קנאפער ידען האט געשריבן:פון די סאך מענטשן וואס האבן עס איז דא עפעס ערענסט (קריטיש אדער מיט עכטע דעמעדזש פארן עתיד) סאו פאר? אדער דער באשעפער האלט זיין רעכטע האנט?
(@גיוואלדיג, אבי גערעדט דאס. מען מעג רעדן מציאות ווי גרינג אדער נישט גרינג מען האט עס יעצט. די דאקטוירים זאגן אסאך זאכן, זיי זאגן אויך אז אן מאסקעס און סאושעל דיסטעסינג איז דא מער טויטע בעת ווען די דעטא פון די סיטי פער זיפ קאוד פארציילט אנדערש. מען דארף הערן וואס זיי זאגן זאגן, אבער מען מען שמועסן פון דער מציאות אויך.)
דער וויירוס איז דער זעלבער - און נאך מער שעדליך - ווי אין דער פארגאנגענהייט. אפילו אויב אסאך האבן עס לייכט וויבאלד עס איז שוין זייער צווייטע מאל צי זיי זענען שוין וואקסינירט, מיינט דאס נישט אז פאר איינעם וואס האט דאס נאכנישט געהאט בכלל איז די סכנה יעצט קלענער (חוץ אפשר לויט צל עובר בשם סילווער).
מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג העלפן בלי ספק, אויף זייער א פשוט'ע בעיסיק לעוועל אז עס טוט מינימיזירן די שאנסן וואס מען האט איבערצוכאפן דעם וויירוס פון אנדערע און עס איבערגעבן ווייטער אויב מען איז אנגעשטעקט. עס איז נישט קיין גאראנטי פארשטייט זיך, און עס העלפט נאר בעידנא דעסיק בה, נישט בעידנא דלא עסיק בה.
פארשטייט זיך אז עס קען נישט אוועקנעמען אנדערע פאקטארן, אבער עס העלפט אויפן אינדיווידועלן לעוועל, יעדע מאל וואס מען גייט ארויס אין די גאס, צו רעדוצירן די מעגליכקייט פון ווערן אנגעשטעקט און אנשטעקן אנדערע. אלע אנדערע פלפולים ארום דעם זענען נארישקייטן.
אפילו אויב די דאטא פוינטס וואס דו האסט ארויסגעשאקלט פון ארבל זאלן זיין ריכטיג און קאנטראלירט פאר עיזש גרופעס און ראסע'ס, פארשפרייטונג ראטע און אנדערע גורמים, איז דאס נאר א שמועס וואס איז נוגע פובליק פאליסי וואס רעכנט אריין דער חלק אז נישט יעדער פאלגט אלעמאל אלעס א.ד.ג., אבער פאר א יחיד פאר זיך איז קלאר ווי דער טאג אז סאשעל דיסטענסינג און אביסל אויך א מאסקע (נישט אזוי סאך, ווייל אויב יעדער ארום גייט אן דעם איז דעם יחיד'ס מאסקע כשלעצמו נישט צופיל ווערט עכ"פ מה שנוגע זיך באשיצן, אבער יא מער אויף נישט אנצושטעקן אנדערע) איז א וויכטיגע אפעקטיווע זאך יעדן מאל באזונדער.