קארן האט געשריבן:איך מיין , די מעין אישו איז מיט די ריטורן פאליסי, איך וועל ענדערש צאלן מער געלט פאר א אייטעם וואוסנדיג, אויב משום איזה סיבה איך וויל עס צוריקגעבן, און איך רעד בעיקר פון קליידער, וואס מען דארף אנטוהן זיכער מאכן אז סאיז די רייט פיט, אן האבן די פרעשור אז איך מוז עס נאך היינט אדער שפעטסטנס מארגן צוריקטראגן. אז איך זעה א קלייד ביי איין געשעפט וואס קאסט דרייסיג טאלער מיט א סעים דעי אדער פיר און צוואנציג שעה ריטורן פאליסי, און א אנדערע געשעפט בעט פאר דעם פופציג טאלער מיט א דריי טאג ריטורן פאליסי, אוודאי וועל איך איינקויפן ביי די טייערע געשעפט.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה מען האקט דא אסאך אויף די return אישו ביי היימישע סטארס. וויל איך זאג מיין מיינונג. א געשעפעט מאן האט מיר אמאל געזאגט, אז א מאמע איז אריינגעקומען אין גענומען 2-3 סייזעס סוטעלעך פאר 5 קינדער. א טאטעל פון 21 סעטס פון סוטס. ווייל זי קען נישט ברענגען אלע קינדער פון חדר און ווייסט נישט פונקטליך די סייז. ער האט איר אהנגעזאגט, קענסט צירוקברענגען פאר 48 שעה. ווייל עס איז ערב יום טוב, איר נעמט צי מיין סטאק, און נעקסטע וואך אז דאס ווי אתרוגים נאך סוכות. נו... א היימישע מאמע איז דאך פאריאגט.... און צירקגעברענג "אלע" א וואך שפעטער. און געווארענט אז זי גייט דיספויטען די טראשטש אויב מען געט נישט פול 100% קרעדיט. איז דאס יושר? מען האט זיך צויגעוואוינט פונעם געמיינער גנב (און נידריגע מאן) דזעף ביזעס, אז מען קען צירוקגעבען גענוצטע זאכן, ציבראכעכנע זאכן, וכו'. און ווערט צאלט? די עמעזאן סעללער. און מען עקספעקט אלע היימישע סטארס זאלן געבען די זעלבע return policy.
געדענקט, וחי אחיך עמך איז א מצוה. keep the money in the community צו העלפן אויסהאלטן אלע בתי חינוך, וכו'.
אויב שטייט קלאר אויפן רעסיט ביז ווען מען מעג צוריקגעבן, קען די קאסטומער גארנישט טוהן. און איך געב פולי גערעכט פאר די בעל הבית אויב די מעשה איז טאקע געווען אזוי.