שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 3:59 pm

1
1%
★★
2
1%
★★★
8
4%
★★★★
8
4%
★★★★★
45
24%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★
4
2%
★★★
8
4%
★★★★
18
9%
★★★★★
33
17%
2
1%
★★
2
1%
★★★
7
4%
★★★★
16
8%
★★★★★
36
19%
 
סך הכל שטימען: 190

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

[align=center]בילד[/align]

אינפארמאטיווע טיפס פון אייגענע עקספיריענס, וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אן ארבעטער, און א דשאב, עס זאל זיין צופרידנשטעלנד סיי פאר'ן בעל הבית און סיי פאר'ן ארבעטער.

אזוי ווי מיר זענען לימיטעד מיט קערעקטער'ס און די נושא איז א ברייט פארצווייגטע, און מ'קען זייער אסאך ארום רעדן, וועלן מיר נאר אנרירן די ראשי פרקים אויפן שפיץ גאפל, און האפנטליך וועט מען נאכן פארמעסט ממשיך זיין און פארברייטערן יעדע נושא בל"נ.

עס מאכט זיך אפט ווען מ'נעמט אריין א נייע ארבעטער אז אין די ערשטע תקופה זענען ביידע (בעה"ב/ארבעטער) העפי און צופרידן, גייט אבער אריבער א שטיק צייט און די מצב טוישט זיך, דער בעה"ב פאנגט אן זיך אפרעדן אז דער ארבעטער בלאזט לעצטענס געפערליך, מיר רייבן זיך יעדן טאג אויף שטותים אין קלייניגקייטן. ער איז געווען אזא צופרידענע, און לעצטענס קען איך אים ממש נישט צופרידן שטעלן. איך האב אים שוין געטרייט צו רעיסן, טיפן, געגעבן באונעסעס, אבער ממש עס גייט נישט. ער איז געפערליך סענסיטיוו, איך געדענק נישט איך זאל אים האבן געטשעפעט, אבער ער איז נישט צום דערקענען, ער טוט נישט די ארבעט ערליך, איך קען אים נישט טראסטן, איך זעה זיך נישט ארויס פון די מצב, און א אפענע שמועס וויל מען נישט פירן ווייל מ'האט קיין גוטע קאמיוניקאציע קיינמאל נישט געבויט.

דער ארבעטער קרעכצט איך האב זיך איינגערעדט אז ער איז א גוטע באס,ער מאכט אזוי אומעטיג דאס פלאץ, ער פארלאנגט צו טון זאכן וואס מ'האט זיך נישט אויסגענומען פארדעם, און בכלל די גאנצע אטמאספערע אין די ארבעט איז אזוי פארכמארעט.

זענט איר אפשר באקאנט מיט אזא מעשה אדער ענליכס?

לכאורה יא! צו עס האט פאסירט צו דיר, אדער צו איינער פון דיינע באקאנטע, אבער רוב מענטשן האבן זיך שוין באגעגענט מיט אזעלכע מעשיות, א אינגערמאן פאנגט אן ארבעטן, און נאך א שטיק צייט טרעפט מען זיך אז מ'איז נישט צופרידן.

עס איז אנגענומען אין די וועלט אז 70% וועלן זיך נישט האלטן ביי זייער ערשטע דשאב, די אנגעבליכע סיבה איז מן הסתם, ווייל אין די ערשטע דשאב קוקט מען זיך אפט ארום און מען מיינט אז יענעמ'ס גראז איז גרינער, ביז מ'טוישט דשאב, און מ'געפינט אויס אז איבעראל קען מען טרעפן חסרונות…

אבער דא ליגט עפעס טיפער.

ווען איינער פון די צוויי צדדים (בעה"ב/ארבעטער) איז נישט צופרידן, איז עס אפט מאל (פארשטייט זיך נישט אלעמאל) בידו פון איינעם צו טוישן די גאנצע בילד!

און עס איז נישט אזוי שווער!

איך מוז מקדים זיין, אז עס איז אוודאי דא אסאך מאל וואס א מענטש מוז טוישן/אוועק שיקן ארבעטער'ס, און ווי אויך אן ארבעטער וואס מוז טוישן דשאב/פאזיציע, און דאס איז אן עקסטערע נושא פאר זיך. דא רעדט מען ווען א באס פילט אז דער ארבעטער טויגט פאר זיין פאזיציע, און דער ארבעטער פילט אז ער האט דעם ריכטיגן פאזיציע, און נאך אלס זעהט מען א ריזיגע פראצענט פונעם ציבור איז נישט צופרידן.

אויב וועלן מענטשן אנהייבן פארשטיין די געדאנקן גאנג פון די אנדערע זייט (יא יא… אזוי ווי ביי שלום בית.... נאך אלעם דארף מען דא אויך זיך צוגעוויינען צו א צווייטנס וועג פון טראכטן) וועלן גאר אסאך פראבלעמען אוועק פאלן.

מ'זעהט אין רוב פעלער ווען מ'נעמט אריין א נייע ארבעטער, ווי דער באס איז גרייט זיך צו צושטעלן, און טרענירן, באצאלן, דער עיקר צופרידן שטעלן, און אויך דער ארבעטער ווייזט געטריישאפט, וויל מיטארבעטן, און צופרידן שטעלן.

אבער וואס עס געשעהט אפט מאל איז, אז אויב מ'האט נישט די ריכטיגע קאמיוניקעישן, און עס פעלט אפאר וויכטיגע כללים, קען די מינדעסטע געפעכט מאכן א מחלוקה, און צומאל אויב דער ארבעטער האט א וויכטיגע פאזיציע אין די ביזנעס, קען עס חרוב מאכן די גאנצע ביזנעס.

אויב אזוי, וואס איז די ריכטיגע וועג?

מ'קען רעדן פון עצות פאר'ן בעל הבית וויאזוי זיך צו פירן מיט ארבעטער, און עצות פאר'ן ארבעטער, פארשטייט זיך אז עס זענען דא טיפס וואס זענען נוגע פאר ביידע, און בפרט פאר מענעדזשערס, אדער ארבעטער'ס מיט א הויכע פאזיציע וואס האבן סיי א באס, און אויך ארבעטער'ס אונטער זיך.

איינער פון די ערשטע קשיות וואס קומט אויף, און איך וויל נישט רעדן פון די נושא בכלל, איז וועלכע דשאב זאל איך זוכן? פון ווי ווייס איך אויב דער אינגערמאן וועט זיין די פאסיגע ארבעטער וואס איך זוך?
הרבה קולמסין נשתברו על טאפיק זה, און איך וויל זיך האלטן צו די נושא איין סטעפ ווייטער, נאכדעם וואס מ'האט אויסגעקליבן דעם פאסיגן קאנדידאט פאר'ן פאסיג'ן פאזיציע, וויאזוי קענען מיר זיכער מאכן אז ביידע בלייבן צופרידן.

און געדענקט, רוב מאל איז גענוג אז איין צד טוישט זיך! די גאנצע סיטואציע קען זיך טוישן מן הקצה אל הקצה אפילו אויב עס קוקט אויס ווי דער צווייטער איז שולדיג!

1. די ערשטע כלל וואס מען דארף וויסן איז Resposibility!!!

א בעה"ב דארף אן ארבעטער וואס איז אחריות'דיג! זיין ווארט איז א ווארט, מ'קען זיך פארלאזן אויף אים. ער ווייסט וואס מ'פארלאנגט פון אים, און ער נעמט די אחריות צו ערפילן זיין פליכט. א אחריות'דיגע מענטש קען אמאל נעמען א פליכט אויף זיך און זעהן אז עס גייט אים נישט, מיר זענען דאך נאר מענטשן, אבער דער בעל אחריות וועט נישט לאזן פאלן דעם ארבעט, ער וועט בעטן פאר הילף, אדער זיך מייעץ זיין מיט מענטשן וואס האבן מער עקספיריענס וכו'.

עס איז פארהאן א לאזונג פון אלבערט איינשטיין, A human being is a mistake making machine! און א בעה"ב טאר נישט ערווארטן פון זיין ארבעטער אז ער זאל נישט מאכן קיין טעות, ווייל עס וועט סייווי פאסירן. אבער א אחריות'דיגער ארבעטער וועט נעמען אחריות אויף זיינע דורכפעלער, און זיך לערנען דערפון, און פרובירן צו פארעכטן וואס ער קען, און נישט זוכן ארויף צו ווארפן די שולד אויף א צווייטן, אדער אויף א סיטואציע. און א גוטע בעה"ב וועט לאזן דעם ארבעטער פארעכטן דעם פראבלעם, און נישט זיך אויף רעגן און אפסטעמפלען, אויך נישט אנשרייען אומזינסט, א מענטש איז נאר א מענטש, און אויב דיין ארבעטער איז אחריות'דיג, און זוכט צו פאררעכטן זיינע טעותים, גיב אים די געלעגנהייט, מאך עס נישט צו שווער פאר אים, און אויב איז דא א געלט שאדן, קוק עס אן ווי א טרעינינג עקספענס… ווייל איינער וואס איז ריספאנסיבל אויף זיינע מעשים וועט זיך אפלערנען פון זיינע טעותים און דורכפעלער, און עס נוצן אלס לערנונג פאר קומענדיגע מאל.

און איין ווארט. יעדע פאך קען מען זיך צולערנען, קענען קוויק בוקס אדער א פליסיגן ענגליש איז טאקע א פלאס, אבער יעדער קען זיך עס אויסלערנען מיט די צייט, דער עיקר וואס א בעה"ב זוכט איז, א ארבעטער וואס איז רילייעבל, מ'קען רעכענען זיינס א ווארט, און טראגט אחריות אויף זיינע מעשים. דאס איז געזאגט געווארן פאר יעדע ארבעטער אין יעדע פאזיציע, אבער בפרט פאר מענעזשער'ס.

2. איבערגעגעבנקייט!

א ארבעטער דארף וויסן אז ער ווערט אפגעשאצט דורך זיין בעה"ב וויפיל ער איז ווערד, און וויפיל עס לוינט זיך צו צאלן פאר אים, און לאו דוקא די סארט ארבעט וואס ער טוט, נאר וויאזוי דאס ווערט דעליווערד. א ארבעטער קען טון פאר'ן בעה"ב גאר א גוטע און געלונגענע דשאב, אבער אויב איז ער נישט געטריי און איבערגעגעבן, און ער לייגט נישט צו אביסעלע געפיל צו די ארבעט, באקומט דער בעה"ב דעם געפיל אז דער ארבעטער איז דא נאר פאר זיך.

קיינער רעדט זיך נישט איין אז דער ארבעטער קומט ארבעטן לשם שמים ווייל ער וויל אז דער בעה"ב זאל מאכן געלט, ניין! דער בעה"ב ווייסט אויך אז דו ביסט דא פארן פעי טשעק, אבער די שאלה איז צו דו ביסט דא נאר פאר דעם, אדער דו ביסט געטריי פאר דיין ארבעטס געבער און דו וועסט טון אלעס וואס דו קענסט אז זיין ביזנעס זאל שטייגן, למשל ברענגען קאסטומער'ס געבן גוטע סערוויס וכדו', און רוב מאל ווענד זיך אין דעם די פאטענשל פון א ארבעטער אין די ביזנעס, סיי זיין געהאלט און אויך זיין פאזיציע. מער ווי איין מאל האב איך שוין מיטגעהאלטן ווי א בעה"ב האט זיך גע'יושב'ט וועלכע ארבעטער ארויף צו רוקן אויף א העכערע פאזיציע, און 99% פון די החלטה איז געווענליך געבעיסט אויף די געטריישאפט פון די ארבעטער.

3. געשמאקע לופט אין די אפיס!

די מציאות איז אז רוב ארבעטער געפינען זיך די מערסטע צייט פון טאג ביים ארבעט, און דאס אטעמט מען א גאנצן טאג. אויב ווילסטו אז דיינע ארבעטער זאלן זיין גוט אויפגעלייגט און אפטימיסטיש, מוז מען זיכער מאכן אז די לופט איז געשמאק און פרייליך.

אויב איז די לופט נישט געשמאק וועלן דיינע ארבעטער געווענליך נישט ארבעטן צו געטריי, און די גאנצע ארבעט וועט זיי אנקומען שווער, משא"כ אויב איז דא א געשמאקע אטמאספער וועלן זיי אנהייבן צו הנאה האבן פון די ארבעט.

בזיעת אפיך תאכל לחם איז א קללה פון וואס מיר אלע ליידן, אבער דער בעה"ב איז נישט דער אפטרופוס זיכער צו מאכן אז דאס ווערט אויסגעפירט…

יעדע בעה"ב וואונטשט זיך צו האבן אין די ארבעט "טיעם ווארק", דאס מיינט אז די ארבעטער פארשטייען זיך, ארבעטן צוזאמען, און העלפן זיך ארויס צווישן זיך, די קוואליטי פון די ארבעט קומט ארויס 65% בעסער אויף דעם אופן!! (באמת א סוגיא פאר זיך, ואכמ"ל), אבער אויב די אפיס איז פארכמארעט און פאררויכערט קען מען נישט ערווארטן קיין טיעם ווארק.

זעה צו מאכן א גוטע אטמאספערע אין דיין אפיס, ברענג אמאל א לאנטש פאר דיינע ארבעטער, ברענג אריין א פרישקייט, טו אלעס וואס דו קענסט אז די לופט זאל זיין געשמאק.

א חלק פון דעם איז אויך צו מאכן דעם ארבעטער פילן וויכטיג מיט זיין פאזיצע. נישט קיין חילוק וואס ער טוט און וויפיל ער קריגט סוף וואך, די ארבעט וואס ער טוט איז דיר ווערד און עס ברענגט דיר רוח, והא ראי' דו האלטסט אים (פאר די וואס האבן שוועריגקייטן מיטן פארשיקן א ארבעטער פאר סיי וועלכע סיבה, ווי רוב פון אונז אידישע קינדער וואס איז זייער אומבאקוועם אפצוזאגן איינעם, עס איז פארהאן עצות אויף דעם אויך, אבער דאס איז א נושא פאר זיך), ממילא מאך אים פילן וויכטיג, רעכן זיך מיט זיין מיינונג, ער פארשטייט באמת מער ווי דיר און געוויסע זאכן, נעם אן זיינע עצות און מיינונגען, און פרעג אים אפי' "וואס קען מען טון בעסער צו מאכן?", אינוואלוו זיי אין טוישונגען אין די ביזנעס, אויב א ארבעטער ברענגט אויף אן איידיע וואס קען זיך אויסארבעטן פאלג אים, ער וועט פילן ווי מ'הערט זיין איידיע, ער וועט זיך פילן גוט, און ארבעטן בעסער.

א חבר מיינער האט מיר אמאל פארציילט אז ער האט געפילט אז די ארבעטער זענען נישט אויף די זעלבע פעידש, און ער האט געוואלט פארבעסערן די אטמאספערע, האט ער אנגעהויבן איינמאל א וואך צו פארשפארן א שעה פריער און געמאכט א פאדי דעמאלטס, ער האט געברענגט א באטל קאלע מיט אביסל פאטעיטא טשיפ און פאפקארן, און די מטרה איז געווען אז יעדער זאל זיך מתבונן זיין וויאזוי די וואך איז געווען און אויף וואס מ'גייט פאוקעסן די קומענדיגע וואך, יעדער האט געהאט א געלעגנהייט צו פארציילן דערגרייכונגען און דורכפעלער, מ'האט צוזאמען דורך געשמועסט געדאנקן וויאזוי צו פארבעסערן די ביזנעס, וויאזוי מ'קען הייבן די אינקאם פון די ביזנעס און שניידן הוצאות, און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן אנזעהן א שטארקע צוזאמען ארבעט, די אטמאספער האט זיך געטוישט אויפן צווייטן זייט אינגאנצן און די אינקאם פון די ביזנעס האט זיך אנגעהויבן ארויף רוקן העכער און העכער אדאנק דעם.

4. גוטע און אפענע קאמיוניקאציע!

איינער פון די פלעצער ווי זייער אסאך רילעישענשיפ'ס גליטשן זיך אויס איז ביי גוטע און אפענע קאמיוניקעישן.

מאך זיכער צו האבן א אפענע שפראך מיט יעדע ארבעטער באזונדער, ווי אויך די ארבעטער מיט די מענדשערס און בעלי בתים.

זייער אסאך מיספארשטענדענישן וואלטן געקענט געלעזט ווערן אן א קריגעריי ווען עס וואלט געווען א בעסערע קשר, זייער אסאך פארלאנגן וואלטן גערן נאכגעגעבן געווארן, און אסאך עגמת נפש וואלט פארמיטן געווארן.

די בעסטע איז אויב א בעה"ב קען מאכן א סדר צו רעדן צו יעדן איינציגן ארבעטער איינמאל א וואך אדער כאטשיג צוויי מאל א חודש (און גרעסערע ביזנעסער מיט מער ארבעטער קען דאס די מענדשער טון אנשטאט) אפילו אויב מ'טרעפט זיך יעדן טאג און מ'רעדט, דאס דארף זיין פריוואט א וואן ביי וואן מיטינג געסקעדשלט פון פריער, אויף א וועג אז סיי דער בעה"ב און סיי דער ארבעטער זאלן זיין באקוועם צו זאגן אלעס וואס ליגט אינעווייניג (יא! דו קענסט באשטיין אז דיין ארבעטער זאל דיר בעטן אפן, ענדערש ווי זיך דרייען מיט פארלאנגן אין בויך און נישט קענען ארויס זאגן און נאכלאזן לכבוד דעם פון די ארבעט), דאס זאל נישט זיין געבעיסט אויף זאגן קריטיק, נאר פונקט פארקערט זעה צו זאגן אין די צייט ווי מער קאמפלימענטן, מ'מעג זאגן קריטיק פאר א ארבעטער (פארשטייט זיך אויף א שיינע וועג, אויפמערקזאם מאכן נישט אנשרייען פערזענליך וכו'), אבער אויב וועט די מיטינג זיין מער ווייניגער קריטיק יעדע וואך וועט עס נאר חרוב מאכן און נישט אויפטון, דער ארבעטער וועט זיך ארויסדרייען דערפון. זאג ענדערש קריטיק אין אנדערע צייטן און לאז די מיטינג א געלעגנהייט צו בויען א פריוואטע קשר.

5. באמערק ווען א ארבעטער שטרענגט זיך אן!

מען הערט אסאך מאל ארבעטער זיך אפרעדן "איך בין אזוי איבערגעגעבן, איך האב געהויבן די סעילס און ער ווייזט נישט קיין עפרישיעשן", די ערשטע זאך וויל איך זאגן פאר דעם ארבעטער, דיין בעה"ב איז נישט קיין בעל רוח הקודש… עס איז נישט קיין חסרון צו דערציילן פאר אים א גוטע זאך וואס דו האסט געטון, האסט געברענגט א קאסטומער, האסט גוט געהענדלט א שווערע קעיס וכדו', לאז אים וויסן, אויב נישט איז גאנץ מעגליך אז ער האט נישט קיין אנונג פון די גאנצע מעשה, הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו.

אבער טייערע בעה"ב, אויב דו זעהסט אז דיין ארבעטער האט געטון א ספעציעלע זאך, אדער דו מאכסט אים אויפמערקזאם אויף עפעס און ער פארבעסערט זיך, און דו ווילסט אז עס זאל אנהאלטן, זאג אים א באמערקונג "אה. איך האב הנאה לעצטענס קומסטו מער צייטליך" וכדו'.

אויב איז עס עפעס ספעציעל און דו פילסט אז עס קומט אים א באונעס גיב אים! עס איז נישט קיין עקספענס עס איז א אינוועסטמענט, באמת איז א באונעס א נושא פאר זיך אבער אויפ'ן שפיץ גאפל וועל איך אריין ווארפן א ווארט.
א באונעס מוז נישט אייביג מיינען געלט, עס קען מיינען גיבן נאך אפאר מינוט לאנטש, אים געבן א טאג פריי וכדו', דער עיקר ווייזן אז מ'אנערקענט זיין ארבעט.

עס איז דא א אלטע ווארט A person who feels appreciated will always do more than is expected. ווען א ארבעטער פילט אז זיין בעה"ב אנערקענט זיין ארבעט וועט ער ארבעטן בעסער.

אסאך מאל איז גענוג א קאמפלימענט (אויך א נושא פאר זיך, די נקודה איז אז די קאמפלימענט מוז געזאגט ווערן דירעקט "נעכטן צוויי אזייגער האסטו אויפגעהויבן די טעלעפאון זייער פראפעסיאנאל", זאגן בכלליות "דו הייבסט אויף פראפעסיאנאל די פאון" האט נישט די זעלבע ווערד) וואס איז וויכטיג אייביג, און א זייטיגע בענעפיט הייבט דאס דיין רעספעקט אין די אויגן פונעם מקבל, אבער אויב מ'טוט נישט קיין איינס פון די אויבן דערמאנטע, שפירט דער ארבעטער ווי זיין ארבעט איז נישט גענוג ווערד, און קומענדיגע מאל וועט ער זיך נישט אזוי אנשטערענגען.

6. טראסט דיינע ארבעטער!

אין די גוי'אישע וועלט קומען פאר ריזיגע דעבאטעס איבער די נושא פון מייקרא מענדשמענט, דאס איז א ברייט פארצווייגטע נושא און עס איז דא גרויסע מחלוקת איבער וויאזוי א בעה"ב זאל זיך אומגיין מיט די ארבעטער, צו מ'זאל נאכגיין דעם ארבעטער אויף טריט און שריט אדער מ'זאל אים טראסטן בלינדערהייט און נישט נאכגיין יעדע פרט וואס ער טוט.

און אמת'ן איז קיין איינס פון די צוויי וועגן נישט גוט, - און דער דרך הממוצע איז לכאורה דער אנגענומענער מהלך - אויב לייגט מען צופיל דריק אויף א ארבעטער וועט ער ארבעטן אונטער פרעשור און די קוואליטי פון די ארבעט וועט נישט זיין גוט, און אויב קוקט מען צו ווייניג קען ער פוילעצן און נישט טון זיין דשאב, דער מיטל וועג איז, טראסטן די ארבעטער (נאך אלעם פארשטייט ער בעסער צו די ארבעט) אבער נישט צומאכן די אויגן אינגאנצן, מ'מעג איבער פרעגן א ארבעטער "איך וויל פארשטיין פארוואס דו טוסט עס אויף דעם אופן" וכדו', אדרבה געווענליך וועט ער זיך פרייען מיט צו טיילן, און אויב עס איז נישט גוט קען מען זאגן א הערה וכו' און רוב פעלער וועט ער זיך צושטעלן.

7. געבן קלאר צו פארשטיין!

עס מאכט זיך אפט אז א ארבעטער פארלירט זיין חשק ווען ער פארשטייט נישט די ארבעט וואס ער טוט, אדער ער ווייסט נישט פונקטליך גענוי וואס ער דארף טון אדער וואס די רעזאלטאטן פון זיין ארבעט דארף זיין.

דער בעה"ב קען אמאל טראכטן אז דער ארבעטער דארף נישט וויסן יעדע דיטעיל, אבער עס איז נישט אמת, דער ארבעטער קען זיך פילן אפט מאל אומ-רואיג מיט די ארבעט ווען ער האט עס נישט פונקטליך ארויס, און די קוואליטי פון די ארבעט קומט בעסער ארויס ווען דער ארבעטער איז אן עקספערט, און געווענליך האבן דאס קאסטומער'ס מער ליב.

8. פארשטיי זיינע שוועריגקייטן!

עס געשעהט אסאך מאל אז דער ארבעטער האט א געוויסע שוועריגקייט ביי די ארבעט, למשל א חלק פון די ארבעט וואס ער האט נישט ליב צו טון אדער עס איז נישט געמאכט פאר זיינע כוחות, אויב עס איז מעגליך דארף מען איינטיילן די ארבעט לויט די פעהיגקייטן פון יעדן ארבעטער, אבער עס איז נישט אייביג מעגליך, עס איז דא אסאך מאל וואס מ'האט נישט קיין ברירה, און מ'מוז געבן פאר איינעם א ארבעט וואס ער גלייכט נישט, אבער אויב ער ווייסט אז די בעה"ב פילט מיט און פרובירט אים צו מאכן גרינגער, וועט ער עס נישט אננעמען אזוי שווער, אסאך מאל איז גענוג נאר צו מיטקרעכצן.

דאס איז נאר ממש בקצה המזלג, און מיר האפן בעז"ה ממשיך צו זיין און פארברייטערן יעדע נושא, און ווי אויך צולייגן נאך אסאך וואס מ'איז נישט אנגעקומען אויסצושמועסן דא.

[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

אויף דעם ארטיקל קען איך נישט זאגן מער ווי WOW!!

אזויפיל אינפארמאציע אריין צו לייגן אין איין ארטיקל!!!

איך האף אז דער שרייבער וועט האלטן ווארט, און ממשיך זיין צו צונעמען יעדע דעטאל נאכן פארמעסט.

איך בין ממש נתפעל פון די אינפארמאציע און פון די וועג וויאזוי עס איז אראפ געשריבן געווארן.

5 סטאר רעיטיג!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

דער ארטיקל - לפום ריהטא - איז בעיקר געשריבן געווארן מיט'ן ציהל צו איבערגעבן א מעסעדש. און נישט אזוי ווייט צו ווייזן שרייבערישע טאלאנט. אמנם מ'זעהט אז ער קען דאס אויך גוט.

דעם שרייבערס טאלאנט - לפי מיין יעצטיגע בליק - ליגט נישט דוקא אין זיין שריפט, ס'ליגט מער אין זיין רעטאריק. ער קען איבערצייגן, און ער האט מיט וואס און וויאזוי. ער האט זייער זייער א רייכע שפראך. נישט דוקא שריפט. נאר אין מויל. ער וויל עפעס זאגן? און ער האט צו זיין דיספאזיציע גענוג און נאך ווערטער מיט אן איבערפלוס ועוד. דאס געט אזא געשמאקייט צום פארדייען וואס ער זאגט. דו שפירסט נישט די פלייש, ווייל ס'קומט מיט אסאך פעטעטעס.

דאס איז וואס דער שרייבער שרייבט: עס איז דא א אלטע ווארט A person who feels appreciated will always do more than is expected. ווען א ארבעטער פילט אז זיין בעה"ב אנערקענט זיין ארבעט וועט ער ארבעטן בעסער. ביז אהער

די מענטשן וואס האבן אלעמאל אלטע ווערטער צו זייער דיספאזיציע. איך ווייס נישט צו מ'קען דאס קונה זיין אלץ טאלאנט. חוץ אז דו גייסטעך אנהייבן איינקריצן אלע "די וועלט זאגט א ווערטעל" ווערטליך.

כדי צו קענען וואס דער שרייבער קען, דארפסטו קענען אפעלירן צו געפילן פון מענטשן. נאך פאר דו שרייבסט - אדער בעסער געזאגט רעדסט - דארפסטו קענען וויסן "וועלכע געפילן מענטשן האבן צו געוויסע זאכן. צום ביישפיהל: יעדע בעה"ב וואונטשט זיך צו האבן אין די ארבעט "טיעם ווארק".

ער ווייסט וואס יעדער בעה"ב וואונטש זיך.

דעם טאלאנט דארפסטו האבן, אויב דו ווילסט קענען וואס ער קען. ווייס, און פארשטיי, וואס יענער וויל. ווייס און פארשטיי וואס עס גייט יענעם איבערצייגן.

אויך וואלט איך געוואלט צולייגן אז דער שרייבער פון דעם ארטיקל האט זעלבסט-זיכערקייט און סעלף עסטים. ער שפירט אז ער וויל זאגן און ער זאגט עס, אן איבערטראכטן. ער פארשטייט און ער זאגט וואס ער פארשטייט.

איך וואלט געזאגט - לפום ריהטא - אז דער שרייבער האט א גוטן קאפ, און האט ארויס ביזנעס. אזוי ווי איך האב ארויס די חילוק צווישן "איך האב אייך געוואלט זאגן" און "איך האב געוואלט וויסן".

ער באקומט פון מיר אלעס פינף. פארוואס? ווייל למעשה איז די אינהאלט זייער רייך, למעשה איז די שפראך גוט, און די אווער אל רעטינג איז גוט.

פארוואס זאל איך אים געבן נאר פיר?
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

דער בעל ה'ארטיקל האט גענומען זייער א ברייטע נושא און עס צוקוועטשט אין א קורצע באשרייבונג, און עס דעקענט זיך אויף די שריפט אז עס איז געשריבן געווארן בקיצור נמרץ.

זייער גוט ארויסגעברענגט די פוינטס, און עס אפעלירט צו יעדן איינעם, סיי דער בעל הבית און סיי דער ארבעטער, ארויסגעברענגט אין א געשמאקע שפראך.

האף מיר נאר אז ער וועט האלטן ווארט און ממשיך זיין און פארברייטערן די נושאים נאך די פארמעסט...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

זייער ניצבארע טיפס. דער שרייבער קומט אריין קלאר און פליסיג.

שכח.
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

איבער געליינט יעצט א צווייטע מאל און געזעהן וואס איך האב פארפאסט ביים ערשטן מאל ליינען.

עס איז זייער טיף געשריבן, און זייער אסאך אינפארמאציע, די נושאים קען מען צונעמען אסאך מער און טיפער.

איך האב לעצטענס מיטגעהאלטן פון די נאנט ווי א ארבעטער האט זיך צוריבן מיט זיין באס צוליב געוויסע זאכן וואס מ'האט זיך נישט קלאר אויסגענומען פון פאראויס און זיי האבן זיך נישט געקענט אויסקומען צווישן זיך.

דארט האב איך געזעהן ווי וויכטיג עס איז צו האבן א אפענע קאמיוניקאציע.

דאס וואס דער שרייבער ערווענט אז מ'זאל מאכן א נאנטע געשמאקע קשר, ווי א פריוואטע מיטינג יעדע וואך א.ד.ג. איז דאס אויסגעהאלטן?

איך מיין אז געוויסע קאנסאלטענס עצה'נען דוקא פארקערט, אז מ'זאל האבן מיט די ארבעטער א פראפעשענעל רילעישענשיפ. נישט אזוי?
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

בעצם פשוט'ע זאכן, גוט און קלאר ארויסגעברענגט, מיט זייער א גראדע בליק!
פאסט אריין פאר א קאלום אין 'די מאמענט'...
אבער א פראפעסיאנאלע שפראך, א פארגעניגן צו ליינען!
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

רייכע שמועס, זאכליכע משלים ('נשמה', דו מיט דיינע אנאליזן נעמען מיך ארויס פון די כלים!)

בעסטע ליניע: "בזיעת אפיך תאכל לחם איז א קללה פון וואס מיר אלע ליידן, אבער דער בעה"ב איז נישט דער אפטרופוס זיכער צו מאכן אז דאס ווערט אויסגעפירט…"
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

גוטע און נוצבארע טיפס, ארויסגעברענגט מיט א געשמאקע פליסיגע שפראך.
איך האף אז די סעריע וועט פארזעצן.
פינף שטערנ'דיגער ארטיקל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לכאורה האט געשריבן:בעסטע ליניע: "בזיעת אפיך תאכל לחם איז א קללה פון וואס מיר אלע ליידן, אבער דער בעה"ב איז נישט דער אפטרופוס זיכער צו מאכן אז דאס ווערט אויסגעפירט…"

אויך זייער הנאה געהאט פון דעם

אווער אלל א 5 ער שרייבט גוט צולייגט גוט און מזהעט ער איז שולט אין די נושא.

די שפראך איז 5, נישט רייך 5 נאר א שאפרך 5, דא דארף מען נישט קיין געפילישע עקספרעשנס נאר פראקטישע זאצן וואס פארו איינס נאכן צווייטן און ברענגט קלאר ארויס די נושא.

אינהאלט.. מממ.... 1
וואס זאך איך דיר זאגן, אין נארמאלע אומשטענדן אזא ארטיקל סטאפ איך ליינען נאכן צווייטע שורה, אין די וועכנטליכע און חודשליכע מאגאזין זעצט איך מיר קיינמאל אראפ ליינען די מינע ארטיקלען, איך קען אמאל ביי מיסטעיק זיך פארליינען אבער ווייניג מאל ענדיגן אזא ארטיקל ביזן סוף.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

WOW!!
א מייסטערהאפטיגע ארבייט,
שטארק און גוט אראפגעלייגט, צום פוינט, און שיין מסודר,
מ'זעהט וואס דער שרייבער וויל זאגן, און מ'קען עס גרינג דערהערן,

וועגן די תוכן, ווענד זיך די טעסט פון א מענטש, איך האב גראדע זעהר הנאה געהאט פון די תוכן, אבער כ'קען פארשטיין, אז מענטשן וואס זענען סעלף עמפלאויד, אדער איינער וואס האט א פיצי ביזנעס מיט פארט טיים ארבייטערס, זאל נישט זעהן קיין אינטערעסע אין דעם נושא,
אבער ע"פ רוב מענטשן, ארבייטערס, אדער געווענליכע בעלי בתים, וואלטן יא הנאה געהאט פון אזא ארטיקל,

איך גיב דאס א פינפער פאר שפראך, א פירער פאר תוכן, און א פינפער פאר א אוועראלל רעיטינג!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

איינס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:בעסטע ליניע: "בזיעת אפיך תאכל לחם איז א קללה פון וואס מיר אלע ליידן, אבער דער בעה"ב איז נישט דער אפטרופוס זיכער צו מאכן אז דאס ווערט אויסגעפירט…"

אויך זייער הנאה געהאט פון דעם

אווער אלל א 5 ער שרייבט גוט צולייגט גוט און מזהעט ער איז שולט אין די נושא.

די שפראך איז 5, נישט רייך 5 נאר א שאפרך 5, דא דארף מען נישט קיין געפילישע עקספרעשנס נאר פראקטישע זאצן וואס פארו איינס נאכן צווייטן און ברענגט קלאר ארויס די נושא.

אינהאלט.. מממ.... 1
וואס זאך איך דיר זאגן, אין נארמאלע אומשטענדן אזא ארטיקל סטאפ איך ליינען נאכן צווייטע שורה, אין די וועכנטליכע און חודשליכע מאגאזין זעצט איך מיר קיינמאל אראפ ליינען די מינע ארטיקלען, איך קען אמאל ביי מיסטעיק זיך פארליינען אבער ווייניג מאל ענדיגן אזא ארטיקל ביזן סוף.

דאס מיינט על טעם וריח יש להתוכח!

מיר האט מורא'דיג געכאפט די אינהאלט, עס איז א געווואלד מיט אינפארמאציע, און עס דערקענט זיך אז דער שרייבער האט געוואלט שרייבן אסאך לענגער נאר געמוזט מקצר זיין (לויט די וועג וויאזוי ער געט א כאפ אן די שפוץ פון א טאפיק און לויפט ווייטער, איך האף אז נאך דעם וואס די פארמעסט וועט זיך ענדיגן וועט דער שרייבער יא צוריק קומען צו אלע טאפיק'ס וואס ער האט אנגערירט און עס ברייטער אויסשמועסן), און אפילו אזוי ליינט זיך עס זייער געשמאק און פליסיג.

אפגערעדט פון די נוצבארע אינפארמעישן און טיפס וואס איך נעם ארויס פון דא.

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וועגן די תוכן, ווענד זיך די טעסט פון א מענטש, איך האב גראדע זעהר הנאה געהאט פון די תוכן, אבער כ'קען פארשטיין, אז מענטשן וואס זענען סעלף עמפלאויד, אדער איינער וואס האט א פיצי ביזנעס מיט פארט טיים ארבייטערס, זאל נישט זעהן קיין אינטערעסע אין דעם נושא,
אבער ע"פ רוב מענטשן, ארבייטערס, אדער געווענליכע בעלי בתים, וואלטן יא הנאה געהאט פון אזא ארטיקל,

איך בין גראדע סעלף עמפלויד, איך בין נישט קיין ארבעטער און אויך נישט קיין בעל הבית, אבער עס קומט מיר אסאך אויס צו דיעלן מיט מענטשן, און איך הער אסאך מעשיות. ווען מענטשן וואלטן זיך געפירט אזוי ווי דער ארטיקל שרייבט פאר, וואלטן אסאך עגמת נפש פארמיטן געווארן.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

קאלט האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:בעסטע ליניע: "בזיעת אפיך תאכל לחם איז א קללה פון וואס מיר אלע ליידן, אבער דער בעה"ב איז נישט דער אפטרופוס זיכער צו מאכן אז דאס ווערט אויסגעפירט…"

אויך זייער הנאה געהאט פון דעם

אווער אלל א 5 ער שרייבט גוט צולייגט גוט און מזהעט ער איז שולט אין די נושא.

די שפראך איז 5, נישט רייך 5 נאר א שאפרך 5, דא דארף מען נישט קיין געפילישע עקספרעשנס נאר פראקטישע זאצן וואס פארו איינס נאכן צווייטן און ברענגט קלאר ארויס די נושא.

אינהאלט.. מממ.... 1
וואס זאך איך דיר זאגן, אין נארמאלע אומשטענדן אזא ארטיקל סטאפ איך ליינען נאכן צווייטע שורה, אין די וועכנטליכע און חודשליכע מאגאזין זעצט איך מיר קיינמאל אראפ ליינען די מינע ארטיקלען, איך קען אמאל ביי מיסטעיק זיך פארליינען אבער ווייניג מאל ענדיגן אזא ארטיקל ביזן סוף.

דאס מיינט על טעם וריח יש להתוכח!

מיר האט מורא'דיג געכאפט די אינהאלט, עס איז א געווואלד מיט אינפארמאציע, און עס דערקענט זיך אז דער שרייבער האט געוואלט שרייבן אסאך לענגער נאר געמוזט מקצר זיין (לויט די וועג וויאזוי ער געט א כאפ אן די שפוץ פון א טאפיק און לויפט ווייטער, איך האף אז נאך דעם וואס די פארמעסט וועט זיך ענדיגן וועט דער שרייבער יא צוריק קומען צו אלע טאפיק'ס וואס ער האט אנגערירט און עס ברייטער אויסשמועסן), און אפילו אזוי ליינט זיך עס זייער געשמאק און פליסיג.

אפגערעדט פון די נוצבארע אינפארמעישן און טיפס וואס איך נעם ארויס פון דא.

פינקט אזוי,
בכלל ווען מ'וואוט פאר א ארטיקל אויף דיי אינהאלט, קוק מער וויפול תוכן ס'האט, ווי אויף ווי שטארק 'דו' גלייכסט דעם טאפיק,
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

100%
איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל אז יעדער רדארף וואוטן פון זיין פוינט אוו וויו, דאס איז טאקע דער פארמעסט.

איך האב געשריבן נאר מיין פיל אויף די ארטיקל נישט אז דאס איז "די" בליק פון יעדעם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
קאלט האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:בעסטע ליניע: "בזיעת אפיך תאכל לחם איז א קללה פון וואס מיר אלע ליידן, אבער דער בעה"ב איז נישט דער אפטרופוס זיכער צו מאכן אז דאס ווערט אויסגעפירט…"

אויך זייער הנאה געהאט פון דעם

אווער אלל א 5 ער שרייבט גוט צולייגט גוט און מזהעט ער איז שולט אין די נושא.

די שפראך איז 5, נישט רייך 5 נאר א שאפרך 5, דא דארף מען נישט קיין געפילישע עקספרעשנס נאר פראקטישע זאצן וואס פארו איינס נאכן צווייטן און ברענגט קלאר ארויס די נושא.

אינהאלט.. מממ.... 1
וואס זאך איך דיר זאגן, אין נארמאלע אומשטענדן אזא ארטיקל סטאפ איך ליינען נאכן צווייטע שורה, אין די וועכנטליכע און חודשליכע מאגאזין זעצט איך מיר קיינמאל אראפ ליינען די מינע ארטיקלען, איך קען אמאל ביי מיסטעיק זיך פארליינען אבער ווייניג מאל ענדיגן אזא ארטיקל ביזן סוף.

דאס מיינט על טעם וריח יש להתוכח!

מיר האט מורא'דיג געכאפט די אינהאלט, עס איז א געווואלד מיט אינפארמאציע, און עס דערקענט זיך אז דער שרייבער האט געוואלט שרייבן אסאך לענגער נאר געמוזט מקצר זיין (לויט די וועג וויאזוי ער געט א כאפ אן די שפוץ פון א טאפיק און לויפט ווייטער, איך האף אז נאך דעם וואס די פארמעסט וועט זיך ענדיגן וועט דער שרייבער יא צוריק קומען צו אלע טאפיק'ס וואס ער האט אנגערירט און עס ברייטער אויסשמועסן), און אפילו אזוי ליינט זיך עס זייער געשמאק און פליסיג.

אפגערעדט פון די נוצבארע אינפארמעישן און טיפס וואס איך נעם ארויס פון דא.

פינקט אזוי,
בכלל ווען מ'וואוט פאר א ארטיקל אויף דיי אינהאלט, קוק מער וויפול תוכן ס'האט, ווי אויף ווי שטארק 'דו' גלייכסט דעם טאפיק,

איי דיסעגרי.

ווען כ'וואט אויף אינהאלט, וואט איך לויט ווי די אינהאלט קאנעעקט צו מיך.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

וואס טוט זיך האט געשריבן:

נא, מיט דעם איז דאך יעדער מענטש אנדערש, ביי יעדן מיינט אינהאלט עפעס אנדערש.

איינער וועט וועלן ווייל דער קעפל איז אים געפאלן, איינער ווייל דער טאפיק קאנעקט צו אים אפילו עס איז נישט גענוג גוט אראפגעשריבן, איינער פארקערט, גוט אראפגעשריבן אפילו די נושא גייט אים גאנץ קנאפ אן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

קאלט האט געשריבן:אויף דעם ארטיקל קען איך נישט זאגן מער ווי WOW!!

אזויפיל אינפארמאציע אריין צו לייגן אין איין ארטיקל!!!

איך האף אז דער שרייבער וועט האלטן ווארט, און ממשיך זיין צו צונעמען יעדע דעטאל נאכן פארמעסט.

איך בין ממש נתפעל פון די אינפארמאציע און פון די וועג וויאזוי עס איז אראפ געשריבן געווארן.

5 סטאר רעיטיג!

;l;p- גא''ם
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

בשם דער שרייבער:

אזויווי דערמאנט אינעם ארטיקל זעלבסט האבן מיר נאר אנגערירט נושאים בקצה המזלג, און מיר האפן אי"ה אז נאכן פארמעסט צו ממשיך זיין א סעריע איבער די וויכטיגע נושא.

עס איז נאך דא זייער אסאך זאכן אויסצושמועסן, סיי זאכן וואס ווערן דערמאנט און מ'קען ארום רעדן אסאך ברייטער דערוועגן, און אויך איבער ענינים וואס מיר זענען נישט אנגעקומען דערצו.

אויב פילט איר אויף א געוויסע נושא בשייכות צו דעם ענין וואס איז נישט געווארן דערמאנט, אדער דארף א ברייטערע אויסשמועס ביטן לאזט וויסן, ווייל די נעקסטע ארטיקל איז שוין אין שוואנג, און מיר האפן אנצוקומען צו יעדנס פראגע.

מיר האפן אז איר וועט אי"ה הנאה האבן.
אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלעך »

איך האב דורעכגעליינט די ארטיקל צוויי מאל, דער יונגערמאן רעדט דברים של טעם און זייער פראקטיש!
פון דער איינגערינגעלטע ווערטער וואס ער שרייבט אז דאס איז א נושא/סוגיא פאר זיך זעהט מען אז יותר ממה שקראתי כאן יש כאן.
איך קוק ארויס צו ליינען נאך פון אים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
קאלט האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
לכאוׂרה האט געשריבן:בעסטע ליניע: "בזיעת אפיך תאכל לחם איז א קללה פון וואס מיר אלע ליידן, אבער דער בעה"ב איז נישט דער אפטרופוס זיכער צו מאכן אז דאס ווערט אויסגעפירט…"

אויך זייער הנאה געהאט פון דעם

אווער אלל א 5 ער שרייבט גוט צולייגט גוט און מזהעט ער איז שולט אין די נושא.

די שפראך איז 5, נישט רייך 5 נאר א שאפרך 5, דא דארף מען נישט קיין געפילישע עקספרעשנס נאר פראקטישע זאצן וואס פארו איינס נאכן צווייטן און ברענגט קלאר ארויס די נושא.

אינהאלט.. מממ.... 1
וואס זאך איך דיר זאגן, אין נארמאלע אומשטענדן אזא ארטיקל סטאפ איך ליינען נאכן צווייטע שורה, אין די וועכנטליכע און חודשליכע מאגאזין זעצט איך מיר קיינמאל אראפ ליינען די מינע ארטיקלען, איך קען אמאל ביי מיסטעיק זיך פארליינען אבער ווייניג מאל ענדיגן אזא ארטיקל ביזן סוף.

דאס מיינט על טעם וריח יש להתוכח!

מיר האט מורא'דיג געכאפט די אינהאלט, עס איז א געווואלד מיט אינפארמאציע, און עס דערקענט זיך אז דער שרייבער האט געוואלט שרייבן אסאך לענגער נאר געמוזט מקצר זיין (לויט די וועג וויאזוי ער געט א כאפ אן די שפוץ פון א טאפיק און לויפט ווייטער, איך האף אז נאך דעם וואס די פארמעסט וועט זיך ענדיגן וועט דער שרייבער יא צוריק קומען צו אלע טאפיק'ס וואס ער האט אנגערירט און עס ברייטער אויסשמועסן), און אפילו אזוי ליינט זיך עס זייער געשמאק און פליסיג.

אפגערעדט פון די נוצבארע אינפארמעישן און טיפס וואס איך נעם ארויס פון דא.

פינקט אזוי,
בכלל ווען מ'וואוט פאר א ארטיקל אויף דיי אינהאלט, קוק מער וויפול תוכן ס'האט, ווי אויף ווי שטארק 'דו' גלייכסט דעם טאפיק,

איי דיסעגרי.

ווען כ'וואט אויף אינהאלט, וואט איך לויט ווי די אינהאלט קאנעעקט צו מיך.

איי דיסעגרי טו יור דיסעגרימענט...

לויט דיר דארף דער שרייבער זעלבסט וואטן אויף זיין תוכן אלס א 1, ווייל זינט ער האט עס שוין געליינט 20 מאל צום-ווייניגסטן, רעד עס שוין גארנישט צו אים...

תוכן מיינט אז ער "פארציילט דיר עפעס", נישט סתם געמאלן וואסער. צו ס'אינטערעסירט דיר דאס דוקא ווענדט זיך שוין אין דיין שורש נשמה, און האט גארנישט מיט די טאלאנטן פונעם שרייבער.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מחשב האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
קאלט האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אויך זייער הנאה געהאט פון דעם

אווער אלל א 5 ער שרייבט גוט צולייגט גוט און מזהעט ער איז שולט אין די נושא.

די שפראך איז 5, נישט רייך 5 נאר א שאפרך 5, דא דארף מען נישט קיין געפילישע עקספרעשנס נאר פראקטישע זאצן וואס פארו איינס נאכן צווייטן און ברענגט קלאר ארויס די נושא.

אינהאלט.. מממ.... 1
וואס זאך איך דיר זאגן, אין נארמאלע אומשטענדן אזא ארטיקל סטאפ איך ליינען נאכן צווייטע שורה, אין די וועכנטליכע און חודשליכע מאגאזין זעצט איך מיר קיינמאל אראפ ליינען די מינע ארטיקלען, איך קען אמאל ביי מיסטעיק זיך פארליינען אבער ווייניג מאל ענדיגן אזא ארטיקל ביזן סוף.

דאס מיינט על טעם וריח יש להתוכח!

מיר האט מורא'דיג געכאפט די אינהאלט, עס איז א געווואלד מיט אינפארמאציע, און עס דערקענט זיך אז דער שרייבער האט געוואלט שרייבן אסאך לענגער נאר געמוזט מקצר זיין (לויט די וועג וויאזוי ער געט א כאפ אן די שפוץ פון א טאפיק און לויפט ווייטער, איך האף אז נאך דעם וואס די פארמעסט וועט זיך ענדיגן וועט דער שרייבער יא צוריק קומען צו אלע טאפיק'ס וואס ער האט אנגערירט און עס ברייטער אויסשמועסן), און אפילו אזוי ליינט זיך עס זייער געשמאק און פליסיג.

אפגערעדט פון די נוצבארע אינפארמעישן און טיפס וואס איך נעם ארויס פון דא.

פינקט אזוי,
בכלל ווען מ'וואוט פאר א ארטיקל אויף דיי אינהאלט, קוק מער וויפול תוכן ס'האט, ווי אויף ווי שטארק 'דו' גלייכסט דעם טאפיק,

איי דיסעגרי.

ווען כ'וואט אויף אינהאלט, וואט איך לויט ווי די אינהאלט קאנעעקט צו מיך.

איי דיסעגרי טו יור דיסעגרימענט...

לויט דיר דארף דער שרייבער זעלבסט וואטן אויף זיין תוכן אלס א 1, ווייל זינט ער האט עס שוין געליינט 20 מאל צום-ווייניגסטן, רעד עס שוין גארנישט צו אים...

תוכן מיינט אז ער "פארציילט דיר עפעס", נישט סתם געמאלן וואסער. צו ס'אינטערעסירט דיר דאס דוקא ווענדט זיך שוין אין דיין שורש נשמה, און האט גארנישט מיט די טאלאנטן פונעם שרייבער.

סוי ביי די גרויסע וואהלן זאלסטו אוודאי וועהלן אויף וועלכע ארטיקל ס'ציעט דיך דאס מערסטע,
אבער ווען מ'פרעגט דיך 'וויאזוי רעטסטו די תוכן פון דעם ארטיקל' פרעגט מען נישט וויאזוי גלייכסטו דעם טאפיק, נאר צו ס'איז תוכנ'פול אדער געמאלן וואסער
ווי מחשב איז מסבר
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אין גרויסע וואלן דארף מען הערשט וועלן לויט די "שרייבערישער טאלאנט" און נישט לויט פערזענליכע געשמאק.

נאר טאמער עס זענען דא צוויי ארטיקלען מיט די זעלבע רעיטינג, דאן קען פערזענליכע געשמאק דעצידירן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שרייבערישע טאלאנט איז יעדער לויט זיין געשמאק עפעס אנדערש
סאיז נישטא קיין בוק מיט געזעצן וואס מיינט שרייבערישע טאלאנט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #4 - די סוקסעס ליגט אין דיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איינס האט געשריבן:שרייבערישע טאלאנט איז יעדער לויט זיין געשמאק עפעס אנדערש
סאיז נישטא קיין בוק מיט געזעצן וואס מיינט שרייבערישע טאלאנט

ווען א מענטש וואוט אויף די שפראך מיינט עס געווענליך לויט וויפיל די שריפט האט אים געצויגן.

אבער איך מיין אז מ'איז דא פארקראכן פון די נושא...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”