ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 1: לאמיר כאפן א שפאציר

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 1: לאמיר כאפן א שפאציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

בילד


ווי פאסיג איז צו אריין פירן אונזער באשרייבונג מיט די זיסע ווערטער פונעם נעים זמירות ישראל מלכינו דוד ווי ער ברענגט צומבעסטן ארויס פלאותיו יתברך.

ברכי נפשי את השם... יעלו הרים ירדו בקעות, עס הייבן זיך בערג און גייען אויף אראפ די טאלן... המשלח מעינים בנחלים, ער שיקט קוועלער אין די טייכן... חיות קטנות עם גדולות, באשעפענישן גרויסע און קליינע...

מה רבו מעשיך השם! שרייט ווי פון זיך ארויס פון יעדן רעכט דענקנדן מענטש ווען מען געט נאר אפילו א קליין בליק אריין אין די וואונדער פון נאטור. די וואונדערליכע בילד וואס דער מייסטער מעלער האט אויסגעמאלעוועט מיט א געטליכע בערשטל און הימלישע פארב.. די גרעסטע מעלער און דיזיינער פרובירן אן ערפאלג נאכצומאכן דאס בילד פון נאטור. דאס בילד וואס דער בורא עולם האט אוועק געשטעלט מששת ימי בראשית.

ווייס פארשנייטע מאסיווע בערג שפיצן, ווען העכער זיי הויערן פארהויכטע וואטע וואלקענס... די וואונדערבארע קאלירפולע שקיעה שטראלן אפשפיגלענדיג אויף א קליין טייכל ארום גענומען מיט הימל גרייכענדע ריזן ביימער... וואונדערבארע געמיטער-בארואיגנדע וואסער פאלן פליסן ארויס פון צווישן די בערג און קלאפן זיך אן אין פעלזן שטיינער צוריק שיסנדיג מיט א קראפט....

די דאזיגע אטעם פארכאפנדע בילדער זענען ניטאמאל די טועמיה פון די וואונדערליכע סצענעס וואס שפילן זיך אפ יעדע מינוט אין די וועלט בארימטע "יעלאוסטאון נעשאנעל פארק".

[align=center]יעלאוסטאון נאציאנאלער פארק[/align]

איז די נאמען פון איינע פון די די מערסט בארימטע צוציאונגס ערטער איבער די וועלט, אויב נישט די מערסט בארימטע באקומענדיג א פלייץ פון אריבער דריי מיליאן (!) באזוכער יערליך.

זיצנדיג אויף א מאסיווען וואולקאן בארג אין צענטער פון די פאראייניגטע שטאטן -מערסטנסטייל געפינט זיך עס אין צפון מערב ווייאמינג וווען קליינע חלקים גייען אריין אויך אין 'מאנטענע' און 'איידעהאו'- געפינען זיך טייל פון די וועלט'ס גרעסטע וואונדער.

אנגעהויבן ביי די 'וויילדליי"ף', ווי פילע סארטן חיות און בהמות פירן דארט זייערע לעבנס אין דער ווילדערניש גענוי ווי ביים ווערן אריבער געפירט בעפאר דעם ערשטן מאן ביים וועלט באשאף. עטליכע סארט בערן, וועלף, ביסאן'ס, פוקסן, ווילדע באקן און נאך, אין א סך הכל פון 76 סארטן ווילדע חיות.

285 פארשידענע אויגפארכאפנדע פויגל און קאלירפולע מייסטער דיזיינטע פלאטערלעך מאכן דארט זייער וואוינארט צווישן די בערג און טאלן, בויענדיג זייערע נעסטן צווישן די ווילדע געוויקסן ווענגלייך די לעכער אין די מאסיווע פעלזן.

דערנאך קומט די ריכטיגע סחורה, דער עיקר חידוש פון יעלאוסטאון וואס מען געפינט נישט ערגעץ אנדערש. ווי אויבן דערמאנט איז די יעלאוסטאון ראיאן א אומאקטיווע וואולקאן בארג וואס קען אין א ליאדע מינוט אויפרייסן (אין א געווענדליכע יאר איז דא דארט צווישן איין און דריי טויזענט!! ערד ציטערנישן). דאס ברענגט אז דער גאנצער ראיאן איז פול מיט 'גיאוטערמאל ענערדזשי'- א געוויסע סארט ענערדזשי וואס פאדערט א לענגערן ארטיקל מסביר צו זיין- וואס שאפט זיך אין וואולקאן באטראפענע געגנטער.

פון דעם איז געשאפן געווארן פארשידענע אויסטערלישע נאטור וואונדער. אנגעהויבן פון די וואונדערליכע 'הא"ט ספרינג"ס'. הייסע קוועלער (ממי המבול?) וואס זיצן אין די ווילדערניש ארום גענומען מיט זומפן און פארמירן קליינע טייכלעך פון גאר הייס וואסער וואס ווערן וואונדערליך קאלירט פון די שטיינער דערנעבן פארמירנדיג אויגפארכאפנדע סצענעס פון הייסע ריזיגע פלאכע זומפן געמישט פון געל בלוי מיט א העל אראנדזש, ארויסגעבנדיג א הייסע פארע אין דער לופט העכער דעם וואס פארבלענדעט די אויגן מיט איר פראכטפולן אויסזעהן און אירע פארשידענע זעלטענע ערשיינונגען וואס מען געפינט נישט אויף נאך א פלאץ אויפן ערד קוגל.

פון די האט ספרינגס ווערט געשאפן נאך אן ערשיינונג נאך מער אינטערסאנט און וואונדערליך. דאס זענען די וועלט בארימטע 'גייזערס'. (בקיצור נמרץ געשעהט דאס ווען טייל פון די הייסע קוועלער האבן נישט ווי ארויסצוגעבן זייער היץ, און עס זאמלט זיך אן א געפערליך שטארקע פרעשור אינעם באסיין וואס רייסט אויף מיטן ארויס שיסן שווערע גאלאנען פון די בריעדיגע וואסער, און מיט דעם בארואיגט זיך די פרעשור ביז עס זאמלט זיך נאכאמאל אן און ער שיסט נאכאמאל ארויס, וחוזר חלילה) מאכטפולע ספרינקלער'ס וואס שיסן ארויף טויזנטע גאלאנען פון קאכעדיג וואסער הונדערטע פוס הויך מיט א שטארקע פארע. עס איז דא גייזער'ס וואס האבן זייער באשטימטן סייקל און מען ווייסט שוין אז דעמאלט גייט ער 'עראפטן' -דאס הייסט ארויפשיסן-, ווידער אנדערע -די רוב פון זיי- זענען 'אנפרעדיקטעבל' און מען ווייסט נישט פונקטליך ווען עס גייט זיין די קומענדיגע עראפשן.

ווער עס האט נאך נישט געזעהן די מחזה מיט די אייגענע אויגן קען דאס נישט פארשטיין. פון איין מינוט אויפן צווייטן הייבן אן אין א ליאדע מינוט ארויף שיסן אין די לופט קאכעדיג וואסער מיט א משונה'דיגן כח שאפנדיג א מאסיווער וואלקן וואס זעהט זיך אן מיילן ווייט.

איבער די גאנצע כדור הארץ איז אינגאנצן פארהאן א סך הכל פון בערך טויזנט גייזער'ס, און מער ווי פינף הונדערט- דאס מיינט איבער האלב דערפון, געפינען זיך אין יעלאוסטאון. מיליאנען מענטשן פון איבער די גאנצע וועלט שטראמען טעגליך צו צפון-מערב אמעריקע צו מיטהאלטן די אויסטערלישע סצענעס מיט זייערע פליישיגע אויגן און אויב ס'געלונגט אויך פאראייביגן עטליכע געלונגענע בילדער.

די מערסט באקאנטע גייזער אין יעלאוסטאון-וואס איז אויך די מערסט באקאנטע פון איבער די וועלט- איז די 'אלד פעיטפול' גייזער א גאר אינטערסאנטע אויסטערליש גרויסע גייזער. די עיקר חידוש וואס מ'געפינט נאר ביי אלד פעיטפול איז איר מורא'דיגע פונקטליכקייט. בערך נאך יעדע איינס און א האלב שעה שיסט אלד פעיטפול ארויס אין א צייט אפשניט פון 1.5-5 מינוט א לאוד פון עטליכע טויזנט(!) גאלאן וואסער אויף א הייעך פון בערך 150 פיס.

נאך א זייער באקאנטע איז די 'סטיעם באוט' גייזער. סטיעמבאוט איז ווייט נישט אזוי פונקטליך ווי פעיטפול, און אויך גאר זעלטן. אמאל רייסט זי אויף נאך עטליכע טעג, און אמאל קען עס נעמען עטליכע יאר צווישן איין עראפשן אין די קומענדיגע. איר חידוש באשטייט אבער פון דעם וואס זי איז די העכסטע אקטיווע גייזער איבער די וועלט. סטיעמבאוט שפריצט ארויף אזוי הויך ווי איבער 300!! פוס אין דער לופטן, און האלט אן פאר איבער 10 מינוט אין איין צו.

איבער טויזענט פארשידענע געוויקסן און פלאנצונגען געבן צו א גאר רייכן אויסזעהן פאר די שוין אויך אזוי גאר געשמאקע אטמאספער וואס הערשט דארט. פאר'שיכור'נדע ריחות פון דופטיגע בלומען גערטנער מישן זיך אויס מיט די פארע פון די גייזער וואסערן און לאזן ארויס אינאיינעם א זיס פאר'מח'טע לופטל וואס ווערט ארום געפירט מיט די בארג ווינט וואס בלאזט דארט כסדר.

מאיעסטעטישע ריזן בערג באצירן דעם האריזאנט איבערגעדעקט מיט א גרין ברוינעם טעפיך פון בוימער און געוויקסן. ווען צופוסנ'ס פאשען די באקאנטע ריזיגע 'באפעלאו'ס ' מיט וואס יעלאוסטאון איז בארימט, שאפנדיג א זעלטן הערליך בילד פון גרינע בערג פארפלעקט מיט ברוינע רוקנדע פינטעלעך.. אין די ווינטער חדשים איז אן עקסטערע פארגעניגן צו זעהן דעם קאלירפולן פאנאראמע פון די פילצאליגע שניי פארפרוירענע בערג שפיצן וואס טונקען זיך אין די טייכלעך צופינס פון די בערג און שיקן ארויס פון צווישן זייערע קניען מאסיוו מעכטיגע וואסער פאלן.

פילע גרעסערע און קלענערע טייכן און לעיק'ס שלענגלען זיך אדורך די טויזנטער מייל פון בערג און טאלן, פארמירנדיג קעניאנ'ס און וואסער פאלן איינס שענער און גרעסער פון צווייטן. די גרעסטע און מערסט באקאנטע איז די 'יעלאוסטאון ריווער' –א פליגל פון די 'מיזורי ריווער'- וואס לויפט דורך די גאנצע פארק און געט צו צום הארמאניע פון די פילע נאטור געשעהנישן וואס דרייען זיך דא דורך שאפנדיג אינאיינעם א הערליכע סימפאניע.

נאכן דורכליינען די קורצע באשרייבונג וואס רירט קוים אן די וואונדער פון יעלאוסטאון אויפן שפיץ גאפל-און אפילו אזוי האבן מיר נישט אלעס דערמאנט- איז פארשטענדליך אז מיר גייען נישט דא אין די קורצע ראמען פון א 10.00 קאראקטער ארטיקל אויסשמועסן און מסביר זיין דעם גאנצן פארק.

פאר דעם פאדערט זיך ארויס צו געבן גאר א דיקער בוך (אדער גאר עטליכע ביכער). מ'רעדט דא פון א שטח פון איבער 3.00 סקווער מייל וואס יעדע'ס שטיינדל און בערגל איז איבערגעפילט מיט היסטאריע און נאטור אזש מען קען זיך אנזעטיגן דערפון פאר לאנגע יארן.

דעריבער וועלן מיר נעמען א מהלך אריבער צו לויפן בקיצור די היסטאריע פון די פארק וואס איז גאר א וויכטיג שטיקל אין אמעריקאנער און וועלטליכע היסטאריע זייענדיג א ווענדפונקט ווען מיט דעם באשאף פון יעלאוסטאון איז אנטשאנען דער באגריף אז א לאנד זאל נעמען א גרויסן שטח און אפזונדערן אלס אפגעהיטענער פארק.

[align=center]די היסטאריע פון יעלאוסטאון[/align]


ביז יארע 1800 למספרם

די געגנט ארום דעם יעלאוסטאון ריווער איז פונקט ווי די גאנצע אמעריקאנע קאנטינענט געווען באזעצט פאר טויזנטער יארן מיט די 'נאטיוו אמעריקענ'ס' אדער ווי מיר זענען געוואוינט זיי צו רופן מיט די נאמען 'רויטע אינדיאנער' (הגם די נאמען איז געבויט אויף א טעות פון די ערשטע אייראפעער וואס האבן געטראפן אמעריקע און ס'האט זיך זיי געדאכט אז זיי זענען גאר אנגעקומען צו די אנדערע זייט וועלט צוריק ביז אינדיע) וואס האבן דארט געוואוינט און געפירט א שטילע רואיגע לעבן מיט אלט פארצייטישע מיטלען און פרימיטיווע לעבנס באדינגונגען אויף זייער שטייגער, נישט מיט האלטנדיג די פארשריט און טראנספארמאציע וואס די אנדערע חלקים פון די וועלט זענען דורך געגאנגען דורכאויס די טויזנטע יארן וואס זיי זענען געווען אפגעזינדערט פון די איבריגע וועלט'ס פאפולאציע.

אין די שפעטע 17'הונדערט יארן למספ' זענען אדורך יענע געגנט די ערשטע מענטשן פון די דרויסנדיגע וועלט, דאס זענען געווען סוחרים וואס האבן געהאנדלט מיט האר פון בעלי חיים וואס איז געווען א גאר פארשפרייטע האנדל אין יענע יארן. זיי פלעגן ארום וואנדערן איבער וועגן און שטעגן, קויפן און פארקויפן פון און צו די אינדיאנער. עווענטועל זענען עטליכע פון די סוחרים אויך אנגעקומען צו דעם וואונדערליכן ראיאן צופוסנס פון די יעלאוסטאון טייך, און מיט דעם געווארן די ערשטע פון די פרייע וועלט צו זעהן און הנאה האבן פון דאס וואונדערליך פלאץ וואס קיינער האט נאך דאן נישט געוואוסט אז זי עקזיסטירט. די סוחרים האבן אבער נישט אויפגעכאפט וואספארא אוצר זיי האבן דא אנטדעקט, און עס איז גאר נישט געטון געווארן דאן צו אויספארשן די יעלאוסטאון ראיאן.

1803-1860
אין יאר 1803 איז געשלאסן געווארן די באקאנטע Louisiana Purchase דאס איז געווען א מקח צווישן אמעריקע און פראנקרייך ווי די פאראייניגטע שטאטן אונטער דעם דעמאלטדיגן פרעזידענט 'טאמעס דזשעפערסאן' האט אפגעקויפט א ריזן שטח פון אריבער אכט הונדערט טויזנט סקווער מייל וואס נעמט אריין א גרויס טייל פון די היינטיגע אמעריקע פאר א סך הכל פון 15.000.000 דאלאר (היינט באקומסטו פאר דעם איין און א האלב דירה אין ווילי..).

דער פרעזידענט האט דאן ארויסגעשיקט די בארימטע Lewis and Clark עקספעדיציע צו אדורכגיין דעם גאנצן פריש אפגעקויפטן שטח צו זעהן הארץ מה הוא וואס קען מען ארויס נעמען דערפון. אויפן וועג זענען זיי אויך אדורך די געגנט פון יעלאוסטאון, אבער זייענדיג אויף א געיאגטע מיסיע אדורכצוזיפן די איבער 800.000 סקווער מייל האבן זיי זיך נישט אפגעשטעלט דארט ספעציעל.

צווישן די מאנשאפט פון די עקספעדיציע גרופע האט זיך געפונען דער בארימטער לעגענדארער 'העלד' פון די וועסטערנ'ס דער בארג מאן John Colter וואס האט אסאך עקספעדיציעס אליין אדורכגעפירט זייענדיג גאר א אוואנטורישער מאן וואס האט ליב געהאט אונטערצונעמען ריזיקעס. אויפן וועג צוריק ווען מען האט געענדיגט די 'נארטוועסט עקספעדישאן' האט ער אליינס געמאכט פאר זיך אן אפשטעל אין די יעלאוסטאון ריווער ראיאן, און אנטדעקט די ערשטע שפורן פון די וואונדערליכע אייגנשאפטן וואס דער געגנט פארמאגט. ער האט זיך אנגעטראפן מיט די 'ברימסטאן' האט ספרינג וואס געפינט זיך אויף צפון פונעם פארק נעבן די יעלאוסטאון ריווער, און אויך באמערקט די מאכטפול הויכע 'טאוער פאולס' וואס איז איינס פון די העכסטע וואסערפאלן איבער די וועלט.

דאס האט אבער נאך אלס נישט געברענגט די נויטיגע אויפמערקזאמקייט פון די אינסטאנצן היות באלד דערנאך האט אויסגעבראכן די 1812 קריג צווישן די פאראייניגטע שטאטן און גרויס בריטאניע. די מלחמה האט געהאלטן אראפ געבינדן די רעגירונג און אלע אירע ריסאורסעס און האט ווי פארשטענדליך נישט געגעבן קיין איבריגע געלעגנהייט פאר עקספעדיציעס אדער אנדערע שריט ווי אין פרידנס צייטן.

אין די נאכפאלגענדע צענדליגע יארן פון נאך די קריג, ביז אין די שפעטע אכצן זעכציגער יארן, איז נישט געמאכט געווארן קיין גרויס פארשריט אין די פארשונגען איבער יעלאוסטאון.

האנטער האבן דארט געפאנגען וועלף און פוקסן פאר זייער טייערע פעל, און שפעטער ווען עס איז ענטשטאנען די גרויסע געלויף נאך גאלד אין די גאנצע ראיאן האט עס אויך נישט איבערגעהיפט די בערגיגע יעלאוסטאון שטחים.

אבער חוץ פון געציילטע מענער וואס האבן באמערקט און פארשפרייט די וואונדערליכע 'געארמעטיק' נאטור פון די פארלאזטע פעלדער און וועלדער- געוויסע האבן זאגאר געשריבן ארטיקלען אין צייטונגען איבער דעם- איז נישט געטון געווארן עפעס מער ערנסט.

ווי געשריבן ביז אהער, איז די פארק מער ווייניגער שוין געווארן אויפגעדעקט און באקאנט אין די פריע אכצן הונדערט יארן דורך האנטער און אנדערע פשוט'ע פארבייגייער. אבער די אפיציעלע ווערסיע וואס איז אנגענומען ביי די אמעריקאנע פאלק איז אז די פארמאלע רעגירונג אהערגעשטעלטע עקספעדיציעס זענען די וואס האבן אפגעפונען די דאזיגע גאר ווערטפולע שטחים .

די אפיציעלע עקספעדיציעס
די ערשטע פרואוו אדורכצופירן א ארגאניזירטע עקספעדיציע איז געווען אין 1860 ווען קעפטען וויליאם רעינאלדס האט געוואלט דורכפירן א מיליטעריש-פרעפאסיאנאלע גרונטליכע נסיעה איבער די גאנצע פארק, עס האט זיך אים אבער נישט איינגעגעבן צוליב א אומערווארטעטע פריע שניי וואס האט איינגעהילט די יעלאוסטאון ביימער אין יענעם פרילינג.

אין יארע '69 האבן דריי בראווע מענער דעיוויד פאלסאם, טשארלס קוק, און וויליאמס פעטערסאן זיך ארויסגעלאזט אויף די אייגענע האנט אויף א זייער געפארפולע מיסיע איבער די שטעגלעך און טייכלעך פון די יעלאוסטאון ראיאן, מיטן ציל אדורכצוזיפן גרינטליך דעם גאנצן געגנט און ארויסקומען מיט די פולקאם דעטאלירטע פאקטן איבער וואס דארט שפילט זיך אפ.

זיי זענען טאקע אריבער די טייכן און בערג מיט גרויס ערפאלג, בייגעוואוינט די מאכטפולע 'טאוער פאולס', די 'גרענד קעניאן' פון יעלאוסטאון (נישט צו פארמישן מיט די באקאנטע גרענד קעניאן וואס איז א פארק פארזיך), און די באקאנטע הערליכע גייזערס און האט ספרינגס.

דאס איז געוען די ערשטע געלונגענע עקספעדיציע אדורכגעפירט אויף יעלאוסטאון. זיי האבן דערנאך באשריבן די עקספעדיציע אין די 'וועסטערן מאונטלי מאגאזין'

אין די נאפאלגנדע עטליכע יאר האבן נאכגעפאלגט אין זייערע פוסטריט נאך צוויי עקספעדיציעס. די ערשטע דורך א גרופע מיליטערלייט אנגעפירט דורך גענעראל 'וועשבורן' און דערנאך א צווייטע וואס ווערט גערופן מיטן צונאמען די 'באהאלטענע עקספעדיציע' וואס איז די מערסט באקאנטע עקספעדיציע.

די 'היידען עקספעדישען' איז געווארן אויטאריזירט דורך די אפיציעלע רעגירונג אפטיילונגען וואס געבן זיך אפ מיט אזעלכע פארשונגען, און האט אריין גענומען פילע פארשער פון אלע סארטן. ווי מעטראלאגיסטן, זאאלאגיסטן, און נאך. אויך האט מען מיטגעשיקט אן ארטיסט און א פאטאגראפיסט מיט די דאן פארגעשריטענסטע פאטאגראף אפאראטן צו ברענגען א 'לעבעדיגן' גרוס פון די יעלאוסטאון פאנאראמעס.

די גרופע איז צוריק געקומען מיט א גרינטליכע איבערזיכט און אנאליז איבער אלע חלקים און אספעקטן פון די פארק, איבערגענומען און איבעראשט ביז גאר. זי האבן זיך ווייט נישט געראכטן אויף די מאיעסטעטישע און פראכטפולע נאטור געשאפענע וואונדער וואס זיי האבן אפגעפונען דארט.

מיט די באריכטן פון די אלע עקספעדיציעס איז די נייגער און אינטערסירונג פונעם פאלק איבער יעלאוסטאון געווארן אנגעצינדן גאר שטארק, ביז עווענטועל נישט לאנג דערנאך אין מארטש דער ערשטער יאר 1871 האט קאנגרעס אדורכגעפירט די באקאנטע היסטאריש בארימטע געזעץ צו פרעזערווירן דעם גאנצן ראיאן אלס א נאציאנאלער פארק וואס וועט ווערן גערופן אויפן נאמען פון די יעלאוסטאון טייך וואס לויפט דארט אדורך.

די געזעץ איז דאן געווארן אונטערגעשריבן דורך דעם דעמאלטדיגן פרעזידענט יוליוס גרענט, און מיט דעם איז געווארן געשריבן היסטאריע זייענדיג די ערשטע נאציאנאלע פארק איבער אמעריקע און זאגאר פון איבער די גאנצע וועלט, וואס האט געשאפן די מושג פון פרעזערווירן א אפגעזונדערט שטח ווי בלויז די נאטור זאל הערשן אן די חרבנות וואס די מענטשליכע הענט שאפן פאר גא-ט'ס וואונדערבארע וועלטל, ווערנדיג א פונדאמענט פאר נאך איבער 50 פארקס וואס אמעריקע האט באשטימט דורכאויס אירע שטאטן אין די נאכפאלגנדע הונדערטער יארן.
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:30 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך מעג שרייבן פון וועלכן שרייבער דער ארטיקל שמעקט? ביי אפאר ארטיקלעך איז זייער בולט ווער דער מחבר איז.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ליבערשט נישט כדי עס זאלן נישט זיין קיין נגיעות ביים שטימען.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מען רעדט דאך נאר פון חשדות, קראנט ווייסט איך בלויז מיינעם און נאך 2 וואס האבן מיר אויסגעזאגט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

בעסער נישט צו שרייבן.

איך וואלט געזאגט אז מען זאל דערווייל אפשפארן די אשכולות כדי יעדער זאל מאכן זיין אייגענע באשלוס אן זיך טוישן ווייל יעדער זאגט אזוי....
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויסטערליש גוט געשריבן. מיין נאז זאגט מיר אויך ווער דער שרייבער איז. אבער עמער זיך איינהאלטן.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

געלעגער האט געשריבן:אויסטערליש גוט געשריבן. מיין נאז זאגט מיר אויך ווער דער שרייבער איז. אבער עמער זיך איינהאלטן.

זייער קלאר גרינג צו וויסן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

געזעהן דעם קעפל און גלייך געוויסט. מאסיוו אינטערסאנט, און גוט געשריבן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

געליינט און געשלונגען מיט (דורשט?! ניין... הונגער?!.. הממ.... אויך נישט..) עניוועי, געשלונגען יעדעס ווארט מיט הנאה!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מייסטער שריפט, און גאר אינטערסאנט!

(אויב איז די חשד געפאלן אויף מיר צוליב מיין "גרענד קעניען" ארטיקל אינעם מי מנוחות, בין איך מוסר ומודעה אז עס איז "נישט" מיך)
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יש ברירה האט געשריבן:מייסטער שריפט, און גאר אינטערסאנט!

(אויב איז די חשד געפאלן אויף מיר צוליב מיין "גרענד קעניען" ארטיקל אינעם מי מנוחות, בין איך מוסר ומודעה אז עס איז "נישט" מיך)

:roll:
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

נאכאמאל געליינט דעם ארטיקל, גאר רייך באשריבן, עס קומט זיך א דאנק פארן שרייבער פארן נעמען די מי.

אייין קליינע שטיקל האט מיר געגעבן א הינט ווער דער שרייבער איז, נישט זיכער אבער עס שמעקט אזוי, עפעס ליגט מיר אין קאפ, אבער איך גיי וואוטן לויט די ארטיקל און נישט לויט דעם שרייבער.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

הערליך!!

קאלירפול און אינטערסאנט. א שיין שטיקל!!



(ברירה, וועסטעך ניש ארויס דרייען אזוי שנעל...)
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

דאס איז די ערשטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט. ערשטנס ווייל משומר האט מיר דורכגעלאזט... און צווייטס ווייל ס'קעפל איז געווען אינטערעסאנט. יעצט ווער איך געוואויר א דריטע טעם ווייל עס ווערט גערופן ארטיקל 1#

הערליך הערליך! נפלאות הבורא, היסטאריע, געשמאק געשריבן.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א וואונדערליכער אויספלוג צום שאטן פון נאטור.
גאר א געלונגענע ארבעט, מיט שיינע ידיעות!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

גאר גאר אינטערעסאנט, האט אנגעצינדן א רייץ ביי מיר אנצוקומען אהין,

אויך גאר פיינע שריפט, א דאנק פארן שרייבער.

(אפאר בילדער און קליפ'ס פונעם פלאץ וואלט געווען גאר א גלייכע זאך)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
(אפאר בילדער און קליפ'ס פונעם פלאץ וואלט געווען גאר א גלייכע זאך)

דער שרייבער האט זאפאסן מיט בילדער גרייט ארויפצופארן דא נאכן פארמעסט בעזהשי״ת. יעצט קען עס נישט ארויפלייגן ווייל עס וועט באיינפלוסן און ריגגן די וואלן...
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

אה ייש"כ פארן מעלדן,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יעצט געליינט, הערליך סיי די ארטיקל און סיי די פלאץ. וואס ווערט באשריבן...

א שאד עס איז נישט פארהאן עפעס א קבר דארט, וואלט מען געהאט א תירוץ צו פארן... איינער מיט אן איידיע?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

שלום אליעזר דים זאגט ער וויל ליגן אין נעוויפעיר, אזוי וועט כאטש יונה לאנדא קומען באזוכן...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

WOW WOW!! באמת א מייסטער ווערק!!!

גאר גאר הערליך....
נישטא וואס צו צולייגן
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

באמת הנאה געהאט צו ליינען

האסט מיך אריינגעפירט אין אן אנדער וועלט.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

wow דער שרייבער האט מיר ערענסט אנגערייצט, איך בין א מענטש וואס ווערט מעשיגע פאר נאטור,און גיין אויף שיינע פלעצער איז פון מיינע געשמאקסטע זאכן, ממילא איז מיר אינטערסאנט פארוואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעי פארק לויט ווי די שרייבער לייגט עס אראפ איז עס פון די פאפעלערסטע אטראקציע ערטער אויפן וועלט מיט דריי טויזענט באזיכער יערליך, איך בין נאר נייגעריג אויב די שרייבער אליין איז שוין אויך דארט געווען אדער ער האט סתם געליינט ערגעץ וועגן די פלאץ, איין זאך איז זיכער איך גיי יעצט מאכן ריסערטש אויף די פלאץ אויב קיקט עס טאקע אויס אזוי אינטערסאנט וועלן מיר פראבירן אנצוקימען אהין בעזרת השם.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

זייער א קאלירפול ארטיקל
מייסטער ארבעט!
אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטל »

הערליכע ארבעט
אייביג צום פינטל...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”