פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 6:55 pm

3
1%
★★
3
1%
★★★
7
2%
★★★★
8
3%
★★★★★
62
20%
3
1%
★★
5
2%
★★★
15
5%
★★★★
16
5%
★★★★★
44
14%
3
1%
★★
4
1%
★★★
7
2%
★★★★
21
7%
★★★★★
42
13%
15
5%
••
17
5%
•••
40
13%
 
סך הכל שטימען: 315

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

[align=center][/align]

...ועל כל ישראל ואמרו אמן! אמן!

ס'איז כ"ט סיון תרפ"ד, אין די בית המדרש פון די שערי צדק שפיטאל (די שפיטאל איז געגרינדערט אלץ ענטפער צו די מיסינערישער שפיטעלער אין ירושלים), האט מען נארוואס געענדיגט דאווענען מעריב. די בעל תפלה, א איד פון די מיטעלע פערציגער יארן, איז אין יאר נאך זיין טאטע, די בעל תפלה פארזוימט זיך נאך אביסל נאכ'ן דאווענען, און שמועס'ט אביסל מיט דעם און יענעם.
נאכ'ן זיך אביסל פארזוימען גרייט ער זיך ארויס צוגיין אויפ'ן גאס, ביים טיר טרעפט ער אן א פארשוין, דער פארשוין רופט זיך אן צו דער בעל תפילה, "וויפיל א'זייגער איז?" די בעל תפילה קוקט אראפ, און נעמט זיך ארויסציען זיין טאשן זייגער פון טאש, אזוי אראפקוקנ׳דיג, באמערקט נישט די בעל תפילה ווי דער פארשוין ציעט ארויס א ביקס, ביז עס איז צו שפעט, דער פארשוין שיסט דעם בעל תפילה 3 מאל, און מאכט פליטה.
אין שפיטאל הערט מען די שיסערייען, און מען קומט צו לויפן, מען פירט דעם בעל תפילה צוריק אריין אין שפיטאל, און מען פרובירט צו ראטעווען זיין לעבן, אבער אן ערפאלג, עטליכע שעה דערויף הויעכט ער אויס זיין נשמה לחיי העולם.

ווער איז געווען דער בעל תפילה? ווער האט עם געהארגעט? פארוואס האט מען עם געהארגעט?
דער בעל תפילה האט געהייסען ר' יעקב ישראל דה-האן, יעקב ישראל איז געבוירען אין זאאנדאם, א דארף אין האללענד, זיין טאטע, יצחק אייזיק, איז געווען די חזן/מלמד אין דעם דארף מיט א פאמיליע פון 18 קינדער. פון די 18 קינדער, זענען 11 אוועק גאר אינג.
אין דארף איז כמעט קיין אידישקייט געווען, און צוליב דעם איז יעקב ישראל, טראץ וואס זיין טאטע איז געווען די חזן, אראפ פון וועג, און ער האט זיך גענומען שטודירען. די קאסטן פון זיך שטודירען האט געצאלט א גוי'טע, זי האט געהאלטען אז עס וועט עפעס אויפוואקסען פון דעם קלוגען יעקב ישראל אויב ער וועט גיין שטודירען. ר' יעקב ישראל איז טאקע געווארען א דאקטער אין געזעץ. חוץ זיין א דאקטער אין געזעץ איז ר' יעקב ישראל געווען א קאמפיזיטירער, א דיפלאמאט, א שרייבער, א פאלטיקאנט, און א דזשורינילסט, ד״ר דה-האן האט אויך געקענט רעדן פליסיג אין 22 שפראכען.



אין תרס"ג (1903) האט דה-האן געענדיגט זיין שטודירען, און האט חתונה געהאט מיט די גוי'טע וואס האט אויסגעצאלט די קאסטען פון זיין שטודירען, כאשט וואס זי איז געווען 9 יאר עלטער פון עם. אין די צייט איז ד"ר דה-האן געווען א גאנצע פרייער איד, און נישט געהאלטען קיין שום אידישקייט, אנשטאט דעם איז ד"ר דה-האן געווען א פולקאמע סאציעליסט.

אין יענע צייטען איז רוסלאנד געווען אונטער די ממשלה פון די צאר ניקאלאי ימ"ש, אבער די סאציעלסטען און די קאמיוניסטען האבן שוין אנגעפאנגען רודערען וועגן מאכן אן אויפשטאנד און פטור ווערען דעם צאר איינמאל פאר איינמאל און אריינשטעלען א סאציעסלטישע-קאמיוניסטישע דיקטאטור (דאס איז זיי צום סוף געלונגען אין יאר תרע"ז-תרע"ח, ווען לענין ימ"ש איז געקומען צום מאכט). די צאר האט געוואוסט פון די פלענער, און איז גאר רשעות'דיג אראפגעקומען קעגן די סאציעלסטין און קאמיוניסטען, מען האט זיי ארעסטירט, און געפייניגט אין תפיסה.

דה-האן, זייענדיג א סאציעליסט, האט באנג געטוהן אז מען פייניגט די סאציעלסטען אין תפיסה, און האט מחליט געווען אז ער מוז עפעס טוהן, דה-האן האט זיך געוואנדען צו די האללענדישע קעניג, בעטענ'דיג אויב ער קען אפרייזען קיין רוסלאנד אלץ א האללענדישע דיפלאמאט, און בעטן פון די רוסן אז מען זאל אויפהערען צו פייניגען די סאציעלסטען, די האללענדישע מלוכה האט צו דעם מסכים געווען. דאן איז ער געפארען קיין ענגלאנד, און געבעטען פון די בריטישע מלוכה, אויב ער קען אויך זיין א שליח פון זיי, די בריטישע מלוכה האט מסכים געווען, און אין שנת תרע"ב איז דה-האן געפארען צו רוסלאנד שתדל'ן לטובת די סאציעליסטען.

אין רוסלאנד, טראץ די שווערע גזירות פון דעם צאר ימ״ש, איז דאן געווען הערליכע אידישע קהילות, אדמורי"ם און רבנים, זייענ'דיג אין רוסלאנד צו שתדל'ן פאר די סאציעלסטיען, האט דה-האן אסאך באגעגענט אידן, אבער ליידער איז ער געווען אזוי אפגעפארען, אז ער האט אפילו נישט געטראכט אז די ערליכע חסידישע אידן האבן עפעס שייכות מיט עם. און אין זיין טאג-בוך האט ער געשריבען "די אידן זענען זייער א שיינע פאלק", ווי כאילו זיי זענען אן אנדערע פאלק, א פאלק וואס ער האט נישט קיין שייכות מיט. מיט דעם אלעם האט זיך די אידישע נשמה פון דה-האן אביסל אויפגעוועקט, כאטש וואס פון אינדערויסען האט מען גארנישט געזען קיין חילוק.

צוריקקומענדיג קיין האללענד, האט ער געשריבען א באריכט איבער די שרעקליכע פייניגען וואס די רוסישע צאר פייניגט די סאציעלסטען אין תפיסה, און ער האט זיך אנגעפאנגען מער דרייען אין די הויף פון די מלוכה אין האללענד. איין טאג, זייענדיג אין די הויף פון קעניג, האט ער געהערט ווי איינער פון די שרים רופט זיך אן מיט אן אנטיסעמיטשע לאזונג, נאכ׳ן הערען די לאזונג האט דה-האן געשריבען א בריוו צום שר "די האסט מיר אויך געמיינט מיט דעם לאזונג?" די שר האט געענטעפערט, "ניין, נישט דיר האב איך געמיינט", האט דה-האן געענטפערט, "אויב אלע אידן, בין איך דאך אויך א איד". דה-האן'ס נשמה, וועלעכע האט זיך שוין אביסל אויפגעוועקט זייענדיג אין רוסלאנד, האט זיך יעצט גענצליך אויפגעוועקט, דה-האן האט מחליט געווען אז די צייט איז געקומען אז ער זאל תשובה טוהן, און צוריק ווערן פרום.

און האללענד איז די אידישקייט מצב געווען גאר שוואך, עס איז נישט געווען קיין אמת'ער פרומע קהילה, וואס איז יא געווען, איז געווען א שטארקע ציוניסטי'שע-מזרחיסטי'שע באוועגונג. דה-האן, וועלענ׳דיג זיין א איד, האט זיך אנגעשלאסען אין דעם באוועגונג, ווייל אין האללענד זענען זיי געווען די איינציגסטע אידן, און ער האט אנגפאנגען היטן תורה ומצוות. זייענדיג א ציוניסט, האט זיך אנגעכאפט א שטארקע תשוקה ביי דה-האן ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל, אבער ביני לביני האט אויסגעבראכען די ערשטע וועלט מלחמה און מען האט נישט געקענט פארן. ווען די מלחמה האט זיך גע'ענדיגט, האט ענגלאנד באקומען די בעלות אויף ארץ ישראל, און זיי האבן שטארק געצוימט וויפיל אידן מעגן אריינקומען קיין ארץ ישראל. אין שנת תרע"ט, איז דה-האן אנגעקומען קיין ארץ ישראל.

אנקומענ׳דיג אין ארץ ישראל, האט דה-האן, זייענדיג א מזרחי'סט, אנגעפאנגען זיין טעטיג אין די מזרחיסטי'שע באוועגונג דארט, אבער מיט דער צייט זעט דה-האן אז עס איז פארהאן א צווייטע סארט איד, אידן פרושים וואס זענען קעגן ציוניזם. דה-האן פארשטייט נישט וואס איז פשט פון די אידן? וואס גייט פאר מיט זיי? ווען דה-האן פרעגט זיינע חבירים אין די מזרחי איבער דעם, קומט צוריק א תשובה אנגעפילט מיט קללות, זיי זענען בוגדים! פאררעטער! די עיקר קללות פאלן אויף הגאון ר׳ יצחק ירוחם דיסקן זצ״ל (די זין פון מהרי״ל דיסקין) און אויף הגאון ר׳ יוסף חיים זאנענפעלד זצ״ל, דה-האן קען נישט פארשטיין וואס די צוויי גדולים האבן קעגן ציוניזם, און פארוואס זיי פארארבייטן מעשים קעגן זיי.

דה-האן איז מחליט אז ער מוז גיין זיך טרעפען מיט די צוויי גדולים, זיך מתווכח זיין מיט זיי, און אדער זיי איבעררעדן צו די זייט פון די מזרחי, אדער על כל פנים צו פארשטיין וואס זיי ווילן. דה-האן טרעפט זיך קודם מיט הגרי״י דיסקן, און דערנאך מיט הגרי״ח זאנענפעלד, די פגישות האבן שטראק עושה רושם געווען אויף דה-האן, און דה-האן האט אפגעלאזט די מזרחי, און אנשטאט דעם זיך צוגעשטעלט צו די מחנה פון די חרדים.

בימים ההם, נאך די ערשטע וועלט מלחמה, איז א״י געווען אונטער די ממשלה פון די ענגלישע קעניגרייך, די ערשטע וועלט מלחמה האט געהאט גאר א שלעכע השפעה אויף ארץ ישראל, הן בגשמיות, והן ברוחניות, די ציונים מיט די מזרחי האבן דא געזען א געלעגענהייט צו ווערען די בעלי בתים אין לאנד, זיי האבן געגרינדערט א קהילה מיט די נאמען ״ועד העיר ליהודי ירושלים״, (אפיציעל איז דער וועד ערוויילט געווארען, און יעדער האט געקענט שטימען, אויך ערליכע אידן, אבער די ועד איז געווען אויסגעשטעלט שלא על פי תורה, און ממילא האבן די גדולים גע׳אסר׳ט צו גיין וועלען פאר דעם ועד).

דער ועד האט זיך משתלט געווען אויף אלע צדקה געלט וואס איז געקומען פון חוץ לארץ, און דאס פארטיילט נאר פאר וועם זיי האבסן געוואלט. כדי אז א אינגערמאן און זיין משפחה זאל קענען באקומען תמיכה פון די מעות חוץ לארץ, האט ער געמוזט אונטערשרייבען אז תורתו אומנותו, אז ער זיצט אגאנצן טאג אין לערענט. די צוויי גדולים הגרי״ח זאנענפעלד והגרי״י דיסקן, האבן אבער נישט געלאזט אז מען זאל חתמנע׳ן סיי וועלעכע צעטיל וואס קומט מתחת ידם פון די מזרחי, הונדרעטער חשוב׳ע אידן, האבן זיך מוסר נפש געווען און נישט אונטערגעשריבן אויף דעם צעטיל, כאטש וואס ס'איז יא געווען תורתם אומנתם, כאטש וואס די מצב אין א״י איז געווען גאר ענג און ביי אסאך פון די אידן איז ממש נישט געווען קיין לחם לאכול. די צוויי גדולים האבן געגרינדערט אן אייגענע ועד, מיט די נאמען ״ועד העיר האשכנזי״ (די ועד העיר האשכנזי איז בשעתו געווען א חלק פון די אגודה, די הויפט ציל פון די נייע קהילה, איז געווען מודיע צו זיין די אידן אין אייראפע, אז זייער צדקה קומט נישט אין צו די ריכטיגע ארט).

אונטער די טערקען האט יעדער צדקה קאסע, צו זאל עס זיין א ביהמ״ד, א ת״ת, אדער אפילו א חברה קדישא, געמוזט זיין איינגעשריבן ביי די מוסלימענישע וואקף, דהיינו, אז די וואקף אנערקערט אז די צדקה איז טאקע א צדקה און נישט קיין געפאפ'טע זאכן. זיין איינגעשריבן ביי די וואקף האט אויך געמיינט אז די צדקה קאסע האט זיך געדארפט פירן לויט די מוסלימענישע שעריה געזעצען אין סיי וואס פאר א סכסוך, אפיציעל טאקע זענען רוב צדקות געווען איינגעשריבען אין וואקף אונטער די נאמען פון הגרי״ח זאנענפעלד. במציאות, האט די וואקף רעספיקטירט הגרי״ח זאנענפעלד, און נישט געשטעפעט קיין שום צדקה וואס איז געווען איינגעשריבען ביי די וואקף אויף זיין נאמען.

ווען די ענגלישע רעגירונג האבן אויפגעשטלעט די מאנדאט, האבן זיי ווייטער פארלאנגט אז מען זאל איינשרייבען די ״הקדשות״ אין די וואקף, דא האבן די מזרחי געזען אז זיי האבן א געלעגנהייט זיך משתלט צו זיין אויף די ערליכע צדקות פון ירושלים, זענען געגאנגען די מזרחי, און זיי האבן פארלאנגט פון די ענגלישע הערשאפט, אז אידישע צדקות, זאלן נישט דארף׳ן מער זיין איינגעשריבען ביי די וואקף, נאר ענדערש זאלן זיי זיך איינשרייבען ביי די קהילה פון די מזרחי.

ח׳ אלול תרפ״ב איז געלונגען פאר די ציונים אז די ענגלישע מאנדאט האט אנערקענט זייער קהילה אלץ די אידישע קהילה, לויט די געזעץ וואלט יעדער אידישע הקדש אוטאמאטיש אריבערגעגאנגען פון די וואקף צו די מזרחיסטישע קהילה, די געזעץ איז געגאנגען נאך ווייטער, און געגעבען די רבנות הראשית פון די מזרחי די רעכט צו פסק׳נען אלע דיני תורה, צו שטעלען יעדער אידישע שטעלע, ווי למשל שוחטים, משגיחי כשרות און חזנים (און ענדליכס), צו האבן איבערזיכט אויף די צדקות, און צו שטעלען די אפטרופסיס פאר יעדער צדקה קאסע איינגעשריבען אין די ועד.

די ערליכע אידן אין ירושלים זענען געכאפט געווארען אין א מבוכה, וואס טוהט מען דא? ווי עס קוקט אויס גייט די מזרחי באקומען די שליטה אויף אלע צדקות, דא איז אריינגעקומען אין די בילד ד״ר דה-האן. ד״ר דה-האן מיט זיינע פאליטישע און דיפלאמאטישע כשרנות, האט זיך גענומען שתדל׳ן ביי די רעגירונג אז מען זאל צוריקדרייען דעם געזעץ. נאך א לאנגע מלחמה, איז געלונגען פאר דה-האן אז מען זאל צולייגען 2 נייע סעיפים צו די געזעץ. די ערשטע סעיף איז געווען, אז חוץ די מזרחי׳סטיש׳ע קהילה, זאל די עדה החרדית אויך קענען מאכן א קהילה, די קהילה פון די עדה החרדית האט אבער געהאט צוויי באגרעניציגען, איינס, אז א צדקה וואס איז געווען איינגעשריבען ביי די קהילה פון די עדה, איז נישט געווען לעגאל א ״צדקה״, נאר אנטשאט דעם איז דאס לעגאל געווען א ״טראסט״. די צווייטע באגרעניציגונג איז געווען, אז מען האט נאר געמעגט זיך איינשרייבען אין די קהילה בלויז אין די ערשטע יאר פון איהר גרינדונג, נאך דעם האט מען שוין נישט געקענט זיך איינשרייבען אין די קהילה (נאך די יאר איז פאראיבער האט דה-האן ערלעדיגט אז מען זאל פארלענגערען די זמן נאך 6 חדשים). די צווייטע סעיף וואס דה-האן האט ערלעדיגעט איז געווען, אז נאך די יאר איז פאראיבער, קען א צדקה קלויבן צו ער וויל זיך איינשרייבן ביי די מזרחיסטישע קהילה אדער ביי די מוסלעמענישע וואקף.



נאך די יאר (און די האלב יאר פארלעגערונג) איז פארביי, האבן נייע צדקות נישט געקענט זיך איינשרייבען מער ביי די טראסט פון די עדה החרדית, און זיי האבן געהאט צוויי ברירות, אדער זיך איינשרייבען ביי די מזרחי אדער גיין צו די וואקף. הגרי"ח זאנענפעלד האט געהאלטן אז מען זאל זיך ענדערש איינשרייבען ביי די וואקף, ווי איידער ביי די מזרחי. (חוץ די מערכה איבער די צדקות, האט דה-האן אויך ערלעדיגט אז די עדה זאל מעגן האבן אן אייגענער שחיטה און נישט דארפן ניצן די שחיטה פון די מזרחי. נאך א זאך וואס די מזרחי האט געטוהן איז געווען אז זיי האבן געלייגט א שטייער אויף מצה, וואס די שטייער איז גענוצט געווארן פאר ציבור'ישע צוועקען, דה-האן האט געוואלט אז ערליכע אידן זאלן נישט דארפ'ן צאלן די שטייער, ווייל זיי ווילן נישט די געלט זאל אנקומען צו די מזרחי, אבער ער האט דאס נישט געקענט ערלעדיגען).

דה-האן האט געהאט אן אייגענארטיגע וועג פון שתדל׳ן, קודם גייט מען צו די לאקעלע פאליטישענס, אויב דאס ארבייט נישט, דאן גייט מען צו די קאמישינער (דער וואס האט דאן געפירט די פאלעסטינע מאנדאט), אויב דאס ארבייט אויך נישט, דאן גייט מען קיין לאנדאן, און אויב דאס ארבייט אויך נישט, דאן גייט מען צו די פעלקער ליגע, מען רוהט נישט איין ביז מען באקומעט דאס וואס מען דארף. סיי אין לאנדאן, און סיי ביי די פעלקער ליגע האט דה-האן נאך געהאט אסאך חבירים פון די טעג וואס ער איז געווען א בעלגישע דיפלימאט, מילא האט ער דארט געהאט א שטארקע השפעה. דה-האנ'ס איבערמידליכע כוחות זענען געווען ווי א דארן אין די אויג פון די מזרחי און די ציונים, יעדעס מאל זיי האבן פריבירט רעדן צו א נייע פאליטאקאנט, האבן זיי שטענדיג געהערט די זעלבע ניגון, דה-האן איז שוין דא געווען.

דה-האן האט נישט בלויז געשתדל'ט לטובות די ערליכע ישוב הישן אין ירושלים, ער האט אויך לוחם געווען קעגן די רעיון הציוני איבער די וועלט, כסדר פרובירענדיג מסביר צו זיין צו אלע דיפלימאטען איבער די וועלט, אז די ערליכע אידן ווילן נישט קיין ממשלה, זיי ווילן בלויז איין זאך, מען זאל זיי לאזן דינען דעם אייבערשטן. איינער פון די גרעסטע פעילות וואס דה-האן האט געטוהן, איז געווען מיטן אראפפארן קיין ירדן און זיך טרעפן מיטן קעניג חוסיין, די קעניג פון סאודיע אראביע, און מיט זיינע צוויי קינדער, פייסל די קעניג פון איראק, און אבודלאה די עמיר (שפעטער איז די עמיר געווארען קעניג) פון ירדן (דאן זענען ירדן, סאודיע אראביע, און איראק געווען אונטער די ממשלה פון ענגלאנד, און זייערע מושלים זענען געשטעלט געווארען דורך ענגלאנד), ווי ער האט זיי ערקלערט אז ערליכע אידן זוכן נישט קיין מדינה, און זענען גרייט אז די אראבער זאל געוועליטיגען איבער א"י, ווי לאנג ער זאגט צו אז ער וועט נישט טשעפענען די אידן און זיי זיך לאזן פירן על פי תורה. דער עמיר אבדולאה האט געגעבן א בריוו פאר דה-האן ווי ער שלאגט פאר אז מען זאל מאכן א דעמעקראטישע לאנד אין א״י, ווי די אראבישע רוב וועט געוועלטיגען, אבער זיי מוזן צוזאגן אז זיי גייען נישט טשעפען די אידן און געבן פאר די אידן גלייכבארעכטיגקייט, א פאר חדשים נאך די צוזאמטרעף פון דה-האן מיט די קעניג און זיינע זון, איז די קעניג חוסיין נאכאמאל געקומען באזוכן זיין זון דער עמיר, ביי דעם געלעגנהייט, זענען הגרי״ח זאנענפעלד, הגאון ר׳ אברהם חיים נאה (בעמח״ס קצות השולחן, שיעורי תורה ועוד) און ר׳ ברוך ראובן יונגרייז (מזכיר העדה) זיך אויך געגאנגען טרעפן מיט׳ן קעניג.


דה-האן ביי זיין באזוך אין ירדן

סוף סיון תרפ"ד, האט זיך דה-האן געגרייט צו פארן קיין לאנדאן, די עיקר ציל איז געווען, אז די קהילה פון די עדה החרדית זאל אנערקענט ווערען פונקט ווי די קהילה פון די מזרחי, מען זאל זיך קענען איינשרייבען ווען מען וויל און אז עס זאל ווערען גערעכענט לעגאל ווי א צדקה און נישט ווי א טראסט. די ציונים האבן מורא געהאט אז דה-האן וועט אויך שתדל'ן אז די ענגלענדער זאלן צוריקציען פון דעם הצהרת בעלפור, די ציונים האבן נישט געוואוסט ווי זיך אן עצה צו געבן, זיי האבן מחליט געווען אז ס'איז נישט דא קיין אנדערע עצה מען מוז עם הרג׳ענען, און דאס איז וואס איז געשען יענע נאכט נאך מעריב, דורך די רוצח אברהם תהומי שר"י געציילטע טעג איידער דה-האן האט געדארפט ארויספארן קיין ענגלאנד.



נאך די שבעה איז פארגעקומען א עצרת הספד, צום הספד זענען געקומען פארשטייער פון ענגלאנד, פראנקרייך, שפאניע, פולין, איטאליע און נאך לענדער. דער באקאנטע מגיד הרה"צ ר' בן ציון יאדלער זצ"ל האט מספיד געווען, תוך הדברים, האט ער געזאגט, אז נישט די "ידי עשו" האבן געהאר'געט דה-האן, בלויז די "קול יעקב" האט געהאר'געט דה-האן. (די קול יעקב איז געווען א מזרחיסטישע צייטונג, וואס פלעגט אלץ רופן פאר די מארד פון דה-האן, לאחר פטירתו האבן זיי געשריבן בשקר אז ער איז קיינמאל נישט געווארען קיין בעל תשובה, און ער האט ווייטער געטוהן עבירות נאך'ן תשובה טוהן)




[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט פארמעסט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

איי לייק דיס ארטיקל!

א שיין רייך שטיקל היסטאריע גאר געשמאק באשריבן.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

לייק לייק לייק, כאניש מער וואס צוצולייגען.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

איטרעסאנטע היסטאריע הערליך אראפ געשריבן
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

א זייער שיין און גיט געשריבען שטיקעל היסטאריע.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הערליך שריפט, שיין שטיקל היסטאריע!!


די גראמאטיק קען נוצן א שטיקל תיקון, אבער די קלארע שריפט איז געוואלדיג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מייסטערהאפטער ארטיקל!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די ערשטע מאל איך ליין די היסטאריע פון דה האן אויף א וועג אראפ געשריבן א שיין שטיקל היסטאריע (אויך מיר שיין.. השם יקום דמו...)
איך פלעג עס אלס ליינען אין די גליונות פון נטורי קרתא ביים יארצייט, און דארט איז מער געווען ארויס געברענגט די פוינט אז די ציונים ימ״ש... דא האט דער שרייבער אראפ געשריבן זייער צום זאך און צום פוינט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

זייער שיין סיי די וועג פון שרייבן און אזוי אויך די קלארקייט קומט ער אריין זייער גוט
לעצט פארראכטן דורך יודיש בלעטל אום מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 3:28 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שיין שטיקל היסטארי, פיין אראפגעשריבן, שכח!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

קיין חידושים האב איך נישט דא געהאט, ווייל איך האב שוין אסאך געליינט איבער אים

אבער זייער שיין געשריבן, און זייער גוט אראפ געלייגט, זיינע פעולות לטובה, און פארוואס די ציונים האבן אים געוואלט זעהן אראפ פון מארק,

אפשר נאכן פארמעסט, וואלט זיך געקומען נאך א אריכות איבער אים, וועל איך שוין לאזן דעם שרייבער צו באשליסן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער זייער שיין.
איך האב שוין אזויפיל מאל געהערט דעם נאמען און קיין איין איינציג מאל נישט געהעריג געוואוסט וואס די געשיכטע מיט אים איז געווען.
די גאנצע ארטיקל האט זיך אפגעליינט פליסיג אין איין ציה, די שפראך איז זייער פשוט און קלאר און אלע פרטים זענען שיין מסודר.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

שטומפיג האט געשריבן:זייער זייער שיין.
איך האב שוין אזויפיל מאל געהערט דעם נאמען און קיין איין איינציג מאל נישט געהעריג געוואוסט וואס די געשיכטע מיט אים איז געווען.
די גאנצע ארטיקל האט זיך אפגעליינט פליסיג אין איין ציה, די שפראך איז זייער פשוט און קלאר און אלע פרטים זענען שיין מסודר.


ממש דאס געוואלט געשרייבן כאניש מער וואס ציצולייגן, נאר ממש א קליינע הערה אז דער שרייבער שרייבט
אייוועלט פארמעסט האט געשריבן:די ציונים האבן מורא געהאט אז דה-האן וועט אויך שתדל'ן אז די ענגלענדער זאלן צוריקציען פון דעם הצהרת בעלפור,
ער האט נישט געשריבן דערפון בעפאר אויסער אויב עס איז א ווארט אין לשה"ק דאס וואס די ציונים האבן געטוהן אין אידיש, ווי ער ערווענט שוין אינדערמיט?!...
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער א פליסיגע שיינע שפראך. געווען א פלעזשער צו ליינען
אוועטאר
נייגעריגע תלמיד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 2:39 pm
לאקאציע: אויפן וועלטל

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריגע תלמיד »

זייער שיין געשריבן און נאר געצילט אויף דע-האן
זייער שיין
שיך פרוכט שטנז סיליפוטי סאלאמי
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

זייער א גוטע נושא געקליבן
גאר א גוט שטיקל היסטאריע,ווא וויפיל מוועט עס נאר באשרייבן איז אלס דא וואס צוצולייגן
כהאב אבער געפילט ווי ספעלט אביסל דיטעילס ס'זאל ערגענצן דאס בילד, א זאך וואס איז נאך שייך צוצולייגן

שפראך איז קורץ און שארף, געפילט אפאר פלעצער ווי געציילטע ווערטער וולאט עס געקענט שענער מאכן
אווער אלל איז עס זייער שיין מלא טאלאנט אין געשמאק צו ליינען
מיין לופי'לע........
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הערליך אראפגעלייגט די היסטאריע, איך האב קיינמאל בעפאר נישט געוויסט אלע דעטאלן
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

א שטיקל היסטאריע גוט אראפגעלייגט ווי א שטיקל היסטאריע... זייער הנאה געהאט, יישר כח!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

*****
*****
*****
***
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

געוואלדיג מאסיוו
פין די בעסטער דערווייל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

א גוט שטיקל היסטאריע גוט פארציילט..
די אינהאלט איז עקסעלענט, היבש אומבאקאנטע קאפיטל, אבער אויך נישט בארינג, פייוו סטאר.
שפראך אויך זייער פיין, ס'בכלל נישט שייך עפעס א מעיזשאר שפראך פאר אזא מין ארטיקל, 4 סטאר.
אוועראלל 4 סטאר.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

זייער שיין אראפ געלייגט מיט אסאך ארבעט אריינגעלייגט.

די ערשטע מאל איך ליין אן ארטיקל איבער אים מיט די גאנצע בעקגראונד וועגן די הקדישות שחיטה וכדומה. א דאנק.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

הערליך שיין אפגעשריבן די היסטאריע
אבער ווי אנדערע האבן שוין ערווענט אויבן איז נאך דא פרטים וואס קענען צוקומען דערצו, איינע פון זיי אז ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט אין די ארטיקל די געדאנק פון זיך אויסשרייבן פון די מזרחי'סטישע קהילה און חודש אייר וואס איז געווען די חודש היציאה, וואס איינער פון די עיקר זאכן וואס דה-האן האט געוואלט פועל'ן ביי יענע רייזע אין לאנדאן איז געווען אז מ'זאל דאס קענען מבטל זיין און איינמאל איינער האט זיך איינגעשריבן אין די עדה דארף ער נישט יעדע יאר זיך עקסטער אויסשרייבן פון די מזרחי, אבער ליידער לא עלתה בידו נאך וואס ער איז גע'הרג'ט געווארן א טאג בעפארן דארפן אפרייזן קיין לאנדאן (אביסל אנדערש ווי דער שרייבער שרייבט אז דאס איז געווען עטליכע טעג בעפאר, נאר ער האט שוין געדארפט צו פארן די קומענדיגע טאג)
ס'איז נאך דא אסאך וואס צו שרייבן וועגן די פרשה, און די וועג וויזוי די ציונים ימ"ש האבן פרובירט צו דערשטיקן די מעשה און געטוהן כל מה שבידם אז מ'זאל די פארברעכער קיינמאל נישט קענען כאפן ועוד ועוד.
אבער נאכאמאל זייער שיין געשריבן הערליך רייך זאפטיגע שפראך און ציענדיג, ס'האט זיך געליינט אין איין אטעם
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

שטומפיג האט געשריבן:זייער זייער שיין.
איך האב שוין אזויפיל מאל געהערט דעם נאמען און קיין איין איינציג מאל נישט געהעריג געוואוסט וואס די געשיכטע מיט אים איז געווען.
די גאנצע ארטיקל האט זיך אפגעליינט פליסיג אין איין ציה, די שפראך איז זייער פשוט און קלאר און אלע פרטים זענען שיין מסודר.
---
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #4 - דער מארד אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ערשט היינט געליינט. הערליך אראפגעשריבן, קלאר און זאפטיג.

איינס האט געשריבן:די ערשטע מאל איך ליין די היסטאריע פון דה האן אויף א וועג אראפ געשריבן א שיין שטיקל היסטאריע (אויך מיר שיין.. השם יקום דמו...)
איך פלעג עס אלס ליינען אין די גליונות פון נטורי קרתא ביים יארצייט, און דארט איז מער געווען ארויס געברענגט די פוינט אז די ציונים ימ״ש... דא האט דער שרייבער אראפ געשריבן זייער צום זאך און צום פוינט.

;l;p-

וויפל כ'האב שוין געליינט דערוועגן, 90% פונעם ארטיקל האב איך קיינמאל געוויסט!!

יישר כוח

5 5 5 3
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”