טענק'ס פארשוואונדן ווערן גארנישט עטס לאכסט.

יעצט אויף א וואקאציע איך גיי דא
איינער איך געגאנגען צו א זו.
איינגעשטאנען איז ער נישט ווייט בערך א שעה
געזאגט תפילת הדרך לא אירא רע
"די קינדער האבן ליב געהאט זאגט ער" ווי די קיען מאכן מא.

קיין דובאי טראגט מיר נארמאליזעם אויף א נסיעה
אך אבער מיין פילטער איז א שטיקל מניעה
די בילדער קען איך נישט זען מיט א קלארן ראיה
אבער עוד ידינו נטיה, אן קיין שבועה, ואין מפריע.

עפעס א קהילה האט יעצט געקלאוזט א דיעל
פיל ניקים קומען אן מיט איין ציל
אז זיי זאלן באקומען א גוטער געפיל
אז זייער קהילה האט דער גרעסטער שול
ביז מען געפינט אויס אז דער צענזור איז ריעל.

א נייע שטעטל בויעט ערגעץ ווייט אוועק
מען קען דארט בויען אן א עק
אין א באוואוינטן ישוב ממש אויפ'ן ברעג
די גראז דארט געבט ארויס זייער א גוטן שמעק
אבער קיין מקוה איז נישט דא אפי' א לעק
איינער איז מוחה מ'געבט אים א מעק.

מיין קאמפיוטער סקרין בלינקט, האט איינער עפעס עצות
קנאפער קומט און נעמט איבער די לייצעס
העלפט ארויס ער לייגט אונטער זיינע פלייצעס
אז ער העלפט אייביג איר אלע ווייסט-עס.

ברעיקינג! געבט איינער א געשריי
א מעכטיגע פארפלייצונג אין שאנכיי
אפגעווישט פון א הויז ביז א בעקעריי
און אפי' גע'הרג'עט נעבעך א פאפאגיי
שוין אבי נישט צווישן אידן נאר ביי זיי
אזוי שרייבט ער אויף א פאפיר מיט בליי
און איך טרינק בשעת מעשה א הייסן טיי

דער טיפער געפיל פון א פירער זאגט נשמה
קומט ווייל טיף דארף ער א נחמה
מח בקדקדו זאגט אנדערש ער גייט ארויס במלחמה
דרך אגב וואו איז מתבונן שוין לאנג נישט געהערט זיין קול ברמה
קול דמי אחיך צועקים מן האדמה

עפעס אן אלטער שטויביגער אשכול איך ערפאנג
יענטאש נעמט מיר אריין אין באנק
ווי א פרישער פאר פאלק לייגט אריין זייער דרשה געשאנק
וואו עס האט זיך דארט פארשלעפט פאר לאנג
ביז דערווייל זינג איך זיך אונטער א געזאנג
..... און איך רייס זיך פאר געלעכטער...

אין פארברענגן איך בין אויסגעקאכט בכלל נישט
אבער וואס יא אין יענעמ'ס פריוואטע עינינים יעדער מישט
אן אנקעטע וועלעכע זייט ציצית מ'קושט
רוב אשכולות זענען פול מיט הייסע לופט
איך האף אז מען איז נישט ברוגז אז איך האב עס אזוי צעווישט.

איינס צוויי דריי פיר,
איך מאך אויף דעם טיר
יאפ! דער ראש הכולל זיצט שוין ביים שיעור
מיט א קאלט גלעזל ביר, קאלט ווי פון סיביר.

ריעל עסטעט איז זייער נערוועז
טעסלע האט היינט געהאט מייאנעז
א טענה'ריי אויב מעפס איז בעסער פון וועיז.

"זאכן וואס איך וויל וויסן" דער עולם שרייבט
עס גייט יא זיין א ניקים פארברענג אדער נישט. וואס בלייבט?

מיט א קלאפעדיג הארץ וואס צעגייט
פרייטאג נאכמיטאג אויף אייוועלט מחר אני בא וויינט
אז ליידער ביי די 24, טויט, האב איך יעצט געליינט
און ביי א גוטן ארטיקל ענדיגט זיך עס האב איך געמיינט.

לכאורה מיט וויכטיג מאכער האבן אבער אנדערע פלענער געהאט
טראץ וואס במציאות קוקט עס אויס גאר ווייט
דריי הונדערט אלפים אויפגעטריבן גארנישט שטייט
דער סערווער פון טשערידי האט געקראכט כמעט
און מ'רעדט בכלל נישט פון קיין רייכע לייט.

זאל דער אייבערשטער העלפן,
דער דריטע בית המקדש מ'זאל אנפאנגען ניצן
אלע צרות זאלן אוועק פיצן
זאלן די רשעים מיט זייער ציינער קריצן
די אידן מיט א סך געלט זאל ער אנהייבן שטיצן.

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען'? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
לעצט פארראכטן דורך גראמעזיע פארמעסט אום מיטוואך אוגוסט 04, 2021 4:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW איז יא דאס ווארט. ממש ארומגעשפרייזט אינעם גארער אייוועלט, און זיך היימיש געמאכט מיט אלע נושאים וואס ווערן דעבאטירט און זייערע שרייבער, דער איז ממש אינדערהיים איבעראל!

הערליכע גראמען
מעכטיגע תוכן.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך אוגוסט 04, 2021 3:38 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-

הערליך!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עפעס בעסער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 5:57 pm

נRe: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס בעסער »

זייער הנאה געהאט דאס צו זעהן.
דאס אלעס איז פון גראמעזיע, אדער פון אנדערע ניקס נאר מלייגט נאכנישט זייער נעמעו צוליב פארשטענדליכע סיבות ?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יעדער ארטיקל איז פון אן אנדערן ניק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

זייער גוט, די געדאנק איז גאר שטארק.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
גראמעזיע פארמעסט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:25 am

Re: נRe: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמעזיע פארמעסט »

עפעס בעסער האט געשריבן:זייער הנאה געהאט דאס צו זעהן.
דאס אלעס איז פון גראמעזיע, אדער פון אנדערע ניקס נאר מלייגט נאכנישט זייער נעמעו צוליב פארשטענדליכע סיבות ?

מ'לייגט נישט צו די נעמען ווייל עס איז אנאנים.
גראמעזיע ניק איז נישט א שרייבער. עס איז די אפיציעלע ניק פון די פארמעסט.
עפעס בעסער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 5:57 pm

Re: נRe: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס בעסער »

גראמעזיע פארמעסט האט געשריבן:
עפעס בעסער האט געשריבן:זייער הנאה געהאט דאס צו זעהן.
דאס אלעס איז פון גראמעזיע, אדער פון אנדערע ניקס נאר מלייגט נאכנישט זייער נעמעו צוליב פארשטענדליכע סיבות ?

מ'לייגט נישט צו די נעמען ווייל עס איז אנאנים.
גראמעזיע ניק איז נישט א שרייבער. עס איז די אפיציעלע ניק פון די פארמעסט.

א שטיקל פראבלעם, איך ווייס דאך נישט וועלעכע ניק צו מכיר טובה זיין פאר מיין שמייכעלע.
אוועטאר
גראמעזיע פארמעסט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:25 am

Re: נRe: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמעזיע פארמעסט »

עפעס בעסער האט געשריבן:
גראמעזיע פארמעסט האט געשריבן:
עפעס בעסער האט געשריבן:זייער הנאה געהאט דאס צו זעהן.
דאס אלעס איז פון גראמעזיע, אדער פון אנדערע ניקס נאר מלייגט נאכנישט זייער נעמעו צוליב פארשטענדליכע סיבות ?

מ'לייגט נישט צו די נעמען ווייל עס איז אנאנים.
גראמעזיע ניק איז נישט א שרייבער. עס איז די אפיציעלע ניק פון די פארמעסט.

א שטיקל פראבלעם, איך ווייס דאך נישט וועלעכע ניק צו מכיר טובה זיין פאר מיין שמייכעלע.

נאך די ענדגילטיגע וואלן, וועלן די ניקס פון אלע שרייבער ארויפגיין
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שבהערליך
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- אין מילים!!! די ארטיקעל איז עפעס אוט אף דיס ווארלד!!!! נישט נארמאל דאס בקיאות אויפן העכסטן פארנעם!!!!
אויסערגעווענליך

אויסערגעווענליך

אויסערגעווענליך

אויסערגעווענליך
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געוואלדיג, ממש א מעסטערפיס!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

אין וועלטל ארום געשווימען
יעדע אשכול ארום גענומען
די גראמע הערליך שטימען

די ליינס דארפן א שטיקל תיקן
פין פלאץ זיך נישט ארויסריקן
מ'זאל עס קענען בעסער קיקן
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

זיס! מעכטיג! גוטע גראמען! איך האב א קלער אז נמ'ש האט דאס פראדיצירט.
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

מאסיוו!!!! פאעטיש נישט,אבער די גראמען און די געדאנקען זענען מעכטיג
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

פיין ביסטו. געשמאקע נייעס
שיין טוסטו. טאקע חיות
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גראמעזיע פארמעסט האט געשריבן:
בילד

סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט!



פעיק ניוז זאגט עפעס, און איך שטיי פארשעמט.

אויש, פארוואס שעפעלע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

צו א לאנגע שטיקל צו ליינען אויף יעצט, איך גיי מיך מוזן רוקן צום נעקסטן און צוריקומען צו דעם
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

עס איז הערליכע מורא'דיגע גראמען.
אבער נישט פאעטיש לדעתי.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הערליך גאר גוט.
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

וואס מיינט פאעטיש ?
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ס'איז בכלל נישט פאעטיש. דער שרייבער האט בכלל נישט געזוכט צו שרייבן פאעטיש.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער זיס און אינטרעסאנט! יישר כח!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

גאר שיין. יישר כח.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: סייט פרעפערענצן - מיין שפראך: אייוועלט! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

wow wow

דערווייל די בעסטע אין גראמען, לדעתי

אין פאעזיע בין איך נישט אויסגעקאכט
(--ווערטערלאז--)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”