קאראנע בשימצה לדראון עולם

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 24, 2020 1:22 am

דער שבת איז נארוואס פארביי און מיינע פינגערס טייפן שוין אויפן שנעלסטן טעמפא, באלד איז שוין צי שפעט נישטא ווער ס׳זאל פארציילן דעם אמת, איך שפיר ווי איך הייב שוין אויך אן ציביסלעך גלייבן אין דעם, מארגן שרייב איך שוין אנדערש. א פראגע פון טעג ביז איך גיי רעדן פון גאוו. קאומא ווי א העלד וואס האט געראטעוועט זיין שטאט פון א גענצליכע אינטערגאנג. איך פארשווענד נישט קיין צייט, איך קוק נישט קיין נייעס, בליק נישט אין מיינע נאטיפעקאציעס, איך מאך נישט קיין הבדלה ווילאנג די אמת׳ע קורות הדברים איז פארשריבן און פארזיגלט בחותמו של כה״ג.

פרייטאג צינאכטס, דער בעל תפילה - א קאראנע פראדוקט - וואס באוויינט יעצט די 30 יאר וואס ער האט נישט געוואוסט ער קען טראגן א טאן און נאך וואו, ער קען זינגען סאולא א ניגון אויף לכה דודי וואס קיינער קען נישט. ווי ברענגט מען צוריק די פארלאפענע יארן, איך וועל שוין זיכער מאכן קיינער זאל נישט געדענקען איך בין אמאל געווען דער וועם דער שמש האט אלץ אזוי דורכגעלאזט אן קוקן אויף מיין זייט ווי א קאנדידאט פארן עמוד אפילו נאר אויף מנחה שבת נאכמיטאג.. בקיצור בשעת ער האט דארט קאמפאוזט זיין נייע ניגון ביי לכה דודי האב איך מיר אומגעקוקט אזוי אויף די אלע יארגענג אין בית מדרש, איך באטראכט די יונגלעך מיט די יונגע בחור׳לעך, אומשילדיגע שעפעלעך, זיי ווייסן נישט וואס די וועלט איז יעצט דורך, זיי ווייסן נאר אז זייט א וואך נאך פורים איז נישט דא קיין חדר און אז דארט ווי מען פלעגט אמאל כאפן קלינגעדיגע פעטש פונעם מנהל איז היינט געווארן א טעיק-אוט ווי מען פיקט אויף לאנטש וואס מען עסט נאכדעם אינדערהיים.. קומט מיר אין געדאנק דער פסוק ״ואמר הדור האחרון בניכם אשר יקומו מאחריכם״

שוין לאמיר ציקומען צום נקודה וואס עגבערט מיר אזוי פון וואס איך האב אזוי מורא אויב דריק איך עס נישט אפ יעצט וועט נישט זיין מער איינער וואס זאל וויסן אז מען האט אמאל געהאלטן אנדערש;

קאראנע ביי אינז אין ניו יארק האט זיך אנגעהויבן פורים צייט און זיך געענדיגט אביסל נאך פסח. זעקס וואכן פון טאטעל דיזעסטער, שפיטעלער פארוואנדעלט אין שלאכט הייזער, דאקטוירים - שוחטים, נוירסינג האומס - גאז קאמערן אא״וו. דער גאווערנאר איז געזעצן מיט פארלייגטע הענט און גארנישט געטוען. א חוץ זיין טעגליכע פרעסע קאנפרענץ ווי ער האט אן קיין בושה יעדן טאג מיט א בלעכענעם פנים דערקלערט אנדערע שפעקולאציעס, פונקט פארקערט ווי א טאג בעפאר, ער האט נישט גענומען די מינימאלע מיה צי פארענטפערן פארוואס ער איז נעכטן נישט געווען גערעכט אדער פארוואס מארגן גייט ער זאגן פונקט פארקערט ווי היינט אבער נאכאלץ גענוג פארקערט ווי נעכטן, און מיט פלאץ אויף צי זאגן א טאג דערויף נאכמער פארקערט ווי אלע טעג בעפאר ציזאמען... שקר ה(אט)חן, דער עולם פארגעסט ב״ה די מידיע האט איין כלל וואס זיי זענען טריי און דאס איז דער באשר הוא שם.. מען דארף דעקן וואס ער זאגט היינט, יעצט איז דאס די נייעס און א גוטן טאג..

דער גאווערנאר ווייסט בעסער ווי סיי וועם ווי שטארק ער האט דא אנגעזעצט, א נאר איז ער אבער נישט, ער וועט ליבערשט אינז מאכן נאר ווי איידער ער זאל געדענקט ווערן לשימצה לדראון עולם, איז דער אויפגעקומען מיט א בייפאל אז ער איז נאר א אנזעצער אויב במשך די גאנצע תקופה פון קאראנע האט ער געמאכט שרעקליכע טעותים, און זיינע באשלוסן האבן נאר געמאכט מער כאאס. נו איז דאך דא א פשוט׳ע עצה; מיט די הילף פון די מידיע גייט מען פיטערן דעם עולם אז קאראנע איז נאך ווייט פון פערטיג. ווען ס׳איז שוין גענוג צייט גייט מען פון פריש אנהייבן מיט פיהר פאזעס וואס גייט זיך ציען נאך אכט וואכן און הערשט דעמאלטס גייט מען דערקלערן אז דער וויירוס האט פארלאזט ניו יארק. געוואלדיג, א העלד! זעקס וואכן איז טאקע געווען כאאס אבער דרייסיג וואכן נאכדעם, ווען נישט זיינע רעגולאציעס און פרעס קאנפרעצן וואלטן די דרייסיג וואכן געווען אסאך ערגער ווי די ערשטע זעקס וואכן......

עדה המצבה. דער אשכול דא איז געווידמעט צי מנציח זיין לעד וואס איז טאקע פארגעקומען, איר קומט אריין דא אין פיר יאר פון יעצט ווען עס קאכט א היציגע קאומא ווס. פענס פרעזידענטליכע פארמעסט, דער קאומא איז אראפגעמאלן אין די מידיע נעצן ווי דער העלדישסטער גאווערנאר אין אמעריקאנע היסטאריע. דער גאוועארנאר וואס האט זיך נישט געבראכן פאר קיין שום פרעשור, און האט פאר זעקס און דרייסיג וואכן העלדיש געקעמפפט דעם וויירוס (טאקע זיך געמוטשעט די ערשטע זעקס וואכן) און האט געראטעוועט מיליאנען לעבנס!...

שקר! ליגענט! דער וויירוס האט געדויערט פונקט זעקס וואכן! און די זעקס וואכן האסטו טאטאל אנגעזעצט!

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג מאי 24, 2020 1:29 am

זייער גוט ארויסגעברענגטש
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך simcha » זונטאג מאי 24, 2020 1:36 am

גוט געזאגט, נישט געטראכט דערפון.
יאו, סטאפ די וועטא!

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 24, 2020 1:42 am

וויל איך טאקע אט דא דאקומענטירן, אז ס'דא וואס האלטן אנדערש, אז ביז בערך א וואך-צוויי נאך פסח, האט קאמאו זייער גוט באהאנדעלט דעם מצב.

ווי אויך וויל איך טאקע דא דאקומענטירן, די טרויעריגע פאקט, אז אזויפיל אידן האבן ליידער אנפאנג נישט אויסגעפאלגט די אנווייזונגען, געווען אויבער-חכמים, געלאכט פון יעדעם (ובראשם אונזער ר' שלמה) וואס האט פרובירט אויפמערקזאם צו מאכן און ווייזן ווי שלעכט די מצב איז, מיטן "פאניק אנזייער" טיטל..
און טאקע אסאך פון די חברה וואס האבן שפעטער ליידער פארלוירן נאנטע חבירים און אפאר פון זיי אפילו משפחה קרובים, פארפירט, קאמפלעינט אז מ'קען נישט אריין גייען צו די שפיטעלער, אדג... בקיצור, געבלעימט יעדעם אויסער זיך...

זאל אלעס דאקומענטירט ווערן...
וואטס, טראמפ ווס. דעמס היי יאר און פיר יאר צוריק
---------------
קארטאפל רעפטלעך, אנקעטע

---------------
שמחי!! בלייב מיט אונז!!
--------------
INM! אייוועלט ניקס מעטטער!
#בארואיג דיין נייגער, און לאז ניקס ווייטער שרייבען דא.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 24, 2020 1:46 am

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול. דער אשכול באהאנדעלט דעם גאווערנארס עקשענס נישט ווער ס'איז יא צי נישט שולדיג, א דאנק

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 24, 2020 1:53 am

אויף דעם אז קואמא האט זיך שפעט דערוועקט, קען מען אים נישט באשולדיגן, ווייל קיינער האט נישט געקענט פאראויסשאצן און באגרייפן דעם מצב.

אבער אויף דעם וואס ער וויל נישט עפענען דעם שטאט בעת הזאת, דאס דארף געדענקט ווערן לדיראון עולם אינאיינעם מיט די מאסן שחיטות וואס האבן זיך אפגעטון אין די שפעיטעלער, און בשעת מעשה האט ער גארנישט געטון עס אפצושטעלן.

געערטער גאווערנאר, איר האט שוין אפגעדינט. גייט אריין אין פאליטיק, ווערט א דזשורנאליסט ווי אייער ברודער, און געט איבער די מיליאנען לעבנס און ארבעט פאר מער עררפארענע ווי אייך.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג מאי 24, 2020 1:56 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:וויל איך טאקע אט דא דאקומענטירן, אז ס'דא וואס האלטן אנדערש, אז ביז בערך א וואך-צוויי נאך פסח, האט קאמאו זייער גוט באהאנדעלט דעם מצב.

ווי אויך וויל איך טאקע דא דאקומענטירן, די טרויעריגע פאקט, אז אזויפיל אידן האבן ליידער אנפאנג נישט אויסגעפאלגט די אנווייזונגען, געווען אויבער-חכמים, געלאכט פון יעדעם (ובראשם אונזער ר' שלמה) וואס האט פרובירט אויפמערקזאם צו מאכן און ווייזן ווי שלעכט די מצב איז, מיטן "פאניק אנזייער" טיטל..
און טאקע אסאך פון די חברה וואס האבן שפעטער ליידער פארלוירן נאנטע חבירים און אפאר פון זיי אפילו משפחה קרובים, פארפירט, קאמפלעינט אז מ'קען נישט אריין גייען צו די שפיטעלער, אדג... בקיצור, געבלעימט יעדעם אויסער זיך...

זאל אלעס דאקומענטירט ווערן...

צוויי וויכטיגע נקודות
סאיז געווען זייער צימישטע מעסעזשס פון אויבען ביז אראפ נומבער איינס.

און מענטשען וואס האבען פארפירט וועגען די תוהו ובוהו ובפרט דא אויף סאושעל מידיא, איז ווייל אסאך פון די "פאניק אנזייערס" האבען געגאסען פאלשע אינפארמעישאן אין געשפילט דא אויף אינטערנעט דאקטאר רב דיין הצלה, און דעס דארף מען ווייטער אראפרייסען און שטעלען אין פלאץ ווילאנג מענטשען גייען עס טון, די ריסק איז צי גרויס אז מענטשען זאלען פאר סאם ריזען פרעגען דא א מעדעצינישע אנגעלעגענהייט וועגען זייער קינד צי וואס אימער אנשטאט זיי זאלען אריבערגיין צי א דאקטארס אפיס
וה' טוב יעזור

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג מאי 24, 2020 2:02 am

און ביי די וועי סמוז נישט זיין אז קאומו איז שילדיג אין אלעם, כפארשטיי אז מזוכט א שעיר לעזעזל

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 24, 2020 2:04 am

ער איז זיכער שולדיג אין די רעסעשען וואס ווארט ביים טיר

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג מאי 24, 2020 2:07 am

איך בין נישט מקנא קאומא, שטעל דיר פאר ער עפנט יעצט אלעס און קעיסעס דזשאמפען ארויס פון קאנטראול. סאיז א שווערע דעסישען. און ער פארשטייט זיך גייט נישט עפענעען נאר אונזערע געגנטער ווי מען איז שוין ב״ה האפענטליך אווער, (מיר עפענען אליין...) נאך דא גענוג געגנטער מיט קוים געליטענע בעפאר, וואס זענען רייף פאר א צווייטן אויסברוך חס ושלום.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 24, 2020 2:12 am

Goodmorning אפסטעיט וואס האט עפ"י רוב עס נאכנישט געהאט עפענט מען שוין. דאונסטעיט ווי ס'ווערט נישט באריכטעט קיין נייע קעיסעס איז נאך אן טאטעל לאקדאון, די איינציגסטע הסבר איז מיין קאנספיראציע וואס איז סמוך לאמת

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 24, 2020 2:16 am

Goodmorning האט געשריבן:איך בין נישט מקנא קאומא, שטעל דיר פאר ער עפנט יעצט אלעס און קעיסעס דזשאמפען ארויס פון קאנטראול. סאיז א שווערע דעסישען. און ער פארשטייט זיך גייט נישט עפענעען נאר אונזערע געגנטער ווי מען איז שוין ב״ה האפענטליך אווער, (מיר עפענען אליין...) נאך דא גענוג געגנטער מיט קוים געליטענע בעפאר, וואס זענען רייף פאר א צווייטן אויסברוך חס ושלום.

ווער רעדט פון עפענען אלעס??? אבער הייב אן!! עפן צוביסלעך, אבער עפן שוין!!

זיינע שטאפלען זענען קלאר געצילט צו עפענען וואס שטאטער מעגליך, האלטסט טאקע אז א משהו לאגיק שטייט אונטער דעם?
צוגעלייגטע
IMG_20200521_000204.jpg
IMG_20200521_000204.jpg (308.07 KiB) געזעהן 2074 מאל
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג מאי 24, 2020 2:18 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:Goodmorning אפסטעיט וואס האט עפ"י רוב עס נאכנישט געהאט עפענט מען שוין. דאונסטעיט ווי ס'ווערט נישט באריכטעט קיין נייע קעיסעס איז נאך אן טאטעל לאקדאון, די איינציגסטע הסבר איז מיין קאנספיראציע וואס איז סמוך לאמת

קומען נאך יעדן טאג צו האספטילעזאציעס אין סיטי, אויסברוך גייט נאך אן. דארט איז עס נישט פארשפרייט איז די ריסק נידריגער
שויתי ה' לנגדי תמיד

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג מאי 24, 2020 2:18 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ער איז זיכער שולדיג אין די רעסעשען וואס ווארט ביים טיר

יאפ מיט דעם ביסטו לכאורה גערעכט

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 24, 2020 2:31 am

Goodmorning האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:Goodmorning אפסטעיט וואס האט עפ"י רוב עס נאכנישט געהאט עפענט מען שוין. דאונסטעיט ווי ס'ווערט נישט באריכטעט קיין נייע קעיסעס איז נאך אן טאטעל לאקדאון, די איינציגסטע הסבר איז מיין קאנספיראציע וואס איז סמוך לאמת

קומען נאך יעדן טאג צו האספטילעזאציעס אין סיטי, אויסברוך גייט נאך אן. דארט איז עס נישט פארשפרייט איז די ריסק נידריגער

ס'גייט אייביג זיין האפיטאליזאציעס. מ'דארף פרובירן צו עפענען און זען אויב די נומערן גייען ארויף.

אן פרובירן ווייסט מען נישט.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך פערדס מיניסטער » זונטאג מאי 24, 2020 2:33 am

Goodmorning האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:Goodmorning אפסטעיט וואס האט עפ"י רוב עס נאכנישט געהאט עפענט מען שוין. דאונסטעיט ווי ס'ווערט נישט באריכטעט קיין נייע קעיסעס איז נאך אן טאטעל לאקדאון, די איינציגסטע הסבר איז מיין קאנספיראציע וואס איז סמוך לאמת

קומען נאך יעדן טאג צו האספטילעזאציעס אין סיטי, אויסברוך גייט נאך אן. דארט איז עס נישט פארשפרייט איז די ריסק נידריגער


עס איז אייביג דא האספיטיליזעשינס, מוז נישט האבן מיט קאוויד.
דו האסט א גמ"ח פון שיסן אומזיסטע נעגעטיוויטי? אדער דו טוסט עס גאר פאר פרנסה?

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג מאי 24, 2020 2:34 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:Goodmorning אפסטעיט וואס האט עפ"י רוב עס נאכנישט געהאט עפענט מען שוין. דאונסטעיט ווי ס'ווערט נישט באריכטעט קיין נייע קעיסעס איז נאך אן טאטעל לאקדאון, די איינציגסטע הסבר איז מיין קאנספיראציע וואס איז סמוך לאמת

קומען נאך יעדן טאג צו האספטילעזאציעס אין סיטי, אויסברוך גייט נאך אן. דארט איז עס נישט פארשפרייט איז די ריסק נידריגער

ס'גייט אייביג זיין האפיטאליזאציעס. מ'דארף פרובירן צו עפענען און זען אויב די נומערן גייען ארויף.

אן פרובירן ווייסט מען נישט.


זיין סיסטם האט ער דאך אויסגעשטעלט מיט א מהלך וואס מאכט סענס, אבער עס נעמט צו לאנג נאכצוקומען מיינט אז די ווירוס איז אפשר נאכנישט גענוג קאנטראלירט. זען און ווען עס גייט צו הויעך ארויס צו מאכן איז א שפיל מיט פייזר, און סיי ווי גייט קיינעער נישט צוריק צושפארן
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג מאי 24, 2020 2:35 am

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:Goodmorning אפסטעיט וואס האט עפ"י רוב עס נאכנישט געהאט עפענט מען שוין. דאונסטעיט ווי ס'ווערט נישט באריכטעט קיין נייע קעיסעס איז נאך אן טאטעל לאקדאון, די איינציגסטע הסבר איז מיין קאנספיראציע וואס איז סמוך לאמת

קומען נאך יעדן טאג צו האספטילעזאציעס אין סיטי, אויסברוך גייט נאך אן. דארט איז עס נישט פארשפרייט איז די ריסק נידריגער


עס איז אייביג דא האספיטיליזעשינס, מוז נישט האבן מיט קאוויד.

וועגן דעם רעדט מען פון דא פון קאוויד דוקא
שויתי ה' לנגדי תמיד

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 24, 2020 2:36 am

Goodmorning האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:Goodmorning אפסטעיט וואס האט עפ"י רוב עס נאכנישט געהאט עפענט מען שוין. דאונסטעיט ווי ס'ווערט נישט באריכטעט קיין נייע קעיסעס איז נאך אן טאטעל לאקדאון, די איינציגסטע הסבר איז מיין קאנספיראציע וואס איז סמוך לאמת

קומען נאך יעדן טאג צו האספטילעזאציעס אין סיטי, אויסברוך גייט נאך אן. דארט איז עס נישט פארשפרייט איז די ריסק נידריגער

ס'גייט אייביג זיין האפיטאליזאציעס. מ'דארף פרובירן צו עפענען און זען אויב די נומערן גייען ארויף.

אן פרובירן ווייסט מען נישט.


זיין סיסטם האט ער דאך אויסגעשטעלט מיט א מהלך וואס מאכט סענס, אבער עס נעמט צו לאנג נאכצוקומען מיינט אז די ווירוס איז אפשר נאכנישט גענוג קאנטראלירט. זען און ווען עס גייט צו הויעך ארויס צו מאכן איז א שפיל מיט פייזר, און סיי ווי גייט קיינעער נישט צוריק צושפארן

האט שוין א שטאט געעפנט און צוריק פארמאכט? וועלכע שטאט האט חרטה געהאט פארן עפענען?

זיין סיסטעם מאכט נישט קיין סענס. עכ"פ צו מיר און מיליאנען אנדערע. לגבי דיר ווייס איך נישט.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

Like news
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2020 12:11 am

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך Like news » זונטאג מאי 24, 2020 2:38 am

איך האב איין מעסעדזש צום גאוואנער:
כח דהיתרא עדיף
ווען חז"ל האבן געהאט מחלוקת'ן איז עס געווען אויף גענוג וויכטיגע זאכן און דאך האבן זיי געהאט דעם כלל

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך yoy » זונטאג מאי 24, 2020 2:39 am

So why are you quite

Work to "Recall" this so called Governor

https://www.change.org/p/andrew-m-cuomo ... UxZg%3D%3D

Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך Shuli » זונטאג מאי 24, 2020 2:48 am

נ.י. איז די טויטליכסטע פלאץ אין די וועלט פון קאראנע, אבער פאר א אימבאוויסטע סיבה מאכט די גאווערנער א גיטע דזשאב

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך געוואלטיג » זונטאג מאי 24, 2020 2:55 am

Shuli האט געשריבן:נ.י. איז די טויטליכסטע פלאץ אין די וועלט פון קאראנע, אבער פאר א אימבאוויסטע סיבה מאכט די גאווערנער א גיטע דזשאב

;l;p-

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2510
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג מאי 24, 2020 2:57 am

פארוואס האסטו נישט געמאכט אזא אשכול אויפן פרעזידענט?
ער סך מער שילדיג אויף די טויטע

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 24, 2020 2:58 am

ווייל ער האלט נישט פארשפארט דאס לאנד אלס א קאווער-אפ.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט