שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:09 pm

5
3%
★★
6
4%
★★★
11
7%
★★★★
11
7%
★★★★★
21
13%
3
2%
★★
2
1%
★★★
13
8%
★★★★
11
7%
★★★★★
22
14%
6
4%
★★
2
1%
★★★
10
6%
★★★★
14
9%
★★★★★
19
12%
 
סך הכל שטימען: 156

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

[align=center]בילד[/align]

מיינע אויגן שפרינגען פונעם אנקעטאד צום רויטן געזוכט פון דעם ברייט ביינערדיגן אוקראיינער, איך זוך א גרויסן אייזערנעם האק וואס מיט איין קלאפ אין קאפ זאל איך דעם מאסן מערדער אוועקלייגן, איך האלט שוין דעם ראסטיגן אקער אייזן מיט ביידע הענט, מיט איין אטעם לאז איך מיר ארויס אין זיין ריכטונג, נקום נקמת דם עבדיך שוימט אין מיר כעסיגע געפילן... מיט אלע מיינע כוחות לאז איך אראפ דעם האק, ווען פלוצים הערט זיך א יאמערליכן קוויטש פון מיין האלז ארויס, געמישט מיט הילכיגע פייפערייען פון געשטראנדעטע אויטאס, ציזאמען מיט קולות און שעלטערייען פון אויפגעברויזטע מאטאריסטן... נישטא קיין האק, נישטא קיין פויער, נישטא קיין מערדער. אבער דער אנקענטאד, דער אנקענטאד שטייט דארט אויפן זעלבן ארט, עס רירט זיך נישט פון פלאץ, דאס שטיקל ליים, דער געדענקמאל פאר די איבער צוואנציג טויזענט קדושים וואס זענען ערמארדעט געווארן דורך די נאציס ימ״ש מיט די הילף פון זייערע אוקראיינער שותפים שטייט אזוי אייז קאלט אויפן זעלבן ארט, אינדרויסן פון שטאט לעמבערג, ווייזט נישט ארויס קיין שום געפיל, א שטיין קען נישט טראכטן? פארשטייט ער נישט וואס פארא שרעקעדיגע עדות ער טראגט מיט זיך?? ווידעראמאל טאנצן מיינע אויגן פון דעם שטיק שטיין צי דעם רוצח, אהין און צוריק, אוואו איז דער גראבער האק פארשווינדן געווארן? אט איז ער! איך לויף.. דאס איז עס.. תמחה את זכר עמלק. איך גיי מאכן א סוף צי די לעבנס פון די רוצחים! ... און ווידער וועקן מיר אויף די הויכע פייפערייען און געשרייען פון די צענדליגע מאטאריסטן. איך נעם געשווינד ארויס א נשמה ליכט, צינד עס גיך אן, מיינע ליפן שעפשען לעילו נשמת די טויזענטער יודן וואס זענען דא ערמארדעט געווארן הי"ד בעת איך יאג צוריק ארויף אויפן באס...

אט דאס האט זיך אפגעשפילט אויף א מוצ"ש נאך א וואך פון ארומפארן איבער שטעטלעך און דערפלעך. פון בודאפעסט קיין האדיטש אין 11 טעג, מיט א פארצייטישע שבת אין לעמבערג אינדערמיט. וויאזוי איז דאס? ווי מיר האבן נאר באזיכט האבן אינז געשפירט ווי מיר לעבן יעצט מיט די היסטאריע. לייגט אוועק די קעמרעס, ברענגט נישט מיט קיין סעלפאון (דאס ווייב קען מען רופן פונעם גאסט הויז טרייבל) און קומטס מיט מיר:

בודאפעסט: זונטאג ויק״פ

1:00 ביינאכט, שפאציר מיר געמוטליך אראפ דעם קאאשאט-לייאש שטראז, אריבער דעם גאנצן לענג פונעם ערזשעיבעד בריק, ווען אינז דערזעה מיר זיך פארנט פונעם קארשאנייעטשעווא שענק הויז, מנשה עפענט דעם שווערן האלצערנעם טיר, אינז גיי מיר אראפ די 25 שטיגן, די שווערע קרעכצן וואס די טרעפ לאזן הערן ווייזט אז זיי האבן שוין געזעהן בעסערע צייטן. אינז זעץ מיר זיך ארום א רינדיכיגן האלצערנעם טישל. דער שר המשכים שטעלט אראפ פיהר גרויסע פלעשער פריש געבראטענע אונגארישע ביר, און עס הייבט זיך אן גיסן. ישכר בער נעמט ארויס פון ביזעם טאש א דיקן מאפע וואס האט אויפגענומען דעם גאנצן טישל. און אזוי אינטערן רייכן גערוך פון די פרישע ביר און נאכן אראפגליטשן עטליכע כוסות, זענען מיר אריינגעפלויגן אין דעם שטימונג וואס בענקט צוריק ביזן יעצטיגן מינוט. צוויי שעה מיט זיבן גלעזלעך שפעטער און דער סקעדשול פארן וואך איז פארטיג. די וועג צוריק צים האטעל האבן אינזערע פיס שוין נישט געטראגן, און מיר האבן האבן געמיזט נעמען א טעקסי...

בילד
דער ערדשיבעד בריק שנת תר"ץ


מאנטאג:

נאך שחרית און פרישטאג, צאמגעפאקט די געפעק, לאז מיר זיך ארויס צים פערענץ-ליסט עירפארט ווי אינז באגעגענען זיך מיט די אנדערע העלפט חבריא. צוליב דעם וואס זיי האבן נישט פארבראכט דעם נאכט אין שענק, האט מען לכבודם ארויסגענומען די משקאות פריער ווי אריגינעל געפלאנט. די 2 מיט א האלב שעה ביז קיין ראצפערט איז געווען געניג אויף צי הייבן די שטימונג פון די נארוואס געקומענע חברים, און אזוי אז שטייענדיג ביים ציון פון ר' הירצקא'לע זי"ע איז שוין יעדער געווען אויפן זעלבן דרגא פון התקשרות.

פון דארטן ביז קאליב געדויערט א קארגע 15 מינוט, ביז וואס ווען ווי זעה מיר זיך שוין אין א העפטיגע געשלעג מיטן באקאנטען שומר הידוע לשימצה, 100 טאלער א קאפ! קיין פיאסטער ווייניגער! למעשה זענען אינז אלע געווען אינעווענדיג מיט בלויז איין צוואנציגער פאר אלע, וויאזוי ווייס איך נישט... אוי גלות גלות!! סאל-אה קאקאש מאר!! א גאנצע שעה האמיר שופך שיח געווען מיט די ניגונים פון הייליגן צדיק זי"ע. דערנאך זעמיר ציגעפארן צים נייעם בית החיים ווי עס ליגט דער באר מנחם.

דער זין צייגט שוין סימנים פון אינטערגאנג ווען אינז שטעל מיר זיך אפ ביים טויער פון ביה"ח אין טאהש. מען דארף זיך שטעלן דאווענען מנחה אבער נישטא קיין בתי כבוד אין געגענד, וואס טוט מען? ר' מענדל דערמאנט זיך ער האט א משנה ברורה ח"א צי דער האנט. אומר ועושה געטוהן ווי ס'איז מבואר אין שו"ע... נאך א לענגערע תפלת מנחה אינדרויסן פונעם ביה"ח איז מען אריין צים אהל הקדוש, אן אייניקל פון שרף האט געדינט אלס שליח ציבור און בוקע רקיעים געווען בתפלה ובתחנונים. דערנאך האט מען זיך געזעצט צי א לחיים ווי נאך עטליכע פלעשער ע"ה זענען נעלם געווארן.

נאך א האלבע שעה ארומשמועסן סיפורים ועובדות פון די טאהשע צדיקים זי"ע איז אינז נאך געבליבן 40 מינוט זיך גרייט צי מאכן פאר אינז זענען פוקד דעם הייליגן ציון אין באדראג-קערעסטיר. א געוואלדיגע ערנסטקייט האט אינז באנומען ווען יצחק הערש האט זיך צישריגן מיט קולות רבי ישעי' ב"ר משה!!! פארנדיג אויף די געדרייטע וועגן דורך די קערעסטירער וויין גערטנער האבן מיר געשמועסט איבערן צדיק, און ווי גרויס דער הרגשים זענען נאכן הערן אזוי פיהל איבער ר' ישעי'לע זענען אינז ענדליך אנגעקומען צי זיין ביי זיין הייליגן ציון. מיר האבן געזאגט תהילים מיט אזוינע בכיות נוראות אזש פון ציון ביז נאך מעריב אין קוויטל שטוב האבן מיר נאך געכליפעט מיט פארוויינטע טענער. אבער תיכף נאך מעריב האבן אינז זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ מלא שמחה, מיט דערהויבענע געפילן עד לב השמים. דערנאך האבן אינז זיך געוואשן צים יארצייט סעודה פון ר' אברהמ'עלע זי"ע

נאך 15 מינוט פארן זענען אינז אנגעקומען קיין ליסקא, דער באס האט אינז אראפגעלייגט אויפן ראקאצי גאס, פון דארט האמיר געדארפט ציגיין 10 מינוט צי פיס, אזוי אומוועלענדיג האמיר זיך באגעגנט פנים אל פנים מיט די פארצייטישע ציגאנער. זיי וואוינען 20-30 נפשות אין איין גרויסן הויז, זייער הויז באשטייט פון איין גרויסן צימער וואס דינט אלס קיך, דיינונג און שלאף צימער.
נאכן זאגן תהילים ביים ציון האט זיך אינז געשאפן א גרויסער צרה, די בלינדע באבע די שומר'טע האט געפאדערט $100, וויסנדיג אז זי זעהט דאך נישט האט מען איהר געפטרט מיט אן איינסער, א גאנצע נאר איז זי אבער נישט געווען, איז זי ארויס אינדרויסן און אנגעטראפן א קינד און איהם געפרעגט וויפיל געלט דאס איז, ויוודע הדבר וימצא, די אידעלעך האבן איר מיאוס אויסגעשפילט, זי האט אלארמירט די פאליציי און פראבירט אינז צי האלטן פארשפארט אינעם ביה"ח ביז די פאליציי קומט אן. מיט געשולטע טאקטיקן האבן מיר זיך איינס צוויי געזעהן אינדרויסן. די פאליציי זוכט אינז נאך...

מאנטאג נאכט האבן מיר גענעכטיגט אין א 5 שטערנדיגער האטעל אין שאטאראלעאליהעי (איהעל), אנקומענדיג צים האטעל האט אינז אפגעווארט אן איבערראשונג: די האטעל באהערדע זענען אינז אנטקעגן געקומען און שטרענג פארארדענט היות ווי ס'איז נישטא קיין עלעוועיטאר און מען דארף ארויפשלעפן די פעקלעך צום צווייטן שטאק זאל מען זיכער מאכן נישט צי מאכן קיין גערודער. "אינז האבן דעם גרויסן כבוד צי האבן א גרויסן מיניסטאר פונעם אונגארישן פארלעמענט (דער פערדס מיניסטער, אויב דענק איך גוט), און מען דארף זייער היטן ער זאל זיך חלילה נישט אויפוועקן". א צוויי ברירות איז נישט געווען, און נאך א פילע טאג פארן האט מען נאך געדארפט שלעפן זעק און פעק ארויף צים צימער.

בילד
אינזער האטעל אין שאטאראלעאליהעי (איהעלי)


דינסטאג:

9:00 אינדערפרי, נאך א טבילה אינעם נייעם מקוה סמוך ונראה צום ציון הקדוש, נאכפאלגענדיג מיט א ווארעמע שחרית, גיי מיר אריין אין אהל הקדוש, מיט א השתפכות הנפש זינגען מיר דעם אני מאמין פאר א לענגערע וויילע ביז ס'פארט זיך אריין אין א טענצל.. זאל שוין זיין די גאולה... זאל שוין זיין די גאולה...
ארויסקומענדיג פון ביה"ח באגעגען מיר א פעדלער וואס פארקויפט אלטע אנצוגן, פאסיג פאר די נסיעה. מיר זענען עס נישט געגאנגען ביז אויף צי מארגנס ווען מיר האבן עס גענומען צום שניידער אין קראקא זאל עס בודק זיין פאר שעטנז...

ווידער זעץ מיר זיך ארום דעם רינדיגן טיש אויפן באס. חיים יצחק שטעלט אראפ 5 פלעשער יי"ש, און שליסט צי דעם שענקל, ער זאגט אז ס'איז געניג געזאלין פארן היינטיגן טאג, מארגן איז נאך א טאג. איך פרעג מיט א תמימות, צי וואס זאל מען זארגן - וואס מען וועט טרינקען מארגן? פשוט'ע בטחון פון אזא ריין הארץ. גערעכט! ער עפענט אויף דעם שלאס, מער איז די קרעטשמע נישט געווען פארשלאסן.
ישכר בער לייגט אויס זיין מאפע פון בית העלמין אין קאשוי, ער סירקלט ארום דריי ציונים ווי מיר ווילן באזוכן, די רוט איז פארטיג, אלעס שטימט. אראפ מיט די מאפע ארויף מיטן אקארדיאן, אזוי דרייט זיך דער זייגער ביז דער באס שטעלט זיך אפ פארנט פונעם גרויסן צוים וואס נעמט ארום קרוב צי א מייל שטח פון ביה"ח.
נאכן ארומקלעטערן פאר קנאפע צוויי שעה איבער מצבות אלטע און נייערע האבן מיר מצליח געווען צי פוקד זיין פיל מער ווי געראכטן, אין שפיץ פון די ציונים פון מהר"ש ענגל, ר' שאול בראך און האדמו"ר ר' אברהם שלום מסטראפקוב זי"ע, און ציגאב צי דעם האבן אינז עטליכע מאראסטיגע מצבות וואס זענען נאך געליגן אויפן זעלבן ארט זייט דעם שרעקליכן חורבן, אפגעוואשן און גערייניגט, דערביי זאגנדיג קאפיטל ויהי נועם אן ערך פון זעכציג מאל. די צוויי שעה דארף א באשרייבונג פאר זיך...

צוריק ארויף אויפן וואגאן, חיים בער איז מכובד געווארן צי שטעלן משקה, כוסות כמנין הציונים שנפקדו בקאשוי... מיר פארן שוין אריבער דעם גרעניץ קיין פולין, אינזער ציל פארן היינטיגער טאג איז נעכטיגן אין קראקא, פוקד זיין צאנז, באבוב פאר יעדן פרייז, און בריגל אויב דער צייט ערלויבט (די צייט האט נישט ערלויבט). דא האט זיך אנגעהויבן דער ערשטער קריגעריי פון דעם סארט.. יחיאל מיכל שרייט געוואלד!! ווער נעמט אויף זיך די אחריות צי איבערהיפן דעם היייליגן ארי' דבי עילאה?? ר' מענדל בארוהאיגט איהם מיט א תורה פון הייליגן צדיק, די גאנצע חבריא האט עס געלערנט בצוותא, דערנאך איז יחיאל מיכל נתכבד געווארן מיט שטעלן לחיים לע"נ. וינפש מיכל.

[איז אזוי, מיר האלטן דא קוים א טאג מיט א האלב אריין אינעם נסיעה, און מיט יעדער מינט וואס גייט פארביי ווערט עס נאר ברייטער און פארצווייגטער, ווי א שעה עס גייט אדורך זענען אינז צוריקגעגאנגען בחוש מער און מער, מיר זענען געווען מחובר צים אמאל אויף א אופן וואס כ'גלייב נישט מען קען עס נאכמאכן... איך דארף דאך באשרייבן דעם שבת אינעם עיר ואם בישראל לעמבערג יצ"ו וועלן מיר יוצא זיין בראשי פרקים ביז אהין. והוא רחום יכפר. ועוד חזון למועד בס"ד!]

ציון הק' בצאנז, לחיים ורקודין אינדרויסן פון ביה"ח. מעריב אין שטאטישן שיהל אין באבוב. ביה"ח וציון באבוב. נאכטמאל און איבערגענעכטיגט אין קראקא.

בילד
דער ריזן בית העלמין אין קאשוי ווי מיר האבן פארברענגט אריבער צוויי שעה


מיטוואך:

א היסטארישער נאכט אין קראקאווער געטא... אינטערן בריק. אנדעקט דעם אויבן, אבער אנעם אוצר.
א קבוצה היסטאריקער לאזן זיך ארויס קיין אוישוויץ. חסידים ואנשי מעשה וועלן ענדערש צי פארברענגען נאך אפאר שעה אינעם עיר ואם בישראל קראקא. שחרית אין ר' אייזיק ר' יעקיל'ס שוהל. ביים מאור ושמש און נכדי החת"ס אינעם נייעם ביה"ח. ב"ח, רמ"א, תוספות יו"ט און מגלה עמוקות אינעם אלטן ביה"ח.
דער דערהויבענער וועג קיין לעלוב. התפשטות והתוועדות ע"י השפעת היי"ש. א טבילה אין מי גשמים אין לעלוב.
ביי די צוויי ציונים הק' אין פרשיסחא.
תפלת מנחה אין ראדאמסק. בין השמשות, קבלת יומא דהילולא כ"א אדר ביים ציון פון תפארת שלמה.
די איבעריגע שעה וואס השי"ת האט אינז ציגעשטעלט ביים ציון הק' אין ראדאשיץ נאכדעם וואס אינזער וואגן האט איינגעזינקען אין ראדאשיצער זומפ.
די פייערדיגע קריגעריי על כבודו פונעם הייליגן קאז'ניצער מגיד וואס מען האט געמיזט אויסלאזן צוליב די זומפ אין ראדאשיץ.
סעודת הילולא אין לובלינער גאסט הויז.


דאנערשטאג:

פארטאגס: די מקדשי השם לאזן זיך ארויס קיין קאזשניץ. שליחי ציבור.
תפלה קודם התפלה ביים ציון אין קאזשניץ.
שחרית אין לובלין. ביים מהרש"ל, מהר"ם, אייזערנעם קאפ און הייליגן חוזה אינעם אלטן ביה"ח. ביי ר' לייבלה איגר און ר' צדוק הכהן אינעם נייעם ביה"ח.
שיעור דף היומי אין ישיבת חכמי לובלין.
באזוך אין לאגער מיידאנעק. די באגעגעניש מיט די נאציס.
אויפן וועג קיין ליזענסק. אורות נלהבים בתורתו פונעם רבן של ישראל.
אויפן ציון הקדוש אין ליזענסק בעצם יומא דהילולא. סעודת הילולא און התקשרות.
אויפן וועג קיין לעמבערג, האט מען פוקד געווען בקפיצת הדרך, שינאווא, לאנצהוט, דינוב, קה אכסוף מיטן אהבה רבה ניגון אין רימנוב...
פיהרע פארטאגס זענען אינז אנגעקומען קיין לבוב (לעמבערג)


לבוב (לעמבערג)

44 שעה האבן מיר געוויילט אין שטאט לעמבערג פון פרייטאג פארטאגס ביז מוצ"ש 12 אזייגער, די מערהייט פון די צייט האבן אינז פארברענגט אינעם יידישן קווארטל וואס האט שפעטער בימות הזעם געדינט אלס געטא. פרייטאג איבערן טאג האבן אינז באזוכט אינעם שטאטישן מארק ווי מיר האבן באגעגנט א צאל עלטערע יודישע איינוואוינער, די אידן האבן אויפגעלעבט מיט אינז. זיי האבן אינז פארציילט וואס דער שטאט איז אלס פאריבער זייט די חורבן, און וויאזוי דער געטרייער רב הרב באלד שליט"א האט אריינגעברענגט א נייער גייסט פון אידישקייט ביי די ציקלאפטע נשמות.
און מיר האבן טאקע געהאט דעם תענוג עליון צי פארברענגען דעם גאנצן שבת מיטן רב שליט"א אינאיינעם.
די תפלות האט מען אפגעראכטן אינעם אלטן שטאטישן קלויז וואס האט ווינדערליך איבערגעלעבט דעם קרוג. עס האבן זיך ביי די תפלות באטייליגט צוויי יודן וואס האבן נאך גוט געדענקט די גאנצע חורבן פונעם שטאט. זיי האבן אינז צוריקגעפירט 70 יאר, און אינטער דעם רושם האבן מיר פארברענגט דעם גאנצן שבת.
איכה ישבה בדד העיר רבתי עם... האבן מיר געקלאגט מוצ"ש, מיר האבן פשוט געוויינט. שטארק געוויינט. מיר זענען געווען ציטראגן. קיינמאל בעפאר האבן מיר נישט באגרייפט אויף אזא פארנעם וואס מיר האבן פארלוירן. און מיט די געפילן האבן מיר זיך דערזעהן עטליכע שעה דערויף, שטייענדיג פארנט פונעם גרויסן אנקעטאד וואס דינט אלס דענקמאל צי פאראייביגן די הייליגע נשמות, און די מעשי רציחות וואס איז פארגעקומען באותו מקום 70 יאר פריער. מיר האבן געזעהן ווי מען פירט ארויס 20,000 אחב"י צום וואלד און ביז עטליכע שעה האבן זיי שוין אלע גערוהט אין לעכטיגן גן-עדן. דער הייליגער קדושת ציון, און נאך מצוקי תבל וארץ הי"ד זענען געלעגן פארנט פון אינזערע אויגן. מיר האבן זיך ארויפגעווארפן אויפן דענקמאל און נישט געקענט אויפהערן וויינען...

בילד
איבערבלייבעניש פון לעמבערגער געטהאו


מוצ"ש - זינטאג: 26 שעה התפשטות

נאך דעם רירענדען איבערלעבניש אינדרויסן פון שטאט לעמבערג, האבן אינז זיך צאמגענומען מיט פרישע כוחות און זיך א לאז געטוהן אויף א לאנגע רייזע פון 26 שעה. אינזער ענדגילטיגער ציל איז געווען צי זיין אין סאדיגורא ביים הייליגן רוזשינער און אויפן וועג שטעל מיר זיך אפ ביי נאך 10-15 הייליגע ערטער, וויפיהל די צייט וועט ערלויבן. איידער מיר זענען ארויסגעפארן האבן מיר אויסגעליידיגט עטליכע שענק הייזער פון אלע זאכליכע משקאות, גענוג אויף צי אינז האלטן ברומו של עולם פאר די גאנצע רייזע...

און אצינד בלית ברירה וועל איך נאכאמאל בלויז שרייבן די ראשי פרקים אלס א מפתח אויפן המשך:

אין זידיטשוב אויפן שטח הבית החיים (ליידער איז גארנישט פארבליבן). סטריא: ביהמ"ד פונעם קצות.
ברכת התורה מיט קרי"ש אין נאדבורנא, ביים צמח ה' לצבי דער מגיד פון נאדבורנא
שחרית מיט פרישטאג אין קאלאמייא. אופן ציון פון ר' הלל זי"ע
אין קאסוב ביים הייליגן אהבת שלום און תורת חיים. פון דארטן אין אראפ זענען אלע בתי חיים נישט געשעדיגט געווארן און אלע ציונים זענען געשטאנען אריגינעל
די שפאציר אויפן בריקל צווישן קאסוב און קיטוב
גרויסע אורות ביים ציון פון ר' משה קיטובער
אין וויז'ניץ, ביים ציון פון צמח צדיק. א לילקע אינעם קוויטל שטוב פון אהבת ישראל

ויהי השמש באה, ווען אינז זענען אנגעקומען צים גרויסן ריז'ינער קלויז וואס געפונט זיך היינט אין טשערנאוויץ. אינז האבן אראפגעלייגט א מנחה וואס האט זיך געשפירט ווי ערב יום כיפור בזמן שביהמ"ק הי' קיים, דער בעל תפילה חיים יצחק האט עס טאקע גענומען צים נעקסטן שטאפל ווען ער האט אנגעפאנגען די על חטא'ס בקול בוכים... פון דארט ביז נאכן פוקד זיין דעם ציון הקדוש האבן אינז ברציפות נישט אויפגעהערט זינגן דעם ריזשענערס ניגון... די טיפע התקשרות וואס האט דארט געהערשט נאך באלד 24 שעה פון בלויז תענוג רוחני איז נישט מעגליך במציאות אראפ צי שרייבן...

פון סאדיגורא קיין טשארטקוב, האמיר באזוכט אינעם טשארטקובערס שיהל און ביי זיין הייליגן ציון
ביז קיין יאמפולע ווי מיר האבן גענעכטיגט.

בילד
בית החיים אין נאדבורנא

בילד
בית החיים אין קאסוב

בילד
בית החיים אין קיטוב

בילד
דער גרויסער בית הכנסת אין סאדיגורא 


ויתר דברי הנסיעה, יאמפאלי, האנפאלי, שפיטיווקא, בארדיטשוב, מעז'יבוז, אומאן, שפאלי, טשערקאס, האדיטש, קיעוו, וועט ממשיך זיין ציזאמען מיט די אנדערע השמטות.


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

שיין באשריבען, בפרט האב איך הנאה אז מען האט געדענקט נישט אנצוטאן די געקויפטע אנצוגען פארן באקוקען פון שעטנז, פונקט אזויווי קיינער וואלט נישט איינגעפאלען צו קויפען עסען אן א הכשר (אדער מיט א שוואכע הכשר), די זעלבע דארף מען וויסען צו מקפיד זיין נישט אנצוטאן קליידער פארן זיי באקוקען פון שעטנז (אדער אז עס האט א "פארלעסליכע גוטע" הכשר) (אף שללמד זכות על כלל ישראל יש לחלק כמובן בין אוכלים שרובם ככולם אינם כשרים לבין בגדים שלכאו' רובם הגדול אינם שעטנז, וצ"ע בגדרי מיעוט המצוי וכו').

איך האב נאר נישט זוכה געווען צו פארשטיין די שייכות צווישען די התעוררות און ווערען קאנעקטעד צום עבר צום טרינקען אלע סארט משקאות...
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

גוט גוט.

געשמקע תוכן, A1 אויף שפראך, 4 סטאר אוועראלל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אריין געפירט אין אנאנדער וועלט.. דער שרייבער האט מיר ממש מיטגעשלעפט מיטן רמח ושסה צוריק, צוריק.. אין קרעטשמע מיט יאנוש און מאשקע.. א קוויטל ביי רבי ישעי'לע.. און נאך באשפרענקלט מיט הומאר זאפט אלל אווער. פינף שטערן האטעל!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

געשמאק קאנעקטעד דעם היינט מיטן אמאל, מיט א געשליפן פעדער.
אונז פיין אריינגעפירט און ארומגעפירט אין די אלטע געסעלעך.
געניטערהייט האט דער שרייבער ביי אונז ערוועקט געפילן פון נאסטאלגיע צום דערהויבענעם עבר וואס האט דארט אמאל געשפרודלט, אינאיינעם מיט געפילן פון אפשיי צו די ארטיגע רוצחים און רציחות פונעם נישט-ווייטן פארגאנגענהייט, דורכלעכערנדיג אונזערע הערצער בשעת'ן טרעטן און ארומשפרייז אויף די בלוט-דורכגעווייקטע באדנס.

הערליך! הערליך! א געשמאקע איבערלעבעניש! מיר ווארטן בערגה אויפן פארזעצונג.
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט איך האב הנאה פון די אלע קליינע דיטעלס זייער גוט אראגעשריבן
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער שיין באשריבן
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

די נושא באקומט 5 שטערנס נאך פארן ענדיגן, נאסטאלאגיע בתפארתה.
דער שרייבער׳ס דמיון איז זיין מציאות (אנדערע רופן דאס זיבענער) ער שילדערט זיין דמיון מיט פארביגע קאלירן און איין שורה מיט אמת׳ע איבערלעבעניש, אזש ס׳איז שווער צי אפטיילן וואס אין דער ארטיקל איז אמת און וואס איז בלויז דמיון-מעשי.
די חלקים אין וואס ער איז מקצר וואלט ענדערש געווען אינגאנצן אויסצילאזן (נאך א אנדייטונג אויפן זיבענער אפעקט, ער האט ביים שרייבן גע'חלומט זיין איבעלעבעניש אבער נישט משים לב געווען אז דער ליינער כאפט עס נישט) שרייבן = 4
אוועראלל האט ער מיר גענומען אויף א רייד אין ארויסגעהויבן די גוטע זייט און השפעה טובה פון משקה = 5
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

טאגביכער איז מיין פעווארייט (כ'האב אויך אריינגעשיקט אזא סארט ארטיקל, וואס זאל מען טוהן אז די וועלט האט נישט זוכה געווען... עס איז געווען צו לאנג)

מקומות הקדושים האב איך נאכנישט באזוכט, אבער א מעין דמעין אויפ'ן שפיץ גאפל האט אונז דער שרייבער דא געטוהן פיטערן

האב איך בלויז איין הערה: וואס באדייט אנקעטאד/אנקענטאד? איז דאס פויליש/אוקרייניש? אויף אידיש קען איך עפעס נישט אזא ווארט.

אויך בין איך נייגעריג אויב דער שרייבער איז מער פון די צאנז/באבובער גזע, אדער גאר פון די רוזינער חדר. (פון אדמו"ר מביער איז ער זיכער א געשוואוירענער חסיד).
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

איך בין שוין אסאך ארומגעפארן אויף מקומות הק׳ (עטליכע טאג-ביכער האט עס שוין געקאסט), אבער אזא חבריא מיט די פארגלייזטע אויגן וועלכע שוועבן ערגעץ אויף א פלאנעט שלא בעלמא הדין ולא בעלמא דאתי, זעהט אויס זייער אינטערסאנט..

העניוועי, א דאנק פאר אונז מיטנעמען, זעה נאר משלים צו זיין די השמטות בקרוב.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

או הא!! א הערליכע נסיעה געווען. אה סארי.. פארגעסן אז איך שרייב יעצט.. איך קום פשוט פון אוקריינע יעצט... דו שרייבער! דו שרייבסט דאך זוי גוט, באמת. לייגסט עס אראפ מיט אלע פארבן, די געפיל, די התרגשות, די התעוררות און די שמחה... האסט מיר באמת מיטגענומען...

דיינע לשונות זענען דאך מתוק.. סאלא קאקאש מר... צוויי שעה מיט זיבן גלעזעך נאכדעם... צוקער זיס!...

דאס מערסטע איז מיר געפאלן די אריינפיר, באמת שרייבעריש און אייזן אראפגעלייגט!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

איז אזוי. די מעלה פון די שרייבעריי פארמעסט איז אז מען ערלויבט זיך ארויסצוגיין פונעם אויטאמאטישן קלאטש-קלאטש ;l;p- ;l;p- קאמפארט זאון.

דער שרייבער האט א מייסטער שריפט, מיט א שטארקע פאטענציאל צו ווייטער שארפן און שטייגן אויפן פעדערישן לייטער, אבער אביסל קאנסטראקטיוו גאַידענס - עפעס וואס מען קען נישט טוהן אינטער געווענליכע אייוועלט אומשטענדן - וועט נישט שאטן, און איך דענק אז ער וועט עס אפרישיעטן.

א מקומות הקדושים טאג בוך, א פעיוואריט טעמע; שטיקער נאסטאלאגיע פאר די וועלכע האבן שוין גע'רייזע'ט די אייראפעאישע 'וועגן און שטעגן' אין די פארגאנגענהייט. נאך דערצו ווען עס באזיצט א גאלדענע, שעפערישע שפראך, באגלייט מיט הומעריסטישטע באמערקונגען. נישטא וואס צו רעדן, דער אינגערמאן 'לעבט'. איך רעדט שוין נישט פונעם הערליכע שרייבערישן אינטרא: טאלאנט, האלאקאוסט, מחשבה, דמיון -- סופער! נאדיר א פינעווער פאר שריפט!

אבער לאמיר אייך נעמען צו א חתונה.

"משה, ווי אזוי איז געווען די מייזנער-פאלקנפעלד חתונה נעכטן?"

"מונאוויטש, אוי האסטו פארפאסט! א שאד!" דערנאך גייט משה אריין אין א דעטאלירטע באריכט פון די הוראַס און קידאטשקעס, קווייער און בדחנות. בשעת מעשה דארט אין זאל זענען די אלע ענינים געוויס געווען אן צענטראלע טייל פון שמחה און בּאָזז , אבער פארן דרויסענדיגער טראגן די זייטיגע זאכן נישט קיין גרויס שוויות.

לענינינו. איך געדענק ווען איך בין געוועזן אויף אן אוטאבאס נסיעה מיט (גילוי) יאר צוריק. גראדע אן ערנסטער פארברענג, אבער יי"ש האט זיך געגאסן מיט שפע, ווי עס פּאסט פאר חסידישע אידן. די זייטיגע ענינים זענען פיין, אבער עס איז מער כדאי ווען זיי ווערן נישט אריינגעשלעפט ווערן אינעם צענטראלן טייל פונעם שילדערונג, (חוץ אויב עס ברענגט מיט זיך א געוויסע מעסעדזש). איך וואלט אויך אוואוידעד קאנצעטרירן אלע מקומות אין איין טאג בוך. גיב אביסל ספעיס פאר יעדע מקום-צדיק מיט איר אייגנארטיגע היסטאריע און חידושים.

צוריק צום חתונה. א שרייב ארבעט איז ווי א געשמאקע ירקות זופּ; ספּייסעס דאָז די דזשאב. אונזער שרייבער ווייסט פון דעם טריק, און די שריפליכע ספּייסעס דערקענען זיך דוכאויס דעם מאמר. איך ווארט אויפ'ן נעקסטן איינטראגע!

אלזא, גאנץ א פיינע ארטיקל מיט א נארהאפטיגע שריפט. ****
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בסיעתא דשמיא.

השי"ת זאל העלפן אלע יודישע קינדער ובכללם אהרן בן יענטא וואס איינער האט געשריבן אז ער איז צוריק אריין אין שפיטאל.

זאל השי"ת העלפן יודישע הערצער. עמער גיין פועל'ן ביי קברי צדיקים.

דער שרייבער וואס האט דאס געשריבן האט פאטענציאל. נאך דערצו די ערשטע ווערטער וואס ער האט געשריבן אנהייב. מיינע אויגן שפרינגען וכו'

זייער א שיינע אנהייב.

מ'קען שפירן אז מ'איז דארט. זעהט ווי ער שרייבט "מנשה עפנט דעם שווערן האלצערנעם טיר" דאס געט אסאך צו.

מ'קען עס שרייבן: איינס אזייגער זענען מיר געגאנגען צום שענק. אנדערש איז ווען ער שרייבט: מנשה עפנט דעם שווערן האלצערנעם טיר, מיר גייען אראפ די פינף און צוואנציג שטיגן. ווייל דאס ברענגט דיך סך נענטער צום ארטיקל. ווען ער שרייבט "די שווערע קרעכצן וואס די טרעפ לאזן זיך הערן ווייזט אז זיי האבן שוין געזעהן בעסערע צייטן" דאס ברענגט דיך אריין צו מיטלעבן די מעשה.

ער שרייבט "מיר זעצן זיך ארום א רינדיגן האלצערנעם טישל" דינט דאס דער זעלבער צוועק.

ס'דא ווען דו האסט א נאוועל, עכט, אדער באזירט, צו פארציילן. נאכדעם איז דא ווען ער וויל אז דו זאלסט מיטהאלטן זיין איבערלעבעניש. מיטהאלטן אזוי ווי ער האט עס מיטגעלעבט.

כדי צו שרייבן אזא זאך, דארפסטו זיך אויסהיטן פונעם געפאר פון לאנגווייליגקייט. דו דארפסט טרעפן די ערשטע אינטערעסאנטע נקודה, און פון דארט לויפן צום קומענדיגן אינטערעסאנט נקודה. דאס איז א קונץ. יעדע מיטלעבעניש וואס מ'לעבט מיט, האט אין זיך די שוואכע לאנגווייליגע נקודה, און די אינטערעסאנטע נקודה. דו דארפסט טרעפן די אינטערעסאנטע נקודה. און דאס מיטטיילן.

לאמיר אנהייבן פון די מאנטאג.

ער באשרייבט נישט די שחרית און די פרישטאג, ווייל זעהט אויס אז ס'האט נישט געהאט צו אן אינטערעסאנטע נקודה. ער הייבט באלד אן נאך שחרית. די ווארט 'צאמגעפאקט די געפעק' איז נאר אזא באריר, קיינער ווערט פון דעם נישט לאנגווייליג, די קומענדיגע נקודה וואו ער שטעלט זיך, איז די 'לכבודם האט מען ארויסגענומען די משקאות'.

און נאכדעם וויל ער זאגן אז ס'האט גענומען צוויי און א האלב שעה ביז ראצפערט. איז וואס טוט מען? זאל ער שרייבן: די וועג קיין ראצפערט האט גענומען צוויי און א האלב שעה?

איז מען דען אזוי נייגעריג? דערפאר מאכט ער עס קונצליך. די צוויי און האלב שעה ביז קיין ראצפערט איז געווען גענוג אויפצוהייבן די שטימונג. אן אויפגעהויבענע שטימונג איז נישט לאנגווייליג.

ער קען שרייבן: נאכדעם זענען מיר אנגעקומען צום בית החיים אין טאהש. און דאן האבן מיר באמערקט אז די זוהן האט שוין אנגעהויבן אונטערצוגיין. אבער אזוי איז לאנגווייליג. דערפאר שרייבט ער: די זון צייגט שוין סמנים פון אונטערגאנג ווען מיר שטעלן זיך אפ ביים טויער פונעם בית החיים אין טאהש.

אז מ'ליינט גוט זיין ארטיקל קען מען מערקן ווי ער גייט פון אינטערעסאנטע נקודה צו אינטערעסאנטע נקודה.

ווען דו האלסט שוין ביי די פאראגראף וואס הייבט זיך אן: נאך פופצן מינוט פארן זענען מיר אנגעקומען קיין ליסקא, ביסטו דער ליינער שוין ממש געווען בים ציון.

"די קליינע אנעקדאט פון פארוואס מ'האט געדארפט זיין שטיל בעת'ן ארויפשלעפן די פעקלעך געט אסאך צו. עס געט דיך צו שפירן דעם גאנצן הלוך ילך פון דעם האטעל. די קולטור זייערע. דו באקומסט אן השגה, דו באקומסט א טעימה וויאזוי און וועם זיי באערן.

געב א קוק וויאזוי ער שרייבט דינסטאג.

ער שרייבט נישט: ניין אזייגער אינדערפרי. מיר גייען אין מקווה וכ'. ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט. מן הסתם האט ער דארט געהאט קליינליכע אינטערעסאנט מאמענטן, אבער פאר א פארמעסט, און בכלל ער פארציילט דער עיקר אינטערעסאנטקייטן. איך קען נישט נאכאמאל און נאכאמאל שרייבן וויאזוי ער טאנצט קונצליך פון אינטערעסאנטע נקודה צו אינטערעסאנטע נקודה. קוק וועסטו זעהן ווי גוט ער מאכט עס. ויותר מה שאני כותב כאן יש ללמוד.

איך קען ענק זאגן אז דער ארטיקל איז גוט געשריבן.

דער שרייבער איז אזוי געריבן דערמיט, און געב א קוק דאנערשטאג אלץ א סימבאל וויאזוי ער האט פשוט ארויסגעריסן אלע איבעריגע נקודות, פשוט עס צו האלטן אינטערעסאנט פאר אונזערע אינפארמאציע ארייננעמערס.

איך שטעל מיך אפ ביי דעם ארטיקל דוקא, צו שרייבן וויאזוי מ'דארף עס שרייבן. - די מערסטע וואס מ'קען זיך יעצט לערנען. ווייל אזא ארבעט, דארף מען קענען מאכן אינטערעסאנט. געב א קוק וויאזוי ער שרייבט: די תפילות האט מען אפגעראכטן אינעם אלטן שטאטישן קלויז, און ער לייגט צו: וואס האט וואונדערליך איבערגעלעבט דעם קריג. דו כאפסט?

ווען דו ליינסט די ווערטער, דאוונסטו נישט אין א אלטע שטאטישע קלויז. דו דאווענסט אין א אלטע שטאטישע קלויז וואס האט וואונדערליך איבערגעלעבט די קריג.

הערליך שיין, און כדאי זיך צו פארטיפן אין די סודות וואזוי ער האלט זיין ארטיקל פריש און פיל מיט 'משקה'.

והשם הטוב יעזור בטוב חסדר, אז מיר זאלן אלעמאל געדענקן ווער עס העלפט אונז.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג יוני 12, 2020 2:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די געדאנק איז אייזן שטארק!
שוין געזעהן מזאל ארפשרייבן א נסיעה אבער קיינמאל געפילט ווי איך פאר מיט. איך פיל ממש ווי איך קויף א טיקעט איך קום אן אין עירפארט און איך פאר מיט.

זייער הנאה געהאט פון שרייבן ערשטע נעמען סגעבט ממש די געפיל ווי דו ביסט דארט און דו קענסט די ערשטע נעמען פשוט ווייל איך הער ווי איינער שרייט חיים ברוך ווארט מיר א מינוט, און משה נחום קוק דארט.

דער שרייבער האט אפאר אנגעגעסענע ספעלינג מיסטעיקס, וואס גראדע דא האט דאס צוגעגעבן ווי כאילו מאיז אין די אלטע אמאליגע צייטן וואס משרייבט אינז מיט א י.

איך וואלט אביסל אראפגעשניטן פון די קורצע שטיקלעך.ווען ער שרייבט אז ער האט געווען סטאק א שעה ערגעצוואו זעהט עפעס אויס ווי ער דערמאנט זיך עפעס גוטע זכרונות וואס דארט איז פארגעגאנגען, אבער איך בין דאך נישט געווען דארט.

זיין שפראך נישט אויסטערליש רייך אבער זייער שרייבעריש און צום פוינט. איך וואלט געראטן ללכת און לנסוע צו איהם נעמען אלטס א שרייבער פאר זייערע בראשורס.

אויך הנאה געהאט פון בלענדען א וינפש און די וואס זאל מען זארגן.

אווער אלל א שטארקע 5 .אינהאלט א 5 כאטש איך קען זיך נישט זעהן ליינען יעדן תווייטן טאג אזא ארטיקל אבער עז רעהט אויס אז ער קען צונעמען אויפן זעלבן וועג א אנדער טאפיק אויך.
שפראך 4

איין זאך דארף איך נאר פארשטיין וואס טרינקסטו אזוי סאך? שיק מיר דארט א גלעזל משקה...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

ממש געפילט ווי איך בין נאכאמאל דארט!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאכאמאל?
הייסט עס דו ביזט דארט מיטגעפארן...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

איינס האט געשריבן:נאכאמאל?
הייסט עס דו ביזט דארט מיטגעפארן...


כ'בין שוין דארט געווען אמאל... נישט מיט איהם..
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

ממש א מחי'!
דער האט מיך ממש ארומגעטראגן...
קוקט אויס ווי די נסיעה מיט די 'דערהויבן און באקוועם' גרופע.
אוי ס'בענקט...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

ווי גייט די נייע שפריך ווארט דא, איך בין 'דארט' געווען... נאכן דורכליינען דעם ארטיקל קען איך מיך שוין טענה'ן אין די נושאים, איך בין אויך 'דארט' געווען...

יישר כח, די אריינפיהר האט מיך אויך שטארק געכאפט..
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמארטיקל האט געשריבן:ווי גייט די נייע שפריך ווארט דא, איך בין 'דארט' געווען... נאכן דורכליינען דעם ארטיקל קען איך מיך שוין טענה'ן אין די נושאים, איך בין אויך 'דארט' געווען...

שוין אויך געטראכט צו מיר אז פאר די ארטיקל וואלט געווען א גוטע קעפל 'איך בין דארט געווען'

יעצט ווען דו ברענגסט דאס ארויף פאלט מיר איין אז פאר יענע ארטיקל וואלט א קעפל 'אויף וועגן און שטעגן' אויך נישט שלעכט געווען...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איינס האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:ווי גייט די נייע שפריך ווארט דא, איך בין 'דארט' געווען... נאכן דורכליינען דעם ארטיקל קען איך מיך שוין טענה'ן אין די נושאים, איך בין אויך 'דארט' געווען...

שוין אויך געטראכט צו מיר אז פאר די ארטיקל וואלט געווען א גוטע קעפל 'איך בין דארט געווען'

יעצט ווען דו ברענגסט דאס ארויף פאלט מיר איין אז פאר יענע ארטיקל וואלט א קעפל 'אויף וועגן און שטעגן' אויך נישט שלעכט געווען...

געשפירט די זעלבע.. ממש געפילט ווי איך פאר מיט, פערצופאל בין איך שוין דאכט זיך געווען אין די אלע פלעצער
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אלץ איינער וואס איז שוין געפארן צי ציונים האסטו מיך צירוק געשלעפט אהין אין אריין געטראגן אין אן אנדערע אטמאספער זייער שיין געשריבן
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

איך האב געהאט געבוקט א טיקעט קיין ליזענסק צום יארצייט וואס איך האב ליידער געמיזט קענסלען. האב איך כאטש מיטגעהאלטן מיט דורשט דיין נסיעה, (בעיקר האב איך געוואלט פארן קיין ראדאשיץ פויעלן א ישועה, נאכדעם וואס איך האב געהאט מיט א גוי צו טוהן, כאטש זענט עטס דארט געווען א איבריגע שעה צו פוילען פאר כלל ישראל...) [ב''ה געהאט א ישועה נאר פארן ווילן פארן כידוע כמה מעשיות]

נאכאמאל יישר כח
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

די רעזאלטאטן זענען דא!
1) שמארטיקל, 2) יענג ... ... 20) סטאוו יא פיטא

רצונו של אדם זה כבודו...
אין חדר און ישיבה בין איך אויך אלס געווען דער לעצטער,
ווען דער משגיח האט געשריגן דער לעצטער וואס גייט ארויס פון סווימינג-פול באקומט א פראסק.. האב איך אלס וואלענטירט צי זיין דער לעצטער.
פעטש האט מיר קיינמאל נישט דערשראקן, איך דערמאן זיך אלס קינד (און אלס בחור...) ווען איך פלעג כאפן א פראסק האב איך מיר אריינגעטיפט אין שויתי ה' לנגדי תמיד און ס'פלעגט נישט וויי טוהן... (פראבירט דאס נאר ביים אריינגיין אין א פראסטיג קאלטן מקוה אדער אין א אייז קאלטער מעיין ...)


----------------

יעצט ערנסט גערעדט, א גרויסן ייש"כ פאר אלע ליינער און מגיבים,
דער נסיעה איז שוין פון לאנג אויף מיין געדאנק אראפצישרייבן, קיינמאל נישט געהעריג אנגעקומען דערצי,
נאכן זיצן אפאר וואכן דא אויפן וועלטל האט זיך מיר פון פריש אנגעצינדן א חשק און ברען עס צי אפשרייבן

בס"ד זכיתי להשתתף אויף באלד 10 נסיעות למקומות הקדושים במשך השנים,
אלע נסיעות האבן געהאט א באזינדער אייגענארטיג חן מיט וואס זיי זענען איבערגעשטיגן די אנדערע
די נסיעה אבער איז בלי ספק עולה על כולנה, אזאנס וואס מאכט זיך נישט נאכאמאל אזוי שנעל - אויב בכלל
יעצט נאכן אראפשטעלן דעם פלאטפארמע, קען איך זיך נעמען אפצילעזן די איבעריגע חלק הנסיעה - אן קיין 12,000 בוכשטאבעדיגע הגבלות

און בהאי שעתא וויל איך טאקע אויסדריקן מיין טיפער דאנק פאר ידידי נפשיי וידיד כל נפש Iעולם ה"ה הרב בלעכי הי"ו ומשנהו הרב קלאצי הי"ו פארן מיר געבן די געלעגנהייט צי פארלי... כ'מיין צי זאגן געווינען מיטן אנטיילנעמען אין א פארמעסט צווישן די לייבן פון היימישן יודענטום שרייבעריי וועלט, ס'איז געווען אויסערליש געשמאק אויף אלע פראנטן.. כה לחי און איך ווארט מיט שפאנונג פארן קומענדיגן!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #13 - אויף די וועגן און שטעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

א הערה
דעם הייליגן תפארת שלמה'ס יא"צ איז כ"ט אדר, נישט כ"א
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”