חדשות האט געשריבן:יואל שרייבער האט געשריבן:איך האב יעצט געטראפן רעפארטעד א שטודיע פון Nature וואס האט געטעסט די רעספאנס פון אנטיבאדיס צו די פארשידענע סטרעינס, אין די העדליינס איז עס רעפארטעד געווארן כאילו עס ווייזט אז וואקסינען זענען בעסער ווי נאטירליכע אימיוניטי קעגן די נייע וועריענטס, אבער איך האב פרובירט צו ליינען די שטודיע, און עס זעהט מיר אויס אז עס ווייזט גאר אז נאטירליכע אימיוניטי איז שטערקער ווי וואקסינען.
דא האט איר א גראף מיט די רעזולטאטן.
די 'אורליענס קאהארט' אין די שטודיע זענען בלוט גענומען פון מענטשן וואס האבן שוין געהאט די וויירוס זעקס חדשים געפאר, און די 'שטראסבורג קאהארט' זענען מענטשן וואס האבן שוין געהאלטן 12 חדשים נאך די וויירוס, א חלק פון די שטראסבורג קאהארט' האבן אויך באקומען איין וואקסין.
נאכדעם האבן זיי פייזער וואקסינירטע מיט איין וואקסין, 4 וואכן נאך די צווייטע וואקסין, און 13 וואכן נאך די צווייטע וואקסין, און אויך אסטרא זענעקע וואקסינירטע 4 וואכן נאך די צווייטע וואקסין.
ווי מען קען זען אין די טשארט איז די פייזער וואקסין 4 וואכן דערנאך, שטערקער ווי נאטירליכע אימיוניטי זעקס חדשים דערנאך, אבער די 13 וואכן נאך די צווייטע וואקסין איז די פייזער שוין די זעלבע קעגן דעלטא ווי נאטירליכע אימיוניטי נאך גאנצע זעקס חדשים , און קעגן בעטא (די דרום אפריקאנער וואריאנט) איז עס היבש שוואכער ווי נאטירליכע אימיוניטי.
די שטודיע ווייזט אבער יא אז נאטירליכע אימיוניטי נאך צוועלף חדשים איז היבש שוואכער קעגן דעלטא ווי די אנדערע סטרעינס, סאו עס קען זיין אן ארגומענט צו נעמען די וואקסין פאר איינעם וואס האט עס שוין געהאט צוועלף חדשים צוריק.
נאך אן אינטערעסאנטע זאך זעה איך דא אז בעת וואס מען האט גערעדט אז די וואקסינען דארפן צו זיין בעסער קעגן וועריענטס, זעהט דא אויס אז די וואקסינען זענען שטערקער קעגן די אריגינעלע סטרעינס, בעת וואס נאטירליכע אימיוניטי איז שטערקער קעגן די נייע סטרעינס.
איך בין בכלל סקעפטיש צו שטודיעס וואס מען נעמט בלוט און מען טעסט דאס אין א לעב ווי עפעקטיוו עס איז יא אדער נישט קעגן א סטרעין. פארוואס נישט מאכן אן עכטע שטודיע פון 2 גרופעס "מענטשען" און זען ווער עס ווערט מער עפעקטירט, די אויסגעהיילטע אדער די וואקסינירטע?
פונקט דאס האט מען געטוען געטוען אין די שטודיעס אין קליוולאנד, לאס אנזשעלעס און איזרעאל. אבער פאר אן אומבאקאנטע סיבה קומען די שטודיעס נישט אן צו NATURE און באקומט נאר א פרעקשאן פון די מידיא דעקונג (אויב דעקונג בכלל)
עס איז טאקע סאך שוואכער ווי א געהעריגע סטאדי אין די עכטע וועלט, אבער עס איז לכאורה נאכנישט מעגליך צו האבן עכטע וועלט סטאדיס אויף די דעלטא סטרעין, סאו עס איז די בעסטע וואס איז שייך פאר דעם.
די קליוולאנד סטאדי איז נאכנישט פיער ריוויוד, סאו איך מיין אז עס קען נאכנישט אריינגיין אין א געהעריגע דזשורנאל.