פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג פעברואר 04, 2021 3:47 pm

1
1%
★★
3
2%
★★★
2
1%
★★★★
4
3%
★★★★★
30
20%
3
2%
★★
4
3%
★★★
4
3%
★★★★
10
7%
★★★★★
16
11%
4
3%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
4
3%
★★★★
9
6%
★★★★★
19
13%
9
6%
••
5
3%
•••
22
15%
 
סך הכל שטימען: 149

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

[align=center][/align]

א גוטן אלע טייערע חברים:

געוויסע אידן וואס האבן א מער טיפערע נפש, וויפיל זיי האבן נאר פראבירט זיך צו באגרינטעווען אין זיך, איז עס געווארן ווי אמאל מער קאמפליצירט, צומאל פילט מען אז מיט יעדע טריט פאראויס גייט מען מיט צוויי אויף צוריק.

געוויסע האבן אויפגעגעבן, געוויסע לויפן נאך ארום, אפשר יענע ספר, יענע טעראפיסט, אדער אפילו דער אויסגערופענער מגיד.

אויפן מינוט איז עס צומאל גוט, אבער למעשה קען מען זיך נישט זעהן אויף רעלסן, איך פיל נישט דאס וואס איך האב ערווארט צו פילן, אפילו נאכן טון די אלע זאכן/אינסטראקשענס וואס דארפן צו ברענגען די געוואונטשענע רעזאלטאטן, מיין דאווענען, מיין לערנען, מיין זשאב, ס'גייט עפעס נישט, איך פיל סטאק אין מיין לעבן, איך פיל אז די אלע פאפולערע עצות און מאטיוויאציע רעדט נישט צו מיין אינעווייניגסטע געפיל, וואס מיינט דאס? האלטסט אז עכט בין איך יא א נארמאלע מענטש? וואס קען איך טון? וואס דארף איך טון?

כדי צו וויסן דאס, דארף מען קודם פארשטיין וואס הייסט נארמאל, און ווי אזוי עס באלאנגט צו פילן.

לאמיר דאס אויסשמועסן אביסל.

***


יעדער מענטש האט א נפש המקבל, דאס מיינט אז יעדע מענטש האט טאקע זיין אייגענארטיגע מידה. אבער יעדער האט אויך א חלק הנפש וואס דורך דעם איז ער מקבל.

ווען מ'נוצט דעם נפש המקבל צום גוטן, איז עס אויף לערנען, הערן מוסר, פרעגן שאלות, תפלה, טרעפן דעם אייבערשטן אין די פינסטערניש. אבער ווי דער פסוק זאגט, יצר לב האדם רע מנעוריו, א מענטש ווען ער איז נאך יונג האט ער א נטיה לרע, דאס טייטשט אז דער נפש המקבל שלו נוצט ער אויך אויס לרע, ער איז זייער אנגעוויזן אויף אנערקענונג פון אנדערע מענטשן, ער דארף זייער אסאך אטענטשן, ער קען נישט מאכן קיין החלטות, אלץ פיל מיט ספיקות, ער איז זייער אנגעוויזן אויף תענוגים ער פילט דאך אזא געפערליכע ביקוש.

און אפילו נאכדעם וואס ער באקומט שוין די זאכן וואס ער גליסט אזוי, ווערט ער דאך צוגעוואוינט צו דעם, ווייל ווען דער אייבערשטער האט באשאפן זיין נפש המקבל איז עס באשאפן געווארן אז דער מענטש זאל בוחר זיין בחלק הטוב ווי אויבן דערמאנט, און זיין נפש גייט קיינמאל נישט ווערן אנגעפילט מיט די חלק הרע, אזוי ווי דער פסוק זאגט, וגם הנפש לא תמלא, אבער ווילאנג דער מענטש איז נישט וואכזאם צו זיין נפש המקבל וועט ער זיין געפערליך אגרעסיוו צו זעטיגן זיין נפש מיט שטותים.

אז איר וועט קוקן וועט איר זעהן אז עס איז דא מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו זיין א מקבל פון א צווייטן , צום ביישפיל, עס זענען דא די וועלכע קענען זייער גרינג נעמען א קאמפלימענט אדער סיי וועלכע טובה פון א צווייטן, ווידעראום איז דא מענטשן וואס וועלן שווער נעמען א קאמפלימענט, טובה, מתנה אדער סיי וואס פון א צווייטן.

וואס איז טאקע די חילוק?

בהקדם.

א מקבל איז טייטש, אז איינער פילט אז עס פעלט אים עפעס, ממילא וויל ער מקבל זיין צו אנפילן זיין חסרון, זאל עס הייסן אז ער איז צוקלאפט אדער האט ער געהאט א פלאפּ, אדער איז ער בכלל נישט זיכער מיט זיין עקזיסטענץ, סיי וועלכע חסרון א מענטש שפירט אין זיין נפש, וויל ער דאס ממלא זיין דורך עפעס א מעלה, (דאס איז אויך די שורש פאר די מידת הגאווה) קומט אויס אז ווען איינער פילט אז ער וויל זיך ממלא זיין, מוז ער מודה זיין אז ער האט עפעס א חסרון, ווייל אויב נישט וואלט ער זיך נישט געדארפט ממלא זיין.

איז א מענטש וואס איז א בעל גאווה איז נישט גרייט צו מודה זיין – עכ"פ פאר א צווייטן - אז ער האט א חסרון, ער איז נישט גרייט מודה צו זיין אז ער האט שוואכקייטן, ממילא וועט ער זיך נישט וועלן ממלא זיין ווען אנדערע מענטשן זעהן, ווייל זיי וועלן נאך זעהן אז ער האט א חסרון, אבער ער שפירט דאך א חסרון, וועט ער פראבירן אויף אלע אופנים זיך ממלא צו זיין אן דעם וואס אנדערע זאלן באמערקן.

מ'קען עס צונעמען נאך מער, עס איז דא אמאל וואס ער איז גרייט צו מודה זיין ביי "זיך" אז ער האט שוואכקייטן, אבער נישט פאר "יענעם", די סיבה איז ווייל אפילו ער ווייסט ביי זיך זיינע שוואכקייטן וויל ער עס נישט אננעמען מיט א זיכערקייט, וועט ער אלץ זיכן ווער אין די וועלט האלט אז ער איז יא גוט, און דאס וועט ער אננעמען אלץ פאקט, איינמאל ער געוואוינט זיך צו אז וואס א צווייטער האלט אויף אים, דאס איז די מציאות, איז אויב איינער וועט נישט האלטן פון אים איז דאס די מציאות, איז פון היינט און ווייטער וואס אנדערע האלטן אויף אים איז דאס ביי ווי א פאקט.

צוריק צו אונזער מעשה.

אז דער מענטש וואס זיכט א מילוי מוז זיין אז ער האט א חסרון, איז אויב וועט איינער זעהן ווי ער נעמט א מילוי "שפירט ער" אז יענער וועט אנערקענען אז ער האט א חסרון, און אויב איך שפיר אז יענער האלט אזוי, מוז איך דאך אזוי אנעמען, איז ווי קען איך אויסהאלטן אז איך בין מגלה מיין חסרון?

דא קומען מיר צוריק וואס מיר האבן געשריבן אויבן.

אז עס איז דא מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו זיין א מקבל פון אן אנדערן און עס איז דא מענטשן וואס וועלן שווער נעמען. די חילוק איז זייער קלאר, די וואס זענען מסכים צו פילן זייער חסרון, די וועלן גערן נעמען פון א צווייטן, וואס וועט שוין זיין? העכסנס וועט א צווייטער אויך זעהן אז איך דארף צוקומען צו א מילוי, די וואס קענען בשום אין אופן נישט נעמען פון א צווייטן איז ווייל זיי זענען נישט מסכים אז זייער חסרון זאל נתגלה ווערן, כאילו ער דארף עפעס צוקומען צו א צווייטן, אבער בעצם דארף ער טאקע די מילוי, נאר ער וועט פראבירן אויף אלע וועגן עס צו באהאלטן.

בעצם גייט עס אביסל טיפער, דער וואס איז בעצם זאט, דאס טייטש אז ער פילט נישט אויף די מינוט א הונגער/חסרון צו ממלא זיין, דער וועט רואיג נעמען פון א צווייטן, ווייל ער האט נישט מורא אז עס וועט נתגלה ווערן זיין שוואכקייט, ווייל ער איז אזוי זיכער אז ער האט נישט אויף די מינוט א שוואכקייט. נאר דווקא דער וואס דארף די מערסטע צוקומען צו די קבלה, דער האט דאך די מערסטע מורא אז מ'וועט געוואר ווערן אז ער דארף עס טאקע, און וועגן דעם פאסט אים נישט צו נעמען.

צוריק צום ענין.

וואס דארף מען יא טוהן? ער שפירט דאך אזא צורך צו באקומען עפעס, ער שפירט צובראכן, א חסרון, א פלאפּ, וואס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן?
לאמיר צוריק גיין צו די תכלית פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, וועט מען אלעס פארשטיין קלאר.

דער אייבערשטער איז דאך א גוטער, די סדר פון א גוטער איז אז ער טוט גוטס מיט אנדערע, האט דער אייבערשטער געוואלט באשאפן א וועלט מיט מענטשן כדי ער זאל קענען גוטס טון מיט זיי, אבער דער אייבערשטער איז דאך די שלימות פון גוטס, און ווי מיר ווייסן אלע אז אויב א מענטש באקומט א זאך פאר בחינם שעמט ער זיך זייער שטארק, ווייל ווי געשמועסט אויבן ווערט נתגלה זיין חסרון, קומט דאך אויס אז אויב דער אייבערשטער וועט געבן די גוטס פאר די מענטש בחינם איז דאס נישט א שלימות'דיגע גוטס, ווייל די מענטשן שעמען זיך דאך, האט דער אייבערשטער געמאכט אז דער מענטש זאל דורכגיין פארשידענע שוועריקייטן אין לעבן, ער שפירט חסרונות, דורכפעלער, ביקוש וכדומה אויף דער וועלט, אן א וועג ארויס.

עס איז וויכטיג צו געדענקן אז די עיקר ווייטאג איז דאס אז דער מענטש נעמט אן זיינע געפילן כאילו דאס איז טאקע זיין מציאות, אז אויב ער פילט יעצט א דורכפאל איז ער א דורכפאל, אדער אויב ער שפירט יעצט אז עס וואלט געווען בעסער ווען ער ווערט ווען נישט געבוירן מיינט ער אז עס איז טאקע אזוי, אז עס איז בעסער אז ער וואלט ווען נישט געבוירן געווארן.

דאס איז א טעות!

די מציאות פון א מענטש טוישט זיך נישט לויט וואס ער פילט, ער קען פילן די ערגסטע, אבער במציאות איז עס גאר אנדערש, איינמאל א מענטש קומט צו די הכרה אז די הרגש איז נישט א מציאות, איז שוין אביסל לייכטער, אבער למעשה די געפיל טוט דאך אויך וויי, איך שפיר דאך עפעס...
לאמיר זאגן אז איך ווייס שוין אז עס איז נישט די מציאות, אבער עס טוט מיר זייער שטארק וויי, איך קען מיר נישט צוזאמקלויבן, ווי גיי איך ווי קום איך פארוואס האט מיר אויסגעפעלט די גאנצע אראפקומען אויף די וועלט, ועוד ועוד וואס יעדער שפירט ביי זיך אליינס.

לאמיר אריינקלערן, וואס איז דאס ווייטאג? פארוואס געוויסע געשעענישן מאכט אז איך זאל פילן צער בעת וואס אנדערע געשעענישן באדערט מיר נישט?

לאמיר עס צונעמען. איך פיל יעצט א צער אז איך וויל האבן אדער וויל נישט האבן עפעס א זאך און איך האב עס נישט אדער יא, איך וויל עפעס זאל יא אדער נישט פאסירן און עס האט פאסירט דאס פארקערטע, האב איך יעצט צער, איך האב געהאט א גרויסע שאדן, איך האב צער, איינער האט מיר געמאכט פילן שלעכט, איך האב צער, איינער האט מיר בפועל געטשעפעט, איך האב צער, די נקודה איז, איך וויל עפעס, און עס פאסירט אנדערש ווי איך האב געוואלט, טוט עס מיר וויי.

דאס איז אבער אלץ נאר אויב "איך" וויל עפעס. די שאלה איז, וויל איך דען בכלל עפעס? איך האב בכלל א מיינונג אין די הנגת הבריאה? איך גלייב דאך אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט און ער פירט די וועלט יעדע רגע?

איך וויל פרעגן א קשיא פון דעם בעל יסורים: אויב וואלט מען דיר געגעבן די געלעגענהייט מיט אלע סארטן מעגליכקייטן צו באשאפן א וועלט, וואס פאר א וועלט וואלסטו באשאפן? א גוטע וועלט אדער א שלעכטע וועלט?

די תירוץ: זיכער א גוטע, פארוואס נישט?

אויף די וועלט פארשטייט א מענטש אז מען קען נישט מאכן 100% גוט, ווייל יעדע זאך וואס דו גייסט מאכן וועט לכל הפחות עפעס אויך מאכן שלעכט פאר עפעס אן אנדערן, אויב אבער אלע מעגליכקייטן זענען אפען איז נישט דא קיין סיבה נישט צו מאכן נאר גוטס, און אויב אזוי איז נישט דא קיין סיבה צו טראכטן אז דער אייבערשטער וואס ער האט אלע מעגליכקייטן, די אמת'ע כל יכול, זאל מאכן עפעס וואס האט אויך שלעכטס, מוז זיין אז יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט.

נאך מער, עס מוז זיין אז עס נישט דא קיין מעגליכקייט אז אויף אן אנדערע אופן וואלט געווען בעסער, והא ראי' אז דער אייבערשטער האט עס נישט געמאכט אויף יענע וועג, נאר אויף די וועג, איז א סימן אז אזוי איז די בעסטע, די איינציגסטע וועג אז עס זאל נישט וויי טוהן, איז עס אנצונעמען אז אלעס איז פון די אייבערשטער און מיט א פונקטליכע חשבון האט דער אייבערטשער געוואלט פאר מיין טובה אז איך זאל יעצט פילן ווייטאג, נישט אז איך פריי מיך יעצט און עס טוט מיר שוין נישט וויי ווייל דער אייבערשטער האט מיר עס געשיקט, נאר עס טוט מיר יא וויי "ווייל" דער אייבערשטער וויל עס איז פאר מיין טובה אז עס זאל מיר וויי טון.

ווען מענטש געוואוינט זיך צו צו טראכטן אזוי, איז דער מענטש שוין נישט אזוי שטארק אנגעוויזן אויף א גיטע געפיל אדער אויף א מילוי, ווייל ער ווייסט אז ער איז ממילא וואס ער איז, און די געפיל איז בסך הכל נאָר א געפיל, און אויב קומט אים פונקט אונטער א גוטע געפיל קען ער דאס גוט אננעמען, ווייל ער דארף שוין נישט באהאלטן די שוואכקייטן וואס גייט נתגלה ווערן, ווייל ער ווייסט שוין אליינס אז ער האט שוואכקייטן און איך מעג אזוי פילן, אין אנדערע ווערטער, פארדעם האט ער סך הכל מורא געהאט אז זיין חסרון וועט נתגלה ווערן און יעצט האט ער שוין נישט די פחד פון דעם.

יעצט פרעגט זיך א שטארקע קשיא, אלעס פיין און וואויל, אבער איך זע דאך אז עס זענען דא מענטשן וואס זענען מער פשוט'ע זיי האבן נישט די סארטן ווייטאגן, זייי לעבן א געהעריגע דורכשניטליכע לעבן, אן קיין עקסטערע היי"ס אן קיין עקסטרע לאו"ס, ברוך ה' יום יום, איך פארשטיי טאקע אז דאס וואס דער אייבערשטער שיקט מיר און מאכט אז איך זאל פילען, דאס איז טאקע פאר מיין טובה, אבער איך זעה דאך אויך אז פאר אנדערע מענטשן שיקט דאס נישט דער אייבערשטער, איז אויב איז דאס א טובה, ווי אזוי קען זיין אז פאר יענעם איז יא בעסער צו האבן א גראדע לעבען, אן קיין באמפ"ס? און אויב איז טאקע דא א וועג אז א גראדע לעבען איז די בעסטע פאר א מענטש, פארוואס איז פאר מיר יא בעסער א עמאושינעל לעבען? אין אנדערע ווערטער, איך גלייב אז די געפילן איז טאקע פאר מיין טובה, אבער איך וויל אויך פארשטיין וואספארא טובה ליגט דא? און אויך, וואס איז די חילוק פון איין מענטש צו די אנדערע?

לאמיר געבן א משל, א מענטש שטייט אויף יעדן טאג, ער טרינקט א קאווע, עס גייט אריבער אפאר שעה, ער הייבט אן פילן הונגעריג, ער מאכט זיך גרייט עפעס צו עסן און ער עסט עס אויף , אזוי באקומט זיין גוף ערנערונג, שטעל דיר פאר אז איינער ליידט אויף א קרענק וואס לכבוד דעם פילט ער נישט קיין הונגער, אזא מענטש וואלט געשטארבן אין די ערשטע געלעגענהייט, ער וואלט כסדר פארגעסן אז ער דארף עסן, בכלל, ער דארף גאר "גלייבן" אז מען דארף עסן, ער פילט דאך אפילו נישט אז ער דארף, מיט די צייט וואלט ער קראנק געווארן פון נישט עסן וויפיל זיין גוף דארף האבן, און עווענטועל געשטארבן.

די זעלבע זאך איז עמאושינעל, דער אייבערשטער מאכט אז מענטש זאל פילן הונגעריג, פאר קרבת אלוקים, ווייל אויב ער וואלט נישט געפילט הונגעריג, וואלט ער נישט געוויסט עס צו זיכן, און ער וואלט צום סוף קראנק געווארן און עווענטועל געשטארבן (בנפש). יעצט פארשטיי מיר שוין איין חלק, דאס איז פארוואס די נפשיות'דיגע הונגער איז א טובה.

מיר ווילן אבער פארשטיין די צווייטע חלק אויך, אויב אזוי וואס איז די חילוק פון איין מענטש ביז די צווייטע, פארוואס געוויסע ליידן מער פון די נפשיות'דיגע הונגער בעת אנדערע ווערן זאט פון סיי וואס?

לאמיר אריינגייין מער אין די אויבנדערמאנטע משל, א קליינע בעבי, פילט נאר הונגער, אבער ווען דאס קינד ווערט גרעסער, פילט ער אויך ווען ער איז לאנגווייליג, א בחור דארף שוין א ביסל געלט אויך, א אינגערמאן זיכט סטעביליטי, אן עלטערער אינגערמאן זיכט א שטעלע((career), אין אנדערע ווערטער, לויט וויפיל יכולת א מענטש האט צו עררייכן, לויט דעם וועט ער פילן א נויט דאס צו ערפילן, און לויט דעם וועט ער פילן א ליידיגקייט אין זיין הארץ אויב ער ערפילט עס נישט, א קינד האט נאכנישט די יכולת זיך צו אקיופייען, א אינגל האט נישט די יכולת צו מאכן געלט (וואטעווער) און אזוי ווייטער, ווי לאנג א מענטש פילט נישט אן זיין יכולת, מעגליכקייטן, וועט ער פילן א ליידיגקייט, ביז ער פילט דאס אן.

די זעלבע איז בנפש, א מענטש וואס האט א טיפערע נפש, און איז ביכולת צו פארשטיין מער, באגרייפן מער, וועט פילן א ליידיגקייט אין זיין הארץ ביז ער וועט דאס נישט אנפילן מיט השגות, ווען א מענטש פילט א ליידיגקייט, צובראכענקייט, זאל ער דאס באטראכטן ווי א פערזענליכע איינלאדענונג פון דער אייבערשטער, אז ער האט דערגרייכט א נייע לעוועל וויפיל ער קען באגרייפן, אדער אין קורצן, "אן אינוויטעישן פאר קרבת אלוקים" און דאס אליין אז ער האט באקומען אזא איינלאדענונג, איז א סימן אז ער קען האבן מער השגה. משא"כ דער צווייטער וואס ער לעבט א פשוט'ערע לעבען, איז דאס ווייל ער האט נישט די כלים פאר השגה, וויפיל ער זאל נאר וועלן וועט ער קיינמאל נישט קענען אזוי פיל.

יעצט צוריק צו די תכלית הבריאה:

פאר אזא מענטש, ווען דער אייבערשטער גייט אים געבן גוטס אויף יענע וועלט גייט אים שוין פיין פאסן צו נעמען די גוטס פון די אייבערשטער, ווייל ער האט זיך שוין אויסגעלערנט א גאנץ לעבן אז מען דארף נישט מורא האבן צו נעמען, וואס וועט שוין זיין? איך וועל פילן א חסרון, נו שוין, מען האט שוין געהערט אזאנס, עס איז סך הכל א הרגש, אזא מענטש וועט קענען מקבל זיין די שכר טוב וואס דער אייבערשטער האט אוועקגעלייגט פאר יעדן איד, וואס דאס איז גרעסטע נחת רוח וואס דער אייבערשטער האט, צו קענען געבן פאר א איד בתכלית השלימות.


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך!!!
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW א געוואלדיג טיפע נקודה!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

:-e;/ :-e;/ :-e;/

You made me cry!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

פארגעסן צו געבן א לייק פארן קעפל

דערווייל איז די ארטיקל דער געווינער ביי מיר
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

שטארקע נקודה

און יא! א שטארקען לייק פאר די קעפל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין תוכן איז דער ארטיקל דער געווינער!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אייזן גוט!

זייערזייער א תוכנ'דיגער ארטיקעל!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שטארקע נקודות למחשבה!!!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

זייער שטארק, אין קלאר.
א טיפע נקודה, ארויסגעברענגט זייער קלאר.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

זייער שיין, זייער קלאר, און זייער שטארק!

פיין הנאה געהאט, מ'זעהט אז ס'ליגט דא ארבעט, יישר כח!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שארף ארויסגעברענגט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

זייער שטארקע נקודה גוט ארויס געברענגט
שטערקסטע און תוכן
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שיין און קלאר, זייער א וויכטיגע נקודה.

10 שטערנס אויף תוכן!! אלע אנדערע זענען 5.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א געדאנק, זייער פיין אראפ געשריבן!

אינטערסאנט צו סאיז א אייגנס אדער געבויעט אויף פריערדיגע מקורות.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער שיינע געדאנקען! יישר כח
---
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער זייער שטארק!!!

אראפשרייבן קלאר אזא טיפע תוכנ'דיגע ארטיקל איז טאקע א קונץ!!

איינס. האט געשריבן:אינטערסאנט צו סאיז א אייגנס אדער געבויעט אויף פריערדיגע מקורות.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #14 - בין איך נאЯמאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

מים עמוקים ידלם איש תבונה...

פארן דולה ומשקה ברויך מען אן איש תבונה...

כ'האב הנאה געהאט פון די אופן וויאזוי דער שרייבער גייט צו צו א קאמפלעצירטע נושא. ער האט א כח הניתוח. למעשה פעלט אבער מיינעך געוויסע קלארקייטן דא. אבער אווער אלל איז עס זייער פיין. כ'וואלט הנאה געהאט צו ליינען פונעם שרייבער קאמפלעצירטע נושאים. און דאס איז א קונץ.

אין תוכן איז עס זיכער א געווינער. (נישט אלץ הסכמה...)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”