בלאט 3 פון 3

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:40 pm
דורך סטאוו יא פיטא
ניבא ולא ידע מה ניבא... (כ'רעד פון זעך)
מיט יעדן טאג וואס גייט פארביי ווערט דער רעיון נאר שטערקער און אמת'דיגער
קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

לולא קואמא'ס קריאזע חשבונות פאר זיין עתיד, ולולא די עלעקשענס וואס גייען אט אט פארקומען, וואלט די שטאט אויסגעקוקט פינקט ווי פאר 7 חדשים צוריק
ס'ווייסט יעדער טיעף ביי זיך אין די קישקעס אז אין מנוס. בלינד דארף מען זיין אז דער פאפירענע מאסק שלאגט זיך מיט די וויירוס פארשפרייטונג.
כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין בין מאסק לפרצוף, נקודה. (מיטן אויסנאם פון טוהן עפעס וואס העלפט טאקע...)

ווער ס'איז נאכנישט מסכים צי דעם יעצט ווייל ער קען נישט טראכטן פארקערט פון מעינסטריעם אדער איינזעהן אין די היפאקריטיע פון די דעמאקראטישע ליבעראלע פארטיי הדומה לחמור (כ'בעט איבער אלע אייזלען פון איבער די וועלט פארן זיי צישטעלן צי די גרועים, ס'איז נאר לסבר את האוזן. עטס זענטס געוויס סאך מער און בעסער. ואתכם הסליחה) וועט עס איינזעהן אינעם נאנטן ציקונפט.

דערווייל דארפן אינז מקבל זיין דעם גזר דין באהבה און חלילה נישט קיין פאראיבל האבן אויף אינזערע זיידעס וואס זענען געקימען קיין עליס איילענד אנשטאט קיין בריסטאקאווע בעי..

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:51 pm
דורך א צווייטער
ווי האט יענער געזאגט ס'איז שוין כמעט דא א וואקסין פארן וויירוס, די נאמען פונם וואקסין "ביידען", דער טאג וואס ער געוואונט...

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:54 pm
דורך למעלה משבעים
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

פלגינן זיבורא... ליידער די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט אלץ א כלל אויף איבעראל. און ליידער מיט דיין צווייטע חלק ביזטו יא גערעכט אלץ א כלל איבעראל.

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:21 pm
דורך סטאוו יא פיטא
למעלה משבעים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

פלגינן דיבורא... ליידער די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט אלץ א כלל אויף איבעראל. און ליידער מיט דיין צווייטע חלק ביזטו יא גערעכט אלץ א כלל איבעראל.

איך דינג זיך נישט, קאראנע איז א ביטערע מציאות ליידער,
ס'איז דא קאראנע און ס'איז דא קאראנע.
ס'איז דא קאראנע, די מחלה, וואס עקזעסטירט נאך אויף א פיצל פארנעם ביי אינז אין ראיאן. און ס'איז דא די ספאקי ווארט קאראנע וואס איז א וויסטער שווינדל פונעם גאווערנער צי בויען זיין קאריערע...

אין 5 חדשים ארום ווען דער גאווערנער גייט מחליט זיין ס'איז צייט צי דערקלערן די וויירוס אלץ געענדיגט, ווייל אזוי גייט זיך איהם דעמאלטס לוינען, דארף נישט די מציאות זיין קיין טראפ אנדערש ווי ס'איז יעצט, ער קען דרייען מיטן עולם גולם וויאזוי זיין הארץ באגערט, שטייצעך מיט די הילף פון זיין בעסטע פריינט. די מידיע.

מ'מאכט העדליינס פון 16 נייע קעיסעס אין א שטאט פון 300 טויזענט נפשות... מ'מאכט העדליינס פון אידן וואס מיטשען זיך נעבעך ה"י, איז אבער איינער בלינד צי זאגן אז ס'איז א מצב פון א מגיפה וואס בוזשעוועט?? ס'איז געוויס דא עפעס און ווער ווייסט צי דער עפעס גייט מען אמאל פטור ווערן... און ווער ווייסט צי דער עפעס איז נישט א זאך וואס איז שוין קאי וקיים זייט ששת ימי בראשית נאר יעצט מאכט מען איין קיגל דערפון מיט קאראנע ווייל ס'שטימט בעסער די אינטערעסן.... די אינטערשטע שורה איז: ווען נישט פאליטיק וואלט יעדער גראדע בר נש דערקלערט שוין 4 חדשים צוריק אלעס צוריק צי נארמאל...

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:38 pm
דורך למעלה משבעים
כ'וועל דיר ענטפערן אין איין ווארט. קאנאדע יוכיח, וואספארא פאליטיק גייט דארט פאר אויב מעג איך פרעגן?

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:39 pm
דורך חמרא טבא
למעלה משבעים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

פלגינן זיבורא... ליידער די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט אלץ א כלל אויף איבעראל. און ליידער מיט דיין צווייטע חלק ביזטו יא גערעכט אלץ א כלל איבעראל.

כבין מוחה בכל תוקף ועוז אויפן שרייבן אויף אונזער חבר רבי סטאוו׳לס א ווארט זיבורא דער אידאך עידית שבעידית

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:44 pm
דורך סטאוו יא פיטא
חמרא טבא האט געשריבן:

געוויס געווען א פליטת הקןלמוס, א אפטע ערשיינונג ביי א איד איבער די 70...

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:45 pm
דורך למעלה משבעים
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

פלגינן זיבורא... ליידער די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט אלץ א כלל אויף איבעראל. און ליידער מיט דיין צווייטע חלק ביזטו יא גערעכט אלץ א כלל איבעראל.

כבין מוחה בכל תוקף ועוז אויפן שרייבן אויף אונזער חבר רבי סטאוו׳לס א ווארט זיבורא דער אידאך עידית שבעידית

געוויס געווען א פליטת הקןלמוס, א אפטע ערשיינונג ביי א איד איבער די 70...

אךך, ביזט דאך אזוי גערעכט אזא טעות צו מאכן, זיבורא אנשטאט עקרבא... מען קען נאך טוישן?

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:47 pm

ווי קומט דא אריין ארקענסאו?

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:48 pm
דורך סטאוו יא פיטא
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'וועל דיר ענטפערן אין איין ווארט. קאנאדע יוכיח, וואספארא פאליטיק גייט דארט פאר אויב מעג איך פרעגן?

כ'בין באמת נישט באקאנט מיט די מציאות אינדרויסן פון ניו יארק, כ'טרעט כמעט נישט איבער קיין נייעס אשכולות.
כ'האב מיר באצויגן צי די לאקדאון וואס הערשט נאך אין ניו יארק על לא דבר בלויז פארן גאווערנערס פאליטישע אינטערעסן...

----
זיידי האקט, ער וויל צי האלבן אן עקרב... פארגעסן ס'איז נאך אלול 2 חדשים צי די עקרב עלעקשען חודש...

-----
חמרא האקט ס'ווערט בעסער. לאזטס מיר ארויס

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 10:02 pm
דורך סטאוו יא פיטא
ארויפגעברענגט לאור די קארענט איווענטס כאטש וואס ס'איז שוין געשריבן געווארן צוריק אין מאי..
איין זאך קען מען זיך טרייסטן אז דער בוך וואס ער האט ארויסגעגעבן אין איילעניש ארויסציברענגען זיינע לייסטונגען (נישטא ווער ס'זאל לאכן) שפייט איהם צוריק אין פנים,
ווען ער האט ענדליך באשלאסן ענדע זימער אז די צייט איז געקומען און דער וויירוס איז שוין באשטעטיגט צי האבן געבוזשעוועט געניג לאנג, און די 6 ביטערע וואכן זענען שוין פארוואסערט און נעלם געווארן דורך זיין העלדישע ארבעט וואס ער האט דעליווערט אין די לאנגע חדשים וואס דער וויירוס האט אין פאקט נישט עקזיסטירט, און דערביי ארויסגעגעבן דעם בוך איהם אראפמאלנדיג אלץ דער העלד וואס האט געראטעוועט ניו יארק... איז איהם מיסטער קאוויד אנטקעגן געקומען מיט א קלארן מעלדונג נאו נאו נאו! דו קענסט נישט פארקויפן קיין לאקשן! דא בין איך און ווען איך בין דא קענסטו גארנישט!... און דעמאלטס האבן זיך אנגעהויבן די גזרות (פאר מער אינפארמאציע באזוכט אין די ארומיגע אשכולות...)

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

געשריבן: מאנטאג מארטש 01, 2021 2:08 pm
דורך סטאוו יא פיטא
וואס טוט זיך האט געשריבן:וויל איך טאקע אט דא דאקומענטירן, אז ס'דא וואס האלטן אנדערש, אז ביז בערך א וואך-צוויי נאך פסח, האט קאמאו זייער גוט באהאנדעלט דעם מצב.

ווי אויך וויל איך טאקע דא דאקומענטירן, די טרויעריגע פאקט, אז אזויפיל אידן האבן ליידער אנפאנג נישט אויסגעפאלגט די אנווייזונגען, געווען אויבער-חכמים, געלאכט פון יעדעם (ובראשם אונזער ר' שלמה) וואס האט פרובירט אויפמערקזאם צו מאכן און ווייזן ווי שלעכט די מצב איז, מיטן "פאניק אנזייער" טיטל..
און טאקע אסאך פון די חברה וואס האבן שפעטער ליידער פארלוירן נאנטע חבירים און אפאר פון זיי אפילו משפחה קרובים, פארפירט, קאמפלעינט אז מ'קען נישט אריין גייען צו די שפיטעלער, אדג... בקיצור, געבלעימט יעדעם אויסער זיך...

זאל אלעס דאקומענטירט ווערן...

דאקומענטירט