קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4873
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אפריל 26, 2020 12:52 pm

מי יודע האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:אויב קען מען עס כאפן א צווייטער מאל דאן קען א וואקסין אויך נישט ארבעטן!!

איך וויל עפעס אנדערש פארשטיין, מ'רעדט פון א וואקסין פאר עלטערע מענטשן, ווער ס'ווייסט ווי אזוי א וואקסין ארבעט, מ'לייגט אריין אביסל פון די מחלה, מיט א רפואה עס צו פייטן, גייט מען דא בידים אריינלייגן אזא מחלה אין עלטערע מענטשן וואס פאר זיי איז עס א סכנת מות? (און ביי די יונגערע זיי זאלן קען זיין א קעריער?)
ווער קען דאס ערקלערן?

א וואקסין לייגט אריין גאר גאר א קליינער חלק פון דעם וויירוס. טייל וואקסינ'ס לייגן אפילו נישט קיין לעבעדיגע וויירוס, נאר געוויסע באשטאנדטיילן פון גענעטישע מאטעריאל פון די וויירוס. אזוי צו אזוי קען דאס גארנישט שאטן פון די וויירוס אליינס.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מלאכי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2011 11:49 am

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך מלאכי » זונטאג אפריל 26, 2020 12:57 pm

חזן שמילאוויטש האט געשריבן:
מלאכי האט געשריבן:ישראל קנאבלאך אדמיניסטראטאר פון קרית יואל הצלה זאגט אויף א מעסעדזש ערש"ק תזו"מ (מ'קען עס אויך הערן אויף וחי בהם ביי ער"ש מעסעדזשעס) בזה"ל "מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום טעסטיג וואס גייט יעצט פאר, ווייל אפילו מען האט יא גענוג אנטי באדיס ווייסט מען נישט צו דעס באשיצט נאר די מענטש אליין אבער מ'קען עס נאך ווייטער איבערגעבן פאר אנדערע אין איינשטעלן אנדערע אין א סכנה ח"ו"

די בריוו פון 30 אסעמבלילייט מיט 2 קאונסיללייט (קלמן יעגער מיט חיים דייטש) דאטורט אפריל 26 בעטן די שפיטעלערן צו פארמירן א נייע Compassionate Helper Volunteer Program דורכן טעסטן וואלאנטירן פאר אנטיבאדיס, וואס פון זיי דארפן די שפיטעלער מער נישט מורא האבן.

לפי הרב קנאבלאך, זיי קענען דאך ווייטער זיין קערריער"ס?

וואס קען געשען? אפילו איינער איז אנגעשטעקט וואס קען געשען אז ער וועט זיין ביים בעט פון א צוויטע אנגעשטעקטער?



ער קען עס נעמען פון די חולה און געבן פאר די נורסעס, דאקטורים, סטעף.

פאר א סיבה לאזן זיי דאך נישט אריין קיינעם (נישט ווייל זיי שוינען דעם משפחה מיטגליד, דער משפחה מיטגליד איז דאך גרייט פאר דעם, זיי האבן מורא עס וועט זיך ווייטער פארשפרייטן דורך דעם משפחה מיטגליד)

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מאי 04, 2020 3:22 am

טראק דרייווער האט געשריבן:די אלע מעשיות פון סאוט קאריא איז פון מענטשן וואס האבן זיך נאכנישט אויסגעהיילט דערפון און צוריקבאקומען די סימפטאמען נאכדעם וואס עס איז אוועקגעגאנגען פאר עטליכע טעג בשעת זיי האבן די גאנצע צייט געהאט די וויירוס אין זיך.

דערווייל איז נאך נישט דא קיינער וואס האט דאס באקומען און געטעסט נאכדעם נעגעטיוו און דאס צוריקבאקומען נאכאמאל.

באשטעטיגט געווארען אז די מעשה איז א פשוטער טעות. די טעסט האט נישט געקענט מבחין זיין צווישען טויטע און לעבעדיגע חלקים פון די וויירוס און דעריבער זיי דיאגנאזד אלטס פאזעטיוו. א מער פארגעשריטענער טעסט האט גלייך געוויזען נעגעטיוו. דערווייל איז למעשה נישטא קיין שום פאל אין דרום קאריע פון ווערען צווי מאהל אנגעשטעקט.
אנטשולדיגט, אבער איך וויל בעסער ווארטן אויף מנחה קטנה.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג מאי 04, 2020 11:25 am

על "טעם וריח" אין להתווכח

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג מאי 04, 2020 1:19 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:אויב קען מען עס כאפן א צווייטער מאל דאן קען א וואקסין אויך נישט ארבעטן!!

איך וויל עפעס אנדערש פארשטיין, מ'רעדט פון א וואקסין פאר עלטערע מענטשן, ווער ס'ווייסט ווי אזוי א וואקסין ארבעט, מ'לייגט אריין אביסל פון די מחלה, מיט א רפואה עס צו פייטן, גייט מען דא בידים אריינלייגן אזא מחלה אין עלטערע מענטשן וואס פאר זיי איז עס א סכנת מות? (און ביי די יונגערע זיי זאלן קען זיין א קעריער?)
ווער קען דאס ערקלערן?

א וואקסין לייגט אריין גאר גאר א קליינער חלק פון דעם וויירוס. טייל וואקסינ'ס לייגן אפילו נישט קיין לעבעדיגע וויירוס, נאר געוויסע באשטאנדטיילן פון גענעטישע מאטעריאל פון די וויירוס. אזוי צו אזוי קען דאס גארנישט שאטן פון די וויירוס אליינס.


איך זעה דא 2 שאלות (פון 2 אנדערע ניקס) א. גייט די וואקסין שאטן פאר עלטערע מענטשען. 2. אויב קען מען ווערען 2 מאל אנגעשטעקט מיט די ווירוס, וויאזוי קען א וואקסין העלפען?

עס זענען פארהאן בעיקר 3 סארט וואקסינען, איך וועל זיי דורכגיין און פרובירען צו ענטפערען ביידע קשיות לויט יעדע סארט וואקסין.

1. לעבידיגע וואקסין. דאס איז טייטש, אז דאס באשטייט פון א ווירוס וואס איז ענדליך צו די מחלה וואס עס ווירקט אויף, למשל די ערשטע וואקסין איז געמאכט געווארען פאר סמאלפאקס, די וואקסין איז באשטאנען פון א מחלה וואס הייסט קוה-פאקס, דאס איז געווען א מחלה וואס בדרך כלל האט זיך נאר געמאכט ביי קוען און נישט ביי קיין מענטשען, אבער מענטשען וואס האבן דאס באקומען, זענען געווארען אימיון צו סמאלפאקס. (קוה-פאקס אליין איז נישט געווען אזוי שעדליך ווי סמאלפאקס, אבער מען האט זיך נישט גוט געשפירט ווען מען האט עס באקומען, די וואקסין איז ערפינדען געווארען דערנאך וואס דר Edward Jenner האט באמערקט אז מענשטען וואס ארבייטן און א קוה שטאל באקומען נישט קיין סמאלפאקס) אויב מאכט מען אזא סארט וואקסין, ֿדארף מען טעסטען אויב די ווירוס פון די וואקסין איז שעדליך צו עלטערע מענטשען (אינגערע אויך), לגבי העלפען פאר אנדערע סטרעינס (אז מען זאל נישט קענען כאפן צוויי מאל), ווענדט זיך ווי שטארק עס ענדעלט צון די נייע סטרעין. (די mmr און א חלק פלו שאטס זענען לעבידיגע וואקסינען, עפ״ר וועט א לעבידיגע ווירוס נישט מאכן אז מען זאל זיין אימיון צו מער ווי איין סטרעין)

2. טויטע וואקסינען. דאס איז טייטש אז די וואקסין באשטייט פון די מחלה זעלבסט, אבער מען האט עס אפגעשוואכט מיט פארשידינען מיטלען. לגבי עלטערע מענטשען דארף מען זיכער מאכן אז די טויטע וואקסין איז טאקע גענוג טויט נישט צו מאכן קיין פראבלעמען. לגבי נישט כאפן א צווייטע מאל קען דאס נישט העלפען אויב די נאטורליכע אנטיבאדיס העלפען נישט. (די פאליא שאט און א חלק פלו שאטס זענען טויטע וואקסינען)

3. סוב-יוניט וואקסינען. דאס איז טייטש אז מען שטעכט נאר אריין א חלק פון די (פראטיענס פון די) ווירוס , נישט די גאנצע ווירוס, דאס איז די נייעסטע סארט וואקסין, און דאס האט כמעט נישט קיין סייד עפעקטס, ווי אויך אויב שטעכט מען נאר די חלק פון די ווירוס וואס איז די זעלבע ביי אלע סטרעינס, דאן קען מען ווערען אימיון צו אלע סטרעינס, לגבי עלטערע אידן, איז פשוט אז מען דארף נישט מורא האבן, ווייל מען שטעקט נישט אריין די חלק וואס מאכט קראנק (מען מוז דאס נאך אלץ טעסטען פאר סעפטי סיי פאר עלטערע און סיי פאר אינגערע, ווייל אמאל איז דא עפעס שעדליך וואס מען רעכענט זיך נישט אז דאס איז שעדליך), לגבי ווערען אימיון אפילו אויב מען ווערט נישט אימיון פון די ווירוס, איז שטארק מעגליך אז אזא וואקסין וועט מאכן אז מען זאל זיין אימיון אפילו מען ווערט נישט אימיון פון די וויירוס (העפ בי און whooping cough זענען פון די סארט וואקסינען, עס איז דא א קאמפיני, וואס מאכט אזא סארט וואקסין פאר פלו, אויב זאל די טעסטינג (וואס דארף זיך ענדיגען סוף 2020) אויסקומען אז דאס איז סעיף און עפעקטיוו, וועט דאס זיין א וואקסין וואס וועט העלפען פאר אלע פלו סטרעינס און מען וועט שוין נישט דארף׳ן נעמען יעדעס יאר די פלו שאט).

עס איז דא נאך א סארט וואקסין דאס איז די DNA/RNA וואקסינען, עס איז נאכנישט דא קיין איין וואקסין וואס ארבייט וואס ניצט דער מהלך. מיט דעם אלעם איז דא קאמפיניס וואס פראבירן צו מאכן וואקסינען פון אט די סארט (די קאמפיני מאדערנע פון א״י וואס האט געזאגט אז זיי קענען שנעל מאכן א וואקסין, מאכט פון דער סארט)

עס זענען שוין דא א שיינע צאל קאוויד וואקסינען וואס זענען שוין אין קליניקעל טרייעלס, זיי באשטיין פון לעבידיגע, טויטע און RNA וואקסינען. די קאמפיני NovaVax האפט אנצופאנגען קליניקעל טרייעלס פאר א סוב-יוניט וואקסין אין מעי.
וואס מיינט מיין ניק?

וואוינט איהר אין ניו יארק? רעגעסטריט אייך צו וואוטען

וואוינט איהר אין ניו יארק סיטי? זענט איהר רעגסטריט אלץ רעפובליקען? רעגיסטריט זיך נאכאמאל אלץ דעמעקראט פאר נאוועמבער, כדי צו קענען שטימען אין די דעמעקראטישע מאיער פריימערי.

הײמישער זײגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך הײמישער זײגער » מיטוואך מארטש 31, 2021 5:39 pm

צ"ק

קוקט אויס אז יא אפילו נאכן נעמען די וואקסין

full.JPG
full.JPG (24.87 KiB) געזעהן 1258 מאל


https://abcnews.go.com/Health/100-fully ... d=76784838

https://www.doh.wa.gov/Newsroom/Article ... gton-state

אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך פרישע קישקע » מיטוואך מארטש 31, 2021 6:48 pm

צ/ק
דאקטוירים טענען אז יא.
הרב לייפער טענעט אז נישט.
גלייב וועם די ווילסט...
ווארט נאר ווארט אזא 4 יאר אין העמיר זען צי ביידן איז פרעזידענט...

דריי הינדערט נומערן

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך Programming » מיטוואך מארטש 31, 2021 6:51 pm

הײמישער זײגער האט געשריבן:צ"ק

קוקט אויס אז יא אפילו נאכן נעמען די וואקסין

full.JPG


https://abcnews.go.com/Health/100-fully ... d=76784838

https://www.doh.wa.gov/Newsroom/Article ... gton-state


מען רעדט דא פון הונדערט קעיסעס ארויס פון 1.4 מיליאן וואקסינירטע

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 3:11 am

פרישע קישקע האט געשריבן:צ/ק
דאקטוירים טענען אז יא.
הרב לייפער טענעט אז נישט.
גלייב וועם די ווילסט...

היינט האבן די דאקטורים געזאגט אז נישט

https://www.reuters.com/article/us-heal ... SKBN2BM3BZ
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך פרישע קישקע » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 11:36 am

דממה דקה האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:צ/ק
דאקטוירים טענען אז יא.
הרב לייפער טענעט אז נישט.
גלייב וועם די ווילסט...

היינט האבן די דאקטורים געזאגט אז נישט

https://www.reuters.com/article/us-heal ... SKBN2BM3BZ

ווי למשל זיי האבן איין מעניט געוויסט וואס זיי רעדן...
ווארט נאר ווארט אזא 4 יאר אין העמיר זען צי ביידן איז פרעזידענט...

דריי הינדערט נומערן

הײמישער זײגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך הײמישער זײגער » דינסטאג אפריל 06, 2021 8:20 pm

Programming האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:צ"ק

קוקט אויס אז יא אפילו נאכן נעמען די וואקסין


https://abcnews.go.com/Health/100-fully ... d=76784838

https://www.doh.wa.gov/Newsroom/Article ... gton-state


מען רעדט דא פון הונדערט קעיסעס ארויס פון 1.4 מיליאן וואקסינירטע


דא האסטו נאך אפאר הונדערט מיט 3 טויטע
mish.JPG
mish.JPG (59.63 KiB) געזעהן 900 מאל


https://www.detroitnews.com/story/news/ ... 100759002/

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך Programming » דינסטאג אפריל 06, 2021 9:24 pm

די זעלבע זאך

As of April 4, about 2.95 million residents, or about 36.5% of Michigan's population, have been vaccinated, either with one or two doses, according to the state website. About 4.7 million doses had been administered.

הײמישער זײגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך הײמישער זײגער » דינסטאג אפריל 06, 2021 9:31 pm

Programming האט געשריבן:די זעלבע זאך

As of April 4, about 2.95 million residents, or about 36.5% of Michigan's population, have been vaccinated, either with one or two doses, according to the state website. About 4.7 million doses had been administered.

איך האב די זעלבע אינפא פון נאך 10 סטעיטס, און דאס איז נאר די אנהייב און נאר וואס מאכט העדליינס, וד"ל

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך Programming » דינסטאג אפריל 06, 2021 9:35 pm

אויב פון אלע סטעיטס רעדט זיך עס פון די זעלבע פראצענטן, שטייט מען זייער גוט

הגם דו ביסט גערעכט אז מען דארף רעכענען לויט וויפיל וואלטן ווען אנגעשטעקט געווארן מיט קאוויד אין די קורצע תקופה, און עס קען נאך צוקומען הונדערטער קעיסעס אויב נישט מער, וואס וועט דראסטיש הייבן די פראצענטן, פון 0.000001 צו 0.001

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אפריל 06, 2021 10:05 pm

הײמישער זײגער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:די זעלבע זאך

As of April 4, about 2.95 million residents, or about 36.5% of Michigan's population, have been vaccinated, either with one or two doses, according to the state website. About 4.7 million doses had been administered.

איך האב די זעלבע אינפא פון נאך 10 סטעיטס, און דאס איז נאר די אנהייב און נאר וואס מאכט העדליינס, וד"ל

וד"ל, וד"ל, וד"ל.
וואס טוט מען אזויפיהל וועדאלוועדען? אלע מאכן העדליינס. מען באהאלט נישט גארנישט. עס נישט דא קיין דיעפ סטעיט און נישט קיין קאוועראפ.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:04 am

Programming האט געשריבן:די זעלבע זאך

As of April 4, about 2.95 million residents, or about 36.5% of Michigan's population, have been vaccinated, either with one or two doses, according to the state website. About 4.7 million doses had been administered.

אויב ביסטו אן אויפריכטיגע מענטש פארשטייסטו אז דאס איז נישט ריכטיג,

זיי רעכענען נאר מענטשען וואס האבן געכאפט קאוויד פון 2 וואכן נאך די צווייטע דאוס.

היום יום האבן אינגאנצען 1.8 מיליאן מענטשן אין מישיגען באקומען די צווייטע דאוס, וויפיל מענטשן האבן גהאלטן שוין נאך די צווייטע דאוס מארטש 17? א האלבע מיליאן? וויפיל צייט איז אריבער פון ווען די ערשטע גרופע וואקסינירטע האבן געהאלטן צוויי וואכן נאך די צווייטע דאוס?

נעם דאס אלעס אין חשבון.
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך Programming » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:49 am

ליין דעם ארטיקל וועסטו זעהן אז די אומזיכערקייט גייט ביידע וועגן, נעמליך מען קען נישט פעסטשטעלן צי זיי זענען זיכער נישט געווען אנגעשטעקט בעפאר. אבער אפילו נניח ווי דו זאגסט, ברענגט דאס העכסטנס אראפ די ציפערן צו 0.01, (די נאמבער איז געשאסן ביגד"פ) ווייט פון די מעגליכע 3 ביז 10 פראצענט אדווערטייזט - וואס וואלט אויך געווען ערווארטעט.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:58 am

סאך ווייניגער פון 01., און בנוסף אויב מען נעמט אין באטראכט אז די ערשטע גרופע זענען די מערסטע וואלנערבעל.

בקיצור עס איז צו פריה צו מאכן חשבונות מיט די יעצטיגע דעטע,
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

הײמישער זײגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך הײמישער זײגער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:21 am

Programming האט געשריבן:אויב פון אלע סטעיטס רעדט זיך עס פון די זעלבע פראצענטן, שטייט מען זייער גוט

הגם דו ביסט גערעכט אז מען דארף רעכענען לויט וויפיל וואלטן ווען אנגעשטעקט געווארן מיט קאוויד אין די קורצע תקופה, און עס קען נאך צוקומען הונדערטער קעיסעס אויב נישט מער, וואס וועט דראסטיש הייבן די פראצענטן, פון 0.000001 צו 0.001

די פראבלעם איז אבער אז עס ווערט מער און מער אפטער, א שטייגער ווי היינט.

Thirteen people at a COVID-19 vaccination site in Colorado had adverse reactions to the Johnson & Johnson vaccine on Wednesday — shutting down operations for the day

https://nypost.com/2021/04/07/covid-vac ... o-jj-shot/

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:23 am

ר' איד, אדער ביסטו דא מיט אן אגענדע אדער מישסטו סתם ארום. אלערגישע רעאקציעס איז איין זאך, און באקומען קאוויד נאך זיין פולי וואקסינירט איז א אנדערע באשעפעניש אינגאנצן.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 9:35 pm

הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט