א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

אחראי: יאנאש

וואקסינען פאר די וואס האבן שוין געליטן פון קאראנע.

גענצליך איבעריג.
246
69%
עס איז יא וויכטיג.
110
31%
 
סך הכל שטימען: 356

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בעריש'ל האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:לויט די הלכה ווערט א צד סכנה בתר רוב הרופאים, און רוב הרופאים האלטן אז עס איז א סכנה נישט צו נעמען, און מיר זענען מאמינים בני מאמינים וואס פאלגן מיט הכנעה דאס הלכה.

װי שטײט אז א געזונטע מענטש דארף גײן/אױסהערן א דאקטער פאר פריװענטשען? װערט בכלל געברענגט און די פוסקים אזא זאך?

אין תשובה מאהבה סימן קלד שרייבט ער וועגן וואקסינען פריווענטשען אז מען מעג עס נעמען אפילו אום שבת.

אביסל שפעטער אין יענער תשובה

ואם יש את נפש אדם לומר כי הדבר אינו נחוץ כל כך, הלא יוכל להמתין עד אחר שבת והוא חשש רחוק אשר בזמן קרוב כזה יבוא הילד לכלל סכנה אמנם לא כן עמדי כי מי יודע יום מחר לשמא מת לא חיישינן ולשמא ימות ודאי חיישינן ומי יודע לשאר העתים והזמנים ומכל שכן ברפואה הזאת אשר לא כל העתים שוים ולא כל הזמנים מוכשרים לקבל התרופה הזאת וגם לאו בכל יומא מתרחש האימפ"ף שטא"ף (וואקסין בענגליש) ליד הרופא ואין לאל ידו לעשות ומעתה אומר אני ודאי כל הזריז למהר מעשהו קודם שבת הוא זריז ונשכר באשר הוא יחיש להציל בניו משחת ונשמר מחלול שבת ואל יחוס על הוצאות מרובות לעשות רצון אבינו שבשמים אמנם באם יקר מקרה אשר לא יוכל להקדים הדבר לדעתי הקלושה הוא מותר ומחיוב לבצע מעשהו על ידי אינו יהודי אפילו בשבת אך יראה שיהיה בלי סיעת ישראלי הלא נקל הוא כי יקח האינו יהודי את הילד על זרועותיו אמנם אם גם זאת בלתי אפשרי בלתי סיעת ישראל אל יהיה גם זאת לא למכשול ולמוקה פן יתמהמה ודם בניו בראשו עד כה דברתי כפי דעתי הקלושה אך חלילה לי לסמוך על דעתי בדבר הגדול הזה עדי אשאל מענה מפי הגדולים להם משפט הבחירה לעניהם אציע דברי בל אסור מכל אשר יורוני

גאר שטארקע ווערטער לטובת וואקסינען.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

בבקשה האט געשריבן:נאכאמאל די נאל הייפטעסיס זאגט אזוי, יעדער בעפעלקורנג וואס מען קוקט נאך, וועלן שטארבן מענטשען, מענטשען וועלן קראנק ווערן, וכו' וכו', דאס זאגט די נאל הייפאטיסיס, עס האט גארנישט מיט קיין תולה זיין, און גארנישט מיט קיין שכל, פשוט און פראסט, מענטשען שטארבן יעדן טאג, אן גארנישט, פלוצלינג כאפט ער א הארץ אטאקע, נישט גענומען קיין וואקסין, נישט געגעסען קיין לאקשן קוגל.

בקיצור, אויב די קענסט מיר נישט אנווייזן אז מיט וואקסינען שטארבען מער מענטשען ווי ביי לאקשין קוגל, דאן וועל איך ווייטער אננעמען אז די סיבה פארוואס די מענטש איז געשטארבן איז די נאל הייפאטיסיס, ביז ווי לאנג די וועסט נישט צייגן אז ביי וואקסינען שטארבן מער ווי ביי לאקשין קוגל.

להמחיש הענין וועל איך דיר געבן אן עקסטרעמן משל, ווען איינער איז געשטארבן מיט קאראנא גייסטו נישט קוקן צו עס שטימט מיט נול הייפאטעסיס, ווייל "ער איז דאך געשטארבן פון קאראנא", און יעדער ווייסט אז פון קאראנא קען מען שטארבן, האב איך דיר נייעס אז פון די וואקסין קען מען אויך שטארבן - אפילו לויט די אפיציעלע אינסטאנצן - ממילא אויב א מענטש איז אן קיין זאכליכע הסבר געשטארבן נאך א וואקסין, זאגט שכל אז דאס איז די גורם חוץ אויב מ'קען אויפווייזן קלאר פארקערט

בעריש'ל האט געשריבן:אוודאי יא!

נישט נאר שטייט עס בפירוש, נאר דער ספר הברית שרייבט אפילו אז מען איז מחוייב נעמען דעם וואקסין ווען איינס פון טויזענט שטארבט!!!

אזוי שטייט אין ספר הברית? אינטערעסאנט אז אין מיין ספר הברית שטייט פונקט פארקערט
ספר הברית.jpg
ספר הברית.jpg (473.1 KiB) געזען 1242 מאל

אמנם לא עליך האשמה, נאר אויף א חשוב'ע רב וואס האט אזוי געזאגט אין א שיעור אויף דעם נושא, און דאס איז נאר איינע פון זיינע טעותים
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Who knows האט געשריבן:

די זאגסט אז די קענסט א מענטש וואס האט גענומען די וואקסין און איז דערנאך געשטארבן, מילא איז א ראי איז די וואקסין הארגעט.

זאג איך אז איך קען איינער וואס האט געגעסן לאקשן קוגל און דערנאך געשטארבן, פונקט ווי ביי לאקשן קוגל פארשטייסטו אז נישט די לאקשן קוגל האט גורם געווען מוז נישט זיין אז די וואקסין איז גורם.

זאגסטו א סברא, וואקסין מאכט פיבער, מילא איז יתכן אז מען זאל שטארבן פון די וואקסין און מילא יעדער וואס שטארבט נאכן נעמען די וואקסין יכול להיות אז סאיז פון די וואקסין

ענטפער איך, אפשר א סברא האסטו, אבער א ראי האסטו נישט, ביז ווי לאנג די וועסט נישט ווייזן אז פון וואקסין שטארבט מען מער ווי די נול

זאגסטו אז פאר קאוויד זאג איך יא אז איינער וואס האט קאוויד און ער שטארבט מוז זיין אז סאיז פון קאוויד.

יעצט וועל איך ענטפערן אויף דיין טענה, פון דעם אז איינער האט געהאט קאוויד און איז דערנאך געשטארבן, נישט פון דעם איז מיין ראי אז קאוויד הארגעט, מיין ראיה אז קאוויד הארגעט איז פון דעם אז די טויט ראטע פון קאוויד איז היפש היפש העכער ווי די נול הייפאטיסיס, דאס איז די ראי אז קאוויד הארגעט.

השתא דאתית להכי אז קאוויד הארגעט, און אז ער הארגעט פיל מער פון וויפיל די נול שאצט, איז מסתבר אז דער וואס האט געהאט קאוויד און איז געשטארבן אז סאיז געקומען פון קאוויד, און אין הכי נמי, א חלק פון די מענטשן וואס זענען עמטליך געשטארבן פון קאוויד, זענען טאקע געשטארבן פון אנדערע זאכן, צוליב די נול, אבער זיי זענען בטל ברוב קעגן די מענטשן וואס זענען יא געשטארבן צוליב קאוויד, וויבאלד די טויט ראטע פון קאוויד איז פיל העכער ווי די נול

משאכ וואקסין, ווען מען פארגלייכט עם צו די נול, שטארבן נישט מער מענטשן ווי די נול, פונקט ווי ביי לאקשן קוגל שטארבן נישט מער מענטשן ווי די נול, מילא האב איך נישט קיין ראי אז די וואקסין הארגעט, מילא איז נאריש צו זאגן אז יעדער וואס איז געשטארבן נאך די וואקסין איז דאס מחמת די וואקסין, נאר סאיז ענדערש צו זאגן אז ער איז געשטארבן מחמת די נול.

און דאס גופא איז די ראי אז וואקסין הארגעט נישט, ווייל ווען יא, וואלט די וואקסין געדארפט הרגענען מער פון די נול, וויבאלד די נול שטארבט אלעמאל, און עס וואלטן געדארפט ביים וואקסין שטארבן די נול + די וואקסין טויטע, און וויבאלד מען זעט דאס נישט, נאר מען זעט אז ביים וואקסין שטארבן פונקט ווי ביי די נול, מוז זיין אז די וואקסין הארגעט נישט
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

Who knows האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:אוודאי יא!

נישט נאר שטייט עס בפירוש, נאר דער ספר הברית שרייבט אפילו אז מען איז מחוייב נעמען דעם וואקסין ווען איינס פון טויזענט שטארבט!!!

אזוי שטייט אין ספר הברית? אינטערעסאנט אז אין מיין ספר הברית שטייט פונקט פארקערט
ספר הברית.jpg

אמנם לא עליך האשמה, נאר אויף א חשוב'ע רב וואס האט אזוי געזאגט אין א שיעור אויף דעם נושא, און דאס איז נאר איינע פון זיינע טעותים

קוק ווייטער פון די היילייטעד! אמנם וכו׳
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

נאך מער די היילייטעד רעדט ער לכאורה פון א סמאלפאקס פארטי, ווי מען האט אנגעשטעקט מענטשן לכתחילה מיט סמאלפאקס, נאך אמנם, רעדט ער פון די קוה פאקס, וואס דאס איז די וואקסין וואס איז נתחדש געווארען.

אבער דארט שרייבט ער "וכבר נסו זה אלפים רבבות בני אדם וכולם יצאו בשלום ולא מת אפילו אחד בכל אלה"
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

בבקשה האט געשריבן:
נאך מער די היילייטעד רעדט ער לכאורה פון א סמאלפאקס פארטי, ווי מען האט אנגעשטעקט מענטשן לכתחילה מיט סמאלפאקס, נאך אמנם, רעדט ער פון די קוה פאקס, וואס דאס איז די וואקסין וואס איז נתחדש געווארען.

ער רעדט פון Variolation וואס איז בעצם געווען די פרימיטיווע סארט וואקסין, אבער רוף עס וויאזוי דו ווילסט, די באטאם ליין זאגט ער אז ווילאנג מען האט געקענט שטארבן דערפון האבן גדולי ישראל עס מרחיק געווען, און נאכדעם וואס עס איז נתחדש געווארן די קיען פאקן "וכבר נסו זה אלפים רבבות בני אדם וכולם יצאו בשלום ולא מת אפילו אחד בכל אלה" האבן גדולי ישראל עס אנגענומען, סאו עס שטייט ממש פארקערט ווי בעריש'ל האט נאכגעברענגט
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

Who knows האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
נאך מער די היילייטעד רעדט ער לכאורה פון א סמאלפאקס פארטי, ווי מען האט אנגעשטעקט מענטשן לכתחילה מיט סמאלפאקס, נאך אמנם, רעדט ער פון די קוה פאקס, וואס דאס איז די וואקסין וואס איז נתחדש געווארען.

ער רעדט פון Variolation וואס איז בעצם געווען די פרימיטיווע סארט וואקסין, אבער רוף עס וויאזוי דו ווילסט, די באטאם ליין זאגט ער אז ווילאנג מען האט געקענט שטארבן דערפון האבן גדולי ישראל עס מרחיק געווען, און נאכדעם וואס עס איז נתחדש געווארן די קיען פאקן "וכבר נסו זה אלפים רבבות בני אדם וכולם יצאו בשלום ולא מת אפילו אחד בכל אלה" האבן גדולי ישראל עס אנגענומען, סאו עס שטייט ממש פארקערט ווי בעריש'ל האט נאכגעברענגט

קודם כל אין תפארת ישראל שטייט אז בפירוש וואס איך האב געזאגט, צווייטנס, היינט שטארבט אויך נישט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

yoel2124441100 האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:בתפארת ישראל מביא הירושלמי שחייב אדם להכניס עצמו בסכנה כדי להציל חבירו, וכ"ש שחייב להכניס עצמו לסכנה להציל א"ע, ולכן מחייב ליקח וואקסין שמתים בו אחד מאלף!!

עאכו"כ היום שזה אינו סכנה כלל!

ער שרײבט רשות

רשות זיך צו ראטעווען, חיוב להציל חברו
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Who knows האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
נאך מער די היילייטעד רעדט ער לכאורה פון א סמאלפאקס פארטי, ווי מען האט אנגעשטעקט מענטשן לכתחילה מיט סמאלפאקס, נאך אמנם, רעדט ער פון די קוה פאקס, וואס דאס איז די וואקסין וואס איז נתחדש געווארען.

ער רעדט פון Variolation וואס איז בעצם געווען די פרימיטיווע סארט וואקסין, אבער רוף עס וויאזוי דו ווילסט, די באטאם ליין זאגט ער אז ווילאנג מען האט געקענט שטארבן דערפון האבן גדולי ישראל עס מרחיק געווען, און נאכדעם וואס עס איז נתחדש געווארן די קיען פאקן "וכבר נסו זה אלפים רבבות בני אדם וכולם יצאו בשלום ולא מת אפילו אחד בכל אלה" האבן גדולי ישראל עס אנגענומען, סאו עס שטייט ממש פארקערט ווי בעריש'ל האט נאכגעברענגט

די ווילסט פארגלייכן די סייד עפעקטס פון קוה פאקס מיט די סייד עפעקטס פון די קאוויד וואקסין? וועמען פריווסטו צו נארן דא?
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

ישמח מלך האט געשריבן:היימישע זייגער האט געשריבן די וואקסין ארבעט כמעט נישט קעגן דעלטא, ארץ ישראל יוכיח

מען טאר נישט שרייבן קיין ליגענט

דאס זענען די נעכטיגע נאמבערס פון ארץ ישראל

מספר החולים קשה ל־100 אלף איש בני 60 ויותר

270.2 חולים קשה ל־100 אלף איש שאינם מחוסנים.

41.2 חולים קשה ל־100 אלף איש שמחוסנים חלקית (קיבלו מנת חיסון אחת).

16.7 חולים קשה ל־100 אלף איש מחוסנים מלא (קיבלו לפחות 2 מנות חיסון).

אידיש גערעדט מיינט דאס אז אפי' מיט דעלטע איז איינער וואס איז נישט וואקסנירט העכער די 60 אויסגעשטעלט 16 מאל מער ווי א וואקסענירטער צו ווערען גאר שטארק קראנק פון דעלטע

פון יעדע טויזענט מענטשען העכער 60 וואס זענען נישט וואקסענירט ליגען יעצט אין ארץ הקודש 3 מענטשען ביטער קראנק אין שפיטאל!

די באפעלקערונג אין ארץ ישראל פון העכער די 60 איז כמעט 1,500,000 (נעם אראפ די וואס האבען שוין געהאט קרונה איך ווייס נישט די נאמבער) דאס מיינט אז ווען נישט די וואקסין וואס די רבש"ע די מקור הטוב האט אונז מזכה געוועהן, וואלטען יעצט געלעגען אין שפיטאל ביטער קראנק בערך 4000 מענטשען פון העכער די 60!

צ/ק

יעצט דארף מען וויסן וויפיל פין הונדערט טויזנט זענען חולים קשה וואס האבן געהאט אנטיבאדיס
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

בעריש'ל האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
נאך מער די היילייטעד רעדט ער לכאורה פון א סמאלפאקס פארטי, ווי מען האט אנגעשטעקט מענטשן לכתחילה מיט סמאלפאקס, נאך אמנם, רעדט ער פון די קוה פאקס, וואס דאס איז די וואקסין וואס איז נתחדש געווארען.

ער רעדט פון Variolation וואס איז בעצם געווען די פרימיטיווע סארט וואקסין, אבער רוף עס וויאזוי דו ווילסט, די באטאם ליין זאגט ער אז ווילאנג מען האט געקענט שטארבן דערפון האבן גדולי ישראל עס מרחיק געווען, און נאכדעם וואס עס איז נתחדש געווארן די קיען פאקן "וכבר נסו זה אלפים רבבות בני אדם וכולם יצאו בשלום ולא מת אפילו אחד בכל אלה" האבן גדולי ישראל עס אנגענומען, סאו עס שטייט ממש פארקערט ווי בעריש'ל האט נאכגעברענגט

קודם כל אין תפארת ישראל שטייט אז בפירוש וואס איך האב געזאגט, צווייטנס, היינט שטארבט אויך נישט.

די כללי הוראה דא איז געוואלדיג... עס איז מביא לידי גיחוך.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

בבקשה האט געשריבן:
די ווילסט פארגלייכן די סייד עפעקטס פון קוה פאקס מיט די סייד עפעקטס פון די קאוויד וואקסין? וועמען פריווסטו צו נארן דא?

איך האב אמאל עפעס מדמה געווען? אדרבה קוק איבער פון ווי די וויכוח האט זיך אנגעפאנגען? בעריש'ל האט געזאגט אז אין ספר הברית שטייט אז מ'דארף נעמען א וואקסין אפילו איינס פון טויזנט שטארבט, האב איך געזאגט אז ביי מיר שטייט פארקערט, ותו לא מידי

אבער אז דו ווילסט יא רעדן צו וואס עס איז דומה, וועל איך מעתיק זיין אביסל מער פונעם לשון פונעם ספר הברית "וכבר נסו זה אלפים רבבות בני אדם וכולם יצאו בשלום ולא מת אפילו אחד בכל אלה, ויהי כראות חכמי ישראל שהדבר בדוק ומנוסה מאד, ובכל יום ויום המנהג הזה מתפשט ומתקבל בכל מדינה ומדינה עד קצות הארץ ואיי ים רחוקים, ולא נשמע ולא נראה מכשול ותקלה לשום אדם גדול או קטן כי הוא דבר שאינו מזיק לעולם עמדו גם זקני ישראל ותופסי התורה בדור הזה והתירו זאת לכל ישראל על פי התורה", דו וואלסט געזאגט אזעלכע ווערטער אויף די קאוויד וואקסין? איך נישט
בעריש'ל האט געשריבן:קודם כל אין תפארת ישראל שטייט אז בפירוש וואס איך האב געזאגט, צווייטנס, היינט שטארבט אויך נישט.

1) אבער אין ספר הברית שטייט נישט אזוי, נאר עס שטייט אז רוב גדולי ישראל האבן נישט געהאלטן ווי די תפארת ישראל (וואס איז בכלל נישט געווען פאררעכנט אלס א פוסק)
2) מ'שטארבט היינט אויכעט (קיינער איז נאכנישט געשטארבן פון בלאד קלאטס?), די שאלה איז נאר וויפיל, און א קלארע תירוץ אויף דעם וועט מען לכאורה נישט וויסן ביז משיח וועט קומען, אדער אויב אונזער רעגירונג וועט אנהויבן צוזאמנעמען געהעריג דעטע
לעצט פארראכטן דורך Who knows אום דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

בבקשה האט געשריבן:
די זאגסט אז די קענסט א מענטש וואס האט גענומען די וואקסין און איז דערנאך געשטארבן, מילא איז א ראי איז די וואקסין הארגעט.

זאג איך אז איך קען איינער וואס האט געגעסן לאקשן קוגל און דערנאך געשטארבן, פונקט ווי ביי לאקשן קוגל פארשטייסטו אז נישט די לאקשן קוגל האט גורם געווען מוז נישט זיין אז די וואקסין איז גורם.

זאגסטו א סברא, וואקסין מאכט פיבער, מילא איז יתכן אז מען זאל שטארבן פון די וואקסין און מילא יעדער וואס שטארבט נאכן נעמען די וואקסין יכול להיות אז סאיז פון די וואקסין

ענטפער איך, אפשר א סברא האסטו, אבער א ראי האסטו נישט, ביז ווי לאנג די וועסט נישט ווייזן אז פון וואקסין שטארבט מען מער ווי די נול

זאגסטו אז פאר קאוויד זאג איך יא אז איינער וואס האט קאוויד און ער שטארבט מוז זיין אז סאיז פון קאוויד.

יעצט וועל איך ענטפערן אויף דיין טענה, פון דעם אז איינער האט געהאט קאוויד און איז דערנאך געשטארבן, נישט פון דעם איז מיין ראי אז קאוויד הארגעט, מיין ראיה אז קאוויד הארגעט איז פון דעם אז די טויט ראטע פון קאוויד איז היפש היפש העכער ווי די נול הייפאטיסיס, דאס איז די ראי אז קאוויד הארגעט.

השתא דאתית להכי אז קאוויד הארגעט, און אז ער הארגעט פיל מער פון וויפיל די נול שאצט, איז מסתבר אז דער וואס האט געהאט קאוויד און איז געשטארבן אז סאיז געקומען פון קאוויד, און אין הכי נמי, א חלק פון די מענטשן וואס זענען עמטליך געשטארבן פון קאוויד, זענען טאקע געשטארבן פון אנדערע זאכן, צוליב די נול, אבער זיי זענען בטל ברוב קעגן די מענטשן וואס זענען יא געשטארבן צוליב קאוויד, וויבאלד די טויט ראטע פון קאוויד איז פיל העכער ווי די נול

משאכ וואקסין, ווען מען פארגלייכט עם צו די נול, שטארבן נישט מער מענטשן ווי די נול, פונקט ווי ביי לאקשן קוגל שטארבן נישט מער מענטשן ווי די נול, מילא האב איך נישט קיין ראי אז די וואקסין הארגעט, מילא איז נאריש צו זאגן אז יעדער וואס איז געשטארבן נאך די וואקסין איז דאס מחמת די וואקסין, נאר סאיז ענדערש צו זאגן אז ער איז געשטארבן מחמת די נול.

און דאס גופא איז די ראי אז וואקסין הארגעט נישט, ווייל ווען יא, וואלט די וואקסין געדארפט הרגענען מער פון די נול, וויבאלד די נול שטארבט אלעמאל, און עס וואלטן געדארפט ביים וואקסין שטארבן די נול + די וואקסין טויטע, און וויבאלד מען זעט דאס נישט, נאר מען זעט אז ביים וואקסין שטארבן פונקט ווי ביי די נול, מוז זיין אז די וואקסין הארגעט נישט

ביסט נישט גערעכט אז די סיבה פארוואס מ'האלט אז קאוויד הרג'ט איז וועגן מ'זעהט אז עס איז מער ווי די נול הייפאטעסיס, ווילסט מיר זאגן אז אמאל ווען עס איז נישט געווען קיין צוזאמגענומענע דעטע האט מען נישט געקענט וויסן צו א מחלה הרג'עט? די סיבה איז פשוט ווייל מ'זעהט אז דער מענטש האט באקומען די מחלה און באקומען פיבער, אריינגעפאלן אין בעט וכו' און איז געשטארבן, אוודאי איז אמת אז אויב עס גייט זיך אויסשטעלן קלאר אז עס זענען נישט געשטארבן מער מענטשן ווי די נול וועלן מיר מוזן צוריקציען פון אונזער הנחה, אבער סתמא קען מען אננעמען אז די מחלה הרג'עט, אזויווי קאוויד גלייך פון אנהייב וואס מען האט איבערגעקערט וועלטן נאכבעפאר מען האט געהאט דעטע צו קענען זעהן אויב עס איז מער ווי די נול, ווייל דאס איז א מציאות וואס עינינו רואות
די וואקסין איז נישט צופיל אנדערש, איינמאל איך ווייס אז עס איז אזאך וואס קען א מענטש קראנק מאכן און אריינווארפן אין בעט, און אויך ווייס איך קלאר אז מענטשן זענען שוין געשטארבן דערפון, קען איך אננעמען אז מענטשן קענען שטארבן דערפון, אבער אויב איך וועל וויסן פאר א פאקט אז די וואקסין הרג'ט נישט מער ווי די נול ביסטו גערעכט, אבער איך האב נישט געזעהן אויף דעם קלארע דעטע אויף יא אדער אויף ניין, סך הכל איז די טענה אז די נומבערס רעפארטעט צו וויערס איז נישט מער ווי די נול הייפאטעסיס, אבער וויערס איז דאך נישט קיין קאמפליעט דעטע און איז אנדעררעפארטעט, והא ראי' ווייל וויערס איז סאך ווייניגער ווי די נול

הוויכוח מצדי ימשיך למחר אי"ה, א גוטע נאכט
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Who knows האט געשריבן:ביסט נישט גערעכט אז די סיבה פארוואס מ'האלט אז קאוויד הרג'ט איז וועגן מ'זעהט אז עס איז מער ווי די נול הייפאטעסיס, ווילסט מיר זאגן אז אמאל ווען עס איז נישט געווען קיין צוזאמגענומענע דעטע האט מען נישט געקענט וויסן צו א מחלה הרג'עט? די סיבה איז פשוט ווייל מ'זעהט אז דער מענטש האט באקומען די מחלה און באקומען פיבער, אריינגעפאלן אין בעט וכו' און איז געשטארבן, אוודאי איז אמת אז אויב עס גייט זיך אויסשטעלן קלאר אז עס זענען נישט געשטארבן מער מענטשן ווי די נול וועלן מיר מוזן צוריקציען פון אונזער הנחה, אבער סתמא קען מען אננעמען אז די מחלה הרג'עט, אזויווי קאוויד גלייך פון אנהייב וואס מען האט איבערגעקערט וועלטן נאכבעפאר מען האט געהאט דעטע צו קענען זעהן אויב עס איז מער ווי די נול, ווייל דאס איז א מציאות וואס עינינו רואות
די וואקסין איז נישט צופיל אנדערש, איינמאל איך ווייס אז עס איז אזאך וואס קען א מענטש קראנק מאכן און אריינווארפן אין בעט, און אויך ווייס איך קלאר אז מענטשן זענען שוין געשטארבן דערפון, קען איך אננעמען אז מענטשן קענען שטארבן דערפון, אבער אויב איך וועל וויסן פאר א פאקט אז די וואקסין הרג'ט נישט מער ווי די נול ביסטו גערעכט, אבער איך האב נישט געזעהן אויף דעם קלארע דעטע אויף יא אדער אויף ניין, סך הכל איז די טענה אז די נומבערס רעפארטעט צו וויערס איז נישט מער ווי די נול הייפאטעסיס, אבער וויערס איז דאך נישט קיין קאמפליעט דעטע און איז אנדעררעפארטעט, והא ראי' ווייל וויערס איז סאך ווייניגער ווי די נול

הוויכוח מצדי ימשיך למחר אי"ה, א גוטע נאכט

ס'איז דא אמאל וואס מען דארף נישט מעסטען, ווען איין זאך איז א אינטש, און איך וויל עס מדמה זיין מיט א זאך וואס איז א פוס, דארף איך נישט קומען מיט א מעסטער, וועלכע איז גרעסער? די אינטש אדער די פוס? ס'איז נראה לעינים. מילא ביי קרענק פעלט נישט אויס צו מעסטען כלפי די נול, וויבאלד ס'איז אזא גרויסע מרחק, אז ס'איז נראה לעינים, אבער ביי די וואקסין איז קלאר נישט אזוי, די מרחק פון וואקסין ביז נול איז נישט ווייט, מילא דארף מען צוזאמנעמען דעטע און זעהן וועלעכע איז מער.

און אפילו לשיטתך, אז די סיבה ביי קאוויד איז וויבאלד ער איז קראנק, און ער איז מת מחמת חליו, דאס אליין איז א קלארע באווייז אז קאוויד הארגעט, (הגם לדעתי איז דאס אליין נישט קיין גוטע ראי') דאך איז דאס נישט די זעלבע, וויבאלד ביי די וואקסין, אפילו די וואס ווערן קראנק, שטארבן זיי נישט מחמת חליהם, זיי היילן זיך אויס, און ווערן צוריק כאחד האדם, מילא זעה איך נישט פארוואס מען זאל תולה זיין אין די וואקסין.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

בערישל אז די קענסט אזוי גיט ברענגן תשובות. ברענגזשע ביטע די תשובות וואס זאגן קלאר אז בלויז נאכדעם וואס עס איז אויספרובירט און מען זעהט קלאר אז אפילו אחד מני אלף שטארבן נישט דערפון נאר דעמאלס מעג מען עס נעמען, משא"כ אויב עס איז דא טויזנטער וואס ווערן געשעדיגט דערפון קומט אויס פון זייערע ווערטער א קלארער איסור.

נאכאמאל, איך האב נישט די לשונות פון די תשובות פאר מיר, אבער די זאך איז קלאר מבואר אין די תשובה ספרים, איך האב נאר דאס יעצט נישט פאר מיר, אז איינער ברענגט דא אהער די בירורים וואס עס זענען געשריבן געווארן (אין קובץ גינת וורדים און נאך בירורים) ווי דארט האט מען מעתיק געווען לשונות פון די גדולים אות באות, וואס לויט דעם קומט אויס קלאר אז טאמער איז דא אפילו א ספק סכנה, טאר מען דאס נישט נעמען.

און כל שכן דא, וואס איינער האט דאס שוין געהאט איז שוין כמעט זיכער ארויס מכלל סכנה, ולאידך גיסא איז די וואקסין נאך אלס א חשש סכנה.

נאכ'ן שרייבן שוין באמערקט אז "Who knows ערווענט שוין אביסל מיין טענה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Who knows האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
די ווילסט פארגלייכן די סייד עפעקטס פון קוה פאקס מיט די סייד עפעקטס פון די קאוויד וואקסין? וועמען פריווסטו צו נארן דא?

איך האב אמאל עפעס מדמה געווען? אדרבה קוק איבער פון ווי די וויכוח האט זיך אנגעפאנגען? בעריש'ל האט געזאגט אז אין ספר הברית שטייט אז מ'דארף נעמען א וואקסין אפילו איינס פון טויזנט שטארבט, האב איך געזאגט אז ביי מיר שטייט פארקערט, ותו לא מידי

אבער אז דו ווילסט יא רעדן צו וואס עס איז דומה, וועל איך מעתיק זיין אביסל מער פונעם לשון פונעם ספר הברית "וכבר נסו זה אלפים רבבות בני אדם וכולם יצאו בשלום ולא מת אפילו אחד בכל אלה, ויהי כראות חכמי ישראל שהדבר בדוק ומנוסה מאד, ובכל יום ויום המנהג הזה מתפשט ומתקבל בכל מדינה ומדינה עד קצות הארץ ואיי ים רחוקים, ולא נשמע ולא נראה מכשול ותקלה לשום אדם גדול או קטן כי הוא דבר שאינו מזיק לעולם עמדו גם זקני ישראל ותופסי התורה בדור הזה והתירו זאת לכל ישראל על פי התורה", דו וואלסט געזאגט אזעלכע ווערטער אויף די קאוויד וואקסין? איך נישט
בעריש'ל האט געשריבן:קודם כל אין תפארת ישראל שטייט אז בפירוש וואס איך האב געזאגט, צווייטנס, היינט שטארבט אויך נישט.

1) אבער אין ספר הברית שטייט נישט אזוי, נאר עס שטייט אז רוב גדולי ישראל האבן נישט געהאלטן ווי די תפארת ישראל (וואס איז בכלל נישט געווען פאררעכנט אלס א פוסק)
2) מ'שטארבט היינט אויכעט (קיינער איז נאכנישט געשטארבן פון בלאד קלאטס?), די שאלה איז נאר וויפיל, און א קלארע תירוץ אויף דעם וועט מען לכאורה נישט וויסן ביז משיח וועט קומען, אדער אויב אונזער רעגירונג וועט אנהויבן צוזאמנעמען געהעריג דעטע

וואס איז וואריעלעיטשען? איז דאס טאקע וואס די תפארת ישראל רעדט פון? לאמיר זען

די מהלך פון וואריעלעיטשען איז געווען, אז אויב האט מען געטרפען איינער וואס האט געהאט סמאלפאקס אויף א שוואכע פארנעם, האט מען פון עם גענומען די germs, און מען האט דאס געגעבן פאר נאך מענטשען זאלן קראנק ווערן פון די סמאלפאקס, די מהלך המחשבה איז געווען, אז וויבאלד יענער מענטש האט עס געהאט אויף א שוואכע פארנעם, מוז זיין, אז די סטרעין וואס יענער האט געהאט, איז שוואכער פון די געהעריגע סטרעין, מילא איז בעסער צו ווערען אנגעשטעקט מיט די שוואכע סטרעין ווי איידער די געהעריגע סטרעין.

משל למה הדבר דומה? אז איינער זאל בידים גיין אין זיך אנשטעקען מיט פשוט'ע קאוויד, אזוי זיך צו באשיצן פון די דעלטע וועריענט, עס וועט ארבייטען, אבער פשוט'ע קאוויד איז אויך שעדליך. די זעלבע איז געווען מיט וואריעלעיטשען, אפילו די שוואכע סטרעין פון סמאלפאקס, איז געווען בכח צו הארגענען מענטשען, אויף א פיל א גרעסערע פארנעם ווי איינס פון טויזענט. טייל דאקטורים האבן אפילו געהאלטן אז ווארילעיטשען איז גארנישט בעסער ווי געהעריגע סמאלפאקס.

דערנאך איז אויפגעקומען א דאקטער עדווערד יענער, ער האט אויסגעטראפען אז די מחלה וואס הייסט קוה פאקס, טוהט אויך באשיצן קעגן סמאלפאקס, דהיינו איינער וואס האט קוה פאקס, קען נישט באקומען נאכדעם קיין סמאלפאקס, די פראבלעם איז געווען, אז קוה פאקס כאפט מען פון קוהן, און עס גייט שווערליך אריבער פון מענטש צו מענטש, האט יענער איינגעפירט אז מען זאל זיך דירעקט אנשטעקן מיט די קוה פאקס, און אזוי ארום ווערען אומיון צו די סמאלפאקס (נישט אזוי פשוט אבער אויפ'ן שפיץ גאפל), די מהלך האט ער גערופן וועקסינעטשען וואס זיין שורש מיינט אין לייטעניש "פון די קוה"

יעצט אויף די מהלך פון וואריעלעטשען זאגט די ספר הברית אז דאס האבן רוב גדולי ישראל גע'אסר'ט טאקע וויבאלד ס'איז נישט געווען קלאר אז דאס העלפט אפילו, אבער די מהלך פון וואקסינעטשען, האבן רוב גדולי ישראל יא מתיר געווען.

יעצט צוריק צום תפארת ישראל, די זאגסט נישט בפירוש, אבער מדבריך משמע, אז די האלטס אז די תפא"י רעדט פון וואריעלישען, וואס אויף דעם שרייבט די ספר הברית לאיסור, אבער האמת הוא, אז די תפא"י רעדט פון וועקסינעטשען, פון וואנעט ווייס איך? וויבאלד די תפא"י דערמאנט די זעלבע ווערטער פאקקע"ן, אויך אין מסכת אבות, און דארט שרייבט ער קלאר אז די מחדש דערפון איז יענער, מילא קומט ארויס קלאר, אז סיי די ספר הברית און סיי די תפא"י רעדן ביידע פון די זעלבע זאך, ביידע רעדן זיי פון קוה פאקס, און ביידע זאגן אז ס'איז מותר אדער אפילו גאר חובה.

לגופו של ענין, די ספר הברית איז מתיר צו מאכן קוה פאקס, יעצט אויב זאל מען פארגלייכן די סיי עפעקטס פון קוה פאקס, ביז די סייד עפעקטס פון די קאוויד וואקסין, וועט מען זעהן אז די סייד עפעקטס פון קוה פאקס, איז פיל, פיל מער, פון וויפיל די סייד עפעקטס פון קאוויד וואקסין, מילא אויב האט די ספר הברית מתיר געווען צו ניצן קוה פאקס איז קיין שום שאלה אז ער וואלט מתיר געווען צו ניצן די קאוויד וואקסין. 100% אזוי.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

Rabbi Yosef Zalmen Bloch.pdf
(96.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 70 מאל
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

בבקשה האט געשריבן:
וואס איז וואריעלעיטשען? איז דאס טאקע וואס די תפארת ישראל רעדט פון? לאמיר זען

די מהלך פון וואריעלעיטשען איז געווען, אז אויב האט מען געטרפען איינער וואס האט געהאט סמאלפאקס אויף א שוואכע פארנעם, האט מען פון עם גענומען די germs, און מען האט דאס געגעבן פאר נאך מענטשען זאלן קראנק ווערן פון די סמאלפאקס, די מהלך המחשבה איז געווען, אז וויבאלד יענער מענטש האט עס געהאט אויף א שוואכע פארנעם, מוז זיין, אז די סטרעין וואס יענער האט געהאט, איז שוואכער פון די געהעריגע סטרעין, מילא איז בעסער צו ווערען אנגעשטעקט מיט די שוואכע סטרעין ווי איידער די געהעריגע סטרעין.

משל למה הדבר דומה? אז איינער זאל בידים גיין אין זיך אנשטעקען מיט פשוט'ע קאוויד, אזוי זיך צו באשיצן פון די דעלטע וועריענט, עס וועט ארבייטען, אבער פשוט'ע קאוויד איז אויך שעדליך. די זעלבע איז געווען מיט וואריעלעיטשען, אפילו די שוואכע סטרעין פון סמאלפאקס, איז געווען בכח צו הארגענען מענטשען, אויף א פיל א גרעסערע פארנעם ווי איינס פון טויזענט. טייל דאקטורים האבן אפילו געהאלטן אז ווארילעיטשען איז גארנישט בעסער ווי געהעריגע סמאלפאקס.

דערנאך איז אויפגעקומען א דאקטער עדווערד יענער, ער האט אויסגעטראפען אז די מחלה וואס הייסט קוה פאקס, טוהט אויך באשיצן קעגן סמאלפאקס, דהיינו איינער וואס האט קוה פאקס, קען נישט באקומען נאכדעם קיין סמאלפאקס, די פראבלעם איז געווען, אז קוה פאקס כאפט מען פון קוהן, און עס גייט שווערליך אריבער פון מענטש צו מענטש, האט יענער איינגעפירט אז מען זאל זיך דירעקט אנשטעקן מיט די קוה פאקס, און אזוי ארום ווערען אומיון צו די סמאלפאקס (נישט אזוי פשוט אבער אויפ'ן שפיץ גאפל), די מהלך האט ער גערופן וועקסינעטשען וואס זיין שורש מיינט אין לייטעניש "פון די קוה"

יעצט אויף די מהלך פון וואריעלעטשען זאגט די ספר הברית אז דאס האבן רוב גדולי ישראל גע'אסר'ט טאקע וויבאלד ס'איז נישט געווען קלאר אז דאס העלפט אפילו, אבער די מהלך פון וואקסינעטשען, האבן רוב גדולי ישראל יא מתיר געווען.

ער זאגט נישט דאס, וז"ל
אפס בהיות שלא בכל פעם הועיל הדבר הזה כי לפעמים בכל זאת יצאו ופרחו אבעבעות רעות בילד השני ומתו לפעמים איזה ילדים אף כי לרוב הילדים היה זה תועלת, לכן הרחיקו חכמי ישראל הדבר הזה ולא רצו להתיר זה לבני עמינו כדי שלא להכניס את בניהם בספק סכנת נפשות לכתחילה

בבקשה האט געשריבן:יעצט צוריק צום תפארת ישראל, די זאגסט נישט בפירוש, אבער מדבריך משמע, אז די האלטס אז די תפא"י רעדט פון וואריעלישען, וואס אויף דעם שרייבט די ספר הברית לאיסור, אבער האמת הוא, אז די תפא"י רעדט פון וועקסינעטשען, פון וואנעט ווייס איך? וויבאלד די תפא"י דערמאנט די זעלבע ווערטער פאקקע"ן, אויך אין מסכת אבות, און דארט שרייבט ער קלאר אז די מחדש דערפון איז יענער, מילא קומט ארויס קלאר, אז סיי די ספר הברית און סיי די תפא"י רעדן ביידע פון די זעלבע זאך, ביידע רעדן זיי פון קוה פאקס, און ביידע זאגן אז ס'איז מותר אדער אפילו גאר חובה.

איך זעה נישטא אפילו א שמץ של ראי', די ווארט פאקקע"ן איז א שם הכולל וואס קען מיינען אלעס, לבד מזה אין אבות (פ"ג מי"ד) שרייבט ער "כהחסיד יענער שהמציא הפאקקענאימפפונג", אימפונג אין דייטש איז א וואקסין כמבואר דא, בעת וואס אין יומא דערמאנט ער נישט די ווארט אפילו בטעות, נאר ער נוצט די ווארט אינאקאלעישא"ן וואס איז ענדערש געווארן גענוצט אויפן פרימיטיוון וואקסין (אזויווי די ספר הברית דרוקט זיך אויס)
ובפרט אז לויט דיר דארף מען מאכן א מחלוקת אין מציאות צווישן די ביידע, און נאך אזא ווייטע מחלוקה אז איינער זאגט אז איינס פון טויזנט שטארבט און איינער זאגט אז קיינער איז נאכנישט געשטארבן דערפון
בבקשה האט געשריבן:לגופו של ענין, די ספר הברית איז מתיר צו מאכן קוה פאקס, יעצט אויב זאל מען פארגלייכן די סיי עפעקטס פון קוה פאקס, ביז די סייד עפעקטס פון די קאוויד וואקסין, וועט מען זעהן אז די סייד עפעקטס פון קוה פאקס, איז פיל, פיל מער, פון וויפיל די סייד עפעקטס פון קאוויד וואקסין, מילא אויב האט די ספר הברית מתיר געווען צו ניצן קוה פאקס איז קיין שום שאלה אז ער וואלט מתיר געווען צו ניצן די קאוויד וואקסין. 100% אזוי.

דאס איז לכאורה געבויט אויף די הנחה אז די תפא"י רעדט פון די קיען פאקן, אבער איך האב שוין געזאגט אז דאס איז נישט ריכטיג, נאר די מציאות פון די קיען פאקן איז געווען ווי די ספר הברית לייגט עס אראפ "ולא נשמע ולא נראה מכשול ותקלה לשום אדם גדול או קטן כי הוא דבר שאינו מזיק לעולם", ממילא זעהט מען נישט פון דעם אן היתר אויפן קאוויד וואקסין, (לויטן תפארת ישראל לכאורה יא, אבער מ'קען מחלק זיין איבער די עפעקעסי)
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

בבקשה האט געשריבן:
ס'איז דא אמאל וואס מען דארף נישט מעסטען, ווען איין זאך איז א אינטש, און איך וויל עס מדמה זיין מיט א זאך וואס איז א פוס, דארף איך נישט קומען מיט א מעסטער, וועלכע איז גרעסער? די אינטש אדער די פוס? ס'איז נראה לעינים. מילא ביי קרענק פעלט נישט אויס צו מעסטען כלפי די נול, וויבאלד ס'איז אזא גרויסע מרחק, אז ס'איז נראה לעינים, אבער ביי די וואקסין איז קלאר נישט אזוי, די מרחק פון וואקסין ביז נול איז נישט ווייט, מילא דארף מען צוזאמנעמען דעטע און זעהן וועלעכע איז מער.

און אפילו לשיטתך, אז די סיבה ביי קאוויד איז וויבאלד ער איז קראנק, און ער איז מת מחמת חליו, דאס אליין איז א קלארע באווייז אז קאוויד הארגעט, (הגם לדעתי איז דאס אליין נישט קיין גוטע ראי') דאך איז דאס נישט די זעלבע, וויבאלד ביי די וואקסין, אפילו די וואס ווערן קראנק, שטארבן זיי נישט מחמת חליהם, זיי היילן זיך אויס, און ווערן צוריק כאחד האדם, מילא זעה איך נישט פארוואס מען זאל תולה זיין אין די וואקסין.

וויאזוי מיינסטו איז די CDC צוגעקומען צו די החלטה אז די J&J וואקסין מאכן בלאד קלאטס, דורכען זעהן אז עס איז מער ווי די נול הייפאטעסיס? כמדומה אז נישט, זיי רעדן דאך פון ארום איינס אין א מיליאן וואס איז סטאטיסטיקלי אינסיגניפיקענט, נאר דורכ'ן באטראכטן די מציאות פון די מענטשן האט מען געזעהן אז דאס מאכט סענס, נישט אלעס ווענדט זיך אין נול הייפאטעסיס

דיין צווייטע טענה פארשטיי איך נישט, קודם איך רעד דאך פון די מענטשן וואס זענען נישט צוריק געזונט געווארן כאחד האדם, אבער אפילו יא, א מענטש מיט א בלאד קלאט קען זיך דרייען כאחד האדם און פלוצלינג צוזאמפאלן פון א הארץ אטאקע, סאו אויב ווייס איך אז די וואקסין קען מאכן בלאד קלאטס פארוואס זאל איך נישט זאגן אז דאס האט אים גע'הרג'ט, עס איז נישט זיכער אבער זייער מעגליך און מסתבר, די פוינט איז אז אפילו איך ווייס נישט אויף אזאך אז עס איז מער ווי די נול זענען נאך אלץ דא שכל'דיגע וועגן צו טראכטן צו איין זאך איז רילעטעט צו די אנדערע
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

צ/ק
אטעטשמענטס
23A19863-1EB2-4398-ADBB-2E12EF3CEFE2.jpeg
23A19863-1EB2-4398-ADBB-2E12EF3CEFE2.jpeg (304.7 KiB) געזען 618 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

Who knows האט געשריבן:כמדומה אז נישט

שיין פון דיר אז דו שרייבסט ארויס פון ווי דו קומסט אויף מיט דיינע אנטי וואקסין החלטות
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

בעריש'ל האט געשריבן:צ/ק

איך פארשטיי עס נישט.... קענסט עס ביטע מסבר זיין?!
אין עוד מלבדו
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

בעריש'ל האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:כמדומה אז נישט

שיין פון דיר אז דו שרייבסט ארויס פון ווי דו קומסט אויף מיט דיינע אנטי וואקסין החלטות

ראשית, אויף דעם "כמדומה" האב איך נישט געבויט קיין שום שיטה, עס איז געווען נאך א ראי' צו א נקודה וואס איך האב ארויסגעברענגט, והשנית, איך האב געשריבן פארוואס איך האלט אזוי, און איך בין אייביג גרייט צוריקצוציען אויב מ'וועט אויפווייזן אנדערש
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”