Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: היימישע אקאנעמי

תגובהדורך דריידל » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:33 am

לייטער האט געשריבן:אויב מען וויל גיין ח''וו ביי א גוישע סטאר ווייל סאיז ביליגער קען מען נעמען די דיפרענדס פון מעשר

אזוי גאר? ווען די אידישע געשעפטסמאן מיטשעט זיך צו שפייזן זיין פאמיליע, מילא. אבער פארוואס זאל מען קענען גיבן פון מעשר וועם מ'קויפט פון א באלעבאתישע איד?

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך דריידל » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:55 am

דאס איז אן אלטע סוגיא, שוין דורכגעטון דא איינמאל און נאכאמאל. איך פערזענטליך קויף אסאך אנליין זאכן וואס זענען דארט ביליגער ווי אין אידישע געשעפטן, און ס'טיט מיר זייער וויי אז איך קען נישט שטיצן מיינע ברודער. טאמער טרעף איך א דיעל ביי בי ענד עיזש אדער אדאראמא וואס איז די זעלבע ווי עמעזאן איז עס ביי מיר כמוצא שלל רב.
איך וויל נישט אראפרייסן אחב"י און איך ווייס אז זייער אווערהעד איז מער ווי די באקס סטארס (פרעצענטואל) אבער זיי דארפן ארייננעמען אין קאפ אז זיי קאמפיטן מיט עמעזאן, וואלמארט, טארגעט וכו'. איך האב לעצטענס געקויפט א סעלפאן פאר 29.99 ביי וואלמארט. נעכטן נאכט דערציילט מיר מיין טאכטער אז זי האט געזעהן אין די פענסטער פון א אידישע געשעפט א גרויסע פלאקאט אז זיי פארקויפן די זעלבע פאון פאר א נישטיגע 139.99. לאמיר שוין זאגן אז ס'קומט געפילטערט, איז עס נאכאלץ א הימל געשריי. די זעלבע איז מיט שיך. מיין בחור'ל האט געדארפט נייע שיך האב איך געזאגט מיין ווייב זאל גיין מיט אים צו די היימישע געשעפטן עפעס אויפפיקן. מיין ווייב ריפט מיך פון געשעפט אז ס'איז דא פאר 120, 130 דאלאר. איך האב איר געהייסן אנטלויפן פון דארט און כ'האב באשטעלט אנליין א פיינע עקא שיך פאר $57.
פונקט ווי אונז דארפן פארשטיין אז די אידישע געשעפטן מיטשענען זיך, דארפן די געשפעט אייגענטומער אין אכט נעמען אז די קאסטומערס גייען אויך דורך שווערע צייטן.
ס'איז מיר א גרויס ווייטאג יעדעס מאל וואס איך זעה א טשארזש אויפן קארטעל פון מעסיס אדער בלומינגדעילס.

פאר די וואס שרייבן אז די אידישע געשעפטן גיבן צדקה, וויל איך זאגן מוחל טובות. איך קען ב"ה אליין גיבן צדקה. פארוואס דארף איך איבערצאלן 10 דאללער ביים היימישן הארדוועיר סטאר אז יענער זאל גיבן די מעשר, ענדערש קויף איך ביי האום דיפא און איך גיב די מעשר אויף די צענער וואס איך האב געשפארט
לעצט פאראכטן דורך דריידל אום זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:58 am

@דריידעל
האסט א גוטע שאלה בנוגע מעשר אבער דעת תורה שטומט נישט אייביג מיט דעת בעה״ב

אחוץ מזה די היימישע געשעפטן ניצן עפ״ר היימישע ארבייטער / היימישע אקאנטענט/ היימישע לויערס / היימישע מארקעטינג פירמעס / אדווערטייזן און היימישע אויסגאבעס /היימישע קלינינג סערוויס/ אידישע גארבידש קאלעקטער/ ניצען אנדערע אידישע אידישע סופלייערס

וממיילא ברויך מען קוקען אויפן גאנצע פיקטשער
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך דריידל » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:59 am

וואס עפעס? האט געשריבן:@דריידעל
האסט א גוטע שאלה בנוגע מעשר אבער דעת תורה שטומט נישט אייביג מיט דעת בעה״ב

אחוץ מזה די היימישע געשעפטן ניצן עפ״ר היימישע ארבייטער / היימישע אקאנטענט/ היימישע לויערס / היימישע מארקעטינג פירמעס / אדווערטייזן און היימישע אויסגאבעס /היימישע קלינינג סערוויס/ אידישע גארבידש קאלעקטער/ ניצען אנדערע אידישע אידישע סופלייערס

וממיילא ברויך מען קוקען אויפן גאנצע פיקטשער

וועלכע דעת תורה זאגט אז מ'קען גיבן די דיפרענס פון מעשר ווען די בעל הבית פון געשעפט איז נישט קיין ארעמאן?

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג נובעמבער 15, 2020 12:01 pm

דעיס וואס די זאגסט אז צומאל איז ביליגער אונליין - לכה״פ קויף לאקאל ווען עס איז נישט קיין גרויסע דיפרענס

אז נישט העסטו עס געבן ביים הכנסת כלה אפיל .. שטיצען היימישע איז די גרעסטע צדקה בדרך כבוד און איז נישט קיין נייע געדאנק

לכו והתפרנסו זו מזו האט דוד המלך שוין געזאגט

אידן , איך בין אויכעט ליידער נישט פערפעקט אין דעם נושא. אבער לאמיר נישט פארלירן די גראדע קאפ און זאגן אויף אן אומריכטיגע התנהגות אז עס איז ריכטיג

אויב יעדער העט זיך אביסעל אנשטרענגען קען מען אזוי ראטעווען משפחות בדרך כבוד
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך דריידל » זונטאג נובעמבער 15, 2020 12:40 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:דעיס וואס די זאגסט אז צומאל איז ביליגער אונליין - לכה״פ קויף לאקאל ווען עס איז נישט קיין גרויסע דיפרענס

אז נישט העסטו עס געבן ביים הכנסת כלה אפיל .. שטיצען היימישע איז די גרעסטע צדקה בדרך כבוד און איז נישט קיין נייע געדאנק

לכו והתפרנסו זו מזו האט דוד המלך שוין געזאגט

אידן , איך בין אויכעט ליידער נישט פערפעקט אין דעם נושא. אבער לאמיר נישט פארלירן די גראדע קאפ און זאגן אויף אן אומריכטיגע התנהגות אז עס איז ריכטיג

אויב יעדער העט זיך אביסעל אנשטרענגען קען מען אזוי ראטעווען משפחות בדרך כבוד

100%.
אבער חוץ מזה וואס זאכן זענען אפט סאך ביליגער אנליין האבן זיי אויך א מער גינסטיגע רעטורן פאליסי. די היימישע געשעפטן דארפן אנערקענען מיט וועם זיי קאמפיטן און טאמער זענען זיי אינטערעסירט אין אונזער ביזנעס זאל די סערוויס און פרייזן זיין עטוואס קאמפעטעטיוו

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג נובעמבער 15, 2020 7:13 pm

נייע עדס
צוגעלייגטע
985AA266-5D12-4C80-9465-78B8CFEA9171.jpeg
985AA266-5D12-4C80-9465-78B8CFEA9171.jpeg (23.34 KiB) געזעהן 1921 מאל
DCE1BC82-E1DC-485D-A006-416FDECAA604.jpeg
DCE1BC82-E1DC-485D-A006-416FDECAA604.jpeg (23.78 KiB) געזעהן 1921 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html

איפכא מיסתבר
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך איפכא מיסתבר » זונטאג מארטש 14, 2021 4:21 pm

ס'איז א מורא'דיגע זאך צו קויפן ביי א איד, אבער קען איינער אויסלערנען די יודישע געשעפטן אז רעכענען פאר אן אייטעם מער א זעקסטל מער ווי די פרייז, איז געהעריג אונאה?

מעשה שהיה: כ'האב לעצטע וואך געקויפט אין א יודישע פארמעסי א OXI METER, זיי האבן נאר געהאט איין מאדל פאר $50, כ'בין אהיים געקומען און געטשעקט אנליין און געטראפן די זעלבע מאדעל 21.99 מיט פרי שיפונג..... שוין אפגערעדט אז ביי וואלמארט קען מען טרעפן אנדערע מאדעלס פאר אונטער $10....
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

pop
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך pop » זונטאג מארטש 14, 2021 9:50 pm

דריידל האט געשריבן:דאס איז אן אלטע סוגיא, שוין דורכגעטון דא איינמאל און נאכאמאל. איך פערזענטליך קויף אסאך אנליין זאכן וואס זענען דארט ביליגער ווי אין אידישע געשעפטן, און ס'טיט מיר זייער וויי אז איך קען נישט שטיצן מיינע ברודער. טאמער טרעף איך א דיעל ביי בי ענד עיזש אדער אדאראמא וואס איז די זעלבע ווי עמעזאן איז עס ביי מיר כמוצא שלל רב.
איך וויל נישט אראפרייסן אחב"י און איך ווייס אז זייער אווערהעד איז מער ווי די באקס סטארס (פרעצענטואל) אבער זיי דארפן ארייננעמען אין קאפ אז זיי קאמפיטן מיט עמעזאן, וואלמארט, טארגעט וכו'. איך האב לעצטענס געקויפט א סעלפאן פאר 29.99 ביי וואלמארט. נעכטן נאכט דערציילט מיר מיין טאכטער אז זי האט געזעהן אין די פענסטער פון א אידישע געשעפט א גרויסע פלאקאט אז זיי פארקויפן די זעלבע פאון פאר א נישטיגע 139.99. לאמיר שוין זאגן אז ס'קומט געפילטערט, איז עס נאכאלץ א הימל געשריי. די זעלבע איז מיט שיך. מיין בחור'ל האט געדארפט נייע שיך האב איך געזאגט מיין ווייב זאל גיין מיט אים צו די היימישע געשעפטן עפעס אויפפיקן. מיין ווייב ריפט מיך פון געשעפט אז ס'איז דא פאר 120, 130 דאלאר. איך האב איר געהייסן אנטלויפן פון דארט און כ'האב באשטעלט אנליין א פיינע עקא שיך פאר $57.
פונקט ווי אונז דארפן פארשטיין אז די אידישע געשעפטן מיטשענען זיך, דארפן די געשפעט אייגענטומער אין אכט נעמען אז די קאסטומערס גייען אויך דורך שווערע צייטן.
ס'איז מיר א גרויס ווייטאג יעדעס מאל וואס איך זעה א טשארזש אויפן קארטעל פון מעסיס אדער בלומינגדעילס.

פאר די וואס שרייבן אז די אידישע געשעפטן גיבן צדקה, וויל איך זאגן מוחל טובות. איך קען ב"ה אליין גיבן צדקה. פארוואס דארף איך איבערצאלן 10 דאללער ביים היימישן הארדוועיר סטאר אז יענער זאל גיבן די מעשר, ענדערש קויף איך ביי האום דיפא און איך גיב די מעשר אויף די צענער וואס איך האב געשפארט

where did you get ecco for 57?

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך דריידל » זונטאג מארטש 14, 2021 10:52 pm

pop האט געשריבן:

געווען דעמאלטס א ספעשיל ביי עקא. איינער וואס איזנישטמקפיד אויף די סטייל קעו געווענדליך טרעפן ערגעץ אנליין א ספעשיל.

א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מאנטאג מארטש 15, 2021 1:35 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז דא צוויי חלקים אין די נושא, און מען ברויך זייער נזהר זיין, ווייל עס איז א דינע שטריק וואס טיילט אפ. ווען עס איז דא א איד וואס מוטשעט זיך אויף זיין ריטעיל ביזנעס, דארף מען אים שטיצן. נישט אלע קליידונג געשעפטן זענען מיליאנערן, אסאך מוטשען זיך זייער ביודע ומקירי.

אבער.... די פרייזן דארפן מאכן סענץ. איך ווייס דו קענסט נישט בעטן 5.99 א הויזן, ווייל דאס איז דיין קאסט, און עס קומט נאך צו הוצאות ווי רענט, פעיראל, אדווערטייזינג, יוטיליטי'ס, א.א.וו. איך בין גרייט צו צאלן $20. עס מיינט אבער אויסדריקליך נישט אז ווייל מיין ווייב איז יעצט דעספרעד פאר די סטייל דאסטער וועגן די שוועגערן האט באשלאסן אז דעיס איז יעצט אין, און איך קען נישט זאגן ניין, קענסטו יעצט בעטן $245+ פאר די שטיקל צוקנייטשטע סטאנינג סינטעטישע פלאסטיק לכבוד יו"ט.

נאך עפעס. עס איז דא אזא מין זאך ווי מען צאלט טייער פאר געוויסע אייראפישע ברענדס, בעיקר ביי קינדער קליידונג. עס איז זייער א פארשטענליכע זאך, ווילסט די ברענד לעיבל, דאן צאל די פרייז. פאר א העמדל וואס קאסט נארמאל $18 קען מען אזוי באצאלן $85 בלויז ווייל עס האט די דאזיגע פירמע לעיבל. אבער די לעצטע פאר יאר איז אנטשטאנען א נייע דערהער, אנהויב האב איך נאך געלאכט דערפון. עס איז דא "היימישע ברענדס". דהיינו, א קליידער געשעפט וואס איז שוין א צייט אין ביזנעס, און זיי ווערן פאפולער ביי די היימישע קרייזן, באשליסן אז זיי מאכן א אייגענע ברענד. מען אינוועסטירט אין פרויען מארקעטינג און זיי בעטן דערנאך ממון ודמים וואס מאכן נישט קיין סענץ. זיי קענען בעטן 4 מאל די פרייז פארן זעלבן פראדוקט פון די געשעפט אקעגן איבער, און יעדער וועט קויפן בלויז ביי זיי, ווייל דאס איז די "ברענד". 

כל פנים, מיט פארגעניגן וועל איך צאלן $42 פאר די סניקערס אין א לאקאלע געשעפט, טראץ וואס אנליין קען איך עס טרעפן פאר $34.

צום אלעם ערשט וויל איך זאגן אז איך פיל דיין ווייטאג,
די ברענגסט דאך ארויס מורא'דיג קלאר דעם לאוו עכברא גנב אלא חורא גנב,
און איך האב גראדע הנאה פון דעם געשעפטסמאן
ווילסט זיין משוגע און קויפן עפעס וואס זעט אויס עקעלדיג אבער ס'איז אין סטייל און אפילו לעפקאוויטש יאקאבאוויטש און שמילאוויטש טראגן עס שוין מוז דאך זייין אז ס'איז העעערליך שיין, פיין און וואויל אבער דאס קומט מיט א פעטן פרייז

עס דערמאנט מיר א מעשה בשעת קאראנע איז דער בארימטע מכובדיגע באלעבאטישע זאל קאנטינענטעל געווען פארשפארט און 99% מחותנים האבן פארשטאנען און זיך געזוכט אנדערע קליינע זאלן אדער גאר דיינונג ראמס, איז אבער געווען איין מחותן וואס האטצעך מוארדיג גע'עקשנט אז ער מיזזזזזזזז חתונה מאכן דווקא אין קאנטינענטעל אז נישט ווער ווייסט צו די קידושין וועט קענען חל זיין,
נו האטער אויסגעפירט אבער מיט אזא געשוואלענע פרייז אז ס'איז געגאנגען א רויעך
ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד

קארן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך קארן » מאנטאג מארטש 15, 2021 6:51 pm

נעווער מיינד די פרייזן, וואס טוט זיך מיט די ריטורן פאליסי פון געוויסע אויב נישט רוב יודישע געשעפטן, מיין ווייב האט זיך לעצטנס געקויפט א קלייד פאר איבער פיר מאות, און נאך און די זעלבע טאג האט זי באשלאסן אז זי וויל עס נישט, איז זי צוריקגעגאנגען צו די געשעפט טאקע יענעם טאג, און די קלייד זיצט נאך ביי מיר, די געשעפט אייגנטומער האט עס נישט געהאלטן ביים צוריקנעמען, מיין פאליסי איז זייער קלאר, א געשעפט וואס לאזט צוריקגעבן קויפט מען ביי אים, נישט קיין חילוק וויפיל עס קאסט, און די וואס לאזן נישט, אדער זיי טוהן א גאנצע טובה אז זיי נעמען צוריק נאר און די זעלבע טאג אדער נאר ביז פיר און צוואנציג שעה, טרעט מען נישט אריין דארט, אז מיין ווייב שטאפירט אויס זיך אדער מיינע קינדער אויף א דאנערשטאג, און מקען עס נישט צוריקגעבן נאך שבת, דארף מען זיי נישט שטיצן!!

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג מארטש 15, 2021 11:14 pm

קארן האט געשריבן:נעווער מיינד די פרייזן, וואס טוט זיך מיט די ריטורן פאליסי פון געוויסע אויב נישט רוב יודישע געשעפטן, מיין ווייב האט זיך לעצטנס געקויפט א קלייד פאר איבער פיר מאות, און נאך און די זעלבע טאג האט זי באשלאסן אז זי וויל עס נישט, איז זי צוריקגעגאנגען צו די געשעפט טאקע יענעם טאג, און די קלייד זיצט נאך ביי מיר, די געשעפט אייגנטומער האט עס נישט געהאלטן ביים צוריקנעמען, מיין פאליסי איז זייער קלאר, א געשעפט וואס לאזט צוריקגעבן קויפט מען ביי אים, נישט קיין חילוק וויפיל עס קאסט, און די וואס לאזן נישט, אדער זיי טוהן א גאנצע טובה אז זיי נעמען צוריק נאר און די זעלבע טאג אדער נאר ביז פיר און צוואנציג שעה, טרעט מען נישט אריין דארט, אז מיין ווייב שטאפירט אויס זיך אדער מיינע קינדער אויף א דאנערשטאג, און מקען עס נישט צוריקגעבן נאך שבת, דארף מען זיי נישט שטיצן!!

איך האב שטארק מיטלייד מיט דיר
סתם פאר נייגער. די סטאר האט עפעס א ריטוירן פאלאסי אין אויב יא וואס איז געווען די סיבה פארן ריטורין ?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

קארן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך קארן » דינסטאג מארטש 16, 2021 8:32 am

קודם כל , יישר כח פארן האבן מיטלייד..... ווען מיין ווייב איז געגאנגען עס צוריקטראגן, האט מען איר געזאגט, אז זי קען נאר טוישן און מהאט איר געוויזן אויף די רעסיט אז סשטייט דארט די ריטורן פאליסי איז עקסענדזש אנלי.... מיין ווייב האט זיי פארגעהאלטן פארוואס הענגט נישט א סיין און די געשעפט פון זייער עקסענדזש אנלי פאליסי, וואס אזוי וואלט זי כאטש געוואוסט פארדעם וואס די פאליסי איז, האבן זיי געזאגט עפעס א באבע תירוץ אז אמאל האט געהאנגען א סיין און סאיז נעלם געווארן..... א שיינע תירוץ? קען זיין די בעל הביתטע האט דענסמאל געוואונען און זי האט פארדינט די פיר הונדערט פונט, אבער און די לאנגע טערמין האט מיין ווייב געוואונען, ווייל מיין ווייב פלעגט דארט בסדר גיין פאר שטאפיר, און סאיז נישט קיין ביליגע מעשיות דארט, אבער גוטע קוואליטי יא, סא בלי נדר גייט מיין ווייב מער נישט אהין גיין איינקויפן.

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך קוואל וואסער » דינסטאג מארטש 16, 2021 9:54 am

"אז מיין ווייב שטאפירט אויס זיך אדער מיינע קינדער אויף א דאנערשטאג, און מקען עס נישט צוריקגעבן נאך שבת, דארף מען זיי נישט שטיצן!!" וואס איז יענע סטאר, א גמ"ח?
מילא אז סע פיט ניש, מילא, אבער לכתחילה א גמח?
סייעתא דשמיא איז די ערשטע זאך

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. זי טאר נישט וויסן

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג מארטש 16, 2021 10:02 am

קוואל וואסער האט געשריבן:"אז מיין ווייב שטאפירט אויס זיך אדער מיינע קינדער אויף א דאנערשטאג, און מקען עס נישט צוריקגעבן נאך שבת, דארף מען זיי נישט שטיצן!!" וואס איז יענע סטאר, א גמ"ח?
מילא אז סע פיט ניש, מילא, אבער לכתחילה א גמח?

אבער אז מ'קען האבן ערגעץ אנדערש א גוטע ריטורן פאלעסי גייט מען ענדערש אהין ופשוט הוא
איך האב נארוואס געכאפט "א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט"

קארן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך קארן » דינסטאג מארטש 16, 2021 10:08 am

קוואל וואסער האט געשריבן:"אז מיין ווייב שטאפירט אויס זיך אדער מיינע קינדער אויף א דאנערשטאג, און מקען עס נישט צוריקגעבן נאך שבת, דארף מען זיי נישט שטיצן!!" וואס איז יענע סטאר, א גמ"ח?
מילא אז סע פיט ניש, מילא, אבער לכתחילה א גמח?

ערעב יוד, וואו קומט אריין גמח דא, און יעדע יודישע שטוב איז גענוג ביזי ערב שבת אז מקען כמעט נישט טרעפן קיין צייט עס צוריקצוטראגן אויף ערב שבת, און אוודאי רעדט מען דא אז די קליידער פיטן נישט, ממעג זיך רעכענען מיט די ציבור, אפילו דו האסט א סעים דעי ( וואס איז סתם א רשעות) אדער נעקסט דעי ריטורן פאליסי, נוץ אביסעלע דזשעלי פון דיין קאפ, אז ערב שבת אדער יום טוב קומט מען כמעט נישט אן צוריקצוגעבן די קליידער.

באנאנא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: ביי די רעפובליקאנער (הה"ד באנאנא רעפובליק)

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך באנאנא » דינסטאג מארטש 16, 2021 10:09 am

מענין לענין, עפעס איז גאשטאנען אין לעצטע וואך'ס מאמענט אין היימישע קווארטל א שיטה אז מ'קען לכתחילה איינקויפן ערב יו"ט אין 99 סענטס געשעפט ווייל ס'דא אידן וואס ווערן באצאלט זיי אויסצושטאפירן.

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך קוואל וואסער » דינסטאג מארטש 16, 2021 11:15 am

לאמיר איבערזאגן לאוד און קליר
קוואל וואסער האט געשריבן:"אז מיין ווייב שטאפירט אויס זיך אדער מיינע קינדער אויף א דאנערשטאג, און מקען עס נישט צוריקגעבן נאך שבת, דארף מען זיי נישט שטיצן!!" וואס איז יענע סטאר, א גמ"ח?
מילא אז סע פיט ניש, מילא, אבער לכתחילה א גמח?

פון די לשון "שטאפירט זיך אויס" מיינט אז מען קויפט איין קליידער אנצוטאן יענעם טאג, און מוויל עס צוריקטראגן נאכן נוצן, און מוויל נאך גאר האבן אפאר טעג מער צוריקצוטראגן.
אויב עס מיינט פשוט שאפינג, און מוויל צוריקגעבן נייערהייט וואס מ'וויל נישט נוצן, איז אנדערע מעשה, וודאי דארף מען געבן דע אפשן. זייטצ מיר מוחל אויב כ'האניש גוט פארשטאנן.
סייעתא דשמיא איז די ערשטע זאך

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג מארטש 16, 2021 11:55 am

אין ווילי איז דא א מאסיווע קומפיין צו קויפן לאקאל
אפשר ברענגט איינער אהער די פלאקאטן?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:11 pm

אקטועלע אנאליזן - אליעזר קרויס https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/35912
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:32 pm

איפכא מיסתבר האט געשריבן:ס'איז א מורא'דיגע זאך צו קויפן ביי א איד, אבער קען איינער אויסלערנען די יודישע געשעפטן אז רעכענען פאר אן אייטעם מער א זעקסטל מער ווי די פרייז, איז געהעריג אונאה?

מעשה שהיה: כ'האב לעצטע וואך געקויפט אין א יודישע פארמעסי א OXI METER, זיי האבן נאר געהאט איין מאדל פאר $50, כ'בין אהיים געקומען און געטשעקט אנליין און געטראפן די זעלבע מאדעל 21.99 מיט פרי שיפונג..... שוין אפגערעדט אז ביי וואלמארט קען מען טרעפן אנדערע מאדעלס פאר אונטער $10....

דאס קיין שייכות מיט אונאה.

די קליינע סטארס קויפן איין אויף גאר אן אנערער מהלך ווי די ריזן.

צו מאל צאלן זיי ביי זייער סופלייער מער פאר די אייטעם ווי די סופער סטארס פארקויפן עס.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4049
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך Kollel » דינסטאג מארטש 16, 2021 3:50 pm

farshlufen האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:ס'איז א מורא'דיגע זאך צו קויפן ביי א איד, אבער קען איינער אויסלערנען די יודישע געשעפטן אז רעכענען פאר אן אייטעם מער א זעקסטל מער ווי די פרייז, איז געהעריג אונאה?

מעשה שהיה: כ'האב לעצטע וואך געקויפט אין א יודישע פארמעסי א OXI METER, זיי האבן נאר געהאט איין מאדל פאר $50, כ'בין אהיים געקומען און געטשעקט אנליין און געטראפן די זעלבע מאדעל 21.99 מיט פרי שיפונג..... שוין אפגערעדט אז ביי וואלמארט קען מען טרעפן אנדערע מאדעלס פאר אונטער $10....

דאס קיין שייכות מיט אונאה.

די קליינע סטארס קויפן איין אויף גאר אן אנערער מהלך ווי די ריזן.

צו מאל צאלן זיי ביי זייער סופלייער מער פאר די אייטעם ווי די סופער סטארס פארקויפן עס
.

האבעך טאקע אמאל געהערט אז האללאנדערס (עידטש ענד טי) קויפט אסאך זאכן ביי וואלמארט און העלט-מארט קויפט קאווע (עי טי סי) ביי בי דזשעיס..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

איפכא מיסתבר
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך איפכא מיסתבר » דינסטאג מארטש 16, 2021 4:23 pm

farshlufen האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:ס'איז א מורא'דיגע זאך צו קויפן ביי א איד, אבער קען איינער אויסלערנען די יודישע געשעפטן אז רעכענען פאר אן אייטעם מער א זעקסטל מער ווי די פרייז, איז געהעריג אונאה?

מעשה שהיה: כ'האב לעצטע וואך געקויפט אין א יודישע פארמעסי א OXI METER, זיי האבן נאר געהאט איין מאדל פאר $50, כ'בין אהיים געקומען און געטשעקט אנליין און געטראפן די זעלבע מאדעל 21.99 מיט פרי שיפונג..... שוין אפגערעדט אז ביי וואלמארט קען מען טרעפן אנדערע מאדעלס פאר אונטער $10....

דאס קיין שייכות מיט אונאה.

די קליינע סטארס קויפן איין אויף גאר אן אנערער מהלך ווי די ריזן.

צו מאל צאלן זיי ביי זייער סופלייער מער פאר די אייטעם ווי די סופער סטארס פארקויפן עס.

אפי' זיי זאלן צאלן $25 פאר זייער סופלייער דארף עס נישט קאסטן $50, און אויסערדעם עס איז דא ביליגערע ברענדס וואס פארקויפט זיך אונטער $10 ריטעל, קען מען פארקויפן די ביליגערע אויכעט, פאר די היימישע יודן וואס ווילן שטיצן די היימישע געשעפטן.
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

קארן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך קארן » דינסטאג מארטש 16, 2021 7:18 pm

איך מיין , די מעין אישו איז מיט די ריטורן פאליסי, איך וועל ענדערש צאלן מער געלט פאר א אייטעם וואוסנדיג, אויב משום איזה סיבה איך וויל עס צוריקגעבן, און איך רעד בעיקר פון קליידער, וואס מען דארף אנטוהן זיכער מאכן אז סאיז די רייט פיט, אן האבן די פרעשור אז איך מוז עס נאך היינט אדער שפעטסטנס מארגן צוריקטראגן. אז איך זעה א קלייד ביי איין געשעפט וואס קאסט דרייסיג טאלער מיט א סעים דעי אדער פיר און צוואנציג שעה ריטורן פאליסי, און א אנדערע געשעפט בעט פאר דעם פופציג טאלער מיט א דריי טאג ריטורן פאליסי, אוודאי וועל איך איינקויפן ביי די טייערע געשעפט.

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט