שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:03 pm

10
5%
★★
6
3%
★★★
11
5%
★★★★
6
3%
★★★★★
39
18%
6
3%
★★
3
1%
★★★
6
3%
★★★★
7
3%
★★★★★
50
23%
7
3%
★★
3
1%
★★★
9
4%
★★★★
14
7%
★★★★★
37
17%
 
סך הכל שטימען: 214

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

[align=center]בילד[/align]

מיין וויי געשריי איז איבער דאס שטערבליכקייט וואס מען האט מיר צוגענומען; איך בין געווארן א אייביגע זאך. איך קען דאס אויסדרוקליך נישט פארגעבן!

אבער ערלויב מיר צוריקצוגיין אביסל.

זיי פלעגן נישט פאדערן אזויפיל. זיי פלעגן אונז נישט צואיילן צו גארנישט מער ווי א גאלאפ, און דאס איז געווען זעלטן; רוב מאל איז עס בלויז געווען א רואיגע שפאציר. ווען איינער פון זיי איז געווען אויף זיינע אייגענע פיס, איז עס געווען א באזונדערע געשמאק אים אנטקעגן צו קומען. עס איז געווען צייט עלעגאנט אויסצופירן דעם גאנצן אקט. איך פלעג אים זען פונדערווייטנס, ווי ער ארבעט מיט זיינע פיס און ארעמס ווי זייער שטייגער, געווענליך קוקנדיג אויפן שטראז, אבער צומאל זייטיג צו די פעלדער, אדער גראד צו מיר; און איך פלעג אים אנטקעגן קומען געמיטליך, ווערנדיג גרעסער די גאנצע צייט, די שנעלקייט פון מיין וואוקס פערפעקט פאראייניגט מיט די שנעלקייט פון מיין קומען, אזוי אז אינעם זעלבן מאמענט וואס איך האב געענדיגט גרויס צו ווערן פון א קליין ברעקל צו מיין פולע גרויסקייט - זעכציג פיס אין יענע צייטן - בין איך געשטאנען בעפאר אים און געהאנגען איבער אים ווי א הויכע פעסטונג, אים פארשאטנט. אבער ער פלעגט נישט צייגן קיין פחד. אפילו די קינדער האבן נישט מורא געהאט פון מיר, כאטש זיי פלעגן אפט קוקן אויף מיר ווען איך בין זיי פארביי און אנגעהויבן קלענער צו ווערן.

צומאל אין א הייסע נאכמיטאג פלעגט איינער פון די ערוואקסענע מיר אפשטעלן פונקט וואו מיר האבן זיך באגעגנט, און זיך אראפלייגן מיט זיין רוקן אויף מיין, פאר א שעה אדער מער. עס האט מיר בכלל נישט געשטערט. איך האב א אויסגעצייכנטע בערגל, גוטע זון, גוטע ווינט, שיינע פאנאראמע; וואס זאל מיר אנגיין צו שטיין שטיל פאר א שעה אדער א נאכמיטאג? עס איז נאר א רעלאטיווע אפשטעלונג, נאך אלעם. עס פלעגט מיר פיין שמעקן ווען זיי האבן זיך איבערגעגעבן פאר מיר, מיר געלאזט זיך אנלאנען קעגן זייערע קליינע ווארעמע רוקנס, און רואיג איינשלאפן צווישן מיינע פיס. זיי זענען מיר געפאלן. זיי פלעגן טאקע נישט צוגעבן צו אונז אזויפיל ווי די פייגלעך; אבער זיי זענען מיר געווען אסאך מער צום הארצן ווי די וועווערקעס.

אין יענע צייטן פלעגן די פערדן ארבעטן פאר זיי, און דאס איז אויך געווען געשמאק. דאס מערסטע האב איך געגליכן ווען זיי האבן געשפאנט ריטמיש, און איך בין געווארן גאר גוט אין דעם. די ריטמישע באוועגונג און וואוקס, צוזאמען מיט מאיעסטעטישע שאקלען צו די זייטן, כמעט ווי א פליען-אילוזיע. דער גאלאפ איז שוין געווען ווייניגער בא'טעמ'ט. עס איז געווען ווארפנדיג, טופענדיג; עס האט זיך געשפירט ווי א צווייגל פארכאפט אין א שטורעם. אויך, די געלאסענע אנטקעגן קומען און וואוקס, דער מאמענט פון הענגען פון איבער, און די שטאטע ריקצוג און פארקלענערונג, דאס אלעס איז פארלוירן געווארן ביים גאלאפ. מען האט זיך געדארפט ווארפן אנטקעגן, כאפ-לאפ! און דער מענטש איז געווענליך געווען צו פארנומען מיטן רייטן, און דער פערד צו פארנומען צו לויפן, בכלל צו קוקן צו מיר. אבער דאך, עס איז נישט געשען אזוי אפט. א פערד איז שטערבליך, נאך אלעם, און ווי אלע לויזע באשעפענישן ווערט ער גרינג אויסגעמוטשעט; זיי פלעגן נישט אזוי אויסמוטשען זייערע פערדן נאר ווען עס איז געווען א דרינגענדע געברויך. און זיי פלעגן נישט האבן אזויפיל דרינגענדע געברויכן, אין יענע טעג.

עס איז שוין אריבער א שיין שטיקל צייט פון ווען איך האב געהאט א גאלאפ, און צו זאגן דעם אמת וואלט מיר נישט געשטערט צו האבן איינס. עס פרישט פיין אויף, נאך אלעם.

[align=center]*[/align]
איך געדענק ווען איך האב געזען די ערשטע אויטאמאביל. ווי רוב פון אונז, האב איך געמיינט אז עס איז א שטערבליכער, א סארט לויזע באשעפעניש ניי פאר מיר. איך בין געווען אביסל שאקירט, נאך א הונדערט-און-זעקס-און-צוואנציג יאר האב איך געקלערט אז איך קען שוין אלע לאקאלע באשעפענישן. אבער א נייע זאך איז אלעמאל אינטערעסאנט, האב איך עס באטראכט מיט אויפמערקזאמקייט. איך בין עס אנטקעגן געקומען מיט א רואיגע שנעלקייט, בערך די זעלבע ווי קעגן א פערד וואס שפאנט, אבער אין א נייע גאנג, פאסיג צום אומבאלומפערטן אויסזען פון די זאך: א אומבאקוועמע, ווארפנדיגע, קוילערנדיגע, דערשטיקנדע גאנג. אין צוויי מינוט, בעפאר איך בין געוואקסן א פוס הויך, האב איך שוין געוויסט אז עס איז נישט קיין שטערבליכע באשעפעניש, געבינדן אדער לויז אדער פריי. עס איז געווען א פאבריצירטער, ווי די וועגענער צו וועלכע די פערד פלעגן צוגעטשעפעט ווערן. איך האב געטראכט אז עס איז אזוי נאריש געמאכט אז איך האב נישט ערווארטעט עס זאל צוריקקומען, נאך וואס עס האט זיך אויסגעסאפעט איבערן מערב בערגל, און איך האב געהאפט מיטן גאנצן הארץ אז איך וועל עס מער נישט זען, ווייל איך האב זייער נישט געגליכן דעם צאפלדיגן גאנג.

אבער די זאך האט אנגענומען א רעגולערע סדר, און אזוי, געצווינגען, האב איך אויך. טעגליך פירע האב איך עס געדארפט אנטקעגן קומען, צאפלנדיג און טרייסלנדיג ארויס פון מערב, זיך פארגרעסערן, איבערהענגען, און זיך פארקלענערן. פינף אזייגער האב איך געדארפט צוריקקומען, נעמען מיינע גאנצע זעכציג פיס און זיך נאריש מאכן ווי א יונגע האזל, זיך ווארפן און פלאטערן ארויס פון מזרח, ביז איך בין ענדליך מער נישט געזען געווארן דורכן צודרייטן קליינעם מאנסטער און איך האב זיך געקענט אפרוען אינעם נאכמיטאג ווינטל. עס זענען אלעמאל געווען צוויי פון זיי אינעם מאשין: א יונגער ביים רעדל, און הונטער אים א עלטערער אין א שטייפע אנצוג, אנגעבלאזן. אויב האבן זיי גערעדט צווישן זיך האב איך עס קיינמאל נישט געהערט. אין יענע צייטן האב איך זיך אונטערגעהערט אסאך געשפרעכן אויפן שטראז, אבער נישט פון דעם מאשין. עס איז געווען אפען פון אויבן, אבער עס האט געמאכט אזא גערודער אז עס האט איבערגעשריגן אלע שטימעס, אויך פונעם זינג-פויגל וואס איז געווען ביי מיר יענע יאר. די רעש איז געווען כמעט אזוי גרויליג ווי דאס שפרינגען.

איך בין פון א פאמיליע מיט הארטע פרינציפן און ערנסטע זעלבסט-רעספעקט. די צעדערישע מאטא איז "צעבראכן ווערן אבער נישט זיך בייגן," און איך האב אלעמאל פרובירט זיך צו האלטן דערצו. עס איז נישט געווען פערזענליכע אראגאנץ, פארשטייט איר, נאר פאמיליע שטאלץ וואס איז געטראפן געווארן ווען איך בין געצווינגען געווען צו שפרינגען און זיך ווארפן אויף אזא ביליגע וועג דורך א פאלנער פאבריצירטער.

עס האט נישט אויסגעזען ווי עס שטערט פאר די עפל ביימער אינעם סאד צופיסנס פונעם בערגל, אבער עפעלעך זענען מעקעלעך. מען האט זיך ארומגעשפילט מיט זייערע גענעס במשך פון הונדערטער יארן. חוץ פון דעם, זענען זיי סטאדע באשעפענישן; א סאד בוימל האט נישט קיין אייגענע מיינונג.

איך האב געהאלטן מיין מיינונג ביי מיר.

אבער איך בין געווען זייער צופרידן ווען די אויטא האט אונז אויפגעהערט צו פארפאלגן. א גאנצע חודש איז פארביי אן דעם, און א גאנצע חודש בין איך געגאנגען צו מענטשן און געשפאנט צו פערדן הארצן גערן, אפילו גאלאפירט.

קומענדיגע חודש, אבער, האט זיך אן אנדערער פון די מאשינען באוויזן, פלוצלינג שלעפנדיג מיר און דער שטראז און אונזער בערגל, די סאד, די פעלדער, די דאך פונעם בודקע, אלע צו שפרינגען און פלאטערן און זיך ווארפן פון מזרח צו מערב; איך בין געגאנגען שנעלער ווי א גאלאפ, שנעלער ווי סיי ווען בעפאר. קוים געהאט צייט אינגאנצן צו וואקסן, בעפארן דארפן איינשרומפן צוריק.

און די קומענדיגע טאג איז געקומען נאך איינס.

יערליך, וועכנטליך, טעגליך, זענען זיי געווארן מער פארשפרייט. דער שטראז איז געווארן אויפגעגראבן, פארברייטערט, איבערגעפלאסטערט, און צוגעענדיגט פאר זייער א גלאטע און אפשטויסנדע שאסיי; אן קיינע גריבלעך, וואסערלעך, שטיינדלעך, בלומען, אדער שאטנס דערויף. עס פלעגן זיין אסאך פון די לויזע באשעפענישן אויפן שטראז - מוריטשקעס, היישעריקן, פרעש, מייז, פוקסן, און אזוי ווייטער, רוב פון זיי צו קליין מיר צוצוברענגען זיך צו רירן, ווייל זיי האבן מיר נישט עכט געקענט זען. יעצט האבן די קלוגע באשעפענישן אויסגעמיטן דעם שאסיי, און די אומקלוגע זענען געווארן צוקוועטשט. איך האב געזען צופיל האזלעך שטארבן אויף דעם אופן, הארט ביי מיינע פיס. איך בין דאנקבאר אז איך בין א דעמב, און כאטש איך קען ווערן צעבראכן דורכן ווינט אדער אויסגעריסן, אפגעזעגט אדער פארברענט, צום ווייניגסטענס קען איך כאטש נישט צעקוועטשט ווערן.

מיט אזויפיל אויטאס אויפאמאל אויפן שאסיי, האט זיך א פרישע מאס טאלאנט פארלאנגט פון מיר. שוין אלס קליין ביימל, פון ווען איך האב געהויבן קאפ העכער די גראזן, האב איך זיך געלערנט די פשוט'ע טריק פון גיין צוויי דירעקציעס אויפאמאל. איך האב עס געלערנט אן צו טראכטן דערוועגן, זייענדיג אונטער פרעשור פון די אומשטענדן די ערשטע מאל וואס עס איז געווען א גייער אין מזרח און א פערד קעגנאיבער אים אין מערב. איך האב געדארפט גיין ביידע ריכטונגען אויפאמאל, און אזוי האב איך געטון. פאר אונז ביימער איז עס נישט קיין גרויסע אנשטרענגונג, שטעלט זיך ארויס. איך בין געווען נערוועז, אבער עס איז מיר געלונגען אריבערצוגיין דעם ריטער און שרומפן אוועק פון אים אין די זעלבע צייט וואס איך בין נאך אנטקעגן געקומען דעם גייער, און אים פארביי געגאנגען נאר ווען דער ריטער האט מיר שוין לאנג נישט געקענט זען. איך בין געווען זייער שטאלץ מיט זיך, זייענדיג זייער יונג, אז איך האב עס באוויזן צום ערשטן מאל; אבער עס הערט זיך שווערער ווי עס איז באמת. פארשטייט זיך אז איך האב עס שוין געטון אומצאליגע מאל דערנאך, און גארנישט געטראכט דערוועגן; איך וואלט עס געקענט טון אין שלאף. אבער האסטו שוין אמאל אריינגעטראכט אינעם קונץ וואס ווערט אויסגעפירט, די טאלאנט וואס עס פארנעמט, ווען א בוים פארגרעסערט זיך, אין די זעלבע צייט אבער אין אנדערע שנעלקייטן און אויף אנדערע וועגן, פאר יעדן פון פופציג אויטא פארערס וועלכע ווענדן זיך צו צוויי פארקערטע ריכטונגען, און אין די זעלבע צייט קלענער ווערן פאר פופציג אנדערע מיט זייערע רוקנס צום בוים, דערווייל געדענקן איבערצוהענגען איבער יעדע איינע פון זיי אינעם ריכטיגן רגע; און דאס צו טון מינוט נאך מינוט, שעה נאך שעה, פון ווען עס ווערט ליכטיג ביז ביינאכט אדער שעות דערנאך?

מיין שאסיי איז געווארן א פארנומענע; עס האט געארבעט די גאנצע טאג אונטער אומאויפהערליכע פארקער. עס האט געארבעט, און איך האב געארבעט. איך האב שוין מער נישט געדארפט אזויפיל שפרינגען און זיך ווארפן, אבער איך האב געדארפט לויפן שנעלער און שנעלער: וואקסן ריזיג, איבערהענגען פאר א ברוכטייל פון א סעקונדע, איינשרומפן צו גארנישט, אלעס אין איילעניש, אן קיין צייט הנאה צו האבן דערפון, און אן אפרו: איבער און איבער און איבער.

זייער ווייניג פון די פארער האבן זיך באמיט צו קוקן אויף מיר, אפילו נישט קיין קורצע בליק. עס האט אויסגעקוקט ווי זיי זעען שוין בכלל נישט, זיי האבן בלויז געקלאצט אויף פאראויס, מאכנדיג דעם איינדרוק ווי זיי גלייבן אז זיי "גייען ערגעץ." קליינע שפיגלען זענען באהאפטן געווארן צום פארנט פון זייערע אויטאס, וואו זיי פלעגן כאפן א בליק וואו זיי זענען געווען; און דאן האבן זיי ווייטער געקלאצט אויף פאראויס. איך פלעג מיינען אז נאר דזשוקן האבן די איינרעדעניש פון פראגרעס. דזשוקן לויפן אלעמאל ארום, און קוקן קיינמאל נישט ארויף. איך האב אלעמאל זייער ווייניג געהאלטן פון דזשוקן. אבער זיי האבן מיר כאטש געלאזט במנוחה.

איך וועל זיך מודה זיין אז צומאל, אין די געבענטשטע נעכט פון טונקלקייט אן קיין לבנה צו פארזילבערן מיין קרוין און אן קיינע שטערנס ארויסצוגעבן וואו מיינע צווייגן זענען, ווען איך האב זיך געקענט אפרוען, פלעג איך ערנסט טראכטן פון זיך ארויסדרייען פון מיין פליכט, און אויפהערן צו גיין. ניין, נישט ערנסט. האלב ערנסט. עס איז געווען בלויזע מידקייט. אויב אפילו א נארישע דריי-יעריגע ערבות ביימל צופיסנס פונעם בערגל אקצעפטירט איר אחריות, שפרינגט און פארשנעלערט זיך און וואקסט און שרומפט פאר יעדן אויטא אויפן שאסיי, וועל איך, א דעמב, זיך ארויסדרייען? נאבעלע פירן אויס זייערע אויפגאבעס, און איך גלייב אז איך האב קיינמאל נישט אראפגעלאזט קיין ניסל וואס האט נישט געוויסט זיינע פליכטן.

האב איך ווייטער געפאלגט, און אויסגעפירט מיין חלק אין שטיצן די מענטשליכע איינרעדעניש אז זיי "גייען ערגעץ," און איך שטעל זיך נישט דערקעגן. אבער א געפערליכע זאך איז געשען, וואס איך וויל פראטעסטירן.

גייט מיר נישט אן צו גיין צוויי ריכטונגען אויפאמאל; שטערט מיר נישט צו וואקסן און שרומפן אויפאמאל; איך וועל זיך נישט קעגנשטעלן צו פארן, אפילו די אומנארמאלע שנעלקייט פון זעכציג זיבעציג מייל פער שעה. איך בין גרייט אנצוגיין מיט די אלע זאכן ביז איך ווער אומגעווארפן אדער אויסגעריסן. דאס איז מיין ארבעט. אבער איך שטעל זיך קאטעגאריש קעגן ווערן געמאכט אומשטערבליך.

אייביגקייט איז נישט מיין געשעפט. איך בין א דעמב, נישט מער, נישט ווייניגער. איך האב מיין אויפגאבע, און איך טו עס; איך האב מיינע הנאות, און איך נוץ זיי אויס, כאטש שוין ווייניגער ווייל די פייגל האבן אוועקגעוואנדערט און די ווינט איז פארפעסטעט. אבער, הגם איך לעב לאנג, איז צייטווייליגקייט מיין רעכט. שטערבליכקייט איז מיין פריווילעגיע. און עס איז אוועקגענומען געווארן פון מיר. אין א רעגנדיגע נאכט.

[align=center]*[/align]
שטראמען פון אויטאס האבן ווי געווענליך אנגעפילט דעם שאסיי, וואס האט זיך שנעל גערירט צו ביידע ריכטונגען. איך בין געווען אזוי פארנומען צו מיטלויפן, פארגרעסערן, איבערהענגען, שרומפן, אז איך האב כמעט נישט באמערקט וואס פאסירט ביז נאכן פאסירונג. איינער פון די דרייווערס פון די אויטאס האט געהאלטן אז זיין געברויך צו "גיין ערגעץ" איז אויסערגעווענליך דרינגענד, און האט פרובירט צו שטעלן זיין אויטא פארנט פונעם אויטא בעפאר אים. דאס האט אריינגערעכנט א צייטווייליגע פארקרימונג פונעם שאסיי ריכטונג און א אריבערציאונג צו די ווייטערע זייט, די זייט וואס לויפט געווענליך צו די פארקערטע דירעקציע. (און איך מוז זאגן, איך שעץ דעם שאסיי פאר זיין קאמפעטענץ אויסצופירן אזעלכע מאנעוורעס, וואס דארף צו זיין זייער שווער פאר א אומלעבעדיגע באשעפעניש, א בלויזע פאבריצירטער). אן אנדערע אויטא, אבער, איז געווען גאנץ נאנט צו די דרינגענדע, און אויסגעדרייט צו עס ווען עס האט געטוישט זייטן; און די שאסיי האט גארנישט געקענט טון דערוועגן, זייענדיג שוין איבערגעפאקט. כדי זיך נישט צאמשטויסן מיטן אויטא פון קעגנאיבער, האט די דרינגענדע אויטא גענצליך פארשוועכט דעם ריכטונג פונעם שאסיי, ברענגנדיג עס זיך אויסצודרייען צו צפון-דרום אין אירע אייגענע טערמינען, צווינגנדיג מיר צו שפרינגען דירעקט צו אים. איך האב נישט געהאט קיין אויסוואל. איך האב געדארפט לויפן, און שנעל - זיבן-און-אכציג מייל פער שעה. איך בין געשפרינגען, זיך אויסגעצויגן ריזיג, גרעסער ווי איך בין סיי ווען געווען. און אריינגעקראכט אינעם אויטא.

איך האב פארלוירן א באדייטנדע שטיק פונעם קארע, און נאך ערנסטער, אביסל פון די אינעווייניגסטע רונדעס; אבער זייענדיג צוויי-און-זיבעציג פיס הויך און ארום ניין פיס ברייט ביים פונקט פונעם קלאפ, בין איך נישט ערנסט געשעדיגט געווארן. מיינע צווייגן האבן געטרייסלט אין שאק, גענוג אז א נעסט איז אראפגעפאלן; און איך בין געווען אזוי צושאקלט אז איך האב ארויסגעלאזט א ברום. די איינציגסטע מאל אין מיין לעבן וואס איך האב אויפגעהויבן מיין שטימע.

די אויטא האט געפערליך געשריגן. עס איז צושמעטערט געווארן דורך מיין קנאק. צעקוועטשט, פאקטיש. די פאדערשטע חלק איז פארקניפט און פארפלאנטערט געווארן ווי א אלטע ווארצל, און קליינע ליכטיגע שטיקלעך דערפון זענען זיך צופלויגן ארום ווי הייסע האגל.

דער דרייווער האט נישט געהאט קיין צייט צו זאגן גארנישט; איך האב אים גע'הרג'עט אויפן רגע.

נישט דאס איז מיין פראטעסט. איך האב אים געדארפט הרג'ענען, נישט געווען קיין ברירה, און איך האב דעריבער נישט קיין חרטה. וואס איך שטעל זיך קעגן, וואס איך קען נישט אויסהאלטן, איז דאס: ווען איך בין געשפרינגען צו אים, האט ער מיר געזען. ער האט שוין ענדליך ארויפגעקוקט. ער האט מיר געזען ווי איך בין נאכנישט געזען געווארן קיינמאל בעפאר, אפילו נישט דורך א קינד, אפילו נישט אין די צייטן ווען מענטשן פלעגן קוקן אויף זאכן. ער האט מיר געזען גאנץ, און נישט געזען גארנישט מער - דאן, אדער אייביג.

ער האט מיר געזען שטייענדיג פאר אייביגקייט. ער האט מיר פארטוישט פאר טויט. און ווייל ער איז געשטארבן אין יענע רגע פון פאלשע וויזיע, ווייל עס קען זיך שוין נישט טוישן, בין איך פארכאפט דערין אויף שטענדיג. דאס איז אומדערטרעגליך.

אויב פעלט עס אויס פארן סדר פון די וועלט, וועל איך הרג'ענען דרייווערס פון אויטאס, כאטש הרג'ענען איז נישט קיין אויפגאבע וואס פאדערט זיך געווענליך פון דעמבן. אבער עס איז נישט קיין יושר צו פארלאנגען פון מיר צו שפילן נישט נאר מערדער נאר אויך טויט אליינס. איך בין נישט טויט. איך לעב, איך בין שטערבליך.

אויב ווילן זיי זען טויט אויף דער וועלט איז עס זייער געשעפט, נישט מיינס. איך וועל נישט שפילן אייביגקייט פאר זיי. זיי דארפן זיך נישט דרייען צו די ביימער פאר טויט. אויב טויט איז וואס זיי ווילן זען, זאלן זיי קוקן איינער אינעם צווייטנ'ס אויגן און עס דארטן זען.


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

נשמה!!! פונקט דאס האסטו פארפאסט?..

א שטיק פאעזיע, ארט, טאלאנט אין שרייבן און קריעטיוועטי ביינעזאם. אויסציען און צענעמען אזא פשוט'ע אקט ווי אריבער שפאצירן א ביימל אזוי ברייט און טיף ווענגלייך הומאריסטיש און זאגאר מיסטיש.. דאס דארף מען קענען!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אזא ארטיקל איז געמאכט פאר שרייבעריי מייסטערס, נישט פאר מיך פשוטע ליינער וואס קען דאס נישט פארשטייען.

קען איך עס נישט רעיטן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

גאר אינטערעסאנט, געניאלע געדאנק, אבסטראקט ארט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער שרייבעריש און טיף. אביסל שווער פאר א פשוטע ליינער מיטצוגיין דערמיט ביזן סוף. עס ליגט אסאך ארט און טיפקייט זיכער נישט די עוורידזש ארטיקל
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ארטיסטיש און טיף ביז גאר.

דאס דארף מען צוקייען, די שפראך, די אויסדרוקן און איבער אלעם די נשמה דערפון.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

עפעס אוט אוו דיס ווארלד!

וויפיל מאל איך זאל עס איבערליינען ווער איך נישט זאט. א שטיק ארט!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א פארגעניגן זיך צו פאסמאקעווען מיט אזא ארטיקל.

דאס גייט נישט געווינען ווייל דער המון עם ליינער פארשטייט נישט דערצו, ער וויל עפעס מער אויבערפלעכליך, לופטיג, דאס איז עפעס וואס מ'דארף אפרישיעטן.

דערמאנט פון פנחס גלויבער אין זיינע גוטע צייטן, ווען ער האט געשריבן "פריזמא" אין צייטשריפט ע"ה.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דער מוז האבן א ריזן-הויכע אייקיו.
ריזיג beyond words!!!!!
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

דער שרייבער פון די שורות איז סייווי א געווינער אין זיין תחום, אפגעזעהן וויפיל פאקטישע שטימען ער וועט באקומען.
אזא ארטיקל דארף מען איבערליינען עטליכע מאל
עמוק עמוק!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נישטא גענוג שטערנס ביי די מיטלסטע אפציע פון "שפראך"

געליינט און געליינט, און פאר דאס לעבן פון מיר, נאכאלץ נישט דערקראכן פונקטליך וואס דא גייט פאר...

פאעזיע בתפארתו!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

עפעס איז ראנג מיט מיר אז איך פארשטיי נישט (צו דעם ארטיקל) וואס אנדערע פארשטייען יא?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

באקסער בוים האט געשריבן:עפעס איז ראנג מיט מיר אז איך פארשטיי נישט (צו דעם ארטיקל) וואס אנדערע פארשטייען יא?

ניין... סאיז פשוט זייער טיף אין שרייבעריש... איך פארשטיי אויך נישט צו עס אבער איך פארשטיי אז סאיז דא מענטשען וואס וועלן משוגה ווערן פאר דעם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אוי מיין ג-ט. געמוזט איבערליינען תיכף א צווייטע מאל צו כאפן בעסער. נאך אלץ דא אפאר ווערטער וואס כ'הייב נישט אן צו כאפן וואס זייער באדייט דארף צו זיין, אבער ג-טניו טייערער, דער איד האט טאלאנט!!!

כ'וועל נישט זיין איבערראשט טאמער ער ציהט אן דאס מערסטע פון אלע ארטיקלען.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

דאס איז דאכט זיך די ערשטע מאל וואס איך ליין אזא סארט ארטיקעל, ממילא וויל איך בעטען הילף פון די מבינים דא, לויט ווי איך פארשטיי פראבירט די שרייבער ארויסצוברענגען אז מענטשען זאלען פארשטיין אז א אנדערע מענטש קען טראכטען אינגאנצען אנדערש פון דיר, אזויווי די בוים "פארשטייט" אז זי גייט גאר, און אלע בעלי חיים שטייען אויף איין פלאץ, אא"וו.
בין איך גערעכט מיט מיין הבנה, אדער כאטש קרוב אל האמת, אדער איך זאל זיך אפלאזען פון אפילו פראבירען צו פארשטיין אזעלכע סארט ארטיקלען?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

דייקן האט געשריבן:דאס איז דאכט זיך די ערשטע מאל וואס איך ליין אזא סארט ארטיקעל, ממילא וויל איך בעטען הילף פון די מבינים דא, לויט ווי איך פארשטיי פראבירט די שרייבער ארויסצוברענגען אז מענטשען זאלען פארשטיין אז א אנדערע מענטש קען טראכטען אינגאנצען אנדערש פון דיר, אזויווי די בוים "פארשטייט" אז זי גייט גאר, און אלע בעלי חיים שטייען אויף איין פלאץ, אא"וו.
בין איך גערעכט מיט מיין הבנה, אדער כאטש קרוב אל האמת, אדער איך זאל זיך אפלאזען פון אפילו פראבירען צו פארשטיין אזעלכע סארט ארטיקלען?


נישט אז איך בין פון די מבינים, אבער לויט ווי איך פארשטיי זענען דא אין דעם ארטיקל עטליכע שיכטן, און דער שרייבער געבט דיר דעם הכרעה. אדער נאך בעסער, קענסט הנאה האבן פון אלע ביינאזאם.

ערשטענס איז וואס דו האסט געשריבן, זיך אריינלייגן אינעם "מוח" פון א בוים און אזוי זען די וועלט מיט גאר אנדערע אויגן. דאס ווייזט וויפיל איין טויש אינעם וועלט-סיסטעם קען אויסמאכן, אז ווען דו גייסט זיך קומענדיגע מאל טענה'ן מיט א צווייטע מענטש זאלסטו זיך נישט נאר פארלייגן אויפן לאגישן טעות וואס ער אדער דו מאכן, נאר וויסן אז עס קען מיטשלעפן מיט זיך ברייטערע חילוקים און הנחות קדומות.

נאכדעם איז עס וויאזוי מענטשהייט ווערט קריטיקירט מיט א "דרויסנדיגע" בליק. די שארפע שניידנדע פראזן אז מענטשן קוקן שוין היינט בכלל נישט, זיי זענען ווי דזשוקן פארנומען מיט פראגרעס, אדער דאס אז מענטשן קענען טאקע שטארבן פון דרויסנדיגע סיבות אבער דארפן קוקן זיך אין די אויגן צו זען טויט אליינס. ווען עס ווערט ארויסגעברענגט דורך א הונדערטער-יעריגער צעדערבוים נעמט מען עס אן מיט מער דרך ארץ...

דערנאך איז דא דער פארקערטער בליק. מיר ווייסן דאך דעם אמת אז דער בוים בלייבט ווי א קלאץ אויף איין פלאץ, אבער ער איז גאר זיכער אז ער איז דער וואס לויפט אן אויפהער אין אלע ריכטונגען אויפאמאל. מיר שעצן דעם תפוח בעצי היער, אבער דער אילן סרק שקולו הולך רוקט ארויס זיין מיינונג אז עפעלעך זענען מעקעלעך. דער איז איבערגעצייגט אז דער דרייווער האט אים אריינגעקריצט אין אייביגקייט פאר טויט אליינס, ווען מיר ווייסן אז דער דרייווער האט אין זיין לעצטע סעקונדע געשאלטן דעם שטאט-ראט פארוואס זיי האבן נישט אפגעהאקט דעם בוים וואס שטייט אזוי מסוכן נאנט צום ראוד, און צוליב די דו-נאטינגס גייט ער יעצט שטארבן...
מיר קענען אלע אזעלכע "צעדערביימער", מענטשן וואס ווען דו קומסט צו זיי טייטשט זיך עס אפ ביי זיי אין מוח אז זיי זענען געקומען צו דיר. זיי טוען אלעס אויף דער וועלט, און אלעס עפעס אנדערש איז פאלשע פראגרעס דורך דזשוקן אדער מעקעלעך.

און אזוי ווייטער. (עפעס דארף מען דאך לאזן פאר נשמה :wink: ).

עס דערקענט זיך אז דער שרייבער רעדט צו אונז ווי צו טיפע קעפ ומבינים דבר מתוך דבר, ער געטרויט אונז אליינס אויסצונאגן דעם ארטיקל. ער פיטערט נישט אין מויל נאר פאררעכנט אונז ווי זיינס גלייכן. דאס אליינס געבט עס א באזונדערע געשמאק.


גראדע האט מיר דער אינהאלט און געבוי מער געכאפט ווי דאס שפראך (אויך נישט שלעכט בכלל). אבער בעת וואס איך קען נאך טעארעטיש פארשטיין די וואס האבן געגעבן איין שטערנדל פאר אינהאלט (זיי זענען געווארן אויפגערעגט נאכן ליינען די ערשטע פאר פאראגראפן און גארנישט פארשטיין :lol: ), קען איך נישט באגרייפן דער וואס האט געגעבן איין שטערנדל פאר שפראך. איין שטערנדל פאר שפראך באדייט אז עס איז אזוי שלעכט געשריבן, אז דו וואלטסט געקענט: 1. שרייבן די זעלבע אינהאלט (אפענע און באהאלטענע), 2. מיט די זעלבע באגרעניצונגען, 3. מיט אסאך א בעסערע שפראך, 4. אן קיין שום אנשטרענגונג נאר מסיח לפי תומו כמשחל בניתא מחלבא (ווייל אויב וואלט געפאדערט עפעס ארבעט עס צו פארבעסערן קומט זיך שוין לכה"פ צוויי שטערנדלעך).

און אויב קענסטו דאס טאקע, מלך באווייז!
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

א גרויסע דאנק פארן מסביר זיין אזוי שיין און קלאר (פאר דיין תגובה קומט זיך 5 שטערענדלעך).
יעצט נאכן פארשטיין (כאטש אביסעל) די ארטיקעל האב איך עס ענדליך גערעיטעד, און טאקע דריי פינעווערס.
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

קנאקעדיג
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א מייסטער שרייבער וואס קען נעמען א דומם און אהערשטעלן ווי א מדבר מיט אלע הרגשים.

א טיפזיניגע ארבעט!

איך האב עס געמוזט איבערליינען מער ווי איין מאל מיט צו האלטן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ויהי ממחרת, האמער עס געליינט מיט א קלארע קאפ און ריכטיגע מחשבה,
און כ'האב נישט קיין ווערטער!!!! אזוי ארטיסטיש אראפגעלייגט!

און די אינהאלט איז נאך דערצו אביסל שמייכל'דיג צו הערן דעם בוים'ס קוק ווינקל.

דאס איז אויסער די שפראך וואס איז WOWOWOW, אזא פעדער!!

אינהאלט-4
שפראך-5 (וואס קען איך טוען? ס'נישטא מער..)
אווער אלל-5
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW!! וואו האסטו מיר אריינגעטראגן דא? אין א עולם פון די נאטורליכע בריאה וואס שרייעט מיט שטומע קולות. ממש אזוי לעבעדיג און ספירוטשול אראפצולייגן... אזוי ווייט אזש עס האט זיך מיר שיעור געוואלט צוגיין צום בוים נעבן מיין הייזקע און אים זאגן א פאר חיזוק ווערטער אין זיין נויט...

דער האט א גאר טיפער טיפע חוש אריינצוגיין אין דמיון פון רגש, און צו מאכן טויטע זאכן רעדן, שפירן און טראכטן. ממש בבחינת פרק שירה!

אפגערעדט פון די שפראך, אזוינע פאעטישע אויסדרוקן, שלא מעלמא הדין!

איך האב א שטארקע חשד ווער דער שרייבער איז....
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך יוני 10, 2020 5:14 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ווער עס לייענט שימקע!!
אין ליכטיגע היים אויסגאבע, קען זען דא א שטארקע ענליכקייט,
דארט, אוואו דא, האב איך קיין צייט אין מח זיך צו דערגרינטיווען נאך אלע זיינע באדייטן און פאנטאזיעס, אבער ס'איז א געשמאקע סארט געשרייבכטס, וואו שוין ארויסגעברענגט אויבן,

דעם ארטיקל זעלבסט האב איך יא איבערגעלייענט צו פארשטיין בעסער, און וואלט נאך געפאדערט נאך אמאל חזרה, ארויסצוהאבן אינגאנצן, אבער די אייגנשאפטן וואס ס'פארלאנגט, פארמאגעך נישט כעת
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

עפעס נישט נארמאל צו ווערן!
ס'האט טאקע געדויערט א לאנגע צייט אפצוליינען, בפרט אז איך האב איבערגעליינט רוב שורות אפאר מאל, אבער ס'איז ווערד געווען יעדע מינוט, און מ'דארף עס נאך איבערליינען נאך אפאר מאל.
דו האסט אהערגעשטעלט א עכטע מעסטערפיעס!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

געפיל געפיל געפיל!!! צו משוגע ווערן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

גענומען א שטיק צייט צו כאפן פון וואס די רעדע איז....

טאלאנטפול! שרייבעריש! [אבער נישט פליסיג], געפיליש! און איבער אלעם: א געזונטן כח הדמיון!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”