בלאט 10 פון 21

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:44 pm
דורך לעכטל
אינטערוויו: "מען האט אויפגעוועקט כלל ישראל", אפדעיט איבער אויפוואכונג צו עפענען מוסדות התורה געזונטערהייט
https://www.yiddish24.com/interviews/12/19394

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 12:52 am
דורך יאסל קעניג
האט עפעס א שייכות מיט טעג טעלע מעמד?

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 1:05 am
דורך לכאורה
יאסל קעניג האט געשריבן:האט עפעס א שייכות מיט טעג טעלע מעמד?

וואס עפעס?

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:03 am
דורך יאסל קעניג
כ'האב געזען אצעטל וואס מאכט מיר טראכטן אז מען האט גערעדט דארט חינוך, האבעך געטראכט ביידע זאגן רבנים הגאונים שליט"א

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 9:15 am
דורך שפע רב
שפע רב האט געשריבן:די מידיע, און די גוי'אישע גאס וווייסט נישט וואס דא גייט פאר ביי אונז. זיי קוקן אונז אן ווי אומפאראנטוורטליכע מענטשן. נישט קיין מאסקסעס , נישט קיין גארנישט, און מ'כאפט אונז מיט אפענע שולן, מיט ישיבות וכו'.

הצלה דארף ארויסגעבן אן עפנטליכע בריוו און צושפרייטן אז
THE CORONA IS OVER IN OUR COMMUNITY 100%!
We were hit very hard in March and the beginning of April. a large majority of the community suffered from the virus, and most people are now positive with anti-bodies, and that's why there's "no" new cases, even without masks etc.

GAME OVER, we deserve our freedom back, now! not next week.

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 12:15 pm
דורך יאסל קעניג
למעשה האב איך אויסגעמישט צוויי אנדערע טעלע-קאנפערענס..
איינער ווייסט אויב די אנדערע קאנפערענץ איז יא פארבינדן?

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 12:27 pm
דורך ספרים שטוב
כפארשטיי נישט פארוואס די מוסדות געבן נישט צושטייער אביסל פון די מעלאנעס וואס זיי באקומען יעצט פאר די געווערמענט...

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 4:51 pm
דורך פאלם טרי
שפע רב האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:די מידיע, און די גוי'אישע גאס וווייסט נישט וואס דא גייט פאר ביי אונז. זיי קוקן אונז אן ווי אומפאראנטוורטליכע מענטשן. נישט קיין מאסקסעס , נישט קיין גארנישט, און מ'כאפט אונז מיט אפענע שולן, מיט ישיבות וכו'.

הצלה דארף ארויסגעבן אן עפנטליכע בריוו און צושפרייטן אז
THE CORONA IS OVER IN OUR COMMUNITY 100%!
We were hit very hard in March and the beginning of April. a large majority of the community suffered from the virus, and most people are now positive with anti-bodies, and that's why there's "no" new cases, even without masks etc.

GAME OVER, we deserve our freedom back, now! not next week.

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 4:54 pm
דורך yid
פאלם טרי האט געשריבן:

There are many people in hospital

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 5:46 pm
דורך זכאי

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 6:09 pm
דורך פרישע קוגל
נאך צען בלעטער מיט צדדים לכן ולכן איז נאכאלץ נישט דא קיין נאמען פון א רב וואס איז אן טאפ פון דעם קאמפיין....

יוסי פריד טוט אפשר זייער גוט אבער אלעס און נאכדערצו אזא וויכטיגכ נושה מוז האבן א דעת תורה וואס זאל זאגן און פאבליק אז ער דערונטער

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 12:22 am
דורך yid
If to open the mosdos is so important why did they raise 33000 out of 250000 which is just 13 percent of the 250000
?
And what will they do with all the money if the mosdos will open without this compaigen
?
Why is the biggest donation Just $1000
?

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 12:33 am
דורך געריבענער סוחר
פרישע קוגל האט געשריבן:נאך צען בלעטער מיט צדדים לכן ולכן איז נאכאלץ נישט דא קיין נאמען פון א רב וואס איז אן טאפ פון דעם קאמפיין....

יוסי פריד טוט אפשר זייער גוט אבער אלעס און נאכדערצו אזא וויכטיגכ נושה מוז האבן א דעת תורה וואס זאל זאגן און פאבליק אז ער דערונטער

דיין קשיא, לויט ווי איך יעצט דורך געליינט דא, איז שוין גענטפערט געווארן דא אפאר מאל אז קיינער וויל זיך נישט ארויסשטעלן, יעצט קענסטו מחליט זיין צי דו ווילסט געבן אדער נישט.

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 12:38 am
דורך שרייב
יאסל קעניג האט געשריבן:למעשה האב איך אויסגעמישט צוויי אנדערע טעלע-קאנפערענס..
איינער ווייסט אויב די אנדערע קאנפערענץ איז יא פארבינדן?

עס קומט נישט אריין אין די עשכוך
אבער עס איז געוועזען איבער קאמון קואר

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 12:34 pm
דורך בעל דעת
א בריוו פינעם מנהל עזר לישיבות

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 12:52 pm
דורך אסדר לסעודתא
yid האט געשריבן:There are many people in hospital

ממילא? מ'גייט ווארטן ביז די לעצטער קומט ארויס? אויב עס גייען נישט אריין פרישע איז צייט אז הצלה זאל דאס מודיע זיין פאר די רעגירונג.

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 12:52 pm
דורך בעל דעת
#2

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 1:22 pm
דורך העלאו
הער איך אז די גאנצע וואס טראמפ האט געהייסן עפענען די שולן איז וייל סאטמערע רבי מהר''א האט אפגעריפן די וייט האוז לעצטע וואך
נא איז וואס טועט מען נישט די זעלבע זאך וועגן די חדרים

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 1:26 pm
דורך מי יודע
העלאו האט געשריבן:הער איך אז די גאנצע וואס טראמפ האט געהייסן עפענען די שולן איז וייל סאטמערע רבי מהר''א האט אפגעריפן די וייט האוז לעצטע וואך
נא איז וואס טועט מען נישט די זעלבע זאך וועגן די חדרים

חדרים איז אויך אין כלל, אין חדרים דאווענט מען נישט? אין די סקולס דאווענט מען נישט?

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 2:07 pm
דורך חסידישע_אינגערמאן
קען איינער מסביר זיין די פראבלעם פון עפענען חדרים איצט אז מ'מעג זיך צונויף קומען ווייניגער ווי 10 פאר סיי וועלכע סיבה?

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 2:11 pm
דורך נאך איינער
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין די פראבלעם פון עפענען חדרים איצט אז מ'מעג זיך צונויף קומען ווייניגער ווי 10 פאר סיי וועלכע סיבה?

אויף סקולס איז דא אן ספעציעל באפעל אז סדארף זיין פארשלאסן,

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 2:17 pm
דורך חסידישע_אינגערמאן
ארלעדיגט, ס'איז פארשלאסן. מ'מאכט נאר פארזאמלונגען פון אונטער 10 וועלכעס איז ערלויבט.

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 4:11 pm
דורך נשמת השכל
זאגט מיר עמיצער אז אויף "קול מבשר" איז געווען א אינטערוויא מיט עפעס לויער פון פלעטבוש, האט ער דארט פארציילט אז אין איינע פון די סטעיטס (געדענק איך נישט אויף די מינוט וועלעכע...) האבן די ארטיגע גייסטליכע אויך אריינגעגעבן א לאוסאט קעגן דאס וואס מען לאזט נישט עפענען זייערע בתי תפילה.

און דער לויער ברענגט ארויס אינעם אינטערוויא אז דאס קען אפשר מעורר זיין א קיטרוג פארוואס מיר אידן טוען נישט די זעלבע.

נאך איינער האט געהערט דערפון?

און אפשר קען מיר אויך איינער מסביר זיין פארוואס איז פארהאן אזויפיל אידן וואס זענען נישט איבערצייגט אין די וויכטיגקייט פון אונזערע בתי תורה ותפילה עטליעס"ט אזוי ווי די פון די אנדערע רעליגעס להבדיל? פארוואס האבן אזויפיל היימישע אידן אזא שטארקער "קאמפלעק"ס" ווי אזוי דער גוי וועט אונז אנקוקן דורך אונזערע שריט, און די חברה פון די אנדערע רעליגעס'ס האבן נישט אט דעם קאמפלעק"ס?
זה צריך ביאור!

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 4:20 pm
דורך נאך איינער
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:ארלעדיגט, ס'איז פארשלאסן. מ'מאכט נאר פארזאמלונגען פון אונטער 10 וועלכעס איז ערלויבט.

נא, אזוי איז דאך שוין לאנג אפען,

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 4:41 pm
דורך lazy
נשמת השכל האט געשריבן:זאגט מיר עמיצער אז אויף "קול מבשר" איז געווען א אינטערוויא מיט עפעס לויער פון פלעטבוש, האט ער דארט פארציילט אז אין איינע פון די סטעיטס (געדענק איך נישט אויף די מינוט וועלעכע...) האבן די ארטיגע גייסטליכע אויך אריינגעגעבן א לאוסאט קעגן דאס וואס מען לאזט נישט עפענען זייערע בתי תפילה.

און דער לויער ברענגט ארויס אינעם אינטערוויא אז דאס קען אפשר מעורר זיין א קיטרוג פארוואס מיר אידן טוען נישט די זעלבע.

נאך איינער האט געהערט דערפון?

און אפשר קען מיר אויך איינער מסביר זיין פארוואס איז פארהאן אזויפיל אידן וואס זענען נישט איבערצייגט אין די וויכטיגקייט פון אונזערע בתי תורה ותפילה עטליעס"ט אזוי ווי די פון די אנדערע רעליגעס להבדיל?
לימוד זכות
ב"ה אונזער אידעשקייט איז נישט אפהענגיג און א פרעפלעריי פון א גלח, נאר להבדיל ווי אימער עס איז דא 10 אידן איז שכינה שרייה, דער 'גלח' קעמפט (נישט דער גוי) ווייל ער ציטערט זיין געמיינדע געווינט זיך צו און צופאלט

פארוואס האבן אזויפיל היימישע אידן אזא שטארקער "קאמפלעק"ס" ווי אזוי דער גוי וועט אונז אנקוקן דורך אונזערע שריט, און די חברה פון די אנדערע רעליגעס'ס האבן נישט אט דעם קאמפלעק"ס?
זה צריך ביאור!

ביים איד אין לשה"ק רופט זיך דאס "מוראה של מלכות"...
אונז זעמיר און "גלות" דערווייל, דער גוי "נישט". ב"ה דער גוי פארפירט שוין האפנטליך וועט עס ברענגען גונסטיגע רעזולטאטן פאר אונז.
לערן דיך נישט השקפה פון א (אידישע) לויער, צום מערסטן וואלט פאסיג געווען א טיפע הארציגע בקשה (ווי מהר"א האט מסתמא געטון), ניטאמאל "ווי דימענד" איז אויסגעהאלטן דוכט זיך.
והמבין יבין