Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

pop
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

קארן האט געשריבן:איך מיין , די מעין אישו איז מיט די ריטורן פאליסי, איך וועל ענדערש צאלן מער געלט פאר א אייטעם וואוסנדיג, אויב משום איזה סיבה איך וויל עס צוריקגעבן, און איך רעד בעיקר פון קליידער, וואס מען דארף אנטוהן זיכער מאכן אז סאיז די רייט פיט, אן האבן די פרעשור אז איך מוז עס נאך היינט אדער שפעטסטנס מארגן צוריקטראגן. אז איך זעה א קלייד ביי איין געשעפט וואס קאסט דרייסיג טאלער מיט א סעים דעי אדער פיר און צוואנציג שעה ריטורן פאליסי, און א אנדערע געשעפט בעט פאר דעם פופציג טאלער מיט א דריי טאג ריטורן פאליסי, אוודאי וועל איך איינקויפן ביי די טייערע געשעפט.

me too
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

א קינד האט א זייגער געקויפט פאר $5, האט ער עס געפונען אין א היימישע קעטעלאג פאר... $20.

(קומט אפשר נישט דא אריין.)
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

א פשוטע אינגלעך וועסטל קאסט $40.

קאסט זיי לכאורה $4 צו מאכן.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

וואס איך וויל פארשטיין איז, וועלכע געשעפטן צילט די קאמפיין?

גראסערי איז פול. טוי געשעפטן זענען געפאקט. ספרים סטאר? רובא דרובא קויפן לאקאל. זילבער געשעפטן? מערסטנס קויפן לאקאל. רעסטוראנטן, בעקערייען, טשאקאלאדע געשעפטן, פרוכט געשעפטן, נאר לאקאל. העכסנס מיט אובער איטס... פארמאסי? ביג טיים... מענער מלבושים? רובא דרובא קויפן לאקאל. אינקלודינג באט נאט לימיטעד טא: סוטס, דריי גוד, היטן, שיך, קאפלעך, שטריימלעך, קיטלען, אא"וו. ליקער געשעפטן? אלס לאקאל. קלינערס? געפאקט. יעצט זיכער... גלעזער? לאקאל. חוץ לענסעס וואס מענטשן קויפן יא אנליין, אבער מיטדעם אלעם גלייב איך אז ס'איז דא גענוג א גרויסע קלייענטעל וואס קויפן לאקאל. דזשולערי? מערסטנס לאקאל. שוסטערס? די געשעפטן זענען לאקאל.. די אייגענטימער ווייסעך נישט...

בלייבט איבער אזוי. הארדווער סטאר. הגם כ'מיין אז אסאך קויפן נאך גענוג לאקאל. כלה ארדערס איז מערסטנס לאקאל. מעגליך אבער אז זיי קענען פארדינען מער. אפשר סעלפאון סטארס. די איבעריגע בלייבט איבער פרויען קליידער. איז אויך צ"ע. למעשה, רוב קליידער געשעפטן זענען נאך אלעם געפאקט. און די פאר וואס נישט, ווייסן אלע פרויען פארוואס. אפשר פרויען שיך סטאר? זעט אויך נישט אויס ווי ס'איז ליידיג. ווי זיי האבן נישט קיין פרנסה. און אויב איז דא א פארלאזט געשעפט, דארפן זיי ארבעטן אויף זייער מארקעטינג. סתם מאכן דעם עולם קויפן, גייט נישט טראגן דעם עולם צו זייער פארלאזטן געשעפט.

הקיצור. כ'כאפ נישט געהעריג.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

געהאט לעצטנס די ריטורן אישו. א מין חוצפה דאס!!
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך זעה מען האקט דא אסאך אויף די return אישו ביי היימישע סטארס. וויל איך זאג מיין מיינונג. א געשעפעט מאן האט מיר אמאל געזאגט, אז א מאמע איז אריינגעקומען אין גענומען 2-3 סייזעס סוטעלעך פאר 5 קינדער. א טאטעל פון 21 סעטס פון סוטס. ווייל זי קען נישט ברענגען אלע קינדער פון חדר און ווייסט נישט פונקטליך די סייז. ער האט איר אהנגעזאגט, קענסט צירוקברענגען פאר 48 שעה. ווייל עס איז ערב יום טוב, איר נעמט צי מיין סטאק, און נעקסטע וואך אז דאס ווי אתרוגים נאך סוכות. נו... א היימישע מאמע איז דאך פאריאגט.... און צירקגעברענג "אלע" א וואך שפעטער. און געווארענט אז זי גייט דיספויטען די טראשטש אויב מען געט נישט פול 100% קרעדיט. איז דאס יושר? מען האט זיך צויגעוואוינט פונעם געמיינער גנב (און נידריגע מאן) דזעף ביזעס, אז מען קען צירוקגעבען גענוצטע זאכן, ציבראכעכנע זאכן, וכו'. און ווערט צאלט? די עמעזאן סעללער. און מען עקספעקט אלע היימישע סטארס זאלן געבען די זעלבע return policy.

געדענקט, וחי אחיך עמך איז א מצוה. keep the money in the community צו העלפן אויסהאלטן אלע בתי חינוך, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

סטוט מיר וויי צו ליינען ווי מען בארעדט אייגענע ברודער דא
סאיז דא א היימישע אקאנאמיע וואס כמעט 80 % אידן ארבעטן,
1) קאנסטראקשען אינקלודעט פלענינג/ לעקטער און סופלייס /פלאמבינג און פלאמבינג סופלייס פרעמינג און נאך און נאך א ריזן מעגא היימישע אינדערסטרי
2)קאר דילער קאר מקעניק קאר סערוויס באס דרייווער און נאך
3) סטארס גראסערי אינקלודעט אסאך ארבעטער און ווערהויזעס דעליוועריס
4) מוסדות התורה וואס נעמט אריין א געוואלד מיט ארבעטער
5)כלי קודש /סופרים /שוחטים /קהילות און דיינים /פאנדרעיזיר /ארבעטער אין ארגענעזאציע'ס
6)צייטונגען און אויסגאבעס עדווטייזמענט גרעפיק
7)היימישע עמזאן ווערהויזעס וואס איז טיילווייז היימיש וויבאלד זיי ניצן א גרויס חלק היימישע ארבעטער און אקונטינג טראקינג סופלייער אא' וו
8)ריעל עסטעיט לענדלאר פון סטארס און ווערהויזעס(אקעי אויף זיי זענען דא א טייל וואס האלטן אז מטאר נישט רחמנות האבן..)
9)מארגעדש. קרעדיט קארט אא'וו
10) נאך און נאך, אינטערטעימענט זינגער. שמחות און אלעס ארום און נאך און נאך
11)

יעצט דעי גאנצע אקאנאמיע פון אונזערע ברודער און שוועסטער שטייט ב''ה אויף גאנץ גוטע פיס מיט אייגענע קאמפעטישאן זענען געבינדן איינס אינעם צווייטן און ניצן איינע די צווייטע סערוויס'ס און ווי מער ביזנעס אלץ שטערקער און גרעסער דרייט זיך אונזער רעדל.
לי יצייר אז נישט די און נישט דיין טאטע און נישט דיינע שכינום משפחה ארבעטן אין א סטאר אדער סערוויס'ס וואס די סטאר ניצט לדוגמא אקונטינג טראקינג האלסעילער(רוב אייטעמס אין היימישע סטארס קומען פון היימישע ביזנעסער) דיזיינער עדווטייזמענט סופרים לענדלאר פאון סערוויס בוקקיפינג סטאר סופלייס קרעדיט קארט הענדימען
מילא די קויפסט נישט אבער פארוואס פארוואס אראפרייסן אייגענע ברודער דא


רוב סטארס מיטשענען זיך צו אנגיין און פרייען זיך מיט יעדע קאסטמער און יעדע גוט ווארט, ווען די געסט א דאלאר פאר א סטאר גייט 90% אדער 100%געלט ווייטער אין אידשע הענד


ווי עס שרייבט א אינגערמאן וואס איז זייער צופרידן פון אידישע סטארס און סערוויס און ניצט כמעט נאר היימישע סטארס און סערוויס'ס און ב'ה זייער צופרידן

געלט וואס גייט ארויס פון דיין הענט דארף בלייבן צווישן אונז
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה מען האקט דא אסאך אויף די return אישו ביי היימישע סטארס. וויל איך זאג מיין מיינונג. א געשעפעט מאן האט מיר אמאל געזאגט, אז א מאמע איז אריינגעקומען אין גענומען 2-3 סייזעס סוטעלעך פאר 5 קינדער. א טאטעל פון 21 סעטס פון סוטס. ווייל זי קען נישט ברענגען אלע קינדער פון חדר און ווייסט נישט פונקטליך די סייז. ער האט איר אהנגעזאגט, קענסט צירוקברענגען פאר 48 שעה. ווייל עס איז ערב יום טוב, איר נעמט צי מיין סטאק, און נעקסטע וואך אז דאס ווי אתרוגים נאך סוכות. נו... א היימישע מאמע איז דאך פאריאגט.... און צירקגעברענג "אלע" א וואך שפעטער. און געווארענט אז זי גייט דיספויטען די טראשטש אויב מען געט נישט פול 100% קרעדיט. איז דאס יושר? מען האט זיך צויגעוואוינט פונעם געמיינער גנב (און נידריגע מאן) דזעף ביזעס, אז מען קען צירוקגעבען גענוצטע זאכן, ציבראכעכנע זאכן, וכו'. און ווערט צאלט? די עמעזאן סעללער. און מען עקספעקט אלע היימישע סטארס זאלן געבען די זעלבע return policy.

געדענקט, וחי אחיך עמך איז א מצוה. keep the money in the community צו העלפן אויסהאלטן אלע בתי חינוך, וכו'.

אויב שטייט קלאר אויפן רעסיט ביז ווען מען מעג צוריקגעבן, קען די קאסטומער גארנישט טוהן. און איך געב פולי גערעכט פאר די בעל הבית אויב די מעשה איז טאקע געווען אזוי.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”